ליל ששי אשכול

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4563
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע: מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:אמן!
דעם ווארט אויף נדב ואביהו האבעך נישט פארשטאנען
די חידושים זענען עפעס ספעציעל איטליכע מאל עקסטער ;l;p-
אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאשא »

הצלחה
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

כטראכט יעצט א געדאנק

די תורה זאגט קענסט זיין א "מצורע" געטוהן עבירות אבער "אחרי" נאך דעי גאנצע תשובה קומט מען ארויס "קדושים"
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9222
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

רבותי! טוב תורה עם דרך ארץ... כ'מיין... עם א גוט שטיקל קוגל...


זעהט אויס אז זייט דער ליל ששי שטיבל האט אנגעהויבן בארייכערט ווערן מיט די וועכענטליכע חידושים נפלאים פון ר' אורי היחיד-חומש (איין-ניקל) והיחיד מומחה, ווערט דער ציבור זאט פון די געשמאקע מאמרים מיט אזא רוחניות'דיגע הנאה אזש מ'האט אנגעהויבן נאכלאזן פון צושטעלן די גשמיות'דיגע סחורה.

ע"כ טוען מיר אפיליאירן און מאנעוורירן, אז ווער ס'קען זיך ערלויבן (א.ק.א. ער האט באקומען דעם סטימיולעס) זאל ביטע קומען סארטירן, זיך ארויפשאצן די געהירן, ריקן בענק און טירן, אויספאקן און אנשמירן, נישט שטיין גלייכגילטיג נאר זיך רירן, ברענגן צום טיש אלע ערליי געשחט'ענע שטירן, אכלו ושתו למעדנים, און לאזטס ענק וואויל גיין פארן הייליגן באשעפער.
---
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ברוך אתה ד' ....... שהכל נהי' בדברו

אההההההההההה לחייים לחיים טובים ולשלו'
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

נו א ניגון?
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

מומחה יוחס האט געשריבן:ברוך אתה ד' ....... שהכל נהי' בדברו

אההההההההההה לחייים לחיים טובים ולשלו'

לחיים, לחיים

נו לאמיר הערן עפעס א דבר תורה פונעם מגי''ש
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

א גוטן חברים, טייערע אידן נאך אזא פיינע געשמאקע ליל שישי עלמיר אביסל שמועסן..

לאמיר אנהייבן מיט גאר א טייערע ווארט וואס שטייט אין ספה"ק עטרת ישועה פין הרה"ק רבי יהושעל'ע מדזיקוב זי"ע:

שטייט אין פסוק אחרי מות שני בני אהרן וגו', ואל יבוא בכל עת אל הקודש וגו'..
איז דער עטרת ישועה מקדים מיט א דבר נפלא מאוד.

עס איז באקאנט דער סיפר (וואס ווערט געברענגט אין עטליכע ספה"ק), אז איינמאל ביים הייליגן קאזניצער מגיד זי"ע ווען עס איז געוועהן פר' בחוקותי ווען מען איז אנגעקומען צו די פרשה פין תוכחה... ביי די פסוק והשימותי את מקדשיכם וגו', האט די הייליגע קאזניצער מגיד זיך געגעבן א רוף אויס הויעך רבש"ע ווען וועט מען שוין דערלעבן ס'זאל שוין מקוים ווערן די והשימותי את מקדשי... עכה"ק, אין די ספה'"ק מוטשען זיך צו פארשטיין די דיבורים קדושים פונעם הייליגע קאזניצער מגיד.

זאגט דער עטרת ישועה א דבר נפלא, עס ווערט געברענגט אז מיכאל שטייט אין איז מקריב דער נשמות פין די אידישע קינדער לריח ניחוח, אין עס איז מבואר אזוי אויך אז די אלע אידן וואס ווערן געהרג'ט על קידוש השם ווערן אנגענומען ביים רבש"ע לריח ניחוח אזוי ווי א קרבן.

אבער די תכלית איז נישט אז ס'זאל זיין נאך גע'הרגט'ע וואס ווערן געהרג'ט על קידוש ד', אה"נ עס איז זייער הויעך זאך אבער די עיקר איז מען זאל יא לעבן אין אויפטוהן אלעס בחיים.

אונז ווייסן מיר אז ביי צדיקים איז דער פרשה תוכחה פיל מיט ברכות... אין דאס האט דער הייליגע קאזניצער מגיד געמיינט צו בעטן די באשעפער אז זאל נישט זיין נאך יודן וואס זאל ח''ו געהרגט ווערן על קידוש ה' – והשימותי את מקדשיכם – זאל זיין נישט מער הריגות רח''ל – ולא אריח בריח ניחוחכם, ס'זאל נישט זיין די נחת רוח פין אזעלכע זאכן נאר פין אנדערע זאכן..
(דער עטרת ישועה שרייבט אז ער האט איבער געזאגט די פשט פאר זיין טאטע די אמרי נועם - וקלס'יה..).

