ליל ששי אשכול

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

יי"כ הרב @כתוב וחתום פאר די הערליכע רעיון
אין ייש"כ פאר הרב @נו גוט נו שוין, פאר די שיינע הערליכע מעשה... כ'האב עס קיינמאל נישט געהערט, עס איז א געוואלדיגע מעשה, פאסיג פאר רבי יענקעלע זצוק"ל...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

מומחה יוחס האט געשריבן:יי"כ הרב @כתוב וחתום פאר די הערליכע רעיון
אין ייש"כ פאר הרב @נו גוט נו שוין, פאר די שיינע הערליכע מעשה... כ'האב עס קיינמאל נישט געהערט, עס איז א געוואלדיגע מעשה, פאסיג פאר רבי יענקעלע זצוק"ל...

קרעדיט האב איך נישט געשריבן
#אברהם מרדכי מלאך
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

האמיר צובאקומען צוויי פרישע מגידים, @נו גוט, מיט @כתוב,

ייש''כ אייך ביידע, זייער שיין!
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

שכוח פאר די דאנקער'ס, און שכח נו שוין פארן סיפור.
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

גיימיר מאכן א שטיקל ליל שישי מוקדם.
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

שילוב פרשיות שלח וקרח בשם הגאון ר' אברהם יצחק אולמאן שליט"א

כולם אנשים, זאגט רש"י באותה שעה כשרים היו, וואס מיינט די לשון כשרים? די זעלבע טרעפט מען אויך שפעטער אין פרשה, היש בה עץ אם אין זאגט רש"י היש בה אדם כשר, די גמרא זאגט כל המוריד דמעות על אדם כשר הקב"ה סופרן ומניחן בבין גנזיו, וואז מיינט אדם כשר און וואס איז די גרויסע מעלה דערפון?

ביי א בהמה זאגט די גמרא טריפה אינה חיה י"ב חדשים, פארוואס? ווייל בתוך י"ב חדשים גייט די בהמה דורך אלע סארט מצבים, און אויב איז זי דורך אלעס ארט מצבים און זי איז נאכאלטס געבליבן לעבן איז א סימן אז זי איז כשר.

די זעלבע ביי א מענטש, א מענטש וואס איז ערליך דעמאלטס ווען ס'גייט אים שווער, איז נאכנישט קיין ראי' אז ער איז א אדם כשר, נאר אויב ער האלט זיך אין אלע מצבים און ער איז עומד בכשרותו, דאן פארדינט ער די תואר אדם כשר.

*

די מרגלים זענען נישט בלויז געווען בענווה ווען זיי זענען געווען פשוט'ע מענטשן, נאר אפי' נאכדעם וואס זיי זענען געווארן נשיאים זענען זיי ווייטער געבליבן בשפלות.

*

דאס האט משה רבינו זיי באפוילן, זוכטס אויף היש בה עץ, א אדם כשר, ווייל א גדול וואס ווערט בגאווה פון זיין גדלות איז נישט קיין גדול. ער דארף זיין כשר בכל המצבים.

*

די מנחת יצחק פלעגט נאכזאגן פון ישמח משה, ווען ס'איז דא א מחלוקת פון צוויי צדדים, איז כבודו מלא עולם, יעדער שרייט אז ער מיינט כבוד שמים, משרתיו שואלים זה לזה איה מקום כבודו, וויאזוי קען מען וויסן ווער איז גערעכט, ווער מיינט טאקע כבוד שמים? לעומתם ברוך יאמרו, דער וואס קען זאגן "ברוך" אויפן צווייטן צד, דער וואס האלט זיך בענווה ושפלות.

*

די מרגלים זענען געווען באוויסט אלס אנשים כשרים, בענווה בכל המצבים, האט כלל ישראל זיך טועה געווען און נישט געוואוסט ווער איז גערעכט.

*

דאס איז געווען פון די מדריגות פון יעקב אבינו, שמך יעקב, לא יקרא עוד שמך יעקב כי אם ישראל. וואס איז די אינטערסאנטע לשון? נאר די מלאך האט געזאגט אפי' דו באקומסט א נאמען ישראל כי שרית עם אלקים ואנשים, בלייבסטו נאכאלטס שמך יעקב, בכשרות ובענווה בכל המצבים.

*

דאס האט יעקב געזאגט בקהלם אל תחר כבודי, מיין מדה, מדת הענווה, דאס זאל מען ביי זיי נישט טרעפן אזוי וועט מען זיך חלילה נישט טועה זיין צו גיין נאך קרח.

