'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
טרעפל
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 11:02 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעפל »

דער וועג ווי אזוי ריכטיג צו פארשן די נושא איז צו נעמען יעדעס ביסל אינפארמאציע ביז אהער און דאן עס עקספיריענסן אויף מענטשן. די פראפעסארן פון וועלכע איך רעד האבן יארן לאנג עוסק געווען אין אינטערוויואירן אלע סארטן מענטשן.

ציען מסקנות קען מען בלויז פון אסאך אינפארמאציע, נישט פון האלבע אינפארמאציע און גאנצע דמיונות וועלכע פירט צו מיסאינפארמאציע.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

תגובה דורך ממוצע »

מח בקדקדו האט געשריבן:
די פראגע איז וואס דו מיינסט מיט 'די איידיע'. אויב מיינסטו דעם שורש און נקודה המרכזית ארום וועלכע אלע אויפפירונגען און פילינגס פון דעם מענטש דרייט זיך, דאן ביזסטו גערעכט. איינמאל די קלארקייט איז אין דעם, קען שוין יעדער עלאבערירן און פארברייטערן אריינצוגיין אין אלע דעטאלן, תוצאות און פילינגס, לויט זייער קנייטש. אבער די יסודות מוזן עולה זיין בקנה אחד ממש.
די איידיע מיין איך מיט דעם אז מ'צעטיילט די מענטשהייט אויף די פארשידענע נאטורן. 9 סארט מענטשן. אנדערש ווי אנדערע טיפאלאגיע מהלכים.

יעצט, איך קוק אן דעם מענטש, און איך זעה אז ער פאסט אריין אין די קאטעגאריע וואס אניאגראם האט אויסגעטראפן אלץ זעקסער. ער פירט זיך אויף ווי א זעקסער, ער קומט ארויס ווי א זעקסער. ער איז א זעקסער. יעצט גיי איך מיך דערגרינטעווען צו פארשטיין וואס טאקע ליגט אונטער דעם נאטור, וואס איז דער גורם, און וועלכע זאכן קענען פאסירן צו אזא מענטש. וואס ברענגט עס פאר אזא איינעם.

קען זיין אז איך וועל לערנען אנדערש פשט ווי אנדערע. אבער דער "סארט מענטש" איז דער זעלבער. ס'איז צעטיילט אויף די סארטן.

לאמיר זאגן איך צעטייל סארטן ניגונים. איך צעטייל עס לויט ריטעמס (אניאגראם), אנדערע צעטיילן עס לויט טעמפא (MBTI), אנדערע לויט מחברים (פינף פערסאנעלעטי טייפ).

איך האב יעצט 9 ריטעמס. יעצט, פארוואס טאקע דעי ריטעם מאכט מיך פילן אזוי, און די ריטעם אזוי? אה.. דאס וועל איך שוין אליין אויספיגערן. מ'מעג זיך דינגען אין דעם. ס'איז נישט הלכה למשה מסיני. ס'איז אבער געבויט אויף די סארטירונג.

טרעפל האט געשריבן:

איך פארשטיי דיין פוינט. אבער אפילו מיטן אינטערוויאען טויזענטער מענטשן, וועט זיך עס נאך אלץ ווענדן אין פערזענליכע אינטערפרעטעישאן און הבנה. ס'איז דאך נישט קיין גלאטע סייענס. ס'איז פסודו סייענס. ס'איז סוביעקטיוו. אוודאי איז אינטערוויאוס און דעטע א גרויסע פלאס. אבער ס'מאכט עס לאו דוקא גערעכט. וועסט אראפשטעלן עמיצער מיט א שוואכע עמאציענעלע אינטעליגענץ, וועט ער נעמען די אלע אינטערוויוס, און ארויסגעבן א פארקרומטע 'אלא מאי'...

כ'מאך נישט אוועק. כ'ווער אבער נישט אפגעקויפט.
אוועטאר
טרעפל
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 11:02 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעפל »

@ממוצע, כדי דיין משל זאל שטימען דארף מען קודם גוט קענען און ארויסהאבן ווי אזוי די אריגינעלע מחברים האבן צעטיילט די ניין קאטאגאריעס. פון אויפכאפן האלבע זאכן קומט מען צו אומריכטיגע דיאגנאזן און דאס פירט צו פאלשע מסקנות.

