@עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

כ''ק אדמו''ר
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 07, 2021 6:23 am

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ''ק אדמו''ר »

מתמודד האט געשריבן:אז מרעדט שוין פון נאמבערס, אויב מעג איך פרעגן, וואס זאגט דער עולם איבער מתמודדס נומער?

אויבן אויף: שטארק 6 און א שיינע ווינק פון 5
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

נישט פשוט האט געשריבן:

יעצט איך שעל זיך אין די רייע און איך וויל הערן דיין פאנטאזיע, און ווי ערווענט פריער שרייב נאר דיין פאנטזיע אן די נעגעטיווע חלקים, אויב די האסט צו אסאך און די פילסט ס'איז צו געשמאק שיק מיר עס און אישי און כוועל שמייכליין מיט דיר צוזאמען.
טא"ע

האמיר געזעהן דיין ריקוועסט, מ'עט זיך בעז''ה פרובירן צוצושטעלן, וואס אידען דא צו שרייבן נעגאטיוו אויף ''נישט פשוט''..............

נישט פשוט:

אן ערליך תמימות'דיג קינד געוועזן, הכרת פניו ענתה בו, אז ער ציטערט פון אן עבירה, אלץ קינד איז עס טאקע געווען מער בבחי' יראת העונש, אינעם קליין מח זיינער איז געליגן פארשידענע בילדער ווי מענטשן פלאקערן אין גיהנום פאר געוויסע חטאים, ער האט שטארק ממחיש געווען דער עונש במוחו הקטן, אזש ס'איז זיך איהם פארגאנגען דער אפעטיט צו טאן עפעס וואס קען זיך גרעניצן מיט אן עבירה, און אויב איז ער חלילה יא דורכגעפאלן אמאל, האט ער שוין געזעהן דעם טויט פאר די אויגן, טאטע מאמע און יעדער וואס האט נאר געהאט א ווארט אויף איהם, האבן איהם געדארפט בארואיג'ן, און אריינרעדן אין איהם פארשידענע דברי חיזוק, ביז ווילאנג ס'איז נתקבל געווארן, און זיין הארץ האט איהם אויפגעהערט טרייסלען,

כהיום, פארמאגט ער נאך אסאך שטריכן פון יענע צייטן, אבער מער מיט אן ערוואקסענקייט, ער איז שטארק נזהר אין כבוד הבריות, און וועט גאר שטארק מורא האבן צו טאן עפעס וואס איז נישט הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן בתכלית הכשרות, אבער ער ווייסט שוין אז א מענטש איז נאר א מענטש, און די רבוש''ע פארלאנגט נישט קיין שלימות פון קיינעם כל זמן מ'זעמיר נאך אין גלות,

זייענדיג א שטארקע תמימות'דיגער, פלעגט ער קענען זאגן פארשידענע אינטערסאנטע הערות אדער קשיות פאר זיינע מלמדים, זיין גרויס תמימות ביחד מיט זיין שטארקע דייקנות, ובשילוב צו זיין גרויס נייגער צו וויסן און זעהן אלעס, פלעגן די מלמדים אסאך האבן צו הערן פון איהם, יעדעס מאל דער מנהל האט געגעבן א שארפע דרשה איבער די לעצטיגע פירצות, האט פשוט'ל געהאט א זאק מיט קשיות, וועלנדיג פארשטיין יעדע זאך על בוריו ממש, און אויב איז ער פונקט אריינגעפאלן מיט עפעס אן עלטערער מלמד, וואס האט נישט געהאט די געדולד צו פארברענגען און שמועסן מיט פשוט'ל, איז עס איהם זייער שווער געווען יענע יאר, וויבאלד ס'נישט ערפילט געווארן אוות נפשו, און סתם גיין באמיטשענען דעם מלמד, האט ער דאך אויך נישט געוואלט,

זיינע טאלאנטן און ידיעות האבן זיך שוין אנגעהויבן פון זיין פריע יוגענט, ער איז אלץ געווען דער קריעטעוו אינגעל צווישן די חברים, וואס האט זיך אן עצה געגעבן צו יעדע צייט, אנגעהויבן ביים בויען פארשידענע בודקע'ס, ביז'ן מסדר זיין די ספרים אין ביהמ''ד אויף א מייסטערהאפטיגע אופן, ווען דער עירקאנדישן אין חדר האט זיך צובראכן, פלעגט פשוט'ל זיך קענען אנטראגן ארויפצוקריכן און פאררעכטן, און מסביר געווען פאר'ן מלמד וואס די פראבלעם איז, אינדערצייט וואס דאס מערהייט פון זיינע חברים האבן נישט געוואוסט אפי' וויאזוי מ'טוישט די פילטער פונעם עיר קאנדישן,

געווען איז ער פון די סארט קינדער וואס האבן געשפירט פאר א מצוה אויסצוזאגן און פארציילן געוויסע פראבלעמען וואס איז דא אין כתה, ס'געווען מעשים בכל יום אז דער קליינער פעשליכער פשוט'ל שארט זיך צו צום מלמד'ס טישל אזוי ביי ריסעס, און רוימט איהם אריין אין די אויערן עפעס וואס דאס האט געווענליך ארויפגעברעגט די בלוט פאר די טראבל מעקערס אין כחה, און אויב איז דער מלמד פונקט ארויס, האט זיך געקענט צומאל מאכן אז פשוט'ל זאך כאפן א שטויס פון אונטען, פון עפעס א צווילדעוועט קינד וואס האט געוואלט אנגיין מיט זיין ארבעט אומגעשטערט, אבער פשוט'ל איז איהם געשטאנען אין וועג, און נישט סתם געשטאנען אין וועג, נאר פשוט'ל מיט זיינע גרויסע רגלים, האבן ממש ווי פארשטעלט יעדע מעגליכקייט צו מאכן אביסעלע פאן וכדו',

ער איז גאר אן ערליכער בעה''ב, וואס פירט גאר א געהויבענער שטוב ברוחניות ובגשמיות, אבער אלעס אויף א באשיידענער אופן אהן קיין רעש, דער סעודת שב''ק וועט צוגיין מיט א געוואלדיגער ערנסקייט און דערהויבענקייט, אבער נישט געזארגט, פונעם ''בשר ודגים וכל מיני מטעמים'' וועט ער בכלל נישט פארגעסן, ער וועט קענען זיך איינקויפן ריזיגע ארדערס, פון געפעפערטע פישלעך ביז גע'מיינעיז'טע כאריין הכונה בשם כרייענעיז, און אזוי שפאצירענדיג אין די אייל'ס פונעם גראסערי, וועט זיך דערקענען אזא צופרינדקייט אויף זיין פנים, און ער וועט זיך כסדר אונטערמורמלען ''אה! לכבוד שב''ק'' ''זאל שוין זיין נאך א דיכטל, כ'קויף עס דען פאר מיר??, מ'מיינט דאך נאר דעם שבת המלכה'',

