אשכול הנחסמים, רואה ואינו נראה אשכול

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

אשכול הנחסמים, רואה ואינו נראה אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

אין ליכט פון די פרישע אויפוואכונג ביי די מנהלים אז דא קומט פאר שרעקליכע חוצפה אויף א פארנעם ווי קיינמאל, טוט זיך דא חסימות אויף רעכטס און אויף לינקס.

גם אני נלקיתי און מ'האט מיר פארשפארט נאך די אומדערהערטע חוצפה ווען כ'האב געלאכט אין פאבליק פון די מנהל וואס האט זיך אויסגעגליטשט אויף די קאווע וואס האט זיך איהם אויסגעגאסן נאך זיין גארטל איז פארהאנקערט געווארן אין זיין בענדל שיך. אבער בלייבן שטיל אי אפשי ובכגון דא נאמר עת לעשות הפרו. האט מען געווידמעט אן אשכול ווי אלע מחוצפים וואס האבן נישט קיין ציטריט צים וועלטל נאכן זיין פארשפארט אין אפיס קענען קומען דא שרייבן געצוימטערהייט אויף א מינימאלע פארנעם.

דער אשכול איז אויסשליסלעך פאר ניקס וואס זענען נחסם געווארן און קענען נישט שרייבן ערגעץ אנדערש, אויב וועט מען כאפן דא איינעם שרייבן וואס איז נישט בכלל המחוצפים וועט מען איהם שטרענג בא'קנס'ענען און דאס קען רעזאלטירן אין איהם אליינס שיקן צי די שווארצע פעפער.

ביטע זיך האלטן צי די תקנת המקום, ראו הזהרתיכם!
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: אשכול הנחסמים, רואה ואינו נראה אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

צ"ק:
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אל תדאג
שר חמש מאות
תגובות: 911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 4:32 pm
לאקאציע: אונטערן מאמע'ס פארטוך

Re: אשכול הנחסמים, רואה ואינו נראה אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אל תדאג »

אויב כ'בין מצליח דא צו שרייבן מיינט עס אז כ'בין אויסגעשפארט פון די אנדערע אשכולית?
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

היות איך האב מיך מתחצף געווען צום מנהל האט מיך זיין מיוחס סטאוו חוסם געווען :cry:

אויב איינער קען משתדל זיין פאר מיך און זיך אנעמען פארן כבוד פון א רב זאל ביטע רעדן צו סטאוו זאל מיך צוריק אריין לאזן

תודה למפרע
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

סיז מסודר האט געשריבן:היות איך האב מיך מתחצף געווען צום מנהל האט מיך זיין מיוחס סטאוו חוסם געווען :cry:

אין חסימה אחר חסימה אלא לרבות. אויב האטעך סטאווי שוין חוסם געוועזן קענעך גארנישט טון. אבער וביום פקדי ופקדתי, ראו הוזהרתם.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: Re:

תגובה דורך יוראפ »

סאכדעס האט געשריבן:

ווער האטיך חותם געווען?
סקאראמוטשי
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 10:52 pm

Re: אשכול הנחסמים, רואה ואינו נראה אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סקאראמוטשי »

Proud to sign in
ת'יפסק ש'יחות פּ'אליטיק א'ינסופיים
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אשכול הנחסמים, רואה ואינו נראה אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

סקאראמוטשי האט געשריבן:Proud to sign in

דו באקומסט א אלערט יעדן מאל די נושא פאפט ארויף?

אפשר שיק מיר דעם קאוד איך וויל אויך באקומען א נאטעפיקאציע יעדן מאל סאיז דא פאן...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
סקאראמוטשי
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 10:52 pm

Re: אשכול הנחסמים, רואה ואינו נראה אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סקאראמוטשי »

יא, און א באדינער קומט מעלדן אייער מאיעסטעט ווען איך שרייב?
ת'יפסק ש'יחות פּ'אליטיק א'ינסופיים
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אשכול הנחסמים, רואה ואינו נראה אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

איך דענק נישט איך זאל דיר האבן אונטער געלאפן,
אבער איך ליין דא אסאך סאו איך באמערק אליין ווען מ׳שרייבט...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אשכול הנחסמים, רואה ואינו נראה אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

האלאו עטס ווילטס דווקא נחסם ווערן פון דעם אשכול אויכט? נאך איין ווארט איך הער פון ענק, ראו הזהרתכם!
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: אשכול הנחסמים, רואה ואינו נראה אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

נעכטן געווען נחסם פאר עטליכע שעה צוליבן איבערפרעגן אין א אשכול עטליכע מאל פארוואס מ'מעקט תגובות וואס האט א שיכות צו די נושא.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

סאכדעס האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:היות איך האב מיך מתחצף געווען צום מנהל האט מיך זיין מיוחס סטאוו חוסם געווען :cry:

אויב איינער קען משתדל זיין פאר מיך און זיך אנעמען פארן כבוד פון א רב זאל ביטע רעדן צו סטאוו זאל מיך צוריק אריין לאזן

תודה למפרע

אין חסימה אחר חסימה אלא לרבות. אויב האטעך סטאווי שוין חוסם געוועזן קענעך גארנישט טון. אבער וביום פקדי ופקדתי, ראו הוזהרתם.

