@עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

@עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

אין ליכט פון דעם, עפענען מיר דא אויף ברוב פאר והדר אנעשכול ספעציעל דעזעגנירט פאר די "ניק פראפייל פאנטאזיעס" - פארפאסט דורך אונזער אלעמען באליבטער @עומד מן הצד!

האט הנאה!
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

עומד מן הצד האט געשריבן:
סאכדעס:

שוין פון די פריע חדר יאר'ן האט מען איהם שטארק גע'רודפ'ט, פשוט ווייל זיין געשטעל איז געוועזן עפעס וואס איז ממש געגאסן פאר די רודפים אין כיתה,

די קאליר פון די האר איז געוועזן ערגעץ צווישן לייכט רויט ביז שטארק אראנדזש, זיינע גרויסע פלעסטיק גלעזער זענען געווען ווי א דורכזיטיגע פאנצער פאר זיינע טיפע אייגעלעך, וואס זענען געווען ארומגענימען מיט געשוואלענע שטיקער בשר, די הויזן טראגער האט געשטעלט א שארפער ווידערשטענד יעדעס מאל ער האט זיך מיישב געווען על מקומו, אז דער שכן דערנעבן האט געכאפט א ציפ וואס האט געלאזט א לאנג-טערמיניגע עפעקט,

און צו דעם אלעם איז ער אויפגעוואקסן און א שטארק פרומער שטוב, און וויפיל ער האט זיך איינגעבעטן ביי זיינע עלטערן, אז די ברידזשי גלעזער איז שוין לאנג נישט און סטייל, האט ער אלץ באקומען א שארפער אנטווארט ''שעפעלע מיר לעבן נישט פאר יענעם''

אלץ בחור איז דאס לעבן נישט געווען צופיל בעסער, בר מצווה געהאט אין שמח תשמח, א היט האט מען געקויפט אוודאי ביי פעלטי, און לכ' שבת א רינדעכיגער פריזבי, וואס ביחד מיט'ן נידריגער פליישיגער געשטעל האט עס איהם געגעבן דעם שלימות'דיגער צורה פון א באלי כפשוטו,

נאך די חתונה האט ער אפגעאטעמט, פונקט דעמאלטס האט זיך געפנט אייוועלט, דער רייסערישע סאכדעס האט זיך אוודאי תיכף געטראפן דאס מקום דארט, און אנגעהויבן שיסן תגובות רעכטס און לינקס,

עד כאן חלק א', און חלק ב' וועט מען בעז''ה אויסשמיסן די גאלדענע סוקסעפולע יארן און וואס סאכדעס געפינט זיך יעצט

עומד מן הצד האט געשריבן:
סאכדעס חלק ב':

כאטש ער איז דורך וואס ער איז דורך, האט ער אבער שטענדיג געטראגן מיט זיך א פרישקייט, ער האט אנגעפירט אלץ אינגערמאן די חברת תהילם אין זיין ביהמ''ד, ווען ס'נישט געווען גענוג קאווע, האט מען זיך געוואנדען צו ר' סאכדעס, און ביז עטליכע מינוט האט מען איהם געזעהן זיך שלעפן מיט צוויי באטלעך טעסטער'ס טשויס אין די האנט, און מיט די עלנבויגן האט ער אנידערגעהאלטן די פעקלעך קאצקע צוקער אויכעט, זיך אויסדריקענדיג צום ערשטן מענטש וואס ער האט באגעגנד "מ'האט מיר געבעטן קאווע, אבער כ'אגעזעהן אז די קאצקע ווייזט שוין אויך סימנים פון גסיסה, האבעך שוין דעיס אויך ערלעדיגט", דער מענטש שמייכלט אזוי האלבוועגס, בו בזמן וואס ער שטעלט א טריט אויף צוריק, נישט אנגעטראפט צו ווערן פון די גרויסע טראפנ'ס שווייס וואס האט זיך געגאסן פון ר' סאכדעס בשפע,

ס'האט נישט לאנג געדויערט ביז סאכדעס האט געטראפן אזא סייד דזשאב, זיין באשעפטיגונג איז געווען ערגעץ צווישן צולערנען מיט שוואכע קינדער, ביז צורעדן לייף אונשערנ'ס צווישן די חבירים, מיט זיין געשליפן צינגל און שארפ'ן חוש הריח, האט ער מצליח געוועזן אפי' ביי אזעלכע פלעצער וואס יעדער האט מורא איינצושטעקן דארט ווייל "ס'איז סתם א סקעם, יעדער זעצט אן דארט'', אבער נישט סאכדעס, ער האט פונקטליך געוואוסט ווי איבערצוקליגן די אלע גנבים,

נאכ'ן אנזאמלען א שיינע אפותיקו, האט ער זיך אריינגעלייגט און די נושא פון ריעל עסטעיט לאורכה ולרוחבה, און די רעסט איז היסטערי.....

(ס'ברויך ארויסגעברענגט ווערן, אז אלעס רעדט מען דא בשעת ווען סאכדעס איז נאך געווען בין כותלי ביהמ''ד, אין כולל)
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

עומד מן הצד האט געשריבן:
חבקוק:

ערצויגן געווארן אין א שטארקע תמימות'דיגע ערליכע שטוב, ערגעץ צווישן נייטרא און וויען, זיינע עלטערן האבן זיך שטארק געהאלטן צו מסורת אבות, אבער נישט געזוכט צו מוסיף זיין צופיל, לדוגמא, זיי האבן גארנישט געהאט מיט די גאנצע סמארטפאון מערכה, ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין קלארע מסורה אויף דעם, און ווי אויך האבן זיי נישט געכאפט דעם עומק הפראבלעם מחמת גרויס תמימות, אבער זיי האבן שטארק מחשיב געווען איינער וואס האט נישט פארמאגט די כלים, פשוט ווייל סקולנ'ע רבי לאזט עס נישט האב'ן.

חבקוק, איז געווען ביי זיי גאר א ספעציעל קינד, מחמת איינע פון די דריי סיבות, אדער איז ער געבוירן געווארן נאך עטליכע שוועסטער'ס, אדער האט מען אסאך תפלה געטאן ביז מ'האט בכלל זוכה געווען צו א קינד, אדער קען זיין, אז חבקוק'ל האט פשוט שטארק ארויסגעשיינט צווישן די קינדער, און די עלטער'ן האבן פארשטאנען אז דאס קינד פארלאנגט אסאך אויפמערקזאמקייט, מער ווי א געווענליך קינד,

און חבקוק'ל איז טאקע באמת געווען גאר א לעכטיג זיס קינד, ער איז געווען פון דעי מיני קינדער וואס די מאמע האט געקויפט ביי די אפשערן א פאר סלייס קאפל, מיט א שיינע געפלאכטענע ''ח'' אריינגענייעט דערון, ער איז געגאנגען מיט קורצע ערמל ביז די בר מצוה כמעט, ביי זיי אין שטוב איז נאר געווען איין סאטמאר וכו'

און ווי אויך איז חבקוק'ל געווען זייער א וואויל קינד, ווען דער עלטערער איד אין ביהמ''ד איז צוגעקומען און אויסגעציפט די קליינע רויטע בעקעלעך, האט ער אזוי שיין געשמייכלט, ווי כאילו ער האט גאר הנאה דערפון, ווען באמת האט ער איהם געואלט דערלאנגען אין פרצוף אריין אזוי כדבעאי,

אזוי איז ער אויפגעוואקסן נישט האבענדיג קיין ערנסטע השגות אין עבודת ה' אדער שבירת המידות,

שפעטער ביי די 15-16 יאר האט ער יא זיך אביסל מער אריינגעלייגט אין די עולם החסידות, ער האט נאך געלערנט אין א סאטמאר'ע ישיבה אויך, וואס דאס האט שטארק צוגעהאלפן ער זאל זיך אביסל אויסברייטערן די מח זיינער, נישט נאר בעניני חסידות וכדו', נאר אויך פארשטיין וויאזוי צוריצוגעבן ווען מ'כאפט פון איינעם, אין מ'דארף נישט אייביג זיין די וואוילע שעפעלע,

ב''ה פיין חתונה געהאט, ער האט נאך אין די ש''ב פארציילט זיין ווייב וועגן אייוועלט, און וועגן זיינע פלענער זיך איינצושרייבן דארט, אויף וואס זי האט הארצן גערן מסכים,

אויסזעהן פון חבקוק:

מער צו די נידריגע זייט, זייער דאר, לייט ברוין קאליר האר, האט א שטארק אריינגעדרייעטע בארד, דאס מערסטע וואס שייך, די פיאות קומען ארויס כמעט ביז די אויגן, ווייל די האר איז נאך געדרייעט אויף די וועג פון אלץ קינד ווען ס'איז געווען באגאסן מיט דיפרידא, און האט געדעמעדזשט די האר אויף אייביג, ער איז אין די נידריגע צוואנציגער יאר'ן, האט נישט צופיל חבירים אין ביהמ''ד, אבער פאר כמעט יעדעם שאקלט ער דעם קאפ, ווייל ער וויל נישט קיינעם באליידיגן
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

עומד מן הצד האט געשריבן:
קלאצקאפ:

אויפגעוואקסן אין זייער א לייכטע שטוב, נישט ח''ו לייכט אין אידישקייט, נאר ס'איז אייביג געווען דארט א לייכטער צוגאנג צו אלעם, בקיצור, מ'האט נישט געבויעט אידישקייט אויף טפלים, עז לאנג האסט געדאווענט און געלערנט, און זיך אויפגעפירט איידל, ביסטע געווען וועלקאם, אפי' האסט נישט מיטגעזינגען זמירות צוזאמען מיט טאטי, אדער פארשלאפן די פארטאגס'ן אין ישיבה,

אזוי האט קלאצקאפ מער ווייניגער אריינגעבלענדט אין די קינדער-געבענטשטע פאמיליע, ער האט געוואוסט וואס זיין טאטע וויל, און זיך נישט איבערגעשטרענגט קיין טראפ מער פון דעם, די מלמדים און מגי''ש פלעגן אלץ זאגן פאר זיין טאטע ''קלאצקאפ איז באמת א וואויל קינד, אבער כ'שפיר ער דארף אביסל מער חיות, כ'קען עס נישט פונקטליך אנכאפן'', אבער די טאטע האט זיך נישט געקימערט דערמיט, ווייל ווי געשריבן, איז דאס געווען די מהלך אין שטוב, אלעס מיט א לייכטקייט,

חתונה געהאט מיט זיינ'ס גלייכן, א מיידל פון די זעלבע סארט שטוב, ער האט א שיעור (יעדן טאג) נאר ביינאכט, ער איז א שטיקל יודע ספר, ווייל ער האט גאנץ א פיין קעפל, און ווי נישט ווי האט ער דאך פארט גאנץ אסאך געלערנט אין די בחור'ישע יארן, ווען זיין חברותא קומט נישט אן, שרייבט ער אויף אייוועלט, איי די טאג וועט דורכגיין אן א ווארט תורה?, נא, מה כל הרעש, טראכט ער צו זיך

ער איז נישט פון די סארט מענטשן וואס כאפן התעוררות אויסברוכן, ער דאווענט יעדן טאג די זעלבע, כדי זיינע הרגשים זאלן זיך אביסעלע צושפילן, דארף געשען עפעס גאר ערנסט, אבער אפ''ה איז ער צופרידן מיט זיך, און האט ליעב דעם אויבערשטן מיט'ן גאנצ'ן הארץ, און דרייעט זיך כסדר ארום מיט פסוקי אמונה ובטחון.

(די אויסזעהן דיינער האבעך נישט געקענט דערגיין, אפשר א צווייט'ס מאל)
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

עומד מן הצד האט געשריבן:
נשמת השכל:

א אינגערמאן, אין די מיטעלע צוואנציגער יאר'ן, אייביג געהאט גרויסע השגות, און אייביג געהאט אן אייגענארטיגע בליק אויף יעדע זאך, וואס דאס האט גורם געווען, ער זאל זיין אייביג דיפרענט, אלץ בחור האט ער געמיזט פארן לערנען קיין אר''י, אבער נישט ווייל יעדער פארט, נאר ווייל ער האט באמת געשפירט אז דארט וועט ער טרעפן אוות נפשו,

זייער א פארמאכטער, האט אפאר געשוואוירענע חברים, אבער דארט ענדיגט זיך עס, הגם וואס ער פרובירט צו מאכן קשר מיט פרישע מענטשן, ארבעט עס נישט, ווייל ער קען זיך נישט צופיל עפענען, און עט סאום פוינט, ווערט מען אביסל נערוועז פונעם פארמאכטקייט זיינעם,

ער האט ליב טיפזיניגע שיעורים, אבער ער פארשטייט אויך צו נארישע וויצן, און ווערט נישט נערוועז דערפון,

האט נישט קיין גרויסע הרגשים, ביים דאווענען קען ער דורכטראכטן א תגובה אויף אייוועלט, אבער ער פרובירט נאכצומאכן, און איז מקנה איינער וואס שפירט יא א טעם אונעם דאווענען,

לערנען, לערנט ער מער נסתר ווי נגלה, ער האט זיך שוין אפי' דערוואגט צו כאפן א פאר'גנב'עטע בליק אונעם מורה נבוכים, אויף וואס ער האט שפעטער חרטה געהאט,

א נועם המדות, אבער שטייט שטארק אויף זיינע רעכטן, וואס דאס קען איהם צומאל מאכן אויסקוקן ווי א הארטנעקיגער,

ער גלייכט זייער שטארק צו משפיע זיין, און ווי אויך האט ער אסאך וואס צו משפיע זיין, אבער ס'איז איהם זייער שווער צו זיך צוזאמקלויבן, און ווי אויך, האט ער נישט צופיל פארוועם צו זאגן זיינע פערל ווערטער, וכדלעיל,

אויסזעהן:

מער צו די העכערע זייט, טונקל ברוינע פיאות, מיט א קליין בערדל, נישט גראב, אבער ווייט פון אויסגעדארט, העלף-פרעים גלעזער, מיט א לאנגע רעקל, וואס כאפט א שארפ'ן פליק, יעדעס מאל ער דערזעהט א שמוץ'ל דערויף, א שטאפן הוט, וואס איז שוין פינעף יאר אלט, אבער איז נאך אלץ ראוי אנצוטאן, ווייל ער גיבט שטארק אפבאכט אויף זיינע בגדים,

גארנישט פערזענליך, ס'בלויז פאנטאזיע'ס
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

עומד מן הצד האט געשריבן:
שטומפיג:

אויפגעוואקסן אין אזא זיסע שמייכעלדיגע פאמיליע, קיין איבריג געלט איז נישט געווען דארט, אבער אלץ געהאט א שמייכל אויפ'ן פנים, איזהו עשיר השמח בחלקו, און מיט אזא חינוך איז שטומפ'עלע נתחנך געווארן, און ס'האט טאקע שטארק קולט געווען אין איהם,

דער קליינע רינדיכיגער שטומפי איז געווען פון די סארט קינדער, וואס האבן אייביג געהאט לעבעדיגע מעשיות צו דערציילן פאר די רבי אין חדר, בערך אזוי: ''רבי, רבי, אהם, אהם, מיין טאטע האט א ריזיגע וכו''', און שפעטער איז ער געווען פון די קינדער וואס האבן אייביג געוואוסט יעדע שומרים קאל, מיט אלע דעטאלן ארום, און גערן משפיע געווען פאר יעדעם זיינע געשיכטע'ס מיט לעבעדיגע פארבן,

אלץ געגאנגען מיט ירושה בגדים, וואס האט געטראגן מיט זיך א געוויסע אייגענארטיגע דעטערזשונט גערוך, וואסטע געוואלט?, מ'קען עפעס קויפן פאר יעדעס קינד סטיילישע בגדים, ווען מ'לעבט אויף א פעי טשעק?,

ער איז זייער א טיפע און געפילישע סארט נפש, ער ווערט שנעל נתפעל און איבערגענימען פון יעדע זאך,וואס אלץ תוצאה דערפון, ווערט ער זייער שנעל באליידיגט, אבער ער האט זיך שוין אויסגעלערנט וויאזוי צו דיעל'ן דערמיט, און ס'נעמט איהם נישט אוועק די יושב הדעת, הגם וואס ער טראכט שטארק צוריק, און איז שוקל אלעס וואס מ'זאגט איהם, ווייסט ער אבער, אז ס'קומט מחמת זיינע טיפע געפילן, און קורצן: א 4'ער וואס איז כמעט אינגאנצן געזונט,

גאר א שטארקע דייקן, ער האט טאקע נישט די בעסטע קאפ, אבער א זכרון האט ער יא א גוטע, וואס ביחד מיט זיין שטארקע דייקנות, קען ער אסאך מאל צוקומען צו אינטערסאנטע קאנקלוזשענ'ס, וואס וואלט קיינמאל נישט בייגעפאלן פאר א דורכשניטליכער מענטש,

ווי געזאגט האט ער נישט די בעסטע קאפ, און וועגן דעם לערנט ער נישט צופיל מער ווי די טעגליכע שיעור, אבער איז גאר שטארק מחשיב תלמידי חכמים, און האט א שטארקע הערצה צו זיי, און ווי אויך, האט ער א שטארקע געפיל און ווארימקייט צו אידישקייט, אפי' ביי די מצוות שאדם דש בעקביו,

