מיינע געזעגענונגס ווערטער - חבקוק

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

מיינע געזעגענונגס ווערטער - חבקוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

א גוטן מיינע טייערע לאנג יעריגע ידידים דא אין פארברענגען כל אחד בשמו הטוב יבורך.

ברשות מרנן ורבנן ורבותי, נברך ששמחנו משלו ובטובו שחקנו...

קודם וויל איך מיר אמטשולדיגן פארן אזוי פלוצלינג פארשוואונדן ווערן אומגעמאלדן פון פראנויס, ס'נישט געווען מיין שולד אזוי ווייט ווי איך וועל שוין מסביר זיין.

די אייבערשטער האט געפירט אז מיין כלי מפואר מיט וואס איך האב דורך אים געקענט א לענגערע צייט הייסן חבקוק און שרייבן שטותים, איז געווארן גענצליך צובראכן פון איין מינוט אויפן צווייטן, און איך האב עס אנגענומען פאר א וואונק אז איך זאל זיך אפשטעלן דא און נישט גיין ווייטער מיטן כלי וכל המסתעף, און דאס האביך טאקע געטון, דעריבער האביך נישט געקענט מעלדן תיכף מיין אפוועזנהייט.
אבער ווי באקאנט איז היינט נישט קיין שווערע זאך צו טרעפן ערטער איבער די לענג און ברייט פונעם אמעריקאנעם קאנטינענט ווי מען קען ארויפגיין ווירטואל, וכך הוה, יעצט האביך געהאט א געלעגענהייט צו קענען זיך מקשר זיין צום דעם היזיגן ווירטואלן פלאטפארמע און שרייבן די דאזיגע שורות.

וויל איך טאקע אביסל ארויסגעבן מיינע געפילן פארן זיך גענצליך געזעגענען.

האמת יאמר, אז דער דאזיגער יאר אויף אייוועלט מיינע איז געווען פון מיינע בעסטע און ליכטיגסטע יארן אין לעבן... דער יאר גייט זיכער געדענקט ווערן ביי מיר לטובה אלץ א גאלדענע שנת היובל והשמיטה ווען איך האב געהאט די מעגליכקייט צו פארשטעלן מיין פרייליכן גוטמוטיגן קינדערישע חבקוק פערסענאליטעט טאקע אויפן דאזיגן געשמאקן מקום, און אויך געקענט מהנה זיין צענדליגע אידן מיט דעם טאג טעגליך, כמעט אן פארפאסן א טאג אויפן גוי'אישן קאלענדער און אידישן לוח...

און צווישן טויזענט אויגן גערעדט האביך עס נישט געטון ריין לשם לשמים, ווייל איך האב אויך שטארק הנאה געהאט די גאנצע צייט... אריין אין לאכן פון די אייגענע וויצן אשכול...
איך האמיר מחיה געווען צו מאכן וויצן און הערן ווי יענער לאכט דערפון, און שפעטער ליינען א וויץ פון יענעם און אים צוריקלאכן אין פנים מדה כנגד מדה... אידישע וועלט תאוות...

און נאכדערצו אז ס'האבן זיך דא געדרייט מער ווייניגער די זעלבע צוואנציג אידן בערך, וואס מען האט שוין בערך געוואוסט ווער גייט שרייבן וואס, ווער ס'גייט לאכן מיט עמאוזשיס און ווער מיט חחחח'ס... ווער ס'וועט זיך בייזערן אויף עפעס וואס איז געווען מיט אים היינט אין שול און ווער ס'וועט פרובירן צו מסביר'ן יענעמ'ס צד... ווער ס'וועט עפענען אן אשכול, און ווער ס'וועט קאמענטירן דערויף די ערשטע... ווער ס'וועט עפענען אן אנקעטע און ווער ס'וועט שרייבן 'נישטא מיין אפציע'... ווער ס'וועט שרייבן א גימטריא און ווער ס'וועט אנטדעקן א סענזאציע... ועוד ועוד...

בקיצור, ס'ממש א מחיה געווען דא...

דעריבער וועל איך מיך זיכער שטענדיג בענקן צו די גליקליכע לעבנסלוסטיגע מאמענטן דא, וואס כולם שוים לטובה איז עס געווען נאר סמיילי'דיג און לוסטיג בלי כחל ושארק ביסן... אן קיין שום פארהאנקעריי צו טשעפעריי אדער סיי וועלכע אומבאקוועמע אינצידענט מיט סיי וועם, אויסער די קאמבאדיע רעגירונג וואס אפילו יענס האט זיך גענדיגט גוט ב''ה...

