די שני אחים וויכי און צייטי, ערצעהלונג אין פארזעצונגען

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

די שני אחים וויכי און צייטי, ערצעהלונג אין פארזעצונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

ד א ס א י ד י ש ע ל י כ ט , פ ר ש ת ב ה ע ל ו ת ך ת ש י " ד.

די וואונדעהרליכע ערצהעלונג פון די שני אחים וויכי און צייטי.

דורך: הרב יואל גרויז

געווען אין די דארף פ. נעבן י. א איד א בן ארבעים, ר' ב. האט ער געהייסן, צו קינדער האט ער נישט זוכה געווען, אבער זיין חיונה האט ער געצויגן פון זיין קרעטשמע וועלכע ער האט נאך בירושה געהאט פון זיין פאטער.

ויהי הלילה, די לבנה האט אראפגעקוקט מיט האלבע אפענע אויגן אויף די הייזקעלעך שטרם נענו וועלכע האבן קיין קינדער נישט געהאט, א קילער צפון ווינטל האט געבלאזן אויף די צאפעלדיגע בלויע געהענגלעך וועלכע האבן שוין געזען בעסערע צייטן, קיין נפש חיה זעהט זיך נישט אן, אלעס איז שטאק טונקל, קיין איינגעשריבענע באנוצער זענען שוין לאנג נישט דא, אין די פונסטער דרייט זיך ארום איינער אליין ר' געיגעל, אה! דער אלטער ר' גוגל מיט זיין באטל פיל מיט עפל דזשוס, "גוגל באט" ווי די אינגווארג פלעגן אים נאכשרייען, דער איז געווען היימלאז און אייביג געווען אויף די וואך.

פלוצים אן קיין שום ווארענונג האט דאס גאנצע שטעטל ווי א דונער געגעבן, "וואסער! וואסער! העלפט!!!" אלעס האט זיך געוואקלט, יעדער האט אויסגע'חאחא'ט, מנער ועד זקן האט זיך ארויסגעלאזט אין א הילכיגן געלעכטער גלייך פון געלעגער ארויס, די שטרויענע דעכער האבן געשפיגן שטרוי און זיך געווארפן ווי פאפקארן ארויס פונעם מאשין, דער אות ח' האט נאך אזא כבוד נישט געהאט אינעם הונדערט יעריגן עקזיסטענץ פונעם דארף, וועלכע גייט צוריק צו די צייטן פונעם קעניג קרעמער דער ערשטער, קיין טרוקן אויג איז נישט געווען, די בעלי עגלה האבן זיך געהאקט קאפ אין וואנט, די וואסער טרעגער האבן געפאנטשט אויפן טיש, אלעס האט זיך געוואקעלט פאר געלעכטער, אלזא עס האט פאסירט א געלעכטער צונאמי אינעם דערפל פ.

פאר די אינגערע דור באדארפן מיר צו דערציילן, אז די אמאליגע הייזער זענען געווען געמאכט פון גאר שוואכע מאטריאלען, די ווענט זענען געווען פון שיריים פון די פארברענטע מצה בעקערי האלץ, און די דעכער זענען געווען פון שטרוי, אין צוגאב זענען די הייזער געווען גאר נאנט איינע צום צווייטן, אזוי אז ווען א געלעכטער האט אויסגעבראכן אין דארף, האט מען געמוזט שטיין ווי פארגליווערט, גארנישט נישט קענענדיג טון, חוץ וואס פייבוש דער וואסער טרעגער האט פראבירט אנציגיסן דעם פייער פון די וואסער וואס איז נאך פארבליבן אין זיין פאלענד ספרינג וואסער פון א טאג בעפאר. דער געלעכטער האט אריינגעכאפט בליץ שנעל די גאנצע דארף.

וואס האט אזשאנס פאסירט אז אזא געלעכטער האט זיך אראפגעלאזט אין דארף? א צווילינג איז די מינוט געבוירן געווארן ביי אונזער ר' ב., אין די מינוט וואס די צוויי זענען געבוירן האט דאס אראפגעלאזט א אומקאנטראלירבארע געלעכטער אינעם דארף. דער עולם האט זיך נישט געקענט קאנטראלירן און מענטשן זענען געפאלן ווי פליגן אויף די פענסטער פאר גרויס געלעכטער.