ווען מ'האנדלט מיט גוים איז אדרבה, חוסם בתוך חוסם.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אשכול הנחסמים, רואה ואינו נראה אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:האלאו עטס ווילטס דווקא נחסם ווערן פון דעם אשכול אויכט? נאך איין ווארט איך הער פון ענק, ראו הזהרתכם!

=k?%0
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אשכול הנחסמים, רואה ואינו נראה אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

עכט היימיש האט געשריבן:נעכטן געווען נחסם פאר עטליכע שעה צוליבן איבערפרעגן אין א אשכול עטליכע מאל פארוואס מ'מעקט תגובות וואס האט א שיכות צו די נושא.

זאג, ס'איז נעכטן ביי דיר היינט? כ'מיין וויפיל מאל דארף מען דאס מסביר זיין
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: אשכול הנחסמים, רואה ואינו נראה אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

טעסטינג טעסטינג

אוי איך בין אויסגעשפארט? סטאוו שתד'ל פאר מיר.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אשכול הנחסמים, רואה ואינו נראה אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:האלאו עטס ווילטס דווקא נחסם ווערן פון דעם אשכול אויכט? נאך איין ווארט איך הער פון ענק, ראו הזהרתכם!

אז מ'ראיז חוסם פון, ווערט מען צוריק געעפנט אין די אנדערע אשכולות?

ס'איז א שאלה פון אי אתה מחייבו משום שתי רשעיות...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: אשכול הנחסמים, רואה ואינו נראה אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

אדער קם לי' בדרבה מיני'
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

יוראפ האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:

ווער האטיך חותם געווען?

חותם אדער חוסם, כ'בין פארמישט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
קאפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5640
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 11:59 pm
לאקאציע: בעדפארד סטייוועסענט נ.י.

Re: אשכול הנחסמים, רואה ואינו נראה אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפעלע »

וואו איז @שפיצער???
לינק?
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

Re: אשכול הנחסמים, רואה ואינו נראה אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

התאחדות קען געבן א חותם, סאכדעס קען געבן א חוסם
אויב דרייט מען צופיל איבער קען מען באקומען א חותם בתוך חוסם
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

סאכדעס האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:

ווער האטיך חותם געווען?

חותם אדער חוסם, כ'בין פארמישט.

ח'קענשויניש ענטפערן שוין ארויסגעשפארט
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אשכול הנחסמים, רואה ואינו נראה אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

אטו כי רוכלא איזל ואחשוב?

וואס איז די כבוד צו שרייבן אזעלכע שטותים אויף דעם גדול בישראל?

ס'זענען שוין דא אין דעם אשכול באלד מער געמעקטע תגובות ווי געשריבענע.

רבותי הזהרו בגחלתן, האסט געהערט עפעס א האלבע אויסדרוק פון איינעם וואס האט נאכגעזאגט א האלבע מימרא פון א דריטן, דארפסט נישט אהערקומען אנשמוצן די אשכול מיט אזא טעמישע פראגע צי איינער ווייסט פרטים.

ומכאן הקריאה יוצאות ביטע נישט ממשיך זיין די שמועס דא, נישט פון די מיתת נשיקה און נישט פון די הערה.

הערת המנהל

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

:lol: :lol:
:lol:

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

ווענגלייך כ'קען נישט סטאפן לאכן.. :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

קומטס אלע אהער :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אשכול הנחסמים, רואה ואינו נראה אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

סיז מסודר האט געשריבן:התאחדות קען געבן א חותם, סאכדעס קען געבן א חוסם
אויב דרייט מען צופיל איבער קען מען באקומען א חותם בתוך חוסם

;l;p- ;l;p-
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: אשכול הנחסמים, רואה ואינו נראה אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

אוראייניקל האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:התאחדות קען געבן א חותם, סאכדעס קען געבן א חוסם
אויב דרייט מען צופיל איבער קען מען באקומען א חותם בתוך חוסם

;l;p- ;l;p-

אז מ'דרייט איבער ווערן דאך די רשעיות נהפך לזכויות כתיבה, ווערט עס פון א חותם בתוך חוסם איבערגעדרייט אויף פארקערט א פתח בתוך פסח, און מען טאר דאך נישט בלייבן שטיין על פתח האשכול, נאר אריינגיין טיף אריין, לעולם יכנס אדם כשיעור שתי פתחים.

אקעי! לאמיך אבער שנעל אנטרינען ווערן פון דא, פאר דער פוסח האשכול קומט שרייען: עד מתי אתם "פוסחים" על שתי הסעיפים של התקנות?
---
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”