זיין מח פארנעמט נישט קיין זינלאזע טענה'רייען און שיחת ילדים, ער האט טאקע ליעב צו קענען און פארשטיין אלעס, אבער ווען מ'הייבט אהן גיין אין סירקעל'ס, וועט ער שנעל פארענדיגן דער שמועס זאגענדיג ''זי נישט ברוגז, אבער דאס קאפ הייבט מיר אן וויי טאן, האסט עפעס נארמאל צוצולייגן?, קעמען רעדן, סתם ארומגיין סירקעל'ס, מאכט מיך שוין דיזי'', און בכלל וועט ער נישט דערהייבן געשפרעכן וואס ברענגען נישט עפעס תוכן מיט זיך, און ס'וועט איהם ממש נערווירן, אבער ווי געזאגט זייענדיג א שטארק ערליכער, וועט ער זיך געווענליך פארבייסן די ליפן, און חלילה נישט זאגן עפעס וואס קען ארויסברענגען דאס מינדעסע צער פאר א חבר,

אויסזעהן:

פונקט דרייסיג, מער א נידריגע פעשליכער געשטעל, גאנץ דיקע געקרויזעלטע שווארצע פיאות, כ'ווייס נישט פארוואס, אבער עפעס שפיר איך, אז ער גייט כסדר מיט קורצע גע'גט'ע הויזן, וואס קומט אלץ רוזאלטאט פון דעם וואס ער שלעפט כסדר שטארק ארויף די הויזן, וועלנדיג זיך באקוועם מאכן דאס מערסטע וואס שייך, און מסדר זיין די איבעריגע שטיקער בשר וואס זענען צוגעטשעפעט צונעם, א שטיקל פיקל טראגט ער אויכעט, אבער נישט געפערליך, ער איז גאר שטארק באליבט צווישן זיינע חברים, און מ'גלייכט זיך צו ווערטלע'ן מיט איהם, ווייל ווי שטארק ער פרובירט צו זיין ערנסט, איז אבער אריינגעבויעט אין איהם א געוויסע סענס אף הומאר, וואס גיסט זיך ארויס פון איהם מאליו, און די חברים ווייסן דאס גוט אויסצוניצן, און נעמען גרויס עטווענטעדזש דערפון, אינדערצייט וואס ער אליינס כאפט נישט געהעריג דאס מתיקות וואס רינט פון איהם כסדר.

גארנישט פערזענליך, ס'איז אלץ הוילע פאנטאזיע'ס ממש.

נעקסט אן דע ליין איז ''באטעמטקייטן''

מיר פאנטאזירן........................
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

Bissli האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:
מתמודד האט געשריבן:אז מרעדט שוין פון נאמבערס, אויב מעג איך פרעגן, וואס זאגט דער עולם איבער מתמודדס נומער?

איך האב שוין לאנג געטראכט אז דיין נומבער קען זיין טריקי...

איך קען אנצייגן אויף 4. צוליב די אייגנארטיגע שטארקע געפילן. אבער איך וואוט עס אראפ.

6 מאכט אסאך סענס, אבער נאר מיט א ריזיגע פארציע 7. און אפשר טאקע 7? אבער ניין... דו ביזט אסאך טיפער ווי דעם, און מער אדורכגעטראכט.

וואס ס'שטערט מיר פון זעקס איז אז איך זעה נישט דעם פוביק און אויך נישט דעם אנטי פאביק. אבער ס'קען זיין אז דאס ווערט באהאלטן.

--
9 איז די איינציגסטע נומבער, וואס איך האב נישט געהעריג ארויס. איך האב שוין אלעס געליינט. אבער איך בין נישט קלאר. לכאורה פעלט מיר אן עקזעמפל פון לעבעדיגע ניינער.

זעסט נישט 8?

איך זעה עס עפעס נישט...
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

ממוצע האט געשריבן:
Bissli האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:
מתמודד האט געשריבן:אז מרעדט שוין פון נאמבערס, אויב מעג איך פרעגן, וואס זאגט דער עולם איבער מתמודדס נומער?

איך האב שוין לאנג געטראכט אז דיין נומבער קען זיין טריקי...

איך קען אנצייגן אויף 4. צוליב די אייגנארטיגע שטארקע געפילן. אבער איך וואוט עס אראפ.

6 מאכט אסאך סענס, אבער נאר מיט א ריזיגע פארציע 7. און אפשר טאקע 7? אבער ניין... דו ביזט אסאך טיפער ווי דעם, און מער אדורכגעטראכט.

וואס ס'שטערט מיר פון זעקס איז אז איך זעה נישט דעם פוביק און אויך נישט דעם אנטי פאביק. אבער ס'קען זיין אז דאס ווערט באהאלטן.

--
9 איז די איינציגסטע נומבער, וואס איך האב נישט געהעריג ארויס. איך האב שוין אלעס געליינט. אבער איך בין נישט קלאר. לכאורה פעלט מיר אן עקזעמפל פון לעבעדיגע ניינער.

זעסט נישט 8?

איך זעה עס עפעס נישט...

וואס זעסטו אויף מיר?
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

Bissli האט געשריבן:וואס זעסטו אויף מיר?

אונז זעמיר אין א ווראנג אשכול...

און איך קען דיר נישט גענוג גוט.

אויבנאויף וואלט איך געזאגט, צעווישן 4 7 און 9 (וואס איך קען נישט גוט, און איך פיל אויך נישט אז דו זאלסט דאס זיין, אבער מעגליך)
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

@עומד, זייער הנאה געהאט פונעם פאנטאזיע.
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

מתמודד האט געבראכן קערעקטער...
דער @עומד איז נעקסט לעוועל!
זיך שטעלן אין די רייע?
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

באטעמטקייטן האט געשריבן:כ'שטעל מעך אין די ליין

אקעי, טעמטי'לע זעץ דיך אוועק פאר אפאר מינוט, לייג צוזאם דיינע פיסעלעך, און הער נאר וואס דער שווארץ קוקער עומד האט צו זאגן אויף דיר...............

באטעמטקייטן:

ס'וועט אפשר זיין מאדנע וואס כ'גיי איצט פארשאצן, אבער דאס איז וואס כ'שפיר, און ווי יעדער ווייסט מוז עס נישט האבן מיט'ן מציאות צופיל, מ'לעב מיר דאך דא אין פאנטאזיע לענד......

טעמטי איז אלץ געוועזן א שטילער רואיגער אינגעל, שיין צוזאמגענומען, און קיינמאל געצויגן עפעס ספעציעלע אויפמערקזאמקייט, זיין בא'חנ'ט פנימ'ל איז געווען דער סילי פוטי פאר די עלטערע אידן אין ביהמ''ד, טעמטי'לע, זייענדיג א שטארקע סבלן, און מורא געהאט פון די געדעכטע ווייסע בערד וואס האבן געגליכן זיך ארויפצוזעצן אויף איהם, איז ער אזוי פארוואנדעלט געווארן אלץ דער ציל ברעט פון די חשוב'ע זקנים, זיין שטילער און זיסער כאראקטאר האט זיך אפגעשפיגלט אין די התנהגות זיינער, ער איז געווען פון די סארט קינדער וואס האבן אלץ אוועקגעגעבן די באווארפן פעקל פאר א צווייטן, זיין ריין הערצעלע האט נישט געקענט צוקוקן ווי א צווייטער איז בצער, דאס פעקעלע ריסעס זיינער איז געווען פתוח לכל דורש ומבקש, און בכלל האט מען אלץ געוואוסט אז אויב ברויך מען עפעס הילף אין סיי וועלכע נושא, וועט טעמטי אלץ זיין גרייט, און וועט אפי' מיטשפירן מיט'ן גאנצן הארץ יענעמ'ס ווייטאג'ן, און מ'וועט דערקענען אז ער שפירט באמת מיט דער פארלוירען אינגעלע'ס צער,

