א געלינקטער - זאל מען טוישן?

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

ליבעריל קויבעק
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 08, 2014 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבעריל קויבעק »

טשאקלעט האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט מיט די לינקע, פארוואס זענען זיי לינק, מיט וואס זענען זיי אנדערש, פארוואס טוט זייער מוח הייסן די לינקע הענט טוהן אלעס, אויך זאגט מען אז געלינקטע זענען ספעציעל קלוג, יש דברים בגו?


יעך בין א געלינקטער אין אזוי מיינע צוויי קינדער. איך לייג תפילין אויף די רעכטע האנט אין אונז זעמיר זעמיר קלוג!
אוועטאר
נער הייתי
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 5:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נער הייתי »

נאטורליך האט געשריבן:מיין פרוי איז א געלינקטע, וואס הייסט ס'שאד פארן דיבור? מ'רעדט ווייניגער? אפשר איז כדאי צו פרובירן

אויב די קענסט איר מאכען פאר א גערעכטער, דעמאלסט קענסטו איר אויך מאכען שווייגען, עצה טובה פאנג נישט אן לאז געמאכט :lol:
אוועטאר
נער הייתי
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 5:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נער הייתי »

גם זה יעבור האט געשריבן:
טשאלענט האט געשריבן:געהערט אמאל פון א גאר געהויבענע און חשוב'ע איד וואס איז געווען א געלינקטער אלס קינד, און ער האט זיך איינגעוואוינט צו זיין א גערעכטער, אז עס האט אים געשאדט אויף זיין דיבור...

כך שמעתי על כ"ק מרן אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א

די שריפט איז אויך נישט שיין ווייל מען האט געטוישט די האנט
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

טשאקלעט האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט מיט די לינקע, פארוואס זענען זיי לינק, מיט וואס זענען זיי אנדערש, פארוואס טוט זייער מוח הייסן די לינקע הענט טוהן אלעס, אויך זאגט מען אז געלינקטע זענען ספעציעל קלוג, יש דברים בגו?


לינקע זענען נישט ספעציעל קלוג,

זיי זענען מער ארטיסטיק, טאלאנטפול, שארף מיט געוויסע חושים, ווי שפילן מוזיק, מאלעווען, צייכנען, פארמאגן געלינקטע אן אויבערהאנט אויף ״גערעכטע״, בד״כ.
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

לינקע זענען מער שולט אויף די רעכטע זייט היקאמפוס אין מח, וההיפוך להיפך.
אפשר דאך?
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 11, 2015 5:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר דאך? »

יעך בין א געלינקטער געבוירענער, פאר די בר מצוה האב איך זיך געטוישט אבער נאר דאס שרייבן. אלעס אנדערש (מיין איך) אז איך טו מיט די לינקע האנט. So far האב איך נאכנישט געזעהן קיין side effects
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

מיין אינגל איז א געלינקטער. קיינמאל געטראכט פון טוישן.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

מ'מעג משנה זיין? אז מ'האט זיך געפירט אמאל צו טוישן די קינדער צו טון זאכן מיט די רעכטע, היינט ברויך מען עס שוין נישט טון?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
Silent
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Silent »

ר' יום טוב האט געשריבן:מיין אינגל איז א געלינקטער. קיינמאל געטראכט פון טוישן.

RT
מי חכם האט געשריבן:מ'מעג משנה זיין? אז מ'האט זיך געפירט אמאל צו טוישן די קינדער צו טון זאכן מיט די רעכטע, היינט ברויך מען עס שוין נישט טון?


משנה זיין איז נאר ביי א קום ועשה, ווען איך טו גארנישט בין איך נישט ׳משנה׳
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

א פיינע מענטש האט געשריבן:א סופר האט מיר געזאגט אז די לעצטע 5 10 יאר זענען 40 פראצענט פון די קינדער געלינקט. א זאך וואס איז נישט געעוען אמאל.

ווער איז דער אזוי גערופענער סופר? איך קען נישט קיין צוואנציג פראצענט
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

מי חכם האט געשריבן:מ'מעג משנה זיין? אז מ'האט זיך געפירט אמאל צו טוישן די קינדער צו טון זאכן מיט די רעכטע, היינט ברויך מען עס שוין נישט טון?