דיין לעצטע תגובה פארשטיי איך נישט, מ'רעדט נישט דא פון סייענס אויף בעלי חיים, די רעדע איז פון סייענס אויף מענטשן דורך מענטשן פארשטייערס.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

טרעפל האט געשריבן:
@ממוצע, כדי דיין משל זאל שטימען דארף מען קודם גוט קענען און ארויסהאבן ווי אזוי די אריגינעלע מחברים האבן צעטיילט די ניין קאטאגאריעס. פון אויפכאפן האלבע זאכן קומט מען צו אומריכטיגע דיאגנאזן און דאס פירט צו פאלשע מסקנות.

דיין לעצטע תגובה פארשטיי איך נישט, מ'רעדט נישט דא פון סייענס אויף בעלי חיים, די רעדע איז פון סייענס אויף מענטשן דורך מענטשן פארשטייערס.
עס זענען דא זעקסערס וואס יעדער וועט מודה זיין אז זיי זענען זעקסער. אדהאן צי ריסא און אפילו פערל. יעדער. דער פענאמאנען איז דא. יעדער זעט עס. און יעדער לערנט אנדערש פשט. די נפקא מינה וועט זיין ביי אנדערע מענטשן וואס ס'איז נישט אזוי קלאר זייער דיאגנאז.

לגבי דיין צווייטע פוינט. (וויצלדיג) וואו איז די סייענס אז זיי זענען "מענטשן פארשטייערס"? זיי זענען מענטשן און זיי פארשטייען צו מענטשן. מסכים. אבער ס'זענען דא מענטשן וואס פארשטייען אנדערש. איך זעה וואו די עצם פאקט אז זיי האבן אינסיטוציעס און דעטע מאכט עס פאר א הכרח אז זייער פארשטאנד איז ריכטיג.

זאג מיר, ווער איז גערעכט, קארל יונג אדער זיגמונד פרויד? ביידע זענען געווען מענטשן פארשטייער ללא שום ספק. איז וואס? געווענליך איז יעדער אביסל גערעכט און אביסל נישט.

אושפיזין האט געשריבן:
ממוצע זייער קלאר.
אבער כ'מיין אז כמעט יעדער האט א שטיקל פליגעל אדער צום פינף אדער צום זיבענער....

און אויב עפעס האסטו אביסל געפוינט אויף דער וואס איז מער פינף. נישט גערעדט פונעם חצי זיבענער
יישר כח.

איך האב געטראכט צי דו ביזט גערעכט. און איך מיין אז נישט. דער יסוד איז אלץ די זעלבע. די אויסערליכע צורה איז אנדערש.
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

ממוצע האט געשריבן:
מח בקדקדו האט געשריבן:
די פראגע איז וואס דו מיינסט מיט 'די איידיע'. אויב מיינסטו דעם שורש און נקודה המרכזית ארום וועלכע אלע אויפפירונגען און פילינגס פון דעם מענטש דרייט זיך, דאן ביזסטו גערעכט. איינמאל די קלארקייט איז אין דעם, קען שוין יעדער עלאבערירן און פארברייטערן אריינצוגיין אין אלע דעטאלן, תוצאות און פילינגס, לויט זייער קנייטש. אבער די יסודות מוזן עולה זיין בקנה אחד ממש.
די איידיע מיין איך מיט דעם אז מ'צעטיילט די מענטשהייט אויף די פארשידענע נאטורן. 9 סארט מענטשן. אנדערש ווי אנדערע טיפאלאגיע מהלכים.

יעצט, איך קוק אן דעם מענטש, און איך זעה אז ער פאסט אריין אין די קאטעגאריע וואס אניאגראם האט אויסגעטראפן אלץ זעקסער. ער פירט זיך אויף ווי א זעקסער, ער קומט ארויס ווי א זעקסער. ער איז א זעקסער. יעצט גיי איך מיך דערגרינטעווען צו פארשטיין וואס טאקע ליגט אונטער דעם נאטור, וואס איז דער גורם, און וועלכע זאכן קענען פאסירן צו אזא מענטש. וואס ברענגט עס פאר אזא איינעם.
ווען מאכסטו אפ אז יענער איז א זעקסער, נאכ'ן זען וויאזוי ער פירט זיך אויף, אדער נאכ'ן זיך דערגרינטעווען און זען פון די אויפפירונגען קומען?
קען זיין אז איך וועל לערנען אנדערש פשט ווי אנדערע. אבער דער "סארט מענטש" איז דער זעלבער. ס'איז צעטיילט אויף די סארטן.

לאמיר זאגן איך צעטייל סארטן ניגונים. איך צעטייל עס לויט ריטעמס (אניאגראם), אנדערע צעטיילן עס לויט טעמפא (MBTI), אנדערע לויט מחברים (פינף פערסאנעלעטי טייפ).