קומענדיג פון א שיין אויסגעביגלטע בעקראונד, תורה וגדולה מכל הצדדים, האט ער אזוי אומדערעקט זיך נישט אויסגעלערנט וויאזוי צו הענדלען שוועריקייטן, אויב איז איהם אריינגעפלויגן א פליג אין זיין קאלעי וואסער, איז עס געווען דער טראגעדיע פונעם יאר הונדערט, ער האט זיך נישט געקענט מוחל זיין אז דאס סענסעטיווער צונג האט גענומען אויף זיך אזא נידריגע שיפלות'דיגער זבוב, ביי זיי אין שטוב האט דער קלינינג לעדי געוואשן דעם טשילאר יעדן שני וחמישי, אבער נישט ווייל זיין מאמע האט עס באמת געברויכט ס'זאל אזוי שפיגלען, נאר פשוט דער גויטע האט געהאט אן איבערפלוס פון צייט, און אזוי ווי דאס געלט האט נישט געשפילט קיין גרויסע ראלע, האט מען כמו פסח'דיג געמאכט יעדן צווייטן טאג,

און אזוי האט זיך איהם דאס לעבן אנגעהויבן על מי מנוחות, און אזוי איז פונעם קליינעם זיסער טעמטי אויסגעוואקסן א הויעכער שלאנקער בחור, וואס דעמאלטץ האט מען משנה געווען דעם שם וואס ער טראגט מיט שטאלץ עד היום הזה צו ''באטעמטקייטן'', דער שטילער איידעלער אינגעל, איז פארוואנדעלט געווארן אין א געשמאקער און אפשר אפי' רביסעלע א אינטערסאנטער פיגור, אבער נישט ווייל ער האט געהאט עפעס ספעציעלע מעלות וכדו', נאר פשוט ער האט זיך אלץ ארומגעדרייעט פריש און אויפגעלייגט מיט א ברייטע שמייכל אפי' אין די רעגענדיגסטע וועטער'ס, ער איז געווען פון די סארט בחורים וואס קיינער וויל נישט פאר א חברותא צום לערנען, אבער יעדער וויל זיצן נעבן איהם ביי לאנטש, קיינער וואלט זיך נישט עמטליך אדענטיפצירט מיט איהם אלץ חבר, אבער יעדער וואס האט געכאפט א שוואכע מינוט האט זיך אויסגעבלאזן אויף טעמטי'ס פרישקייט,

באטעמטקייטן פאר זיך, האט גאנץ שטארק וויי געטאן די מצב אין וואס ער איז פארוואנדעלט געווארן, מאנכע האבן איהם אפי' אנגערופן דער קלאון פון די עידזש, אבער לפנים האט ער גוט מיטגעשפילט מיט'ן מצב, און כאטשיג אריינגעכאפט די אטענשאן וואס ער האט באקומען בשפע, און בליבו האט ער אלץ געשטרעבט און געהאפט אז ער וועט זיך נאך אמאל אראפזעצן, און דער עולם וועט איהם אנערקענען ביים לערנען אויכעט, אבער פאסירט האט עס ליידער קיינמאל נישט,

ער האט א געוויסער חוש, אז ער כאפט אויף אינטערסאנטע קרישקעלעך און שוואכקייטןן פון מענטשן, און ער מאכט א לאנגס און א ברייט'ס דערפון, ( מיט דעם בינעך אויך געשלאגן, וואס קעמען טוען???? ), ער וועט זיין דער ערשטער צו באשטעטיגן דאס זקנות וואס האט זיך נעבעך לעצטנ'ס אריינגעכאפט אינעם געשמאקער בן שמונים, ער קען נאכמאכן פארשידענע מענטשן באגלייט מיט אינטערסאנטע תנועות וואס שטעלט פונקטליך פאר די כאראקטאר פונעם באטראפענעם וועם מיט וועם טעמטי פיקט יעצט אויף זיין אטענשען, ער גייט אין גאס מיט אזא זייטיגע שמייכל, און דער עולם וועט מיינען אז ער לאכט נעבעך צו זיך אליינס, נישט כאפענדיג, אז טעמטי האט יעצט באמערקט דער בחור'ל וואס האט געגעבן אזא שפרינג אוועק פונעם קעצעלע, און די שאקירנדע גרימאסן וואס דער בחור האט געמאכט אויפן פנים, האט זיך עפעס געזעצט אויף א לאכעדיגע וועג אין טעמטי'ס מח,

אונזער טעמטי, איז גאר א שטארקער בעל הרגש, זעלטן וואס מ'זעהט אזוינס (וואס זאלעך טוען, כ'שרייב עס טאקע אויף יעדע צווייטע ניק דא, אבער דאס איז וואס דער פאנטאזיע ברענגט מיר צום טיש,), סתם אזוי, וועט ער באהאלטן זיינע הרגשים, די הרגשים זיינע וועלן ענדערש ארויסקומען אין א פארום פון כסדר'דיגע לאכערייען וכדו', וואס קומט מעגליך פון זיינע טיפע אינערליכע יואש געפילן וואס ער טראגט מיט זיך, זעהנדיג אז זיינע חלומות צו ווערן א נארמאלער מענטש איז קיינמאל צושטאנד געקומען, ער איז געבליבן דער זעלבער קלאוני ווי אלץ בחור, אבער מפעם לפעם וועלן זיינע הייליגע טייערע הרגשים אויפשיסן, און אונטער אזעלכע אומשטענדן איז געשריבן געווארן יענער מייסטערהאפטיגער ארטיקל דארט ביים שרייבן פארמעסט העעל''ט,

( העלאו, כ'בין דא מיט מיין מוסר, וועסט נישט ברוגז זיין, אמת?, כ'האדיר עניוועי פארפאקט......

טעמטי טייערער, נקוט האי כללא בידך, א מענטש טאר בשו''א נישט קוקן אויפן עבר, העבר אין והעתיד עדיין, ביסט נאך יונג און פריש, דיין לעכטיגע עתיד שטייט דיר פאר די אויגן, און ווארט נאר די זאלסט איהם ארייננעמען און שיין מכבד זיין, פתחי לי פתח כפתחו של מחט וכו', כ'ווייס ס'איז ביטער שווער זיך צו טוישן אין די יאר'ן ובפרט ווען מ'האלט שוין נאך די חתונה, קיין שידוך ברויכסטו דאך שוין נישט טרעפן, אבער פאר דיר אליין, די פארמאגסט דאך אזא ווארעם הייליג אידיש הארץ, וואס דיינע טיפע הייליגע הרגשים קענען דיר טראגן גאר ווייט, און זיך באגעגענען מיט'ן ''ואני קרבת אלוקים לי טוב'', לאז דיך נישט פונעם בעל דבר וואס איז להוט אחריך און וויל דיר צוברעכן, און מאכט דיר אזוי זיס די ביסעלע אטענשען וואס די האסט, אז די זאלסט לכבוד דעם מקריב זיין דיין לעבן, דיין גאלדענע עתיד זיצט נעבעך געבינדן אין קייטן, און ווארט אויף די מינוט וואס די וועסט שרייען ''גענוג איז גענוג, מ'גיימיר עפעס אויפטוען אויף די וועלט'',

אוודאי זאלסטו בלייבן מיט דיין שמחת החיים, און נישט נאר בלייבן, נאר ס'זאל זיין מוסיף והולך, משמח זיין אידישע קינדער איז בכלל נישט קיין קלייניקייט, אבער דאס יואש געפיל מיט וואס די דרייסטעך ארום, דאס ברויך מען עוקר מן השורש זיין, און געדענק וואס די רבי פלעגט אלץ זאגן ''אין שום יואש בעולם כלל'', ס'איז טאקע א גשר צר מאוד, אבער והעיקר שלא לפחד ''כלל'', יעדער האט די כוחות אין זיך, מ'דארף עס נאר ארויסברענגען, און תיכף אריינלייגן אין א כלי,

ווייסעך נישט פארוואס נאך דער גאנצער מוסר שמועס, האבעך זיך געטראפן אין א מצב פון :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: , אהה.. ס'דאך אלעס אין פאנטאזיע........)

