ה' נתן וה' לקח יהי שם ה' מבורך

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

גערעכט. די שאלה איז אויך לגבי כתובה אדער גט ח"ו... דערפאר האט דער היגער בי"ד ארויסגעגעבן א צייטווייליגער פסק אז קיינער זאל נישט רופן די קינדער אויף דעם נאמען, ביז סאכדעס וועט באשליסן וויאזוי ער האלט דיר ביים אנרופן.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

אוי וויי געוואלד און געשריען, קרעמער קרעמער, וואזשע האסטו געטאן, וואס האסטו געטאן, האסטאך עובר געווען בשאט נפש אויפן "אל תפתח פה לשטן",
איך האב דאך בכוונה דאס אויסגעמיטן,
איך וועל מיך אבער אנשטרענגען צו פארענטפערן דיינע דיבורים קדושים, כתובה מיינט מען פשוט, די כתובה וואס מ'גייט יעצט שרייבן מיט הייליגן בורא כל עולמים דער ממ"ה דער חתן, דעם שבועות הבעל"ט.
און גט איז א לשון פון שטר אזוי ווי גט שחרור, האסטו שוין טאקע יא גוט געזאגט, אויב למשל מיין בעה"ב מאכט אפ מיך צו באפרייען, און ער וויל מיר געבן א גט שחרור, איז וויאזוי שרייבט מען דאן,
דער תירוץ איז, בני היכלא, דמכונה בנייכאלע, דמכונה כאלי, דמכונה כלי, וואטס ראנג עבאוט איט.
לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 5:11 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

גערעכט. סארי.

אגב, ביי אונז אין רוסלאנד פלעגט מען זאגן "אל תפתח שה לפוטין"
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

גוט ווארט קרעמער
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

בני היכלא, יא 'כאלי' דאס איז דיין כינוי. אלזא ווען כ'שרייב כאלי, מיין איך דיר.

איצט לגופו של ענין, האט דאך שוין יאכער זויוואהל מסביר געווען און פארענפערט אלעס בטוטעו"ד.

אלץ ווייסער, כאב עס נישט געשטעלט אין די שלשת ימי הגבלה, קוק איבער ס'דעיט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

סאכדעס, זייער גוט אז דו זאגסט מיר דאס.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

באלד וועט ווערן פון כאלי / מיכאל, און פון דארט גבריאל, דערנאך איז עס שוין גאר א קורצע שפאן פון ג'ברא, און איך וויל נישט טראכטן ווייטער.

בני-היכלא;

דו לאזסט זיך צו שטארק פון דעם סאכדעס'ל, מען דארף אים אביסל צייגן אז נישט אלץ האט ער דעם לעצטן ווארט.

בני-היכלא איז בני-היכלא!
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

קרעמער דו קאסט מיר א לאך, דיין שלשלת איז געלונגען,
דוד המלך זאגט אין תהלים בהמות הייתי עמך, די דרך פון ערליכע אידן איז ווי מער צו זיין א שמאטע, ונפשי כעפר לכל תהיה, ווי מער זיך לאזן טרעטן כאסקופה הנדרסת, ווי ס'שטייט קבל וקיים, שייף עייל ושייף נפיק, די השפעה פון דעם מהלך איז זייער ווייטגרייכענד, שטערקער פון די גרעסטע קאנאנען, אין אדם שומע לי מפסיד.
ואני כחירש לא אשמע טייטשן צדיקים דעמאלטס וועט יענער זיין וכאילם לא יפתח פיו,

ובני היכלא לשיטתיה דקרעמער קאמר, לדידי אין כאן לא סליחה לא מחילה לא כפרה לא נידוי לא שמתא לא רוגזא לא עינין בישין לא כלום, אבל לדידך אודי לי מיהת וכו', וק"ל ודי דו"ק וכו'
לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 5:11 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דאס זענען די מראי מקומות צום קרעפ'ל פשעטל דיינעם? שיין שיין.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

בני היכלא, נאכדעם וואס סאכדעס האט דיר שוין געטוישט נאמען, זאלסטו דאס מקבל זיין באהבה, און זאגן דעם פסוק וואס שטייט אינעם קעפל פונעם אשכול.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

אקעי איך הער, איך גיי שוין זאגן.
בני היכלא נתן, וסאכדעס לקח יהי שם החדש מבורך.
לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 5:11 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

בני-היכלא;

די דאזיגע תגובה איז אן ערלויבעניש פאר דיר (אריינגערעכנט: דיין ניק, דיין פערזאן, וכל אשר לך) ארויסצוקריכן פון אט דעם אשכול, און א בליק טאן, וכל שכן צושרייבן צו אנדערע דערנעבנדיגע אשכולות אין דעם היימישן קרעטשמע פארום, אזוי אויך אין דערנעבנדיגע פורומים.