לויט מיין ידיעה פלעגט מען אמאל זיין זייער שארף קעגן טוישן א געלינקטער (איך געדענק נאך ווי שארף מיין זיידע ז"ל איז געווען ווען איינע פון זיינע איניקלעך האט זיך געוואלט טוישן).
א פיינע מענטש האט געשריבן:א סופר האט מיר געזאגט אז די לעצטע 5 10 יאר זענען 40 פראצענט פון די קינדער געלינקט. א זאך וואס איז נישט געעוען אמאל.

איך מיין אז דאס איז נישט נאר איבער געטריבן, נאר בכלל נישט געבעיסט אויף אמת'ע פאקטן, אויסער אויב אלע געלינקטע גייען דוקא צו אים.
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

געזען א גליון וואס איר ארויסגעקומען פון די מרכז הכוללים אין קרית יואל, שרייבט דארט ר' שמואל שלמה טלר בריוו פון פארשידענע גדולי זמיננו וואס ער האט אנגעפרעגט בנוגע אט דעס ענין, אז אמאל פלעגט מען פרובירן איבערצוטוישן דאס שרייבן מיט די רעכטע, אבער היינט זאגן דאקטורים אז ס'קען חלילה צושאדן צו מ'זאל עס טאקע אויפהערן טון. כולם פה אחד שרייבן אז מ'זאל טאקע נישט צודריקן קיין קינדער עס צו טאן. (איינע פון די בריוו איז טאקע פון אדמו"ר מהר"א אויך).

וועגן א איטר זאל לייגן אויך אויף די לינקע הענט האביך געזען ברענגן בשם מרן מ'סאקמיר זי"ע אז ער פלעגט באפעלן מ'זאל קויפן צוויי של יד'ס און אלע טאג אנטאן געהעריג און נישט איבערדרייען די געווענליכע של יד אם לא בשעת הדחק.

פערזענליך האב איך געטוישט ביי די צוועלף יאר אנגעהויבן שרייבן מיט די רעכטע האנט, כ'האב ב"ה א שיינע שריפט. דאס אז מ'טוט אפט זאכן מיט די לינקע האנט שאדט נישט, ווי עס שטייט אין די פוסקים אז מ'גייט נאכן שרייבן (בנוסף איז מען מצרף די שיטות המקובלים אז מ'דארף אלץ לייגן אויף די שמאל כל אדם).

אויך באמערקט לעצטענס זייער אסאך געלינקטע, כ'בין עס תולה אינעם פאקט אז מ'האט אויפגעהערט באפעלן קינדער צו טוישן דאס שרייבן. אמאל האט מען שטארק משכנע געווען קינדער אזוי צו טאן. אין געוויסע פלעצער האט מען אפי' געצווינגן קינדער דורך צובינדן די לינקע האנט וכדו'.
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

ס'איז אמאל געווען דא א לאנגע שמועס דערוועגן.
ווער קען טרעפן
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

היינטיגע צייטן פרובירט מען אויך אז די קינדער זאלן נישט שרייבן מיט די לינקע האנט, אין די אינגערע כתות ווען א מלמד זעהט איינעם שרייבן מיט די לינקע האנט הייסט מען געווענליך טוישן און פרובירן מיט די רעכטע, נאר ווען מען זעהט אז עס גייט נישט און ער איז באמת א געלינקטער וועט מען לאזן שרייבן מיט די לינקע.

איך קען א איד וואס האט יארן לאנג געלייגט תפילין אויף די רעכטע האנט מיינענדיג אז ער איז א געלינקטער, ביז ער האט איינמאל געמוזט שרייבן מיט זיין רעכטע האנט און ער האט אויסגעפונען אז ער איז א גערעכטער פון די טאג וואס ער איז געבוירן....
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

א גאר אינטערסאנטער אפהאנדלונג בנושא פון 'תלמוד לערנער'


http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... fe247f015c
אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקל פרייליך »

גרויסן ייש"כ פארן לינק צו רעכט דענקינג, אם השמאל ואימינה. געליינט מיט הנאה און איך מיין אז מ'קען אים געבן גערעכט. ווי זאגט דער קעפל דא? א געלינקטער - זאל מען טוישן?.

(אגב, איז דער קעפל מענינא דקריאה מעורר הזמן אצל יעקב אבינו מיט יוסף הצדיק שהיו מחולקים בענין יד ימין או שמאל אויפן קעפל, ואפשר שלכך שלח את יהודה להורות לפניו ופירש"י לתקן לו בית תלמוד לערנער).
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

וויקיפידיע שרייבט אז 90% בערך מענטשן זענען רעכטע און 10% זענען לינקע.