זאגט די עטרת ישועה אז דאס קען אויך זיין פשט דא, אחרי מות שני בני אהרן – וואס מיר ווייסן דאך אז די מיתת בני אהרן איז געוועהן קידש שם שמים, אזוי ווי מיר ווייסן פין די חז"ל אויפן פסוק ונקדש בכבודי אל תקרי בכבודי אלא במוכבדי.. זאגט אויף דעם פסוק שפעטער "ואל יבא בכל עת אל הקודש" זאגט ער אז וא"ל יב"א בכ"ל עת איז בגימ' עקב"ת, וואס דאס איז מרומז לעקבתא דמשיחא, אז מיר האפן מיר אז די גאולה שלימה זאל נישט זיין אויף א אופן פון קידוש ד' אזוי ווי די אופן וואס די בני אהרן האבן געטוהן אז זיי זענען געשטארבן על קידוש ד', נאר פונקט פארקערט אן קיין חבלי משיח אזוי ווי מיר האבן פריער דערמאנט..

[align=center]***********[/align]

עס איז באקאנט אז דער מגיד האט געזאגט פאר די בית יוסף אז ער וועט געהארגט ווערן עקה"ש, אין מיר זעהן דאך נישט אזוי.

נאר ידוע בשם דער ערשטע בעלזער רב אז האט געזאגט אזוי, 'אז דער בית יוסף איז אסאך מאל אומגעקומען עקה"ש נאר די רבש"ע האט איהם ברוב רחמיו ווייטער מחיה געוועהן'..

[ווי צדיקים האבן מסביר געוועהן אז מען קען אויך ביים לעבן מקדש שם שמים זיין... ממילא קען שוין אויך זיין פשט ווי דערמאנט פריער פין די עטרת ישועה.. והשימותי את מקדשיכם אז מען מיז נישט צוקומען צו קידוש ד' דורך מיתה נאר מען קען אויך בחיים חיותו מקדש שם שמים זיין...]

עכ"פ אויף די פריעדיגע דערמאנטע ענין פין די בית יוסף – האט די מיטעלע בעלזער רב רבי יהושע'לע געטייטש אז אחרי מות שני בני אהרן בקרבתם לפני ד' וימותו.. אין ווי ס'איז מבואר אין אוה"ח הק' זי"ע אז זיי זענען אויסגעגאנען מרוב דביקות.. אויף דעם זאגט דער תורה הק' בזאת יבוא אהרן אל הקודש – ער זאל טאקע זיין מיט דביקות צום רבש"ע אבער מיט דער אופן אז ער זאל בלייבן מיט די חיות אין בלייבן לעבן...

[align=center]**************[/align]

היינט נאכט זענען דא גרויסע יארצייטן, וועלן מיר דערמאנען בקשר צו די פרשה

איינער פין זיי איז הרה"ק רבי איציקל מראזדוויל זי"ע בנו של הרה"ק המגיד מזלאטשוב זי"ע

האב איך געזעהן ברענגן אין די ספר אור יצחק אויפן פסוק ואהבת לרעך כמוך זאגט ער א לאנגע שמועס כדרכו בקודש.. אין איך וועל נאר ארויס נעמען א שטארקע ענין וואס ער זאגט בין הדברים.

מיר ווייסן אז ביי די פסוק ואהבת לרעך כמוך זאגט רש"י רש"י אמר ר' עקיבא זה כלל גדול בתורה...
זאגט ער אז אויב מען וויל וויסן ווי שטארק איז דער אהבה פין א איד צו די רבש"ע, צו די תורה, דארף מען קוקן ווי שטארק דער אהבת ישראל איינער צו די צווייטן, אזוי איז אויך די ליבשאפט פון א איד צום רבש"ע... אין דאס איז א כלל גדול בתורה...

(איך האב נאר געשריבן בקיצור נמרץ ווייל ער איז שטארק מאריך בענין)

[align=center]***************[/align]

היינט נאכט איז אויך די הילולא קדישא פין די הייליגע ראפשיצער רב זי"ע

אין די ספה"ק זרע קודש בסוף פר' קדושים שטייט אזא ווארט
"קדושים תהיו: דאס מיינט מיינט די צדיקים הקדושים, תהיו – זיי זאלן לעבן אין בלייבן אויף די עולם הזה..." עכדה"ק

בפשטות איז לכאורה די כוונה אז מען וויל אז די צדיקי הדור זאלן בלייבן מיט אונז אין מיר זאלן קענען מחזק זיין מיט די צדיקים – אין דאס איז לכאורה געוועהן א תפילה...

