ווארעמע מעלאנע האט געשריבן:קאכעדיגע האט געשריבן:ווארעמע מעלאנע האט געשריבן:יעקל אלטמאן האט געשריבן:עס איז בכלל נישט איר געלט ווי זיין געלט,
געלט איז די מאנ'ס, און ער איז די אחראי (עכ"פ אזוי באדארף עס צו זיין),
אוודאי דארף א מאן זיך אויפפירן מענטשלעך און מיטן פילסטן רעספעקט צו זיין ווייב אפי' אין געלט ענינים, איר נישט מאכן שפירן נידריג ווען זי בעט געלט, נאר גאר עס געבן נאך ביפאר זי בעט,
אבער ס'קומט אז דער מאן איז די בעה"ב.
אין 2021 ווערט דאס אנגערופן financial abuse.
און לויט דיין חשבון אויב די געלט איז דיינס, זענען די קינדער אירס.
(דו ברענגסט פרנסה, און זי האדעוועט די קינדער)
2021 האט זילטש מיט דעת תורה און בכלל מיט "דעת"
אין 2021 פארלאנגען די פרויען זייערע רעכטן. צו עס געפעלט דיר צו נישט.
א פרוי וואס שטעלט אויס איר לעבן לויט די היינטיגע נידריגע וועלט, איז א גרויסע פראבלעם, באמת א יסודות'דיגע פראבלעם פאר די שטוב,
קיינער האט ח"ו נישט געזאגט אז מען זאל זיך באגיין צו די ווייב ווי צו א שקלאפטע, אויב איינער טוט דאס איז ער א נידריגע יונג,
אונזער תורה הקדושה זאגט אונז פונקט פארקערט, ליב האבן ווי זיך און איר מכבד זיין נאך מער פון זיך אליינס, עשיר לפי עשרו, אזוי שטייט דארט,
אבער עס מיינט נאך נישט אז די ווייב דארף האבן א ווארט אויף די געלט ענינים פונקט ווי דער מאן, דאס איז נישט די ריכטיגע סדר.
טוה נישט צו יענעם וואס דו ווילסט נישט מען זאל טוהן צו דיר, גייט אויך אן צום ווייב.
עבסעלוטלי, נאך סאך סאך וויכטיגער ביי א ווייב ווי סתם א חבר,
זיין דער אחראי אויף די געלט ענינים קומט בכלל נישט און ווייזט בכלל נישט אז מען קימערט זיך נישט מיטן ווייב.