שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך נשמת השכל »

נשמה האט געשריבן:ווען עס ערשיינט א אשכול "שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. אלעס האט א שיעור! הערט אויף!" טוט דאס דען ארויסזאגן די מיינונג פון יעדעם? האב איך געשריבן אז מיין מיינונג זאגט עס נישט. און איך האב געשריבן וואס איך פיהל ווען איך הער אזא קאל. איך האב געשריבן מיין מיינדסעט. אבער איינזע באנאכט, מיין איך, אז איך וואלט שוין געהאט א אנדערע מיינדסעט. א אנדערע דיעה. איך ווייס אבער נישט צו איינזע ביינאכט וואלט איך געשריבן אז ס'יאז שפיכת דמים'דיג. איך וואלט געשריבן "פארוואס מוזן זיי קאלן איינזע?" ווייל ער מוז דאך נישט קאלן דוקא איינזע. אבער דא, קען איך אים פארשטיין, ווייל ווען דען זאל ער קאלן? ער וויל קאלן נאר ווען ער האט שאנסן צו מאכן געלט.

@נשמה! קומסט דאך אריין אזוי זיס!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך צולייגער »

נשמה, דיינע ווערטער רעפלעקטירן אויך מיין שטאנד אויף די נושא.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך sheetrock »

אויף מיינע סעלפאון'ס און מיין ווייבס סעלפאון באקומט מען שוין ב"ה נישט קיין ראבא קאלס (ויעזר ה' להלאה). אויף מיין היים טעלעפאון רופט עס אויס ביי דעי אלע קאלס "potential spam" און מ'ווייסט אז מ'הייבט נישט אויף. כ'האב געזאגט פאר מיין רעביצין אז כ'קען עס איר בלאקן אבער זי וועט אויך נישט באקומען די קאלס פון אירע פרענדס און כ'ווייס וועם, זי איז ענדישער מסכים אז נאר די היים טעלעפאון זאל אלעס זיין אפן און שוין.

דיסקלעמער כ'האב נישט אדורך געליינט אלע תגובות אין די לעצטע פאר בלעטער (אויב די אינפא מאכט פאר איינעם אויס)
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
ידעתי
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך ידעתי »

די רופערס האבן א דין רודף. און גנבים.
א נאמבער איז א אייגענטום פונעם באצאלער פאר דעם, און זיך באנוצן מיט יענעמס חפץ איהם צו פארגיסן בלוט? אין לך מידה גרועה מזו.
אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3723
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך אדם א מענטש »

אז איך האב שוין דא געשריבן וויל איך צולייגן, אז אויב איינער האט זיך אראפ געסיינט און מ'רופט אים ווייטער איז עס טאקע נישט רעכט
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך שטומפיג »

די לעצטיגסטע אנשיקעניש איז טעקסט מעסעדזשעס.
איך רעפליי צו יעדע מעסעדזש stop, און איך באקום צוריק א מעסעדזש אז איך גיי שוין נישט באקומען פון דעם פאון נאמבער קיין מעסעדזשעס.
נישטא ווער זאל לאכן...
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
lazy
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך lazy »

צו עס איז ״שפיכות דמים״ שאלה, צו נישט דאכצעך איז נאר נוגע לליצנות...

אבער דאכצעך עס איז גאנץ קלאר אז בעת וואס 90% ציבור איז יא מסכים:
אז מען זאל קומען אין שול צו זיי נאך געלט...
אז מען זאל קומען אינדערהיים צו זיי נאך געלט...
איז אבער 90% קלאר נישט מסכים:
אז מען זאל זיי רופן אויף זייער טעלעפאון...
און א וודאי נישט אויטאמאטישע ראבא קאלס...
און א ודאי נישט אן די מעגליכקייט זיך אראפצוסיינען...
(און א ודאי נישט נאכן קלאר בעטן די רופער זאל אויפהערן).
און אודאי און א ודאי נישט מען זאל ארויסגעבן זייערע נאמבערס לזכות את הרבים!!!

ממילא די וואס טוען דאס באיצטלא פון מצות ומעשים טובים, דארפן געדענקן אז אין מצוה מכבה עבירה, והמטרה אינה מקדשת את האמצעיים!

יתכן אז פונקט ווי עס איז אסור מדינא צו פארדרייען דעים קאפ פון א סוחר ווען די פלאנסט נישט צו קויפן, ווייל ווען יענער וואלט דאס געוואוסט וואלט ער נישט געוואלט רעדן מיט דיר,
כן נלע״ד איז אויך אסור צו קאלן איינעם, ווען דו ווייסט אז ״רוב״ זיכער וויל ער נישט דו זאלסט אים באדערן, ״וגניבת הזמן היא גניבה שאין להשיב״, בנוסף צו אלע צער, עגמ״נ און שאדן וואס קומען ארויס בגרמא (הג״ה ללמדנים: או בגרמי).

