ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

פעיק ניוז האט געשריבן:
עומד מן הצד האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:@עומד מן הצד

א אינגערמאן, אין די הויכע צוואנציגער יארן. פריש ווי רעטעך. וואוינט אין ראדני. א אינגערמאן וואס לעבט אין דעם סיסטעם, אבער דא דארט פרובירט ער ארויסצושטעקן דעם קאפ, אבער נעמט עס גלייך צוריק, מורא האבנדיג אז ער וועט ארויספאלן. אבער ביני לביני נאשט ער אביסל פון דרויסן אויך. ער איז בכלל מער אפן צו הערן מערערע מיינונג, כאטש וואס ער האט מער ווייניגער אן אפגעמאכטער כלליות'דיגער מיינונג אויף זאכן.

ער איז זייער א געשמאקער שמועסער, אבער נאר ווען ער שמועס פריוואט איינס אויף איינס. כאטש וואס ער שטייט ביים קופקע אין קאווע שטיבל במשך היום מיט'ן ברייטן פלאכן ביבער היטל אויף ארויף ווען דאס קאפל קומט אים אזוי אראפ ביז'ן מצח. פארט אבער וועט ער נישט צופיל ווערטער אריינווארפן, צוליב זיין מדת הבושה פון וואס ער האט נישט ווייניג דערפון.

שחרית בעפאר חצות עקזיסטירט נישט בייניאים. נאך שחרית קומט א לחיים מיט הערינג אין פאליש ביז דריי אזייגער. דערנאך גייט ער ארבעטן פארט טיים.

דער ציגארעטל איז א שטענדיגער איינוואוינער ביי עומד'ן אין מויל. א לילקע ציבעך האט ער שוין אויך טועם געווען.

בכלל נישט צו די מאגערע זייט. נישט צו הויך, עס טראגט זיך פון אים א ריח וואס לאזט וויסן פאר אירע פארבייגייער אז דעם שויער האט דער אינגערמאן נישט געזען ממש לעצטנס. זיין בארד איז א שווארצע אדער טונקל ברוין, נישט צו לאנג און צו קורץ, אבער עס איז פול. זיינע פיאות זענען נישט לאנג. שבת גייט ער ווייסע זאגן.

שוין....

איצטערט לאמיר צולייגן ס'ענין:

''פריש ווי רעטעך''- יאפ, מ'פרובירט זיך מחזק צו זיין כסדר במילי דשטיתא אויכעט,

''וואוינט אין ראדני''- כ'בין אויפגעוואקסן דארטן אלע יאר'ן, און עד היום הזה גלייכעך די אטמאספער דארטן,כ'על זיך קיינמאל נישט דרייען ליידיג זייענדיג אין ראדני, אבער די לשון ''וואוינט'', איז אפשר אביסל איבערגעטריבן,

''לעבט אין די סיסטעם''- איה''נ, ווילאנג די סיסטעם איז נישט קיין סתירה צו די תוה''ק, וואס קען דען זיין בעסער פון דעם?, רביה''ק האט אונז דאך אויסגעלערנט, אז מ'טאר נישט ווערן נתפעל פון גארנישט, אויב חלילה דער סיסטעם, וועט אנהייבן גליטשן, בינעך אלץ גרייט זיך ארויסצוזעהן פונעם סיסטעם,

''אפן צו מערערע מיינונגען''- אמת, ווילאנג ס'נישט קיין שטער מיט תורתינו הקדושה, איז יעדער מיינונג און דרך בעבודת ה' תופס מקום ביי מיר, אבער מיר האבן שוין א געוויסעק דרך, וואס מ'האמיר מחליט געווען, אז ''פה אשב כי איוויתיה'',

''זייער א געשמאקע שמועסער''- אויך אמת, און טאקע אזוי ווי די ביסט ממשיך, בעיקר וועל איך שמועסן איינס אויף איינס, מחמת אימתא דציבורא, אבער כ'על הנאה האבן זיך אונטער צו הערן די גרויסע קופקע'ס אין ביהמ''ד,

גראדע דאוונעך שחרית יעדן טאג גאר פרי, די פלאן איז בעז''ה צו זיך שטעלן דאווענען תיכף נאכ'ן שרייבן אט דעם תגובה דא, און לגבי ארבעטן, הודו לה', כ'בין מיין אייגענער בעה''ב, כ'בין נאך טאקע אין די סטעידזש וואס מ'סטראגעלט, אבער מ'קען זיך נישט אפרעדן,

דער ציגרעטל, איז א גרויסער יסוד ביי מיר, ס'גיבט ב''ה צו, צום יישב הדעת, וגדלות המוחין, (לאמיר עס מאכן חסיד'יש, עפעס סתם נאכגעבן די תאוות?)