זכותם יגן עלינו א גוט שבת טייערע אידן
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

ב''ה, די מגי''ש זענען געהעריג מיט אונז,

ש'כח @אורי @מומחה

כמים קרים על נפש עייפה.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

רבי אורי געוואלדיגע רעיונות ייש''כ
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

א גוטע נאכט
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

simcha האט געשריבן:כאניש, איך האב הנאה איך האב דיר געפרעגט אזוי האב איך באקומען דער תשובה,
איך האב אזוי געלאכט....
איך האב געוואוסט עס לוינט זיך דיר צו פרעגן, ווייל דאן וועט מען באקומען א 'כאניש' תשובה וואס מען ווייסט אז עס וועט ארויפברעגנען א ברייטן שמייכל אויף די פארטריקענטע לעפצן,
טענק יו.

איך טראכט שוין וואס נאך איך קען דיר פרעגן, אםםם....
אה, וואס טאקע קעניך דיר פרעגן???

ייש"כ פאר די קאמפלימענט!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
simcha האט געשריבן:כאניש, איך האב הנאה איך האב דיר געפרעגט אזוי האב איך באקומען דער תשובה,
איך האב אזוי געלאכט....
איך האב געוואוסט עס לוינט זיך דיר צו פרעגן, ווייל דאן וועט מען באקומען א 'כאניש' תשובה וואס מען ווייסט אז עס וועט ארויפברעגנען א ברייטן שמייכל אויף די פארטריקענטע לעפצן,
טענק יו.

איך טראכט שוין וואס נאך איך קען דיר פרעגן, אםםם....
אה, וואס טאקע קעניך דיר פרעגן???

ייש"כ פאר די קאמפלימענט!

מ’קען מיינען אז דו גייסט אין א סדר..... כאניש איינער...
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

היינט ביינאכט איז דער עולם - ואני בתוכם - פארנומען בהילולא דרשב"י, וכלשונו פונעם מנהל לכאורה "געביכלט".. העמיר מקדים זיין מכה לרפואה.. און אריינווארפן אפאר ענינים לכבוד'ן ליל שישי הממשמש ובא..


היינט נאכט איז דאך אויך די יארצייט פונעם הייליג'ן רמ"א.. העמיר אנהייבן מיט א מעשה וואס האט א שייכות מיט'ן פרשת השבוע.. ס'האט דערציילט דער לונדונער רב הגאון ר' העניך פדווא זצ"ל, ווען ער האט געוואוינט אין וויען, האט ער אנגעטראפן א כהן אינעם אוהל פונעם טשארטקאווער רבי זצ"ל.. ער האט אפירגעהאלטן דעם כהן.. ס'דאך אן איסור דאורייתא.. לנפש לא יטמא..

דער כהן ענטפערט איהם.. וואס הייסט? קברי צדיקים אינם מטמאים!.. זאגט איהם ר' העניך, אין קראקא ביים ציון פונעם הייליגן רמ"א איז דאך דא א גדר כדי די כהנים זאלן קענען צוקומען.. דער כהן פארשטייט אבער נישט וואס ער וויל.. איך רעד פון צדיקים, וואס ברענגסטו מיר א ראיה פונעם רמ"א..

*


האב איך געזעהן בשם הג"ר בונם סופר זוהן פונעם קראקאווער רב ר' שמעון זצ"ל.. דער יארצייט פונעם רמ"א פאלט בדרך כלל אין פרשת אמר אדער בהר בחוקותי.. דאס איז א רמז.. אמר איז אותיות רמ"א.. דאס וואס דער רמ"א פסק'נט איז ביי אונז.. בהר בחוקותי.. כחוקה וכהלכה למשה מסיני..

מ'קען אפשר צולייגן בדרך רמז.. אחר"י קדשי"ם אמ"ר איז גימטריא רב"י שמעו"ן ב"ר יוח"י.. ביי אונז וואס רבי שמעון הא מגלה געוווען אינעם זוה"ק איז אויך הלכה למשה מסיני..


טרעף מיר טאקע אז תורת הרמ"א און תורת רשב"י גייען ביידע ביינעזאם.. ווי די מליצה וואס ווערט געברענגט אין די ספרים.. ובתוכם דער חת"ם סופר אין די תשובות.. "ובני ישראל יוצאים ביד רמ"א".. ביי יהדות אשכנז גייט מען מיט'ן רמ"א.. און אז מ'קוקט אין תרגום זאגט ער "ברי"ש גלי".. און ס'איז ידוע וואס דער 'דגל מחנה אפרים' זאגט 'בריש ראשי תיבות רבי שמעון בר יוחאי, גלי כשיתגלה ספרו הקדוש ספר הזוהר אז בדא יפקון מן גלותא'..

