ליל ששי אשכול
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17144
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ליל ששי אשכול
א גוטן ליל שישי!
ביי קדשים איז ידוע די כלל אז הלילה הולך אחר היום.. היינט איז געווען די יארצייט פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע.. האב איך געזעהן ברענגען בשמו.. א טעם אויפ'ן זיך אנשפארן ערב שבת.. וואס צדיקים האבן געזאגט זייער גרויס דערויף.. שטייט דאך אין מסכת ברכות (נז:) שבת אחד מששים לעולם הבא.. נו אבער עולם הבא קען נאר באקומען לאחר מאה ועשרים.. איז די עצה.. די גמרא זאגט דאך דארט אויך 'שינה אחד מששים במיתה.. נו.. אז מ'לייגט זיך ער"ש האט מען די אחד מס' במיתה.. קען מען דערנאך צוקומען צו אחד מס' בעוה"ב..
קוקט אבער אויס.. ס'זענען דאך דא אזעלכע וואס דארפן קודם אדורכגיין אביסל גיהנם פאר זיי קענען אנקומען צום עוה"ב.. קען מען צולייגן.. שטייט דאך אויך דארט 'אש אחד מששים בגיהנם'.. כאפט מען ליל שישי א ברענעדיגע טשאלנט מיט א ציגאר אין די זייט.. אזוי קומט מען אלעס אפ..
אבער אין אמת'ן אריין.. אז מ'היט שבת.. המקיים שלש סעודות בשבת ניצול מדינה של גיהנם.. ממילא קען מען יוצא זיין אנעם אויך.. לא תבערו אש בכל מושבותיכם ביום השבת..
*
היינט נאכט איז דאך די יארצייט פון רש"י הק'.. ווערט געברענגט אין 'כתר שם טוב' (הוספות אות כח) בשם דער בעש"ט.. אז ווען דער מלאך לערנט מיט'ן קינד פארן געבוירן.. לערנט ער ליל שישי חומש מיט רש"י.. און ווען מ'לערנט ליל שישי חומש מיט רש"י קען מען זיך דערמאנען און פילן א טעם פון יענע לימוד מיט'ן מלאך..
מ'קען אפשר מוסיף זיין.. שטייט אין מגן אברהם (פר' בא) אז רש"י איז ר"ת ר'וחן ש'ל י'שראל.. בבחינת רוח.. און פון אריה"ק שטייט אז דאנערשטאג אז מען מקבל די רוח יתירה פונעם קומענדיגע שבת.. און דער מלאך הממונה על ההריון לילה שמו.. ממילא די נאכט נאך דאנערשטאג איז די פאסיגע צייט פאר לערנען חומש מיט רש"י..
דארף מען טאקע לאזן צייט פארן עולם צו לערנען חומש מיט רש"י.. ס'מאכט זיך זעלטן אז רש"י'ס יארצייט זאל געפאלן אין א ליל שישי.. העמיר אנכאפן אפאר קורצע נקודות..
*
זאגט טאקע רש"י אנהייב פרשה.. שכל הנביאים נתנבאו בכה אמר ה'.. מוסיף עליהם משה שנתנבא בזה הדבר.. שטייט אין דברי יואל פר' שמיני.. זה הדבר אשר צוה ה' תעשו.. זאגט דער מדרש אותו יצה"ר תעבירו מלבבכם ותהיו כולכם ביראה אחת ובעצה אחת לשרת לפני המקום.. פארהאן כמה וכמה נוסחאות התפילה.. און דאס קען צוברענגען צו מחלוקת און פירוד.. אבער אין אמת'ן אריין דארף די עיקר זיין אשר צוה ה' תעשו.. דאן קען מען דינען דעם באשעפער בעצה אחת..
האב איך אמאהל געהערט צולייגן.. זה הדבר.. דאס וואס מ'רעדט זיך איין אז נאר דאס וואס מ'פירט זיך ביי אונז.. דאס איז אשר צוה ה'.. תעשו.. דאס דארף מען פארעכטן.. אותו יצה"ר תעבירו מלבבכם..
קען טאקע זיין דאס איז מרומז אין די פרשה פון נדרים.. יעדע הנהגה טובה איז דאך נכלל בתורת נדר.. וועט זיך איינעם דאכטן אז נאר זייערע הנהגה איז ריכטיג.. מאכט רש"י א הקדמה.. וידבר משה אל ראשי המטות.. יעדע שבט מיט זיינע מנהגים.. וויסן זאלט עטס.. נאר תורת משה איז דא איינס.. נתנבא ב'זה הדבר'.. דאס און נישט עפעס אנדערש.. אבער כל הנביאים לדורותיהם.. איז נאר שייך כה אמר ה'.. אבער יענעמס הנהגה האט פונקט די זעלבע חשיבות..
*
א שטארקע יסוד זעהט מען ווייטער אין רש"י.. ומפני מה הלך פינחס ולא הלך אלעזר.. דבר אחר שהלך לנקום נקמת יוסף אבי אמו.. לכאורה איז שווער.. וואס ווערט יעצט פארענטפערט.. אלעזר איז דאך אויך א מחותן.. זיך אננעמען פאר זיין שווער'ס כבוד.. נאר פון דא איז א ראיה.. מ'דארף זיך טאקע נישט אננעמען פאר'ן שוער..
און ווער רעדט נאך.. די גמרא אין ב"ב האט א צד אז אלעזר'ס שוויגער האט גאר געשטאמט פון יוסף.. מיין שונא'ס שונא.. איז דאך דגאר נישט קיין ענין נקמה צו נעמען..
ווערט טאקע פארענטפערט.. רש"י איז ממשיך.. ומנין שהיתה אמו של פנחס משל יוסף, שנאמר מבנות פוטיאל, מזרע יתרו שפיטם עגלים לעבודה זרה ומזרע יוסף שפטפט ביצרו.. איז דאך שוער פארוואס זאגט רש"י ערשט יתרו און דערנאך יוסף.. יוסף איז דאך געווען פריער.. און צו דעם וויל דאך רש"י צוקומען.. נאר די רמז איז טאקע אז אבי אמו מיתרו.. און אם אמו מיוסף.. דארפאר רעדט מען קודם פון יתרו און דערנאך יוסף.. און אז ס'איז געווען פון אלעזר'ס שוויגער'ס זייט.. איז שוין אלעס פארענטפערט..
*
נאך טרעף מיר.. משרע"ה בא לכלל כעס בא לכלל טעות.. און ער האט פארגעסן הלכות הגעלה.. קען זיין פארוואס טאקע די הלכות.. מ'האמיר שוין אמאל דערמאנט וואס שטייט פון צדיקים.. אלהי מסכה לא תעשה לך. את חג המצות תשמור.. ביי די הכנות לפסח דארף מען אויפפאסן פון כעס וואס איז כאילו עובד ע"ז.. נו.. ווען כשר'ט מען?.. פאר פסח.. איז דאס א רמז.. הכנות לפסח מיט זיך רעגן גייט נישט צוזאמען..
*
לאמיר נאר כאפן א בליק אין פרשת מסעי אויך.. שטייט דאך פון צדיקים אז יעדע איד גייט אריבער די מסעות אין זיין לעבן.. זאגט די אגרא דכלה.. ויסעו ממתקה ויחנו בחשמונה.. חשמונה איז א לשון פון חשמנים - שרים.. אז מ'לויפט נישט נאך מיני מתיקה.. גיבט מען נישט אויס צופיהל.. בלייבט מען מיט עעפס געלט אין קעשענע.. ויחנו בחשמונה..
