ה' נתן וה' לקח יהי שם ה' מבורך

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

ה' נתן וה' לקח יהי שם ה' מבורך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

דאס זענען די שטילע שטימעס וואס הערט זיך פון אונזערע געטרייע חברה קדישא לייט בשעת'ן אראפלאזן די מטה אינעם נארוואס פריש אויסגעגראבענעם דונקעלען גרוב, וואס מ'האט אקאורשט אויסגעליידיגט אינ'ם בעס-אוילעם דקהל היימישע קרעטשמע, וואס ווערט אנגעפירט דורך די געניטע פירערשאפט פון אונזער אלטער דאיען ערעב זארעכ יר"ה.

ראבויסיי די ווערטער זענען פארשלאסן אינ'ם מויל, עס זענען נישט פארהאנען די גייסטישע שטארקייט דאס צו עפענען, דער גאנצער ציבער איז איינגעהילט אין א טיפען טרויער, עס איז פארנעפלט אלעמענ'ס אויגן, די הערצער זענען שוידערליך פארווייטאגט, דער גאנצער דארף מיט אלע אירע איינוואוינער זענען ווי אונטער איין גרויסע שווארצע דעקע.

ווער האט דען אמאל געזעהן דעם דאיען וויינען און וויינען אן אויפהער??? עס איז אן אויסטערלישע סיטואציע, עס איז נאך אזא פארלוסט נישט געווען, זינט די קרעטשמע'ס אויפבוי, אונזערע תושבים האבן אין די פארלאפענע יארן קיינמאל נאכנישט געזעהן דא אין דערפל אזא ווייטאגליכע סצענע.

אוי אין לנו תמורתו.... דאס איז דער סלאגען וואס הערט זיך פון אלע מיילער, וואו אימער מ'זאל זיך נאר נישט דרייען. מ'רעדט נישט דא פון קיין מענטשליך לעבעדיק פלייש, אויב דען יא, וואלט דער ווייטאג נישט געווען אזוי אומאויפהערליך שווער, יעדער שטארבט אמאל... אבער די רעדע דא איז פון גאר עפעס העכער'ס, מ'רעדט מיר דא פון דאטא כליפ כליפ כליפ, אוי ווער עס ווייסט ווער דאס איז געווען, וואס ער איז געווען, וואס ער האט אלס אין זיך ערהאלטן.

אין אומרים בפניו של מת אלא דבריו של מת. יעדער וייסט דאך אז דער דאטא איז געווען אן אייניקל פון הגה"מ מו"ר ערעב יאהו זעכרוינע ליברוחע זאל זיך מיען. ס'ערשטע אימעיל פונ'ם דאעין זאל זיין געזונט, נעבעך געליגן פיר חדשים אומבאוואוסטלאז אינ'ם הויפטקווארטיר פון ס'יאהו חסידות, און ער האט אויסגעהויעכט ס'נשמה.................................

די אינפארמאציע וואס ער האט מיטגענומען אין קבר, איז דאך נישט צום באקומען, קיינער וועט שוין קיינמאל נישט וויסן וואס אלץ ער האט פארמאגט, ס'איז דאך ממש נישט מעגליך, מ'ררעדט דאך דא פון אנויצער צו אזויפיל יאר.

זאל גאט זיך שוין מרחם זיין אז עס זאל זיין ובלע המות לנצח. ומחה ה' דמעה מעל כל פנים.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

:-(
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

:cry:
אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abimlaibt »

איך ווייס נישט פון וואס דא האנדעלט זיך,
איך מיין מ'זאל נישט וויסען.
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
באפיצטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באפיצטער »

דער גאנצר זאך האט נישט קיין הענט און פיס. כאב זיך שוין דערשראקען עפעס ערנסט מ מאכט נישט אזאנע זשויקען
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

וואספארע דאטע האט זיך דיר אויסגעמעקט ל"ע ?

אפשר קען מען דאס אפירזיכן ערגעץ ווי, גיב נישט אזוי שנעל אויף, א_ווי יגר אויף זיין איי פאד ליבלונג, מ'קאן עס נאך אפשר געפינען,

פארבינד דיך מיט די נויטיגע קאמפיוטער עקספערטען, זיי קענען אים נאך מחיה מתים זיין, ווער ווייסט,

אויף ביזדערווייל וויל איך דיר נאר שיקן מיינע טיפסטע טרייסט ווינטשען, והמקום ימלא חסרונך.