די אויסזעהן האסטו צוגעטראפן ממש 50 פארצענט, אשר אי אפשר לפורטם, משום חשש גילו.

רב פעיק, דער אנאליז איז סופער, האסט היפש אסאך חומר אריינגעווארפן, וואס דאס גיבט צו צום קאלירפולער אויסזעהן,

;l;p- ;l;p- ;l;p-

יישר כח!

99% אקוראט WOW!

ביז די אויסזעהן, וואלט איך געזאגט אז ס'איז 90% אקוראט, ביים אויסזעהן ביסטו היפש פארפארן, אבער ווי געשריבן, ס'איז בערך פופציג פארצענט גוט.
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

עומד מן הצד האט געשריבן:
בעסער אזוי האט געשריבן:אוי וויי.. אקעי איך זע ס'איז נישט פאר מיר.. :lol:

אוודאי איז עס פאר דיר, מ'לעב מיר דאך דא אין עולם הדמיונות.......

קענעך זיך שטעלן אין די ליניע פאר א דעסקריפציע?

נעע.. ווער קען דען קאמפיטן מיט עומד'ל..

גיימיר פרובירן צומאכן עפעס
(--ווערטערלאז--)

נארמאליזעם האט געשריבן:
בעסער אזוי האט געשריבן:אוי וויי.. אקעי איך זע ס'איז נישט פאר מיר.. :lol:

זייער פאר דיר
נאר יעדער דארף ארויסנעמען די פארקערטע זאך וואס די שרייבסט

:lol:
(--ווערטערלאז--)
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:- מיסטעריעז -

פלאכע ביבער הוט; אנע ברילן; ברוינע בארד - לאנג 3-4 אינטשעס; דורכשניטליכע ברייט און הייך; אפענע רעקל; קיינע וועסטל; הוט אנגעלאנט אויפ'ן רוקן בעת ס'קאפל שטעקט זיך ארויס פון פארנט באדעקנדיג א האלבע (הויכע) שטערן; ביים מאכן די פאות נאכ'ן מקוה דרייט ער עס ארויף ווי "סקווירא פאות" און ער לאזט עס אזוי ביז נאכ'ן אנטון דעם טלית, געווענליך וועט ער אבער אראפלאזן די לינקע פאה עטליכע מינוט פריער; מ'וועט אים געווענליך נישט זען קופקענען, ווארום ער האלט מיט די שמועס זאגאר שטייענדיג ביים אנדערן עק ביהמ"ד. אפטמאל וועט ער אבער צוקומען זאגן זיין גוטס (קייענדיג דעם לעצטן שטיקל פאום פון זיין קאווע גלעזל) און וואקן ווייטער.

המשך (אויף אנדערע ניקס) יבא אי"ה...

קלאצי, דו גיבסט נאך אזאנע אנאליזן?

עסקינג פאר מייסעלף.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

כתוב וחתום האט געשריבן:
קלאצי, דו גיבסט נאך אזאנע אנאליזן?

עסקינג פאר מייסעלף.

געווענליך זעץ איך מיך נישט פאנטאזירן, איך שרייב ווען ס'האט זיך אויפגעבויט א פראופייל. געב עס אפאר וואכן...

עניוועי, @עומד מאכט א רייכערע דזשאב ווי איך, שטעל דיך אין זיין ליין.
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:

דאך וואלט איך הנאה געהאט פון דיין פרעספעקטיוו, מיט @עומד איז מיך דערווייל נישט אויסגעקומען אויסצוטוישן קיין ווארט, אז דו דארפסט וואכן, דארף ער חדשים.

