שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הארמאניע
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 11:14 am

תגובה דורך הארמאניע »

כתמר יפרח האט געשריבן:א מין רשעות וואס דא גייט פאר.
איך האב געהאט א גאר וויכטיגע אפוינטמענט ביי גרויסע דאקטער וואס איך ווארט שוין זייער לאנג אנצוקומען צו אים, ענדליך די טאג וואס איך האב געדארף גיין צו אים בין איך אויפגעשטאנען זייער פרי צו קענען כאפן א פרי מנין אז איך זאל נאך האבן גענוג צייט נישט צו כאפן די ראש האער שעות קיין מענהעטן, לויף אריין אין שוהל אין כאפ די ערשטע מנין, איך ברויך יעצט גאר וויכטיג צו האבן רואיגקייט אין נישט זיין נארוועז, איך לייג תפילין אין זעץ זיך אראפ רואיגערהייט, ווען פלוצליג רוקט זעך אן א קליינער ראצער 'טיסקעלע מיצוועס' קלאפט ער מיט זיינע פאר גראצער אין האנט, א מין חוצפה דאס, וואס נעמסטו מיר אוועק דאס ביסל מנוחת הנפש, איך איגנאר אים,
גייט נישט אריבער קיין צוויי מינוט אודך, א צווייטער בחור'ל מיט די זעלבע תורה, זאג, זיי טראכטן נישט אז איך דארף יעצט חאפן גאר וויכטיגע אפוינטמענט?
ענדלעך מ'ענדיגט שמונעסרע איך קוק שוין אויפן זייגער, אין טראך טראך טראך... מוריי בראבויסיי איך גיי נאך געלט פאר א חשובה..., וואס גייט דא פאר? ווי איז דאס ביסעלע רחמנות?
נאכ'ן דאווענען לויף איך אהיים פאר א שטיקל צובייס, איך ווארט אויף מיין חבר זאל מיך קומען אויפיקן, אזוי ווי איך הייב אן עסן הער איך ווי ער קלאפט אויפן טיר, איך שאר אפ די ברעקלעך אין לויף צום טיר, אין וועם זעה איך??? א משולח, איך גיי נאך געלט פאר א חשובה...

די פאוינט וואס איך וויל ארויסברענגן איז, אז כלל ישראל זענען רחמנים בני רחמנים אין מיר האבן ב"ה הונדעטער אנגענזאציעס אין מוסדות, הצד השוה שבהם אז יעדער דארף געלט, אין מ'זוכט וועגן וויאזוי צו שנאדערען, אין נישט אלעמאל איז עס געשמאק אבער מ'פארשטייט די נוצרך אויכט.
אוודאי ווען די זעלבע משולח קלאפט דריי מאל א טאג אויף מיין טיר (א שטייגער ווי חט"מ) וואלט איך אים .... שוין ...
אבער אז מיין טעלעפון קלונגט אביסעלע פאר א צוועק א מעטשינג קאמפיין איז נישט עק וועלט.

מ'זאל קיינמאל נישט דארפן צוקומען צו שפירן וואס מיינט גיין נאך געלט.

טשולדיגט אבער דאס איז נישט קיין פארגלייך...שטעלדעך פאָר די פרובירסט צו כאפן די ערשטע מנין...זעסט אן אנגעפילטן שטיבל וואס קוקט אויס ווי מגייצעך שטעלן..גייסט אריין...זעסט ווי איינער גייט צו צום עמוד...אבער אנשטאט אנפאנגען דאווענען דרייט ער זיך אויס און נעמטזעך דרשענען אז ער גייט נאך געלט
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובה דורך טעם וריח »

כתמר יפרח האט געשריבן:א מין רשעות וואס דא גייט פאר.


מ'זאל קיינמאל נישט דארפן צוקומען צו שפירן וואס מיינט גיין נאך געלט.

איך מוז דיסעגריען מיט אייער פיינעל סטיטמענט.. יא מען זאל יא שפירן און טאקע גיין נאך געלט! צדיקים האבן מגלה געווען אס דאס ריינוגט אלע עבירות! מען זאל גיין (חלילה פאר זיך...) און טאקע אליין שפירן ווי שווער עס איז, איין טריט פאר יענעם שפארט מען טויזענט טריט פאר זיך...
על "טעם וריח" אין להתווכח
הארמאניע
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 11:14 am

תגובה דורך הארמאניע »

טעם וריח האט געשריבן:צדיקים האבן מגלה געווען אס דאס ריינוגט אלע עבירות!