פאר דו וואס זענען מפלפל צו מיין 90% הנחה איז ריכטיג, זאלן נעמען א ראי׳ פונם פאקט אז די פירמעס שטעלן בדוקא נישט צו די אפציע זיך צו אראפסיינען אויטאמאטיש, אדרבא ווער עס קען זאל מאכן אן אנקעטע אנע שארפע לשונות לדוגמא ״זענט איר מסכים מען זאל אייך רופן מיט ראבא קאלס?״ ואולי צוטיילן נאר מיינע מוסדות ווי איך גיב ארויס אפיציעל מיין נאמבער, אדער נאר מיט די אפציע זיך אראפצוסיינען (דאס וועט שוואך ארבעטן ווייל עס וואקסט ווי שוואמען).

ביז דערווייל לאמיר מקבל זיין די יסורים ״באהבה״, אז מיר זענען די נותנים און נרדפים, און ב״ה מיר זענען נישט פון די נצרכים, און א ודאי נישט פון די (רודפים) מצערים.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך נשמה »

איך וואונדער מיך צי אויב איינער סיינט זיך אראפ, און ער באקומט נאכאמאל א טעלעפאון קאל, צי געט יענער נאכדעם יא געלט? מאכן זיי נאכאמאל געלט פון די וואס האבן מיט "כעס" געדרוקט 9 אראפצוגיין פון די סיסטעם?

נאך אזאך, אפשר קען מען מאכן אזא אפציע וויפיל מ'זאל אייך קאלן און ווען.

דער אייבערשטער זאל העלפן אז מ'זאל האבן שכל צו געבן צדקה.
MCITP
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2011 5:10 pm

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך MCITP »

איך וואונדער מיך אויב די ביסט סתם א טראלל א טיפש אדער רעדסט נארישקייטן לצורך פרנסה...
yoel2124441100
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך yoel2124441100 »

MCITP האט געשריבן:איך וואונדער מיך אויב די ביסט סתם א טראלל א טיפש אדער רעדסט נארישקייטן לצורך פרנסה...


אביסל רעספעקט פאר אזא טײערע ניק
MCITP
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2011 5:10 pm

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך MCITP »

אביסל רעספעקט פאר אידישע מאמעס
נאך איינער

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך נאך איינער »

נשמה האט געשריבן:איך וואונדער מיך צי אויב איינער סיינט זיך אראפ, און ער באקומט נאכאמאל א טעלעפאון קאל, צי געט יענער נאכדעם יא געלט? מאכן זיי נאכאמאל געלט פון די וואס האבן מיט "כעס" געדרוקט 9 אראפצוגיין פון די סיסטעם?

נאך אזאך, אפשר קען מען מאכן אזא אפציע וויפיל מ'זאל אייך קאלן און ווען.

דער אייבערשטער זאל העלפן אז מ'זאל האבן שכל צו געבן צדקה.

האסט אפילו א הו"א אז יא?

כהייב שוין אן צי פארשטיין פארוואס די פארשטייסט נישט ווי מקען עס ריפען שפיכת דמים,
yoel2124441100
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך yoel2124441100 »

MCITP האט געשריבן:אביסל רעספעקט פאר אידישע מאמעס


ער זאגט זײן מײנונג,און ער מײנט עס באמת, װי קומט אהער יודישע מאמעס??
וואל טאג
שר חמש מאות
תגובות: 937
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 1:35 pm

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך וואל טאג »

האמת אגיד
איך פלעג זיין, פון די וואס זענען מער פאסיוו צו די גאנצע ערשיינונג, נו האט מען געקאלט, דריק ענד און זיי ממשיך מיטן לעבן

וואס האט געטוישט מיין בליק, ווען א שטיק צייט צוריק בין איך געווען פארמישט אין א מינימאלע מעדיצינישער פראדעצור, און איך בין געווען יענע טאג צוויי אין קאנטאקט מיט מומחים אין רפואה, און פארשטייט זיך מען האט געווארט אויף א יעדער פאון קאלל, און מען האט אוודאי געמוזט אויפהייבן פון נאמבערס וואס מען קען נישט פון בעפאר

הקיצור, בשעתן זיין פארנומען מיט נאנטע משפחה אויפן טעלעפאן צו באשליסן וויאזוי צו גיין פאראויס, האט מען געמוזט איבערהאקן צו נעמען א ביפ, און ווער מיינסטו האט אריינגעביפט? נאך א ראבא קאלל! דאס האט געטוישט מיין בליק מן הקצה אל הקצה

