די סוגיא פון מארטגעדזשעס והמסתעף

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יונה ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 4:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה ישראל »

לוינט זיך צו צאלן די פראפערטי טעקס יעדע חודש צוזאמען מיט די מארטגעדזש, אדער סוף יאר פאר די גאנצע יאר, ווי מאכט עס א חילוק ?
אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערספעקטיוו »

גוט גוט
אטעטשמענטס
1.jpg
1.jpg (27.91 KiB) געזען 3599 מאל
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 833-3AskArk.
יונה ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 4:36 pm

PMI - TAX

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה ישראל »

איז אמת אז אויב צאלט מען PMI קען מען נישט צאלן TAX סוף יאר, מ'מוז עס צאלן יעדע חודש ?
אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערספעקטיוו »

יונה ישראל האט געשריבן:איז אמת אז אויב צאלט מען PMI קען מען נישט צאלן TAX סוף יאר, מ'מוז עס צאלן יעדע חודש ?

https://www.yiddish24.com/cat/144
אטעטשמענטס
Capture.JPG
Capture.JPG (21.3 KiB) געזען 3482 מאל
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 833-3AskArk.
בונדל
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 9:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בונדל »

איינס האט געשריבן:3.41 אין July 16

Screen Shot 2019-08-08 at 3.28.14 PM.png

אין 17 איז נאר געגאנגען ביז 3.78

Screen Shot 2019-08-08 at 3.27.57 PM.png

און אז מרעדט שוין דא איז דא איינער וואס טענהט אז ער ווייסט צו הפארזאגן אז זגייט נאך אביסל אראפ גיין אינדערהאך ארויף....
זאל איך איהם טראסטן?....

למעשה, גייט עס נאך צוריק אראפגיין?
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

אגב, מארטגעדזש ראטעס האבן היינט געכאפט א נישקשה'דיגן גליטש.
פאלקס קיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקס קיך »

מונאוויטש האט געשריבן:אגב, מארטגעדזש ראטעס האבן היינט געכאפט א נישקשה'דיגן גליטש.

דהיינו?
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

יונה ישראל האט געשריבן:איז אמת אז אויב צאלט מען PMI קען מען נישט צאלן TAX סוף יאר, מ'מוז עס צאלן יעדע חודש ?

אויפן איטערוויו זאגט ער אז סכמעט נישט שייך

איך ווייס יא פון עטליכע וואס צאלן עקסטער אליין זייער טעקס כאטש זיי האבן א PMI
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
מארגעזש עדווייזער
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 17, 2020 12:45 pm
לאקאציע: אמעריקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגעזש עדווייזער »

היינט געווען הימעל שרייענדע נידריגע אינטרעסט רעיט פאר 3.375%
אז איינער פלאנט צו קויפן יעצט ,לוינט זיך צו אריינלאקן די רעיט יעצט ווען עס איז אזוי נידריג
פאר מער אין אישי
יונה ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 4:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה ישראל »

פערספעקטיוו האט געשריבן:מארטגעדזש אינשורענס (PMI), ווי דאס משמעות פונעם ווארט דערציילט שוין, איז א פארזיכערונג פאר דער באנק צו באקומען איר געלט פון דער הלוואה אין פאל דער לווה באצאלט נישט דעם חוב. ס'איז א סכום געלט, וואס קומט צו צום חודש'ליכן מארטגעדזש-פעימענט, און באטרעפט רוב מאל ערגעץ אין דער געגנט פון 0.5 ביז 1 פראצענט פונעם סך הכל מארטגעדזש.

פארוואס, ווערט דאך שרעקליך שווער, זאל די באנק זיך נויטיגן אין אינשורענס: אַ-מער, ווי דערמאנט פריער האלט דאך די באנק דאס הויז אלס משכון, אין פאל ס'כאפט מיך, דעם לווה, אן א חשק נישט צו באצאלן, וועט זי, די באנק-מלווה, מיט גרויס פאראד מיך ארויסבאגלייטן פון הויז – וועלכן זי וועט דאן פארקויפן און זיך באצאלן ס'געלט וואס כ'בין זי שולדיג. קומט דאך לפי זה אויס (לאמיר זען צי דו קענסט כסף-נבחר'דיג דרייען מיט'ן אגודל) אז די באנק איז יא פארזיכערט מיט'ן קרן; אויב זי איז פארזיכערט מיט'ן קרן, דארף זי דאך נישט פארזיכערט ווערן דורך אינשורענט – וויבאלד זי איז דאך שוין אפגעזיכערט געווארן דורכ'ן הויז). האבן מיר דאך א דאך-אויפברעכנדער קשיא: צוויי פארזיכערונגען למה לה?