איך האב יעצט 9 ריטעמס. יעצט, פארוואס טאקע דעי ריטעם מאכט מיך פילן אזוי, און די ריטעם אזוי? אה.. דאס וועל איך שוין אליין אויספיגערן. מ'מעג זיך דינגען אין דעם. ס'איז נישט הלכה למשה מסיני. ס'איז אבער געבויט אויף די סארטירונג.
דער משל איז א גוטער, מען דארף עס אבער קענען עפלייען צום נמשל. דעם חילוק צווישן איינטיילן ניגונים לויט ריטעמס און איינטיילן לויט די מחברים איז פארשטענדליך, יא? אלזא וואס איז למעשה דער חילוק צווישן אנאגראם מהלך פון צעטיילן מענטשן און אנדערע מהלכים פון צעטיילן?
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
מעין המתגבר
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2022 4:21 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעין המתגבר »

ממוצע האט געשריבן:
אושפיזין האט געשריבן:
ממוצע זייער קלאר.
אבער כ'מיין אז כמעט יעדער האט א שטיקל פליגעל אדער צום פינף אדער צום זיבענער....

און אויב עפעס האסטו אביסל געפוינט אויף דער וואס איז מער פינף. נישט גערעדט פונעם חצי זיבענער
יישר כח.

איך האב געטראכט צי דו ביזט גערעכט. און איך מיין אז נישט. דער יסוד איז אלץ די זעלבע. די אויסערליכע צורה איז אנדערש.
דאס איז די זעלבע מחלוקה צו א פליגל קען ווערן געטוישט
אוועטאר
טרעפל
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 11:02 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעפל »

ממוצע האט געשריבן:
טרעפל האט געשריבן:
@ממוצע, כדי דיין משל זאל שטימען דארף מען קודם גוט קענען און ארויסהאבן ווי אזוי די אריגינעלע מחברים האבן צעטיילט די ניין קאטאגאריעס. פון אויפכאפן האלבע זאכן קומט מען צו אומריכטיגע דיאגנאזן און דאס פירט צו פאלשע מסקנות.

דיין לעצטע תגובה פארשטיי איך נישט, מ'רעדט נישט דא פון סייענס אויף בעלי חיים, די רעדע איז פון סייענס אויף מענטשן דורך מענטשן פארשטייערס.
עס זענען דא זעקסערס וואס יעדער וועט מודה זיין אז זיי זענען זעקסער. אדהאן צי ריסא און אפילו פערל. יעדער. דער פענאמאנען איז דא. יעדער זעט עס. און יעדער לערנט אנדערש פשט. די נפקא מינה וועט זיין ביי אנדערע מענטשן וואס ס'איז נישט אזוי קלאר זייער דיאגנאז.

לגבי דיין צווייטע פוינט. (וויצלדיג) וואו איז די סייענס אז זיי זענען "מענטשן פארשטייערס"? זיי זענען מענטשן און זיי פארשטייען צו מענטשן. מסכים. אבער ס'זענען דא מענטשן וואס פארשטייען אנדערש. איך זעה וואו די עצם פאקט אז זיי האבן אינסיטוציעס און דעטע מאכט עס פאר א הכרח אז זייער פארשטאנד איז ריכטיג.

זאג מיר, ווער איז גערעכט, קארל יונג אדער זיגמונד פרויד? ביידע זענען געווען מענטשן פארשטייער ללא שום ספק. איז וואס? געווענליך איז יעדער אביסל גערעכט און אביסל נישט.
און וואס טוט זיך מיט איינעם וואס נישט יעדער איז מודה אז ער איז א זעקסער?

קוק ווער ס'האט די ווייניגסטע לעכער, אין אונזער פאל זענען עס די שטודירטע פראפעסארן, נישט די היימישע פרויען אדער די יונגע יוטובערס.

נ.ב. ווייניג לעכער מיינט אז קיינער פאלט נישט ארויס פון זייער טייפאלאגיע סיסטעם.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

מח בקדקדו האט געשריבן:
ווען מאכסטו אפ אז יענער איז א זעקסער, נאכ'ן זען וויאזוי ער פירט זיך אויף, אדער נאכ'ן זיך דערגרינטעווען און זען פון די אויפפירונגען קומען?
א געמיש פון ביידע. אבער בעיקר פון וויאזוי ער פירט זיך אויף.

קען זיין אז איך וועל לערנען אנדערש פשט ווי אנדערע. אבער דער "סארט מענטש" איז דער זעלבער. ס'איז צעטיילט אויף די סארטן.