קען מען זאגן פארקערט אויך.. ויחנו ממתקה אז מ'רוהט אין מיני מתיקה.. איז די נעקסטע סטאנציע.. ויחנו בח'שמונה.. דארף מען צוקומען צו ח'לק שמונה און די אנדערע פראגראמען..
*
און נאך טרעף מיר.. האט הרה"ק ר' יהודה צבי מראזלא געענטפערט אויף די טענה.. זיין א רבי איז א תאוה ווי אלע תאוות.. אז די תאוה קען מען נאר צוקומען נאכ'ן צוברעכן אלע אנדערע תאוות.. און דאס איז מרומז אין 'ויסעו מקברות התאוה'.. אז מ'האט שוין באגראבן די תאוות.. דאן ויחנו בחצרות.. קען מען עפענען א הויף..
*
אויך טרעף מיר דא א רמז אויף די דאזיגע טעג.. ווי אידן זענען עסוק להברות גופן הטהור.. יעלו הרים ירדו בקעות.. און מ'קומט צוריק ציטערנדיג חודש אלול.. ווי מ'זאגט אין די ליטא.. אפילו די פיש אין וואסער ציטערן.. פון וואנעט ווייסט מען דאס.. אהה.. מ'קומט דאך יעצט פונעם ביעטש..
זאגט דער פסוק.. ויסעו מהר שפר.. מ'קומט צוריק פון די שיינע בערג.. ויחנו בחרדה.. מ'כאפט א ציטער פונעם אלול (מיט'ן ליטווישער מלאפום)..
אבער ביי חסידים גיבט מען זיך אן עצה.. מ'פארט צום רבי'ן.. און ער איז א גוטע אדוואקאט.. ויסעו מחרדה ויחנו במקהלות..
*
שוין דארף מען נאך לאזן צייט פאר חומש רש"י אויך.. זכות כל הצדיקים יגן עלינו ועל כל ישראל.. מ'זאל שוין זוכה זיין והימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה.. און מ'זאל דאס יאהר פראווען א פרעילאכער תשעה באב!!
א גוט שבת א גוט חודש!!

- שר התורה
- שר חמש מאות
- תגובות: 567
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
- לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,
Re: ליל ששי אשכול
אוראייניקל האט געשריבן:א גוטן ליל שישי!

אורי גוט גוט,
ייש'כ!
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
- אלעקסיי דער דריטער
- ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
- תגובות: 6480
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
- לאקאציע: נישט בשכנותנו
Re: ליל ששי אשכול
אוראייניקל האט געשריבן:א גוטן ליל שישי!
אויך טרעף מיר דא א רמז אויף די דאזיגע טעג.. ווי אידן זענען עסוק להברות גופן הטהור.. יעלו הרים ירדו בקעות.. און מ'קומט צוריק ציטערנדיג חודש אלול.. ווי מ'זאגט אין די ליטא.. אפילו די פיש אין וואסער ציטערן.. פון וואנעט ווייסט מען דאס.. אהה.. מ'קומט דאך יעצט פונעם ביעטש..
זאגט דער פסוק.. ויסעו מהר שפר.. מ'קומט צוריק פון די שיינע בערג.. ויחנו בחרדה.. מ'כאפט א ציטער פונעם אלול (מיט'ן ליטווישער מלאפום)..
אבער ביי חסידים גיבט מען זיך אן עצה.. מ'פארט צום רבי'ן.. און ער איז א גוטע אדוואקאט.. ויסעו מחרדה ויחנו במקהלות..
הנם ימים מבורכים
אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19809
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: ליל ששי אשכול
שר התורה האט געשריבן:הערליך, הערליך, שיינע ווערטער,
איר קומט אריין גאר פריש!
איך האב געוואלט שרייבן די, וואך אבער הקב''ה האט אזוי צוגעפירט אז עס האט זיך אויסגעמעקט, וחבל על דאביון,
(אפשר נעקסטע וואך, איך טייפ נישט אזוי שנעל אז איך זאל עס איבערשרייבן,)
גא"מ
געשריבן א ריזן שטיקל גאונות ופלפול און ס'האצעך אויסגעמעקט. שרייבצעך נישט אזוי שנעל נאכאמאל
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
Re: ליל ששי אשכול
חשוב'ע אידן, איך האב אזוי הנאה געהאט פון אייערע שיעורים. הערליך מיט געפיל.
איך האב עקסטער הנאה געהאט פון דיזע שטיקלעך
@אורי, איך האב זייער הנאה געהאט ווי סאך האסט גערעדט פון רש"י

עורך ראשי האט געשריבן:פרשת מטות-מסעי
א גוטע וואך טייערע חבירים וידידים,
עס איז שוין ליל שישי:
(איך וויל שרייבן א לענגערע ווארט, איך ווייס נישט צי די עולם דא גלייכט לענגערע ווערטער, אויב נישט, והוא רחום יכפר, ווי דריקן זיךך מאנכע אויס והי לרצון אמרי 'קי', {וואס מען טייפט})
שפעטער אין די פרשה, ווען די אידן האבן זיך ציריק געקערט פון די מלחמה מיט מדין, שטייט ויקצוף משה על פקודי החיל, פארוואס זיי האבן געלאזט לעבן די נקיבות, און משה האט באפוילן מ'זאל הארגענען אלע נקבות אפי' די וואס האבן נישט געזינדיגט, פרעגט די פנים יפות, צוויי קשיות, איינס פארוואס טאקע האבן די אידן זיי געלאזט לעבן? צווייטנס פארוואס האט משה געהייסן הארגענען אלע נקבות אפי' די וואס האבן נישט געזינדיגט?
נאר ער ענטפערט בהקדם א קשיא, די גמ' אין סנהדרין ברענגט א מדרש, פארוואס האט כזבי בת צור געהייסן 'כזבי'? (איהר עכטע נאמען איז געווען שוילנאי בת צור) זאגט די מדרש, ווייל זי האט כוזב (ווידערגעשפעניגט) אין איהר טאטע, וואס ער האט איהר געהייסן אז זי זאל נישט מזנה זיין אלא לגדול שבישראל (משה רבינו) אין זי האט נישט, פרעגט דער הפלאה, וואס א חיליק אז זי האט כוזב געווען באביה, נאכמער די עבירה וואס זי האט געטון איז אזוי הארב, אז די נאמען מאכט נישט אויס, נאר ענטפערט ער אזוי, און פרשת פנחס געפינען מיר אז בלעם האט געזאגט אלוהיהם שונה זימה, און ער דערמאנט נישט קיין ווארט פון ע''ז (בעל פעור) אין דער טעם איז ווייל בלעם האט מורה געהאט ער זאל נישט געשטראפט ווערן אז ער האט צוגערעד די אידן לע''ז אפי' מיר פאסקענען 'אין שליח לדבר עבירה', איז מען אבער מדיני שמים יא חייב, חוץ ווען, די גמ' זאגט אין קדישין, אפי' למ''ד יש שליח לדבר עבירה, איז אבער ביי אזא מעשה ווי עריות, נישט חייב, ווייל לא מצינו זה נהנה וזה מתחייב, און ביי אזא פאל שרייבט דער משנה למלך, אז אפי' מדיני שמים איז מען אויך נישט חייב, (אן אינטערעסאנטע זאך לייגט ער צי אז דאס איז טאקע געווען די טענה פונעם נח''ש ביי חוה, פארוואס דארף איך באשטראפט ווערן והלא זה נהנה וזה מתחייב,) וועגן דעם האט בלק נאר גערעד פון זנות, (די מדינים זענען נישט געווען אזעלעכע לומדים) במילא האבן זיי גערעד פון ע''ז, לפי זה, קומט דער הפלאה, און ענטפערט זייער שיין, די אידן האבן געהאלטן ממה נפשך זענען די נקבות פטור, ווייל צי זאג איך יש שליח לדבר עבירה, זענען די טאטעס חייב, ווייל זיי האבן דאך זיי געשיקט, אויב זאג איך אין שליח לדבר עבירה, זענען די אידן חייב, זיי האבן דאך נישט געמוזט זינדיגן, נאר איינעם האט מען געהארגעט דאס איז 'כזבו' פארוואס טאקע, נאר דאס זאגט די מדרש, שכזבה באביה, און מיר פאסקענען שליח ששינה שליחותו, השליח חייב,
(אודות הק' השניה אמאי לבסוף הרגו כל הנשים עי' בפנים יפות בפרשה זו, שתי' מחמת הבא להרגך השכם להרגו, עי' שם במתוק לשונו)
זאל מען שוין זוכה זיין אויסגעלייזט ווערן פון גלות מאבל ליו''ט און מקבל צו זיין פני משיח בקרוב,
אוראייניקל האט געשריבן:א גוטן ליל שישי!
