ליל ששי אשכול

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

קוים א וואך פאריבער, און... מיר האלטן שוין ווידער ביי ליל שישי!

דער ליל שישי האט אנעקסטערע משמעות.. ס'איז דאך מוצאי כ"ג סיון.. דער טאג וואס מרדכי מיט אסתר האבן ארויסגעשיקט די צווייטע בריוון ביי נס פורים.. ביי פורים איז דאך דער מנהג אריינצוציען און שיכור'ן אינעם נאכט אריין.. נו דארף מען פארשטייט זיך אנהייבן מיט א כוסה צוויי דריי..

בפרט וואס די וואך האמיר דאך 'ויאמר ה' סלחתי כדברך'.. האט דער יוד הקדוש פון פרשיסחא געזאגט.. 'ויאמר סלחתי כדברך' איז דאך די ראשי תיבות 'כוס'.. שם הוי"ה שרייבט מען דאך צוויי יודן.. אז צוויי אידן זיצן און טרינקען א כוס צוזאמען.. דאן זאגט דער באשעפער 'סלחתי'..

קען זיין אז ס'ענין איז דייקא ליל שישי.. ה' סלחתי כדברך' איז דאך גימטריא 'כוס ליל שישי' (עם התיבות והכולל)..

*

און אז מ'רעדט שוין פון פוילישן חדר.. איז דאך באקאנט דער קאצקער טייטש 'שלח לך אנשים' שיק אוועק דאס מענטשליכקייט.. מאנכע לערנען פשט.. פיר דיר אויף צו יענעם ווי א בהמה.. אבער זיי לאזן אויס א ווארט.. שלח "לך".. וואס איז נוגע לגבי דיר.. דארט שיק אווועק די מענטשליכע הנהגה.. לגבי יענעם.. פיר דיר אויף ווי א בן אדם..

ווער ס'לאזט אויס דעם 'לך'.. דאס קומט נישט פון חסידישקייט.. נאר פון ריינע גאות.. וואס אויף דעם איז דאך מרמז די חמץ.. דאס זאגט דער פסוק אין פרשת בא.. ולא יראה לך.. אז דו זעסט נישט דעם לך.. דאס איז חמץ-גאות..

*

אבער דאס איז ביז ווען ס'קומט צו כבוד שמים.. דאן ברויך מען נישט קוקן נישט אויף קיין מענטשליכקייט און נישט אויף קיין ישרות.. ווי מרן מהר"י מבעלזא זי"ע האט פארענטפערט פארן שינאווער רב זי"ע.. נאך וואס בעלזער חסידים אין לעמבערג האבן אנגעמאכט דריידלעך און שטיקלעך ביי די וואלן אין שטאט אז די חסידים זאלן ארויסקומען וידם על העליונה.. און די משכילים זאלן נישט קענען באקומען קיין כח..

האט דער מיטעלער רב מוכיח געווען פון כלב'ן.. ויהס כלב את העם אל משה.. וכי זו בלבד עשה לנו בן עמרם.. זעהט מען פון דעם.. ווען ס'קומט צו דברים שבקדושה.. דארף מען אמאל נוצן דריידלעך אויך..

*

און אזוי איז געווען אמאל ביי מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע.. געווען איז עפעס א מעשה פון וואלן.. וואס ציעשנובער רב זי"ע האט פארפירט און פארארבעט מעשים אז מ'זאל וועלן דעם וואס איז געלאפן קעגן א משכיל.. ווען מצד שני האט דער פריערדיגער רב זי"ע זיך נישט צו טוהן געמאכט.. און ס'האט דעם ציעשנובער רב זייער וויי געטוהן..

למעשה ווען דער משכיל האט געזעהן אז דער בעלזער רב שטימט מיט מיט איהם בשתיקה כהודאה.. האט ער נישט אריינגעארבעט צופיהל אין זיין קאמפיין.. זייענדיג פארזיכערט אין זיין געווינס.. אבער למעשה א טאג צוויי פאר די וואלן האט דער פריערדיגער רב ארויסגעגעבן די הוראה צו ווען דעם צווייטן.. און ס'איז שוין געווען צו שפעט יענער זאל נאך עפעס קענען טוהן.. און פארשטייט זיך אז דער אנדערער איז דערוועלט געווארן..

