געלט פאר די עקרת הבית

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

פאקטיש האט געשריבן:די אלע וואס זענען נישט אויף א סעט וועידזש דארפן ראנען אן עווערעדזש פון די לעצטע האלבע יאר אינקאם, טאמער האסט נישט קיין חשבון פארלאנג עס פון די ביזנעס בוקקיפער, די לעצטע האלבע יאר איז דיין אינקאם, אנלעס אז ס'איז געווען אן אויסטערליש ספעציפישע סיבה פארוואס ס'איז געווען אזוי סאך/ווייניג.

ריכטיג

וויכטיג מאכער האט געשריבן:שאץ האט זייער גוט ארויסגעברענגט די פוינט, און איך פיהר מיך כעין זה, אבער אביסל אנדערש.

מיין ווייב ווייסט נישט פון קיין בילס, זי צאלט גארנישט! ווען זי וויל איינקויפן זאגט זי מיר וואס זי וויל, און בערך וויפיל געלט זי דארף דערפאר און אזויפיהל באקומצע, פלאס זי מוז אייביג האבן אויף זיך עפעס געלט, אפילו 5 דאלער, אבער ס'גוט אביסל מער, אז ווען זי גייט דורך א סטאר און זי דארף א באטל וואסער, צו א פיצא זאל זי קענען קויפן.

פארשטייצעך זי דארף וויסן אין וועכע מצב דער מאן אירע געפינצעך כהיום, כדי זי זאל קענען מאכן א דעסיזשן אויף א זאך וואס ס'איז נישט אזוי וויכטיג צו זי זאל עס קויפן צו נישט.

כן נוהג אונגארישער
Liberalism is a mental disorder
זיידענע בעקיטשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 17, 2010 8:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידענע בעקיטשע »

איך האב אמאל געליינט. אז הגאון ר' שלמה זלמן אויערבאך זצ''ל האט אמאל געזאגט פאר א יונגערמאן נאכן חתונה, איינע פין זיינע תלמידים. איך וועל דיר געבן הדרכה אויף שלום בית.
רש''ז פרעגט דעם יונגערמאן: וואס וועסטו טוהן ווען דיין בני בית וועט דיר זאגן אז זי דארף א נייע קלייד, אין דו גייסט צום קליידער שאפע, די שאפע איז פיל פיל מיט קליידער, מקען גארנישט אריין לייגן.
זאגט דער יונגערמאן: איך וועל איר פרעגן, פארוואס דארפסטו האבן אזויפיל קליידער?
האט רש''ז געזאגט דעם יונגערמאן: איך וואלט געזגט פונקט פארקערט, אויב די ב''ב בעט א קלייד, דארפסטו זאגן- א וודאי נישט איין קלייד, נאר צוויי. אין אויב די וועסט איר ווייזן אז די וויסט אז פאר איר זאל זיין גוט, וועט זי אליינס פרעגן אין זיך אינטרעסירן צו די האסט יעצט געלט וכדו'.
הק' זיידענע בעקיטשע מיושבי ארץ הקודש
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

בשייכות צו דעם, האט מיר א שוועסטער אמאל געזאגט אז פונקט ווי א פרוי איז נישט מסוגל צו פארשטיין פארוואס קויפט ער יעדע שטיק צייט א פרישע ספר, האסט שוין געענדיגט די
אלטע? איז די סעים זאך פארשטייען נישט די מענער דאס ענין פון טויזענט שיך און קליידער.
צוריק צו די נושא.....
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

שאץ מאץ האט געשריבן:דער עולם ענפערט נישט קיין פראקטישע עיצות פאר דעם בשמים, מ'רעדט נאר ארום און ארום,
די פראקטישסטע עצה איז, זאלסט קלאר אדורך גיין דעם בודשעט מיט די פרוי, ווייזן קלאר וואס זענען די הכנסות, דאס און דאס פארדין איך, און דאס זענען די וועכנטליכע הוצאות, וואס איז א הכרח א שטייגער ווי טעלעפאן, לעקטער, געז, גראסערי, שכ"ל, ועל צבאם רענט אדער מארגעדש, און ווייזן קלאר וואס ס'בלייבט איבער, זאל זי קלאר זעהן עין בעין צו ס'איז טאקע דא געלט פאר אירע אויסגאבן,