און טאקע אליין שפירן ווי שווער עס איז, איין טריט

סקוקט אויס ווי איר דיסעגריט אויך מיט זיין מעין ארגומענט
אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 892
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובה דורך געשיקטער »

אפשר קען אימיצער מיר מסביר זיין מה הועילו חכמים מיט דעם גאנצען שמיעס
די וואס פירען אן מיט די קאמפעינס ליינען אייוועעלט?
אוועטאר
ברעטל
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:48 pm
לאקאציע: ביים ברעטל

תגובה דורך ברעטל »

די ווייסע הויז ליינט אייוועלט? די צפון קארעא ראקעט מען ליינען אייוועלט? די קרייציגלער ליינען אייוועלט?

מ'שמועסט דא אויס פארשידענע טעמעס, היסטאריע און אויך אקטועלע. דאס איז א אקטועלע טעמע וואס שטערט פאר אסאך מענטשן.
"יישר כח בעל תפלה, ס'וואלט געקענט נעמען אסאך לענגער"!
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3681
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובה דורך יואל שרייבער »

מען דארף ווען מאכן א ראבא קאל קאמפיין קעגן אלע ראבא קאלערס מען זאל ארויפשטעלן דא די נומערן פון אלע ארגאניזאציעס און געשעפטן וואס מאכן ראבא קאלס און יעדער זאל אנרופן פארלאנגען אז זיי זאלן אויפהערן דערמיט.
איך גלייב אז רוב וועלן אויפהערן אויב זיי וועלן באקומען הונדערט טעלעפאן קאלס נאך יעדע אזא ראבא קאל
אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 892
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובה דורך געשיקטער »

ברעטל האט געשריבן:די ווייסע הויז ליינט אייוועלט? די צפון קארעא ראקעט מען ליינען אייוועלט? די קרייציגלער ליינען אייוועלט?

מ'שמועסט דא אויס פארשידענע טעמעס, היסטאריע און אויך אקטועלע. דאס איז א אקטועלע טעמע וואס שטערט פאר אסאך מענטשן.


אה"נ דאס איז טאקע אויך מיין שאלה בנוגע די אלא ויכוחים בנוגע די נייעס וכ'

מילא לאקאלע פאליטיק קען עס זיין א פערזענליכע נ"מ
ווי אזוי צו שטימען ביי די וואלען
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

יואל שרייבער האט געשריבן:מען דארף ווען מאכן א ראבא קאל קאמפיין קעגן אלע ראבא קאלערס מען זאל ארויפשטעלן דא די נומערן פון אלע ארגאניזאציעס און געשעפטן וואס מאכן ראבא קאלס און יעדער זאל אנרופן פארלאנגען אז זיי זאלן אויפהערן דערמיט.
איך גלייב אז רוב וועלן אויפהערן אויב זיי וועלן באקומען הונדערט טעלעפאן קאלס נאך יעדע אזא ראבא קאל

איך בין רעדי צי ספאנסארן $10 פאר די קאמפיין
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2050
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובה דורך פארווייטאגט »

כתמר יפרח האט געשריבן:א מין רשעות וואס דא גייט פאר.

אוודאי ווען די זעלבע משולח קלאפט דריי מאל א טאג אויף מיין טיר (א שטייגער ווי חט"מ) וואלט איך אים .... שוין ...


מ'זאל קיינמאל נישט דארפן צוקומען צו שפירן וואס מיינט גיין נאך געלט.


איינער אויסער דיר רעדט פון גיין נאכגעלט?
מען רעדט נאר פון די וואס זיצען באקוועם זיך ביים טיש (אדער אויפן קאוטש), און קריכן אויף די נערווען פון הונדערטער אידען, ניצענדיג די שוואכקייט וואס אידען האבן פאר מוסדות און נצרכים.

איך אליין בין שוין אסאך מאל געגאנגען נאכגעלט, און פאר הצלת נפשות ממש, איז מיר אמאל אהנגעפאלען צט דערקיטשענען א איד אויף אזעלכע מיאוס'ער אופנים? אודאי אז נישט. יענעמס לעבן איז אמאל אויך ווערט אפאהר צענט.

טעם וריח האט געשריבן:
כתמר יפרח האט געשריבן:א מין רשעות וואס דא גייט פאר.


מ'זאל קיינמאל נישט דארפן צוקומען צו שפירן וואס מיינט גיין נאך געלט.

