קלאסישע רעסטוראנטען מיט היימישע הכשר

עסן און טרינקען, גראסעריס און רעסטוראנטן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ברוכאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוכאוויטש »

ווילי זיידע האט געשריבן:די OK איז געגרינדעט און אויפגעשטעלט געווארען פון א געוויסן ראביי גאלדסטין אין די פאר מלחמה עפאכע ערגעץ אין די תר"ץ'ס, ווען די גרינע האבען געאנקערט קיין אמעריקה איז שוין די OK הכשר געשטאנען, און געוועזען אנגענומען אלז א מודערענער הכשר, אין די שפעטע תש"ך'ס אדער פריע תש"ל'ס האט עס איבערגענומען הרב דוב ליווי, וועלכער האט שייכות געהאט מיט די לובאוויטשער, ער האט ארומגעביטן די גאנצע אדמיניסטרעישען און אריינגעברענגט נייע חומרות ווי חלב ישראל און דעסגלייכען, אין די שפעטערע תש"מ'ס ווען הרב דובער ליווי איז אוועק גאנץ פלוצליך, האט עס זיין זון הרב דן יואל ליווי איבערגענומען

מיט א דרך אגב'דיג ווארט קענסטו חליה מכשיל זיין אידן
די ok האט שוין היינט מוותר געוועהן אויף די הלכה (חמרא אין זייער שפראך) פון חלב ישראל, OK/D איז בדרך כלל נישט קיין חלב ישראל.

ביטע כאפט מיר נישט אויפן ווארט, א הלכה וואס ס'איז דא א יש מקילין בשעת הדחק (דער פרי חדש ואחריו דער אגרת משה) גייט ניט אריין בגדר חומרא נאר בגדר הלכה.
ווילי זיידע
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 28, 2018 9:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילי זיידע »

אוקעי, איים סארי, איך האב נישט געוואלט רעקאמענדירען קיין הכשרים, נאר בלויז געוואלט אויסקלארען די טעות אין היסטאריע וועגן די או קעי, ווען איך בין געווען א קינד מיט אסאך יארען צוריק, און מ'האט דעמאלט געגעסען מערערע זאכן ווי היינט פון די אלגעמיינע גאס, האט מען געוויסט אז די או קעי איז א מודערענר הכשר, ווען הרב דובער ליווי איז אריינגעקומען האט זיך עס עטוואס פארבעסערט, אבער דאן זענען שוין געוועזען פלענטי היימישע הכשרים
ברוכאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוכאוויטש »

מארגעזש עדווייזער האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:פארוואס קענען נישט די גרויסע ארגאניזאציעס מאכן חילוקים, פארשידענע קאטעגאריעס אין כשרות. דאס איז כשר, דאס איז מהודר, דאס איז מהדרין מן המהדרין?

אויב נישט אויפן מאכל / רעסטוראנט אליין, זאלן זיי אבער לכה"פ האבן א אנליין ליסטע

אזוי זעען מיר אויס ווען אונז קענען נישט פשוט די גרינדשטיין פון אידישקייט, און כשרות איז געווארן און אונזערע אויגן ווי א ביזנעס , למשל די ou האלט אז זיי זענען בתכלית הכשרות אזוי די ok און אזוי יעדע חסידישע השגחה , טאמער האסטו שוין אמאל גערעדט מיט זיי ,חס מלהזכיר טאמער די בעלי כשרות האלטען אז זיי טיען א אומרעכט און סאיז נישט בתכלית הכשרות , איך האב שוין אסאך געהערט פון בעלי הכשרות, סיי פון גאר שוואכע הכשירים ווי הרב מעהלמאן פון מאנהעטען אדער הרב שעכטער וואס פירט די כשרות אין די ou ביז היימישע פראמינענטע חסידישע רבנים ,זיי זענען מסביר זייערע שיטות מיט הלכה , זיי זענען על פי רוב נישט קיין קטלקניא'ס , און זיי ווייסן וואס זיי רעדן , און לויט זיי זענען זיי מהדרין מן מהדרין לכתחילה שבכתחילה , און זיי אליינס עסן עס פארשטייט זיך

