עיצות און געדאנקען פאר ערב שבת ויו''ט

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

עיצות און געדאנקען פאר ערב שבת ויו''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

קודם אן אנענאסמענט: די קומענדיגע פאר וואכען גייט די ערב ווערן געדאפעלט, אויב ביז יעצט האט מען זיך מסדר געווען יעדע וואך מיט איין ערב, קומט די קומענדיגע יאר תשפ''ג - די ערשטע פאר וואכן- מיט דאפעלט ערב'ס...

די אייבערשטער זאל האלפען דאס זאל אויך אנהאלטען מיט השפעות און ברכות ונחת אלע גוטע זאכן זאלן קומען דאפעלט בעז'ה אמן

מיין שאלה איז איך שפיר אז די ערב איז נישט ערד און נישט און הימעל, די קליינע דרייען זיך אין שטוב, נישט קיין חילוק ווי לאנג די פרייטאג איז איז מען כסדר פארנומען מיטן ארבעטן, לייגען די קינדער שלאפען? אויך אן ארבעט, אפשר קען די עולם מיטיילען גוטע טיפס און עיצות פאר די די ערבי שבתות

אגב ווערט נאכגעזאגט פון צדיקים אז סאיז דא א ספעצילע יצר הרע אריינצוברענגן די מענטשען אין כעס ערב שבת, אפשר אויב מען וועט זיך פארהאלטען רואיג און פאברענגן \ אויסנוצען גוט די ערב וועט עס גוט צומישען די שטן..
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: עיצות און געדאנקען פאר ערב שבת ויו''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

אין די לאנגע ערב שבתים פאר איך מיט די קינדער אויפן פערי, אדער זעצט מען זיך אריין אין קאר און מ'פארט ארויף אויפן בי קיו אי, אדער גיי איך אין פארק
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: עיצות און געדאנקען פאר ערב שבת ויו''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

טשעירמאן האט געשריבן:

אגב ווערט נאכגעזאגט פון צדיקים אז סאיז דא א ספעצילע יצר הרע אריינצוברענגן די מענטשען אין כעס ערב שבת, אפשר אויב מען וועט זיך פארהאלטען רואיג און פאברענגן \ אויסנוצען גוט די ערב וועט עס גוט צומישען די שטן..
וועגן צדיקים ווייסעך נישט, אבער א גמרא אויף ריבוי מחלוקת ער״ש איז זיכער דא, סאיז אין גיטין נ״ב. הנהו בי תרי דאיגרי בהו שטן דכל בי שמשי הוו קא מינצו בהדי הדדי איקלע רבי מאיר להתם עכבינהו תלתא בי שמשי עד דעבד להו שלמא שמעיה דקאמר ווי דאפקיה ר' מאיר לההוא גברא מביתיה
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
חוט של חסד
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2022 6:42 pm
לאקאציע: צווישן ירושלים און בארא פארק...

Re: עיצות און געדאנקען פאר ערב שבת ויו''ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוט של חסד »

Kollel האט געשריבן:
טשעירמאן האט געשריבן:

אגב ווערט נאכגעזאגט פון צדיקים אז סאיז דא א ספעצילע יצר הרע אריינצוברענגן די מענטשען אין כעס ערב שבת, אפשר אויב מען וועט זיך פארהאלטען רואיג און פאברענגן \ אויסנוצען גוט די ערב וועט עס גוט צומישען די שטן..
וועגן צדיקים ווייסעך נישט, אבער א גמרא אויף ריבוי מחלוקת ער״ש איז זיכער דא, סאיז אין גיטין נ״ב. הנהו בי תרי דאיגרי בהו שטן דכל בי שמשי הוו קא מינצו בהדי הדדי איקלע רבי מאיר להתם עכבינהו תלתא בי שמשי עד דעבד להו שלמא שמעיה דקאמר ווי דאפקיה ר' מאיר לההוא גברא מביתיה
שבת ביי די סעודה האט מיין אינגעלע דערציילט א מעשה וואס זיין רבי האט דערציילט אין חדר, אז דער הייליגער רבי ר' אייזיקל קאלוב'ער זי"ע איז אמאל אנגעקומען אין א שטאט ערב שבת און ער האט געזעהן די רויעך פון די קוימענעס און געשמעקט די ריח פון די פיינע מאכלים וואס אידישע מאמעס קאכן לכבוד שבת, האט ער געזאגט אז די רויעך פון די מאכלי שבת איז מקרב די גאולה און משיח וואלט שוין לאנג געקומען, נאר וואס האלט אים אפ? די מחלוקת און געשרייערייען וואס טוט זיך אין אידישע הייזער בשעת ווען מ'קאכט די עסן...
טייערע אידן אין אמעריקא! אויפמערקזאם!

די דיפערענצן צווישן לשון הקודש ולהבדיל עברית קענען טיילמאל זיין כרחוק מזרח ממערב!

פארטייטשן העברעאישע נייעס באזירט אויף אייערע לשון הקודש קענטעניסן איז א רעצעפט פאר צעמישעניש.

א דאנק!
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”