*
וואס האט טאקע פאסירט מיט די מרגלים? וויאזוי זענען אזעלעכע צדיקים צוגעקומען צו זינדיגן? נאר רש"י זאגט אויף לוט אז ער איז געווען א רשע, אבער די אמת איז אז לוט במקורו איז געווען א צדיק, ווען ער זאל זאגן איין ווארט פאר פרעה הרג'עט מען אברהם און פרעה האט חתונה מיט שרה, ער וואל פארדינט פון דעם בלויז כבוד מיט געלט.

נו, וואס האט פאסירט? די פלאצקע גאון זאגט אז ווען א מענטש גייט ארויף קיין ארץ ישראל דארף ער מוסיף זיין בקדושה ובטהרה, אויב איז ער נישט מוסיף פאלט ער חלילה, דאס איז געווען די סיבה פארוואס לוט איז פלוצלינג געווארן א רשע.

כלב בן יפונה איז תיקף געלאפן צו קברי אבות, ער האט מוסיף געווען בקדושה, איז ער ניצל געווארן.

***

עוד בשם הגאון הנ"ל, קרח האט גע'טענה'ט כי כל העדה כולם קדושים ומדוע תתנשאו, וואס הייסט כי כל און נאכדעם נאכאמאל כולם, וואס זאגט ער צוויי מאל אלע? די אמת איז אז ביי די שמונה עשרה בימים הנוראים זאגט מען מלוך על כל העולם כולו, זאגט דארט די לבוש, אז ס'איז נישט ריכטיג אזוי צו זאגן, נאר מ'זאל זאגן אדער מלוך על כל העולם, אדער מלוך על העולם כולו, נא, אויב אזוי איז דאך שווער דא אין פסוק, וואס שטייט כל העדה כולם?

די טורי זהב זאגט אבער אז די ריכטיגע ניסח איז יא כל העולם כולו, ווייל כולו קען אויך מיינען רוב, רובו ככולו, אבער כל כולו מיינט בלי יוצא מן הכלל, דעריבער דארף מען זאגן כל העולם כולו. די זעלבע זאך איז דא ביי קרח, כי כל העדה כולם קדושים, בלי שום יוצא מן הכלל.

*

פונוואנעט האט קרח דאס געוואוסט? אפשר איז ערגעץ דא א שגץ, וואס זאגט ער מיט אזא זיכערקייט כי כל העדה כולם קדושים, בלי יוצא מן הכלל?

זאגט רש"י, כולם קדושים, כולם שמעו אנכי מפי הגבורה,דאס האט ער געוואוסט מיט א ברירות.

*

מענין לענין האט ער פארציילט, אין ירושלים איז געווען א דאקטער, דאקטער שעהנפעלד, ער איז געווען א ציין דאקטער, אבער גאר אן ערליכער, פאר יעדן טיפול האט ער געזאגט א קאפיטל תהילים, נאכן מטפל זיין מיט נשים איז ער געגאנגען אין מקוה, בקיצור א ירא וחרד.

פארן קריג איז ער געווען שבועות ביים אונגווארע רב, האט די אונגווארע רב געזאגט, ווער ס'האט געהערט מיין אקדמות וועט נישט שטארבן אן תשובה. דער דאקטער שעהנפעלד איז ארויף יין ארץ ישראל, ער איז געגאנגען אין יוניוורסעטעט, און ער האט עובר געווען אויף כל העבירות.

ביז אין איין טאג האט ער זיך דערמאנט אין די ווערטער פון זיין רבי'ן, האט ער זיך געמאכט א פשוט'ע חשבון, וואסארא פנים וועט עס האבן איך וועל זיין א אכטציג יעריגע דאקטער און איך העל דעמאלטס ווערן א בעל תשובה?! האט ער ביי זיך מחליט געווען להטיב מעשיו.

און ער האט זיך געמאכט א סימן אז אויב וועט ער זוכה זיין צו א בת תלמיד חכם וועט דאס זיין א סימן אז זיין תשובה איז אנגענומען. וכך הוה ער האט זוכה געווען זיך משדך צו זיין מיט א קינד פון צפת'ע רב בעל ארץ החיים.

האטס הנאה! אוןו האטס אלע א לעכטיגע שבת!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

כתוב וחתום האט געשריבן:גיימיר מאכן א שטיקל ליל שישי מוקדם.