ער גלייכט גאר שטארק אזעלכע אינטערסאנטע ביכלעך, נישט די טיפיקל, נאר אזעלכע וואס א דורכשניטליכער מענטש וועט נישט פארשטיין דערצו, א שטייגער ווי פערזענליגע איבערלעבענישן פון עפעס א מאדערן אידל אין וועסט ווירדזשיניע געשריבן אויף ענגליש, און ווען קיינער זעהט נישט, וועט ער זיך אפי' ערלויבן דורכצוליינען די קאמיקס ביכלעך, און וועט שטיין און שטוינען פון די אינטערסאנטע פרצופים וואס ר' גד'ל פאללאק האט ערצייגט מיט זיינע קונצליכע האנט, און ער וועט אוועקלייגן דעם בילד דארט פונעם רויטען קעכער, און הנאה האבן ווען ער טרעפט אהן א איד וואס ענדלט צו יענעם קעכער מיט'ן טריפל טשין, און אויב וועט נאך יענער פליישיג'ס צוקומען עפעס פרעגן/זאגן פאר טעמטי, וועט ער זיך נישט קענען צוריקהאלטן, און וועט אויסשיסן אין א הילכיג געלעכטער לאזענדיג יענעם אזוי שטיין ווי דער עלעפאנט אינמיטן זיין שאו, וואס האלט אינטער דעם עולם ביי די זייטן,

און צום שלוס איז אינטערסאנט צו וויסן, אז אונזער טעמטי איז גאר אן ערליכער, ער האט ליעב דעם אויבערשטן מיט'ן גאנצן הארץ, ס'גיסט זיך פון איהם כסדר אידישע דיבורים, און פרובירט שטארק צו זיין אויסגעהאלטן ע''פ שו''ע, אויף וויפיל ער ווייסט, און ס'איז גאר שטארק אינטערסאנט מיטצוהאלטן ווען טעמטי דערגרינטעוועט און פארשטייט א שווער שטיקל גמרא, וואס דעמאלטץ וועט זיך דערקענען אויף איהם אן אמת'ע שמחה, נישט אזא צייטווייליגע דעקונג וואס ברענגט דערנאך צו עצבות, ווי דוד המלך האט אונז שוין געלערנט ''פקודי ה' ישרים משמחי לב'',

אויסזעהן:

אין די מיטעלע צוואנציגער יארן, טאקע נישט גראב, אבער א מהלך רב פון אויסגעדארט, מער אזעלכע לענגליכע פיס, וואס ווערט פארענדיגט מיט אזא לאנגע סטעפ אין שיך, שטארק בלאנדע פיאות, און אזעלכע רויטע בעקעלעך, וואס ס'וועט זיך כסדר דאכטן אז ער קומט יעצט סטרעיט ארויס פון שוויץ, אבער אין פאקט, איז ער בטבע א קאלטער מענטש, וואס דערהייבט נישט קיין היץ בכלל, זייענדיג א היפשע סענסיטיווער, -ווי געשריבן אנהויב פונעם פאנטאזיע-, וועט ער שטארק מקפיד זיין צו גיין מיט די בלעק ענד ווייט זאקן, וואס האלט זיך געשמאק אויף די פיס, און ווי אויך וועט ער נישט קענען דערהייבן די געקויפטע רעדי מאכלים, דער טשולענט זיינער, ווערט געמאכט מיט א ספעציעלע רעסעפי, אנדערש ווי אנגענומען אין די גאס, וועט זיין טשולענט זיין מער וואסעריג, מיט אפאר קליינע באנדעלעך אריינגעמישט, און די מינומום קוואנטום פון פלייש, ער וועט ליעב האבן צו טוען עפעס דיפרענט מפעם לפעם, בכדי דער עולם זאל זיין פארנומען מיט איהם, און ס'זאל נישט פאמינערן זיין אטענשאן וואס ער ברויך האבן ממש ווי לופט צום אטעמען.

גארנישט פערזענליך, ס'איז אלץ הוילע פאנטאזיע'ס ממש.
אוועטאר
ר’ אייזיק
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 1:58 am

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר’ אייזיק »

נישט אדורכגעליינט ביז אהער, א פראופייל אויף @סטאוו איז שוין דא? אויב נישט קומטס אריין קלאר, וואספארא נומער איז אזא בריה?
לעצט פארראכטן דורך ר’ אייזיק אום דאנערשטאג יולי 29, 2021 12:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בױמװאלשפינער
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 25, 2021 11:17 am

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בױמװאלשפינער »

װאף איך קען פונטקטליך אזא קערעקטער װי די לײגסט אראפ טעמטי איך בין שטארק נײגעריג צו עס איז טאקע ער
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

ר’ אייזיק האט געשריבן:נישט אדורכגעליינט ביז אהער, א פראופייל אויף @סטאוו איז שוין דא? אויב נישט קומטס אריין קלאר, וואספארא נומער איז אזא בריה?

יא, שוין דא א פראפייל אויף סטאוו, דאכטס זיך מיר ס'איז אויפן ערשטן בלאט פון דעם אשכול.

----

וואס איז די פראגע בכלל, זיכער איז סטאוו א 6'ער.
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

עומד מן הצד האט געשריבן:אונזער טעמטי, איז גאר א שטארקער בעל הרגש, זעלטן וואס מ'זעהט אזוינס (וואס זאלעך טוען, כ'שרייב עס טאקע אויף יעדע צווייטע ניק דא, אבער דאס איז וואס דער פאנטאזיע ברענגט מיר צום טיש,),
.

די סבה איז פשוט, היות די האסט אויך א שפע דערפון איז דיר לייכטער צו באמערקן דיזע שטריכען אין א צווייטען.
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

עומד מן הצד האט געשריבן:
נישט פשוט האט געשריבן:

יעצט איך שעל זיך אין די רייע און איך וויל הערן דיין פאנטאזיע, און ווי ערווענט פריער שרייב נאר דיין פאנטזיע אן די נעגעטיווע חלקים, אויב די האסט צו אסאך און די פילסט ס'איז צו געשמאק שיק מיר עס און אישי און כוועל שמייכליין מיט דיר צוזאמען.
טא"ע

האמיר געזעהן דיין ריקוועסט, מ'עט זיך בעז''ה פרובירן צוצושטעלן, וואס אידען דא צו שרייבן נעגאטיוו אויף ''נישט פשוט''..............