והדברים ק"ו אויב ביי מיר וואס עס איז נאר געווען א מינמאלע זאך, און ווי געשריבן בין איך מעיקרא געווען גאנץ פאסיוו, האט דאס אזוי וויי געטאן, שטעלט אייך אליין פאר מיט משפחות וואס האבן נאנטע קרובים אין שפיטעלער בין מוות לחיים, וואס דאס מיינט פאר זיי
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך פרישוואסער »

איך האב נישט וואס צו צולייגען

שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך עומד מן הצד »

וואל טאג האט געשריבן:האמת אגיד
איך פלעג זיין, פון די וואס זענען מער פאסיוו צו די גאנצע ערשיינונג, נו האט מען געקאלט, דריק ענד און זיי ממשיך מיטן לעבן

וואס האט געטוישט מיין בליק, ווען א שטיק צייט צוריק בין איך געווען פארמישט אין א מינימאלע מעדיצינישער פראדעצור, און איך בין געווען יענע טאג צוויי אין קאנטאקט מיט מומחים אין רפואה, און פארשטייט זיך מען האט געווארט אויף א יעדער פאון קאלל, און מען האט אוודאי געמוזט אויפהייבן פון נאמבערס וואס מען קען נישט פון בעפאר

הקיצור, בשעתן זיין פארנומען מיט נאנטע משפחה אויפן טעלעפאן צו באשליסן וויאזוי צו גיין פאראויס, האט מען געמוזט איבערהאקן צו נעמען א ביפ, און ווער מיינסטו האט אריינגעביפט? נאך א ראבא קאלל! דאס האט געטוישט מיין בליק מן הקצה אל הקצה

והדברים ק"ו אויב ביי מיר וואס עס איז נאר געווען א מינמאלע זאך, און ווי געשריבן בין איך מעיקרא געווען גאנץ פאסיוו, האט דאס אזוי וויי געטאן, שטעלט אייך אליין פאר מיט משפחות וואס האבן נאנטע קרובים אין שפיטעלער בין מוות לחיים, וואס דאס מיינט פאר זיי

און דאס איז נאר אחד מיני אלף, וויפיל צער ועגמ''נ און ''שפיכות דמים'', דאס האט שוין אפגעקאסט פאר אידישע קינדער!
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

איך וואלט אנגענומען נשמה'ס ווערטער אלמלי די ראבא קאללערס וואלטן נישט געטוישט זייער טעלעפאן נומבערס אפטער ווי איך טויש זאקען, און לכתחילה ארויסשרייבן אויפן קאלער איי.די. פון וועמען די קאלל קומט! (אסאך ראבא קאלס טוען עס און איך געב זיי קרעדיט).

דאס האט שוין טאקע איינער געשריבן אויבן, אז אויב איך האב שוין געדרוקט 9 זיך אראפצוסיינען 101 מאל, פארוואס קאלסטו די 102'טע מאל פון א אנדערע טעלעפאן נומבער? דאס איז קלאר רשעות אן קיין שום תירוץ און קען רואיג אריינגיין אין גדר פון שפיכות דמים, אדער לכה"פ חוצפה גניבה וגזילה.
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך ניס קראכער »

נעקסט לעוועל רדיפה, א ראבא קאל פון ריסטריקטעד, קענסט אים ניטאמאל בלאקן,
די דאזיגע מחאה זאל זיין לרפואת יעקב ר' יצחק בן פעסל הינדא לרפ''ש
וואס לרפואתו איז געמאכט געווארן די קאל
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
נאך איינער

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך נאך איינער »

ניס קראכער האט געשריבן:נעקסט לעוועל רדיפה, א ראבא קאל פון ריסטריקטעד, קענסט אים ניטאמאל בלאקן,
די דאזיגע מחאה זאל זיין לרפואת יעקב ר' יצחק בן פעסל הינדא לרפ''ש
וואס לרפואתו איז געמאכט געווארן די קאל

אויך באקומען,

כהאף אז די פעולה פין מצער זייו יודן זאלל נישט שאטן צי קיין פארערגערונג אין די מצב,
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך טעם וריח »

איינער זאגט מיר אן עיצה ווען ס'קומט צו צדקה ראבא-קאל'ס, און נאכן בעטן און בעטן גייט מען נישט אראפ.. געב א נדבה - סיי-וואס - און דיספיוט די טשארדש. אוי קומען זיי צו לויפן...
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך שמו »

טעם וריח האט געשריבן:איינער זאגט מיר אן עיצה ווען ס'קומט צו צדקה ראבא-קאל'ס, און נאכן בעטן און בעטן גייט מען נישט אראפ.. געב א נדבה - סיי-וואס - און דיספיוט די טשארדש. אוי קומען זיי צו לויפן...