ממנ"פ איז דא גענוג געלט איז דאך נישט קיין פראבלעם, זאל זי באקומען וואס זי דארף, איז נישטא קיין געלט וועט זי דאך קלאר זעהן אז איצט איז נישטא, מ'דארף מאכן דעם חשבון וואס איז יא וויכטיג און וואס נישט, די פראגע איז נאר ווען ס'איז דא קארג דעמאטץ מוז דער מאן מיט די פרוי צוזאמען אפמאכן אויף יעדע זאך צו ס'איז וויכטיג צו נישט, פארשטייט זיך אז ס'דארף זיין אויך א לאנג טערמין חשבון אויך, דהיינו אויב אויף למשל סוכות וויל זי זיך אויסשטאפירן מיט מער זאכן דארף מען מער שפארן פון פריער אזוי זאל זיך אנזאמלען א גרעסערע סכום אויף שפעטער,

אבער דאס איז הכל מודים אז די בעסטע און גראדסטע וועג איז איר משתף זיין אין די חשבונות, זאל זי וויסן וואס און ווען ס'איז דא פאר איר געלט,

הדא הוא דכתיב: יצר אשה ותינוק איז שמאל דוחה וימין מקרבת.
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: געלט פאר די עקרת הבית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

יעצט זיך אנגעשטויסן אין דעם אשכול
ס'איז שווער צו זאגן א כלל וויפיל געלט מ'דארף געבן
ועל כגון דא נאמר כל ערום יעשה בדעת
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: געלט פאר די עקרת הבית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

אן אינטערעסאנטער אשכול דאס... ס'מאכט מיך פילן גוט
ווארעמע מעלאנע
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 5:02 pm

Re: געלט פאר די עקרת הבית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארעמע מעלאנע »

איך פארשטיי נישט די גאנצע מהלך פון "געבן געלט".
פאר זיך לייגסטו אויך אין קעשענע נאר א מאה?

ס'איז פונקט איר געלט ווי דיינס. אויב האט זי נישט אליין פרנסה איז עס ווייל זי נעמט קער פון דיינע קינדער. נישט ווייל זי פוילעצט ארום.

אויב די פראבלעם איז אז עס גייט אריבער דעם באדזעט, דארף זי זיין די זעלבע שותף צו וויסן וואס גייט פאר מיט די פינאנצן.

עס איז נישט געזונט פאר קיין שום ערוואקסענע צו לעבן אן א חשבון.
אוועטאר
יעקל אלטמאן
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2018 10:01 pm

Re: געלט פאר די עקרת הבית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקל אלטמאן »

עס איז בכלל נישט איר געלט ווי זיין געלט,
געלט איז די מאנ'ס, און ער איז די אחראי (עכ"פ אזוי באדארף עס צו זיין),

אוודאי דארף א מאן זיך אויפפירן מענטשלעך און מיטן פילסטן רעספעקט צו זיין ווייב אפי' אין געלט ענינים, איר נישט מאכן שפירן נידריג ווען זי בעט געלט, נאר גאר עס געבן נאך ביפאר זי בעט,

אבער ס'קומט אז דער מאן איז די בעה"ב.
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: געלט פאר די עקרת הבית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

ממה נפשך האט געשריבן:אן אינטערעסאנטער אשכול דאס... ס'מאכט מיך פילן גוט

נישט געוואוסט א דו ביסט א מיסיס
Clm
שר חמש מאות
תגובות: 841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:45 am

Re: געלט פאר די עקרת הבית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Clm »

ווארעמע מעלאנע האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די גאנצע מהלך פון "געבן געלט".
פאר זיך לייגסטו אויך אין קעשענע נאר א מאה?

ס'איז פונקט איר געלט ווי דיינס. אויב האט זי נישט אליין פרנסה איז עס ווייל זי נעמט קער פון דיינע קינדער. נישט ווייל זי פוילעצט ארום.

אויב די פראבלעם איז אז עס גייט אריבער דעם באדזעט, דארף זי זיין די זעלבע שותף צו וויסן וואס גייט פאר מיט די פינאנצן.

עס איז נישט געזונט פאר קיין שום ערוואקסענע צו לעבן אן א חשבון.

גא"מ איך פארשטיי נישט די שאלה איך געב גארנישט זי נעמט וויפיל זי דארף פינקט ווי מיר
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

Clm האט געשריבן:

ווילאנג עס איז דא גענוג צו נעמען איז זיכער גוט...

