נשמת השכל האט געשריבן:איך שפיר אז די גאנצע מין זאך פון זאגן אז אידן אין אמעריקע זענען אזוי - אידן אין א"י זענען אזו - רוסישע זענען יענץ - דייטשע זענען יענץ, איז נישט קארעקט.
אוודאי וועט יעדע קהילה/גרופע/שטאט/לאנד/קאנטינענט האבן זיין קולטור און זיין צורה און עטיטוד, און אוודאי וועלן אלע מענטשן המשתייכים שם אויפוואקסן מיט דעם אפעקט - און אוטומאטיש אנטוויקלען די סארט טבעיות און די מידות און פירונגען פון די ספעציפישע געמיינדע וועלן זיין אויסגעשטעלט אין איין געוויסע דירעקציע און אין איין געוויסער סארט צורה. אבער עס איז לאו דווקא [דווקא לאו] אז ווען דו נעמסט אפיר דעם אינדערווידואלן וועט זיך ארויסשטעלן אז דאס איז טאקע די ארגינעלער שורש'דיגע טבע פון דעם ספעציפישן באטרעפענדן.
מען ברויך לכאורה זיין גאר א גוטער מבין צו דערקענען און דערשנאפן וועלעכע טבע אינעם מענטש איז זיין אייגענער אמת'ער טבע, און וועלעכע איז זיין געבארגטע טבע וועלעכע ער האט אנטוויקלט א דאנק זיין סביבה/וואוינארט וכו'.
מ'דארף אבער פארשטיין פון וואו די טבע המדינה האט זיך טאקע אנטוויקלט. למשל אז אין אמעריקע בלאזן דרייערישע ווינטן איז גוט צו קוקן וואס דער גורם דערצו איז, און מ'דארף זיך נישט צופיל פלאגן צו פארשטיין אז דאס קומט וויבאלד ס'איז אויסגעשטעלט געווארן דורך דרייערס אויף א וועג וועלכע ציט צו זיך דרייערס.
און דאס גייט אן ביז'ן היינטיגן טאג, עס איז נישט קיין ספק אז צווישן די אימיגראנטן פון אנדערע לענדער ציילן זיך פראצענטועל מער דרייערס ווי אין אלגעמיין.
ווי אויך גייען די זאכן בירושה, דאס הייסט אז ווען דער טאטע אדער די מאמע איז א געוויסע טייפ איז דא גרעסערע שאנסן צו האבן א קינד מיט די זעלבע נומער.
קומט אויס אז יעדער אמעריקאנער געבוירענער - ווייטער נאר א משל - האט נאטירליך מער אויסזיכטן צו זיין א דרייער מכח פארשידענע אופנים, צי ווייל ער איז א קינד פון אימיגראנטן וועלכע זענען אהערגעקומען שטרעבנדיג פאר סוקסעס, אדער אן אפשטאמיגער פון די אריגינעלע אמעריקאנער דרייערס.
ביסט גערעכט אז נישט יעדער וואס זעט אויס ווי דער טייפ וואס זיין מדינה/קאמיוניטי שטעלט פאר איז טאקע די טייפ, אבער עכ''פ די סיבה פארוואס א פלאץ זעט אויס ווי איין געוויסע נומער איז וויבאלד עס דרייען זיך דארט מער מענטשן מיט די נומער מחמת איזה סיבה שיהיה.