נישט פשוט:

אן ערליך תמימות'דיג קינד געוועזן, הכרת פניו ענתה בו, אז ער ציטערט פון אן עבירה, אלץ קינד איז עס טאקע געווען מער בבחי' יראת העונש, אינעם קליין מח זיינער איז געליגן פארשידענע בילדער ווי מענטשן פלאקערן אין גיהנום פאר געוויסע חטאים, ער האט שטארק ממחיש געווען דער עונש במוחו הקטן, אזש ס'איז זיך איהם פארגאנגען דער אפעטיט צו טאן עפעס וואס קען זיך גרעניצן מיט אן עבירה, און אויב איז ער חלילה יא דורכגעפאלן אמאל, האט ער שוין געזעהן דעם טויט פאר די אויגן, טאטע מאמע און יעדער וואס האט נאר געהאט א ווארט אויף איהם, האבן איהם געדארפט בארואיג'ן, און אריינרעדן אין איהם פארשידענע דברי חיזוק, ביז ווילאנג ס'איז נתקבל געווארן, און זיין הארץ האט איהם אויפגעהערט טרייסלען,

כהיום, פארמאגט ער נאך אסאך שטריכן פון יענע צייטן, אבער מער מיט אן ערוואקסענקייט, ער איז שטארק נזהר אין כבוד הבריות, און וועט גאר שטארק מורא האבן צו טאן עפעס וואס איז נישט הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן בתכלית הכשרות, אבער ער ווייסט שוין אז א מענטש איז נאר א מענטש, און די רבוש''ע פארלאנגט נישט קיין שלימות פון קיינעם כל זמן מ'זעמיר נאך אין גלות,

זייענדיג א שטארקע תמימות'דיגער, פלעגט ער קענען זאגן פארשידענע אינטערסאנטע הערות אדער קשיות פאר זיינע מלמדים, זיין גרויס תמימות ביחד מיט זיין שטארקע דייקנות, ובשילוב צו זיין גרויס נייגער צו וויסן און זעהן אלעס, פלעגן די מלמדים אסאך האבן צו הערן פון איהם, יעדעס מאל דער מנהל האט געגעבן א שארפע דרשה איבער די לעצטיגע פירצות, האט פשוט'ל געהאט א זאק מיט קשיות, וועלנדיג פארשטיין יעדע זאך על בוריו ממש, און אויב איז ער פונקט אריינגעפאלן מיט עפעס אן עלטערער מלמד, וואס האט נישט געהאט די געדולד צו פארברענגען און שמועסן מיט פשוט'ל, איז עס איהם זייער שווער געווען יענע יאר, וויבאלד ס'נישט ערפילט געווארן אוות נפשו, און סתם גיין באמיטשענען דעם מלמד, האט ער דאך אויך נישט געוואלט,

זיינע טאלאנטן און ידיעות האבן זיך שוין אנגעהויבן פון זיין פריע יוגענט, ער איז אלץ געווען דער קריעטעוו אינגעל צווישן די חברים, וואס האט זיך אן עצה געגעבן צו יעדע צייט, אנגעהויבן ביים בויען פארשידענע בודקע'ס, ביז'ן מסדר זיין די ספרים אין ביהמ''ד אויף א מייסטערהאפטיגע אופן, ווען דער עירקאנדישן אין חדר האט זיך צובראכן, פלעגט פשוט'ל זיך קענען אנטראגן ארויפצוקריכן און פאררעכטן, און מסביר געווען פאר'ן מלמד וואס די פראבלעם איז, אינדערצייט וואס דאס מערהייט פון זיינע חברים האבן נישט געוואוסט אפי' וויאזוי מ'טוישט די פילטער פונעם עיר קאנדישן,

געווען איז ער פון די סארט קינדער וואס האבן געשפירט פאר א מצוה אויסצוזאגן און פארציילן געוויסע פראבלעמען וואס איז דא אין כתה, ס'געווען מעשים בכל יום אז דער קליינער פעשליכער פשוט'ל שארט זיך צו צום מלמד'ס טישל אזוי ביי ריסעס, און רוימט איהם אריין אין די אויערן עפעס וואס דאס האט געווענליך ארויפגעברעגט די בלוט פאר די טראבל מעקערס אין כחה, און אויב איז דער מלמד פונקט ארויס, האט זיך געקענט צומאל מאכן אז פשוט'ל זאך כאפן א שטויס פון אונטען, פון עפעס א צווילדעוועט קינד וואס האט געוואלט אנגיין מיט זיין ארבעט אומגעשטערט, אבער פשוט'ל איז איהם געשטאנען אין וועג, און נישט סתם געשטאנען אין וועג, נאר פשוט'ל מיט זיינע גרויסע רגלים, האבן ממש ווי פארשטעלט יעדע מעגליכקייט צו מאכן אביסעלע פאן וכדו',

ער איז גאר אן ערליכער בעה''ב, וואס פירט גאר א געהויבענער שטוב ברוחניות ובגשמיות, אבער אלעס אויף א באשיידענער אופן אהן קיין רעש, דער סעודת שב''ק וועט צוגיין מיט א געוואלדיגער ערנסקייט און דערהויבענקייט, אבער נישט געזארגט, פונעם ''בשר ודגים וכל מיני מטעמים'' וועט ער בכלל נישט פארגעסן, ער וועט קענען זיך איינקויפן ריזיגע ארדערס, פון געפעפערטע פישלעך ביז גע'מיינעיז'טע כאריין הכונה בשם כרייענעיז, און אזוי שפאצירענדיג אין די אייל'ס פונעם גראסערי, וועט זיך דערקענען אזא צופרינדקייט אויף זיין פנים, און ער וועט זיך כסדר אונטערמורמלען ''אה! לכבוד שב''ק'' ''זאל שוין זיין נאך א דיכטל, כ'קויף עס דען פאר מיר??, מ'מיינט דאך נאר דעם שבת המלכה'',

זיין מח פארנעמט נישט קיין זינלאזע טענה'רייען און שיחת ילדים, ער האט טאקע ליעב צו קענען און פארשטיין אלעס, אבער ווען מ'הייבט אהן גיין אין סירקעל'ס, וועט ער שנעל פארענדיגן דער שמועס זאגענדיג ''זי נישט ברוגז, אבער דאס קאפ הייבט מיר אן וויי טאן, האסט עפעס נארמאל צוצולייגן?, קעמען רעדן, סתם ארומגיין סירקעל'ס, מאכט מיך שוין דיזי'', און בכלל וועט ער נישט דערהייבן געשפרעכן וואס ברענגען נישט עפעס תוכן מיט זיך, און ס'וועט איהם ממש נערווירן, אבער ווי געזאגט זייענדיג א שטארק ערליכער, וועט ער זיך געווענליך פארבייסן די ליפן, און חלילה נישט זאגן עפעס וואס קען ארויסברענגען דאס מינדעסע צער פאר א חבר,

אויסזעהן:

פונקט דרייסיג, מער א נידריגע פעשליכער געשטעל, גאנץ דיקע געקרויזעלטע שווארצע פיאות, כ'ווייס נישט פארוואס, אבער עפעס שפיר איך, אז ער גייט כסדר מיט קורצע גע'גט'ע הויזן, וואס קומט אלץ רוזאלטאט פון דעם וואס ער שלעפט כסדר שטארק ארויף די הויזן, וועלנדיג זיך באקוועם מאכן דאס מערסטע וואס שייך, און מסדר זיין די איבעריגע שטיקער בשר וואס זענען צוגעטשעפעט צונעם, א שטיקל פיקל טראגט ער אויכעט, אבער נישט געפערליך, ער איז גאר שטארק באליבט צווישן זיינע חברים, און מ'גלייכט זיך צו ווערטלע'ן מיט איהם, ווייל ווי שטארק ער פרובירט צו זיין ערנסט, איז אבער אריינגעבויעט אין איהם א געוויסע סענס אף הומאר, וואס גיסט זיך ארויס פון איהם מאליו, און די חברים ווייסן דאס גוט אויסצוניצן, און נעמען גרויס עטווענטעדזש דערפון, אינדערצייט וואס ער אליינס כאפט נישט געהעריג דאס מתיקות וואס רינט פון איהם כסדר.