ער ליידט א משהו אויף ocd, אבער נישט אויף א וועג וואס אפעקט איהם גייסטיש,

דאווענט מיט א שטארקע ערנסקייט, אלץ תוצאה פון זיינע שטארקע געפילן, וועט ער קענען מאריך זיין גאר שטארק ביי געוויסע שטיקלעך, אונדערצייט וואס די אנדערע חלקים וועט ער שנעל אפכיפערן,

ער איז שוקל יעדע געלט גייער ביים דאווענען וויפיל צו געבן, געוואנדן אין די צוועק, אבער וועט קיינמאל נישט געבן מער ווי א דאללאר צוויי, און וועט אלץ צו ווארפן אפאר געפילישא ווערטער דערביי,

די סיסטעם, איז א שטארקע יסוד ביינום, ער וועט נאכגיין זיין קהילה/ מורה דרך, מיט א זעלטענע תמימות ופשיטות, אבער דאס האט ער שוין מקבל געווען פון זיין טאט'ן אויך,

אויסזעהן:

מער נידריג, גאנץ פעשליך, זייער א שמאלע אפגענוצטע ביבער היט, א שווארצע רעקל מיט א לייכטע כמעט אומערקבארע דעזייען דערויף, און טראגט אלץ א שמייכל אויפן פנים, בקיצור, מ'דערקענט איהם שוין פון א גאס ארויפציר.

גארנישט פערזענליך, ס'איז אלץ הוילע פאנטאזיע'ס
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

עומד מן הצד האט געשריבן:
בפשיטות:

א וואוילע אינגערמאן, טרוד על המחי' ועל הכלכלה, ער שטארט ארויס שטארק מיט זיין סדר היום, און דערפאר איז ער נישט פארנומען צופיל מיט די פירצות הדור, וואס אלץ תוצאה דערפון, טרעפט ער זיך כסדר אויפ'ן צד המיקל, און ווי אויך וועט ער נישט פארשטיין צו א געשמאקע ליל שישי פארברענג, אבער ווען ס'קומט צו חינוך הבנים והבנות, וועט ער יא זיך מאכ'ן צייט דערפאר, אויף וויפיל ס'שייך,

אויפ'ן האנט ליגט איהם א גאלדענע זייגער, אין וואס ער בליקט כסדר אריין, אין יעדעס מאל קומט א רעאקציע דערנאך, ''פארוואס האלט ער מיך אויף'', אדער, ''נאך דא אזויפיל צו טוען היינט, ווי הייבט מען אהן''

ער גלייכט שטארק צו זיין קארעקט, אלעס וועט צוגיין מיט א אויסגערעכנטקייט, ווען ער וועט זיך צוזעצן שבת אינדערפרי צום קידוש, וועט ער זיך פון פאראויס אנגרייטן די מאכלים, אין וועט הנאה האבן אויב מאכט זיך איהם אן אויפגעבלאזן אייער קיכל, ווייל אזוי קען מען מייסטערהאפטיג מסדר זיין די הערינג אונעם מויל פונעם קיכל, ווען מ'צוהאלבט דעם קיכל,

זייער אן איידעלער, און א שטארקע מפונק, אויב האט זיין ווייב איהם בטעות איינגעפאקט פאר פרישטאג די קרעקער מיט די סעסעמי אויף זיך, וועט ער איידעלערהייט צוגיין צום שכן אין די ארבעט און זאגן ''ס'ממש בל תשחית, אפשר נעמסטו פון מיר די קרעקער'ס,?, אז די נעמטס עס נישט גייט עס אין גארבידזש''

גאנץ א פרייליכער, אבער וועט קיינמאל נישט ווערן צו עקסיידעט, עכ''פ ארויסווייזן וועט ער עס זיכער נישט,

אויסזעהן:

גאנץ נידריג, היפש דאר, ער לייגט אריין א גרויסע עבודה אין די פיאות יעדן אינדערפרי, ס'זאל זיין א דבר נאה ומתקיים, א הויעכע היט, מיט רימלעס גלעזער, וואס איז אפ טא דעיט מיט די לעצטיגע סטייל.

גארנישט פערזענליך, ס'בלויז הוילע פאנטאזיע'ס
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

עומד מן הצד האט געשריבן:
נו גוט נו שוין:

שוין פון די גאר יונגע עלטער האט מען איהם שטארק דערקענט צווישן די קינדער, ער איז געווען מלא חיות און ענערגיע, נישט געריעט קיין רגע כמימרא, פון ווען ער האט געעפענט די אייגעלעך ביז אויפדערנאכט, האט ער זיכער געמאכט אז מ'ווייסט אז ער איז דא,

ווען די מאמע האט געווארט מיט איהם אויף די חדר באס, האט ער זיכער געמאכט אונדערצווישן צו מאכן אפאר סצענע'ס פון וואס די גאנצע גאס האט זיך איבערגעדרייעט, צו זאל עס זיין דער גוי וועם ער האט נאכגעשריגן מיט גרויס קנאות, אדער דער עלטערער איד מיט וועם ער האט זיך צואמפערט, און אלץ נקמה, האט נוגוט'ל איינגעשפאנט אלע שכנים זאל'ן נאכשרייען דעם זקן ווי אין א כאאר בזה''ל: ''ביסט א אלטע פארקראכטע זיידעלע, נע, פע פע פע'' (בנוסח המקובל לנו),

זיינע פעטער'ס און מומע'ס, פלעגן ליעב האבן ווען ער זינגט ביים זיידע'ן אונדערהיים די ניגונים פון חדר, קודם כל, ווייל נוגוט'ל האט געקענט יעדע ניגון כמעט, והשנית, מ'האט ליעב געהאט צו הערן די טעותים מיט וואס ער זינגט דעם ניגון, וואס לפלא האט ער אלץ זיכער געמאכט צו מאכ'ן אזעלכע אינטערסאנטע לאכעדיגע טעותים, וואס האט אונטערגעהאלטן דעם עולם, זעהנדיג ווי נוגוט'ל מאכט זיך צו די אויגן, און זינגט מיט אן ערנסקייט אזוינע שווערע טעותים, היימיש פאבראצירט ביי נוגוט'ל אין בעקעריי,

ער איז פון די יונגסטע, אדער גאר די יונגסטע פון א שטארק פרומע סאטמאר'ע פאמיליע, ביי די 7-8 יאר איז דאס לעבן נישט געווען אזוי לייכט, ער האט זיך געדארפט מיטשלעפן מיט זיין אלטע טאטע אויף טריט און שריט, און ווען זיין טאטע האט נאך מחליט געווען צו שרייען שבת, ווען איינער האט געטראגן מיט'ן עירוב, זענען די רויטע שמייכעלדיגע בעקלעך פלוצלינג פארוואנדעלט געווארן אין א מרה שחורה, נעמליך, די גאנצע גאס האט זיך אויסגעדרייעט צום סצענע, ווי עפעס אן עלטערער איד שטייט מיט פארמאכטע אויגן, און שרייט מיט'ן גאנצן כח, ווען אין די זייט שלעפט זים איהם נאך ווי א וויידל א קליין פעשליך רויט אינגעלע, מיט לאנגזאמע שווערע טריט,

ווען ער איז עלטער געווארן, האט ער שוין בעסער געהענדלט די סיטאציע, ער האט פרובירט אויסצומיידן פון צופיל שפאצירן מיט'ן טאטע'ן אין פאבליק פלעצער, אבער אונדערהיים האט ער געהאט א שטארקע קשר מיט'ן טאטע'ן, און אסאך גענאשט פון איהם עובדות וסיפורים מרבותינו הקדושים, וואס דארט האט ער אויפגעפיקט דעם טעם זקנים וואס ער טראגט מיט זיך נאך עד היום הזה, אבער כסדר'דיגע פסקים פאר'ן נישט אויפשטיין אין צייט, אדער פאר'ן אהיימקומען שפעט, האט ער ווייטער געכאפט פונעם טאטע'ן בשפע, ווייל דאס איז נישט מעגליך געווען אויסצומיידן, וואוינענדיג ביים טאטע'ן אין שטוב,

ער האט עפעס אויסערגעווענליכע גוטע מידות, א לב טוב, און צורייסט זיך פאר א צווייטן איד, ער איז אלץ געווען פון די וואס האבן געטראגן משלוח מנות פאר די נרדפים אין כתה, און שפעטער אלץ בחור, האט ער צוזאמגעשטעלט שווערע געלטער פאר אידנ'ס וועגן,

