איידיעס פאר א מתנה פאר ערוואקסענע בחורים

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

איידיעס פאר א מתנה פאר ערוואקסענע בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

האט איינער עפעס עקספיריענס אין דעם?
איך וויל נישט געבן נאכאמאל א ספר און נאכאמאל א ספר. עס איז חנוכה אויף די וועלט ער פארדינט אויך עפעס א "געשמאקע" מתנה ווי זיינע קליינע ברודערס און - אפילו גרויסע - שוועסטערס.
פון די אנדערע זייט ווילט זיך נישט געבן קיין פראסטע זאכן. א זייגער האט ער שוין, און א בערזל דארף ער נאכנישט... (זאל עס די כלה קויפן בשעטו"מ)
ווידעראום תורה-טעכנאלאגישע כלים איז אויך נישט די קלוגסטע זאך, דיה לצרה בשעתה, פארוואס זאל איך בידים אריינשטופן א בחור'ל אין דעם ענדלאזע וועלט פון טעכנאלאגיע. זאל ער בעסער אויסנוצן זיינע יארן אויף די ישיבה בענק מיט א פארצייטישע עוז והדר גמרא.
האט איינער אן איידיע?
האט איינער עקספיריענס אין דעם?
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

גלייכט ער מוזיק? קויפט א פידל/גיטאר וכדו'. האט ער א געפיל צו אסטראנאמיע? האנדלט אייך איין א טעלעסקאופ וכדו'. האט ער א חוש צו מאלן? קויפט אים געצייג צו ארויסברענגען זיינע טאלאנטן...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

מוזיק איז טאקע א גוטע זאך עס איז עפעס וואס איטרעסירט כמעט יעדע בחור און עס איז גאר א ברייטע פעלד וואס יעדער קען הנאה האבן און נישט בארד ווערן שנעל און ער קאסט נישט קייט סאך א פידל גיטאר אדער א פלוט קען מען טרעפן פון $75 און ארויף עס איז נישט שווער צו זיך אויסלערנען חוץ א פידל וואס יא אביסל קאמפלעצירט און אויב דער בחורל וועט נישט זען קיין פראגרעס וועט ער זייער שנעל אויפגעבן‏

מאלן און אסטראנאמיע זענען זייער ווייניג בחורים אינטרעסירט ‏
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

מוזיקל אינסטרומענטן איז נישט קיין ארטיקל פאר א בחור וואס האט זיך נישט געלערנט לכה"פ א ביסל וויאזוי צו שפילן.
חוץ פון דעם איז דא עפעס א משהו אחיזה צו די גאס, די זינגערס, והמבין יבין.
איז נישטא עפעס פשוט'ערס?
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

א שיינע פעדער און בליי סעט מיט'ן נאמען ענגרעיווד?
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

א שטענדער
אוועטאר
אייער באקס
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 1:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער באקס »

ווילסט ״עכט״ וויסן? איך האב פאר דיר אן עצה, און ס׳איז א אויסגעפריווטע מיטל וואס אנדערע עלטערן האבן געטוהן און מיט גרויס סוקסעס, פארשטייט זיך אז ס׳איז 100 פראצענט אויסגעהאלטן תורה׳דיג!

״נעם אים אויף א טאג אדער האלבע טאג פישינג טריפ״
ס׳איז דא געניג שיפן וואס פארן ארויס פון -ביז שעות ווי א טאטע קען גיין צוזאמען אויפן ים טוהן וואס אונזערע עלטערן האבן געטוהן.

די טייערסטע שיף קאסט $65 וואס דאס איז פון 7׳בענע צופרי ביז 4׳ע נאכמיטאג. אבער מ׳קען אויך פארן פון 12- ביז 4׳ע נאכמיטאג, אדער פון 6 ביינאכט ביז חצות. בקיצור, די אפשענס זענען דא.

מען דארף גארנישט מיטברענגען, נאר א הויזן העמד/רעגן קויט מיט קאלאטשאן, ווייל מען ווערט אסאך אנגעשפריצט פינעם זאלציגן ים.

די אלע שיפן פירמעס זענען לעגאל, און טוען עס פאר ביזנעס, און זיי שטעלן צו אלע צוגעהערן און העלפן ארויס דארט אויפן פלאץ.

נעם זיך מיט א לאנגע שארפע פילעי מעסער, און די חברה דארט וועלן דיר פאלעיען די געכאפטע פיש רעדי פארן קאך אינדערהיים.