עס איז דא א חילוק צווישן כשר עפ"י הלכה און כשר פאר חסידישע אידן
אפגערעדט אז חלב עכו"ם איז לשיטתם כשר עפ"י הלכה און אן ערליכער חסידישע איד וועט דאס נישט עסן, אבער אויף דעם זאגן זיי שוין קלאר אז אויב איז נישט אדווערטייזט חלב ישראל דאן איז עס מן הסתם נישט חלב ישראל.
אבער אפי' פת פלטר וואס איז לכל הדעות כשר, דאך ווילן ערליכע חסידיש'ע אידן דאס נישט עסן סיי ווייל אין הלכה איז דא מקום מחמיר צו זיין במקום וואו ס'איז דא פת ישראל און אלץ אל תתוש ווייל חסידישע אידן האבן אויף דעם זיך געפירט מחמיר צו זיין וואו דער אריה"ק.
וכן יש עוד הרבה דברים בענינים אלו וואס פארלאנגט באמת אן אריכות גדול.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ווילי זיידע האט געשריבן:
מארגעזש עדווייזער האט געשריבן:קען זיין איך האב מיר נישט גוט אויסגעדרוקט אדער מען האט נישט גוט פארשטאנען, די ok האט געפענט א חב"ד'סקער חסיד הרב דן יואל ליווי אין קראון הייטס ,שוין היינט א אלטע איד , די הויפטקווארטיר איז אין קראון הייטס אויף טרוי עוועניו שוין זייטן עפענען יארן צוריק, און רוב פון די גרויסע אנפירערס און רבנים זענען חב"ד'סקע חסידים ,

די OK איז געגרינדעט און אויפגעשטעלט געווארען פון א געוויסן ראביי גאלדסטין אין די פאר מלחמה עפאכע ערגעץ אין די תר"ץ'ס, ווען די גרינע האבען געאנקערט קיין אמעריקה איז שוין די OK הכשר געשטאנען, און געוועזען אנגענומען אלז א מודערענער הכשר, אין די שפעטע תש"ך'ס אדער פריע תש"ל'ס האט עס איבערגענומען הרב דוב ליווי, וועלכער האט שייכות געהאט מיט די לובאוויטשער, ער האט ארומגעביטן די גאנצע אדמיניסטרעישען און אריינגעברענגט נייע חומרות ווי חלב ישראל און דעסגלייכען, אין די שפעטערע תש"מ'ס ווען הרב דובער ליווי איז אוועק גאנץ פלוצליך, האט עס זיין זון הרב דן יואל ליווי איבערגענומען

זייטזשע מוחל, איר מישט.

ראביי העירבערט גאלדסטיען האט געגרינדעט די OU השגחה [נישט די OK] זייענדיג לאנגע יארן דער פרעזידענט פון די ארגעניזאציע.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ווילי זיידע
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 28, 2018 9:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילי זיידע »

farshlufen האט געשריבן:
ווילי זיידע האט געשריבן:
מארגעזש עדווייזער האט געשריבן:קען זיין איך האב מיר נישט גוט אויסגעדרוקט אדער מען האט נישט גוט פארשטאנען, די ok האט געפענט א חב"ד'סקער חסיד הרב דן יואל ליווי אין קראון הייטס ,שוין היינט א אלטע איד , די הויפטקווארטיר איז אין קראון הייטס אויף טרוי עוועניו שוין זייטן עפענען יארן צוריק, און רוב פון די גרויסע אנפירערס און רבנים זענען חב"ד'סקע חסידים ,