ביי קדשים איז ידוע די כלל אז הלילה הולך אחר היום.. היינט איז געווען די יארצייט פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע.. האב איך געזעהן ברענגען בשמו.. א טעם אויפ'ן זיך אנשפארן ערב שבת.. וואס צדיקים האבן געזאגט זייער גרויס דערויף.. שטייט דאך אין מסכת ברכות (נז:) שבת אחד מששים לעולם הבא.. נו אבער עולם הבא קען נאר באקומען לאחר מאה ועשרים.. איז די עצה.. די גמרא זאגט דאך דארט אויך 'שינה אחד מששים במיתה.. נו.. אז מ'לייגט זיך ער"ש האט מען די אחד מס' במיתה.. קען מען דערנאך צוקומען צו אחד מס' בעוה"ב..
קוקט אבער אויס.. ס'זענען דאך דא אזעלכע וואס דארפן קודם אדורכגיין אביסל גיהנם פאר זיי קענען אנקומען צום עוה"ב.. קען מען צולייגן.. שטייט דאך אויך דארט 'אש אחד מששים בגיהנם'.. כאפט מען ליל שישי א ברענעדיגע טשאלנט מיט א ציגאר אין די זייט.. אזוי קומט מען אלעס אפ..
אבער אין אמת'ן אריין.. אז מ'היט שבת.. המקיים שלש סעודות בשבת ניצול מדינה של גיהנם.. ממילא קען מען יוצא זיין אנעם אויך.. לא תבערו אש בכל מושבותיכם ביום השבת..
*
היינט נאכט איז דאך די יארצייט פון רש"י הק'.. ווערט געברענגט אין 'כתר שם טוב' (הוספות אות כח) בשם דער בעש"ט.. אז ווען דער מלאך לערנט מיט'ן קינד פארן געבוירן.. לערנט ער ליל שישי חומש מיט רש"י.. און ווען מ'לערנט ליל שישי חומש מיט רש"י קען מען זיך דערמאנען און פילן א טעם פון יענע לימוד מיט'ן מלאך..
מ'קען אפשר מוסיף זיין.. שטייט אין מגן אברהם (פר' בא) אז רש"י איז ר"ת ר'וחן ש'ל י'שראל.. בבחינת רוח.. און פון אריה"ק שטייט אז דאנערשטאג אז מען מקבל די רוח יתירה פונעם קומענדיגע שבת.. און דער מלאך הממונה על ההריון לילה שמו.. ממילא די נאכט נאך דאנערשטאג איז די פאסיגע צייט פאר לערנען חומש מיט רש"י..
דארף מען טאקע לאזן צייט פארן עולם צו לערנען חומש מיט רש"י.. ס'מאכט זיך זעלטן אז רש"י'ס יארצייט זאל געפאלן אין א ליל שישי.. העמיר אנכאפן אפאר קורצע נקודות..
*
זאגט טאקע רש"י אנהייב פרשה.. שכל הנביאים נתנבאו בכה אמר ה'.. מוסיף עליהם משה שנתנבא בזה הדבר.. שטייט אין דברי יואל פר' שמיני.. זה הדבר אשר צוה ה' תעשו.. זאגט דער מדרש אותו יצה"ר תעבירו מלבבכם ותהיו כולכם ביראה אחת ובעצה אחת לשרת לפני המקום.. פארהאן כמה וכמה נוסחאות התפילה.. און דאס קען צוברענגען צו מחלוקת און פירוד.. אבער אין אמת'ן אריין דארף די עיקר זיין אשר צוה ה' תעשו.. דאן קען מען דינען דעם באשעפער בעצה אחת..
האב איך אמאהל געהערט צולייגן.. זה הדבר.. דאס וואס מ'רעדט זיך איין אז נאר דאס וואס מ'פירט זיך ביי אונז.. דאס איז אשר צוה ה'.. תעשו.. דאס דארף מען פארעכטן.. אותו יצה"ר תעבירו מלבבכם..
קען טאקע זיין דאס איז מרומז אין די פרשה פון נדרים.. יעדע הנהגה טובה איז דאך נכלל בתורת נדר.. וועט זיך איינעם דאכטן אז נאר זייערע הנהגה איז ריכטיג.. מאכט רש"י א הקדמה.. וידבר משה אל ראשי המטות.. יעדע שבט מיט זיינע מנהגים.. וויסן זאלט עטס.. נאר תורת משה איז דא איינס.. נתנבא ב'זה הדבר'.. דאס און נישט עפעס אנדערש.. אבער כל הנביאים לדורותיהם.. איז נאר שייך כה אמר ה'.. אבער יענעמס הנהגה האט פונקט די זעלבע חשיבות..
שוין דארף מען נאך לאזן צייט פאר חומש רש"י אויך.. זכות כל הצדיקים יגן עלינו ועל כל ישראל.. מ'זאל שוין זוכה זיין והימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה.. און מ'זאל דאס יאהר פראווען א פרעילאכער תשעה באב!!
א גוט שבת א גוט חודש!!
- מאניש בנבנשתי
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5404
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
- לאקאציע: אין מיין גוף
Re: ליל ששי אשכול
ישר כח אוראייניקל, זייער הנאה געהאט!
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו
געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)
מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..
קרעפלאך והגלילות
דער שיעור שטיבל

- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18803
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
Re: ליל ששי אשכול
אאאההה. מעחיא דא!
צום ערשט האבן מיר א פרישן עורך, פיינע סחורה און שיין אראפ געשריבן, יהא בואך לתורה ולברכה!
ווערן מיר געוואר אז שר'ס מיט סטאוו'ס קאמפיוטערס קאפעררירן איינער מיטן צווייטן...
און אורי ווי אייביג, פיין פיין!!!.
איז מיר איינגעפאלן אז דאס זינגט מען ביי לכה דודי, התאוררי התאוררי כי בא אורך, קומי אורי, אורי אורי שיר דברי,
לעכטיג זיך לעכטיג זיך ווייל אורי קומט, אורי אורי שי"ר דברי, לכאורה פארוואס שטייט שיר דברי א ניגון זינגט מען, נישט מזאגט דאס.
נאר קען זיין אז שי"ר איז ר"ת רש"י ווען אורי רעדט פון רש"י דעמאלטס איז דאס דברי. און דעפאר פירט ער אויס כבוד ה' עליך נגלה ווייל כבוד אלקים הסתר דבר.
סטע פרעגן מה השייכות?
ווארט נאר צו אורי וועט שוין אריינלערנען פשט...
דערמאנט מיר איבער די מעשה... און ווער מיינט איר האט דאס געשריבן? נו ווער?...