עניוועי, טעיק יאר טיים.
לעצט פארראכטן דורך כתוב וחתום אום דאנערשטאג מאי 13, 2021 3:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

בעסער אזוי האט געשריבן:
עומד מן הצד האט געשריבן:
בעסער אזוי האט געשריבן:אוי וויי.. אקעי איך זע ס'איז נישט פאר מיר.. :lol:

אוודאי איז עס פאר דיר, מ'לעב מיר דאך דא אין עולם הדמיונות.......

קענעך זיך שטעלן אין די ליניע פאר א דעסקריפציע?

נעע.. ווער קען דען קאמפיטן מיט עומד'ל..

גיימיר פרובירן צומאכן עפעס

יישר כח,

מיר ווארטן מיט שפאנונג!
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

עומד מן הצד האט געשריבן:יישר כח,

מיר ווארטן מיט שפאנונג!

שוין.. דו ביזסט אונז אזוי פיל משמח, העל איך עס טון פאר דיר

עומד'ל האט געלאנדעט אין א שטוב ווי חאניאקישקייט און פרומקייט דאמינירט דעם אויבנאן, שבת ביי די סעודה האט די טאטע מקפיד געווען אז פיש זאפט זאל זיין די איינציגסטע געטינקעכטס, און אז א גאפל ביי די פיש זאל זיין בל יראה ובל ימצא, ביי זיי האט מען נישט אזוי מקפיד געווען אז די זאקן זאל געטוישט ווערן יעדע וואך נאר ליבערשט איינמאל א חודש, געלע גלעזער (פון אלטקייט) איז געווען א לכתחילה ביי זיי, אפגערעדט אז די שערער זייערע האט געהאט גאר א גרינגע ארבעט ווארום איין פאר דורך מיטן שער מאשין האט געמאכט דעם ארבעט, פון גיין צו פלעיס איז קיין רעדע נישט געווען, וועט עטץ זיכער מיינען אז זיין טאטע האט זיך געמוטשעט מיט פרנסה? גראדע איז ער געווען איינגעשטעלט אין א גרויסע קאמפעני ווי ער האט פארדינט זייער שיין אבער אינדערהיים האט זיך עס נישט אנגעזעהן

די ערשטע פאר קינדער זענען שיין מיטגעגאנגען דערמיט, פשוט ווייל ביי די מן הצד פאמיליע איז אלעס געגאנגען מיט א אויסערגעווענליכע שמחה און ליבשאפט וואס דאס איז דער שליסל צו סוקסעס אין א אידישע שטוב

אלעס איז אנגעגאנגען ביז עומד'ל איז אינטערגעוואקסן, זיין מאמע זייענדיג א קלוגע פרוי האט גלייך באמערקט אז עומד'ל איז אנדרעש, זייענדיג גאר יונג האט ער זיך שוין געשעמט צו גיין מיט דעם באמבאסטישן קאפל, ווערנדיג אביסל עלטער האט ער געבעטן אז מזאל אים אביסל קערצער מאכן די פיאות אז ס'זאל זיך נישט אריינשטעקן אין זיין בוזעם טאש

אין חדר האט עומד'ל אפטמאל געליטן רדיפות פון זיינע חבירים צוליב זיין פרומען אויסזעהן, אבער היות ער האט באקומען אזויפיל ליבשאפט און סעפארט אינדערהיים האט עס איהם נישט צופיל געשאדט

עומד'ל איז אריין אין ישיבה קטנה, דארט האבן זיינע חבירים אנגעהויבן איינזעהן אז מען רעדט דא פון סחורה ער אנגעהויבן געניסן פון מער רעספעקט, עומד'ל האט אנגעהאלטן דעם פרומען לבוש אבער מיט מער א אפדעיטעד ווערזשן

שפעטער אין ישיבה גדולה האט ער אנגעהויבן עפעס אויפכאפן וועגן רעפאבליקאנער און דעמאקראטן, ער איז נישט געווען זיכער צו דאס זענען קאר קאמפעניס אדער גאר א מין עסן וואס מען עסט נישט אין די ניין טעג, למעשה האט ער שנעל אויפגעכאפט דעם קאנצעפט און ער האט אנגעהויבן ליינען די צייטונג אין דארמיטארי ווי ער איז געוואויר געווארן חידושים נפלאים וואס ער האט קיינמאל נישט געוויסט פארדעם א שטייגער ווי: אז די ווייסע הויז איז נישט אין מאנהעטן נאר אין וואשינגטאן די סי, און ווי אויך אז רוסלאנד שטייט נאך היינט צוטאגס