האט דער ציעשנובער רב זיך אויסגעדרוקט.. דער שוואגער איז א הייליגער פאליטיקאנט..

*

נאך איז דא אין דער פרשה.. ונהי בעינינו כחגבים, וכן היינו בעיניהם.. די ספרים זענען שוין פארנומען.. רש"י זאגט אויפן ארט.. 'שמענו אומרים זה לזה נמלים יש בכרמים כאנשים'.. שטעלט זיך די קשיא.. אז זיי האבן געזאגט נמלים..פארוואס זאגסטו חגבים..

קען אפשר זיין..בהקדם א מעשה וואס ר' פינקי'נען דערציילט.. געוען אמאל איינער וואס האט פרובירט צו טוהן אין שדכנות.. אבער ס'נישט געגאנגען.. האט איהם איינער פרובירט צו מדריך זיין.. בין הדברים זאגט ער איהם.. א יעדע מעלה.. בלאז עס אויף לאין ערך.. א יעדע חסרון.. מינימיזיר ווי ווייט מעגליך..

שוין זיצט ער מיט א איד.. דער איד פרעגט איהם.. כ'האב געהערט אז דער בחור האט איין אויג אביסל גרעסער.. וואס?! אביסל גרעסער? רררריזיג.. ווי א מעלאונע.. דער איד ווערט אזוי פארלוירן.. דער צוויטער אויג איז סאך קלענער?.. קליין?! פיצי.. מ'קען עס קוים זעהן.. {איך וואלט געזאגט.. נאך קלענער ווי בענעט'ס קאפל.. ע"פ הגר"ע יוסף..}..

נו די מרגלים.. דאס איז געווען זייער שפראך.. דיבר הכתוב לשון הבאי..זאגט די גמרא ביי 'וערים בצורות בשמים' וואס די מרגלים האבן געזאגט.. שוין האבן זיי פארשטאנען אז יעדער רעדט די שפראך..און ווען יענער זאגט א מורישקע מיינט ער א היישעריק..

*

און א יסודות'דיג ווארט פונעם הייליגן לובלינער זי"ע.. אמאל א מענשט פאלט אדארך מיט שמירת עינים איינמאל און צוויי מאל.. טראכט ער ביי זיך.. שוין איך קען מיר נישט מתגבר זיין.. דאס איז נישט פאר מיר..

זאגט דער פסוק.. ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם.. מיטן תירוץ 'אשר אתם זונים אחריהם'.. ווייל כ'פאל ממילא אדורך..

*

ולסיום.. א זיסע סיפור.. געוואוינט האט אין לאנדאן א באבובער חסיד.. ר' שלמה ראזן ז"ל האט ער געהייסן.. אמאל האט ער געגעבן א קוויטל פאר הרה"ק ר' איציקל מפשעווארסק זצ"ל.. ר' איציקל רופט זיך אהן.. איך בין נישט קיין צדיק.. נישט קיין רבי.. וואס ברענגסטו מיר קוויטלעך דא..

זאגט דער ר' שלמה.. די פסוק זאגט.. היש בה עץ.. זאגט רש"י דאס מיינט א צדיק.. ואם אין.. והתחזקתם ולקחתם מפר"י.. איז ראשי תיבות רבי משה יצחק פשעווארסקער..


די וואך טרעפט מען טאקע די כח פון ברכות הצדיקים.. משה רבינו האט געדאוונט אויף יהושע.. כלב האט געדאוונט ביי קברי צדיקים.. זאל טאקע זכות הצדיקים מגין זיין אויף אונז און אויף אלע אידן.. אמן!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
שר התורה
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר התורה »

אורי, הערליך שיין!
זייער הנאה געהאט פונעם קאצקער ווארט,
די היישעריק טייטש איז אויך זייער זיס,
ייש''כ
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
אוועטאר
טענדזשעריסט
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 5:55 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טענדזשעריסט »

יישר כח!!!
מיינע נערוון זענען נכסי יחיד, קריך אראפ דערפון זאפארט!!!

אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

יעדער ליל שישי זעמיר זיך עקסטער מחי' מיט ר' אורי'נען

יעצט ווארט מיר אויף ר' מומחה, זאל אריינקומען מיט זיינע פערל ווערטער.
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4563
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע: מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

שכח ר' אורי

זייער שיין
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

יישר כח ר’ אורי יעדער שורה א פרישע בליץ!!

און א דאנק @מומחה און @מסתמא יעצט געזען פון פאריגע וואך

וועגן די מסעות איז דא אין רמב"ן זייער שטארק ארויסגעברענגט דעם לכתך אחרי במדבר, אנע שום חשבונות אזוי ווי @מסתמא שרייבט די מוראדיגע בטחון און התבטלות, וואס האט זיך דא ארויסגעוויזן
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

א גוטן חברים

לאמיר זעהן וואס מען האט צוגעגרייט?
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אה איז דא מענטשן יעצט אין די פארברענג?
אה איך זעה דא איבערגעבליבענע קוגל,
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

נישט יעדן וואך קום איך מיטצוהאלטן ליל שישי, ר' אורי איך מיין איך וועל מוזן קומען אויפטער!

שטארק שטארק!!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

איז מען נאך גרייט צו הערן א דרשה'לע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

נו וואדע
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

א גוטן יודן א פרישע ליל שישי..

א גרויסן יישר כח פאר די אלע באטייליגטע פארן צוזאם קומען בדיבוק חברים.

לאמיר עפעס נאכזאגן, כ'האף אז די חשובע ציבור וועט הנאה האבן.

עס איז דא א הערליכע ווארט אנהייב פרשה פון הגה"ק דער רבי ר' העשל זי"ע פון קראקא, אין ווערט געברענגט אין די ספר חנוכת התורה.

שטייט אויפן פסוק שלח לך אנשים זאגט די הייליגע רש"י למה נסמכה פרשת המרגלים לפרשת מרים לפי שלקתה על עסקי דבה שדברה באחיה, ורשעים הללו ראו ולא לקחו מוסר..
איז ער מדייק וואס רש''י שרייבט א אינטערסאנטע אויסדרוק ורשעים הללו "ראו" ולא לקחו מוסר... וואס מיז עפעס זיין דווקא 'ראו'.. אפי' ווען זיי זעהן נישט, נאר זיי הערן פון דעם וואלטן מען שוין אויכט געדארפט ארויס נעמען א מוסר השכל..

זאגט ער א טייערע ווארט... די גמרא זאגט אין מסכת ברכות - א"ר יוחנן נגעים ובנים אינן יסורין של אהבה, פרעגט די גמ' - ונגעים לא והתניא כל מי שיש בו אחד מארבעה מראות נגעים הללו אינן אלא מזבח כפרה, .... ענטפערט די גמ' ביי די דריטע תי' "ואי בעית אימא הא בצנעא הא בפרהסיא" קומט אויס פין די גמ' אז יסורים של אהבה איז נאר ווען מען זעהט עס נישט, עס איז בצנעה, משא"כ ווען ס'איז בגלוי, בפרהסיא, איז דאס גארנישט קיין יסורים של אהבה..

דער רבש"ע האט געוואלט אז די אידישע קינדער זאלן זיך ארויס לערנען א מוסר השכל פין די פר' פון מרים'ן.. וואס צוליב רעדן שלעכטע דיבורים איז זי נענש געווארן, ממילא זאלן זיי שטארק אכטונג געבן.. אין נישט רעדן שלעכטע זאכן..