ובפרט ביינונז חסידים ההולכים בתורת הבעש"ט, וואס איז מיוסד בתורתו של רשב"י, ווי דער דגל ברענגט דארט 'בריש ראשי תיבות רבי ישראל בעל שם, גלי היינו כשיתגלה תורתו ויפוצו מעינותיו אז יפקון מן גלותא'..

*


דארף מען אבער געדענקן אז הגם מ'פליהט אין די הימלען.. פאר אלעס קומט מקיים זיין הלכה למעשה, דערנאך קען מען זיך אריינטוען אין סודות התורה.. קודם קומט שנים מקרא "ביד רמ"א".. און דערנאך קומט די תרגום "ברי"ש גלי"..

זאגט רש"י "להזהיר גדולים על הקטנים".. ווי חז"ל זאגן "דבר גדול, מעשה מרכבה. דבר קטן, הויות דאביי ורבא".. אפילו דו טוסט אין הויעכע זאכן.. גדולים.. דארפסטו נאך אויך נזהר זיין אויף די קטנים.. אויף הלכה למעשה..
*


שטייט דאך פון אר"י הקדוש דאס ענין פון מאכן פיאות און זיך פרייען ביים ציון הרשב"י.. קען זיין.. שטייט אין שלה"ק בשם מדרש תהילים " אמר רבי שמעון בר יוחאי, בא וראה שאין חביב לאדם יותר מבניו, וכדי לעשות רצון בוראו רואה בנו שנשפך ממנו דם מילה ומקבל עליו בשמחה".. איז מצות מילה קען מען (עכ"פ די וואס זענען נישט נ נ"ח'ניקעס) נישט שלעפן קיין מירון.. אמול ואצא לדרך איז א סכנה.. אבער ענליך צו דעם איז וען מ'ווערט דריי יאר.. מ'מאכט נאך סימנים אז מ'איז א איד.. מ'נעמט אראפ א חלק פונעם גוף פאר השי"ת.. גייט מען צו ר' שמעונ'ען און מ'איז עס מקיים בשמחה..
*


בפרט אז מ'טרעפט די וואך "לנפש לא יטמא בעמיו".. זאגט רבי הענאך פון אלעקסאנדער זי"ע בעמיו איז א לשון פון גחלים עוממות... נישט טוהן די מצווות אויסגעלאשענעהייט.. דאס איז מטמא דעם נפש..

ענליך שטייט פון תולדות אדם פון אוסטרובה.. צו א מת מצוה.. איינער וואס טוט מצוות אן קיין חיות.. דארף יעדער זיך אראפלאזן צו איהם איהם אויפצהייבן..

*


ובדרך זה קען מען טייטשן דעם מדרש די וואך (ויק"ר כח, ג) 'אימתי הן תמימות, בזמן שישראל עושין רצונו של מקום'.. וכבר רבו הפירושים אויף דעם..

קען מען זאגן בהקדם וואס דער רבי פון לובלין טייטשט (דברי אמת ויקהל) 'רצה הקב"ה לזכות את ישראל' אז זיי זאלן טוהן מצוות מיט א פרישקייט , 'לפיכך הרבה להם תורה ומצוות' יעדע שטיק צייט קומט א נייע מצוה.. אזוי אז מ'זאל עס קענען טהן מיט א התחדשות..

איז די מצוה פון ספירה גייט אן פאר א לאנגע צייט.. ניין און פערציג טעג אין א ציה.. ס'קען ווערן אביסל אפגעקיהלט די התחדשות.. דעפאר באווארנט אונז דער מדרש.. אימתי הן תמימות.. בזמן שישראל עושין "רצונו" של מקום.. וואס "רצה" הקב"ה לזכות אונז יודעלעך צו טוהן מצוות מיט א התחדשות..

*


האמיר די וואך אויך די מעשה מיט'ן מגדף.. לאזט זיך פרעגן.. ווי קומט אזא זאך ביי אידן.. מברך את ה'?

נאר אז מ'קוקט אין פנים יפות ווערט אלעס קלאר.. מאכט ער דארט א חשבון אז די מעשה איז געשעהן גלייך נאך די מעשה פון קרח.. שטייט דאך אין מדרש אז דער ריכטיגע מאן פון שלומית בת דברי איז געווען דתן.. האט יעדער געמיינט אז דאס איז דתן'ס תכשיט.. האט ער געוואוינט ביי שבט ראובן.. איז אבער געקומען די מעשה פון קרח.. און די ערד האט איינגשלונגען גאנץ משפחת דתן ואבירם.. איז דער געבליבן לעבן.. ער איז נישט געווען דתן'ס א קינד.. האט זיך יעצט אנגעהויבן די גאנצע סומאטוכע ווי ער זאל וואוינען..