לאמיר זאגן איך צעטייל סארטן ניגונים. איך צעטייל עס לויט ריטעמס (אניאגראם), אנדערע צעטיילן עס לויט טעמפא (MBTI), אנדערע לויט מחברים (פינף פערסאנעלעטי טייפ).

איך האב יעצט 9 ריטעמס. יעצט, פארוואס טאקע דעי ריטעם מאכט מיך פילן אזוי, און די ריטעם אזוי? אה.. דאס וועל איך שוין אליין אויספיגערן. מ'מעג זיך דינגען אין דעם. ס'איז נישט הלכה למשה מסיני. ס'איז אבער געבויט אויף די סארטירונג.
דער משל איז א גוטער, מען דארף עס אבער קענען עפלייען צום נמשל. דעם חילוק צווישן איינטיילן ניגונים לויט ריטעמס און איינטיילן לויט די מחברים איז פארשטענדליך, יא? אלזא וואס איז למעשה דער חילוק צווישן אנאגראם מהלך פון צעטיילן מענטשן און אנדערע מהלכים פון צעטיילן?

וואס די סיבת החילוק איז, איז נישט די נושא. יא? נאר "וואס" די חילוק איז. די חילוק איז זייער פשוט. קוק די צוויי מהלכים וועסטו זעהן די חילוק. זיי בארירן בכלל נישט די זעלבע נקודות.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

טרעפל האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:
טרעפל האט געשריבן:
@ממוצע, כדי דיין משל זאל שטימען דארף מען קודם גוט קענען און ארויסהאבן ווי אזוי די אריגינעלע מחברים האבן צעטיילט די ניין קאטאגאריעס. פון אויפכאפן האלבע זאכן קומט מען צו אומריכטיגע דיאגנאזן און דאס פירט צו פאלשע מסקנות.

דיין לעצטע תגובה פארשטיי איך נישט, מ'רעדט נישט דא פון סייענס אויף בעלי חיים, די רעדע איז פון סייענס אויף מענטשן דורך מענטשן פארשטייערס.
עס זענען דא זעקסערס וואס יעדער וועט מודה זיין אז זיי זענען זעקסער. אדהאן צי ריסא און אפילו פערל. יעדער. דער פענאמאנען איז דא. יעדער זעט עס. און יעדער לערנט אנדערש פשט. די נפקא מינה וועט זיין ביי אנדערע מענטשן וואס ס'איז נישט אזוי קלאר זייער דיאגנאז.

לגבי דיין צווייטע פוינט. (וויצלדיג) וואו איז די סייענס אז זיי זענען "מענטשן פארשטייערס"? זיי זענען מענטשן און זיי פארשטייען צו מענטשן. מסכים. אבער ס'זענען דא מענטשן וואס פארשטייען אנדערש. איך זעה וואו די עצם פאקט אז זיי האבן אינסיטוציעס און דעטע מאכט עס פאר א הכרח אז זייער פארשטאנד איז ריכטיג.

זאג מיר, ווער איז גערעכט, קארל יונג אדער זיגמונד פרויד? ביידע זענען געווען מענטשן פארשטייער ללא שום ספק. איז וואס? געווענליך איז יעדער אביסל גערעכט און אביסל נישט.
און וואס טוט זיך מיט איינעם וואס נישט יעדער איז מודה אז ער איז א זעקסער?
דאס וועט זיך ווענדן וויאזוי מ'האט אפגעלערנט די טיפ וואס יעדער איז מודה אז ער איז זעקסער. און כ'קען הערן אז ס'זאל זיין חילוקי דעות דערין. דאס מיינט נישט אז ס'איז נישט אניגראם.
קוק ווער ס'האט די ווייניגסטע לעכער, אין אונזער פאל זענען עס די שטודירטע פראפעסארן, נישט די היימישע פרויען אדער די יונגע יוטובערס.

נ.ב. ווייניג לעכער מיינט אז קיינער פאלט נישט ארויס פון זייער טייפאלאגיע סיסטעם.
איך הער.

(איך האב נישט שטודירט דעם אניאגראם אזויפיל. און מיט מיין ווייניג נאלעדזש בין איך טאקע נישט איבערצייגט אז ס'מוז בהחלט זיין נאר די 9 טיפן. און ס'מוז דוקא אזוי זיין צעטיילט. איך זעה געוויסע סארט טיפן. דאס יא. אבער צי די גאנצע אניאגראם איז ממש אמת.. ווייס איך טאקע נישט)
אוועטאר
טרעפל
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 11:02 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעפל »

זאגסטו אז דו האסט נישט געכאפט די גאנצע ניין שפיציגע אניאגראם פאזל, נאר ארויסגענאשט פון דא און דארט א שלל פון געדאנקען איבער מענטשליכע נאטורן. אינטערעסאנט צו הערן.