איך מוז דיסעגריען מיט אייער פיינעל סטיטמענט.. יא מען זאל יא שפירן און טאקע גיין נאך געלט! צדיקים האבן מגלה געווען אס דאס ריינוגט אלע עבירות! מען זאל גיין (חלילה פאר זיך...) און טאקע אליין שפירן ווי שווער עס איז, איין טריט פאר יענעם שפארט מען טויזענט טריט פאר זיך...


זייער גוט.
א טריט פאר יענעם. נישט א שטויס (ראבא קאל) נאר א טריט.
פאטעטא קוגל
שר חמש מאות
תגובות: 683
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:18 pm

תגובה דורך פאטעטא קוגל »

צעגראדזשעט האט געשריבן:מיין מיינונג:

אבער מיין סעלפאון?!?.. איך לייג אין ערגעץ נישט דעם נומער צוליב א סיבה! ווייל איך וויל דו זאלסט מיר"נישט" רופן! דער וואס איך וויל יא ער זאל מיר רופן וועל איך געבן מיין נומער.
און קריך אראפ פון מיר!
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובה דורך nmi »

שוין חדשים וואס מ'שמועסט אום מ'גיט עיצות, אפילו גוטע עיצות אבער למעשה איז קיינער נישט גרייט אריין צו שפרינגן דעראין. פאר א פאר חדשים צוריק האב איך מחליט געווען אז עד כאן אומרים בשבת הגדול און איך האב אפגעמאכט אז איך וועל עס סטאפן ביי מיר בכל התוקף.

די ערשטע זאך האב איך געדריקט ביי אלע קאלס וואס האבן געגעבן א אפשען זיך אראפצוסיינען אבער ס'האט גארנישט געהאלפן חוץ ביי איין האט עס יא געארבעט און זייט דעמאלס הער איך נישט פון יענעם.

נאכדעם האב איך אנגערופן אפטימום מיט ווערייזאן און זיי געפרעגט וויזוי מ'בלאקט נאמבערס און יעדע נאמבער וואס איז געווען א ראבא-קאל האב איך געבלאקט.

בנוסף צו דעם האב איך ארויפגעסיינט מיינע אלע פאוןס אויף די ליסט נישט צו באקומען די אלע קאלס.

איך האב שוין א שיינע פאר חדשים נישט באקומען "קיין איין איינציגסטע קאל אויף מיינע מיט די רעביצין'ס סעל'ס". אויף מיין היים טעלעפאון מאכט זיך אמאל אמאל אז איך באקום עפעס און איך בלאק גראד די נאמבער.

אשר על כן טייערע יודן. מ'האט זיך שוין גערעגט, געשאלטן, געעפנט און פארשפארט אשכולות און קיינער איז נישט גרייט זיך צו נעמען צו די ארבעט. טוטס וואס איך האב געטוען און האטס א רואיגע לעבן.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
מוכר ספרים
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 2:12 pm

א מזכה את הרבים האט צום ערשטן מאל אנגעהויבן טון צום זאך

תגובה דורך מוכר ספרים »

# 1 אין סעריע
אטעטשמענטס
ראבא קאלס_page-0001.jpg
ראבא קאלס_page-0001.jpg (689.11 KiB) געזען 2436 מאל
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובה דורך נשמה »

אפשר זענען אזאנע קאלס ממתיק דינים?
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובה דורך nmi »

נשמה האט געשריבן:אפשר זענען אזאנע קאלס ממתיק דינים?

קיינער איז נישט בארעכטיגט ממתיק צו זיין מיינע דינים. און אויב איינער איז מיר עס יא ממתיק איז ער נאך אלץ עתיד את הדין. אויב ס'וואלט געקומען פון איינע פון די תלמידי בעל שם וואלט איך עס יא מקבל געווען בשמחה, נישט ווען ס'קומט פון עדווערטייזמענט און פון יעדע צווייטע שמויגער.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
דער פאני מענטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 3:53 pm

תגובה דורך דער פאני מענטש »

Growth hacker האט געשריבן:You can easily block it though (on your cell phone)


נישט אלע טעלעפאנען האבן אזא אפציע.
funniestman.com האט גארנישט מיט מיר
Clm
שר חמש מאות
תגובות: 841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:45 am

תגובה דורך Clm »

In the last hour I received 3 phone calls
אוועטאר
כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

תגובה דורך כשרע טעלעפאן »

נשמה האט געשריבן:אפשר זענען אזאנע קאלס ממתיק דינים?

איז אזוי, מגלגלין זכות על ידי זכאי, וחובה על ידי חייב. קען זיין דו דארפסט עפעס אפקומען, אבער ווער האט יענעם געמאלדן אז דייקא ער איז דער שליח דיר צו צוברענגען צו המתקת הדינים?
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2050
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובה דורך פארווייטאגט »

נשמה האט געשריבן:אפשר זענען אזאנע קאלס ממתיק דינים?