געוואנדן לויטן לעגאלן סיזען כאפט מען אייביג אנדערע סארט פיש, אבער בעיקר איזעס פלאנדער פיש, סי בעסס, מיט לינג פיש.
אלע זענען זיי דעלישעס, און טייער צו קויפן אין געשעפט.

בוסט רעדי? עלעך דיר דאן געבן נאמבערס מיט מער אינפאו.

אזא פרעזענליכע מתנה ווי א טאטע פארברענגט אויפן ים כאפן כשר׳ע פיש מיטן בחור, וועט ער געדעעעעעעעענקען פאר לעבן!!!
אוועטאר
פארצייטנס
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטנס »

עס איז היינט דא א וועלט מיט אינטערעסאנטע זאכן צו ליינען, ווי אידישע היסטאריע מיט בילדער, רייכע ביישרייבונגען פון גדולי ישראל, וואס איז אנדערשט פון א ספר וואס איז געמאכט נאר פאר א בחור וואס ניצט אויס יעדע איבריגע מינוט צו לערנען, אבער די ביכער [פארשטייט זיך פון ריינע מקורות] זענען אינטערעסאנט פאר יעדען, צוענד, מיט בילדער.....
[אויב איר ווייסט נישט וואס איך מיין, שפאציר'טס אריין און אייכלער'ס און ב"פ, זיי האבן די גרעסטע אויסוואהל אויף דעהם]
על פי רוב זענען די ביכער טייערער ווי א ספר, אבער אויב מען וויל געבן א מתנה וואס זאל לייגן א שמייכן אויפען פנים פון א עלטערע בחור איז עס כדאי....
אויך איז דא בחורים וואס וועלן הנאה האבן צו ליינען אויף תורת הנפש, עס איז טאקע נאכנישט דא אסאך אויף דעם געשריבן אויף אידיש, אבער אויף לה"ק איז שוין דא מער,
די עיקר איז אז די בחור זאל פילען אז די מתנה איז נישט לטובת הנותן, נאר לטובת המקבל ודו"ק......
קיינמאל נישט פארגעסען אז מיר זענען בני מלכים!! בשבילנו נברא העולם!!
נישט ווערן אראפגעשלעפט פון וואס עס גייט פאר אין די וועלט!!
אוועטאר
יום אחד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יום אחד »

א בערזל, און אריינלייגען עפעס טאשן געלט (איש כמתנת ידו).
אי אפשר שתקרא עבודת עבד, אלא כשגוף הדבר זר בעיניו. :שם משמואל
אוועטאר
טרעוולער
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

שיינע אייגענע נוי סוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעוולער »

איר קענט שוין טראכטן פון סוכות?

ס'דא צו קויפן הערליכע זאכן וואס מ'דארף אליין צוזאמשטעלן ווי למשל:

בית המקדש,משכן, כלי המשכן, ועוד

קארס,וכדו.

ס'קאסט בערך 80-100$ א שטיקל .

ס'נעמט אסאך שעה'ן אויפצושטעלן,און ס'גיט אסאך סיפוק פארן בחור.
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

אייער באקס'ס פלאן געפעלט מיר נאך די מערסטע.
אידישע קאפ
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2014 11:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע קאפ »

קענסט אים קויפן א ריקארדער - כ׳ווייס נישט אויב סיז נאך היינט אינסטייל... - אדער אן MP3 פלעיער, קעמערע שטייצעך נאר א קאשערע. די מעלה פון דעם אז די גיבסט אים׳ס אויפן פלאץ מיט אלע אנדערע קינדער

אדער פארן אויף אן אויספלוג/פארברענג מיט אים. צו א פארק/זאא/וואסער/באאלינג/גאו קארדס, ועוד ועכילי. די מעלה פון דעם איז פשוט די פארברענגסט מיט אים.

אויב האטער א געוויסע האבי קענסטו אים געבן א צוגפאסטע זאך צו אים. אויב למשל האט ער ליב צו בויען קענסטו אים קויפן אן אייגענע דרילער... אויב האט ער ליב צו מאכן ארט, איז דא גענוג און נאך היינט אידישע זאכן. מאלן.. ליינען.. מוזיק האסטו שוין ערווענט אז נישט

געים׳ס, מ׳רעדט פון ערוואקסענע שאך לדוגמא, אדער סיז דא היינט אזויפיל טראכטן געים׳ס, די מעלה דערפון איז אויך אז מ׳קען געשמאק פארברענגן אינאיינעם.

איז ער א אינגערע בחור קענסטו קויפן פאר אים מעידזשיק זאכן.