עיין כאן

התאורררי האט געשריבן:ס'פארהאן א סיפור, ביי מרן מהר"ש מבעלזא איז געווען די מנהג אז מ'האט מכבד געווען איינעם זאגן א מדרש, און דער רב האט געזאגט תורה דערויף.
האט אמאהל הרה"ק ר' שלום קאמינקער געזאגט פאר דעם וואס מ'האט מכבד געווען, אז ער זאל זאגן א מדרש פליאה "המכה בדופי כאילו שופך יין בכורות".
ווען דער ערשטער רב זי"ע האט עס געהערט האט ער גלייך פארשטאנען ווער ס'שטייט אונטער דעם, און ער האט געפרעגט דעם קאמינקער רב וואס איז פשט פון דעם. האט ער געענטפערט, אז ביי אשמנו קלאפט מען ביי יעדע אות, און די וואס טראכטן נישט, גיבן א קלאפ ביי דברנו, און נאך א קלאפ ביי דופי. כמו כן ביי אראפגיסן די וויין ביי די עשר מכות, מאכן די עמי הארצים א טעות און גיסן אראפ איין טראפ פאר "מכת" און א צווייטע פאר "בכורות".
דאס זאגט דער מדרש "המכה בדופי, כאילו שופך יין בכורות"...
לעצט פארראכטן דורך איינס אום דאנערשטאג יולי 08, 2021 11:54 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
-
- שר העשר
- תגובות: 12
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2021 7:38 pm
Re: ליל ששי אשכול
"מטות" אז מען בייגט זיך, דענמאלטס "מסעי" וועט מען קענען איבעראל אנקומען
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 24602
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
Re: ליל ששי אשכול
א גוטן אידן, חברים וידידים.
לאמיר אביסל אויסשמועס, ווי מיר האלטן אין די טעג, שטייעדיג אין די רושם פין די דריי וואכן – ימי המצרים, אין פארן 9 טעג.. דארף מען עפעס אויסשמועסן, איז לאמיר אראפ ברענגן א טייערע ווארט פין די הייליגע תפארת שלמה אין די פרשה – פר' מסעי, וואס איז נוגע צו די טעג.
שטייט אין פסוק והתאוויתם לכם גבול קדמה, זאגט ער אז והתאוויתם איז א לשון פון תאווה, אז אידן גליסן אין משתוקק צו די דרך היושר אין האפן אויף די גאולה שלימה.. אזוי ווי ס'שטייט ציון דורש אין לה מכלל דבעי דרישה, אז מיר דארפן בעטן אין האפן אויף די גאולה..
אבער שבת קודש איז מען פטור פין צו קלאגן אויף די חורבן, אזוי ווי מיר זאגן ביי די זמירות אוהבי ד' המחכים בבנין אריאל... ביום השבת שישו ושמחו וכו'...
דער גמ' זאגט אז מיר וואלט געוואלט מיינען אז בנין ביהמ''ק איז דוחה שבת ת''ל אך שבתותי תשמורו.. פשט איז אז דער עיקר מעלה וואס מיר האבן געהאט די ביהמ''ק איז געוועהן אז די שכינה הק' האט שורה געוועהן אויף די אידישע קינדער, אין דאס האבן מיר פארלוירן אין גלות, אבער שב"ק אפי' בימי הגלות זענען מיר יא זוכה צו השראת השכינה.. אין דאס איז דער ביאור "אך" א לשון מיעוט, אפי' ווען די אידישע קינדער זענען בשפל המצב, בימי הגלות דאך דורך שבתותי תשמורו איז מען זוכה צו השראת השכינה ביום שב"ק..
זאגט דער תפארת שלמה מוראדיגע דיבורים: אז היינט מחמת כובד הגלות אין מען ארבעט זייער שווער.. ווערן מיר גערעכנט ווי אנוסים, מיט דעם וואס מיר קלאגן נישט אויף די חורבן.. אין אונס רחמנא פטרי'...
זאגט אבער די דער תפארת שלמה אויב אזוי אויב מיר קלאגן זיך נישט ווי אזוי קען מען זעהן די נחמה, זאגט ער א עצה, "לבל ידח ממנו נדח" די גמ' זאגט כל המענג את השבת נותנין לו נחלה בלי מצרים... איז דער כוונה מחמת מצוה עונג שבת, אין טראכט נישט פין דער שוועריקייטן וואס מיר גייען אריבער די וואכעדיגע טעג נאר ער איז מענג די שבת אין גלייבט אז שבת איז דער שכינה שורה אויף אונז איז ער זוכה לנחלה בלי מצרים...
דאס זאגן מיר שבת ביי בענטשן שלא תהא צרה ויגון ביום מנוחתינו אז ביום מנוחה זאל מען נישט טראכן פין אלע שוועריקייטן איז מען זוכה "והראנו ד' אלוקינו בנחמת ציון עירך...
עכדה"ק פין די הייליגע תפארת שלמה זי"ע
האב איך געטראכט א ענדליכע זאך אין קען זיין אז דאס ליגט באהאלטן צווישן די ווערטער פין די תפארת שלמה.
מיר ווייסן אז איז דא אין מפרשים אויף די כלל אונס רחמנא פטרי' פארשידענע פשטים אין סברות, איינער פין די באקאנטער סברות אז איז דא אין מפרשים אויף די כלל אונס רחמנא פטרי', איז ווי באלד ער איז א אונס ממש, ווערט עס גערעכנט ביי די רבש"ע כאילו ער האט טאקע דאס געטוהן... נו אז ווערט גערעכנט אויבן אין די הימל כאילו עשה, אויב אזוי איז דאס אסאך מאל מער בשלימות ווי ווען מען וואלט טאקע געטוהן געזאגט געמאכט....
אויב אזוי, אז מיר זענען מחמת כובד הגלות א אונס, אבער נאך אלעס וויל מען מען ווארט אויף די גאולה, אבער ס'איז נאך אלס א אונס... ווערט גערעכנט ביי די רבש"ע כאילו ער האט טאקע געקלאגט אויף די חורבן אבער נאך מיט די גרעסטע שלימות.
אויב אזוי קען זיין א רמז אין די פסוק והתאוויתם ווי די תפ"ש זאגט שוין א לשון תאווה, אז די עצם הדבר אז מ'איז משתוקק די גאולה, נאר מירק לאגן נישט גענוג איז דאס שוין א אונס אויב אזוי לכם גבול קדמה, קדמה מיינט פין פראנט פין איהם..., ווערט גערעכנט ביי די רבש"ע כאילו ער האט געקלאגט ממש בפועל איז דאס ממש בשלימות אזוי ווי אין די פראנט פין די רבש"ע ...
[align=center]*********************[/align]
יעצט לאמיר נאכזאגן פין די פרשה אביסל.
שטייט אין ספר אך פרי תבואה אויפן פסוק "אנשי צבא בזזו איש לו".
איז פארהאנען א באקאנטע גמרא אז המבזבז אל יבזבז יותר מחומש, אין די גמר' דערציילט אז ר' ישובב האט געוואלט מבזבז זיין מער אין ר' עקיבא האט נישט צוגעלאזט..
ברענגט ער פון א ספר תניא אז דאס איז געזאגט געווארן נאר ביי צדקה, אבער טאמער ער וויל תשובה טוהן, פאר מכפר זיין פאר זיך אליינס דעמאלס מעג מען מער.. אין דאס איז דער סיבה וואס ר' ישובב האט געוואלט געבן מער ווייל ער האט געהאלטן אז ער דארף א כפרה, אבער רבי עקיבא האט דאס נישט צוגעלאזט..