דערווייל איז עס מער מעורר דינים ח"ו.

לידיעה בעלמא. ווען איך לאז אייך אראפ א קנאקעדיגע פראסק, פארשטייט זיך ברבים, איז עס ממתיק אלע אייערע דינים, אסאך מער ווי צען ראבא קאלס. וועסט אויף מיר מלמד זכות זיין ווען איך טוה עס טאקע?

פליז.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובה דורך נשמה »

פארווייטאגט האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:אפשר זענען אזאנע קאלס ממתיק דינים?


דערווייל איז עס מער מעורר דינים ח"ו.

לידיעה בעלמא. ווען איך לאז אייך אראפ א קנאקעדיגע פראסק, פארשטייט זיך ברבים, איז עס ממתיק אלע אייערע דינים, אסאך מער ווי צען ראבא קאלס. וועסט אויף מיר מלמד זכות זיין ווען איך טוה עס טאקע?

פליז.

איך מיין צוזאגן די 'צדקה' וואס ס'קומט ארויס דערפון. נישט די 'פאטש' דערפון.
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1874
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

העלפט!!!!

תגובה דורך פרישוואסער »

נאך א שטיק צייט וואס איך בין ב"ה באפרייט געווארען פין די ראבא קאלס האט זיך דאס באנייט פין פאריגע וואך מיט א רשעות נאך מער פין בעפאר, איז דאס ביי אנדערע אויך? אדער מען מיינט נאר מיך דאס מאהל?

וואס איז געווען די נאמבער וואס מען קען זיך אראפ נעמען? (אויס עס העלפט... ווייל דריקען נומבער 9 העלפט זיכער נישט!)
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8736
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובה דורך מי יודע »

פרישוואסער האט געשריבן:נאך א שטיק צייט וואס איך בין ב"ה באפרייט געווארען פין די ראבא קאלס האט זיך דאס באנייט פין פאריגע וואך מיט א רשעות נאך מער פין בעפאר, איז דאס ביי אנדערע אויך? אדער מען מיינט נאר מיך דאס מאהל?

וואס איז געווען די נאמבער וואס מען קען זיך אראפ נעמען? (אויס עס העלפט... ווייל דריקען נומבער 9 העלפט זיכער נישט!)

גם אני בתוכם, און ער קאלט פון אוט אוו עריא וואס מ'קען נישט בלאקן
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלפיים
תגובות: 2475
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

תגובה דורך פארפלאנטערט »

פרישוואסער האט געשריבן:נאך א שטיק צייט וואס איך בין ב"ה באפרייט געווארען פין די ראבא קאלס האט זיך דאס באנייט פין פאריגע וואך מיט א רשעות נאך מער פין בעפאר, איז דאס ביי אנדערע אויך? אדער מען מיינט נאר מיך דאס מאהל?

וואס איז געווען די נאמבער וואס מען קען זיך אראפ נעמען? (אויס עס העלפט... ווייל דריקען נומבער 9 העלפט זיכער נישט!)

עמך אנכי בצרה

איך האב געבלאקט די נומבערס, אבער עס גייט אין וואויסמעיל
באקומען די לעצטע וואך יעדן טאג מינומים 4 וואויסמעילס
[email protected]

סארי פאר מיין אידישע מעסעדזש, איך האב נישט קיין ענגלישע קיבאורד...
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1874
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

718-298-2405

תגובה דורך פרישוואסער »

718-298-2405

Please Stop calling!!
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2679
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובה דורך פומפדותא »

דאס רשעות איז, אז דער רויבער קאלער האט זיך היינט פארשטעלט אונטער א נאמען פון א שפיטאל, איך מיין אז עס איז צייט אפצושטעלן די אום-אחריות'דיגע אויף פירעכטס.

די נאמען אויף די איידי איז געוועהן Peninsula Hospital
בילד
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

פומפדותא האט געשריבן:דאס רשעות איז, אז דער רויבער קאלער האט זיך היינט פארשטעלט אונטער א נאמען פון א שפיטאל, איך מיין אז עס איז צייט אפצושטעלן די אום-אחריות'דיגע אויף פירעכטס.

די נאמען אויף די איידי איז געוועהן Peninsula Hospital


נאר אשפיטאל וועט פאר אים העלפן

אפשר דערט עט ער קריגן א געזונטע איינשפריץ
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
פארשפארט

צוריק צו “צדקה וחסד”