סאכדעס, גוט און שיין געשריבן, שכויעך.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
יעקב אלי בראך
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 06, 2006 11:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב אלי בראך »

ס'שטיקט דאס הארץ, ומחה ד"א דמעה
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

איך ליין... איך ליין... איך ליין דאס איבער איינמאל, צוויי מאל, און נאכמאל. נע... ס'קען נישט זיין... ער?... עה... ס'מסתמא א טעות... איך קראץ מיר די אויגן, איך רייב זיך די ברעמען, אזוי קוקנדיג, וואס גייט דא פאר? קען ער יא צי קען ער נישט?... וואס? ווער? ווער איז דער פארפאסער פון דעם אשכול? עפעס א טעות איז דא... עפעס גייט דא פאר...

און אז איך ענדיג נאכאמאל, ס'הייסט - און צום דריטן מאל!, ליינען דער סופער געגאסענער ארטיקל, סקרול איך מיר צוריק ארויף דעם בלעטל, און איך פרוביר מיר נאכאמאל צו קאנצענטרירן און זיכער מאכן צי איך זעה גוט? און יאאפססס... דאס איז אי-עס!... ס'נישט קיין טעות... יאאפפפס... ס'איז..........

סאכדעס!

גלייב מיר סאכדעס, און איך זאג עס דיר ארויס מיטן גאנצן שעמ-עפוירעש, איך האב אין די לעצטע פאר טאג, זינט דער דארט האט מיר אנגערייצט..., אסאך געניצט מיין כח המעצר. ווייסטאך וודאי וואס כ'מיין, איא? ס'האט שוין שיר נישט געהאלטן אז איך זאל נאכאמאל אויספלאצן און ארויסקומען מיט בערך אט אזא מעלדונג:

סאכדעס הער זיך גוט איין, אבער גוט! מילא אונזער געערטער סעקרעטאר, הר' איך הער נ"י, ער האט דאך אלע רעכטן, ווארן א חוץ פון זיינע געטשעטאכצער שטעלט ער דאך אונז צו מינימום איינמאל א וואך און צומאל צוויי מאל א וואך, און צומאל אפי' מער ווי צוויי מאל א וואך, א זאפטיגן שטיקל, א שמאלציגן ארטיקל, אזש זיך צו באלעקן די פינגער, אבער דו? גארניקס! א חוץ אפאר קורצע עפארדעבל שורה'לעך הערט מען נישט פון דיר גארניקס! וואס איז דאס? אפשר דאך? כאטש איינמאל א חודש, אדער מער אדער ווייניגער, אבער עפעס, עפעס. גלייב מיר איך האב זיך צוריק געהאלטן מיט אייזערנע קייטן בכדי שלא יתפוצצו הפצצים... אבער, ועתה - און יעעעעעעעעעעעעעעצצצצצצצצצצצצצצטטטטטט, סאכדעס וואס זאלעך דער זאגן? ניחמתני, ניכעמטאנע, האסטמעך ממש מחי' געווען! און נישט סתם מחי' געווען נאר כאב זאנס הענאעה געהאט אז קענסטעך גארנישט משער זיין, ווארן דיין ארטיקל איז דאך נישט ס'סתם א שטיקל, ס'דאך עפעס א גוט געגאסענער שמאלציגער יומאריסטישער ארטיקל מיט אלע טעמים אזש אז ליינענדיג איז מיר דער פארגעניגן צוגאנגען אין אלע ביינער...

אבער הער גוט, דיין יעצטיג שטיקל ארבעט איז נישט קיין תי', ס'איז א קשיא! אי יכול אתה - אז דו קענסט יא, טא עד השתא אמאי לא? פארוואס זאלסטו זיין א תמנע טוב מהקרעטשמע? און זאג דו מיר נישט אז דו קענסט נישט צי אז ס'קומט דיר אן שווער בלא בלא בלא, ווייל אפי' דאס זאל זיין אמת מעגסטו אונז נאך אזויפיל מהנה מזמן לזמן מיט עפעס א גוטס...

