בלאט 1 פון 1

מיין קורצע באזוך ביי ערנסטער

געשריבן: מיטוואך אפריל 18, 2007 2:11 pm
דורך Jewboy
די כולל ווי ערנסטער זיצט איז פון די זייער חשובע כוללים אין ירושלים עיה"ק, מ'גייט אריין פון איין זייט (פארשטייט זיך) אבער סידא פענסטער'ס פון די צווייטע זייט, קומענדיג פונעם פאלאץ דארף מען קודם אריבער גיין דארט ווי סידא די פענסטער'ס.

איך קוק אריין און האלט שטארק אן די קערידזש* (ווייל איך בעיבי זיץ) ס'זאל נישט אוועק פאטרן ווייל ס'איז געווען היבש א שטארקע ווינט (זעהט אויס ס'איז געקומען דא אפאר בני ישיבות פון חו"ל און זיי האבן מיט געברענגט דעם אמעריקאנער זומער, והא ראי' דארט האט גערעגנט אנהייב וואך און דא רעגנט יעצט אביסל) איך זיך פון פענסטער ווי דער עולם דארט איז אראפגעטון אין לערנען, אבער גיי** ווייס ווער פון זיי איז ערנסטער און ווי קען מען בכלל זעהן ווער איז ווער אין די צייט ווען יעדער איז אראפגעטון צו דאס איז סתם א ספר, צו א שולחן ערוך, צו א איך וועל דיר ראטעווען, צו א גמ'.

שוין ווי באלד ס'רעגנט אביסל האב איך נישט געקענט שטיין דארט צו לאנג ווי געשריבן האב איך געהאט די פרינטסעס מיט מיר, בין איך ארום געגאנגען דעם בילדינג און אריין אינסייד*** א ביוטעפול פלאץ, זעהט אויס נאר פאר אזוינע פיינע לומדים שטעלט מען צו אזא שיינע הערליכע ביהמ"ד. אקיצור איך נעם ארויס מיין פריוואטע טעלעפאן און איך דרוק אויפן נאמען ערנסטער (אזוי ליגט עס ביי מיר) וואס גייט מיטן המשך צו זיין עכטע נאמען און איך לאז דאס קלינגען צוויי מאל**** און וואונדער איבער וואונדער ער האט געכאפט דעם רמז און איז ארויס געקומען.

שלום עליכם, עליכם שלום. קומט אריין אין ביהמ"ד, נא איך קען נישט איך האב דא מיין טאכטער'ל, און א שול איז פאר אנשים, נישט פאר נשים. מיר האבן פיין געשמועסט ארום***** פארשידענע ענינים, אינמיטן האט ער מיר געברענגט דעם בוך, און אזוי האבן מיר אנגעהויבן שמועסן איבער אידישע ליין מאטריאל, בין הדברים. האב איך עם דערציילט אז סאכדעס'ל האט געהאט היינט די זכי' צו זעהן דעם פרינטסעס לייוו, און איין שמועס האט געברענגט****** דעם צווייטן ביז די פרינטסעס האט אנגעהויבן צו קוועטשען מיט די מויל. (א אינטרעסאנטע זאך, איר האט שוין אמאל געזעהן ווי איינער קוועטשט מיט די מויל?) און מיר האבן זיך צושיידט מיט א וואינטש איינער פארן צווייטן און מיר וועלן זיך מערצעשעם טרעפן נאכאמאל בקרוב ממש.

ערנסטער: דיין פנים שיינט און לייכט אה מחי'.

* מיט ביידע הענט
** שטיי
*** פארזיצט זיך
****איך האב נישט געוואלט שטערן דאס לערנען דארט פון די אנדערע.
***** ארום איז א ווארט וואס מ'זאגט פאר פארשידנס. אבער סינישט ממש ארום, די קאפ קען ווייטוהן פון אסאך ארום.
****** געטראגן, געפיהרט.

געשריבן: מיטוואך אפריל 18, 2007 2:28 pm
דורך איך_הער
וואויל וואויל, די סטארס, האט מיר גענומען ביז איך האב עס געכאפט, אבער ב"ה, און דו ווייסט דאך, ביי אונז זאגט מען, איטס נעווער טו לעיט.

ביידאוועי, סטאר נאמבער דריי, פארשטיי איך נישט.