ליגט נישט אזוי ווייט אין אכילה, ער עסט וואס ס'קומט איהם אינטער די האנט, אבער ווען ער שפאצירט אריין אין דעלי זיך קויפן א סאפער, וועט טשיקען זיפ מיט געפילטע פיש אלץ אריינקומען אין די מעניו, און לאו דווקא לגבי אכילה, נאר בטבע איז ער לגמרי נישט קיין פיקי מענטש, אויף שב''ק וועט ער אבער יא מקפיד זיין, די פצעי זאל זיין געפרעגלט אין אסאך אייער אין פעטנ'ס, אזוי וועט ער שוין איינוועג'ס אריינכאפן אן אייער-שפייז ביים סעודת שבת,

נישט קיין גרויסע בעל הרגש, אבער ער גלייכט שטארק א ליל שישי היימישע ווארעמע פארברענג, און וועט זיך מיטשאקלען מיט'ן עולם ביי די ווארעמע ניגוני התעוררות, אבער באמת האט ער מער הנאה פון די מצב ביים סערווירן די מאכלים איידער מ'הייבט אן זינגען, וואס דעמאלטץ וועט ער שיסן אזעלכע סטעיטמענט'ס ווי: ''אהער מיט די דיכט'לעך'', אדער, ''לשובע ולא לרזון, טאקע דאס האט ר' ישעי'לע געמיינט'', וכהנה וכהנה, אזוינע חסידיש'ע אויסדריקן,

האט שטארק ליעב צו לערנען ספרי חסידות, און ווי אויך איז ער א שטארקע בקי אין סיפורי צדיקים, אבער ער וועט נישט געדענקן קיין נעמען פונקטליך מיט וועלכע צדיק די מעשה האט פאסירט, אדער וועט ער זיך אויסמישן צווישן מעזריטשע'ר מגיד און די חוזה פון לובלין, אבער דאס איז נאך שיריים פון אלץ קינד, וואס ער האט אלעס אויפגעכאפט בבחי' ''נח מיט זיבן גרייזן'',

האט א חיות אין די תוה''ק, כי הם חיינו ואורך ימינו, ער גלייכט צו טרעפן ווי די גמרא קען זיך צוזאמטרעפן מיט עפעס א חסידיש'ע געדאנק, ווער ער וועט אנטרעפן אזא אונטערסאנטע גמרא, וואס בחורים טארן נישט לערנען, וועט זיך פלוצלינג דערקענען אזא ערנסטע מינע אויפ'ן געזיכט,

אויסזעהן:

מער צו די נידריגע זייט, ער קען ניצן א שטרענגע דייעט, א בינטל שליסלעך הענגט איהם אראפ פון די הויזן, וואס האלב דערפון זענען שוין לאנג נישט אין באנוץ, ער האט שוין לאנג אויפגעגעבן אויפ'ן וועסטל, האט גרויסע שטארק מערקבארע הויזן טראגער, וואס האלט אונטער דעם גרויסן הויזן, מיט די עטליכע אין צוואנציג פונט וואג וואס ליגט צוגעטשעפט דערצו, ער האט א אלטע שטאפן היט, מיט א גראבע ברום, אבער סאם האו, איז עס געבליבן געבויגן, אוואו ביים קויפן, וואס דאס גיבט איהם די צורה וויא פארצייטישער איסט-סייט איד.

גארנישט פערזענליך, ס'בלויז הוילע פאנטאזיע'ס
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

עומד מן הצד האט געשריבן:
שאשא:

א איידעלער וואוילער אינגערמאן, ער דינט דעם אויבערשטן אויף זיין אייגענארטיגע שטילע מהלך, בהצנע לכת, ער גלייכט שטארק צו רעדן, און צו קענען מענטשן, וואס דאס קען איהם צומאל מאכן אויסקוקן אביסל אינטערסאנט, ווייל ער וועט קענען צוגיין צום אינגערמאן אין ביהמ''ד וואס איז 10 יאר עלטער פון איהם, ''ווילסט מצרף זיין צום מנין?, באמת ביסטע די אכטער, אבער כ'על זאגן דער צענטער אזוי וועסטו ענדערשער קומען'', און וועט געבן אזא נערווירענדע לאך צו די זייט, וועלנדיג באקומען אויפמערקזאמקייט פונעם עלטער'ן אינגערמאן, וואס איז אקאורשט געווארן זיין בעסטע חבר,

ער לעבט אין זיין וועלט'ל, און דערפאר וועט ער נישט כאפן מיט וואספארא בליק דער פריער דערמאנטער אינגערמאן האט איהם אנגעקוקט, און זיך צוגעשארט צום חבר פרעגנדיג ''קענסט אפשר דער אינגערמאן וואס שטעלט צוזאם די מנין?'', און דאס ברענגט אז ער לעבט פרייליך און צופרידן אין זיין באבל, און ער האלט אז ער איז גוט מיט יעדעם, מעורב בין הבריות,

ער האט אפאר געשמאקע חבירים מיט וועם ער גלייכט צו פארברענגען כסדר, ע''פ רוב וועט ער ארומרעדן דברים של מה בכך, ווי למשל, ''געדענקסט נאך ווען רבי פעפערקארן, האט זיך אויפגעטוען אז ס'קומט א נייע מייק, און ווען ס'איז ענדליך אנגעקומען, און מ'האט אנגעשטעקט די מייק, האט ער געכאפט א שרעקליכע לעקטריק שאק, פון וואס די גאנצע מייק איז געגאנגען שלאפן'', זיינע חבירים זענען די זעלבע טיפ ווי עם, אלץ תוצאה, וועלן אלע אויסשיסן אין א הילכיגע געלעכטער נאך אזוינע אדער ענליכע ווערטלעך,

ער איז זייער א צוגעלאזענער, ער וועט שטארק מיטשפירן מיט יענעם'ס ווייטאג, אין וועט באמת זיין גרייט צו העלפן, אפי' ווען מ'רעדט נישט פון קיין גרויסע פראבלעמען, אזא קלייניגקייט ווי האלטן אויפן דעם טיר ווען איינער קומט אריין מיט שווערע באגאדזשן, וועט ער טוען מיט'ן גאנצן הארץ, נאך פאר יענער בעהט איהם, אויב וועט ער זעהו א אינגעלע שטיין אין די 10 פיס נעבן די גאדער, וועט ער זיך שוין אראפבייגן צו איהם, ''יונגעלע ווילסט אפשר קראסן?'',

האט נישט די בעסטע קאפ, אבער ער איז מכיר את מקומו, אז זיין תפקיד איז מער אין ''עבודה וגמ''ח'', ווי אין תורה,

זייער נידריג, בכלל נישט גראב, קורצע אבער דיקע לייט ברוין פיאות, ער האלט שטארק אהן די פיאות מיט די גלעזער וואס ליגט ארויפגעלייגט טייט אויף די פיאות, ער האט א קליינע אויסגעפליקטע בארד.

גארנישט פערזענליך, ס'בלויז הוילע פאנטאזיע'ס
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

עומד מן הצד האט געשריבן:
סיז מסודר:

א געשמאקער בעה''ב, ער איז שטארק מקיים דעם הווי מקבל את כל אדם בסבר פנים יפות, ער וועט אייביג זיכער מאכ'ן אז ס'הערשט א געשמאקע מצב ארום איהם, ווען דער אומגעוואונטשענער אינגערמאן, וועט זיך צושטעלן צונעם, וועט ער איהם צום ערשט ווארעם אויפנעמען, ''וואס זאגסטע עפעס?, אלעס אקעי?,'', און נאך א צוויי מינוטיגע לאנווייליגע שמועס, וועט ער זיך אנרופן, ''כ'גלייב אז די יאגסט זיך, כ'על דיר נישט אויפהאלטן, אסאך הצלחה'', און וועט גראד מאכ'ן א בואי בשלום, נאך פאר דער אורך וועט איהם ענטפערן, אז ער יאגט זיך נישט אין ערגעץ, און ער האט יעצט די וועלט'ס צייט,

ביי זיין טעגליכער באזוך אין בעקעריי, זיך אנצוהאנדלען דעם 16 אונסיגער קאפי, מיט'ן אייער שפייז סענדוויטש, וועט ער גראד ביים אריינקומען, געבן א קלאפ אין פלייצע פאר'ן גוי וואס סערווירט די מאכלים, מיט א נאכפאלגענדע, ''העי, איז עוורי טינג אלל רייט, בארי?'', און וועט ניטאמאל ווארטן אויף א תשובה פונעם גוי,