פארוואס?
אזוי פרי?
אויב שוין יא קען מען אויך עפענן א אשכול יום חמישי.... :lol:
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

קומט א ראש חודש סעודה
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

נארמאליזעם האט געשריבן:קומט א ראש חודש סעודה

כאגעמיינט אז עס איז א סוד נאר פאר די פאר גערופענע ניקס?
שוין. קעמען דיר שוין אויך נישט טראסטן.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

Bissli האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:קומט א ראש חודש סעודה

כאגעמיינט אז עס איז א סוד נאר פאר די פאר גערופענע ניקס?
שוין. קעמען דיר שוין אויך נישט טראסטן.

יוא כהאב געוואלט זאלסט פילן גוט
כזאג עס פאר יעדעם אז נאר ער מיט נאך אפאר ניקס

נארמאליזעם האט געשריבן:

כ’האב דיר אבער קלאר געזאגט אז איך בין נאר מסכים מיט די פאר ניקס וואס מ’האט אפגעשמועסט

כהאב עס געהאט מיט יעדעם האב איך געדארפט ארויסקומען אין פאבליק
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

פיין. סאו איך טשעק ארויס.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

עניוועי האלט איך נישט ביים פארן די דריי שעה האלבע וועג
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אזוי, מיר האט מען נישט געזאגט, הייסט דאס אז כ'בין נישט פין גערופענע .... ..... נו נו!!
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

איך טשעק נישט ארויס.. רוף וועם דו ווילסט, לאז מיר נאר וויסן פארדעם, ווער ס’קומט אלץ, וועלעך וויסן וועלכע ניק כ’זאל נעמען..
אוועטאר
פיאנא
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 30, 2021 10:28 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיאנא »

כ'קען אויך קומען...? פליז... כ'גיי ברענגען בקר. אוקיי?
ווען מען וויל אויפשפילן א ניגון, ברויך מען נוצן אויך די שווארצע.
וכן בכל ענין...
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אוודאי ברענג געזונטע בקר...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
א פערטער
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 10, 2021 10:13 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פערטער »

פיאנא האט געשריבן:כ'קען אויך קומען...? פליז... כ'גיי ברענגען בקר. אוקיי?

מאך זיכער חבקוק איז נישט דארט ווייל ער העט נישט אריילאזן קין פליישיגס
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
אוועטאר
פיאנא
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 30, 2021 10:28 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיאנא »

כ'האב אים בכלל נישט געפלאנט צו געבן, כ'געב נאר פאר מענטשן...
ווען מען וויל אויפשפילן א ניגון, ברויך מען נוצן אויך די שווארצע.
וכן בכל ענין...
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

פיאנא האט געשריבן:כ'קען אויך קומען...? פליז... כ'גיי ברענגען בקר. אוקיי?

מיינסט צו זאגן אז דו גייסט דיך מיטברענגען?

פשוט אזוי.
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
פיאנא
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 30, 2021 10:28 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיאנא »

חבקוק האט געשריבן:
פיאנא האט געשריבן:כ'קען אויך קומען...? פליז... כ'גיי ברענגען בקר. אוקיי?

מיינסט צו זאגן אז דו גייסט דיך מיטברענגען?

פשוט אזוי.

מצא מין את מינו... פשוט אזוי.
ווען מען וויל אויפשפילן א ניגון, ברויך מען נוצן אויך די שווארצע.
וכן בכל ענין...
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

א גוט חודש א גוט ליל שישי!

האלט מיר פרשת קרח.. די פרשה וואס איז יפה נדרשת.. נאכאמזל אז ס'איז איינס פון די קלענסטע ליל שישי'ס אין יאר.. ווייל ווען נישט.. וואלט מען געזיצן דא שעות אויף שעות.. ווי זאגט דער פמ"ג אין 'תיבת גמא'.. פרשה זו יפה נדרשת.. דאס איז אייביג מענינא דיומא..מ'טרעפט אייביג א שייכות צום זמן..