א ענדליכע זאך זעהן מען אין א גמ' אז אין פודין את השבויים יותר מכדי דמיהם, אבער א געפאגענע פאר זיך אליינס מעג יא געבן אפי' יותר מכדי דמיהם..
דאס איז דער פשט אין פסוק ואנשי צבא בזזו זיי האבן מבזבז געוועהן מער וויפיל מען מעג, פארוואס? נאר די סיבה איז ווייל איש לו ווייל ס'איז געוועהן פאר זיי אליינס.. דעמאלס מעג מען מער...
איך געדענק אז מען פארציילט אז מען האט אמאל געפרעגט די הייליגע צאנזער רב דער בעל דברי חיים זי"ע וואס כידוע האט ער געטיילט גרויסע צדקות אויף א אויסטערלישע וועג... האט מען געפרעגט אז די גמרא זאגט דאך המזבז אל יבזבז יותר מחומש... האט די צאנזער רב זי''ע געזאגט אז פאר מכפר זיין אויף די עבירות – וואס דער צאנזער רב האט אזוי געהאלטן מרוב עניוותותו מעג מען מער אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק וחטאך בצדקה פרוק.. אין ס'שטייט נישט וויפיל....
[align=center]************************[/align]
היות היינט איז געוועהן די יא''צ פין די הייליגע ישמח משה וועל איך נאך זאגן א טייערע ווארט אויף פר' מסעי וואס ס'שטייט אין ישמח משה.
ס'שטייט והשיבו אותו העדה אל עיר מקלטו וגו' וישב בה עד מות הכהן גדול ..
עס איז באוויסט דער גמ' מס' מכות אז טאמער עדות זאגן עדות אויף א מענטש אז ער איז חייב גלות אין ס'געוועהן עדות זוממין.. זאגן מיר נישט אז זיי זאלן גיין אין גלות אנשטאט דער מענטש.. אזוי ווי ס'שטייט הוא ולא זוממין..
זאגט די ישמח משה א שיינע טעם דערויף, ביי די גלות וואס מען איז חייב שטייט דאך אין די פר' וישב בה עד מות הכה"ג.. פארוואס טאקע, ווי ס'ווערט געברענט אין חז"ל אז ס'איז א עונש פאר די כה"ג אז מען איז מתפלל אז די כה"ג זאל שטארבן, ווייל די כה"ג האט געדארפט מתפלל אז ס'זאל קיינער נישט ארויס קומען קיין שום מכשול.. דערפאר ווייסן מיר אז דער מאמעס פין די כה"ג פלעגן טיילן גוט צו עסן פאר די אלע גולים, אז זיי זאלן נישט מתפלל זיין אז די כה"ג זאל שטארבן..
דאס קען נאר זיין ווען מען טוט עס בשוגג, משא"כ ווען איינער הרג'ט רח''ל במזיד.. איז נישט שייך קיין תפילות דערויף, אז ס'זאל נישט ארויס קומען קיין מכשול, ממילא איז זייער גוט אז דוקא אז מען הארגעט בשוגג דעמאלס גייט מען אין גלות משא"כ אויב דער עדים זענען געווארן אפגערפרעגט, קומט אויס אז יענע האט נישט געהארגעט בשוגג, אין דער עדים האבן געזאגט עדות שקר, במזיד, אויב אזוי וואס איז דער כה"ג שולדיג אז מען זאל תולה זיין די מיתה אין די גלות פין די עדות שקר, ער האט דאך נישט געקענט מתפלל זיין, דערפאר גייט ער נישט אין גלות..
[align=center]**********************[/align]
צום סיום הדברים, אזוי ווי מען האט דא דערמאנט די הילולא קדישא פין רש"י הק' וויל איך דא ברענגן א דבר נפלא מאוד וואס ווערט געברענט אין די ספר עטרת זקנים פין הרה"ק ר' יחיאל מיכל זצ"ל א זוהן פין הרה"ק ר' משה'לע מסאמבור זי"ע שרייבט ער דארט א אינטערסאנטע זאך..
אז ער האט געהערט פין דיין טאטע רבי משה'לע מסאמבור זי"ע וואס האט געהערט פין זיין ברידער די הייליגע עטרת צבי מזידישטוב זי"ע וואס האט געהערט פין זיין טאטע הרה"ק הצדיק נסתר רבי יצחק אייזיק מכפר ספרין אז זיי האבן מקובל איש מפי איש, אז אברהם אבינו האט נישט געוואלט אראפ נעמען יצחק פין די עקידה.. ביז די אייבישטער האט איהם צו געזאגט אז רש"י הק' גייט זיין פין דיינע אייניקלעך... האט ער מסכים געוועהן..
האט רבי משה'לע מסאמבור געזאגט פאר זיין ברידער דער עטרת צבי זי"ע אז מען קען אפשר מרמז זיין אין די פסוק ביי די עקידה וירש זרעך את שער אויביו – ויר"ש אותיות רש"י.. ממילא איז דא א אפענע רמז צו די ווערטער אז רש''י גייט ארויס קומען פין זיי .. אין ווי די באשעפער האט צוגעזאגט...
אין עס איז געפאלן די ווארט פאר די עטרת צבי .
זי"ע ועכי"א – א גוטע נאכט א גוט שבת

מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 24602
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
Re: ליל ששי אשכול
אה האבן א פרישע מגיד פאר ליל שישי הרב עורך ראשי - הערליך שיין.. ייש"כ
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 24602
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 24602
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17144
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18803
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
Re: ליל ששי אשכול
מומחה זייער שיינע דיבורים!
יישר כח!
יישר כח!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
Re: ליל ששי אשכול
איינס האט געשריבן:אאאההה. מעחיא דא!
צום ערשט האבן מיר א פרישן עורך, פיינע סחורה און שיין אראפ געשריבן, יהא בואך לתורה ולברכה!
ווערן מיר געוואר אז שר'ס מיט סטאוו'ס קאמפיוטערס קאפעררירן איינער מיטן צווייטן...
און אורי ווי אייביג, פיין פיין!!!.
איז מיר איינגעפאלן אז דאס זינגט מען ביי לכה דודי, התאוררי התאוררי כי בא אורך, קומי אורי, אורי אורי שיר דברי,
לעכטיג זיך לעכטיג זיך ווייל אורי קומט, אורי אורי שי"ר דברי, לכאורה פארוואס שטייט שיר דברי א ניגון זינגט מען, נישט מזאגט דאס.
נאר קען זיין אז שי"ר איז ר"ת רש"י ווען אורי רעדט פון רש"י דעמאלטס איז דאס דברי. און דעפאר פירט ער אויס כבוד ה' עליך נגלה ווייל כבוד אלקים הסתר דבר.
איינס! טויגסט דאך געוואלדיג. נישט געוואוסט. הערליכע פשט'ל און גוט געשריבן
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 24602
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
Re: ליל ששי אשכול
א גוטן חשובע חברים.
דער וואך וועל איך מוזן אביסל מקצר זיין.
שטייט פין הרה"ק רבי משה'לע קאזשניצער זי"ע אין די ספה"ק דעת משה אין די וואכענדיגע פרשה:
אלה הדברים אשר דבר משה בעבר הירדן במדבר בערבה וגו'.
זאגט ער אזוי: טאמער וויל מען "בעבר הירד"ן" אראפ נעמען די דינים וואס זענען ח''ו שורה אויף אונז, איז פארהאן צוויי עצות, 'במדבר' זיך מפקיר זיין אזוי ווי א מדבר וואס איז א מקום הפקר, דאס הייסט ער זאל זיך מפקיר זיין די גאנצע עולם הזה, די עולם הזה זאל זיין ביי איהם גארנישט, אין נאך א עצה 'בערבה'.. א לשון פין זיסקייט והערב נא.. וואס דאס מיינט שמחה, מיט שמחה קען מען אוועק נעמען די דינים וואס עס הענגן אויף אונז..