ויהי, און עס איז געווען ווען דער וואך נאכט איז אנגעקומען האט ר' וועלוועלע פ.'אירער (געוואוינט דארט אין דארף פ.) אן עצה געטאהן פארן אבי הבן אז די עלטערע זאל ער א נאמען געבן וויכטיג מאכער, נאכן זיידן וועלכע פלעגט האנדלן מיט וויכטיג'ס און האט כסדר געמאכט די בעסטע וויכטיג'ס (וויכטיג איז א יוקאני'שער מאטריאל וועלכע ווערט גענוצט צו באפעסטיגן מענטשן וועלכע האבן טשערי נאפט-לאמפען אויף זייער וואגן ווען זיי פליען צו א קאל), און דעם אינגערען זאל ער א נאמען געבן צייטליך, אלץ א ברכה אז די ברית זאל זיין בעתו ובזמנו.

האב הזה, דער דאזיגער פאטער האט זיך בארעכנט אז ער וועט פארקעצערן דעם נאמען, ער האט געעפנט א חומש ביי זמרי בן סלוא, און עס איז אים בייגעפאלן, ווער זאגט אז זמרי האט געהייסן זמרי? אפשר האט ער געהייסן זמריג מאכער, און מען האט פארקערצערט זיין נאמען אויף זמרי? און אזוי געפונען מיר כסדר נעמען וועלכע ענדיגן זיך מיט א י'?

ווען מען האט אריינגעברענגעט די תאומים צום ברית האבן זיי מענטשן אנגעקוקט מיט שרעקליכע געלעכטער, ווען עס איז געווען אזוי הויעך ווי 1500 צפיות פאר איטליכער פון זיי, און דער אבי הבן האט זיך בארעכנט און ביים ברית ווען עס איז געקומען צום נאמען האט דער אבי הבן בעפוילן זיי א נאמען צו געבן "וויכי" און "צייטי".

ווי נאר דער בעל קורא האט ארויסגעזאגט דעם נאמען, האט ווידער א געלעכטער באפאלן דעם דארף, אבער אזאנס וואס דער פריערדיגע האט זיך געקענט פארשטעקן פאר אים, עס איז געווען א קאטאסטראפע במלוא מובן המילה, די סעודה איז קאנסאלירט געווארן, די טאמאטא דיפן און זויערע פיקלעך וועלכע זענען געווען צוגעגרייט האבן באקומען א טעם פון האניג מיט צוקער אלץ א צייכן פון געלעכטער, די שטעטל האט זיך געווארפן 7.8 אויפן ריכטערס וואג.

ויגדל הילד, דאס קינד איז גרויס געווארן.

ווער וואס און ווער? ליינט אינעם קומענדיגן פארזעצונג.

בנות ירושלים, פארן ליכט בינטשן, ביי א שמחה, לייגט אריין אין די הייליגע קרן פון בנות ירושלים. צום זכות פונעם קומענדיגן לערע יאר.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

אבער פון די געלעכטער וואס קומט יעצט פאר ביי מיר נאכן לייענען דעי עהרצעהלונג קענען זיך אלע ביידע געלעכטערס פארשטעקן....

גרוזי ביסט איינס אין דער וועלט
א חתימה ברויך מען האבן ?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

הלואי וואלט ער געווען איינס אין דער וועלט... דו ווייסט וויפיל אידן באנוצן זיך מיט דעם ניק?...

אבער דאס איז אלעס בלויז שפאס צו טרייבן (נישט ח"ו קאטאוועס, א ווארט וואס טאר חלילה נישט ערווענט ווערן אין שטעטעלע פ., וואו עס זאגט אן דאס ערגסטע רח"ל), און אוועקצונעמען דעם עינע-הארע פון דעם יואל גרויז מיט זיינע בייפעלער, געבענטשט זאל ער זיין.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

טשיגענער, ביסט מעכטיג.
א פראגע:
דאכצעך אז איינער פון די צווילינג האט געהאט א געבורט פעלער, ל"ע, ס'הארץ זיינע איז געווען פון גאלד.
דענקעך גוט?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

נו קרעמער, האסטעך געזארגט, הא?