גארנישט פערזענליך, ס'איז אלץ הוילע פאנטאזיע'ס ממש.

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
זייער הנאה געהאט, איך זעה אז אדער זעט מען נישט פון מיינע תגובת וואס איך בין, אדער האסטע געהאט אין בעק אףף דיין מיינד א געוויסע ריסטרקשען, אדער עפעס אנדערש.
וואס יא איך טריי צו זיין נזהר בכבוד חברים,און פארשטאנען צו מסדר זיין די ספיקער מיט די ער קאנדישן.
אפשר וועל איך שרייבן איינס אויף דיר, וואלט איך זיך געפרייט צו ליינען פון טישטוך א פאנטאזיע.
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

נישט פשוט האט געשריבן:
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
זייער הנאה געהאט, איך זעה אז אדער זעט מען נישט פון מיינע תגובת וואס איך בין, אדער האסטע געהאט אין בעק אףף דיין מיינד א געוויסע ריסטרקשען, אדער עפעס אנדערש.
וואס יא איך טריי צו זיין נזהר בכבוד חברים,און פארשטאנען צו מסדר זיין די ספיקער מיט די ער קאנדישן.
אפשר וועל איך שרייבן איינס אויף דיר, וואלט איך זיך געפרייט צו ליינען פון טישטוך א פאנטאזיע.

אדער איז עומד בס''ה א בשר ודגים, וואס גלייכט סתם אזוי צו פאנטאזירן אינטערסאנטע זאכן אויף די מענטשהייט..............

ייש''כ פאר'ן מגיב זיין!
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

כינור האט געשריבן:מתמודד האט געבראכן קערעקטער...
דער @עומד איז נעקסט לעוועל!
זיך שטעלן אין די רייע?

ייש''כ, ס'מיר א שטארקע חיזוק!

נו וודאי זיך שטעלן, פארוואס דען נישט?

די מיט דיינע פאר תגובות'לעך קעמען סאך מער זעהן ווי אנדערע מיט אפאר טויזענט,

ענד בד''ו, כ'ווער צודרייט פאר דיינע אנאליזן אויף די סידי'ס!
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

עומד מן הצד האט געשריבן:
כינור האט געשריבן:מתמודד האט געבראכן קערעקטער...
דער @עומד איז נעקסט לעוועל!
זיך שטעלן אין די רייע?

ייש''כ, ס'מיר א שטארקע חיזוק!

נו וודאי זיך שטעלן, פארוואס דען נישט?

די מיט דיינע פאר תגובות'לעך קעמען סאך מער זעהן ווי אנדערע מיט אפאר טויזענט,

ענד בד''ו, כ'ווער צודרייט פאר דיינע אנאליזן אויף די סידי'ס!

שכוח פאר די חיזוק!
עומד ביסט סיריעסלי געבענטשט. ס׳איז גאר א געשמאקע אשכול דאס.
שטעל מיר זיך!

דער טישטוך קעניינע הארע גייט אין עומד׳ס פיסטריט. וואס דער ווארפט צאם.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

מקען זיך שוין שטעלן פאר די צווייטע שאט?
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
באטעמטקייטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטעמטקייטן »

עומד מן הצד האט געשריבן:
באטעמטקייטן האט געשריבן:כ'שטעל מעך אין די ליין

אקעי, טעמטי'לע זעץ דיך אוועק פאר אפאר מינוט, לייג צוזאם דיינע פיסעלעך, און הער נאר וואס דער שווארץ קוקער עומד האט צו זאגן אויף דיר...............

באטעמטקייטן:

ס'וועט אפשר זיין מאדנע וואס כ'גיי איצט פארשאצן, אבער דאס איז וואס כ'שפיר, און ווי יעדער ווייסט מוז עס נישט האבן מיט'ן מציאות צופיל, מ'לעב מיר דאך דא אין פאנטאזיע לענד......

טעמטי איז אלץ געוועזן א שטילער רואיגער אינגעל, שיין צוזאמגענומען, און קיינמאל געצויגן עפעס ספעציעלע אויפמערקזאמקייט, זיין בא'חנ'ט פנימ'ל איז געווען דער סילי פוטי פאר די עלטערע אידן אין ביהמ''ד, טעמטי'לע, זייענדיג א שטארקע סבלן, און מורא געהאט פון די געדעכטע ווייסע בערד וואס האבן געגליכן זיך ארויפצוזעצן אויף איהם, איז ער אזוי פארוואנדעלט געווארן אלץ דער ציל ברעט פון די חשוב'ע זקנים, זיין שטילער און זיסער כאראקטאר האט זיך אפגעשפיגלט אין די התנהגות זיינער, ער איז געווען פון די סארט קינדער וואס האבן אלץ אוועקגעגעבן די באווארפן פעקל פאר א צווייטן, זיין ריין הערצעלע האט נישט געקענט צוקוקן ווי א צווייטער איז בצער, דאס פעקעלע ריסעס זיינער איז געווען פתוח לכל דורש ומבקש, און בכלל האט מען אלץ געוואוסט אז אויב ברויך מען עפעס הילף אין סיי וועלכע נושא, וועט טעמטי אלץ זיין גרייט, און וועט אפי' מיטשפירן מיט'ן גאנצן הארץ יענעמ'ס ווייטאג'ן, און מ'וועט דערקענען אז ער שפירט באמת מיט דער פארלוירען אינגעלע'ס צער,

קומענדיג פון א שיין אויסגעביגלטע בעקראונד, תורה וגדולה מכל הצדדים, האט ער אזוי אומדערעקט זיך נישט אויסגעלערנט וויאזוי צו הענדלען שוועריקייטן, אויב איז איהם אריינגעפלויגן א פליג אין זיין קאלעי וואסער, איז עס געווען דער טראגעדיע פונעם יאר הונדערט, ער האט זיך נישט געקענט מוחל זיין אז דאס סענסעטיווער צונג האט גענומען אויף זיך אזא נידריגע שיפלות'דיגער זבוב, ביי זיי אין שטוב האט דער קלינינג לעדי געוואשן דעם טשילאר יעדן שני וחמישי, אבער נישט ווייל זיין מאמע האט עס באמת געברויכט ס'זאל אזוי שפיגלען, נאר פשוט דער גויטע האט געהאט אן איבערפלוס פון צייט, און אזוי ווי דאס געלט האט נישט געשפילט קיין גרויסע ראלע, האט מען כמו פסח'דיג געמאכט יעדן צווייטן טאג,