[align=center]*******************[/align]
היינט נאכט איז דער יארצייט פין דער הייליגע ערוגת הבושם זי"ע וועל איך אראפ ברענגן א טייערע הערליכע ווארט אין די וואכענדיגע סדרה.
שטייט אין פסוק אכל תשברו מאתם בכסף ואכלתם וגם מים תכרו מאתם בכסף ושתיתם נאכדעם שטייט ווייטער כי ד' אלוקיך ברכך בכל מעשה ידיך ידע לכתך את המדבר הגדול הזה זה ארבעים שנה וגו'.
שטעלט די ערוגת הבושם אויף די המשך הפסוקים, וואס איז דער טעם אויף וואס... ווייל מען האט געדארפט קויפן עסן ביי זיי וכו' וועגן דעם וועט דיר דער באשעפער בענטשן מיט אלעס וכו'...
נאך שטעלט ער זיך אויפן דיוק הפסוק אכל תשברו מאתם בכסף "ואכלתם".. וואס איז דער הוספה אז מען זאל עסן.. אין דער זעלבער זאך מים תכרו מאתם בכסף "ושתיתם" ... וואס איז דער דיוק אז מען מוז טרינקן..??
נאר וואס דען, זאגט ער מוראדיג שיין, מיר ווייסן אז די יודן האבן זיך כסדר אפגערעדט אויף די מן, עס איז נישט גוט, האט נישט אלעס, וכו',.. האט די השי''ת געזאגט ווייסטו וואס קויף יעצט עסן ביי די בני עשו, קויפטס טרינקן ביי זיי, אבער נישט נאר קויפן.. "ואכלתם".. נאר עסט אויף וואס מען האט געקויפט, "ושתיתם"..טרינקסט דער וואסער וואס מען האט געקויפט...דעמאלס וועטס עטץ שוין מבחין זיין, אין ענק וועלן שוין זעהן ווי גוט ווי געשמאק די מן איז ווי די באר דער קוואל וואסער וואס איז מיט געגאנגען מיט אידישע קינדער ווי גוט איז אין ווי זיס אין געשמאק דאס איז..
ממילא פארשטייט מען שוין די המשך הפסוקים מורא'דיג..
ווייל וועט מען וועט קויפן אין ואכלתם מען וועט עסן טאקע, אין אזוי אויך ושתיתם.. ערשט דעמאלס וועט עס זעהן אז די גאנצע צייט אין מדבר איז געוועהן א שטיק ברכה, דעמאלס וועלן ענק זעהן אז "כי ד' אלוקיך ברכך בכל מעשה ידיך.. ידע לכתך את המדבר הגדול הזה זה ארבעים שנה וגו' עס האט גארנישט געפעלט פאר די אידן אין מדבר.... געוואלדיג שיין..
[align=center]*********************[/align]
לסיום לכבוד שבת חזון, א הייליגע ווארט וואס כ'האב געזעהן אין ספה"ק דעת משה פין רבי משה'לע קאזניצער זי"ע
ער ברענגט פין די אר''י הק' זי"ע – וואס נעכטן איז געוועהן די יארצייט – אז חזן איז ר"ת ח'יבוק ז'יווג נ'ישק..
זאגט רבי משה'לע מקאזניץ זי"ע א הסבר, בדרכו בקודש, עס איז ידוע אז פארן דאווענען דארף מען אינזין ואהבת לרעך כמוך זאגט ער אז די כוונה איז אז פונקט אזוי ווי כמוך די וועסט ליב האבן יענעם וועט יענער דיר אויך ליב האבן..
מיר ווייסן אז די ביהמ''ק איז חרוב געווארן וועגן שנאת חנם, דארפן מיר דאך מרבה זיין אהבת חנם אין אז מיר זענען מרבה אהבה איז מען גורם אז דער רבש''ע האט אויך ליב די אידישע קינדער דערפאר איז מרומז חז''ן דער אויבן דערמאנטע ר''ת פין חיבוק זיווג נישק.. צו ווייזן אז אויב איז מען מרבה אהבה וריעות צווישן אידישע קינדער איז מען גורם אז דער רבש''ע זאל ארויס ווייזן דער אהבה צו אידישע קינדער אין מיר וועלן זוכה זיין צו גאולה שלימה
אמן כן יהי רצון
לאמיר האפן אז תשעה באב וועט מען קענען זאגן מיט שמחה את יום חג תשעה באב הזה זמן שמחתינו
אין אויב חס ושלו' נישט זאלן מיר אלע האבן א גרינגע תענית אמן

לעצט פארראכטן דורך מומחה יוחס אום פרייטאג יולי 16, 2021 10:36 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17144
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17144
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
Re: ליל ששי אשכול
שטיי מיר ביי א פרישע ליל שישי!
ווי פאסיג איז אנצוהייבן די וואך.. דיקביעותדיגע התחלה פון בעלי דרשנים.. (די אומצוגעגרייטע..).. לא איש דברים אנכי.. און שפעטער הערן זיי נישט אויף צו רעדן.. ווי מ'האמיר שוין אמאל דערמאנט.. די ספרים זאגן אויף יעקב אבינו איש תם.. א בעל הבית אויף די תמימות.. איז 'לא איש דברים אנכי' מיינט.. איך בין נישט קיין בעה"מ אויף די דיבורים.. כ'קעמיר נישט האלטן ס'מויל.. שוין איז די וואך קען מעןזאגן לא איש דברים אנכי.. פונקט אזוי ווי ביי די דרשות איז עס אמת.. איז די וואך נישט פרשת דברים..
און בעצם האט די טענה אויף דעם פתיחה א בפירושע מקור אין מדרש.. די וואך זאגט דער מדרש תנחומא.. "אמרו ישראל.. אתמול אמרת לא איש דברים אנכי.. ועכשיו אתה מדבר כל כך".. בקיצור.. דער ערשטע לא איש דברים איז אויך געווען א וואזשנע בעל דרשן..
*
מ'קען אפשר לערנען פשט.. רש"י זאגט אז משרע"ה האט געמוסר'ט ברמז.. מפני כבודן של ישראל.. שטעלט זיך די קשיא.. שפעטער אין פרשה רעדט משרע"ה ארום פון חטא המרגלים בהרחבה.. אין פרשת עקב שטייט די חטא העי"ן גימ"ל למ"ד באריכות.. נאר וואס דען.. משרע"ה האט אנגעהויבן צו רעדן ברמז.. כאפן א שמעק צו דער עולם האלט ביים הערן מוסר.. געווארפן אפאר רמזים.. אז ער האט געזעהן אז ס'איז דא אינטערעסע.. קען מען זיך נעמען דרש'נען..
נו.. דער שטעלט זיך אויף.. ער גייט זאגן זין דרשה אן אויסצולאזן אן אות.. גייט איהם אהן די פאריעריגע שניי צו איינער וויל איהם בכלל צוהערן.. איז ער א ריכטיגע לא איש דברים..
*
אדער קען זיין.. די פסוק זאגט 'אל תוכח לץ פן ישנאך.. הוכח לחכם ויאהבך'.. נו.. דארף מען בודק זיין צו מ'האנדלט דא מיט חכמים.. האט משרע:ה אנגעהויבן מיט רמזים.. ודי לחכימא ברמיזא.. און אז זיי האבן פארשטאנען.. קען מען זיך נעמען מוסר'ן..