ער גלייכט שטארק מנוחה ושלוה, אבער מצד שני, קען ער נישט קלאצן אויך נישט, ער דארף אלץ האבן מיט וועם צו שמועסן, וואס אלץ תוצאה, קען ער צומאל נערווירן די ארומיגע, ווען ער גייט צו צום חבר וואס יאגט זיך צו די ארבעט, מיט'ן הייסע קאווע אין די האנט, ווען א נייעס בלעטל שטעקט זיך ארויס בין האצבעים, און זעצט זיך פאמעליך אראפ אקעגן איבער דעם חבר, בשעת ווען ער גיבט אפבאכט אז די איבערגעפולטע גלעזל זאל זיך נישט אויסגיסן, און וועט געבן אזעלכע קורצע לאנגזאמע שלונגע'ס, וואס וועט ווערן נאכגעפאלגט מיט א שטילע אבער טיפע אההההה......, אבער ער וועט פארשטיין אויפן ווינק ווען יענער יאגט זיך, און וועט זיך נישט אנלייגן אויף איהם,

ער האט אייביג ליעב געהאט צו שטיין בראש און אנפירן פראיעקטן, וואס אלץ תוצאה, וועט ער זיך כסדר טרעפן אינוואלווד אין אסאך גרויסע צדקה צוועקן, אבער פאר'ן פשוט'ן עני בפתח, וועט ער ווייזן אזא שנעלע און האלבע ווינק מיט'ן האנט, וואס דאס איז די באקאנטע ווייטאגליכער סימן ווען איינער האט נישט/וויל נישט געבן צדקה, אבער ס'וועט איהם פארט צומאל אנכאפן א גוטע מינוט, וואס ער וועט נאכלויפן דעם עני מיט ציצקערייען ביז'ן אנדערן עק ביהמ''ד, מיט א דאללאר צוויי,

ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין געשוואוירענע חבירים, נאר האט יעדעם גוט געקענט, און געהאט א שפראך מיט יעדעם, אנגעהויבן פונעם שוואכסטן בחור אין ישיבה, וואס האט אלץ געמאכט טראבל, ביז'ן פארפרומטער יושב אוהלים, יא, יא, אפילו מיט אזעלכע וואס האבן אוועקגעלייגט גאנצעטע געפערטיגטע בערד אין בעק פונען גרויסן היסטאריש-אלטע שו''ע, על כל צרה שלא תבא,

זייער א אויבערפלעכליכער, ער וועט זיך נישט קיינמאל צופיל מעמיק זיין אין לאנגע טיפע באשרייבונגען, אדער טיפע סוגיות הש''ס, ווען די שמועס ארום איהם, וועט פארקירעוועט ווערן צו עפעס א קאמפלאצירטע דקות'דיגע נושא, וועט ער פלוצלינג אנהייבן קוקן אויפ'ן זייגער מיט נערוועזע בליקן, און וועט נעלם ווערן ביז עטליכע מינוט'ן, און זיך ענדערש צושטעלן צו עפעס א טשאדעלע באדעלע שמועס,

אויסזעהן:

א שלאנקער הויעכער אינגערמאן, מיט א שטאפענע היט, נארמאלע חסידיש'ע גלעזער, האט אייביג א שמייכל אויפ'ן פנים, א בלאנדער, מיט פולע אבער ליפטיגע גראדע פיאות, און א לענגליכע אויסגעקעמטע בארד.

גארנישט פערזענליך, ס'בלויז הוילע פאנטאזיע'ס
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

עומד מן הצד האט געשריבן:
ריעל עסטעיט:

איי ריעלי, ריעלי, ווי הייבט מען אן?, מ'האמיר דאך אזויפיל צו שרייבן איבער דיר....

דער קליינער זיסע ריעלי איז נעבעך אויפגעוואקסן אין א צובראכענע משפחה, האט גאר אסאך מיטגעמאכט, ער איז געווען פון די קינדער וואס זענען געקומען אייביג שפעט אין חדר, אבער די מלמד האט גארנישט געקענט טוען, וואוסענדיג אונטער וועלכע אומשטענדן ריעלי געפינט זיך אונדערהיים, און ס'איז באמת נישט דעם קינד'ס שולד, און ריעלי וואוסענדיג זיין מצב, האט גענומען גרויס עטווענטידזש דערפון, און טאקע זיכער געמאכט אריינצושטורמען אין כתה יעדן טאג, -ארומגענומען מיט'ן גרויסן אויפגעבלאזענעם ווינטער מאנטל-, אין די שפעטע צופרי שעות,

פון מאל צו מאל האט אבער די מלמד יא געשפירט אז ער דארף איהם יא זאגן א ווארט, כדי די אנדערע קינדער זאלן זיך נישט אפלערנען פון איהם, און נאכטוען, און ס'איז צוגעגאנגען בערך אזוי:

מלמד: ''שעפעלע, פארוואס ביסטו געקומען שפעט?
ריעלי: (פארסאפעט מיט א שווער אטעם אויסגעמישט מיט א פארקילטן שליים) ''מיין מאמע האט מעך נישט אויפגעוועקט''(צו זיין שלעכט מזל, איז פונקט דערנאך געקומען א מאכטפולער האפטשו, וואס האט פארשליימט און נאס געמאכט גרויסע חלקים פונעם מלמד'ס טישל)
מלמד: (נעמט ארויס אן אויסגעבלאזן טישא פונעם ביזעם, און איז ממשיך בדיבור, ווען זיינע אויגן זענען געוואנדן צו באהאנדלען דעם אומ'פאראויס'געזעהנע צונאמי וואס ריעלי האט אקאורשט אנגעזייעט דא) ''מארגן וועסטו קומען פריער, יא?''(האט ער געזאגט מיט א פיל ווייעכערע טאן, בשעת ווען זיין הארץ גייט אויס פאר'ן אומבאהאלפן קינד וואס שטייט פונקט אקעגן איהם מיט גרויסע פארקלאצטע אויגן פון די מינוט וואס ער האט אריינגעפארקט נעבן מלמד'ס טישל, מיט די גרויסע ידים אנגעלאנט דערנעבן)
ריעלי: (קוקט אריין די מלמד אין פנים מיט א בייזע פארווייטאגטע בליק) ''זאג פאר מיין מאמע זאל מיך אויפוועקן, וואס ווילסטע פון מיר'' (דא האט שוין ריעלי געכאפט א פאר'גנב'עטע בליק אויף די אנדערע קינדער אין כתה, וואס איז נאכגעפאלגט געווארן מיט א מאדנע פאקס אויף פנים)
מלמד: (האט שוין לאנג חרטה באקומען פאר'ן אנהייבן די שמועס מיט'ן צובראכן נפש'ל) ''פיין, זעץ זיך אוועק'' (נאך עטליכע סעקונדע'ס בלייבן פארטראכט, האט ריעלי צושטייטליך אנגעהויבן רירן דעם שווערן גוף, וואס האט ענדערש אויסגעזעהן ווי א סמארט קאר, און זיך שווערליך אריינגעלאזט אין זיין קביעות'דיג מקום, נישט בעפאר ער האט געמאכט א סצענע, ביים דארפן איבערקריכן דעם באנק, כדי זיך צו דערזעהן על מקומוו בשלום)

אזעלכע און ענדליכע סצענע'ס האט ריעלי מיטגעמאכט טעגליך, אבער ער האט אייביג געהאט וואס צו ענטפערן, ווייל ווי געשריבן האט ער גענומען עטווענטידזש פון זיין מצב, ווען דער שמש אין ביהמ''ד האט פארשיקט די קינדער וואס האבן זיך געשפילט מיט די לעכט, שרייענדיג, ''קינדער, גייט'ס צו ענקערע טאטע'ס'', האט ריעלי צוריקגעשריגן, ''מיין טאטע איניש דא, סאו איך מעג בלייבן דא'', דער גאנצער עולם איז שטיל געווארן, און דער שמש האט זיך געטראפן שטיין אקעגן דעם הויעך-געוויקסיגער בוים, וואס האט זיך נישט געהאלטן ביים רירן פון ארט, און ריעלי האט שנעל אויסגעניצט די פארלוירענע מינוט'ן, און צירוק איינגעשפאנט אלע קינדער, מ'זאל ווייטער ממשיך זיין מיט די דליקות,

שפעטער אלץ בחור, האט ער זיך אסאך געטוישט, ער איז געווארן אן ערנסטער בחור, וואס דאס האט גורם געווען ער זאל ווערן שטארק פארמאכט, ווייל ער האט געוואלט אנטלויפן פון זיך, און פארגסן פונעם שווערן עבר, ער האט זיך געלעבט אין זיין ווינקל, זיך אייביג צוגעשטעלט צו סדרי הישיבה, שטארק מצליח געווען בתורה ועבודה, אבער אלעס מיט א פארמאכטקייט, דאס שרייבן אויף אייוועלט יעצט מיט אזא זעלטענע פרישקייט, איז א תוצאה פון די אלע בחוריש'ע יארן וואס ער איז געווען פארקלאפט מיט זיך, און נישט אויסגעניצט זיין הומאר און לעבעדיגקייט וואס ער טראגט מיט זיך, נאר אגאנצן טאג פארבראכט בין תנור לכירים, ער מיט'ן רבוש''ע,