אבער ה' נתן וה' לקח, יעדע זאך האט זיך זיין צייט, עת לשחוק ועת לשתוק, יעצט איז די צייט צו אריבערמישן א בלאט אינעם לעבן און זיך שיידן פון דעם באליבטן לעכטיגע מקום, און גיין טון אנדערע זאכן אנשטאט דעם, איך ווייס נישט צו בעסערע זאכן, אבער אנדערע זאכן...

איז וויל איך מעלדן אפיציעל אז איך גיי פון דא, און איך נעם מיט מיט מיך נאר גוטע געשמאקע פרייליכע זכרונות וואס וועלן מיר בלייבן איינגעקריצט לנצח צום גוטן.
און נאכדערצו אז איך האמיר דא באקענט מיט צענדליגע וואוילע הייליגע אידן וואס איך וואלט בדרך הטבע זיך קיינמאל נישט באקענט דורכאויס מיין לעבן, א זאך וואס איז מיר שוין צוניץ געקומען אסאך און וועט זיכער מיך ווייטער צוניץ קומען, וואס פארדעם אליין האט זיך מיר שוין געלוינט מיין יאר דא אויפן וועלטל!!

איך האף איך האב קיינמאל קיינעם נישט מצער געווען, אז יא קען מען קומען אין אישי און מיר וועלן זיך איבערבעטן, און בכלל קען מען מיך שיקן אישי איבער סיי וואס, און ווען איך וועל אריינקומען צומאל אזויווי יעצט, וועל איך עס זען און פרובירן ענטפערן.

און זעטס צו אנהאלטן די פרישקייט דא און די גוטמוטיגקייט און די רעספעקט איינער צום צווייטן, קארגטס נישט קיין סמיילי'ס און עמאוזשיס און חחחחח ויהיה לכם לטוב בזה ובבא....

החותם בדמע ובשמחה ובבענקעניש
חבקוק בן מתיא בן חרש בן חבקוק מטריפאלי
מלפנים פורים רב דפארברענגען
כעת פורים רב עמי בבית

:-e;/ :-e;/ :-e;/

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: מיינע געזעגענונגס ווערטער - חבקוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

............











צווייטע אחראי
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21086
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: מיינע געזעגענונגס ווערטער - חבקוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:............











צווייטע אחראי

איי טאולד יא
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
ליקעריש
שר האלף
תגובות: 1827
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 3:07 pm
לאקאציע: אלל אווער די פלעיס....

Re: מיינע געזעגענונגס ווערטער - חבקוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליקעריש »

כליפ כליפ.. חבקוק טייערע, געדעעענק אז דו בי----- דיין פעסווארד.!!!!...!!....!!!

צום ווידערזעהן האטנפלאך.

החוסם בדמעות פאליש
ליקי

חבי, האסט גענאגלט דעם היינטיגן טאג!....
טעמטי שרייבט, און א מענטש לאכט.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: מיינע געזעגענונגס ווערטער - חבקוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

ליקעריש האט געשריבן:כליפ כליפ.. חבקוק טייערע, געדעעענק אז דו בי----- דיין פעסווארד.!!!!...!!....!!!

צום ווידערזעהן האטנפלאך.

החוסם בדמעות פאליש
ליקי

חבי, האסט גענאגלט דעם היינטיגן טאג!....

ליקי צו דיין לעצטע שורה :lol: :lol: :lol:

און..... די זון שיינט נאך....
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: מיינע געזעגענונגס ווערטער - חבקוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

צאתכם לשלום.

(דיינע אלע אנדערע עלטערע ניקס גייען מיט, אדער דאס איז א שטילע נסיעה און נאר חבקוק גייט?).
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מיינע געזעגענונגס ווערטער - חבקוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

כליפ כליפ כליפ כליפ כליפ כליפ

ס'זער עמאושינעל..
כאניש (נדנ) קיין ווערטער..

אבער איין זאך מוז איך זאגן "ברוך אתה בבואך וברוך אתה בצאתך"
שהיתה יציאתך מעולם הביצה כביאתך, מה ביאתך בלא חטא, אף יציאתך..

און לאמיר האפן אף חזרתך...