די OK איז געגרינדעט און אויפגעשטעלט געווארען פון א געוויסן ראביי גאלדסטין אין די פאר מלחמה עפאכע ערגעץ אין די תר"ץ'ס, ווען די גרינע האבען געאנקערט קיין אמעריקה איז שוין די OK הכשר געשטאנען, און געוועזען אנגענומען אלז א מודערענער הכשר, אין די שפעטע תש"ך'ס אדער פריע תש"ל'ס האט עס איבערגענומען הרב דוב ליווי, וועלכער האט שייכות געהאט מיט די לובאוויטשער, ער האט ארומגעביטן די גאנצע אדמיניסטרעישען און אריינגעברענגט נייע חומרות ווי חלב ישראל און דעסגלייכען, אין די שפעטערע תש"מ'ס ווען הרב דובער ליווי איז אוועק גאנץ פלוצליך, האט עס זיין זון הרב דן יואל ליווי איבערגענומען

זייטזשע מוחל, איר מישט.

ראביי העירבערט גאלדסטיען האט געגרינדעט די OU השגחה [נישט די OK] זייענדיג לאנגע יארן דער פרעזידענט פון די ארגעניזאציע.

זייט ניט ברוגז, ראביי אברהם גאלדסטין האט געגרינדעט די או קעי, איר קענט היינט א מיש טוהן אין גוגעל אדער וויקיפעדיא, איך האב נישט היצט קיין צייט, איך לויף צום שיעור, אולי שפעטער וועט מיר די צייט ערמעגליכען, מאכט א בירור בעסער פאר איר שטעלט ארויף, און איר מישט צאם זאכען דא
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איר האט רעכט, האב מיר פארגעסן פון דעם איד און די איסורין וקונמות אויף אים.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קהלס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 12:16 pm
לאקאציע: אין קהל'ס אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהלס נאר »

Kosher Travel האט געשריבן:עס איז דא צוויי זייער קלאסישע kosher restaurants בערך א האלבע שעה פון Brooklyn, NY אין Teaneck, New Jersey.

ביידע זענען ממש דערנעבען, אויף Palisade Avenue אין Teaneck NJ.

איינס איז די באקאנטע Nobo וואס האט אויך א גרויס kosher wine selection.
די צווייטע רופט זיך Steakhouse ETC, וואס הגם זיי האבן נישט קיין וויין, האבן זיי יא א limited alcohol license אז אויב איהר ברענגט א קריגעלע וויין מיט א הכשר, וועלען זיי עס "קארקען" און סערווירן.

איך ווייס נישט אויב זייער הכשר איז גענוג היימיש פאר ווער עס בעט א היימישע הכשר. די אינפארמאציע פאר ביידע קען מען זעהן דא:
http://koshertravelinfo.com/listings/ta ... de-avenue/

ווער געט די הכשר און נאבא ?
פרייט אייך ברידערלעך! זייט בשמחה!‎‎‎‎
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

קהלס נאר האט געשריבן:

רוב רעסטוראנטן אין די געגענט האבן די הכשר פון RCBC
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
סתם
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם »

איז דא היימישע רעסטוראנטס מיט גוטע השגחות און די באלטימאר וואשינגטאן די סי געגענט?
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

סתם האט געשריבן:איז דא היימישע רעסטוראנטס מיט גוטע השגחות און די באלטימאר וואשינגטאן די סי געגענט?

איז "אין" Washington, DC אויך גיט?
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

Kosher Travel האט געשריבן:
סתם האט געשריבן:איז דא היימישע רעסטוראנטס מיט גוטע השגחות און די באלטימאר וואשינגטאן די סי געגענט?

איז "אין" Washington, DC אויך גיט?

אין די סי, ארום די סי, ס'נישטא קיין היימישע רעסטוראנטס אין קיין איינע פון די צוויי
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

אין באלטימאר דארף זיין, מן הסתם מיט סטאר קעי וואס איז א פרומע הכשר
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

דריידל האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
סתם האט געשריבן:איז דא היימישע רעסטוראנטס מיט גוטע השגחות און די באלטימאר וואשינגטאן די סי געגענט?

איז "אין" Washington, DC אויך גיט?