איך האב יא גוט שטודירט די אניאגראם, סיי אין די ביכער און סיי אויף למעשה, און איך בין יא איבערצייגט דערין.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

איך האב געליינט אפאר ביכער. גאנץ גרינטלעך. איך קען עס אבער נישט רופן שטודירט. דהיינו, איך האב נישט ארייגעקוקט אין די סייענס דערפון. אויב ס'איז דא בכלל. און איך האב נישט נאכגעפארשט צי ס'איז אמת, און צי ס'מוז זיין אמת. ס'זעט מיר אבער יא אויס אז דו האסט מער נאלעדזש ווי מיר, פיל איך פאר וויכטיג דאס צו קלארשטעלן.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

ממוצע האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
ממוצע, דו גייסט כאפן פון מיר ערנסטע קלעפ איין טאג...

דו פעינטס א פיעס און ארט אז מ'קען צוגיין.

האסט נישט אונטערגעשאצט אדער איבערגעטריבן ניטאמאל א סענטימעטער, כ'האף מאכסט פרנסה פון דיין מבינות אין תורת הנפש און דיין כח הסברה.
הגם דו האסט לכאורה געמאכט א דזשואק ווען דו האסט געזאגט אז איך גיי כאפן קלעפ, אבער אפשר דאך האסטו עס געמיינט ערנסט? איך הייב אן ווערן נערוועז. נעה, דו ווייסט דאך אפילו נישט ווער איך בין, וויאזוי קענסטו עס מיינען ערנסט? אבער אפשר דאך?

עניוועי.

ש'כח, ש'כח.

איך האף אויך אז איך מאך פרנסה.... איך דארף פרעגן מיין אקאונטענט.
פארשטייט זיך נאר א וויץ.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

טרעפל האט געשריבן:
זאגסטו אז דו האסט נישט געכאפט די גאנצע ניין שפיציגע אניאגראם פאזל, נאר ארויסגענאשט פון דא און דארט א שלל פון געדאנקען איבער מענטשליכע נאטורן. אינטערעסאנט צו הערן.

איך האב יא גוט שטודירט די אניאגראם, סיי אין די ביכער און סיי אויף למעשה, און איך בין יא איבערצייגט דערין.
טרעפל דאס איז קען זיין איינע פון די סיבות פארוואס מיך האט דעס נישט אזוי אינטערעסירט. טאקע ווייל איך בין א זעקסער (ווי @ממוצע האט אזוי שיין אראפגעלייגט) ווי יעדע זאך דארף זיין קלאר, מזעהט אזויפיל צדדים אין יעדע זאך אזש מ'ווערט צומישט וואס איז ריכטיג.

איך האב קיינמאל אריינגעטשעקט אין דעם אשכול, איך בין אריינגעשלעפט געווארן ווי דו ווייסט דורך אנדערע ענליכע אשכולות.

אין ריעל לייף האב איך חברים וועלכע טינקען זיך דערין מיט די שיך און זאקן. זיי פרעגן מיך וואס איך האלט דערויף, איך ווייס נישט סאיז אינטערעסירט מיך נישט. וואס הייסט @פראקטיש, ביזט דאך קלוג, פארשטענדלעך, קלאר, גלייכסט ידיעות און געדאנקען, ספעציעל אזא וויכטיגע זאך וואס קען דיר העלפן מיט די קינדער, געשעפט און ווי נישט.

אומגעדולדיג הייב איך אן אויסהערן, ער רעדט פון נומערן מיט פליגלען, איך שטרענג מיך אן ביז א דריטער צום שמועס בעסערט אים אויס אויף איין פרט אז ס'איז נישט אזוי. אזויווי איך זעה דאס איז דא א דין ודברים צווישן מיינע נאענטע בין איך פערטיג דערמיט. כ'זאג זיי זיי זאלן זיך שטילערהייט קודם דורך קומען צווישן זיך און ארויסגעבן א געמיינזאמע סטעיטמענט וואס איז געבליבן, איך יאג דערווייל אפ פון די סצענע.