ביי!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24620
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: מיינע געזעגענונגס ווערטער - חבקוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אוי וויי חבקוק גייט פארלאזן די וועלטל
א ריזיגע שאדן, אין אבידה.... כליפ כליפ כליפ
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: מיינע געזעגענונגס ווערטער - חבקוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

איך וויל דא אפגעבן א הארציגע דאנק פאר הרב @חבקוק וכל שום וחניכא דאית ליה, הגלויים יותר והגלויים פחות, פארן אויפלעבן די מצב דאהי, במילי דשטותא כמאמר הרה"ק ר"נ מברסלב זצ"ל, און משמח זיין פיל אידען, וואס צווישן זיי ציילען זיך מסתמא לבבות נשברים, און בכלל יעדער איינער האט דאך טעג וואס די מאוד איז דאון, אדער ווי אנדערע זאגען פאר'זונטאג'ד, און דאן האט מען געוואוסט אז מען קען זיך פארלאזען אויף הרב @חבקוק אז ער וועט אויפלעבן די מצב, און גורם זיין אז די עולם זאל מקיים זיין דער מצוה גדולה להיות בשמחה.

און איך וועל מסיים זיין בברכת הדיוט עלה והצלח אין סיי וואס דו וועסט נאר טון, און זאלסט זוכה זיין צו משפיע זיין מהודך אויף אנדערע, און שטענדיג עולה זיין מעלה מעלה בתורה ועבודה, עד ביאת גוא"צ בב"א.
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: מיינע געזעגענונגס ווערטער - חבקוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

די שענסטע געזעגנונג וואס איך האב געליינט דא אויפן וועלטל

א גרויסן יישר כח פאר ביז הער
זאלסטו האבן הצלחה און סייעתא דשמיא אין אלעס וואס דו טוסט

ס’וועט זיך באמת בענקן נאך דיר
(א שאד איך האב מיר נאכנישט באקענט מיט דיר פערזענליך)
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: מיינע געזעגענונגס ווערטער - חבקוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פנימחדשות האט געשריבן:איך וויל דא אפגעבן א הארציגע דאנק פאר הרב @חבקוק וכל שום וחניכא דאית ליה, הגלויים יותר והגלויים פחות, פארן אויפלעבן די מצב דאהי, במילי דשטותא כמאמר הרה"ק ר"נ מברסלב זצ"ל, און משמח זיין פיל אידען, וואס צווישן זיי ציילען זיך מסתמא לבבות נשברים, און בכלל יעדער איינער האט דאך טעג וואס די מאוד איז דאון, אדער ווי אנדערע זאגען פאר'זונטאג'ד, און דאן האט מען געוואוסט אז מען קען זיך פארלאזען אויף הרב @חבקוק אז ער וועט אויפלעבן די מצב, און גורם זיין אז די עולם זאל מקיים זיין דער מצוה גדולה להיות בשמחה.

און איך וועל מסיים זיין בברכת הדיוט עלה והצלח אין סיי וואס דו וועסט נאר טון, און זאלסט זוכה זיין צו משפיע זיין מהודך אויף אנדערע, און שטענדיג עולה זיין מעלה מעלה בתורה ועבודה, עד ביאת גוא"צ בב"א.

נישט געקענט בעסער זאגן
יישר כח פאר'ן פארשרייבן מיינע דברי פרידה
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: מיינע געזעגענונגס ווערטער - חבקוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

@חבקוק, טו עס נישט..

האסט נישט קיין עקסעס, חזק ואמץ!!

אבער דא דארטן וועסטו דאך זיכער האבן ציטריט, להוי ידיעה אז דו קענסט משמח זיין אנדערע אידן ובמקום שאין איש השתדל ליהות איש
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: מיינע געזעגענונגס ווערטער - חבקוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

ס'איז מיר א גרויסע שאדע אז דו גייסט. עס יא קנאו, איך האב זייער הנאה געהאט פון דיר! און איינס פון דיינע ניקלעך האט נאך אן אומגעליינטע (און אומערפילטע..) אישי פון מיר...

איך וואונטש דיר מעומק לבבי, זאלסט מצליח זיין וואו אימער די קערסט דיך. און זאלסט זוכה זיין צו מקרב זיין אידן לאביהם שבשמים. ותמצא - אזויווי יעצט - חן בעיני אלוקים ואדם!
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: מיינע געזעגענונגס ווערטער - חבקוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

@חבקוק ס'איז מיר זייער שווער זיך צו געזעגענען פון דיר אויף אייוועלט. אבער פון די אנדערע זייט קוק איך דיר נאך מער ארויף אין ריעל לייף וויסענדיג וואס פאר א חשובע און שטארקע יוד דו ביזט אז דו האסט גענומען די קוראזש און געטון דאס וואס דו ווילסט פאר דיין נשמה.