אין די סי, ארום די סי, ס'נישטא קיין היימישע רעסטוראנטס אין קיין איינע פון די צוויי

נישט קיין היימישע רעסטוראנט, אבער עס איז א פארווע רעסטוראנט:
https://koshertravelinfo.com/listings/k ... stry-oven/

דא האט איהר אפאר כשרע רעסטוראנטען גאר נאנט צו Washington DC:
https://koshertravelinfo.com/listings/t ... er-spring/
Washington DC area kosher restaurants
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
יליד אונגארן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 24, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יליד אונגארן »

איז דא א פליישיגע רעסטארונט, סטעיק האויז סטייל, אין די געגנט פון Teaneck NJ מיט א גוטע השגחה ?
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

יליד אונגארן האט געשריבן:איז דא א פליישיגע רעסטארונט, סטעיק האויז סטייל, אין די געגנט פון Teaneck NJ מיט א גוטע השגחה ?

די פראגע איז וואס איהר האלט פאר א היימישע השגחה.
רוב kosher restaurants אין Teaneck, NJ זענען אונטער די השגחה פון RCBC
Rabbinical Council of Bergen County
א שטייגער ווי ETC Steakhouse און Nobo.
https://koshertravelinfo.com/listings/tags/teaneck/
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
יליד אונגארן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 24, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יליד אונגארן »

Kosher Travel האט געשריבן:
יליד אונגארן האט געשריבן:איז דא א פליישיגע רעסטארונט, סטעיק האויז סטייל, אין די געגנט פון Teaneck NJ מיט א גוטע השגחה ?

די פראגע איז וואס איהר האלט פאר א היימישע השגחה.
רוב kosher restaurants אין Teaneck, NJ זענען אונטער די השגחה פון RCBC
Rabbinical Council of Bergen County
א שטייגער ווי ETC Steakhouse און Nobo.
https://koshertravelinfo.com/listings/tags/teaneck/

וואס פאר א הכשר איז דאס ?
איז דאס א פארלעסליכע הכשר ?

יליד אונגארן האט געשריבן:

Ask your local Rabbi.
דער "היימישער עולם" האקט דארט אין גרויסן. אבער, ווי איך זאג אייביג, דער עולם איז נישט קיין הלכה.

ווער איז א מומחה אז איך זאל אים קענען פרעגן
אדרבה איך וויל וויסן פאר איך גיי אהין
יליד אונגארן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 24, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יליד אונגארן »

איך זעה דא אינעם אשכול דריי פליישיגע קלאסישע רעסטוראנטען אין די מאנסי געגנט
וויל איך הערן וועלכע פון די זענען די בעסטע אין היימישסטע
ווי אויך אויב איינער קען מיר ביטע צוצייכענען ווער ס'געבט די הכשר אויף די פלעצער

1) The Ridge Steakhouse
2)PEPPERCRUST
3) 306 BBQ

ש'כח
אוועטאר
בינע'ך ביזי
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בינע'ך ביזי »

יליד אונגארן האט געשריבן:איך זעה דא אינעם אשכול דריי פליישיגע קלאסישע רעסטוראנטען אין די מאנסי געגנט

4) Fireside
5) Mandarin Steakhouse
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

יליד אונגארן האט געשריבן:איך זעה דא אינעם אשכול דריי פליישיגע קלאסישע רעסטוראנטען אין די מאנסי געגנט
וויל איך הערן וועלכע פון די זענען די בעסטע אין היימישסטע
ווי אויך אויב איינער קען מיר ביטע צוצייכענען ווער ס'געבט די הכשר אויף די פלעצער

1) The Ridge Steakhouse
2)PEPPERCRUST
3) 306 BBQ

ש'כח

The Ridge Steakhouse
Will be the most expensive one. They redid the entire restaurant with a full wall wine rack.
A bit overpriced in my opinion.
Under the Rabbinical Supervision of Rabbi Benyamin Taub
and North American Kosher
More info:
http://koshertravelinfo.com/listings/th ... eak-sushi/

Fireside
Kosher Supervision: Rabbi Binyamin Gruber
I enjoyed it every time. Perfect for business meetings, anniversaries, night out, etc.