גרויזי, זאג מיר דעם אמת, וויזוי פאלט אזאנס ביי?

שטארקי, זייער גוט געפרעגט....

גרויזי, יישר כח, כ'האב גוט געלאכט.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

יעצט אראפגעלייגט מיט די אידישע ליכט צו באשטעלן א קאפי פון יענע באנד.
איך וועל באלד אריינסקענען די אריגינעלע.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

חחח.. מיינסט כ'על מיך לאזן פאר'נער'ן פון דיינע באבקעס? כ'האב זיך נישט געפוילעוועצט, כ'האב האלב-פיר געקראצט יענעם "ירושלימער-דאס יודישע ליכט" און ווי ערווארטעט האב איך זיך דארט באגעגענט מיט די אמת'ע פאקטן פון דעם צאמזעצונג, שוין ביים קעפל האסטו פארדרייט.. דארט ליינט זיך די קעפל (כ'מיין ס'איז א קעפל פון א כבש..) שווארץ אויף ווייס (ווי א שווארצער אין א ווייסע הויז וחח..)

"די וואונד-עהרליכע ערהוילוינג
פון די שלשה חאחחחחים - וויכי, גראוזי, צייטי"

משוגע אסתי מאכן א צווייטען.. חחחח...
(שטיצען וועלכע קרן??, איר הייסט אפשר דוועק?..)
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

כא כא כא כא...

גרויזאמער ביזט מעכטיג!
וואס
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס »

דו ביסט א צודראדעלטע מח... ווי קומסטו אויף מיט די אומדערהערטע בייפאלן, כ'האב מיך דא געוואלגערט פאר געלעכטער.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

נעבעך אויף יענעם דארף.. יוש, הצלה.

און צו דיר הרב גרויז, וואויל איז דאס שטעטל'ע וואס דו ביסט אין דעם געבוירן..

און כדאי לסיים בדבר טוב:
אן אדווערטייזמענט וואס שלאגט ווארצלן [וואס?..] "וישבתם בטח"
אטעטשמענטס
בטח.JPG
בטח.JPG (25.46 KiB) געזען 4160 מאל
אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1912
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראמני 08 »

גרויזי חח
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

אכן נודע הדבר!!!

קוקט און איבערצייגט אייך אליין! פון וואנעט גרויזאמער נעמט זיינע ארטיקלן!

דאס איז נישט דאס ערשטע. דא אליין האבן מיר 3 ארטיקלן וואס ער האט געטוישט און געלייגט זיין נאמען.
אטעטשמענטס
ליכט 3.JPG
לעצט פארראכטן דורך צייטליך אום דינסטאג סעפטעמבער 22, 2009 4:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

יגר;
וישבתם בטח איז דאך צוקער זיס.


היינט וואלט מען געשריבן 'שבת בענקל'...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך elmonsey »

ווען מ'איז מיד לאכט מען זייער שטארק מיין הויז שאקעלט זיך ווייל איך רייס מיך דא פאר געלעכטער איך קען אפילו נישט טייפן ווייל איך האלט נאך אימיטען לאכן...
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

צייטי;
איבערמעכטיג
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

צייטליך ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1912
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראמני 08 »

א כאפטע ליצים
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

ד א ס א י ד י ש ע ל י כ ט , פ ר ש ת שלח ת ש י " ד.

די וואונדעהרליכע ערצהעלונג פון די שני אחים וויכי און צייטי.

דורך: הרב יואל גרויז

(וויכטיגע הערה: די פארזעצונג פונעם דאזיגן באנד איז פעלערדיגע, צוליב דעם וואס עס איז פארהאן א רינדעכיגער ריס אויף די לענג פונעם בלאט, מיר האבן נאר אראפגעברענגט וואס מיר האבן געזען, און אויסגעלאזט פונעם ריס)

פארזעצונג פון פריער:
ר' ב. פונעם דארף פ. האט זוכה געווען נאך יארן צו א צווילינג, דאס דערפל האט אויסגעשאסן אין אן אומפארשטענדליכן געלעכטער בשעת די שמחה, נאך קווענקעלנישן האבן די נעמען "וויכי און צייטי" געהאט די זכיה צו קונה שביתה זיין אויף די 2 נייע געבוירענע שעפעלעך.