אין איין ווארט אויפ'ן אונגארישן דרך הלימוד: פארוואס דארף די באנק PMI, אויב זי האט שוין דאס הויז אלץ גאראנטי?

דער תירוץ איז, אז מ'רעדט פון גאאאאאר א ספעציפישן פאל, והוא, ווען דער דאון-פעימענט איז ווייניגער ווי צוואנציג פראצענט פונעם פרייז וואס דאס הויז קאסט. דער פרייז פונעם הויז איז, לאמיר זאגן, 500-טויזנט דאלאר, אבער איך האב נישט אראפצולייגן קיין צוואנציג פראצענט (100-טויזנט דאלאר). זאגט מיר די באנק, כ'בין מסכים זאלסט געבן א קלענערן דאון-פעימענט (און כ'בין אויך מסכים מיטצושפילן פאר דער גאס אז דו האסט בעצם יא דאס געלט), אבער אזויפיל פארלאנג איך יא, אז דו זאלסט ארויסנעמען 'פרייוועט מארטגעדזש אינשורענס', אז אינעם ספק-ספיקא'דיגן פאל אז איך וועל נישט באצאלן דעם מארטגעדזש, און דאס פארקויפן דאס פארכאפט הויז דיינס וועט נישט דעקן דעם גאנצן חוב, זאל קומען דער PMI און באצאלן די דיפערענץ.

בעצם נעמט די באנק טאקע א מומחה אפצושאצן די ווערט פונעם הויז און זיכער מאכן אז ס'איז ווערט דעם מארטגעדזש-סכום. פארט, איז דאס מציאות אז ווען א באנק פארקויפט א פארכאפט הויז, גייט עס פאר ווייניגער ווי דעם עכטן מארקעט-שויות. (די סיבות זענען ווייניגער וויכטיג – אזוי איז דאס מציאות.) נאך א נקודה, ווי פריערדערמאנט וויל די באנק אז דער לווה זאל אינוועסטירן אינעם הויז-מקח א לייטישן סכום אייגן געלט, כדי יענער זאל אויך האבן גענוג צו פארלירן און במילא זיכער זיין צו באצאלן דעם מארטגעדזש. מיט צוואנציג פראצענט דאון פעימענט, פילט די באנק אז יענער האט דא אריינגעלייגט גענוג געלט; מיט ווייניגער ווי צוואנציג פראצענט הייבט די באנק מורא האבן, אז איך בין נישט גענוג 'אינוועסטירט' אינעם הויז און וועל גרינגער משלים זיין מיט'ן עס פארלירן.

PMI בלייבט נישט צוגעטשעפעט צום מארטגעדזש לעולם ועד און מ'קען דערפון מיט דער צייט פטור ווערן. געווענליך קען מען אויפהערן צאלן PMI איינמאל דער מארטגעדזש באטרעפט ווייניגער ווי אכציג פראצענט פונעם הויז'ס ווערט. דאס הויז, ווי פריערדערמאנט, איז ווערט 500-טויזנט דאלאר; דער מארטגעדזש, לאמיר זאגן, באטרעפט 450-טויזנט דאלאר – וואס איז ניינציג פראצענט פון דער שויות. איינמאל דער מארטגעדזש-סכום קומט אן צו אכציג פראצענט דערפון, קען איך אנרופן די באנק און בעטן איר אראפצונעמען דעם PMI.

וויאזוי איז די דין אויב די דאון פעימענט איז 5%, אבער דאך איז די מארדגעדזש ווייניגער ווי 20% פון די הויז עפפרעסד וועליא, דארף מען אויך צאלן PMI ?
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אויב פארשטיי איך גוט די שאלה
ניין pmi איז נישט אויף די חלק אז דו לייגסט אראפ 5% נאר אז די מארגעדזש איז אויף מער פון 80%
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

ווען דו קויפט א הויז וועט די באנק קוקען אויף די 'קלענערע' פון די פאלגענדע צויי: 1) פרייז 2) אפּרעיסד וועליו. אויב די מארטגעדזש איז מער פון 80% פון איינע פון די צוויי, ברויכסטו ארויסנעמען מארטגעדזש אינשורענס.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

יא גערעכט נישט פארשטאנען זיין שאלה
איך האב געמיינט ער מאכט עפעס א דריי ביים אראפלייגן כאילו די מוכר געבט א חלק

עני וועי איך מיין אז בייים ריפיינענסן גייט עס שוין נאר אויפן וועליו, גערעכט?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
טשאקלעט
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 10:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאקלעט »

איינס האט געשריבן:יא גערעכט נישט פארשטאנען זיין שאלה
איך האב געמיינט ער מאכט עפעס א דריי ביים אראפלייגן כאילו די מוכר געבט א חלק

עני וועי איך מיין אז בייים ריפיינענסן גייט עס שוין נאר אויפן וועליו, גערעכט?