דער פראבלעם איז ווען עס איז נישט דא, אדער מען ברויך א בודזשעט צו שפארן פאר וויכטיגע גרויסע אויסגאבן, וואס דאן איז דער מאן דער וואס איז (לכל הפחות ברויך צו זיין) דער אחראי אז מען זאל האבן, במילא דארף ער אינפארמירן די אנדערע איבער זייערע אלאוענסעס.

אוודאי איז בעסער ווען מען אינוואלווד דער ווייב אין די חשבונות און מען זעט פארוואס טאקע דער בודזשעט דארף זיין נישט מער ווי כך וכך. אבער עס בלייבט דער אחריות און אונטער קאנטראל פון דער מאן.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

Re: געלט פאר די עקרת הבית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

אינטערסאנט מיין ווייב האט נישט קיין שום אייגענע עקספענסעס

איך פארשטיי נישט אזוי צו די קליידער אין אלעס ארום פין מיינע קינדער, למשל איך האב נישט קיין כח צו זיצען אין שיך סטאר מיט מיינע לעכטיגע קינדער פאר שעות, גייט זי איינקויפן פאר זיי, געט אוועק צייט און כח, זי גייט אויך איינקויפן פאר "מיין" ווייב וואס זי דארף, און אפי' צוגעהערן פאר מיין הויז שיק איך איר איינקויפן, בקיצור רוב זאכן וואס פעלט אויס פאר מיר אין מיין געזונדעל איז זי גרייט זיך צו פארענען דערמיט.

היות איך האב ב"ה א געזונדעל אין די ארבייט איז גרויס, וויל איך נישט אז מיין ווייב זאל ארבייטען ווי א פערד, אין איך וויל מיינע קינדער זאלן האבן א קלינע הויז אין א פריילעכע מאמע, און איך א פריילכע עזר, האב איך געבעטן זי זאל מער טרעפו א פארט טיים ארבייטער זאל קלינען מיין הויז און טון וועש, און געס וואט זי האט זיך אפגעגעבן מיט זוכן א גוטע ארבייטער אינטערוויא'ט, געהאנדעלט די פרייז, אזוי אז איך האב גארנישט געדארפט זיין פארנומען מיט דעם.

ווען איך האב נישט זאג איך איר אז איך וויל נישט מיינע קינדער זאלן ליידן, אבער זי זאל זעהן צו זי קען טרעפן בעסער אין נאר וואס מען דארף יעצט,
לעצט פארראכטן דורך פרידן אום דאנערשטאג יוני 17, 2021 2:29 am, פארראכטן געווארן 5 מאל.
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: געלט פאר די עקרת הבית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

פרידן האט געשריבן:אינטערסאנט מיין ווייב האט נישט קיין שום אייגענע עקספענסעס

איך פארשטיי נישט אזוי צו די קליידער אין אלעס ארום פין מיינע קינדער איך האב נישט קיין כח צו זיצען אין שיך סטאר מיט מיינע לעכטיגע קינדער גייט זי איינקויפן פאר זיי זי גייט אויך איינקויפן פאר מיין ווייב אפי' צוגעהערן פאר מיין הויז שיק איך איר איינקויפן בקיצור רוב זאכן וואס פעלט אויס פאר מיר אין מיין געזונדעל איז זו גרייט זיך צו פארענען

ווען איך האב נישט זאג איך איר אז איך וויל נישט מיינע קינדער זאלן ליידן אבער זי זאל זעהן צו זי קען טרעפן בעסער אין נאר וואס איז מען דארף יעצט

גוט גוט.. א שיינע זאך אז זע טוט אלעס פאר אייך.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: געלט פאר די עקרת הבית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

נאכנישט געלייענט אלע תגובות דא
ביי מיר איז נישט דא קיין 2 קאסעס(מיין ווייב איז בכלל נישט קיין ספענדיר און וואס זי קויפט איז עניוועי וויכטיג) אחוץ מעשר געלט געב איך א 8טל פון די מעשר זי זאל קענען געבן ביי פארדיס וכדומה
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

פרידן האט געשריבן:אינטערסאנט מיין ווייב האט נישט קיין שום אייגענע עקספענסעס

איך פארשטיי נישט אזוי צו די קליידער אין אלעס ארום פין מיינע קינדער, למשל איך האב נישט קיין כח צו זיצען אין שיך סטאר מיט מיינע לעכטיגע קינדער פאר שעות, גייט זי איינקויפן פאר זיי, געט אוועק צייט און כח, זי גייט אויך איינקויפן פאר "מיין" ווייב וואס זי דארף, און אפי' צוגעהערן פאר מיין הויז שיק איך איר איינקויפן, בקיצור רוב זאכן וואס פעלט אויס פאר מיר אין מיין געזונדעל איז זי גרייט זיך צו פארענען דערמיט.