"@פראקטיש, דיין צווייטע אינגל איז זיכער א פירער, לויט ווי דו האסט אים פריער אראפגעלייגט איז ער א קלארער פירער מיט מינדערוויכטיגע פליגלען פון א צווייטער", שרייט ער נאך ווילאנג ער זעהט מיך. און אין פארנט פון מיינע אויגן זוכט ער קאנפירמעישן פונעם דריטען "האלטס נישט אזוי"?

דא באסט איך: "מיך האט דאס נישט אינטערעסירט אין בעגין וויט, דאס לעבן פארט מיר פיין אנע דעם און ווי נישט נוץ מען די ספרי האמונה זיך מחזק צו זיין. איך האב געזען דעם אשכול אויף אייוועלט, איך האב שוין אנע שיעור געהערט מענטשן רעדן דערפון אבער מיך גייט עס נישט אן. דא קומסטע מיר אלץ חבר מיך משכנע זיין אז דו האסט עס ארויס און איך וועל משוגע הנאה האבן פון עס פארשטיין, ס'קען מיר גאר העלפן אין לעבן. איך פרוביר מיך אנצושטרענגען ווייל... איך ווייס נישט פארוואס. פלוצלינג זעה איך אז ענק ביידע עגריעטס נישט אויף דעם ענין, איך פלאץ און גיי אוועק. דו רופסט מיך צוריק זיכער צומאכן איך געדענק וואס דו האלטסט אויף מיין קליינע שראלי און דו זוכסט נאך קאנפירמעישן פונעם דריטן דא? דער וואס ער האט געמאכט דעם גאנצן חורבן? שעמסט דיך נישט? אדער קריג איך עס קלאר אנע ספיקות אדער ברויך איך גארנישט."

עטס שרייטס, דאס איז א באווייז איך בין א זעקסער און איך זאג אז אלץ זעקסער גלייב איך נישט אין די גאנצע נושא אזוי לאנג ווי דער אשכול ווערט נישט אפגעשפארט. איינמאל די מבינים עגריען אויף די נושא און מ'שטעלט אוועק אלץ כתוב וחתום, דעמאלטס קען זיין כ'וועל מיך מער אינטערעסירן דערין.

די שאלה צו ענק איז: "קען א זעקסער מיטהאלטן דעם אשכול?"

ביטע ענטפערן איידער עס ווערט פארשלאסן כי פנה יום.
אוועטאר
טרעפל
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 11:02 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעפל »

פראקטיש
קומסט אריין קריסטאל קלאר ווי אייביג.

דו פרעגסט צי די נושא איז כתוב וחתום ביי מבינים, דער ענטפער איז יא, נאר נישט ביי די מבינים אין דעם אשכול און ווי עס שיינט אויך נישט צווישן דיינע חברים.

א זעקסער קען עס זייער ליב האבן און זייער פיינט האבן...............
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4733
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

מעין המתגבר האט געשריבן:
א זעקסער קען עס זייער ליב האבן און זייער פיינט האבן...............
ביג טיים.
דער ערשטער וואס האט מיר עס אויסגעלערנט איז א זעקסער, און איינער פון די חברים וואס האט אייביג זיך גע'טענה'ט דערויף אז ס'איז נישט אמת, איז אויך א זעקסער.
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
מעין המתגבר
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2022 4:21 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעין המתגבר »

איל משולש האט געשריבן:
מעין המתגבר האט געשריבן:
א זעקסער קען עס זייער ליב האבן און זייער פיינט האבן...............
ביג טיים.
דער ערשטער וואס האט מיר עס אויסגעלערנט איז א זעקסער, און איינער פון די חברים וואס האט אייביג זיך גע'טענה'ט דערויף אז ס'איז נישט אמת, איז אויך א זעקסער.
א זעקסער קען כמעט נישט זיין פרווה צו א זאך
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6205
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

איך בין אלע 9. חחחח.. איינער האט שוין געמאכט די דזשאוק?

ערנסט גערעדט, איך האב קיינמאל נישט ארויסגעהאט די נושא, אבער אפשר קען מיר דאס איינער קלאר ענטפערן. די נקודה וואס ערגבערט מיר די מערסטע איז וויאזוי ווייסטו אויב די נאטור אדער אויפירונג, וואס דורך דעם געבסטו אים א געוויסע נומבער, איז זיין עצם נאטור אדער ער האט זיך איינגעוואוינט דערצו מפני סיבות, און ער איז בעצם בכלל נישט דאס? וויאזוי דערכאפט מען אויב ס׳איז nature אדער nurture אדער גאר א אומגעזונטע געוואוינהייט וואס איז אנטוויקעלט געווארן אלס א פסיכאלאגישע רעספאנס צו עפעס נישט גוט וכדו׳?