אבער זיי וואלטן דאך געקענט זאגן.. נעה.. פין מרים איז נישט קיין ראי'.. זי איז דאך געוועהן א גרויסע צדיקת, ממילא איז די יסורים בעצם גארנישט קיין שטראף נאר פשוט עס איז יסורים של אהבה.. אויף דעם קומט רש"י במליצת לשונו אין זאגט בזה"ל ורשעים הללו "ראו" זיי האבן געזעהן ווי זי האט יסורים, אויב אזוי איז דאס גאר געוועהן בפרהסיא, וואס דאס איז דאך נישט קיין יסורים של אהבה, אין פון דעסוועגן ולא לקחו מוסר...

[align=center]***********************[/align]

היינט בייטאג (כ"ג סיון) איז דאך געוועהן די הילולא קדישא פון הגה"ק רבי יהודה אסאד זי"ע וועל איך נאך זאגן א אינטערסאנטע ווארט וואס ווערט געברענגט אין די ספר דברי מהרי"א.

שטייט אין פסוק ויקרא משה להושע בן נון יהושע, אין ווי רש"י זאגט אז משה האט מתפלל געוועהן י'ה יושיעך מעצת מרגלים, דער תרגום יונתן איז ידוע פאר יעדעם, ווי ער זאגט 'וכדי חמא משה ענותנותיה קרא משה להושע בן נון יהושע..' דארף מען פארשטיין דער פשט פון די תרגום יונתן..

זאגט הגה"ק רבי יהודה אסאד זי"ע, אז משה רבינו האט געוואלט בענטשן יהושע מיט די ברכה פון י'ה יושיעך וכו', האט משה רבינו מרוב עניוות געהאלטן אז יהושע איז אסאך א גרעסערע מדריגה פון איהם, ממילא האט משה נישט געקענט ווינטשן, ווייל עס פאסט דאך נישט אז א קליינע מענטש ווינטש אן א גרעסער אין חשובער מענטש ווי איהם, דערפאר האט משה קודם נישט געוואלט בענטשן יהושע... אבער מיר ווייסן דאך אז דער תוה"ק איז מעיד אויף משה רבינו 'והאיש משה עניו מאוד מכל האדם אשר על פני האדמה'.. ממילא ווי משה רבינו האט דאס געזעהן וואס דער תורה איז מעיד אויף איהם אויב אזוי איז ער שוין יא גרעסער פון יהושע, ממילא האט ער שוין געקענט מתפלל זיין אין ווינטשן יהושע, זאל געראוועוועט ווערן פין די מרגלים.

דאס איז דער כוונה פון דער תרגום יונתן וכדי חמא משה ענותנותיה, מיינט צו זאגן זיין עניוות פון זיך אליינס, וואס אויף דעם איז דאך די תורה מעיד אויף איהם והאיש משה וכו', אויב אזוי איז ער שוין גרעסע פון יהושע, ממילא ויקרא משה להושע בן נון יהושע...

[align=center]*************************[/align]

אויף די דערמאנטע רש"י אז משה האט מתפלל געוועהן אויף יהושע י'ה יושיעך מעצת מרגלים שטייט א דבר פלא ונפלא אין די הייליגען חתם סופר זי"ע

ער הייבט טאקע אן בזה"ל "לולי דמסתפינא הייתי אומר"..

זאגט ער אזוי אז בעצם ווען יהושע איז געבוירן געווארן האבן זיינע עלטערן שוין דעמאלס געגעבן די נאמען יהושע.. ע''ש י'ה יושיעך וכו', אזוי ווי מען האט געגעבן אנדערע נעמען מצרף זיין מיטן די אייבישטן נאמען, למשל צורישד''י וכו'.

נאר ווען מען האט ממנה געוועהן יהושע צו זיין נשיא לשבט אפרים, איז מחמת די גרויס חשיבות פון איהם האט מען איהם אנגעהויבן צו רופן הושע.. צו ווייזן אז יהושע מרוב צדקותו וגדלותו, דארף ער שוין מער נישט קיין סעד לתומכו, נאר גייט מיט אייגענע זכותים... אין דאס שטייט טאקע למטה אפרים הושע בן נון..