ונאמר: אקעי.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

קרעמער,
פה אשב כי אויתיה,
די גמרא זאגט אז מ'איז מחויב זיך דערמאנען יום המיתה, דער אשכול דערמאנט עס זייער גוט, אלזא שמעקט מיר נישט אוועקצוגיין.
לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 5:11 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

קענסט גיין וואנען אין בית החיים דארט וועסטו נישט פארגעסן דעם יום המיתה !!
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

אבער דארט קען מען נישט וואוינען, דערט קען מען מקיים זיין די יום המיתה אליינס.

קרעמער, וואס זאל איך טאן, לאזן איך הער מיט א אפן מויל, אמער, ער רעדט דאך צו מיר, ניין?, איז דאס אפשר איינע פון די מנהגים דא נישט צו ענטפערן, וצע"ג.
לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 5:10 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך-הער וואס דו זאגסט, לאמיר ווארטן אויפן בעל דברים אליין, כ'גלייב אז כמנהגו וועט ער נישט שולדיג בלייבן קיין ענטפער.

דערווייל וויל איך אויסנוצן די געלעגנהייט דיר איבערצובעטן אויפן חושד זיין אז דו האסט זיך משתקע געווען אין דעם דאזיגן אשכול לאזנדיג אלע אנדערע אשכולות אומבארירט, ווייל באלד נאכן ארויסטרעטן פון דעם אשכול בעת ההיא, האב איך טאקע באמערקט א צווייטע אשכול וואס האט זיך פארענדיגט מיטן בני-היכלא ניגון.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

בפרט נאכ'ן טעיפ 'בני היכלא' וואס פיל ניגונים הערט מען פונ'ם.

איז אזוי, כאנעכטן געזעהן די שאלה פון כאלי'ן דא אינ'ם אשכול, כ'בין נישט געווען ביי מיר אין אפיס, נאר ביי א צווייטן, ביניך געווען זעהר נייגעריג צו זעהן וואס קרעמער יר"ה וועט ענפערן, דערווייל זעה איך אז אנשטאט ענפערן האט ער זיך ארויסגעדרייעט.

איצט לענין כאלי פרעגט א הארבע שאלע: אמער, וואס איז די משיגאס פון נישט ענפערן א מענטשן א שאלה וואס ער האט געפרעגט<??? און ער האט צוגעשטעלט א וצע"ג, און כ'אלט אז דוקא אין די דאזיגע פיר בוכשטאבן, מיט די גענזפיסלעך. אין דעם ליגט די גאנצע זאך טיף אריינגשטעלט. איא כאלי?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

קרעמער ווער איז דער בעל דברים?,
און אגב מחול לך, הלואי נהיה מחושדים בו ואין בו, (כברכת חז"ל),
קרעמער, להסביר לך הענין היטב, למה ועל מה קשה עלי דבריא, אפרש לך דבריי,
ווי באקאנט, איז דער זמן פון בני היכלא, דכסיפין, א צייט פון רעוא דרעוא ס'איז דא דעמאלטס מורא'דיגע רצונות,
איר וועט זיך מתבונן זיין אין די דברים הקדושים ונוראים פונ'ם אר"י הקדוש, די גאנצע פיוט און זמר דרייט זיך ארום דברים שבלב ושבמח,
אנגעהויבן פון בני היכלא דכסיפין, מ'גלוסט אין הארץ צו זען זין דזעיר אנפין,
דערנאך, זיצט מען ביים טיש פונ'ם קעניג אין א דערהויבענע שטימונג,
ווייטער זאגט מען, צבו לחדא, ווילטס!!, האב רצון בלב,
ווייטער זאגט ער, חדו השתא פיל אן דיין הארץ מיט פרייד אין די געוואלדיגע זמן, דבי' רעוא דרעוין ולית זעפין, (דא איז פארטייטשן שוין איבריג),
ווייטער, קריבו לי חזו חילי, זעטס מיט די עיני השכל, אזוי ווייטער ביזן ענדע,

די נקודת הדברים איז, אז בשעת'ן בני היכלא, איז די זמן אזוי גרויס אז ס'שווער זיך מצמצם צו זיין אינ'ם עולם הדיבור, ווי די מקובלים זאגן אז די ז' מדות שיינט אזוי ווי די חב"ד, די יציאת הנפש פונ'ם נשמה יתירה וואס געשעט בשעת זמן בני היכלא, דעמאלטס ווען די נפש איז יוצא כמשחא בניתא מחלבא, גייט ארויס א קול גדול, וואס דער נשמה איז צועק מסוף העולם ועד סופו,
האט איר שוין אמאל געהערט די צעקה נוראה?, די תירוץ איז מ'קען דאס נישט הערן מיט קיין אזני בשר, דאס איז א צעקת הנפש פנימי וואס אנשים שכליים קענען זוכה זיין דערצו.