היות איך האב ב"ה א געזונדעל אין די ארבייט איז גרויס, וויל איך נישט אז מיין ווייב זאל ארבייטען ווי א פערד, אין איך וויל מיינע קינדער זאלן האבן א קלינע הויז אין א פריילעכע מאמע, און איך א פריילכע עזר, האב איך געבעטן זי זאל מער טרעפו א פארט טיים ארבייטער זאל קלינען מיין הויז און טון וועש, און געס וואט זי האט זיך אפגעגעבן מיט זוכן א גוטע ארבייטער אינטערוויא'ט, געהאנדעלט די פרייז, אזוי אז איך האב גארנישט געדארפט זיין פארנומען מיט דעם.

ווען איך האב נישט זאג איך איר אז איך וויל נישט מיינע קינדער זאלן ליידן, אבער זי זאל זעהן צו זי קען טרעפן בעסער אין נאר וואס מען דארף יעצט,

גוט געשריבן, און ב"ה ביי מיר איז אויך אזוי.

אבער קענסט נישט דיסמיסן דער נושא האשכול, עס האט נישט דייקא מיט געלט פאר פערזענליכע עקספענסעס, נאר פשוט זינט דער מאן איז/דארף זיין דער מאני מענעדזשער ברויך ער מענעדזשען/פריאריטייזן די ריסארסעס לויט וואס מען האט און וואס מען ברויך. פאר זיך טוט ער עס אליינס און פאר דער ווייב טוט אויך ער עס (ווייל סוכ"ס איז ער אחראי אויף דער געלט) האפענטליך מיטן מיטטיילן די סיבות פארוואס עס איז גוט אזוי לויט דער מצב.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: געלט פאר די עקרת הבית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

איש חמודות האט געשריבן:
ממה נפשך האט געשריבן:אן אינטערעסאנטער אשכול דאס... ס'מאכט מיך פילן גוט

נישט געוואוסט א דו ביסט א מיסיס

איך בין נישט קיין מיסיס, אבער איך האב א מיסיס וועם איך האב מיך אונטערגענומען אויסצוהאלטן און איך גיב איר יעדע וואך א הונדערטער אויסער אלע עקספענסעס וואס ווערט סייווי באצאלט דורך מיר.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

קנאפער ידען האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:אינטערסאנט מיין ווייב האט נישט קיין שום אייגענע עקספענסעס

איך פארשטיי נישט אזוי צו די קליידער אין אלעס ארום פין מיינע קינדער, למשל איך האב נישט קיין כח צו זיצען אין שיך סטאר מיט מיינע לעכטיגע קינדער פאר שעות, גייט זי איינקויפן פאר זיי, געט אוועק צייט און כח, זי גייט אויך איינקויפן פאר "מיין" ווייב וואס זי דארף, און אפי' צוגעהערן פאר מיין הויז שיק איך איר איינקויפן, בקיצור רוב זאכן וואס פעלט אויס פאר מיר אין מיין געזונדעל איז זי גרייט זיך צו פארענען דערמיט.

היות איך האב ב"ה א געזונדעל אין די ארבייט איז גרויס, וויל איך נישט אז מיין ווייב זאל ארבייטען ווי א פערד, אין איך וויל מיינע קינדער זאלן האבן א קלינע הויז אין א פריילעכע מאמע, און איך א פריילכע עזר, האב איך געבעטן זי זאל מער טרעפו א פארט טיים ארבייטער זאל קלינען מיין הויז און טון וועש, און געס וואט זי האט זיך אפגעגעבן מיט זוכן א גוטע ארבייטער אינטערוויא'ט, געהאנדעלט די פרייז, אזוי אז איך האב גארנישט געדארפט זיין פארנומען מיט דעם.