לערנט מען פון דעם.. אז מ'וואקסט אויף אין א שטוב ווי מ'בארעדט די גדולי הדור.. דאן גייט דאס קינד שוין א טרעפל ווייטער ה"י..

*


און לויט דעם פנים יפות'ס חשבון שטימט שוין וואס רש"י ברענגט אז ער האט מלגלג געווען אויף די לחם הפנים.. דרך המלך לאכול פת חמה בכל יום, או שמא פת צוננת של תשעה ימים, בתמיה.. ער איז דאך געוואקסן ביי דתן אינדערהיים.. ווי מ'האט נישט געקענט עסן קיין נעכטיגע עסן.. אפילו שבת האבן זיי פרובירט צו טרעפן פרישע מן..
*


ולסיום.. די לומדי דף היומי לערנען דאך היינט תורה לשמה.. די גמרא זאגט אין יומא (יח.) "והכהן הגדול מאחיו, שיהא גדול מאחיו בכח בנוי בחכמה ובעושר. אחרים אומרים, מנין שאם אין לו שאחיו הכהנים מגדלין אותו, תלמוד לומר והכהן הגדול מאחיו גדלהו משל אחיו"..

איז מילא בעושר קענען די אנדערע כהנים משלים זיין.. אבער ווי אזוי געבט מען כח, נוי און חכמה?

נאר די תירוץ איז.. ווי דער ילקוט הגרשוני טייטשט די וואכעדיגע פרק.. איזהו עשיר.. וואס איז די שאלה.. א עושר איז איינער וואס איז רייך.. נאר בדרך כלל קומט עשירות א גאנצע פעקעדזש.. ער ווערט שוין א חכם.. א שיינע איד.. ווי דער פסוק זאגט "וכסף וזהב ירבה לך.. וכל אשר לך ירבה".. איז די שאלה 'איזהו עשיר' נאר עשירות אן חכמה והמסתעף.. זאגט דער משנה 'השמח בחלקו'..

והוא הדין ביינונז.. איינמאל 'אחיו מגדלין אותו' מיט געלט.. קומט שוין ממילא מיט חכמה שיינקייט און גבורה..


הוא ימליץ טוב בעדנו אדוננו בר יוחאי!!!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אפשר מאכט מען דא היינט נאכט א הדלקה....
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4563
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע: מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

מומחה יוחס האט געשריבן:אפשר מאכט מען דא היינט נאכט א הדלקה....

קראנטשע די פעטרישקע....
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אה מען גייט געבן פעטרישקא ביי די ליל ששי פארברענג..... סמאטינג זייער גוט
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4563
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע: מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

מומחה יוחס האט געשריבן:אה מען גייט געבן פעטרישקא ביי די ליל ששי פארברענג..... סמאטינג זייער גוט

טאמער דו גייסט זיין די זעלאנקע
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אה דארפסט ד"ר זעלאנקע?
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

א גוטן חברים ידידים.

היינט נאכט איז דאך א גרויסע טאג ל"ג בעומר.. מען דארף דאך נישט מאריך זיין איבער דער גרויסקייט פון די טאג.

אבער מיר שטייען אלע יעצט אין די ביטערע איינדרוק פין א שרעקליכע טראגעדיע אין די פילע זין אין ווארט..... איז מיר זייער שווער צו פארברענגן אין שמועסן לאנג אבער דאך עפעס וועל איך דא דערמאנען.

איז קודם כדאי צו דערמאנען די דבר ידוע פין די הייליגע בית אהרן מקארלין זי"ע וואס ער שרייבט בזה"ל "כל מי שיש לו אמונה ברשב"י יש לו חיזוק ברשב"י, כשם שהשי"ת הוא ה' לכל, כך רשב"י הוא רשב"י לכל אפילו לפחותים"... ר' שמעון איז פאר יעדער איינעם פין די בעסטן ביז די ערגסטן... דאס איז דער גרעסטע חיזוק ווערטער וואס מיר קענען האבן..

מיר גלייבן אז אלעס איז אנגעשריבן פין אויבן פין פריער, אלעס איז מיט א חשבון, מיר דארפן זיך נאר מחזק זיין איינער דער צווייטן אין יעדער פאר זיך מאכן בדק הבית וואס ער דארף פארעכטן.. אין דאווענען אין בעטן פאר אלע חולי ישראל זאלן האבן א רפואה, אין בזכות רשב"י וועלן אלע האבן א רפואה בעז"ה, אין מיר זאלן שוין אינגיכן זוכה זיין צו די גאולה שלימה בב"א

[align=center]**************[/align]

יעצט וועלן מיר ברענגן צוויי ווערטער איבער דער פרשה.