ביי מענער איז דא מער געלינקטער.
לעצט פארראכטן דורך שטאלצער יוד אום זונטאג יאנואר 08, 2017 10:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

וועלטניק האט געשריבן:
א פיינע מענטש האט געשריבן:א סופר האט מיר געזאגט אז די לעצטע 5 10 יאר זענען 40 פראצענט פון די קינדער געלינקט. א זאך וואס איז נישט געעוען אמאל.

ווער איז דער אזוי גערופענער סופר? איך קען נישט קיין צוואנציג פראצענט

עס איז קלאר אז מען זעט היינט מער געלינקטע.

גווען ביי א בתים מאכער לעצטענס, האט ער מיר געוויזן א צעטעל, פון 15 בתים וואס ער ארבעט יעצט. "8 דערפון איטר'ס." עס איז אינטרעסאנט וואס ברענגט די פארמערונג פון געלינקטע.
אוועטאר
כסליו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 7:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כסליו »

טשאלענט האט געשריבן:
איך קען א איד וואס האט יארן לאנג געלייגט תפילין אויף די רעכטע האנט מיינענדיג אז ער איז א געלינקטער, ביז ער האט איינמאל געמוזט שרייבן מיט זיין רעכטע האנט און ער האט אויסגעפונען אז ער איז א גערעכטער פון די טאג וואס ער איז געבוירן....

ווי אזוי האט ער אויסגעפונען, וואס האט ער נישט געוואוסט פארדעם?
די נס חנוכה איז געווען אין "כסליו"
לייבישעל
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 28, 2010 8:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבישעל »

כסליו האט געשריבן:
טשאלענט האט געשריבן:
איך קען א איד וואס האט יארן לאנג געלייגט תפילין אויף די רעכטע האנט מיינענדיג אז ער איז א געלינקטער, ביז ער האט איינמאל געמוזט שרייבן מיט זיין רעכטע האנט און ער האט אויסגעפונען אז ער איז א גערעכטער פון די טאג וואס ער איז געבוירן....

ווי אזוי האט ער אויסגעפונען, וואס האט ער נישט געוואוסט פארדעם?

איך קען א מעשה פונקט פארקערט, א חבר מיינעם געלייגט אויף די לינקע האנט ווייל זיין טאטע האט געוואלט למעשה האט ער געשריבען מיט די לינקע האנט. נאך דו חתונה האט אים די דיין געהייסען טוישען.

ס׳דא וואס האבן געטוישט אין זייער שריפט אין געבליבען קרח מכאן וקרח מכאן.
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

חדשות האט געשריבן:
וועלטניק האט געשריבן:
א פיינע מענטש האט געשריבן:א סופר האט מיר געזאגט אז די לעצטע 5 10 יאר זענען 40 פראצענט פון די קינדער געלינקט. א זאך וואס איז נישט געעוען אמאל.

ווער איז דער אזוי גערופענער סופר? איך קען נישט קיין צוואנציג פראצענט

עס איז קלאר אז מען זעט היינט מער געלינקטע.

פון "מער געלינקטע" ביז "40 פראצענט" איז א היבשע שטיקל מהלך
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

אין שו"ת שבט הלוי חלק י"א איז דא א תשובה איבער דעם ענין צו הר"ר שמואל שלמה טעלער
ער שרייבט דארט אז טאמער איז עס נישט קיין גרויסע טרחה פארן קינד זאל מען אים יא אויסלערנען
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
וויסענשאפט
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויסענשאפט »

געהערט מפי הרר אברהם צבי וואזנער אז מען זאל נישט טוישן, אין אז די רבי זל פלעגט הייסן לייגן צוויי של יד, אין ער האט געזאגט אז א בחור זאל עס נישט אנהייבן צו טון ווייל עס איז נישט גרינג אין עס דארף זיין א דורך געטראכטע באשלוס
אוועטאר
כ'לאך
שר האלף
תגובות: 1113
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 11:40 am

Re: א געלינקטער - זאל מען טוישן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'לאך »

איינער ווייסט אויב ס׳איז דא א ספר/קונטרס וואס רעדט הלכות פון א איטר יד?
כ׳לאך ווען ס׳איז מיר גוט. נישט ווען דער פאטאגריפער הייסט
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30692
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

כ'לאך האט געשריבן:איינער ווייסט אויב ס׳איז דא א ספר/קונטרס וואס רעדט הלכות פון א איטר יד?

דא אסאך (דא איינס פון ר' חיים קניבסקי).

אנליין ווייסעך נישט וואו עס איז דא אלע, אבער דא האסטו עפעס http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 2#p1565392
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”