די סיבה פארוואס איך טראכט אז דאס איז וויכטיג צו וויסן איז וויבאלד ס׳איז זייער אחריות׳דיג צו זאגן פאר א מענטש זיך צו אידענטיפיצירן מיט א געוויסע נאטור ווילאנג דו ווייסט נישט אויף זיכער אז ס׳איז משרשו.
אני הוא הנער, נער המדבר
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6205
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

איך האב שוין ארויפגעברענגט די נקודה, בערך, א לאנגע צייט צוריק ס׳איז אבער געווארן פארוואסערט.
אני הוא הנער, נער המדבר
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

איל משולש האט געשריבן:
מעין המתגבר האט געשריבן:
א זעקסער קען עס זייער ליב האבן און זייער פיינט האבן...............
ביג טיים.
דער ערשטער וואס האט מיר עס אויסגעלערנט איז א זעקסער, און איינער פון די חברים וואס האט אייביג זיך גע'טענה'ט דערויף אז ס'איז נישט אמת, איז אויך א זעקסער.
:lol: :lol:
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

פראקטיש האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
ממוצע, דו גייסט כאפן פון מיר ערנסטע קלעפ איין טאג...

דו פעינטס א פיעס און ארט אז מ'קען צוגיין.

האסט נישט אונטערגעשאצט אדער איבערגעטריבן ניטאמאל א סענטימעטער, כ'האף מאכסט פרנסה פון דיין מבינות אין תורת הנפש און דיין כח הסברה.
הגם דו האסט לכאורה געמאכט א דזשואק ווען דו האסט געזאגט אז איך גיי כאפן קלעפ, אבער אפשר דאך האסטו עס געמיינט ערנסט? איך הייב אן ווערן נערוועז. נעה, דו ווייסט דאך אפילו נישט ווער איך בין, וויאזוי קענסטו עס מיינען ערנסט? אבער אפשר דאך?

עניוועי.

ש'כח, ש'כח.

איך האף אויך אז איך מאך פרנסה.... איך דארף פרעגן מיין אקאונטענט.
פארשטייט זיך נאר א וויץ.
אוודאי. כ'האב פרובירט הומאריסטיש ווייטער צו שפינען דעם זעקסער'ס מהלך המחשבה.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

טרעפל האט געשריבן:
פראקטיש
קומסט אריין קריסטאל קלאר ווי אייביג.

דו פרעגסט צי די נושא איז כתוב וחתום ביי מבינים, דער ענטפער איז יא, נאר נישט ביי די מבינים אין דעם אשכול און ווי עס שיינט אויך נישט צווישן דיינע חברים.
העי... איך בין נישט דער איינציגסטער "מבין פון אשכול"... פערהעפס ס'איז יא דא דא גוטע מבינים. זיי שלאפן דערווייל.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

פראקטיש האט געשריבן:
טרעפל האט געשריבן:
זאגסטו אז דו האסט נישט געכאפט די גאנצע ניין שפיציגע אניאגראם פאזל, נאר ארויסגענאשט פון דא און דארט א שלל פון געדאנקען איבער מענטשליכע נאטורן. אינטערעסאנט צו הערן.

איך האב יא גוט שטודירט די אניאגראם, סיי אין די ביכער און סיי אויף למעשה, און איך בין יא איבערצייגט דערין.
טרעפל דאס איז קען זיין איינע פון די סיבות פארוואס מיך האט דעס נישט אזוי אינטערעסירט. טאקע ווייל איך בין א זעקסער (ווי @ממוצע האט אזוי שיין אראפגעלייגט) ווי יעדע זאך דארף זיין קלאר, מזעהט אזויפיל צדדים אין יעדע זאך אזש מ'ווערט צומישט וואס איז ריכטיג.

איך האב קיינמאל אריינגעטשעקט אין דעם אשכול, איך בין אריינגעשלעפט געווארן ווי דו ווייסט דורך אנדערע ענליכע אשכולות.

אין ריעל לייף האב איך חברים וועלכע טינקען זיך דערין מיט די שיך און זאקן. זיי פרעגן מיך וואס איך האלט דערויף, איך ווייס נישט סאיז אינטערעסירט מיך נישט. וואס הייסט @פראקטיש, ביזט דאך קלוג, פארשטענדלעך, קלאר, גלייכסט ידיעות און געדאנקען, ספעציעל אזא וויכטיגע זאך וואס קען דיר העלפן מיט די קינדער, געשעפט און ווי נישט.