משה רבינו וואלט אוודאי מסכים געוועהן ווייל ער איז געוועהן ראוי דערצו אן קיין שום ספק, נאר וואס דען, למעשה איז משה רבינו יא געבליבן מיטן ריכטיגע נאמען ווי ער איז געבוירן געווארן מיטן נאמען יהושע... ויקרא משה להושע בן נון יהושע... פארוואס? ווייל משה רבינו האט פארשטאנען אז אין די יעצטיגע מצב, איז יא כדאי צו בלייבן מיטן אלטן נאמען כדי צו ווערן געראטעוועט פין דער מרגלים, - י'ה יושיעך מעצת מרגלים –. זאגט די הייליגע חתם סופר אז מען זעהט טאקע אין פר' וילך שטייט שוין טאקע נאר והושע בן נון.. ווייל ער האט שוין טאקע נישט געדארפט קיין סעד לתומכו... נאר בשעת די מעשה פון מרגלים איז געוועהן א געוועהן א ספעציעלע זאך וואס מעשה האט געזעהן אז דארף נאך בלייבן מיט נאמען יהושע..

פירט דער חתם סופר אויס איי משה האט נישט חושש געוועהן אז ס'וועט זיין עפעס א שטיקעלע פגיעה אין יהושע... מיט דעם וואס ער וויל נישט אז מען זאל רופן הושע וואס ווייזט מער א חשיבות, אויף דעם שוין די תרגום יונתן וכדי חמא משה ענותונותיה דיהושע וכו' האט משה רבינו טאקע נישט מורא געהאט אין געקענט בלייבן מיט דעם נאמען יהושע...

האסט אלע א פרייליכן שבת א לעכטיגן שבת
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

רבי אורי... מען קען ממש באלעקן די פינגער'ס מיט דער גאר גוטע מטעמים פון דיינע ווערטער...
בליצן רעיונות איינס שענע פון די צווייטע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ר מומחה פיין געזאגט וואויל געזאגט יעצט שיק ארויף די פאטיטע קוגל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אוראייניקל האט געשריבן:קוים א וואך פאריבער, און... מיר האלטן שוין ווידער ביי ליל שישי!

דער ליל שישי האט אנעקסטערע משמעות.. ס'איז דאך מוצאי כ"ג סיון.. דער טאג וואס מרדכי מיט אסתר האבן ארויסגעשיקט די צווייטע בריוון ביי נס פורים.. ביי פורים איז דאך דער מנהג אריינצוציען און שיכור'ן אינעם נאכט אריין.. נו דארף מען פארשטייט זיך אנהייבן מיט א כוסה צוויי דריי..

בפרט וואס די וואך האמיר דאך 'ויאמר ה' סלחתי כדברך'.. האט דער יוד הקדוש פון פרשיסחא געזאגט.. 'ויאמר סלחתי כדברך' איז דאך די ראשי תיבות 'כוס'.. שם הוי"ה שרייבט מען דאך צוויי יודן.. אז צוויי אידן זיצן און טרינקען א כוס צוזאמען.. דאן זאגט דער באשעפער 'סלחתי'..

קען זיין אז ס'ענין איז דייקא ליל שישי.. ה' סלחתי כדברך' איז דאך גימטריא 'כוס ליל שישי' (עם התיבות והכולל)..



עס איז טאקע ידוע אז בשעת'ן מלחמה ווען דער רוסן האבן פארטריבן דער אידן וואס זענען געוועהן אויף די רוסישע זייט - קיין סיביר זענען די אידן געוועהן זייער אראפ געקלאפט, דער טאג איז געוועהן כ"ג סיון.. אין צווישן די אידן איז געוועהן אויף די באן, הרה"ק רבי איציקל מפשווארסק זי"ע, האט רבי איציקל זיך אנגערופן אז די טאג איז דווקא א מסוגלדיגע טאג, ווי עס ווערט געברענגט אין מגילה אזוי ווי רבי אורי דערמאנט דאס, איז אויב אזוי א גוטע סימן..
אין כך הווה ווי יעדער ווייסט אליינס אז די אידן פין סיביר זענען די מערסטע געראטוועט געווארן.. (אבער כ'האב אמאל געהערט נאך מער.. איך קען אבער נישט באשטעטיגן אויף הונדערט פראצענט, אז די אלע אידן וואס זענען געוועהן אויף די באהן זענען אלע געראטעוועט געווארן יעדער איז ניצל געווארן..)
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

דאס האטס עטס אלע פיינע קאלטע ביר..
טרונקט לחיים...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אוראייניקל האט געשריבן:קוים א וואך פאריבער, און... מיר האלטן שוין ווידער ביי ליל שישי!