איך מיין ס'קען קאליע מאכן די אייגענע קרעדיט

נשמה האט געשריבן:איך וואונדער מיך צי אויב איינער סיינט זיך אראפ, און ער באקומט נאכאמאל א טעלעפאון קאל, צי געט יענער נאכדעם יא געלט? מאכן זיי נאכאמאל געלט פון די וואס האבן מיט "כעס" געדרוקט 9 אראפצוגיין פון די סיסטעם?

ער זעהט ניטאמאל ווער ס'סיינט אראפ, ער שיסט ארויס א ראבא קאל, פאר 40 אלפים פאון נאמבער'ס, וואס קאסט אים לערך 1500, און ער מאכט לערך 3000, מער פון דעם גייט אים גארניקסט אן.

חוץ פון דעם, וואס דו קענסט דריקן 9 פון היינט ביז מארגן, און ס'העלפט גארנישט.

נשמה האט געשריבן:נאך אזאך, אפשר קען מען מאכן אזא אפציע וויפיל מ'זאל אייך קאלן און ווען.

ער איז נישטא פאר קיין אפיציעס ער איז דא נאר פאר זיך...


נשמה האט געשריבן:דער אייבערשטער זאל העלפן אז מ'זאל האבן שכל צו געבן צדקה.

אמן,
אבער צדקה דארף מען געבן אויף נארמעלע וועגן, און ביטע טייל מיר נישט איין ווען צו האבן שכל און ווען נישט.

קענסט קומען אין שול, און בד"כ אז איך האב געב איך, אין שטוב כהיום געב איך נישט פאר קיין ראבאקאל'ס, ווייל אפי' אויב איך האב בטעות אויפגעהויבן, וועל איך גלייך אראפ לייגן (נאכן פרובירן שוין כמה פעמים צו אריין לייגן א דאנעישען פון 1 מיליאן דאלער, און צוליב דעם באקומען דעם נאמבער, און געלאזט א מעסידזש מען זאל מיר אראפסיינען, און ס'האט א וודאי נישט געהאלפן).
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
נאך איינער

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך נאך איינער »

עמיצער ווייסט ווער סאיז פאראנטווארטליך פאר ארים קאלן האלב עלעוו אויפדערנאכט צי קרית יואלע היימען וועגן לוית?
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך פרישוואסער »

718-305-6937

וואס איז פשט אז איר מיזט טוישען די שטימע?

וואס באהאלט איר אינטערן פאלשן קול?

שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

לאמיר זעהן אױף למעשה,
מ׳דעבאטירט ארום צו ס׳אױסגעהאלטן אדער נישט, לאמיר טאקע זען אױב ס׳ברענגט טאקע ארײן אזױפיל געלט אז מ׳זאל זאגן אז ס׳איז יצא הפסדו בשכרו, אױב נישט איז דאך נישט שײך צו זאגן אז ס׳איז אױסגעהאלטן צו רוד׳פן מענטשן, טאטעס, און נאכמער, אידישע פארפלאגטע מאמעס, (װאס זענען סײװי נישט די געבערס) אדרבה, ירא הקהל וישפוט,
מ׳זאל מאכן אן אנקעטע אזױ:
דריקט איר אײנס בײ א ראבא קאל צו געבן?
זאגט איר אן אין שטוב צו בײשטײערן בײ א ראבא קאל?
גיבט איר מער געװאנדן אין װי עמאושענאל די געשיכטעס זענען?
גיבט איר נאכמער אױב ס׳איז א לײװ מענטש?
גיבט איר נאכמער אױב ס׳איז א פרױ?

פון דא און װײטער זאלן אלע שאלות זײן פארקערט,

גיבט איר דוקא נישט בײ א ראבא קאל?
זאגט איר אן אין שטוב וכו'.
אא״װ............
אדרבה, לאמיר טאקע זעהן אױב די ראבא קאלס ברענגען טאקע ארײן אזױפיל געלט, און אױב ס׳לױנט ארױפצוגײן א דרגא יעדן טאג מיט אײנפעלער מזכה צו זײן אידן מיט מיט העכערע מדרגות פון מצװת צדקה,
(איך בין גאנץ ערנסט)
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

איז דא א וועג פאר אן א"י איד מיט אן אמערקאנער נומבער מען זאל אים נישט אויפוועקען יר פינעף מאל א נאכט?
פארשפארט

צוריק צו “צדקה וחסד”