אומגעדולדיג הייב איך אן אויסהערן, ער רעדט פון נומערן מיט פליגלען, איך שטרענג מיך אן ביז א דריטער צום שמועס בעסערט אים אויס אויף איין פרט אז ס'איז נישט אזוי. אזויווי איך זעה דאס איז דא א דין ודברים צווישן מיינע נאענטע בין איך פערטיג דערמיט. כ'זאג זיי זיי זאלן זיך שטילערהייט קודם דורך קומען צווישן זיך און ארויסגעבן א געמיינזאמע סטעיטמענט וואס איז געבליבן, איך יאג דערווייל אפ פון די סצענע.

"@פראקטיש, דיין צווייטע אינגל איז זיכער א פירער, לויט ווי דו האסט אים פריער אראפגעלייגט איז ער א קלארער פירער מיט מינדערוויכטיגע פליגלען פון א צווייטער", שרייט ער נאך ווילאנג ער זעהט מיך. און אין פארנט פון מיינע אויגן זוכט ער קאנפירמעישן פונעם דריטען "האלטס נישט אזוי"?

דא באסט איך: "מיך האט דאס נישט אינטערעסירט אין בעגין וויט, דאס לעבן פארט מיר פיין אנע דעם און ווי נישט נוץ מען די ספרי האמונה זיך מחזק צו זיין. איך האב געזען דעם אשכול אויף אייוועלט, איך האב שוין אנע שיעור געהערט מענטשן רעדן דערפון אבער מיך גייט עס נישט אן. דא קומסטע מיר אלץ חבר מיך משכנע זיין אז דו האסט עס ארויס און איך וועל משוגע הנאה האבן פון עס פארשטיין, ס'קען מיר גאר העלפן אין לעבן. איך פרוביר מיך אנצושטרענגען ווייל... איך ווייס נישט פארוואס. פלוצלינג זעה איך אז ענק ביידע עגריעטס נישט אויף דעם ענין, איך פלאץ און גיי אוועק. דו רופסט מיך צוריק זיכער צומאכן איך געדענק וואס דו האלטסט אויף מיין קליינע שראלי און דו זוכסט נאך קאנפירמעישן פונעם דריטן דא? דער וואס ער האט געמאכט דעם גאנצן חורבן? שעמסט דיך נישט? אדער קריג איך עס קלאר אנע ספיקות אדער ברויך איך גארנישט."

עטס שרייטס, דאס איז א באווייז איך בין א זעקסער און איך זאג אז אלץ זעקסער גלייב איך נישט אין די גאנצע נושא אזוי לאנג ווי דער אשכול ווערט נישט אפגעשפארט. איינמאל די מבינים עגריען אויף די נושא און מ'שטעלט אוועק אלץ כתוב וחתום, דעמאלטס קען זיין כ'וועל מיך מער אינטערעסירן דערין.

די שאלה צו ענק איז: "קען א זעקסער מיטהאלטן דעם אשכול?"

ביטע ענטפערן איידער עס ווערט פארשלאסן כי פנה יום.
זעקסערס קענען זיכער מיטהאלטן דעם אשכול. א גרויס חלק פון די גרעסטע שרייבער אין דעם אשכול זענען זעקסערס.

אבער איך קען זייער גוט פארשטיין פארוואס א זעקסער זאל נישט האבן קיין געדולד דערצו. איך אלץ זעקסער האב אויך נישט געהאט קיין געדולד דערצו. און אפילו היינט האב איך אויך נישט קיין געוואלדיגע אינטערעסע דערין. סיבות קען איך טראכטן פארשידענס. ערשטענס, ס'איז נישט קיין קאנקרעטע זאך. פירוש, אפילו אויב טרעפל איז זייער קלאר, זעט מיר אויס אז ס'איז שווער צו זיין קלאר. צווייטענס, ס'איז זייער אוט אוו דע באקס. פונקט ווי זעקסערס וועלן געווענליך ענדערש נישט גלייבן אין אלטערנאטיווע מעדעצין אדער ענערגיע קייטלעך. חוץ ווען זיי ווערן איבערצייגט דערין. אבער נאטורליך וועלן זיי האבן צווייפלען דערין, און צוגיין צו דעם סקעפטיש. די זעלבע מיט אניאגראם.

פארשטייט זיך אז א זעקסער וואס האט זיך יא דערגרינטעוועט אינעם אניאגראם, וועט עס אננעמען זייער שטארק און פונקטליך. א שטייגער ווי @טרעפל.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”