און אזוי איז געווען אמאל ביי מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע.. געווען איז עפעס א מעשה פון וואלן.. וואס ציעשנובער רב זי"ע האט פארפירט און פארארבעט מעשים אז מ'זאל וועלן דעם וואס איז געלאפן קעגן א משכיל.. ווען מצד שני האט דער פריערדיגער רב זי"ע זיך נישט צו טוהן געמאכט.. און ס'האט דעם ציעשנובער רב זייער וויי געטוהן..

למעשה ווען דער משכיל האט געזעהן אז דער בעלזער רב שטימט מיט מיט איהם בשתיקה כהודאה.. האט ער נישט אריינגעארבעט צופיהל אין זיין קאמפיין.. זייענדיג פארזיכערט אין זיין געווינס.. אבער למעשה א טאג צוויי פאר די וואלן האט דער פריערדיגער רב ארויסגעגעבן די הוראה צו ווען דעם צווייטן.. און ס'איז שוין געווען צו שפעט יענער זאל נאך עפעס קענען טוהן.. און פארשטייט זיך אז דער אנדערער איז דערוועלט געווארן..

האט דער ציעשנובער רב זיך אויסגעדרוקט.. דער שוואגער איז א הייליגער פאליטיקאנט..



זייער שיין
איך האב אלע מאל געהערט פין מיין טאטע זז"ג, וואס האט געהערט פין הרה"ק רבי יענקעלע פשערווארסקער זצ"ל אז די ציעשינובער רב פלעגט רופן אויף די שוואגער דער בעלזער רב די הייליגע פאלטיקאנט...

אבער יעצט זעה איך אז ס'קומט צוזאמען מיט א מעשה אין דאס האב איך קיינמאל נישט געוויסט

ייש"כ
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

פליז לייגטס ארויס נאך קאלטע טרינקען..
דער עולם וויל טרינקען
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

download.jpeg
download.jpeg (4.06 KiB) געזען 559 מאל
מומחה יוחס האט געשריבן:פליז לייגטס ארויס נאך קאלטע טרינקען..
דער עולם וויל טרינקען
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

sheetrock האט געשריבן:
download.jpeg
מומחה יוחס האט געשריבן:פליז לייגטס ארויס נאך קאלטע טרינקען..
דער עולם וויל טרינקען

דא ביסטו? אין נאכט וויזיע האסטו איינגערעדט אז די גייסט שוין שלאפן. האליענען איז ער געגאנגען!
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

קו הישר האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן:
download.jpeg
מומחה יוחס האט געשריבן:פליז לייגטס ארויס נאך קאלטע טרינקען..
דער עולם וויל טרינקען

דא ביסטו? אין נאכט וויזיע האסטו איינגערעדט אז די גייסט שוין שלאפן. האליענען איז ער געגאנגען!

לשון הרע
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

די וואך איז דאך דא די באקאנטע תרגום יונתן, כד חמא משה ענוותנותיה דיהושע אמר י-ה יושיעך מעצת מרגלים, און די תמיה איז באקאנט, וואס איז איינס געבינדן מיטן צווייטן? ווייל ער איז א עניו דארף ער שמירה מעצת מרגלים?

אויף דעם תרגום האב איך שוין געהערט צענדליגע פשטים, אבער ב"ה ס'זענען נאך דא אידן וואס טראכטן אויט אף די באקס, און קומען אלס פון א פרישע ענגל. האט מיר א איד די וואך נאכגעזאגט אזא ווארט בשם הגאון האדיר ר' אברהם יצחק אולמאן שליט"א.