און יא שיער פארגעסן דיר צו שיקן מיינע מיטגעפילן: נאדער :-e;/
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

סאכדעס, כאטש כ'האב פון אנפאנג נישט אזוי גוט פארשטאנען פון וואס די רעדע איז, האט מיר אבער נאך אלס געפאלן, די שרייבן סטייל, אבער סוף כל סוף בין איך יא עפעס געקומען צו מיר און פארשטאנען וואס ס'נעבעך געשען, און זאל דער אייבישטער העלפן אז ס'זאל מער קיינע אומגליקן נישט פאסירן, נישט ביי דיר און ביי קיין שום אידיש קינד.

ביידאוועי, די דאטא איז געקומען גראד פון הימל?


זארעכ, א שיינעם דאנק.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

סאכדעס;

וואסי די מאנסע? וואס האט פאסירט ביין דאיען? ער האט פארלארן זיין פאסווארט צום יאהו קאנטע? ער האט בטעות פארמעקט אלטע אי-מעילער? ביטע ערקלערן פאר די קלאגענדע מאסן וואס פונקטליך עס האט פאסירט און וויאזוי אנדערע קענען זיך פארמיידן דערפון, שלא ימותו כדרך שמת פלוני.

די ארטיקל זעלבסט איז איבריג צו רימען, כי כבר קדמוני רבותי, ורבי זארעך בראשם ועל צבאם.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

די מאנסע איז נעבעך פשוט, די ערשטע גוגל אדרעסע האביך אויפגעסיינט ביי הער יאהו, כ'האב עס גענוצט פאר א יאר אדער מער, און דארט זענען געווען זייער אסאך נוצבארע זאכן, אימעיל'ס פון מיר צו קאמפאניס און צוריק, מיט גאנץ וויכטיגע אינפארמאציע. כ'האב דארט געהאט בערך 20 פריוואטע פאלדער'ס, יעדע זאך מסודר. פון צייט צו צייט, ווען ס'האט זיך אויסגעפעלט, פלעג איך אריינלאגירן אינ'ם באקסל אריין, גענוצט וואס כאב געברויכט, און זיך אפגעפוצט.

נעכטן האביך געברויכט אויפקוקען א מאדעל נומער פאר א פראדוקט פון סעמסאנג. כ'געדענק נאך צו יענער צייט, ווען כאב געברויכט האבן די אייטעם נומער, ווי כאב זיך געמוטשעט מסביר צו זיין דורך אימעיל פאר די קאמפאני וואס כ'מיין. סוף כל סוף איז די זאך געסעטעלט געווארן, און עכשיו...... כ'קום אן אהין, פופסססססססססססססססס............... די קאונטע איז פארשלאסן הערמעטיש, וואסייסט? גארנישט כ'בין נישט געווען דערין 4 חדשים, אוי א בראך, געט ער מיר עפעס אנאעפשן פון ריקאווערי, אבער לא הועיל כלום, און לבסוף בינעך ארויס נקי מנכסי. ..

נו האט מען דען נישט געקענט וויינען??? און אז מ'וויינט, וואו געבט מען זיך ארויס??? קומט מען אין קרעטשמע.

אלזא יישר כוח פאר אלע מנחמים, מ'קען גארנישט טוהן סייווי. סאו כאטשיג דברי תנחומים נעם איך אן.

עקסטער יישר כוח פאר די ווארימע דיבורים פון מר זארעכ. דער ראש פון די חברה קדישא. כ'מיין כ'בין נישט בערייט אלע טאג דאס דורכצומאכן. אבער זאגסט א נקודה.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

ועל דא קא בכי רבי: דער 'דאטע' איז שוין נישטא צווישן אונז...
כליפ כליפ כליפ...
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

איי איי איי סאכדעס איי פיעל יור פעין,
דו ביסט מיך מעורר צו תשובה, דיינע דיבורים רייסן דאך שטיקער, דאס טייטשט דאך חרטה, מעומק הלב,
פון די אנדערע זייט, איז מיר עס נמשל ווי שנעל אלטע זאכן קען אויסגעמעקט ווערן, ככ'מיין א וויירעס,
לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 5:07 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

בני. א גוטע פוינט.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

אינטערסאנט אז גאלי האט נישט געשריבן אינ'ם טיימ'ס די געדאנק פון כאלי.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

