בלאט 1 פון 1

א דאנק בריוו פאר די שטאטישע באאמטע

געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2019 10:16 am
דורך דריידל
ס'מיר בייגעפאלן א געדאנק אז מ'זאל אפדריקן א בריוו ארויסברענגענדיג אינזער הכרת הטוב פאר די שטאטישע באאמטע וואס זיי העלפן ארויס מיט אלע פרטי החג. אויסלייגן קאנטעינערס פאר באלק גארבעזש, אויפפיקן אונזער חמץ גארבעזש נאכאמאל און נאכאמאל, שריפת חמץ, וכו'. מיר טארן עס נישט נעמען פאר גרענטעט. שטעלטס אייך פאר אז איין יאר איז די שטאט מבטל איינע פון די זאכן מיטן אויסרייד אז ס'נישט וויכטיג, ס'וואלט צערידערט די מענטשהייט. לאמיר מקיים זיין שלח לחמך על פני המים, גיבן קרעדיט וויר קרעדיט איז דא און ארויסברענגן ווי שטארק די אלע זאכן העלפט אונז אריינצוברענגן דעם יום טוב. מ'קען מאכן א כעין פעטיציע ווי איינער וועט אפשרייבן אונזער דאנקבארקייט און דער עולם וועט חתמ'נן.

בעה"ח ערב פסח תשע"ט

געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2019 1:50 am
דורך חושב מחשבות...
גוטע געדאנק.

אפשר זאל UJO וכדו' אריינשטעלן אזא בריוו אין צייטונג

געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2019 3:09 am
דורך יאצמעך
די ערשטע יאר וואס דיבלאזיאו איז אריין געקומען האט ער געוואלט מבטל זיין די קאנטעינערס ערב פסח מיט די אויסרייד אז ס'איז נישט וויכטיג. עסקנים האבן דאן שווער געארבעט דאס זאל נישט פאסירן..