ס'דא א ספר עיר חנוך פון ר' העניך טייטלבוים חתן הקדושת יו"ט, בתחילת הספר איז געדריקט אביסל תולדות, שרייבן זיי דארט אז דער מהרש"ם מברעזשאן איז אמאל געווען ביים אלעסקער רב, די לב שמח. און ווען ער האט געוואלט אוועקגיין האט ער געוואונטשן פארן לב שמח 'ימים על ימי מלך תוסיף', האט די לב שמח אים געזאגט, ווען מ'וואונטשט פאר א מענטש אריכת ימים דארף מען צוזאמען מיט דעם וואונטשן אז אין די יארן זאל ער זיין ערליך.

ווייל די גמרא זאגט אין חגיגה רב יוסף כי מטי להאי קרא בכי, ויש נספה בלא משפט, אמר מי איכא דאזיל בלא זמניה, אין, כי הא דרב ביבי בר אביי הוה שכיח גביה מלאך המות, אמר ליה לשלוחיה זיל אייתי לי מרים מגדלא שיער נשייא, אזל אייתי ליה מרים מגדלא דרדקי, אמר ליה אנא מרים מגדלא שיער נשייא אמרי לך, אמר ליה אי הכי אהדרה, אמר ליה הואיל ואייתיתה ליהוי למניינא, א"ל סוף סוף שניה מאי עבדת, אמר אי איכא צורבא מרבנן דמעביר במיליה מוסיפנא להו ליה והויא חלופיה.

דאס הייסט אז די מלאך המות האט געזאגט אז ווען א מענטש שטארבט פריצייטיג גיבט די מלאך המות אוועק זיינע יארן פאר א צורבא מדרבנן וואס איז א מעביר על מידותיו, פרעגט די לב שמח, זייט ווען האט די מלאך המות ליב באקומען צורבא מדרבנן'ס? נאר קבלה בידינו אז דאס וואס די גמרא זאגט "אלמלא הקב"ה עוזרו לא יכול לו" איז נאר אויף די יארן וואס א מענטש האט באקומען בשעת יצירה, אויב אבער באקומט א מענטש צו נאך יארן האט ער אויף דעם נישט די סייעתא דשמיא.

פארדעם זיכט די מלאך המות אפיר א צורבא מדרבנן, און פאר אים גיבט ער צו די יארן כדי ער זאל אים קענען מכשיל זיין. האט די לב שמח אויסגעפירט, אז דו וואונטשסט מיר ימים על ימי מלך תוסיף דארפסטו צולייגן א ברכה אז איך זאל בלייבן ערליך.

זאגט ר' אברהם יצחק, משה רבינו האט געזען אז די מרגלים וועלן זינדיגן און זיי וועלן נפטר ווערן יונג, האט ער זיך געזארגט ווער וועט באקומען זייער יארן, וכד חמא משה ענוותנותיה דיהושע, ער האט געזען אז יהושע איז א צורבא מדרבנן וואס איז מעביר על מידותיו, אמר י-ה יושיעך מעצת מרגלים, די באשעפער זאל דיך היטן מעצת מרגלים פון די תוצאה פון די עצת מרגלים, פון די איבריגע יאר וואס אויף דעם האט מען נישט קיין סיוע פון הימל.
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

אורי, מומחה,

יישר כח, אך האב שטארק הנאה געהאט!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

א גוט מארגן

לחיים לחיים
מיט א גלאז קאלטע ביר הייבט זיך אנדערש אן דער טאג!....... ס’גייט זיך סאך גרינגער צוריק שלאפן
יישר כח הרב @מומחה און @כמשה כתוב. זיער שיינע רעיונות!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

לאמיר אויך אביסל אריינווארפן...