ער האט א געוואלדיגע תמימות אין זיך, ער זיכט צו זיין שטארק אויסגעהאלטן ע''פ הלכה, און איז אייביג גרייט צו הערן הערות פון די ארומיגע איבער זיין התנהגות, און ער וועט שנעל ווערן נכנע אונטער יענעם, און גראד אנקוקן ווי א ת''ח הבקי בש''ס ופוסקים, ווען באמת האט איהם יענער מעורר געווען א פשוט'ע אפענע הלכה אין שו''ע או''ח,

ער האט נישט קיין ספעציעלע נושא אין וואס ער ליגט, אבער ער האט ליעב צו קענען אלעס אויפן שפיץ גאפל, ער זאל קענען קומען אין ביהמ''ד פרעגן אזעלכע שאלות ווי, ''וואס גייט פאר מיט דעם שאווין?'', אדער, ''דער טראמפ זעהט אויס גיבט נישט אויף,וואס?, מ'קען זיך לערנען פונעם,''

ער האט געלדענע מידות במלוא מובן המילה, און האט באמת א אינערליכע הנאה, ווען ער קען מחי' זיין א צווייטע איד מיט סיי וואס, ווען ער וועט זיך גיין מאכן א קאווע ביי די ארבעט, וועט ער אלץ צוגיין פרעגן ביז אפאר דעסק'ס נאך איהם, ''קיינער דארף נישט יעצט קיין קאווע פארצופאל?'', די ארבעטער וועלן זיך כסדר לאזן באדינען מיט איהם, וואוסענדיג אז ער טוט עס מיט'ן גאנץן הארץ, און מ'טוט איהם נאך באלד א גרעסערע טובה, ווי די טובה וואס ער טוט זיי, ער וועט אלץ צועסן עפעס צו די קאפי, לכתחלה וועט עס זיין א פלעקי דעניש, ובדיעבד, וועט א דריי פיר קאצקע צוקער אויך זיין גוט,

ער האט א שיעור קבוע, וואס ער האלט אן מיט א געוואלדיגע ערנסקייט, און קיינמאל נישט ארומפאנפענען, אבער ווען זיין חברותא וועט ארויסגיין פאר אפאר מינוט, וועט ער שנעל געבן אן עפן אייוועלט, און קוקן זיינע נאטאפיקאציע'ס, און וועט נאך אפי' צומאל אניאגן צו געבן א שיס א שנעלע תגובה אויכעט, ובפרט אויב ס'איז א סמיילי אדער א גרינע,

אויסזעהן:

נארמאלע הייעך, גאנץ פעשליך, אבער שוין נישט אזוי גראב ווי אלץ קינד, ער טראגט א גרויסע טאהש'ער קאפל, וואס פאלט אריין כמעט ביז די אויגן, און זעהט אויס ענדערש ווי א העלמעט, האט העלף פרעים מתיבתא גלעזער, מער א קלענער בארד, ער האט א שטיקל הויקער, וואס דאס מאכט איהם אויסקוקן עטוואס גרעבער ווי ער איז באמת.

ריעלי כ'האב נאך באמת גאר אסאך צו שרייבן, אבער דער עולם ווארט, און כ'וויל נישט אויפהאלטן, אפשר א צווייט מאל וועט מען ממשיך זיין.

גארנישט פערזענליך, ס'בלויז הוילע פאנטאזיע'ס
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

עומד מן הצד האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא:

יראתי בפצותי, מיט ציטערדיגע הענט, אנכאפענדיג מיינע בעקעלעך, און א קלאפעדיג הארץ, וועלמיר נעמען די העזה, און אייך פארשטעלן איצטערט, דעם אלעמען באקאנטען הרב סטאוו זז''ג,

שוין פון די געבוירן אהן, האט מען שוין געזאגט אויף איהם, ''נאר דאס בארד פעלט איהם'', א ברייט ביינערדיג געשטעל האט ער געהאט, פון די מינוט וואס ער איז ארויס לאוויר העולם, געגעסן האט ער ווי פינעף קינדער צוזאמען, און האט אלץ געטראגן אזוינע שארפע בליקן מיט זיך, ווי ער וואלט יעדעם באשולדיגט, אז מ'נעמט איהם צו דאס לופט צום אטעמען, אלעס האט ער געוואוסט און געזעהן, מ'האט פון איהם גארנישט געקענט באהאלטן, טאטע מאמע, האבן שוין געוואוסט, אז די צייטן וואס מ'האט געקענט קויפן עפעס א ספעציעלע מתנה פאר איינע פון די קינדער וואס האבן זיך אויסגעצייכנט, זענען געענדיגט, סטאווע'לע, איז געשטאנען אויף זיינע רעכטן, און נישט פארגינט אז איינער האט עפעס מער פון איהם, אפגעזעהן צו ס'קומט זיך יענעם אדער נישט,

ער איז געווען פון די סארט קינדער וואס האבן אלץ געהאט גאנצעטע פאלדער'ס מיט סעפטי קארד'ס און ביזנעס קארד'ס, און האט אלץ באוואוזען צו שאפן די מציאה'ס וואס יעדער זיכט, אבער נישט ווייל ער האט זיך מורא'דיג אנגעשטרענגט עס נאכצוגיין, נאר ער האט עס גענומען מיט כח, ווען מ'האט געזעהן סטאוו פון די אנדערע עק האלוועי אין חדר, ווי ער קומט מיט די גרויסע פאלדער'ס, גייענדיג ווי שטענדיג בקומה זקופה, האט מען געוואוסט, אז יעצט גייט מען נישט פארהאנדלען מיט די ביזנעס קארד'ס אויף א נארמאלע וועג, נאר אלעס גייט גיין וויאזוי סטאוו וועט מחליט זיין, בקיצור, ער האט באצוואונגען דעם עולם זיך צוצושטעלן מיט זיינע פרישע געדאנקען און פארשלאגען, ועל סמך זה, האט ער געטאן מה שליבו חפץ,

ער קומט פון א שטארק חסידיש'ע פרומע שטוב, און וועגן דעם איז ער אלץ אויפגעקומען מיט אזעלכע חסיד'ישע מהלכים וויאזוי מ'קען רודפ'ן דעם עולם, ער האט אלץ זיכער געמאכט אז די אינגעל מיט די שיינע קורצע פיאה'לעך, און קליין קאפל, זאל נאכגעשריגן און פארשעמט ווערן צו יעדע געלעגנהייט וואס האט זיך איהם נאר געמאכט, וואס איז באמת געקומען פון קנאה, אז ער מוז נעבעך גיין מיט די פרומע בגדים, און זיינע עלטערן האלטן זיך נישט ביים צושטעלן צו גארנישט, און ס'האט איהם נישט געפאסט אז ער קען נישט אויסזעהן ווי יענעם, בקיצור, אנשטאט ער זאל יענעם געפעלן, האט ער אלץ זיכער געמאכט אז יעדער זאל זיך מוזן געפעלן צונעם,

אבער מיט דעם אלעם, האט ער פלייסיג געלערנט, און גוט פארשטאנען צו א שטיקל גמ', און דאס איז טאקע געווען די גרעסטע מיסטעריע ארום איהם, ווייל מצד אחד, האט מען איהם געקענט זעהן זיך ווייקן אין חסידיש'ע ספרים, און לערנען כמה וכמה שעות ברציפות, אבער מצד שני, איז ער געווען א שרעקליכער נוקם ונוטר, און נישט אוועקגעגעבן פון זיך גארנישט פאר א צווייטן,

ער איז געווען פון די סארט בחורים אין ישיבה קטנה וואס האבן מגיה געווען אלע ספרים אין ישיבה מיט זיינע קנאות'דיגע הערות, א שטייגער ווי ''רביה''ק הזהיר ע''ז כמה וכמה פעמים, אבל לא עלתה בידו לתקנו'', אדער ''אנו אין נוהגין כן, והמחמיר תבא עליו סרחה'', וכהנה וכהנה, אזעלכע דברי קנאות ודברי מחאה, צו זיין מזל האט ער אלץ געטראפן די אינטערסאנטע חלקים פון יעדע ספר, מיט וואס ער האט זיך פארסמאקאוועט,