ריכטיג.
הערש לייב
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 20, 2017 5:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערש לייב »

געווענדליך. עס דארף אבער אויך זיין א וועג אראפ צו נעמען די PMI, דורך אריין געבן אן אפרעיזעל צום באנק וואס ווייזט אז די מארגעטש איז שוין נישט מער ווי 80% פון די וועליו.
יונה ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 4:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה ישראל »

איז דא וועג צו באקומען די HomeReady Program אן אדורך גיין די קורס?
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

מארגעזש עדווייזער האט געשריבן:היינט געווען הימעל שרייענדע נידריגע אינטרעסט רעיט פאר 3.375%
אז איינער פלאנט צו קויפן יעצט ,לוינט זיך צו אריינלאקן די רעיט יעצט ווען עס איז אזוי נידריג
פאר מער אין אישי

ישר כח, וואס איז די אינטרעס רעיט היינט.
אוועטאר
חיים יצחק
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 12:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים יצחק »

נישט שייך צו ענטפערן אזא שאלה. ס'איז דא כל מיני פאקטארן וואס מען דארף נעמען אין קאנסידירעישן לדוגמא 1) פריימערי רעזידענס אדער אינוועסטמענט 2) וויפיל פעמילי 3) קרעדיט סקאור 4) וויפיל מארטגעדזש מען נעמט ארויס וכו.....
אוועטאר
חיים יצחק
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 12:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים יצחק »

הערש לייב האט געשריבן:געווענדליך. עס דארף אבער אויך זיין א וועג אראפ צו נעמען די PMI, דורך אריין געבן אן אפרעיזעל צום באנק וואס ווייזט אז די מארגעטש איז שוין נישט מער ווי 80% פון די וועליו.

די באנק איז נישט געבינדען עס אנצונעמען
אוועטאר
חיים יצחק
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 12:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים יצחק »

מונאוויטש האט געשריבן:ווען דו קויפט א הויז וועט די באנק קוקען אויף די 'קלענערע' פון די פאלגענדע צויי: 1) פרייז 2) אפּרעיסד וועליו. אויב די מארטגעדזש איז מער פון 80% פון איינע פון די צוויי, ברויכסטו ארויסנעמען מארטגעדזש אינשורענס.

נישט אלעמאל גילטיג
יונה ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 4:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה ישראל »

חיים יצחק האט געשריבן:

למעשה האט די באנק אראפגענומען די PMI אפי' ס'איז א 5% דאון-פעימענט, וויבאלד די עפפרעזעל איז געווען גענוג הויך
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

יונה ישראל האט געשריבן:

ביים קויפן?
וועלכע באנק?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
יונה ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 4:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה ישראל »

איינס האט געשריבן:
יונה ישראל האט געשריבן:
חיים יצחק האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:ווען דו קויפט א הויז וועט די באנק קוקען אויף די 'קלענערע' פון די פאלגענדע צויי: 1) פרייז 2) אפּרעיסד וועליו. אויב די מארטגעדזש איז מער פון 80% פון איינע פון די צוויי, ברויכסטו ארויסנעמען מארטגעדזש אינשורענס.

נישט אלעמאל גילטיג

למעשה האט די באנק אראפגענומען די PMI אפי' ס'איז א 5% דאון-פעימענט, וויבאלד די עפפרעזעל איז געווען גענוג הויך

ביים קויפן?
וועלכע באנק?

יא ביים קויפן, מער פרטים קום אין אישי
ריעל עסטעיט מתחיל
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 5:57 pm

line of credit

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריעל עסטעיט מתחיל »

לאמיר הערן פון די מארגיטש מבינים צו זיי זענען מסכים צו מיין השערה, אויב וויל מען ארויסקעשן די וועליו פון א הויז, למשל די וועליו איז 150 אלפים מעהר ווי די יעצטיגע מארגידש בעלענס, לכאורה לוינט זיך נישט צו ריפיינענסן די גאנצע מארגיטש ווייל ביי ריפיינענסן איז די רעיט טייערער ווי די רעיט וואס מען האט יעצט פון קויפן די פראפערטי, דאן איז בעסער צו נעמען א line of credit,
ביי מיר איז עס נוגע פאר א אינוועסמענט פראפערטי, אויב איינער האט דא עקספיריענס מיט א באנק פאר line of credit פאר א אינוועסמענט פראפערטי ביטע מודיע זיין,
יישר כח פאר אלע אדווייסערס
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ריעל עסטעיט מתחיל האט געשריבן: ווייל ביי ריפיינענסן איז די רעיט טייערער ווי די רעיט וואס מען האט יעצט פון קויפן די פראפערטי

א מעשה אז סאיז אזוי אדער דו זאגסט אז אייביג איז אזוי?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”