שטייט אין פרשה והכהן גדול מאחיו שטייט אין גמ' גדלהו משל אחיו
שטייט אין ספה"ק אהבת שלו' פין די הייליגע קאסובער זי"ע א פשוטע הייליגע פשט

אז דער כה"ג דארף צו וויסן ביי זיך אז די גאנצע גדלות אין די גאנצע כח וואס ער האט איז נאך בזכות דער אידישע קינדער, אין ער פאר זיך איז גארנישט מיט גארנישט דאס מיינט אז ער דארף וויסן אז גדלהו דער גאנצע גרויסקייט איז נאר בזכות 'בשל אחיו'...

[align=center]***********************[/align]
היינט בייטאג איז געוועהן די יא"צ פין די הייליגע דגל מחנה אפרים זי"ע א אייניקל פין די אור שבעת הימים די הייליגע בעל שם טוב הקדוש זי"ע ועכי"א וועל איך ברענגן א הייליגע ווארט פון איהם.

שטייט אין פסוק לנפש לא יטמא בעמיו

זאגט ער א אינטערסאנטע זאך אז מיר געפינען אזא לשון צדיק נתפס בעון הדור, זאגט אז מאכט זיך אז די צדיק ווערט נכשל מיט די עבירה וואס איז שכיח אז די מענטשן פין די דור ווערן נכשל, למשל ליצנות וכדו', וואס איז זייער פרוץ ביי די דור, אין די צדיק ווערט נכשל מיט דעם צו ווייל מען זאל נישט זאגן אז ער איז א שוטה אין זיינע ווערטער זאל ווערן צוגעהערט מוז ער דאס טוהן, צו מאכן א ווערטל וכדו', אדער סתם אזוי מאכט ער א ווערטל, דאס מיינט אז די צדיק ווערט נתפס מיט די זעלבע עבירות פין די דור...

דאס זאגט אונז די תוה"ק אויף די כהנים וואס דינען די הייליגע באשעפער – לנפש לא יטמא 'בעמיו' - אז זאלן נישט מטמא זיין מיט די בעמיו מיט די זאכן וואס די המון עם די מענטשן פירן זיך טוה נישט ווי זיי.. ווער נישט נאכגשלעפט נאך זיי...

אין אזוי אויך טייטש ער: ובמקום שאין אנשים השתדל להיות איש דאס הייסט אז דארט ווי מען פירט זיך נישט אויף מענטשליך... מיט די התנהגות וכדו' זאלסטו נישט נאכמאכן אין טוהן ווי זיי נאר השתדל להיות איש פארקערט ווי זיי...


זאל השי''ת העלפן בזכות התנא האלוקי רשב"י זאלן מגין זיין אויף אלע אידן מיט ישועות ורפואות אין מען זאל נאר הערן גוטע בשורות

א פרייליכן שבת
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אין ייש"כ פאר הרב אורי פאר די בליציגע ווערטער
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

א גוטן ליל ששי טייערע חברים, ובראשם די תרי צנתרי דדהבא, מגידי השיעור מדי שבוע בשבוע, מוה"ר אור אייניקל ומוה"ר מומחה יוחס

ליידער בין איך נישט געווען אין דעם אשכול עטליכע וואכן, אבער איך האב דאס יעצט משלים געווען און אפגעליינט, און טאקע פיין הנאה געהאט ב"ה

---
דער ווארט וואס דער דגל ברענגט אויף "במקום שאין אנשים השתדל להיות איש", האב איך פארשטאנען עטוואס אנדערש. ער ברענגט עס פון א צווייטן מגיד, אז א מענטש זאל זיך משתדל זיין צו פירן כאילו ער געפונט זיך במקום שאין אנשים, כדי זיך נישט צו דערשרעקן פון די ארומיגע וואס לאכן פון זיינע ערליכע פירונגען.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

לכאורה האט געשריבן:א גוטן ליל ששי טייערע חברים, ובראשם די תרי צנתרי דדהבא, מגידי השיעור מדי שבוע בשבוע, מוה"ר אור אייניקל ומוה"ר מומחה יוחס

ליידער בין איך נישט געווען אין דעם אשכול עטליכע וואכן, אבער איך האב דאס יעצט משלים געווען און אפגעליינט, און טאקע פיין הנאה געהאט ב"ה

---
דער ווארט וואס דער דגל ברענגט אויף "במקום שאין אנשים השתדל להיות איש", האב איך פארשטאנען עטוואס אנדערש. ער ברענגט עס פון א צווייטן מגיד, אז א מענטש זאל זיך משתדל זיין צו פירן כאילו ער געפונט זיך במקום שאין אנשים, כדי זיך נישט צו דערשרעקן פון די ארומיגע וואס לאכן פון זיינע ערליכע פירונגען.