און בכלל האט ער מיט זיין שארפן דרך, כסדר פארשריגן אלע פירצות, אפגעזעהן צו ער איז גערעכט צו נישט, און כמובן, ווען ער האט מחליט געווען אויף געוויסע פירצות אז ס'איז גארנישט, האט ער איבערגדרייעט דאס היטל, און געפירט די מלחמה אויף די פארקערטע וועג, און אזוי איז זיין גאנצע התנהגות צוגעגאנגען אויף א שטארקע מהלך פון סור מרע, אבער זיינע נאנטע חבירים ווייסן, אז עפעס פארמאגט ער אין זיך א טיפער ווארעם הארץ, וואס קומט ארויס פון צייט צו צייט, על אף וואס ער אליינ'ס פרובירט עס צו דערשטיקן, און מ'דערקענט עס נישט אויף זיין טאג טעגליכער התנהגות,

ער האט קיינמאל קיין זיץ-פלייש נישט געהאט, טראץ זיין הויעכער ברייט-ביינערדיג געשטעל, וועט מען איהם אבער אייביג זעהן אויף די פיס, לויפן און קומען, און זיך נישט צוטוען מאכן פון די ווייעדיגע פיס, וואס ברויכן שלעפן אזא אומגעווענליכע משא כבידה, אלץ תוצאה, וועט ער כסדר שוויצן, ס'וועט רינען פון איהם גרויסע טראפנ'ס שווייס, און דער טעגלכער שויער, וועט נישט אייביג זיין גענוג אוועקצונעמען פוו איהם דעם שווערן שווייס גערוך וואס ער לאזט ארויס פון זיך,

ווער רעדט נאך ווען מ'שטייט אין די ניין טעג, וואס סטאוו איז גאר שטארק מחמיר נישט צו נעמען קיין שויער, אדער טוישן די בגדים, וויבאלד ער פארלאזט זיך נישט אויף די אלע היינטיגע היתרים, דעמאלטץ וועט סטאוו טראגן מיט זיך א שרעקליכער ריח נודף, וואס וועט זיך דערשפירן אין די עטליכע פיס ארום, ווען מ'וועט איהם אבער מעורר זיין דערויף,וועט ער ענטפערן מיט א שארפקייט כדרכו בקודש, ''חורבן ביהמ''ק איז ביי דיר גארנישט?'' ''די ווייסט וואס אונזערע צדיקים האבן געטאן אין די ניין טעג?'' ''ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט מען פארשפארט די שויער'ס אין די מקוואות, א חרפה און א בושה, וואס דארט טוט זיך אפ יעדן אונדערפרי'', ער וועט נאך הנאה האבן צוצוגיין צו א קיפקע אין ביהמ'ד, און זיך אריינשטעקן אונעם עולם דאס מערסטע וואס שייך, כדי צו זעהן די רעאקציע פונעם עולם ווען מ'דערשפירט דעם גערוך, מיט האפענונג אז איינער וועט אנהייבן א שמועס דערוועגן, וואס דאס אידאך ממש אויף וואס ער ווארט,

אויסזעהן:

הויעך, א ברייטער געשטעל, אבער ער געבט נישט קיין רושם פון א גראבער, ווייל זיין גוף איז באלאנסירט מיט די ברייטע אקסלען און הויעכער געשטעל, שווארצא נארמאלע סייז פיאות, צומאל ליגט עס איהם אויף די אויערן, פשוט צו זיין אביסל דיפרענט, א נארמאלע סייז פעך שווארצע בארד, א שמאלע ביבער היט, וואס פאסט דירעקט נישט אריין אונעם ברייטן געשטעל, א שארפער ציגרעטל גערוך וועט זיך אלץ דערשפירן אין זיינע ד' אמות.

סטאוו, די פראסק זאלסטו מיר געבן אין אישי, דער עולם דארף נישט מיטהאלטן.

גארנישט פערזענליך, ס'בלויז הוילע פאנטאזיע'ס
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

עומד מן הצד האט געשריבן:
לייטער:

א וואוילע נשמה אייביג געוועזן, ער האט נישט געטשעפעט קיין פליג, ער האט מקיים געווען דעם ''מה הוא רחום וכו''', שוין פון אלץ קליין קינד, האט ער מיטגעמאכט געוויסע נפשיות'דיגע פראבלעמען און שוועריגקייטן, אבער האט קיינמאל נישט גערעדט דערפון, דאס יונג הערצעלע האט זיך געטינקען אין ווייטאג, אבער ער איז געווען אן עקספערט אין עס באהאלטן, זיינע עלטערן האבן יא עפעס באמערקט, אז ער דרייעט זיך ארום מיט א געפאלענע פנים, אבער זיי האבן נישט געקענט ארויסבאקומען פון איהם וואס ס'גייט פאר, ווייל אויף אלע זייערע שאלות איז געקומען אן אנטווארט ''אלעס איז גוט מאמי, האסט נישט וואס צו זיין באזארגט'',

ער איז שטארק מעורב בין הבריות, מ'האט הנאה צו שמועסן מיט איהם, ווייל ער פארגינט יעדעם א קאמפלימענט, און הערט יעדעם אויס, וואס דאס ציעט אויטאמאטיש אלע פארווייטאגטע אדער סתם אומבא'טעמ'טע חברה, זאלן זיך ארויפזעצן אויף איהם, און ווי אויך וועט מען איהם אויסניצן, וואוסענדיג אז ער וועט נישט זאגן ניין אויף גארנישט, און כידוע, איז דאך דא די סארט חלק פון כלל ישרא', וואס לעבן אויף אזעלכע סארט מענטשן ווי לייטער, (כ'רעד פון די סארט, וואס זעצן זיך אריין ביי א צווייטן אין קאר כאפענדיג א היטש, און הייבן אן גראד משמיע זיין זייערע דברות קודש, ווי, ''די עיר קאנדישן איניש אביסעלע צו הויעך?, ריק עס אראפ אביסעלע'', אדער, ''וואלסט מיר געקענט אפווארטן דא א פופצן צוואנציג מינוט, ביז כ'קום צוריק?'', זיך שפירענדיג, ווי יענער איז זיין פריוואטע טייער באצאלטע שאפער)

ער וועט נישט שטיין אויף זיינע רעכטן, און וועגן דעם האט ער אלץ געהאט דאס ארגסטע בעט אין קעמפ, דארט נעבן די ביהכ''ס, און ווי אויך האט ער כסדר זיך געטראפן לערנען מיט די שוואכערע בחורים, ווייל ער האט נישט געהאט די קוראזש אפצוזאגן דעם מגי''ש ווען ער האט איהם געבעטן, אבער אין הארץ האט איהם עס שטארק וויי געטאן, אבער ער האט עס שוין מיטגעלייגט צום פעקל וואס ער האט מיטגעמאכט מחמת זיינע נפשיות'דיגע פראבלעמען,

ער גלייכט שטארק היסטאריע, ער איז אויגעקאכט דערון מיט יעדע דיטעל, ווען ער וועט גייט אונעם אלט'ן אויסגעדינטע סאבוועי כאפן דעם באן, וועט ער ווערן אינגאנצן איבערגענומען פון די היסטארישקייט, אז די זעלבע סאבוועי סיסטעם איז נאך געוועזן אין די צייטן פונען צווייטן וועלט מלחמה, ער וועט זיך שוין פארשטעלן, אז דא אויף די זעלביגע טייל'ס, האבן די אמעריקאנע גיום דאבאטירט, אויב יוליס שטרייכער איז גערעכט מיט זיינע פארפירערישע פראפאגאנדע אין די פרעס אקעגן די אידן, ווען מאנכע האבן אפי' גע'טענה'עט אז די גאנצע זאך איז שקר יסודו, בו בזמן, וואס אונזערע זיידע'ס האבן נעבעך געפלאקערט אין די אויווענע'ס, ווען די באן וועט אנקומען, אן ס'וועט זיך דערהערן דעם באקאנטען שווערן גערויש, וועט זיך איהם פאר א סעקונדע דאכטן אז מ'קומט יעצט אפנעמען די אידן מיט די לאסט וואגאנען ה''י,

זייער א פאטראכטער, אלץ תוצאה וועט ער כסדר הערן פון די ארומיגע אזעלכע געשרייען ווי, ''אינגערמאן, ברויכסט פרעגן אן ערנסטע שאלה וועגן גומל בענטשן,די ווייסט כ'האב דיר שיעור נישט אראפגעהאקט?'' אדער, ''האסט שוין געענדיגט אפציילן די שטיגן?, כ'קען שוין דורכגיין?'', ווען מאחוריו וועט זיך דערקענען אן עלטער באבע, אנגעלאדנט מיט אסאך כמעט ליידיגע באגאדזשן, אזעלכע סיטאציע'ס, וועלן איהם צוריק ברענגען צו זיין ראעליטעט אין וואס ער געפינט זיך, ביז ער וועט טרעפן דעם קומענדיג חפץ אויף וואס ער וועט זיך פארקלאצן,

ער קען זיצן און לערנען לאנגע שעות ברציפות, אבער פון אינדרויסן וועט זיך נישט דערקענען דעם חיות וואס ער האט אין די תוה''ק, נאר ער וועט לערנען אויפן זעלבן טאן די גאנצע צייט, מתחלה ועד סוף, אבער אינערליך וועט ער שפירן א גאר שטארקע סיפוק וחיות, וואס וועט אייביג פארבלייבן בינו לבין קונו, א קנין ניצחי,

אויסזעהן:

שווארצע געקרויזעלטע פיאות, גאנץ הויעך, א שטאפענע הוט, דאס רעקל האט שוין געזעהן פיל בעסערע צייטן, אבער ער וועט גיין דערמיט מיט שטאלץ, און ווי אויך וועט זיך ארויסשטעקן פונעם רעקל די טלית קטן, אויף וואס מ'וועט קענען אנצייגן עטליכע מאכלי שבת לעבעדיג פאר די אויגן.