*
היינט נאכט איז דאך די יארצייט פון הרה"ק בעל ערוגת הבושם זי"ע.. דערציילט הגרי"ש אונגאר זצ"ל אויף א שמועס וואס דער ערוגה"ב האט טאקע געפירט ברמיזא.. מיט דריי מאהל נו..
געקומען איז דער ספרים בינדער מיט פריש געבינדענע ספרים.. פרעגט איהם דער ערוגה"ב.. נו?.. דהיינו וויפיהל קאסט עס.. ענטפערט דער בינדער דעם פרייז.. נו?!.. דער בינדער פארשטייט דעם שפראך.. אזוי טייער?! ענטפערט ער.. און איז מסביר פארוואס ס'קאסט טאקע אזא פרייז. ענטפערט דער ערוגה"ב בניחותא.. נו..
*
און אז מ'פארברענגט ליל שישי באחדות.. בפרט אין די טעג וואס מ'וויינט אויפן חורבן הבית וואס איז געקומען מחמת שנאת חינם.. און דאס קען זיין גאר די ענין פון פראווענען סיומים.. און פלוצלינג פרייט זיך יעדער מיט מיט יענעמ'ס הצלחה אין לערנען.. אלעס מחזק צו זיין די ענין פון אהבת רעים.. ווייל אז נישט איז זייער ביטער..
ווי ס'זאגט די 'אמרי חיים' די וואך.. 'איש אחד' אז מ'איז א מענטש אליינס.. 'לשבט'.. קומט זיך איהם מיט א שטעקן..
אין א שטיקל ראיה דערצו.. די גמרא זאגט 'חרב אל הבדים'.. גייט ארויף אויף די וואס זיצן אליינס.. ולא עוד אלא שמתטפשין.. איז עס דאך א אענע פסוק 'ושבט לגו כסילים'..
*
אבער צומאל איז פירוד און מחלוקת גאר א טובה.. כידוע אז די וועלט שטייט אויף שלום.. אבער בויען בויעט עס זיך פון מחלוקת.. אזוי גיסט מען געלט בריוח צו בויען מוסדות און שוהלן.. אבער 'ואת והב בסופה'.. נאך וואס אלעס שטייט שוין לתפארה.. קען מען שוין שלום מאכן..
קען זיין אז ס'איז מרומז אין פסוק.. 'בערבה מול סוף'.. די סוף דארף צו זיין אז כל ישראל ערבין זה בזה.. און מ'זאל זיין זיס איינער צום צווייטן.. איי 'בין פארן ובין תפל ולבן'.. וואס פעלט אויס די לשון הרע'ס און הוצאות ש"ר.. ו'חצרות' זו מחלוקתו של קרח צווישן די חצרות.. דאס איז נאר 'ודי זהב' אז מ'זאל האבן גענוג געלט צו בויען..
*
און נישט נאר סתם מ'דארף ליב האבן א חבר.. נאר מ'זאל גאר נישט קענען הערן קיין שלעכטס אויף איהם.. ווי ס'שטייט בשם דער הייליגער קדושת לוי.. מ'זאגט אין הפטורה א שארפע פסוק 'הוי גוי חוטא, עם כבד עון, זרע מרעים, בנים משחיתים, עזבו את ה', נאצו את קדוש ישראל, נזרו אחור'.. נו מיינט עטס אז דער באדיטשעווער האט געקענט זאגן אזא פסוק..
נאר וואס דען איז פשט.. הוי גוי חוטא.. כלל ישראל איז א פאלק וואס רייניגט זיך.. עם כבד עון.. איי.. א פאלק וואס אז זיי שווער צו טוהן עבירות.. זרע מרעים.. מלשון רעות.. האבן ליב און זענען דבוק אין באשעפער. בנים, משחיתים עזבו את ה'.. זיי צוברעכן אלע שונאי ישראל וואס לאזן אפ דעם באשעפער.. און אויב מאכט זיך אמאל 'ניאצו קדוש ישראל'.. איז גלייך האבן זיי חרטה און 'נזורו אחרו'..
*
ולסיום העמיר ענדיגן מיט משרע"ה'ס ברכה.. יוסף ה' עליכם ככם אלף פעמים.. איז דער חתם סופר מסביר.. משרע"ה האט אפיר כגעהאלטן כלל ישראל אויפן' ענטפערן 'טוב הדבר אשר דיברת לעשות'.. היה לכם לומר ממי נאה ללמוד.. וועלן די אידן ענטפערן.. וואס?! אונז זאל מיר זאגן פאר משרע"ה אז זיין עצה איז נישט גוט.. מיר זענען פאלגעדיגע.. אז משרע"ה זאגט אזוי איז עס אודאי גוט..
זהאט זיי משרע"ה מקדים געווען.. יוסף ה' עליכם ככם אלף פעמים'.. גלייך זענען די אידן אויפגעשפרינגען.. קצבה אתה נותן לברכותינו.. אפילו משרע"ה בענטשט האבן זיי אויך טענות.. נו קום מיר נישט פארקויפן אז דו ביסט אזא תמימות'דיע שעפעלע..
*
זאל דער באשעפער העלפן בזכות אהבת רעים.. דער שבת זאל נאך זיין שבת חול המועד צווישן שבעה עשר בתמוז מיט יום טוב תשעה באב.. און מ'זאל דעם מוצש"ק זאגן על כוס יין מלא 'המבדיל בין קודש לקודש, אמן!!
און ביז דעמאלטס, כאפטס אריין אין די געהויבענע שבתים פון די ימי בין המצרים.. ווי דער פסוק זאגט 'רב לכם שבת בהר הזה'.. ווילאנד די הר הבית איז נאך א ליידיגע בארג.. זענען די שבתים זייער געהויבענע שבתים.. כידוע פון די ספרים הק'..
א גוט שבת!!

- יוסף פריעדמאן
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7436
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am
Re: ליל ששי אשכול
חזק וברוך!
כי לך טוב להודות
.ע . ע .ע . ע . ע . ש .ע . ע . . ש . .ע . ש .ע . ע .ש . ש . ש .ע . ע ולשמחה נאה לזמר.ע . ע .ע . ע

- עורך ראשי
- שר העשר
- תגובות: 27
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 01, 2021 2:50 pm
- לאקאציע: פארבויגן איבער די בלעטער.
Re: ליל ששי אשכול
ייש''כ! די וואס האבן געשריבן, זאלעך אריין שיקן וואס איך האב געשריבן? איך זע די ערשטע צוויי גייען בכלל נישט אויף די סטייל,
פופצן תגובות מיט 'מיין צייט', איז מער ווי הונדערטער תגובות מיט 'דיין צייט'.
לפום צייט'א אגרא!
לפום צייט'א אגרא!
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19809
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: ליל ששי אשכול
שיק אריין! אבער שוין!
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
- עורך ראשי
- שר העשר
- תגובות: 27
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 01, 2021 2:50 pm
- לאקאציע: פארבויגן איבער די בלעטער.
Re: ליל ששי אשכול
בעזרת השם יתברך.