ווען איך האב נישט זאג איך איר אז איך וויל נישט מיינע קינדער זאלן ליידן, אבער זי זאל זעהן צו זי קען טרעפן בעסער אין נאר וואס מען דארף יעצט,

גוט געשריבן, און ב"ה ביי מיר איז אויך אזוי.

אבער קענסט נישט דיסמיסן דער נושא האשכול, עס האט נישט דייקא מיט געלט פאר פערזענליכע עקספענסעס, נאר פשוט זינט דער מאן איז/דארף זיין דער מאני מענעדזשער ברויך ער מענעדזשען/פריאריטייזן די ריסארסעס לויט וואס מען האט און וואס מען ברויך. פאר זיך טוט ער עס אליינס און פאר דער ווייב טוט אויך ער עס (ווייל סוכ"ס איז ער אחראי אויף דער געלט) האפענטליך מיטן מיטטיילן די סיבות פארוואס עס איז גוט אזוי לויט דער מצב.

די נושא האשכול אויף וואס איך האב מיך באצויגען איז די ערשטע תגובה א איד שרייב ער פלעגט געבן 100 דאללער א וואך פארן ווייב היינט האלט עס שוין כמעט ביי צוויי אין זי זאגט עס איז נישט גענוג, אין ער וויל וויסן צו עס איז יא גענוג דעס האט גארנישט מיט בודשעטינג
בסד
שר האלפיים
תגובות: 2973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: געלט פאר די עקרת הבית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

בשמים האט געשריבן:איך פלעג אמאל געבן א מאה'לע א וואך פאר מיין פלונית'טע, אבער ס'האט נישט געקלעקט... דא דארף זי א נייע פאנדזשעלוי פאר שבת, דא פאר וואכן, פאר זומער, פאר ווינטער, א נייע קלייד, א נייע טיכל, צירונג, בגדים פאר די קינדער, וכו' וכו' וכו'. האב איך מוסיף געווען נאך אביסל, איז אבער מיט דעם מיטגעקומען נאך אנדערע געברויכן וואס זי וויל. בין איך געגאנגען נאך ווייטער ביז קרוב צו צוויי מאות, און וואס מיינט איר? די ליסטע שטעלט זיך נישט אפ, עס ווערט אלס לענגער און לענגער...

אשר על כן וואלט איך געוואלט וויסן וויאזוי עס איז ביי אייך, און וויאזוי איר גיט זיך א עצה אז די ליסטע זאל נישט וואקסן לענגער און לענגער ווי שוועמלעך נאך א רעגן.

איך בין מתפלל אז די ליסטע זאל וואקסן און וואקסן געזונטערהייט.
און הכנסות זאלן זיך דאפלען נאך מער.
איך גלייב אז נאך 10 יאר האט ער שוין זיין ענטפער.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

פרידן האט געשריבן:די נושא האשכול אויף וואס איך האב מיך באצויגען איז די ערשטע תגובה א איד שרייב ער פלעגט געבן 100 דאללער א וואך פארן ווייב היינט האלט עס שוין כמעט ביי צוויי אין זי זאגט עס איז נישט גענוג, אין ער וויל וויסן צו עס איז יא גענוג דעס האט גארנישט מיט בודשעטינג

איך הער, איך האב אריינגעליינט דערינען אז דער בודזשעט איז טייט (בעיסיקלי א שאלה וויאזוי צו מאכן בודזשעטינג און מיטטיילן די בני בית מיט די רעזעלוציעס.)

אבער ריכטיג, אז סתם צרת עין פאר די ב"ב איז א שאנדע! ווי דו האסט שיין ארויסגעברענגט, עס איז געלט באנוצט פאר דיר און דיין משפחה.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: געלט פאר די עקרת הבית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אין אלפא ביתא פון "צמח ה' לצבי"

Capture.JPG
Capture.JPG (100.73 KiB) געזען 765 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

Re: געלט פאר די עקרת הבית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

farshlufen האט געשריבן:אין אלפא ביתא פון "צמח ה' לצבי"

Capture.JPG

אמתדיג א שכח איך האב דעס געזען אלטץ חתן אין אפגעמאכט אזוי זיך צופירען, אבער נישט געדענקט ווי איך האב עס געזען א לאנגע צייט געזוכט שכח
great
שר חמש מאות
תגובות: 728
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 12:22 pm

Re: געלט פאר די עקרת הבית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך great »

Clm האט געשריבן:
ווארעמע מעלאנע האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די גאנצע מהלך פון "געבן געלט".
פאר זיך לייגסטו אויך אין קעשענע נאר א מאה?