סאכדעס, ווען דו מאכסט ווען א פינטל נאכן דריטן ווארט, וואלט עס אויסגעקומען א בעסערן גראם ווי אינעם ראש חודש אשכול.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

סאכדעס,
גלייב מיר אז איך פארשטיי נישט קיין ווארט וואס דו שרייבסט,
אויב מיט כאלי האסטו געמיינט מיר, ביטע איבער זאגן אין פלעין אידיש, איך בין פשוט נייגעריג וואס דא ליגט באהאלטן, צווישן די חרוזים.
יישר כח למפרע
לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 5:07 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

סי גארנישט כאלי טייערער, ער האט געמיינט צו זאגן, אז דו האסט ארויס געברענגט א גוטע פוינט, און ס'איז אים אינטערעסאנט אז גאלי האט דאס נישט אריין געלייגט אינעם טיימס.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

כ'ער טייערער,
ועל דא ודאי קא בכינא, מאי 'גאלי' ומאי 'טיימס',??
לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 5:06 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

אויב דער דאיען שעליט"א האט ציגעלאזט דעם הספד אין די "שלשת ימי הגבלה" רעדט זיך עס זעכער פון א "מת מצוה" שאין לו הופכין.
די חברה יאהו האבן ליידער א האנט אין דעם שרעקליכן אומגליק, עס רייסט דאס הארץ. מ'דארף זאפארט שיקן א דעלעגאציע צום כאליף פון דארף און אפשרייען די פינטסערע גזירה, און שיקן דעם ראש הקהל אינטערווענירן אז מהיום והלאה זאל מען נאר נוצען גוגעל, אולי ואולי וועט זיך דער בוכ"ע אויף אונז מרחם זיין, ביז ס'וועט שוין זיין ומחה ה' דמעה.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

בני היכלא האט געשריבן:כ'ער טייערער,
ועל דא ודאי קא בכינא, מאי 'גאלי' ומאי 'טיימס',??


דא האסטו, כאלי טייערער.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

איך הער וואוילער
הייסט גאלי איז מרמז אויף די ניק גאליציאנער, און טיימס מיינט מען די קרעטשמע טיימס, אזא אויסגאבע וואס קומט ארויס פארשידענע נייעסן פונם קרעטשמע,
זעט אויס אז מיטצוהאלטן די אלע טיפזיניגע געשפרעכן דא, דארף מען זיין א בקי בכל שבילי הכפר, עמיר זעך דארפן אביסעלע אונטערגארטלען,
שקויעך פארן צוצייכענען די מראה מקום.
לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 5:06 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

דער קיצור השם באלאנגט אבער פאר סאכדעס'ן, איך האב אים נאר ארויס געהאלפן.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מיינסט אודאי די כינוי שם לחבירו.

איך האב שוין מוחה געווען דערויף באלד אין אנהייב, וואס סאכדעס האט זיך גענומען קלעפן נעמען אויף בני-היכלא ווי ארבעס צום וואנט.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

קרעמערעלישער, שיין שיין, אבערן איך האב שוין געזאגט דאן אז ס'מאכט נישט, נישט געפערליך, דער עיקר איז נאר איין זאך, אז איך זאל פשוט וויסן ווען ער מיינט מיר, (אויסער טאמער די סיבה איז טאקע אטאדאס איך זאל נישט וויסן, )
ביזדערווייל, האלט איך שוין ב"ה אויף א וועג מיט מיינע כינויים, כלי, כאלי, בנייכאלע, און בני היכלא, און בני_היכלא, איינס שענער פון אנדערען,
עטץ וועטס פרעגן, למאי נאם וויפיל נעמען?, ס'שוין איינמאל א חילוק, ס'קומט אויס אז איך דארף זאגן דריי אנדערע פסוקים פאר יהיו לרצון אמרי פי, צו געדענקען די נעמען בעלמא דקשוט,
און טאמער איינער איז מקדש על מנת שכלי היא כינוי להניק בני היכלא, קען אויך זיין א ערנסטע שאלה,
בקיצור, ווי מער טון אין די סוגי' פון שמות, דאס איז א גרויסע סוגי' וואס פאדערט זיך אסאך אויפמערקזאמקייט, און לאו דוקא, מיין נאר אזוי אויך אלע אנדער שמות נרדפים ורודפים פון די בני היכלא דא.
לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 5:11 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”