און אזוי האט זיך איהם דאס לעבן אנגעהויבן על מי מנוחות, און אזוי איז פונעם קליינעם זיסער טעמטי אויסגעוואקסן א הויעכער שלאנקער בחור, וואס דעמאלטץ האט מען משנה געווען דעם שם וואס ער טראגט מיט שטאלץ עד היום הזה צו ''באטעמטקייטן'', דער שטילער איידעלער אינגעל, איז פארוואנדעלט געווארן אין א געשמאקער און אפשר אפי' רביסעלע א אינטערסאנטער פיגור, אבער נישט ווייל ער האט געהאט עפעס ספעציעלע מעלות וכדו', נאר פשוט ער האט זיך אלץ ארומגעדרייעט פריש און אויפגעלייגט מיט א ברייטע שמייכל אפי' אין די רעגענדיגסטע וועטער'ס, ער איז געווען פון די סארט בחורים וואס קיינער וויל נישט פאר א חברותא צום לערנען, אבער יעדער וויל זיצן נעבן איהם ביי לאנטש, קיינער וואלט זיך נישט עמטליך אדענטיפצירט מיט איהם אלץ חבר, אבער יעדער וואס האט געכאפט א שוואכע מינוט האט זיך אויסגעבלאזן אויף טעמטי'ס פרישקייט,

באטעמטקייטן פאר זיך, האט גאנץ שטארק וויי געטאן די מצב אין וואס ער איז פארוואנדעלט געווארן, מאנכע האבן איהם אפי' אנגערופן דער קלאון פון די עידזש, אבער לפנים האט ער גוט מיטגעשפילט מיט'ן מצב, און כאטשיג אריינגעכאפט די אטענשאן וואס ער האט באקומען בשפע, און בליבו האט ער אלץ געשטרעבט און געהאפט אז ער וועט זיך נאך אמאל אראפזעצן, און דער עולם וועט איהם אנערקענען ביים לערנען אויכעט, אבער פאסירט האט עס ליידער קיינמאל נישט,

ער האט א געוויסער חוש, אז ער כאפט אויף אינטערסאנטע קרישקעלעך און שוואכקייטןן פון מענטשן, און ער מאכט א לאנגס און א ברייט'ס דערפון, ( מיט דעם בינעך אויך געשלאגן, וואס קעמען טוען???? ), ער וועט זיין דער ערשטער צו באשטעטיגן דאס זקנות וואס האט זיך נעבעך לעצטנ'ס אריינגעכאפט אינעם געשמאקער בן שמונים, ער קען נאכמאכן פארשידענע מענטשן באגלייט מיט אינטערסאנטע תנועות וואס שטעלט פונקטליך פאר די כאראקטאר פונעם באטראפענעם וועם מיט וועם טעמטי פיקט יעצט אויף זיין אטענשען, ער גייט אין גאס מיט אזא זייטיגע שמייכל, און דער עולם וועט מיינען אז ער לאכט נעבעך צו זיך אליינס, נישט כאפענדיג, אז טעמטי האט יעצט באמערקט דער בחור'ל וואס האט געגעבן אזא שפרינג אוועק פונעם קעצעלע, און די שאקירנדע גרימאסן וואס דער בחור האט געמאכט אויפן פנים, האט זיך עפעס געזעצט אויף א לאכעדיגע וועג אין טעמטי'ס מח,

אונזער טעמטי, איז גאר א שטארקער בעל הרגש, זעלטן וואס מ'זעהט אזוינס (וואס זאלעך טוען, כ'שרייב עס טאקע אויף יעדע צווייטע ניק דא, אבער דאס איז וואס דער פאנטאזיע ברענגט מיר צום טיש,), סתם אזוי, וועט ער באהאלטן זיינע הרגשים, די הרגשים זיינע וועלן ענדערש ארויסקומען אין א פארום פון כסדר'דיגע לאכערייען וכדו', וואס קומט מעגליך פון זיינע טיפע אינערליכע יואש געפילן וואס ער טראגט מיט זיך, זעהנדיג אז זיינע חלומות צו ווערן א נארמאלער מענטש איז קיינמאל צושטאנד געקומען, ער איז געבליבן דער זעלבער קלאוני ווי אלץ בחור, אבער מפעם לפעם וועלן זיינע הייליגע טייערע הרגשים אויפשיסן, און אונטער אזעלכע אומשטענדן איז געשריבן געווארן יענער מייסטערהאפטיגער ארטיקל דארט ביים שרייבן פארמעסט העעל''ט,

( העלאו, כ'בין דא מיט מיין מוסר, וועסט נישט ברוגז זיין, אמת?, כ'האדיר עניוועי פארפאקט......

טעמטי טייערער, נקוט האי כללא בידך, א מענטש טאר בשו''א נישט קוקן אויפן עבר, העבר אין והעתיד עדיין, ביסט נאך יונג און פריש, דיין לעכטיגע עתיד שטייט דיר פאר די אויגן, און ווארט נאר די זאלסט איהם ארייננעמען און שיין מכבד זיין, פתחי לי פתח כפתחו של מחט וכו', כ'ווייס ס'איז ביטער שווער זיך צו טוישן אין די יאר'ן ובפרט ווען מ'האלט שוין נאך די חתונה, קיין שידוך ברויכסטו דאך שוין נישט טרעפן, אבער פאר דיר אליין, די פארמאגסט דאך אזא ווארעם הייליג אידיש הארץ, וואס דיינע טיפע הייליגע הרגשים קענען דיר טראגן גאר ווייט, און זיך באגעגענען מיט'ן ''ואני קרבת אלוקים לי טוב'', לאז דיך נישט פונעם בעל דבר וואס איז להוט אחריך און וויל דיר צוברעכן, און מאכט דיר אזוי זיס די ביסעלע אטענשען וואס די האסט, אז די זאלסט לכבוד דעם מקריב זיין דיין לעבן, דיין גאלדענע עתיד זיצט נעבעך געבינדן אין קייטן, און ווארט אויף די מינוט וואס די וועסט שרייען ''גענוג איז גענוג, מ'גיימיר עפעס אויפטוען אויף די וועלט'',

אוודאי זאלסטו בלייבן מיט דיין שמחת החיים, און נישט נאר בלייבן, נאר ס'זאל זיין מוסיף והולך, משמח זיין אידישע קינדער איז בכלל נישט קיין קלייניקייט, אבער דאס יואש געפיל מיט וואס די דרייסטעך ארום, דאס ברויך מען עוקר מן השורש זיין, און געדענק וואס די רבי פלעגט אלץ זאגן ''אין שום יואש בעולם כלל'', ס'איז טאקע א גשר צר מאוד, אבער והעיקר שלא לפחד ''כלל'', יעדער האט די כוחות אין זיך, מ'דארף עס נאר ארויסברענגען, און תיכף אריינלייגן אין א כלי,

ווייסעך נישט פארוואס נאך דער גאנצער מוסר שמועס, האבעך זיך געטראפן אין א מצב פון :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: , אהה.. ס'דאך אלעס אין פאנטאזיע........)