אדער טויס! א העליקאפטער - יא ווען דו זעסט נישט בארגט ער עס פון זיין אינגערע ברודער אדער חבר - פאקעט נייף/סעט

די עיקר איז אבער נישט וואס מ׳קויפט די עיקר איז די קשר צווישן דעם טאטן אינעם בחור, אויב סיז גענוג גוט קענסטו אים אליין פרעגן וואס ער דארף. ער וועט זיך סאך מער פרייען
Galaxy
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 7:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Galaxy »

אייער באקס האט געשריבן: בוסט רעדי? עלעך דיר דאן געבן נאמבערס מיט מער אינפאו.

אינפאו פליס
קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפטיג »

דאס איז נייעס פאר מיר, נישט געוואוסט אז מ'גיט חנוכה מתנות פאר בחורים.
אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1283
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אט אזוי »

יא פאר בחורים קומט זיך אויך א מתנה
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

קרעפטיג האט געשריבן:דאס איז נייעס פאר מיר, נישט געוואוסט אז מ'גיט חנוכה מתנות פאר בחורים.

פאר קליינע דארף מען דען יא.

הגם איך טוה עס אויך, מיין איך אבער אז ס'גאנצע מאנסע שטאמט פון דעם קראצמעך גוי.
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

קרעפטיג האט געשריבן:דאס איז נייעס פאר מיר, נישט געוואוסט אז מ'גיט חנוכה מתנות פאר בחורים.

כ'ווייס נישט צו מען דארף און צו מ'מעג... צו ס'קומעט פון די גויים אדער זיי האבן דאס גענומען פון אונז. איין זאך ווייס איך זיכער, אויב גיבט מען פאר די קליינע דארף מען געבן פאר די גרויסע אויך. פרשת השבוע יוכיח... למה לי קרא סברא היא!
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפטיג »

יידישע קהילות האט געשריבן:
קרעפטיג האט געשריבן:דאס איז נייעס פאר מיר, נישט געוואוסט אז מ'גיט חנוכה מתנות פאר בחורים.

כ'ווייס נישט צו מען דארף און צו מ'מעג... צו ס'קומעט פון די גויים אדער זיי האבן דאס גענומען פון אונז. איין זאך ווייס איך זיכער, אויב גיבט מען פאר די קליינע דארף מען געבן פאר די גרויסע אויך

אויב זיי זענען אייניג מיט שכל און ערוואקסענקייט.
-------------------------------------------------
איך גיב נישט פאר קליינע אויך נישט, ביי מיר ווייס מען נישט דערפון בכלל.

ביי מיין שווער און ביים טאטן טיילט מען שיינע טויס אדער אנדערע טשאטשקעס פאר די קלענערע קינדער, פאר די גרויסע פאלט אפילו נישט ביי אז ס'קומט זיי עפעס, זיי זענען די גרויסע, זיי באקומען א גרעסערע סכום חנוכה געלט.

חנוכה געלט, יא!
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

קרעפטיג האט געשריבן: חנוכה געלט, יא!

אפשר וועט יידישע קהילות עפעס טרעפען אין א כתב יד אין א ביבליאטעק וועגען "מתנות" אבער בדפוס האב איך דערווייל
געטראפען דא און דא וועגען געלט
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

לאז אים פארברענגען איין טאג אויף אייוועלט..
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

באקומען אויף בליץ פאסט נאך א מראה מקום בענין חנוכה געלט
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=122
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

א זמירות פון "עוז והדר"

כ'מיין אז די עיקר פון א בחור'ס מתנה איז די פאר שיינע ווערטער וואס דער טאטע שרייבט אים צו,
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

שאץ מאץ האט געשריבן:כ'מיין אז די עיקר פון א בחור'ס מתנה איז די פאר שיינע ווערטער וואס דער טאטע שרייבט אים צו,

RT
הק' איש ימיני
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28199
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אוי ווי גערעכט. עס ליגט מיר נאך אין די ביינער (און דער צעטל אין די ארכיוון) א פשוט'ע צעטל וואס דער טאטע זז"ג האט געשריבן מיט חרוזים ביים איבערגעבן א סעט ספרים אלס מתנה.
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3090
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

גערעכטער האט געשריבן:
שאץ מאץ האט געשריבן:כ'מיין אז די עיקר פון א בחור'ס מתנה איז די פאר שיינע ווערטער וואס דער טאטע שרייבט אים צו,

RT


פאר א בחור א מבין יא. אנדערע דארפן עפעס אנדערש..
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”