און יעצט ליינט ווייטער:

צייטי איז אויסגעוואקסן א הויכע און ברייטער געשטעל, און שטארק באוואָקסן, ער פלעגט כסדר אונטערשטעלן שפיצלעך פאר ד
איין נאכט געטראפן אויפן טשענדילער פון ביהמ"ד האט דער פאטער געזען אז קיין תכלית איז דאס נישט, האט ער אים אפירג
קיין ווארענונג אראפגעלאזט א היליכיגן פראסק, קיין נער איז יענער גרויזאמער נישט געווען, האט ער אים באלד צוגענומ

צייטי אויפגעשטאנען אינגאצן פארשוויצט און פארקאכט, ער האט זיך גע'חלומ'ט א שרעקליכע חלום, ער הא
דער אלטער אים מודיע געווען "צייטי, דו פארשטייסט צו נגינה! די היכל הנגינה אויבן שטייט און ק

וויכי וועלכע איז אויפגעוואקסן א דארער און א הויכער, האט נישט געקענט צוקוקען אז ז
קוים געגעסן, אבער ער איז געווען גאנץ א קלוגער, ער האט איינמאל אפירגענומ
געפערליך אויפגערעגט.

א שטארקע רוגזה האט געהערשט צווישן די צוויי זינט דעם פאסירו
וויכי איז אזוי געליגן מיט פארבינדענע הענט ביז אין דער נא
גענומען.

אין יענע צייטן איז צוביסלעך אריינגעקומען די אויט
"יוקאן" האט מען עס גערופן, דער יוקאן פל
ארומגעפלויגן אין וועלדער, וויכי הא
צייטי'ס יוקאן, אבער אן קיין פר
אויפגעטון.

אזוי איז עס אנגע
פארריקטער!

פלוצלי
פוי!!
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

ראטטטעעעעוווווווועעעעעטטטטטט!!!!!!!!
איך טשאוק מיך פאר געלעכטער.
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח

דו מאכסט פון מיר די גענאר.... איך שטיק מיך פאר געלעכטער אינמיטן ארבייט....
;l;p- ;l;p-
א חתימה ברויך מען האבן ?
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

איך האב נאכנישט געליינט די צווייטע, אבער איך שטיק מיך פאר געלעכטער. (ליידער קען איך נישט לאכן הויעך... איך בין ביי די ארבעט..)
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

יוי ביסטו פאריקט!

גרויזי, אייביג מיט דיינע אויסטרעפן! כ'האב געלאכט אזש ביזן זיך זעלסט שטיקן. כ'האפ נאר אז ס'קומענדיגער בלאט האט נישט קיין ריס. איך וועל קענען די מעשה דורך און דורך.

אגב, פאר די וואס ווילן וויסן די אלע ערצעהלונגען און פולן קאנטעסט זאלן זיך איינהאנדלן דער ארגינעלער "אידישע ליכט" ווואס איך האב אראפגעברענגט אין פאריגען בלאט, ס'פלאץ פון וועלעכע גרויזאמער קאפירט אלע זיינע ארטיקלן, אריינגערעכנט דער ערצעהלונג.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

נאכאמזל אז די ווענט ביי מיר אין ארבעט זענען געמאכט פון העלצער וואס מען גייט נוצן פאר מצות באקן דעם קומענדיגע יאר, אזוי איזעס נישט אינגאנצן צאמפאלן ווען כאמעך געקאטשעט פאר געלעכטער. :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
טיטאניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיטאניק »

דאכט זיך אז אט פאר אזא אשכול איז די קרעטשמע געגרינדעט געווארן, מ'לאכט און מ'לאכט און ס'איז א מחיה.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

רבותי, אוועקלייגן דעם דאזינקן פארשניטענעם אויסצוג, נעקסטע פארזעצונג קומט דער צווייטער חלק פאפיר, מהעמער עס צוקלעבן.
גרויזי, דאס ווארט 'ציקוקט' ביסטו שוין לאאאאנג אויסגעוואקסן, העמער שאפן א נייע ווארט...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”