*

בפרט טרעף מיר א שייכות פון קרח מיט ראש חודש.. חוץ פון דעם וואס ס'איז ר"ת ק'דושת ר'אש ח'ודש.. ווי רש"י איז מסביר די גמרא אין ב"ב.. אז יעדע ראש חודש זאגו עדת קרח "משה אמת ותורתו אמת והם בדאים"...שטעלט זיך די שאלה פארוואס דייקא ראש חודש?
קען זיין.. עדת קרח האבן געוואלט זיין נאנט.. טון די עבודה אין משכן.. אבער לבנה לערנט אונז.. אז מ'קומט צו נאנט צום זון.. בלייבט נישט גארנישט.. רוק דיר אוועק אביסל.. און ס'איז דא א נייע לבנה.. אפגערעדט די היינטיגע ר"ח.. ווען די לבנה האט זיך אוועקגעשטעלט פארן זון.. דאס ברענגט שוין טאקע אן א חושך..

*

נו.. אז זיי האבן געמיינט צו טון א מצוה.. ואס איז די טענה? זאגט דער אגרא דכלה.. ויקח וגו' בן לוי.. קרח האט גע'טענה'ט.. וואס הייסט ס'איז דאך א מצוה צו טון די עבודה.. ווי קען ער מוותר זיין דערויף.. איי ס'שטייט נישט אין שולחן ערוך אז יעדער איז מחויב.. אבער 'שמרה נפשי כי חסיד אני'.. ס'איז א חסידישע ענין.. כ'בין דאך לוי'ס אן אייניקל.. דער 'חסיד שבחסידים'..
דארף מען אבער קוקן.. ביים לייגן תפילין ברענט דיר אויך אזוי מיט התלהבות.. צו א שטיקל גמרא שלאסטו דיר אויך אזוי?..קוק עס איבער מיט מדת האמת פון יעקב.. דאס האט איהם געפעהלט..

קען טאקע זיין דאס האט משרע"ה געזאגט.. בקר ויודע ה'.. ווארט צו ביז צום דאווענען אינדערפרי.. העמיר זעהן צו דו גייסט טאקע אויס פאר עבודת ה'..

*

שטייט טאקע גאנצעטע הסברים.. קרח ועדתו האבן געוויס געהאט סודות און ענינים אין זייער מחלוקת.. זאגט אבער דער דברי ישראל.. יעקב אבינו האט געבעטן.. בסודם אל תבא נפשי.. כ'ברויך נישט אזעלכע סודות..

*

און אפילו ע"פ נגלה פירן א מחלוקת.. זאגט דער הייליגער חת"ס.. ולא יהיה כקרח וכעדתו.. כאשר דבר ה' ביד משה לו.. אפילו דו טרעפסט דיין מחלוקת אין פסוק.. ס'איז ממש כאשר דבר ה'.. זאגט נאכאלץ דער פסוק.. ולא יהיה כקרח..

*

האט אמאל א איד פרובירט מסביר צו זיין קרח'ס צד ע"פ דרוש.. און איז געקומען מיט זיין ספר צום צאנזער רב זי"ע.. האט איהם צאנזער רב געזאגט.. דו האסטמ יר פארענטפערט א שווערע רש"י. רש"י פרעגט.. 'וקרח שפיקח היה מה ראה לשטות זה".. נו.. כהונה גדולה איז עפעס א שטות?!
נאר לויט וואס דו ביסט מסביר דעם מחלוקת.. איז עס טאקע א שטות..

*

פרעגט זיך אבער טאקע די קשיא.. פון וואנעט האט רש"י גענומען אז קרח איז געווען א פיקח?.. זאגט דער ילקוט הגרשוני.. דער איז דאך געווען רייך ווי קרח.. נו האסט אמאל געזעהן א גביר וואס מ'האלט איהם נישט פאר א פיקח?

קען מען אפשר צולייגן.. דאס פרעגט טאקע רש"י.. אז ער איז שוין געווען א גביר.. א גאנצע ראש הקהל.. צו וואס האט איהם אויסגעפעלט אויך דאס רבנות?
פירט רש"יאויס אז ער האט געזעהן שמואל'ן.. שמואל הנביא איז דאך אויך געווען א גביר ווי חז"ל זאגן.. און דאך איז ער געווען א מנהיג ישראל ממש.. נו פארוואס זאל ער זיך באגענוגענען מיט ראה"ק'שאפט.. פאר די געלט קען ער דאך זיין רב אויך..