עומד'ל האט פיין חתונה געהאט ב"ה, נישט לאנג נאכדעם האט אים איינער געזאגט וועגן איי וועלט, שטייצעך אז אנפאנג האט ער נישט געוואלט הערן דערפון זייענדיג זיכער אז סהאט עפעס צוטון מיט איי פאון, למעשה האט ער געכאפט די חילוק און די רעסט איז היסטארי

למעשה היינט צוטאגס איז עומד'ל פיין אויפגעקלערט ברוך השם שטייצעך נאר אויף כשר'ן פארנעם, נישט איינמאל באקומט ער א פאון קאל פון איינער פון זיין פארפרימטע ברידערס וועלנדיג וויסן וויפיל אזייגער עמעזאן שפארט יעדן טאג און צו מאנהעטן איז אפן שבת

אויסזען: לאנגע פיאות מיט א ריזיגע שיעור, אויסגעפליקטע בארד, גארטל מיט א אפענע רעקל, ער איז נישט ממש מקפיד אז זיין ציצית זאל זיין שיין ווייס

נעם עס פערזענליך, וואוילע פאנטאזיעס
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4563
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע: מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

בעסער אזוי האט געשריבן:

נו.. אז דו קענסט יא...

וואסיז מיט מיר?

:lol: :lol: :lol: :lol:

זייער קלאר צולייגט, באגלייט מיט אזעלכע זיסע לשונות, נאדיר עטליכע: ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

יעצט לאמיר צונעמען דעם דעסקריפציע אויף שטיקלעך:

יא איך קום פון גאר אן ערליכער שטוב, אבער דירעקט נישט פרום, כ'וואלט געזאגט, פונקט אינדערמיט,

יאפ, די חינוך ביי מיינע עלטערן, איז געווען מיט א געוואלדיגע ליבשאפט, וואס מ'זעהט זעלטן,

אמת, און די פריע חדר יאר'ן האבעך געליטן געוויסע רדיפות און שוועריקייטן, וואס נאר אדאנק מיינע געטרייע ווארעמע עלטערן, האבעך עס גרינג דורכגעשוויצט

און טאקע ווייל די חינוך איז צוגעגאנגען אויף א געוואלדיגע געזונטע מהלך, האבעך קיינמאל נישט געזוכט אוועקצוגיין דערפון, נאר פארקערט, כ'האב אלץ פרובירט צו פייטן, די וואס האבן זיך באפיצט וכדו',

לגבי די חלק האפאליטיק פון וואס די רעדסט, האבעך מיט יעדעס ווארט זיך געטראפן :lol: :lol: :lol: , כ'קען נישט מער ווי צושטימען צו יעדעס ווארט, אזוי איז טאקע געווען,

אייוועלט האבעך שוין געקוקט ביי מיין טאטע'ן אין אפיס נאך אלץ בחור, אבער קיינמאל נישט געהאט די קוראדזש צו עפענען א ניק, ביז עטליכע יאר נאך מיין חתונה,

כלפי די אויסזעהן, האסטו מיט איין זאך צוגעטראפן, אז די ציצית איז מיר טאקע כמעט קיינמאל נישט שיין ווייס, און כ'האב שוין לאנג אויפגעגעבן צו פרובירן אפי',

כ'וואלט געזאגט, די באקומסט א 70% מארק,

יישר כח וכה לחי!
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

:lol: :lol: :lol:

איך וועל דיר אינטערליינען די פאנטש מארקס וואס האבן מיר אויפגעשאסן...