1. קודם כל איך האב פארשטאנען לויט ווי עס איז א המשך פין פריער
2. דער ווארט אליינס איז פין די דגל נאר פירט אויס צום סוף אין אזוי ווי די הרב המנוח ר' נחמן טייטש דער פסוק ואיש לא יעלה עמך...
נאר וואס דען אה''נ דער ווארט פין די מגיד אויף די פסוק ואיש לא יעלה, איז טאקע אזוי ווי די שרייבט'ס... אבער דער שטיקל פריער פארשטיי איך אז איז א קשר צו פריער

אבער קען זיין אז איך מאך א טעות - איך זאג נאר וואס איך פארשטאנען אין אפגעלערנט..
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

וויסעך נישט צו מ'העמיר דא זיין ביינאכט, העמיר אראפלאדענען די סחורה...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

שטיי מיר שוין ביי א פרישע ליל שישי..

פונקט א וואך פאריבער פונעם שרעקליכסטן ליל שישי וואס איך געדענק.. און ס'נעמט איבער דעם שרעקליכן ליל שישי ר"ח אדר ב' תשס"ח.. פונעם פיגוע אין ישיבת מרכז הרב.. זייענדיג דעמאלטס אין ירושלים עיה"ק נישט צו ווייט פונעם מקום.. ווען במשכ'ן נאכט האט די פאליציי געזוכט אנדערע טעראריסטן אין די ירושלימ'ע גאסן..

אלע רבנים און רעדנערס האבן שוין געזאגט און גערעדט.. איך האב גארנישט וואס צו צולייגן.. בפרט ווען ס'איז נישט מיין אויפגאבע אריינצורעדן דערין.. ואנחנו לא נדע מ"ה נעשה.. וואס מ'ברויך צו טוהן וועגן די מ"ה ה' אלוקיך שואל מעמך.. די 45 הייליגע נשמות וואס השי"ת האט צוריקגעבעטן פון אונז..

וועל איך נאר זאגן א רמז'ל וואס כ'האב געהערט.. בתוספת נופך.. "אחרי מות קדושים" (אחר"י קדושי"ם עם התיבות והכולל גימטריא ארבעי"ם וחמש"ה), "אמר" (- גימטריא י"ח באייר) "בהר" אויפן בארג אין מירון.. דאס איז "בחקותי" דאס איז נישט פאר אונז צו פארשטיין.. "לפיכך כתב בה חקה, גזירה היא מלפני ואין לך רשות להרהר אחריה"..

*

אבער דאס איז זיכער.. אז דאס וואס מ'דארף זיכער נישט טוהן, איז מאכן יענעמ'ס חשבונות.. וואס יענער דארף פארעכטן..

ביי חסידים האט מען גאר געזאגט אז אפילו קיין אמונה טאר מען נישט האבן אויף יענעמ'ס חשבון.. ווי מ'טרעפט די וואך.. די תורה זאגט 'וכי תאמרו מה נאכל בשנה השביעית וגו' וצויתי את ברכתי'.. און אעפ"כ טרעף מיר אין גמרא (חגיגה ג:) 'הרבה כרכים כבשו עולי מצרים ולא כבשום עולי בבל.. והניחום כדי שיסמכו עליהן עניים בשביעית'.. שטעלט זיך די קשיא.. די תורה זאגט דאך צו אז ס'וועט זיין גענוג צו עסן.. עד כדי כך אז דער רבי ר' זושא זאגט אז אפילו פרעגן די שאלה "מה נאכל" איז שוין א פגם אין אמונה..

נאר וואס דען.. אמונה איז גוט פאר זיך אליינס.. פאר די ארימעלייט ברויך מען זיין אן אפיקורס.. פאר זיי דארף מען איבערלאזן שטעט אין עבר הירדן זיי צו באזארגן מיט פרנסה..

*

און אז מ'רעדט שוין פון בטחון אויף יענעמס חשבון.. האט מען געפרעגט איינע פון די בעלי מוסר.. צו מ'מעג בארגן פון א צווייטן, נישט וואוסנדיג צו ער גייט קענען באצאלן.. מיט'ן חשבון אז ער האט בטחון אינעם באשעפער אז ער וועט איהם שוין צושיקן.. האט דער גדול געענטפערט.. אויב דו ביסט גרייט צו בארגן פאר איינער וואס קען נישט צאלן ע"ס פון יענעמ'ס בטחון.. קענסטו איך בארגן על סמך פון דיין בטחון..

*

און אז מ'גיבט פאר ארימעלייט.. ברויך מען געבן מיט א שמייכל.. ווי חז"ל זאגן.. "כל הנותן פרוטה לעני מתברך בשש ברכות, והמפייסו בדברים מתברך בי"א ברכות".. זאגן די ספרים, דאס זאגט דער פסוק 'את כספך לא תתן לו בנשך'.. גיב איהם עס נישט מיט קיין פארביסנקייט.. און אודאי בייס נישט אריין אין איהם כאילו ער קומט דיר בארויבן..