ס'האט מיר פארציילט א איש נאמן, וואס ער האט עס געהערט פון איינעם וואס איז דארט געווען בשעת מעשה, אז דער הוסיאטינער רבי ז"ל, וואס איז געווען א איש קדוש, האט מען אים אמאל געזען בשעת רעוא דרעוין זיצן פארגלייזט, מיט'ן קאפ פארווארפן, די פנים האט אים געברענט ווי א פייער, און פון זיינע אויגן זענען געפלאסן טרערן אן אויפהער, וואונדערענדיג זיך אויף די מחזה האט אים איינע פון די נאנטע משמשים געפרעגט, רבי, מה כל הרעש הזה?, האט ער אים געענטפערט, כהאי לישנא (לאו דוקא כהאי), אז בשעת די נשמה יתירה קומט אריין אינ'ם מענטש ערב שבת קודש, ביי ופרוס עלינו סוכת שלומך, זאגט דער נשמה פון די ששת ימי המעשה פאר איר, דעי בתי את אשר ל�פ�נ�י�ך, קוק זיך אום אויפן מצב פון מיין בעל נפש, זע עפעס צו מאכן פון אים א לייט, שלא נהדר ריקם מן קדמך, ווען ס'קומט אבער יציאת השבת און די נשמה יתירה פארלאזט אים, ארויפגייענדיג באגעגנט זי די נשמה פון א גאנצע וואך וואס קומט צוריק אריין, און די נשמות ביידע זעענדיג, אז ס'איז נעבעך גארנישט געווארן פונ'ם אידעלע, און ער איז נאך אין זעלבען שפל המצב, טוט זיך דארט אפ אזאנע שרעקליכע יללות און בכיות עד לב השמים וואס איז קורעת לב, ואם אבן היא נימוח, און די צעקות גייט ארום מסוף העולם ועד סופו, האט דער הוסיאטענער געענדיגט, צו אט די יללות האט ער זיך אצינד איינגעהערט, און פארדעם האט ער אזוי מיטגעוויינט, בצרתן של ישראל, קלני מראשי וויינט די שכינה,

סאכדעס, מיין הערה וועגן די מנהגים דא האב איך געמיינט א קאנווערסאציע וואס איך האב געהאט לעצטענס מיט קרעמער איבער מנהגי הקרעטשמע, און ס'איז געזאגט געווארן מער בדרך האלי[פ]צע, ועל הא קאימנא, איז במילא לאמיר בלייבן אינדרויסן פון די בירגער קריג וואס האט זיך צופלאקערט, (איך זאג נישט וועלכע בירגער און איך זאג נישט וואו ס'פלארקערט, און איך זאגט נישט וואס דאס הייסט קריג, איר וועט זאגן אז דאס איז א סימן אז די מעשה איז אויסגעזויגן פון פינגער ארויס, דאס וויל איך טאקע איר זאלט זאגן)
לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 5:10 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

לאמיר טאקע אלע אינאיינעם אויסשרייען בקול רעש גדול אדיר וחזק וואס זאל געהערט ווערן מסוף העולם ועד סופו פון די ז' רקיעין ביזן עומקא דתהום רבא: בני-היכלא, דו ביסט גוט!!! אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן דיר דא צווישן אונזערע פיר ווענט, לאמיר האפן אויף ווייטערדיגע ארטיקלן פון דיין תורה'דיגע וויסנשאפטליכע פענע !
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

כ'ווייס נאכנישט פונקטליך, צו מ'ערווארט עפעס פון מיר דא, עלעך דערווייל שטיין אין א זייט און צו קוקן, און זען וואס ס'וועט זיך אויסקאכן, און באטראכטן, צו מ'מיינט מיך אדער יא.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

אזא הערליך אנטווארט, ממש די פינגער זיך צו באלעקן.

כאלי, יו אר דע מען.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

איך הער, האסט שוין פארפאסט, ס'האט שוין לאנג אפגעקאכט, ער "סאכי" האט שוין גענומען א פארציע און ער האט זיך שוין אפילו די פינגער באלעקט,
לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 5:10 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

כאלי, סיי פאר דא, און סיי וואס דו שרייבסט ביי זארעכ'ן, דיין וועג פון שרייבן, איז אנבעליבעוועל.

אגב, כ'ווער גערופן סאכדעס, אבער אויב ווילסטו שטארק קענסטו מיר רופן: סאכי, סישוין געווען עמעץ וואס האט מיך אזוי גערופן.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

דא איז א מקור לדברי, בכלל איז עס א זיסער אשכול.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

בני היכלא;
כ'קען נישט צו זיך קומען פון דיינע געוואלדיגע ידיעות און דיין רייכע שפראך!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”