בעסער אזוי האט געשריבן:די ערשטע פאר קינדער זענען שיין מיטגעגאנגען דערמיט, פשוט ווייל ביי די מן הצד פאמיליע איז אלעס געגאנגען מיט א אויסערגעווענליכע שמחה און ליבשאפט וואס דאס איז דער שליסל צו סוקסעס אין א אידישע שטוב

אלעס איז אנגעגאנגען ביז עומד'ל איז אינטערגעוואקסן, זיין מאמע זייענדיג א קלוגע פרוי האט גלייך באמערקט אז עומד'ל איז אנדרעש, זייענדיג גאר יונג האט ער זיך שוין געשעמט צו גיין מיט דעם באמבאסטישן קאפל, ווערנדיג אביסל עלטער האט ער געבעטן אז מזאל אים אביסל קערצער מאכן די פיאות אז ס'זאל זיך נישט אריינשטעקן אין זיין בוזעם טאש

אין חדר האט עומד'ל אפטמאל געליטן רדיפות פון זיינע חבירים צוליב זיין פרומען אויסזעהן, אבער היות ער האט באקומען אזויפיל ליבשאפט און סעפארט אינדערהיים האט עס איהם נישט צופיל געשאדט

עומד'ל איז אריין אין ישיבה קטנה, דארט האבן זיינע חבירים אנגעהויבן איינזעהן אז מען רעדט דא פון סחורה ער אנגעהויבן געניסן פון מער רעספעקט, עומד'ל האט אנגעהאלטן דעם פרומען לבוש אבער מיט מער א אפדעיטעד ווערזשן

שפעטער אין ישיבה גדולה האט ער אנגעהויבן עפעס אויפכאפן וועגן רעפאבליקאנער און דעמאקראטן, ער איז נישט געווען זיכער צו דאס זענען קאר קאמפעניס אדער גאר א מין עסן וואס מען עסט נישט אין די ניין טעג, למעשה האט ער שנעל אויפגעכאפט דעם קאנצעפט און ער האט אנגעהויבן ליינען די צייטונג אין דארמיטארי ווי ער איז געוואויר געווארן חידושים נפלאים וואס ער האט קיינמאל נישט געוויסט פארדעם א שטייגער ווי: אז די ווייסע הויז איז נישט אין מאנהעטן נאר אין וואשינגטאן די סי, און ווי אויך אז רוסלאנד שטייט נאך היינט צוטאגס

עומד'ל האט פיין חתונה געהאט ב"ה, נישט לאנג נאכדעם האט אים איינער געזאגט וועגן איי וועלט, שטייצעך אז אנפאנג האט ער נישט געוואלט הערן דערפון זייענדיג זיכער אז סהאט עפעס צוטון מיט איי פאון, למעשה האט ער געכאפט די חילוק און די רעסט איז היסטארי

למעשה היינט צוטאגס איז עומד'ל פיין אויפגעקלערט ברוך השם שטייצעך נאר אויף כשר'ן פארנעם, נישט איינמאל באקומט ער א פאון קאל פון איינער פון זיין פארפרימטע ברידערס וועלנדיג וויסן וויפיל אזייגער עמעזאן שפארט יעדן טאג און צו מאנהעטן איז אפן שבת

אויסזען: לאנגע פיאות מיט א ריזיגע שיעור, אויסגעפליקטע בארד, גארטל מיט א אפענע רעקל, ער איז נישט ממש מקפיד אז זיין ציצית זאל זיין שיין ווייס

נעם עס פערזענליך, וואוילע פאנטאזיעס

:lol: :lol: :lol:
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

חבקוק, אונז האמיר דעם זעלבן טעיסט, גם אני פלצתי שם.
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

פלוץ פלצתי ואני יודע מה היא...
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

א דאנק פאר די קאמפלימענטן!
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

חבקוק האט געשריבן::
:lol: :lol: :lol:

יישר כח פארן איבערברענגען און אונטערשרטרייכען אזוי האב איך נאכמעל געלאכט.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

בעסי! יו מעיד מיי wיק!
אוועטאר
תלמי המלך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 23, 2021 10:21 am
לאקאציע: עגיפטן

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תלמי המלך »

.
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

בעסער אזוי האט געשריבן:
עומד מן הצד האט געשריבן:יישר כח,

מיר ווארטן מיט שפאנונג!