*

לערנט מען די וואך אז ווען ס'קומט צו מחלוקת.. נעמט מען אן זאכן וואס האבן נישט קיין הענט און נישט קיין זאקן.. ווי דער מדרש דערציילט.. קרח האט מגלה געווען א גאנצע מעשה.. מיט א שכנה אן אומבאהאלפענע אלמנה מיט צוויי טעכטער וואס האט געהאט א פעלד.. וויל זי אקערן.. שרייט משה 'לא תחרוש בשור וחמור'.. וויל זי זייען.. שרייט משה 'שדך לא תזרע כלאים'.. ביים שניידן 'לאז לקט שכחה ופאה'.. מאכוט זי א גורן.. גיב ביכורים, תרומה, מעשר ראשון, מעשר שני..
שוין האט זי דאס נישט אויסגעהאלטן.. פארקויפט די פעלד.. געקויפט צווי שעפסלעך.. געהאט א קינד צום מזל טוב.. קומט אהרן.. אהער דערמיט, ס'איז א בכור.. וויל זי שערן.. קומט ע רנעמען ראשית הגז.. האט זי נישט קיין צו דעם אויך.. שחט זי אפ די שעפסלעך.. קומט אהרן און וויל נעמען זרוע לחיים וקיבה.. גיט זי א שריי 'ס'איז חרם'.. אזוי.. נעמט אהרן ס'גאנצע שעפסל..און יאר געלאזט וויינען..

קיינעם איז אבער נישט איינגעפאלן צו פרעגן א פשוטע קשיא.. קרח לעבן.. וי האט זיך די אלמנה פארשאפט א פעלד אין מדבר..הא?! 'מעשה הייבט זיך נישט אן.. אבער אזוי איז די טבע פון מחלוקת.. מ'קויפט אפ יעדער לשון הרע'לע פאר גוט געלט..

קען מען טאקע זאגן דאס האבן דתן ואבירם מרמז געווען.. אף לא אל ארץ זבת חלב ודבש הביאותנו.. הגם האסט אונז נאכנישט אריינגענומען קיין א"י.. אבער ותתתן לנו נחלת שדה וכרם.. אונז גיימיר פארקויפן א גאנצע מעשה.. ווי מ'האמיר שוין פעלדער מיט גערטנער.. און דער עולם גולם וועט עס נאך גלייבן..

*

זעהט מען די וואך א אינטרעסאנטע חילוק צווישן די חסידישע מהלך, און די ליטווישע מהלך.. משרע"ה האט אנגעווינטשן פאר עדת קרח.. וירדו חיים שאולה.. ואס פעלט אויס דוקא חיים.. זאגט דער מיטעלער בעלזער רב זי"ע.. נאכן שטארבן קען מען שוינישט קיין תשובה טון.. האט משרע"ה געוואלט נאך געבן די טשאנס.. אבער אין בריסקער חדר האט מען געזאגט.. מיתה איז מכפר.. משרע"ה האט זיי דאס אויך נישט געוואלט געבן..

*

ולסיום.. געווען צדיקים וואס פלעגן האבן א הנהגה פון אנשרייען און אנזידלען.. און מיט דעם געפועלט ישועות.. וביניהם דער הייליגער תפארת שלמה.. האט ער אמאל געזאגט בשם זיין רבי'ן הרה"ק ר' מאיר'ל פון אפטא זי"ע.. משרע"ה האט זיך אפגערעדט 'לא חמור אחד מהם נשאתי' כ'האב קיין פדיון פון זיי קיינמאל נישט באקומען.. 'ולא הרעותי את אחד מהם'.. כ'האב זיי קיינמאל נישט באזידלט.. און אז כ'האב נישט געהאט די מינדנסטע שייכות מיט זיי.. נישט לטב און נישט למוטב.. אויב אזוי קען איך זיי נישט העלפן..

איז אמאל געווען א אידענע וואס האט זיך אריינגעכאפט אין צימער פון מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע וועלנדיג עפעס מזכיר זיין.. ווען דער פריערדיגער רב איז אריינגעקומען און דערזען אן אשה.. האט ער איר אנגעהויבן צו באזידלען.. רופט זיך די אידענע אן.. דעם רבינ'ס קללות זענען ברכות..

דרייט זיך דער רב אויס צום גבאי ר' אהרן יהושע לאנדא.. אהרן יהושע, שעלט דו!

לאמיר ענדיגן מיט א גטע זאך.. דער נעשכיזער איז געווען א גוטע איד.. און מייערן צימעס איז גוטע צימעס..
האטס מיר א געבענטשטע שבת בשלום ובשלוה!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

יתגדל ויתקדש שמיה רבה!

אוי אידאס גוט!!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4563
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע: מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

Wow. כתוב און רב אורי. הערליך. מתוק מדבש
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”