ס'איז פונקט איר געלט ווי דיינס. אויב האט זי נישט אליין פרנסה איז עס ווייל זי נעמט קער פון דיינע קינדער. נישט ווייל זי פוילעצט ארום.

אויב די פראבלעם איז אז עס גייט אריבער דעם באדזעט, דארף זי זיין די זעלבע שותף צו וויסן וואס גייט פאר מיט די פינאנצן.

עס איז נישט געזונט פאר קיין שום ערוואקסענע צו לעבן אן א חשבון.

גא"מ איך פארשטיי נישט די שאלה איך געב גארנישט זי נעמט וויפיל זי דארף פינקט ווי מיר

די תירוץ אויף דעם איז.
אלגמיינעם עולם אפילו שיינע פארדינערס ברענגן נישט אהיים די גאנצע פעיד טשעק און ממאכט א יחלוקו אן קיין חשבון נאר מלייגט אוועק אין באנק גמ"ח א חלק גדול פונעם געלט פאר א הויז חתונה שמחה ועוד ועוד....... ממילא האבן דא די אינגעלייט א שאלה וויפל דארף מען ברענגן א היים און שטוב פאר בני בית און א וודאי דאס טוט מען ממאכט איין מאל א יאר א חשבון וויפל זענען די הוצאות הבית לויט דעם ברענגט מען א היים חודשליך מיט א הוספה קטנה פאר טאשן געלט פארן בני בית און די מאן שוה בשוה און אלע אנדערע געלטער ברענגט די מאן בכלל נישט א היים און אויב דארף מען נאך געלט גייט אינמיטן חודש זעצט מען זיך צוזאם זעהן אויב סאיז וויכטיג נעמט ארויס נאר די סכום און פארשטיט זיך חודש אדר אלול מאכט מען א חשבון חדש פארן הוצאת יום טוב און מאיז מוסף די סכום אויפן גווענליכע חודישליכע הוצאות
איז פארענפערט אייערע קשיא אז סדראף זיין א מהלך פון "געבן געלט".
מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

Re: געלט פאר די עקרת הבית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

לייטער האט געשריבן:נאכנישט געלייענט אלע תגובות דא
ביי מיר איז נישט דא קיין 2 קאסעס(מיין ווייב איז בכלל נישט קיין ספענדיר און וואס זי קויפט איז עניוועי וויכטיג) אחוץ מעשר געלט געב איך א 8טל פון די מעשר זי זאל קענען געבן ביי פארדיס וכדומה

א עלטערע פרוי האט געזאגט פאר מיין ווייב אז אין די יונגע יארען זייענדיג מטופל מיט א געזינדעל פלעגט זי גיין מיט א חברטע צו זייער אסאך ט"י פארטי"ס מיט א חברטע אדער שכנטע פאר אפאר שעה זיך אויסגעדז'וכעט אין אהיים געקומען פריש
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3942
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: געלט פאר די עקרת הבית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

יעקל אלטמאן האט געשריבן:אבער ס'קומט אז דער מאן איז די בעה"ב.

אהא
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: געלט פאר די עקרת הבית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

יעקל אלטמאן האט געשריבן:עס איז בכלל נישט איר געלט ווי זיין געלט,
געלט איז די מאנ'ס, און ער איז די אחראי (עכ"פ אזוי באדארף עס צו זיין),

אוודאי דארף א מאן זיך אויפפירן מענטשלעך און מיטן פילסטן רעספעקט צו זיין ווייב אפי' אין געלט ענינים, איר נישט מאכן שפירן נידריג ווען זי בעט געלט, נאר גאר עס געבן נאך ביפאר זי בעט,

אבער ס'קומט אז דער מאן איז די בעה"ב.

אין די כתובה נעמט זיך דער מאן אונטער איר צו שפייזן

עס קען זיין אז עס איז דיין געלט אבער די ערשטע זאך ןוואס דו דארפסט טון מיט דיין געלט איז אפצאלן דיין תורה'דיגן חוב
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”