שוין.. דו ביזסט אונז אזוי פיל משמח, העל איך עס טון פאר דיר

עומד'ל האט געלאנדעט אין א שטוב ווי חאניאקישקייט און פרומקייט דאמינירט דעם אויבנאן, שבת ביי די סעודה האט די טאטע מקפיד געווען אז פיש זאפט זאל זיין די איינציגסטע געטינקעכטס, און אז א גאפל ביי די פיש זאל זיין בל יראה ובל ימצא, ביי זיי האט מען נישט אזוי מקפיד געווען אז די זאקן זאל געטוישט ווערן יעדע וואך נאר ליבערשט איינמאל א חודש, געלע גלעזער (פון אלטקייט) איז געווען א לכתחילה ביי זיי, אפגערעדט אז די שערער זייערע האט געהאט גאר א גרינגע ארבעט ווארום איין פאר דורך מיטן שער מאשין האט געמאכט דעם ארבעט, פון גיין צו פלעיס איז קיין רעדע נישט געווען, וועט עטץ זיכער מיינען אז זיין טאטע האט זיך געמוטשעט מיט פרנסה? גראדע איז ער געווען איינגעשטעלט אין א גרויסע קאמפעני ווי ער האט פארדינט זייער שיין אבער אינדערהיים האט זיך עס נישט אנגעזעהן

די ערשטע פאר קינדער זענען שיין מיטגעגאנגען דערמיט, פשוט ווייל ביי די מן הצד פאמיליע איז אלעס געגאנגען מיט א אויסערגעווענליכע שמחה און ליבשאפט וואס דאס איז דער שליסל צו סוקסעס אין א אידישע שטוב

אלעס איז אנגעגאנגען ביז עומד'ל איז אינטערגעוואקסן, זיין מאמע זייענדיג א קלוגע פרוי האט גלייך באמערקט אז עומד'ל איז אנדרעש, זייענדיג גאר יונג האט ער זיך שוין געשעמט צו גיין מיט דעם באמבאסטישן קאפל, ווערנדיג אביסל עלטער האט ער געבעטן אז מזאל אים אביסל קערצער מאכן די פיאות אז ס'זאל זיך נישט אריינשטעקן אין זיין בוזעם טאש

אין חדר האט עומד'ל אפטמאל געליטן רדיפות פון זיינע חבירים צוליב זיין פרומען אויסזעהן, אבער היות ער האט באקומען אזויפיל ליבשאפט און סעפארט אינדערהיים האט עס איהם נישט צופיל געשאדט

עומד'ל איז אריין אין ישיבה קטנה, דארט האבן זיינע חבירים אנגעהויבן איינזעהן אז מען רעדט דא פון סחורה ער אנגעהויבן געניסן פון מער רעספעקט, עומד'ל האט אנגעהאלטן דעם פרומען לבוש אבער מיט מער א אפדעיטעד ווערזשן

שפעטער אין ישיבה גדולה האט ער אנגעהויבן עפעס אויפכאפן וועגן רעפאבליקאנער און דעמאקראטן, ער איז נישט געווען זיכער צו דאס זענען קאר קאמפעניס אדער גאר א מין עסן :lol: וואס מען עסט נישט אין די ניין טעג, למעשה האט ער שנעל אויפגעכאפט דעם קאנצעפט און ער האט אנגעהויבן ליינען די צייטונג אין דארמיטארי ווי ער איז געוואויר געווארן חידושים נפלאים וואס ער האט קיינמאל נישט געוויסט פארדעם א שטייגער ווי: אז די ווייסע הויז איז נישט אין מאנהעטן נאר אין וואשינגטאן די סי :lol: , און ווי אויך אז רוסלאנד שטייט נאך היינט צוטאגס :lol:

עומד'ל האט פיין חתונה געהאט ב"ה, נישט לאנג נאכדעם האט אים איינער געזאגט וועגן איי וועלט, שטייצעך אז אנפאנג האט ער נישט געוואלט הערן דערפון זייענדיג זיכער אז סהאט עפעס צוטון מיט איי פאון, למעשה האט ער געכאפט די חילוק און די רעסט איז היסטארי

למעשה היינט צוטאגס איז עומד'ל פיין אויפגעקלערט ברוך השם שטייצעך נאר אויף כשר'ן פארנעם, נישט איינמאל באקומט ער א פאון קאל פון איינער פון זיין פארפרימטע ברידערס וועלנדיג וויסן וויפיל אזייגער עמעזאן שפארט יעדן טאג :lol: און צו מאנהעטן איז אפן שבת

אויסזען: לאנגע פיאות מיט א ריזיגע שיעור, אויסגעפליקטע בארד, גארטל מיט א אפענע רעקל, ער איז נישט ממש מקפיד אז זיין ציצית זאל זיין שיין ווייס

נעם עס פערזענליך, וואוילע פאנטאזיעס :lol:
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

כתוב וחתום האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
כתוב וחתום האט געשריבן:
קלאצי, דו גיבסט נאך אזאנע אנאליזן?