געשריבן: מיטוואך אפריל 18, 2007 2:41 pm
דורך Jewboy
פארזיץ, וועסטו פארשטיין :)

געשריבן: מיטוואך אפריל 18, 2007 4:06 pm
דורך סאכדעס
Jewboy האט געשריבן:פארזיץ, וועסטו פארשטיין :)
:wink: דאס איז פאר דעם

און פאר די ערשטע תגובה, הערליך שיין. :twisted:

געשריבן: מיטוואך אפריל 18, 2007 4:24 pm
דורך נאטורליך
דזשבוי, אזוי שיין אראפגעלייגט דעם באזוך. א שאד מיר האבען זיך נישט געטראפען סוכות.

געשריבן: מיטוואך אפריל 18, 2007 4:25 pm
דורך קרעזי
אידאינגל, האסט זייער שיין אראפגעלייגט דיין באזוך ביי ערנסטער. איך האב נישט געגלייבט אז א באזוך ביי ערנסטער וועט דיר נאך איבערלאזן מיט אביסל הומור, אבער איך זעה אז דו האסט עס, געלויבט הויה, דורכגעמאכט.

געשריבן: מיטוואך אפריל 18, 2007 4:47 pm
דורך 3x0
העעעעעעעעערליך

געשריבן: מיטוואך אפריל 18, 2007 5:04 pm
דורך צייטליך
דזשובוי, שיין אראפגעלייגט, כ'האב הנאה אז די קרעטשמע ברענגט צו, אז אידן זאלן זיך באקענען איינער מיטן צווייטען, אפילו מ'האט פארדעם גארנישט געהאט. אז כ'העל זיין ל"ג בעומר אין ארץ ישראל אי"ה, וועלמיר זיך אפשר טרעפן,

איך וועל נעמען א קערידזש, ארום שפאצירן נעבן די כוללים, איך וועל שוין טרעפן עפעס אן 'ערנסטע' איד...

געשריבן: מיטוואך אפריל 18, 2007 5:16 pm
דורך מאשקע
דזשובוי, כמה שנאמר, ביזט גוט. האסט זייער גוט אראפגעלייגט דעם באזוך.

געשריבן: מיטוואך אפריל 18, 2007 5:17 pm
דורך Anonymous
מאשקע איז גערעכט, איך האלט אויך אזוי

געשריבן: מיטוואך אפריל 18, 2007 5:34 pm
דורך יגרסהדותא
דזשובוי, זייער גוט שיין מסודר'דיג.

געשריבן: מיטוואך אפריל 18, 2007 6:15 pm
דורך יאנאש
דזובוי, יישר כח.

געשריבן: מיטוואך אפריל 18, 2007 8:40 pm
דורך ריח_ניחוח
אידיש אינגל;
זייער שיין און אינטערעסאנט ווי אין יענע עק וועלט טוט די קרעטשמע אויף דאס זייניגע...

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 19, 2007 12:56 am
דורך קרעמער
שיין באשריבן דזשובוי, יעצט ווארטן מיר צו הערן פון ערנסטער אליין.

Re: מיין קורצע באזוך ביי ערנסטער

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 19, 2007 4:01 am
דורך ערנסטער
Jewboy האט געשריבן:ערנסטער: דיין פנים שיינט און לייכט אה מחי'.

מ'מאכט חוזק פון מיין המ... פרצוף? נו, נו... :grin:

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 19, 2007 4:09 am
דורך ערנסטער
צייטליך האט געשריבן:איך וועל נעמען א קערידזש, ארום שפאצירן נעבן די כוללים, איך וועל שוין טרעפן עפעס אן 'ערנסטע' איד...

ס'איז א געוואלדיקע אידייע, אבער צו שפארן די צייט פון ארומדרייען זיך צווישן כוללים זוכנדיק דארט ערנסטע אידן (פונוואנען בכלל קענען זיי דארט נעמען זיך צווישן די בטלנים וואס זיצן אין כוללים? :wink: ) אפשר וועסט פריער פשוט אנקלינגען?

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 19, 2007 4:22 am
דורך ערנסטער
קרעמער האט געשריבן:שיין באשריבן דזשובוי, יעצט ווארטן מיר צו הערן פון ערנסטער אליין.

וואס קען איך צוגעבן נאך אזא שיינעם באשרייבן פון Jewboy אליין?
איך קען נאר באשטעטיקן אז אלץ איז געשען פונקט אזוי ווי ער דערציילט (איך האף נאר אז זיין קליינע טעכטערל, זאל ער בע"ה האבן פון איר א סך א סך נחת, האט נישט געכאפט דעם רעגן וואס האט זיך דאן פלוצעם אנגעהייבן).

Jewboy, איך האף אז דער בוך געפעלט דיר און פארשטייט זיך - אז מיר וועלן בע"ה זיך טרעפן נאך אינגיכן. איך האב א סך הנאה געהאט פונעם (כאטש טאקע קורצן) שמועס מיט דיר.