הקדמה:
כ׳האב געשריבן דא אויבן אז על פי דין ממה שנראה לענ״ד זאל דער שואל (חיים׳ן) גיין אין דין תורה און נעמען א גוטע טוען. אוודאי לפנים משורת הדין, און נאר אויב ער האט איבריג געלט זאל ער מוחל זיין די גאנצע אדער א חלק וכדו׳. זעה
דא פאר מער.
האט מיר איינער אריין געשיקט דער קומענדיגע הערליכע מעשה מיטן אמרי אמת מיט אזא ענדליכע מעשה, אז ער האט יענעם גע׳עצה׳ט אז ער זאל מוחל זיין. ברענג איך אייך טייערע חברים, דא די מעשה, און דערנאך מיינע הגהות וואס כ׳האב יענעם געענטפערט וואס איך טראכט לענ״ד אז ס׳איז זיכער נישט געווען קיין הוראה לרבים.
די מעשה:
צום אמרי אמת ׁ(דאכט זיך מיר) איז געקומען א יוד מיט א ענדליכע פרשה, דער יוד וואס האט ביי עם געדינגן א דירה איז ליידער אוועק, און ס'איז געבליבן ביי עם אן אלמנה מיט אפאר יתומים, און פארשטייט זיך אז צו באצלען האבן זיי נישט. און ער וואלט זייער געוואלט זיי ארויסשיקן פון די דירה.
האט עם די אמרי אמת געזאגט אז אויב ער וויל טוהן וואס איז ריכטיג, זאל ער נישט מיטשענען די פאמיליע.
האט דער יוד געטענה'ט, פארוואס איז די רבי מיר מחייב אויסצוהאלטן די משפחה, איך בין גרייט אויך זיך צו שטעלן שיין, אבער זאלן אנדערע פארמעגליכע יודן זיך אויך צושטעלן, פארוואס פאלט די גאנצע עול אויף מיר?
עטנפערט די אמרי אמת, אויב פון הימל האט מען דיר אינטערגעשיקט דעם פעקל, איז א סימן עס איז דיין מצוה.
און ער האט צוגעטשעלט א שיינע צושטעל.
עס איז באקאנט די גמ' אין גיטין מא. אז א חצי עבד וחצי בן חורין, וואס ער קען נישט חתונה האבן נישט מיט קיין שפחה און נישט מיט קיין בת ישראל, וועט ער דאך נישט קענען מקיים זיין די מצוה פון לא תוהו בראה לָשֶבֶת יצרה, איז די דין אז כופין את רבו ועושה אותו בן חורין.
שטעלט זיך די שאלה, הלמאי, ובכן אז דער עבד דארף מקיים זיין מצות שבת מוז דער אדון פארלירן זיין געלט און עם משחרר זיין? זאלן די גביר'שע יודן אין שטאט זיך צאמנעמען און עם אויסלייזן וועט ער קענען מקיים זיין מצות שֶבֶת.
אלא מאי, זעהט מען דאך קלאר, אז אויב איז די מצוה אריינגעפאלן ביי דיר, איז א סימן אז דאס איז דיין מצוה, און דו קענסט זיך נישט ארויסדרייען דערפון, עד כדי כך אז מ'קען עם צווינגן.
האם היה הוראה לרבים?
האב איך יענעם גענפערט ווי פאלגענד: די מעשה איז הערליך, און אויסערגעווענליך, אגב, האב איך שוין אמאל געהערט די מעשה און עס פארגעסן, יש״כ פארן דערמאנען און אויך אזוי שיין אראפ לייגן.
לעניינו פארשטיי איך אז דאס איז נישט געווען קיין הוראה לרבים, וויבאלד ס׳איז אנדערש א אלמנה מיט יתומים וואס די שרייסבט אז די מעשה איז געווען מיט זיי, און אויך איז עס געווען לענ״ד א יחידות׳דיגע הוראה צו טוהן לפנים משורת הדין. ווי אויך קענסטו נישט וויסן, צו אפשר איז דער יוד געווען א עושר. לכאורה פארשטיי איך אז די מעשה איז אזוי געווען, יעצט אוודאי איז דער צו שטעל פון חצי עבד חצי בן חורן א הערליכע צו שטעל, און אפי׳ און הלכה איז אויך דא אזא מושג, פון עניי עירך קודם, אבער אויב אזא הלכה ביי א טענענט, אז מען זאל מוחל זיין, איז נישט דא אין שלחן ערוך, ממילא שטיי איך ווייטער ביי מיינס איז די ריכטיגע עצה צו געבן פאר אזא יוד, ווי אונזער שואל דא איז, אז ער זאל גיין און דין תורה, אויף א שטילע אופן אן קיין מחלוקת. און אזוי ווי כ׳האב געשריבן. אוודאי א חיזוק און אמונה קען דער שואל זעכער ארויס נעמען פון די מעשה, אבער מעיקר הלכה זאל ער טוהן כנ״ל, וכן נראה לענ״ד.