עסקינג פאר מייסעלף.

געווענליך זעץ איך מיך נישט פאנטאזירן, איך שרייב ווען ס'האט זיך אויפגעבויט א פראופייל. געב עס אפאר וואכן...

עניוועי, @עומד מאכט א רייכערע דזשאב ווי איך, שטעל דיך אין זיין ליין.

דאך וואלט איך הנאה געהאט פון דיין פרעספעקטיוו, מיט @עומד איז מיך דערווייל נישט אויסגעקומען אויסצוטוישן קיין ווארט, אז דו דארפסט וואכן, דארף ער חדשים.

עניוועי, טעיק יאר טיים.

וואס הייסט נישט געטוישט קיין ווארט?

זעצט אייך אוועק, לאמיר געהעריג שמועסן, וואסי נייעס?

(איינוועגס וועט עס מיר שוין העלפן פאר'ן דעסקריפציע אויך)
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

עומד מן הצד האט געשריבן:
כתוב וחתום האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
כתוב וחתום האט געשריבן:
קלאצי, דו גיבסט נאך אזאנע אנאליזן?

עסקינג פאר מייסעלף.

געווענליך זעץ איך מיך נישט פאנטאזירן, איך שרייב ווען ס'האט זיך אויפגעבויט א פראופייל. געב עס אפאר וואכן...

עניוועי, @עומד מאכט א רייכערע דזשאב ווי איך, שטעל דיך אין זיין ליין.

דאך וואלט איך הנאה געהאט פון דיין פרעספעקטיוו, מיט @עומד איז מיך דערווייל נישט אויסגעקומען אויסצוטוישן קיין ווארט, אז דו דארפסט וואכן, דארף ער חדשים.

עניוועי, טעיק יאר טיים.

וואס הייסט נישט געטוישט קיין ווארט?

זעצט אייך אוועק, לאמיר געהעריג שמועסן, וואסי נייעס?

(איינוועגס וועט עס מיר שוין העלפן פאר'ן דעסקריפציע אויך)

אקעי, וואו וויסטע אנהייבן, דא אדער דא?

וואס זאגט אזא ענטפער אויף מיר? כאניש קאנאנונג...
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:ווארנונג! נישט שרייבן קיין פאקטן מיט וועלכע איר זענט באקאנט, ווייל דאס גרעניצט זיך מיט גילוי. דער אשכול איז געווידמעט בלויז פאר דמיונות!

וואס טוהט מען אויב די מציאות איז למעלה מכל דמיון??
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

עימיצער מיט א דעסקריפציע?
אוועטאר
ניין דו
שר האלף
תגובות: 1440
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 3:51 pm

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין דו »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:עימיצער מיט א דעסקריפציע?

גא"מ
ערשינען!!! די סוכות שרייבער אויסגאבע איז שוין ארויס לאור עולם.
זייטס אייך מהנה, און זייטס מהנה אייערע חברים וידידים.

שרייבער אלול-סליחות שרייבער ראש השנה - יום כיפור שרייבער סוכות + ביילאגע
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:עימיצער מיט א דעסקריפציע?

נידריג און עטוואס פעש מיט א הויקער, שווארץ ברוין פיאות די בארד איז אינגאנצן שווארץ.
אפענע רעקל עטוואס צופראסקעט און נאכגעלאזט הוט נישט 100% גראד, נישט די גרויסע מויל מאכער אין ריעל לייוו, פארגינט נישט קיין איבעריגע שמייכל.

הוילע פאנטאזיעס גארנישט פערזענליך..
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

עימיצער מיט א דעסקריפציע?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”