השי"ת זאל העלפן זאלסט שטענדיג זעהן ווי ער באגלייט דיר אויף טריט און שריט.
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: מיינע געזעגענונגס ווערטער - חבקוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

חבקוק, איך וועל זיך בענקען צו דיין פרייליכע גוטמוטיגע הומאריסטישע כאראקטער. שכח פאר'ן מיר מהנה זיין די גאנצע צייט וואס דו ביזסט דא געווען.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4668
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע: מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: מיינע געזעגענונגס ווערטער - חבקוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

כאניש קיין ווערטער.. אפשר שפעטער..
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

Re: מיינע געזעגענונגס ווערטער - חבקוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

כליפ כליפ.... כקען נישט קומען צימער פון די שרעקליכע שאק וואס כהאב יעצט געכאפט... :cry: :cry: :cry:

חבקוק א ניק וואס האט אויפגעלעבט דעם האריזאנט, אריינגעברענגט שמחה אין יעדן מצב. העמיר זיך שארק בענקען נאך דיר!!

איין זאך, אויב מאכט זיך אז דו האסט צוטריט ערגעץ, קענסטו געבן א פאפ אריין מיט א טוץ תגובות.

נ.ב. שיק אהער מתיא אלס פארטרעטער
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

Re: מיינע געזעגענונגס ווערטער - חבקוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש׳ל »

פיין!

יעצט האסטו שוין מער צייט, גיימיר מאכן א שיעור?
עבד אברהם אנכי
שיעורי מים עמוקים
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31272
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

חבקוק ווי וויל אלל מיס יו בעדלי!!

דער ערענסטקייט שבתוך הפרישקייט איז עפעס א מיעוט שאינו מצוי. אויפגעלעבט דאס ווינקל דא מיט תוכן'דיגע שטותים. און אייביג געהאט נאר פאזיטיוו צו רעדן צו/וועגן אנדערע.

חזק וברוך, וה' יצליח דרכיך.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
גלגול
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 16, 2021 7:14 pm

Re: מיינע געזעגענונגס ווערטער - חבקוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלגול »

חבקוק! ווען דער עולם זאל ווען וויסן וואס פארא גליקן דו האסט דארט וואלט מען דיר נישט באשוינט, מיר זענען די רחמנות!

און א יישר כח פארן אנשרייען די שלעכטע מלאך וואס האט מיר אוועקגעשלעפט, גיי וויטער אן מיט דיינע גוטע מעשים דארט, לאז גריסן טשולי.
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9980
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: מיינע געזעגענונגס ווערטער - חבקוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

דאס האט מיר באפאלן ווי דינער אינמיטן העלן טאג!

חבקוק, אונז גיי מיר דיר געהעריג מיסן פון דא! לאמיר האפן אז די פארברענגען דא זאל ווייטער אנגיין, און דו זאלסט טאקע האבן געווען דער ריכטיגער וועגווייזער פאר אלע אנדערע פארברענגערס דא
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
באטעמטקייטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

Re: מיינע געזעגענונגס ווערטער - חבקוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטעמטקייטן »

:cry: :cry: :cry: :cry: :cry: :cry: :cry: :cry: :cry:
נאו ווארדס........
אוראייניקל האט געשריבן:
יותר ממה שטעמטי רוצה לכתוב.. אורי רוצה למחוק...
טעמו וראו כי...
אוועטאר
ארלאנדא
שר האלף
תגובות: 1804
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 8:47 am

Re: מיינע געזעגענונגס ווערטער - חבקוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארלאנדא »

מיר בענקען זיך שטא מער ווער זאל זאגן א גוט ווארט

(פליקן איז נאך דא ווער ס'זאל)
הק' אלי' ראובן לאנדא
אוועטאר
גלגול
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 16, 2021 7:14 pm

Re: מיינע געזעגענונגס ווערטער - חבקוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלגול »

ארלאנדא האט געשריבן:מיר בענקען זיך שטא מער ווער זאל זאגן א גוט ווארט

(פליקן איז נאך דא ווער ס'זאל)

ש'טא מער קיין פליקערס דא! אנלעס דו גייסט מיר זאגן אז מ'האט צוריקגעשיקט חבקוק מיט א נייעם ניק צי איבערנעמען סטאוו'ס פאזיציע היל"ת
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21086
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: מיינע געזעגענונגס ווערטער - חבקוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

:-( :-( :-(
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”