א גוטן ליל שישי טייערע ברודער,
אלה הדברים אשר דבר משה אל כל ישראל בעבר הירדן במדבר וכו'
אז מקוקט אריין אינעם ערשטן שטיקל אור החיים הק', שרייבט ער אזוי,
אלה הדברים, אלה מיעט הראשונים, פירש לפי שנאמר אשר דבר משה,'שהם דברי עצמו', שכל הספר תוכחות ומוסר ממשה לעובר פי ה', ואמרו ז''ל (מגילה דף לא:) קללות שבמשנה תורה משה מפי עצמו אמרן, ואפי' מה שחזר ופריש מאמרי ה' הקודמין 'לא נצטוה עשות כן', 'אלא 'מעצמו חזר הדברים' וכו'
לערנט דער אוהח''ק אז משנה תורה, האט משה געשריבן אליינס אהן ווערן באפוילן פון השי''ת, וצ''ב
(על זה יש הרבה פרושים)
אין ספר חיים ושלום פונעם מנחת אלעזר, ברענגט ער אראפ די אוהח''ק אין ער שרייבט אזוי,
'ויחרד כל לב הקורא זה לכאורה וח''ו לומר ולטעות שהדברים כפשוטן יצאו מפי גאון גדול קדוש ה' בעל אוהח''ק ואשר כתב ספרו ברוח הקודש, (כנודע בשם הבעל שם טוב,)
פרעגט ער וואס איז פשט אז דער אוהח''ק האט אזוי געשריבן, אז משה מפי עצמו כתבן, והלא חלילה כמו נגד דרשת חז''ל בסנהדרין,(צט.) און עס שטייט דארט, שאפי' אמר כל התורה כולה מן השמים חוץ מפסוק זה שלא אמרו הקב''ה אלא משה מפי עצמו, זה 'כדבר השם בזה' (במדבר) דאס הייסט אויב איינער זאגט אז איין פסוק האט משה רבינו אליינס געשריבן, איז דבר השם בזה, און ער פירט אויס ופשוט דכל התורה היינו גם ספר דברים בכלל, וזה ברור, במילא איז זייער שווער אויפן אוהח''ק,
דער רמב''ם און הלכות תשובה פרק ג' הלכה ח' זאגט שלשה הן הכופרים בתורה, ואין לו חלק בעולם הבא, אחד, האומר שאין התורה מאם השם, אפילו פסוק אחד, אפי' אמר משה מפי עצמו כתבו,
זאגט דער מנח''א לכאורה שטעלט דער אור החיים צי א גמ', די גמ' זאגט (מגילה,) אין מפסיקן בקללות, וכו' אמר אביי לא שנו אלא קללות שבתורת כהנים, אבל קללות שבמשנה תורה פוסק, פרעגט די גמ' מאי טעמא? ענטפערט די גמ' הללו וכו' והללו בלשון יחיד אמורות 'ומשה מפי עצמו אמרן' זאגט ער פשט, עס איז דא דארט א קליין תוספות, ד''ה משה מעצמו אמרם: זזאגט תוס' צוויי ווערטער, 'וברוח הקודש', במילא אויב ס'איז געזאגט געווארן ברוח הק' איז דאס שוין נישט מפי עצמו, עס איז דא א פשט פון מהר''ל און דער גר''א, גייט אויך על דרך זה, דער דובנא מגיד ברענגט עס אין זיין הקדמה אויף דברים אז ער האט געפרעגט פונעם גר''א, שאלתי ממורי, וואס איז אנדערש ספר דברים פון די אנדערע ספרים, האט אים די גאון גענטפערט הארבה ספרים הראשונים, האט הקב''ה געזאגט בעצמו דרך גרונו של משה, לא כן ספר דברים וואס דארט איז געווען די נבואה אזווי אלע אנדערע נבאים, וואס הקב''ה האט זיי געזאגט א נבואה אין צומארגנס האבן זיי עס איבערגעזאגט, במילא איז דאס פשט דא אין די גמ' אז משה מפי עצמו אמרו, און דאס איז אויך פשט אין תוס', אבער דער אוהח''ק זאגט אז משה איז אפי' נישט נצטוה געווארן בכלל, אויב אזוי איז לכאורה זעהר שווער אויפן אוהח''ק, ע''כ זאגט ער כוונת אוהח''ק כנזכר, ( ער פראבירט אויך אריין צי לערנען אזוי ווי די גר''א אין זיינע ווערטער, ער זאגט דארט נאך א טעם וואס אויב איינער וויל קען ער אריין קוקן), פיהרט ער אויס, ולא היגע לו בעד זה עונש ח''ו,
איז אבער דער אמת אזוי, עס איז א פלא אויפן מנחת אלעזר, ווייל ער גייט מיטן דרך פונעם תוס' ( דמשה אומר ברוח הקודש, ועל זה, יש הפשטים שהבאתי לעיל מהגר''א ומהר''ל) אבער עס איז דא א צווייטע מהלך אין די ראשונים, הראש וראשון צו דער פשט איז דער אברבנאל, ער האט א לאנגע הקדמה אויף חומש דברים, איך גיי נישט ברענגן די גאנצע זאך, נאר וואס עס איז יעצט נוגע, הייבט ער אהן אזוי, 'שאלתי ובקשתי',אם משנה תורה איז אזווי די אנדערע ספרים אדער נישט, בקיצור אן אריכות, בלייבט ער דארט אזוי, ''אמנם ענין הספר הזה והמתתו הוא שמרע''ה אמר הדברים האלה וביאור המצות שנזכרו פה לישראל וכ' ענדיגט ער דארט צו מבהל'דיג ורצה הקב''ה אחרי שהשלים לאמרם לישראל שיכתוב בספר התורה כל זה לפי מה שאמר משה ואלי הוסיף בהם הגבורה טעמים, פשט איז אז משה האט טאקע געזאגט די משנה תורה פאר די אידן, און שרייבט ער דארט א לשון ''ישרו בעיניו דברי צור הנאמן'', און הקב''ה האט אים עס געהייסן שרייבן, איי די גמ' זאגט אין ב''ב אויף די שמונה פסוקים, מן וימת משה עד סוף התורה, אז שכל התורה הקב''ה אומר, ומשה אומר וכתוב, והשמונה פסוקים הקב''ה אומר ומשה כותב בדמע, איז ער מסביר פשט, אז טאקע משה האט עס געזאגט נאכדעם האט הקב''ה געהייסן מזאל עס שרייבן אין די תורה אלס ישרו בעיניו, און יעצט איז עס תורה מהקב''ה בעצמו, אין טאקע אויב איינער וועט זאגן, אז עס איז נישט פון הקב''ה איז ער א מין, און צום סוף פירט דער אברבנאל, אז ספר הקדוש הזה הוא כשאר התורה, מקען זאגן אז די רמב''ן לערנט אויך על דרך זה, און ער זאגט ממש די זעלבע ווערטער ווי דער אוהח''ק זאגט ער און סוף פסוק א' אויף די ווערטער הואיל משה באר את התורה הזאת וזה לשונו: שרצה לבאר להם את התורה, והזכיר כן להודיע 'כי מעצמו רצה לעשות כן ולא צוהו השם בזה' וכו', און עס איז דא נאך ראשונים ואחרונים שלמדו כזה, ובודאי אין מקום לומר אז עס קומט זיך א עונש על דברי זה,
איך האב געזען ציגעצייכנט אינטען פונעם ספר חיים ושלום, אז זיקני הגאון בעל ישמח משה לערנט אויך על דרך זה, ולא עיינתי, אבל מי שרוצה המ''מ הוא מזמור י''ז, וגם הריב''ן למד כן,
(בלתי מוגה, איך שרייב אלס א דאנק פאר די וואס שרייבן שטענדיג, וחשבתי שגם אני עונה חלקי נגדם זאל הקב''ה זיי באצאלן בכל מילי דמיטיב,)

- sheetrock
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14217
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
Re: ליל ששי אשכול
אוווווטש!!! האסט נישט געקענט וואטשן וויזוי דו גייסט מיטן קיגל??? שיגענער.
עניוועיס, לאמיך איבער הערן די דרשות דא
עניוועיס, לאמיך איבער הערן די דרשות דא
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.