*

און אז מ'רעדט פון ארימעלייט.. זאגט די וועלט.. ושבתם איש אל אחוזתו.. אז מ'באקומט צוריק די נכסים.. ואיש אל משפחתו תשובו.. דאן אקומ יעדער פלוצלינג א גאנצע משפחה.. יעדער וויל איהם שוין קענען.. ווי די פסוק זאגט "וישגב אביון מעני.. וישם כצאן משפחות"..

מיט דעם ווערט פארענטפערט דעם דיוק.. פארוואס זאגט די פסוק "ושבתם איש אל אחוזתו" נישט "ושבתם אחוזה אל בעליו".. ווייל דאס גאנצע חשיבות בעיני די מענטשהייט איז די אחוזה זיינע.. אן דעם קוקט מען איהם קוים אהן ווי מענטש.. ושבתם איש.. ער באקומט צוריק זיין מענטשהייט.. אל אחוזתו..

*

נאך קען מען זאגן אין דעם דיוק.. ס'באקאנט די מעשה מיט צוויי אידן וואס האבן זיך ארום גע'טענה'ט איבער א שטיקל קרקע.. זעהענדיג אז ער קומט נישט צו אן עמק השוה.. זאגט דער רב האט אז ער וויל עס זעהן דעם נידון מיט די אייגענע אויגן..

דער רב קומט אהן אינעם פעלד.. און ער בייגט זיך אראפ למטה מעשרה טפחים.. און איז מקיים דעם "והאזינו ארץ".. ער הערט זיך צו צום ערד..

צום ערשטוינטן בליק פון די צוויי בעלי דינים.. איז זיך דער רב מסביר.. דא שרייט איינער 'כולה שלי' דער ערד איז מיינס, און דער צווייטער שרייט ,כולה שלי, אלעס איז מיינע.. אבער די ערד זאגט..כולכם שלי.. עפר אתה ואל עפר תשוב..

צוריקגעבן פעלדער אין יובל קומט דאך צו לערנען "כי גרים ותושבים אתם עמדי".. עטס זענטס נאר געסט דא אויפ'ן וועלטל.. "כי לי הארץ".. ממילא פאסט נישט צו זאגן "ושבתם אחוזה אל בעליו".. נאר איש אל אחוזתו.. ער געהערט צום קרקע..

*

אבער פשוט פשט איז דאך פשוט.. דעם אחוזה קען מען דאך נישט רוקן פון פלאץ.. מ'ברענגט צוריק דעם בעה"ב צום פעלד און נישט דאס פארקערטע..

*

און א ווארט אויף פרשת בחקותי.. דער בעל הטורים זאגט "אם בחקותי תלכו. ר"ת אבת, שתלכו בדרכי אבות".. די גמרא זאגט אין יבמות (מח:) "מפני מה גרים מעונים בזה"ז וכו' מפני שאין בקיאין בדקדוקי מצוות כישראל".. שטעלט זיך דע שאלה.. א גר קאן דען נישט זיין א תלמיד חכם?..

נאר וואס דען.. כדי מקיים צו זיין די תורה ריכטיג ברויך מען דרכי אבות.. ווי מ'האט געזאגט ביי חסידים.. די שולחן ערוך איז געמאכט פאר די גרים.. און אז מ'גייט בדרכי אבות, קומט מען נשט צו צו זיין מעונין.. נאר ונתתי גשמיכם בעתם..

*

אין ישיבה, אז מ'האט נישט געקענט פטור ווערן פון א נודניק.. האט מען געעפנט א ספר, און זיך געזעצט לערנען.. בבחינת "כל הנפטר מחבירו" אז דו ווילסט פון יענעם פטור ווערן.. "לא יפטר ממנו אלא בדבר הלכה".. זאגט דער פסוק "אם בחוקותי" אז מ'זעצט זיך לערנען.. "תלכו"..

*

אין כולל פלעגט א יונגערמאן טענה'ן.. מ'קען אפלערנען א סוגיא.. מ'דארף נישט פארשטיין קיין סברות.. ס'איז א גזירת הכתוב.. אזוי האבן חז"ל פארשטאנען.. דאן קען מען אפלערנען אן קיין שטער.. "אם בחקותי" אז מ'לערנט בדרך חוקה.. דאן "תלכו" קען מען פארן..

קען מען צולייגן "ואת מצוותי תשמרו" אז מ'וויל אבער געדענקן דאס לערנען.. דאן "ועשיתם אותם".. ברויך מען עס גוט אדארך "טוהן"..



זאל דער אויבערשטער טרייסטן אלע צובראכענע הערצער "ונחמנו ביום המנוח הזה" (טאו"ח סי' ר"ח)
און האטס מיר א זיסן און א ליכטיגן שבת!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”