ער גלייכט גאר שטארק אזעלכע אינטערסאנטע ביכלעך, נישט די טיפיקל, נאר אזעלכע וואס א דורכשניטליכער מענטש וועט נישט פארשטיין דערצו, א שטייגער ווי פערזענליגע איבערלעבענישן פון עפעס א מאדערן אידל אין וועסט ווירדזשיניע געשריבן אויף ענגליש, און ווען קיינער זעהט נישט, וועט ער זיך אפי' ערלויבן דורכצוליינען די קאמיקס ביכלעך, און וועט שטיין און שטוינען פון די אינטערסאנטע פרצופים וואס ר' גד'ל פאללאק האט ערצייגט מיט זיינע קונצליכע האנט, און ער וועט אוועקלייגן דעם בילד דארט פונעם רויטען קעכער, און הנאה האבן ווען ער טרעפט אהן א איד וואס ענדלט צו יענעם קעכער מיט'ן טריפל טשין, און אויב וועט נאך יענער פליישיג'ס צוקומען עפעס פרעגן/זאגן פאר טעמטי, וועט ער זיך נישט קענען צוריקהאלטן, און וועט אויסשיסן אין א הילכיג געלעכטער לאזענדיג יענעם אזוי שטיין ווי דער עלעפאנט אינמיטן זיין שאו, וואס האלט אינטער דעם עולם ביי די זייטן,

און צום שלוס איז אינטערסאנט צו וויסן, אז אונזער טעמטי איז גאר אן ערליכער, ער האט ליעב דעם אויבערשטן מיט'ן גאנצן הארץ, ס'גיסט זיך פון איהם כסדר אידישע דיבורים, און פרובירט שטארק צו זיין אויסגעהאלטן ע''פ שו''ע, אויף וויפיל ער ווייסט, און ס'איז גאר שטארק אינטערסאנט מיטצוהאלטן ווען טעמטי דערגרינטעוועט און פארשטייט א שווער שטיקל גמרא, וואס דעמאלטץ וועט זיך דערקענען אויף איהם אן אמת'ע שמחה, נישט אזא צייטווייליגע דעקונג וואס ברענגט דערנאך צו עצבות, ווי דוד המלך האט אונז שוין געלערנט ''פקודי ה' ישרים משמחי לב'',

אויסזעהן:

אין די מיטעלע צוואנציגער יארן, טאקע נישט גראב, אבער א מהלך רב פון אויסגעדארט, מער אזעלכע לענגליכע פיס, וואס ווערט פארענדיגט מיט אזא לאנגע סטעפ אין שיך, שטארק בלאנדע פיאות, און אזעלכע רויטע בעקעלעך, וואס ס'וועט זיך כסדר דאכטן אז ער קומט יעצט סטרעיט ארויס פון שוויץ, אבער אין פאקט, איז ער בטבע א קאלטער מענטש, וואס דערהייבט נישט קיין היץ בכלל, זייענדיג א היפשע סענסיטיווער, -ווי געשריבן אנהויב פונעם פאנטאזיע-, וועט ער שטארק מקפיד זיין צו גיין מיט די בלעק ענד ווייט זאקן, וואס האלט זיך געשמאק אויף די פיס, און ווי אויך וועט ער נישט קענען דערהייבן די געקויפטע רעדי מאכלים, דער טשולענט זיינער, ווערט געמאכט מיט א ספעציעלע רעסעפי, אנדערש ווי אנגענומען אין די גאס, וועט זיין טשולענט זיין מער וואסעריג, מיט אפאר קליינע באנדעלעך אריינגעמישט, און די מינומום קוואנטום פון פלייש, ער וועט ליעב האבן צו טוען עפעס דיפרענט מפעם לפעם, בכדי דער עולם זאל זיין פארנומען מיט איהם, און ס'זאל נישט פאמינערן זיין אטענשאן וואס ער ברויך האבן ממש ווי לופט צום אטעמען.

גארנישט פערזענליך, ס'איז אלץ הוילע פאנטאזיע'ס ממש.

וואף!!!
שלאנג נישט געהאט אזאנס. סאיז אזא בחינה פון גלגול שלג... כרויעל מעך פאר געלעכטער אין כפלאקער פאר בושה... (סאו שלג?...)

סאו קודם כל ביסט סאמטינג מעגא!!!

דאס איז א פערזענליכע קאמפלימענט פון טעמטי דער שטילער רייך געקליידעטער בן עושר וואס פארטיילט באווארפן פעקלעך מיט א ברייטפארצווייגטקייט וועלכע פלעגט פארפייניקט ווערן פון ר' שאלתיאל דער עלטצטער פון שול אין האט ליב צו ליינען ענגלישע ביכער פון מאדנע אידן פון וועסט-קאלעראדא אין האט אויך גאלדענע טעג פאר זיך אויסגעשפרייט ווי א טערקישע טעפיך אין לייגט אויך אריין קליינע בונדלעך אין זיינע סענסיטיווע באקוועמע זאקן... אוי טאטע!

סאו... יא. איז דארפמער אויסשמועסן וואס יא אין וואס נישט. למשל כבין נעווער געוועהן א שטילער (מהעמער נישט אריינקריכן צופיל אין דעם ענין...) אבער יא די זיידעס פלעגן זיצן אויף מיר.

א שטארקער בעל הרגש. האט ליב צו זיין דיפרענט (דאס איז שויניש אזא דיפרענט זאך...) אבער דעי גדולה פון מיין משפחה וואס די לייגסט אראפ איז אסאך איבערגעטריבן.

בכלל נישט אזא קלין באשעפעניש אין מיין לעבן נישט געמאכט קיין טשאלענט, נישט קיין פראבלעם מיט רעדי עסן, גייעך אויכניש דעי מאדנע מיני זאקן, אבער בלאנד בינעך א קרומע שמייכל האבעך וכו'

מיינע חושים אין פילינגס האסטע גאנץ פיין ארויס אבער נאופ כבין אלץ א בעל הרגש אין כשעמער נישט דערמיט, סאיז נישט אז כגעב אמאל אמאל א רייס אויף.

כטראכט נאך צו סהאט מיר געלוינט זיך צו שטעלן אין דעי ליין דא, אזאנץ אויסצו'מסור'ן אין אויסוויזויהייסטעסן ברבים... עה... כאדיר עניוועי פארפאקט!

טענקס, יאו אר דעי בעסט אוו דעי געסט!
אוראייניקל האט געשריבן:
יותר ממה שטעמטי רוצה לכתוב.. אורי רוצה למחוק...
טעמו וראו כי...
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

טאמי טאמי עראטיך ארויס אינסייט אוט, אבער די............. אזוי צו ציטרעפן דעיס איז א חידוש
עומדל ביסט אמעזינג א חידוש פון א חכם עדיף מנביא,
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

אן עדווערטייזמענט!

איר קענט נישט גיין צום קומענדיגן קנעפל איידער איר קליקט אריין דעם בילד..... מיט אנטשולדיגונג.

בילד
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

נעקסט אן דע ליין איז ''הרב טייטלבוים''

מיר פאנטאזירן..............
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אהה.. דאן דארפט איר אנטאן ס'גארטל פארן פאנטאזירן דעם רבי'ן...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
בשעה שיש
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה שיש »

אוראייניקל האט געשריבן:אהה.. דאן דארפט איר אנטאן ס'גארטל פארן פאנטאזירן דעם רבי'ן...

עס איז א הכרח דורכציליינען קודם די תגובות פונעם דאלאניע שטיבל.
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

איך האב געווארט און געווארט וכו'...

איך בין עומד מן הצד אויף וואס דא טוטצאך, ריבונו של עולם. אבער ריבונו של עולם, ווען בינעך??
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”