More info:
http://koshertravelinfo.com/listings/fireside/

306 Southern BBQ
I would not call it "Upscale", much more casual. But still perfect for business meetings.

More info:
http://koshertravelinfo.com/listings/306-southern-bbq/
Kosher Info: Under the kosher supervision (Hashgacha) of the CRC and the OU.

Peppercrust Kosher Steakhouse
More info:
http://koshertravelinfo.com/listings/peppercrust/
Kosher Supervision: Rabbi Yechiel Steinmetz

Mandarin Fusion Steakhouse
I'm not sure what is the current השגחה
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
בינע'ך ביזי
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בינע'ך ביזי »

The Ridge Steakhouse
Will be the most expensive one. They redid the entire restaurant with a full wall wine rack.
A bit overpriced in my opinion.
Under the Rabbinical Supervision of Rabbi Benyamin Taub
and North American Kosher
More info:
http://koshertravelinfo.com/listings/th ... eak-sushi/

כ'הא נישט געזעהן אז רידזש סטעיקהאוז זאל זיין טייערער ווי אנדערע אין דעי ליין. גראדע בין איך שוין געווען אפאר מאל ביי זיי און געווען זייער העפי (מער ווי ביי די אנדערע)
יליד אונגארן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 24, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יליד אונגארן »

Kosher Travel האט געשריבן:
יליד אונגארן האט געשריבן:

The Ridge Steakhouse
Will be the most expensive one. They redid the entire restaurant with a full wall wine rack.
A bit overpriced in my opinion.
Under the Rabbinical Supervision of Rabbi Benyamin Taub
and North American Kosher
More info:
http://koshertravelinfo.com/listings/th ... eak-sushi/

Fireside
Kosher Supervision: Rabbi Binyamin Gruber
I enjoyed it every time. Perfect for business meetings, anniversaries, night out, etc.

More info:
http://koshertravelinfo.com/listings/fireside/

306 Southern BBQ
I would not call it "Upscale", much more casual. But still perfect for business meetings.

More info:
http://koshertravelinfo.com/listings/306-southern-bbq/
Kosher Info: Under the kosher supervision (Hashgacha) of the CRC and the OU.

Peppercrust Kosher Steakhouse
More info:
http://koshertravelinfo.com/listings/peppercrust/
Kosher Supervision: Rabbi Yechiel Steinmetz

Mandarin Fusion Steakhouse
I'm not sure what is the current השגחה

ש'כח פאר אייער אינפאו,
וואס מיינט Over Priced ?

אין וואס זאגט איר איז BBQ 306 ?
צו שטארק Upscale אדער פארקערט, צו פלעין, איך האב נישט פארשטאנען

אין וואס איז מיט Peppercrust ?
זכאי
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכאי »

איין זאך וואס דארף ארויסגעברענגט ווערן ווען מ׳רעד וועגן הכשרים אויף א רעסטעראונט איז די חלק פון בדיקת תולעים. מענטשן פארלאזן זיך אמאל אז איך האב גערעדט מיטן משגיח און ער האט מיר געזאגט אז זיי ניצן פלייש נאר פון מיעל מארט און סאלאמאנס און יאכלו ענוים וישבעו. מ׳דארף אבער געדענקן אז OU באקוקט זייערע בלעטער, ספייסעס וכדומה אויפן פלאץ (in house), דורך זייער משגיח, לויט זייערע סטנדארטן, וואס איז ווייט נישט די זעלבע ווי די סטאנדארטן פון די היימישע בעלי מכשירים.

ולא באתי אלא לעורר און אדרבה אויב איינער ווייסט טאקע פון א פלאץ וואס זענען יא מהדר בבדיקת תולעים זאל ער מודיע זיין.
שרייב תגובה

צוריק צו “מאכלים”