גארנישט פערזענליך, ס'בלויז הוילע פאנטאזיע'ס
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

די באטרעפענדע פאנטאזירטע ניקים זענע מכובד אריבערצוברענגען זייערע רעספאנד'ס אהער דא!
אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיטשי »

מ'פאנגט דא אן א נייע ליין?
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4563
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע: מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

קיטשי האט געשריבן:מ'פאנגט דא אן א נייע ליין?

נא נא נא... פרוביר אפילו נישט צו טראכטן אזוי
אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיטשי »

בלוט בלבול האט געשריבן:
קיטשי האט געשריבן:מ'פאנגט דא אן א נייע ליין?

נא נא נא... פרוביר אפילו נישט צו טראכטן אזוי

ער גנב'עט מיין אוועטאר און ער וויל מיר איינטיילען...
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

קיטשי האט געשריבן:מ'פאנגט דא אן א נייע ליין?

מ'האלט יעצט אינמיטן מסדר מיט די פארוואלטונג פונעם נייעם מקום, מ'זאל קענען אלעס אריבערברענגען פונעם אלטן מקום כמות שהוא, אשע''כ וועט בלייבן דער זעלבער אלטע ליניע,

נישט געזארגט, כ'האב געזעהן דיין בקשה אונעם אנדערן אשכול, מ'וועט נאך אנקומען צו דיר בעז''ה.
אוועטאר
א פוינט
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 3:56 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פוינט »

עומד מן הצד האט געשריבן:מ'האלט יעצט אינמיטן מסדר מיט די פארוואלטונג פונעם נייעם מקום, מ'זאל קענען אלעס אריבערברענגען פונעם אלטן מקום כמות שהוא, אשע''כ וועט בלייבן דער זעלבער אלטע ליניע,

נישט געזארגט, כ'האב געזעהן דיין בקשה אונעם אנדערן אשכול, מ'וועט נאך אנקומען צו דיר בעז''ה.

ייש"כ עומד פאר'ן ברענגען א שמייכל אויף די לעפצן אין אן עטוואס פארוואלקנטער דינסטאג. (אסאך מאל האבעך מיר גוט צולאכט...)

און אן עקסטערע דאנק פאר @נפשי פאר'ן עס צוזאמענברענגען לפונדק אחד.
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

נאך אזאנע זאפטיגע פאנטאזיעס שטעל איך מיך אין די ליין.
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

נפשי חמדה האט געשריבן:די באטרעפענדע פאנטאזירטע ניקים זענע מכובד אריבערצוברענגען זייערע רעספאנד'ס אהער דא!

באפאנטאזירט געווארענע ניקים
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

עומי וויפיל איז די שיעור צו ווארטן?
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

אט דאס איז געווען מיין רעספאנס אינעם אנדערן אשכול:

נשמת השכל האט געשריבן:
עומד מן הצד האט געשריבן:א אינגערמאן, אין די מיטעלע צוואנציגער יאר'ן. נכון.

אייביג געהאט גרויסע השגות. נאר אביסל נכון [איך רעד פונעם חלק ה'אייביג שבו].

און אייביג געהאט אן אייגענארטיגע בליק אויף יעדע זאך. כנ"ל.

וואס דאס האט גורם געווען, ער זאל זיין אייביג דיפרענט. כנ"ל.

אלץ בחור האט ער געמיזט פארן לערנען קיין אר''י, אבער נישט ווייל יעדער פארט, נאר ווייל ער האט באמת געשפירט אז דארט וועט ער טרעפן אוות נפשו.נאופס.

זייער א פארמאכטער. נכון!! [ב"ה עס גייט צו בעסערונג...]

האט אפאר געשוואוירענע חברים, אבער דארט ענדיגט זיך עס. :lol: נכון 90%.

הגם וואס ער פרובירט צו מאכן קשר מיט פרישע מענטשן, ארבעט עס נישט, ווייל ער קען זיך נישט צופיל עפענען, און עט סאום פוינט, ווערט מען אביסל נערוועז פונעם פארמאכטקייט זיינעם. נישט ריכטיג - גראדע.

ער האט ליב טיפזיניגע שיעורים, אבער ער פארשטייט אויך צו נארישע וויצן, און ווערט נישט נערוועז דערפון. :oops: :roll: :wink: ;l;p- נישט אזוי ווייט טיעף - ווי בעיקר יסודות'דיג.

האט נישט קיין גרויסע הרגשים. אינגאנצן סר מן הדרך...

ביים דאווענען קען ער דורכטראכטן א תגובה אויף אייוועלט. דאס יא..

אבער ער פרובירט נאכצומאכן. פארצייטנ'ס.. נאומאר!!

און איז מקנה איינער וואס שפירט יא א טעם אונעם דאווענען. עםם.. ווענט זיך וואספארא סארט טעם יענער שפירט אינעם דאווענען..

לערנען, לערנט ער מער נסתר ווי נגלה, ער האט זיך שוין אפי' דערוואגט צו כאפן א פאר'גנב'עטע בליק אונעם מורה נבוכים. דו מיינסט נסתר ממש - דאס נישט, אבער פנימיות סתם - דאס יא ;l;p-
מורה נבוכים? גראדע נאכנישט...

אויף וואס ער האט שפעטער חרטה געהאט. נישט ממש...

א נועם המדות, אבער שטייט שטארק אויף זיינע רעכטן, וואס דאס קען איהם צומאל מאכן אויסקוקן ווי א הארטנעקיגער. א נועם המידות פרוביר איך צו זיין, אויף מיינע רעכטן שטיי איך גראדע [בחיצוניות], הארטנעקיג - בכלל נישט.

ער גלייכט זייער שטארק צו משפיע זיין. 85% ;l;p- נישט אזוי ווייט משפיע זיין ווי שעיר"ן מיט אנדערע.

און ווי אויך האט ער אסאך וואס צו משפיע זיין. :roll: :wink: אפשר אסאך מקבל צו זיין..

און ווי אויך, האט ער נישט צופיל פארוועם צו זאגן זיינע פערל ווערטער. דאס יא.. [נישט אזוי ווייט פארוועם משפיע צו זיין אוואו מיט וועם צו שעיר"ן]

מער צו די העכערע זייט, טונקל ברוינע פיאות, מיט א קליין בערדל. פארקערט.

נישט גראב, אבער ווייט פון אויסגעדארט. כמעט נכון.

העלף-פרעים גלעזער. נישט.

מיט א לאנגע רעקל. נכון [דערווייל.. לויט דיר קוקט אויס ווי איך וועל נאך איין טאג אנטוהן א בעקיטשע...]

וואס כאפט א שארפ'ן פליק, יעדעס מאל ער דערזעהט א שמוץ'ל דערויף. נעע... אפשר פארצייטנ'ס יא.

א שטאפן הוט, וואס איז שוין פינעף יאר אלט, אבער איז נאך אלץ ראוי אנצוטאן. נישט ריכטיג.

ווייל ער גיבט שטארק אפבאכט אויף זיינע בגדים. נישט ריכטיג... :shock:

@עומד! אפגעזעהן וויפיל דו האסט יא צוגעטראפן און וויפיל נישט [און וויפיל דו האסט אויסגעלאזט..], איך מוז דיר זאגן - דו ביסט א מאסיווער אנאלעזירער! דיין וועג פון מיך אפמבינ'ען איז געוואלדיג! איך קען זעהן יעדע דעטאל פונעם אנאליז פארוואס דו האסט עס געשריבן - בעיסד אויף מיינע תגובות דא אויפן וועלטל.

כה לחי! און תודה פאר דיין ענעדזשי!

לעצט פארראכטן דורך נשמת השכל אום מיטוואך אפריל 28, 2021 1:13 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

עומד, ווען קומט די קומענדיגע?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”