מ’האט שוין דערמאנט די פשעווארסקע צדיקים האמער זיך דערמאנט א מעשה’לע פון ר’ יענקלע זי"ע
”איז אמאל געקומען א איד צופארן אויף יום כיפור קיין פשעווארסק, און נאך כל נדרי, איז ער צוגעגאנגען זאגן א גוט יו"ט, און ער האט געווארט צו הערן עפעס א ווארט פונעם רבי’ן, און ער הערט א שיין ווערטל, ר’ יענקלע פארציילט אז אמאל איז געווען א עם הארץ וואס זיך פארשאפט א חשוב’ען איידעם פאר א טייערן נדן, ס’איז געקומען פרשת שלח, און דער שווער הערט זיך איין ביים ליינען, ווי דער בעל קורא זינגט אזוי שיין, יום לשנההה יו ם לשנננהההה, פאלט אים איין א וואנזשנע געדאנק... כ’האב צוגעזאגט צען יאר קעסט, גיימיר עס מאכן אזוי מער בקיצור יום לשנה ... אין פטור, מוצאי שבת זאגט ער צום איידעם, מארגן גיי זוכן עפעס א עסק, דארפסט ברענגען ברויט אין שטוב, דער איידעם עפענט אפאר אויגן ס’הייסט?? כ’האב דאך צען יאר צו גיין?! זאגט דער שווער, דו הערסט נישט אויס ס’ליינען? מ’האט דאך גאר בפירוש געזאגט יום לשנה.. ס’איז שוין דורך א צען טאג, יוצא געווען...
קומענדיגן טאג רופט מען דעם שווער צום בית דין, דער איידעם וויל מסדר א צוועלפער, נישטא קיין קינדער, כ’דארף אויפשטעלן דורות, ס’העט דא זיין, יעצט איז געקומען זיין רייע צו עפענען גרויסע אויגן, ס’הייסט? וואס עפעס? מ’האט דאך קוים חתונה געהאט? זאגט דער איידעם, נאך צען יאר וואוינען, אז מ’האט נישט קען מען גט’ן נוווו.. שוין צען טאג, יום לשנה... נעם איר אהיים זייט מוחל ...
און אזוי האט זיך דער שווער דערלערנט צו ניצן ריכטיג דעם יום לשנה, איז ס’איז געווארן שלום ושלוה
די מעשה האט ר’ יענקעלע פארציילט יום כיפור ביינאכט נאך כל נדרי,
דער איד איז געבליבן מיט אביסל א זויערע טעם אין מויל.... שוין נישטא בעסערס צו זאגן יעצט, ווי עפעס א ווערטל א שווער מיט א איידעם...
דער גייט צו זיין אכסניא און עפענט עפעס א ספר/קונטרס און זעט דארט שטיין א מליצה ישרה פון רבין ר’ שמעלקא, אז ווען ס’קומט יום כיפור אין דער רבש"ע איז מוחל זיינע קינדער אלע עבירות, קומט דער יעניגער מיט א טענה, ס’הייסט? איין טאג זענען זיי וואויל געווען אין פארטיג? אלעס מוחל? און וואס זיי טוען א גאנץ יאר, פון דעם רעדט מען נישט?
זאגט מען אים צוריק, אין מדבר ווען מ’האט געפסק’נט יום לשנה, פאר יעדן טאג א גאנצע יאר ביזטו גארנישט ברוגז געווען, איז זיי יעצט אויך שטיל, יאפ א טאג איז ווי א יאר....
זעענדיג דאס איז דעם איד שוין אלעס פארענטפערט געווארן, ער האט פארשטאנען אז ר’יענקלע האט געוואלט מעורר זיין דעם ווארט אז מ’זאל זאגן יום לשנה פאר אידישע קינדער, און ס’זאל זיין א גאנץ יאר יום כיפור

נו זינגט אלע אינאיינעם .... א גאנץ פריילעך.. א גאנץ יאר פריילעך.. אוי א גאנץ יאר....

אויך איז כדאי אריינצוקוקן אין תניא פרק כ"ט, וואו ער ענדיגט צו מיט א לימוד פון די וואכעדיגע סדרה, ס’איז זייער נוגע למעשה שטענדיג, ס’איז אנ’אריכות אפצושרייבן, עיין שם און נעמט עס אויפן לעבן, אולי וועט נאך צייט זיין עס אהער צו ברענגען
א גוטן שבת! און יישר כח פארן אויסהערן
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”