ליל ששי אשכול

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7437
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

הערליכע דיבורים.
מיר האפן עס נאכזאגן דעם שבת ביים באטע.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24620
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

א גוטן טייערע חשובע חברים.

געטראכט האב איך קודם אזוי ווי אלעמאל אנהייבן מיט די פרשה ווערטער ענינים וכדו'.

אבער די נעכטיגע געשעניש האט מיר געגעבן א שטארקע שאקל, אין מיר מוזן עפעס לאזן הערן איבער דעם..

אזוי ווי דער געשענעניש אין מירון נישט מער געדאכט, האב איך שוין ארויס קלאר, אז מיר געבן נישט קיין עצות פארן רבש"ע, יעדער זאל זיך אליינס מפשפש זיין במעשיו.. איז אויך שייך דא..

נאר איין זאך מוז יא מתבונן זיין, מיר שטייען יעצט ממש הארט פאר חודש אלול, מיר האלטן שוין ביים סוף יאהר, א שווערע יאהר, עכ''פ אין אונזערע אויגן, - ווייל ביי די רבונו של עולם, איז אלעס גוטס, נאר עס איז באהאלטן, אויף דעם שטייט שוין פין די הייליגע בארדישטובער רב זי"ע אז רבש''ע - הראינו ד' חסדיך, ווייז אונז דער חסדים אפענהייט אין נישט באהאלטענהייט, - אבער די אלע געשענישן עפענ'ט אונז אויף די אויגן אין די מח, אז מיר דארפן זיין ביי די באוויסטיין אז מען דארף געהעריג מפשפש זיין במעשיו, מיר דארפן תשובה טוהן, אין מעורר זיין רחמים ורצון.

מיר זעהן אין גמרא מס' ברכות אז לא נבראו רעמים אלא לפשט עקמומית שבלב.. דער אלע געשענישן, דער אלע זאכן, איז נאר אונז אלע מעורר זיין, אויפוועקן אונזערע חושים, אונזערע מח, אונזערע הארץ..

שופר בלאזן חודש אלול, איז נאר כדי עורו ישנים משנתכם וכו', וואס שופר ברענגט א חרדה א ציטערניש, - אויב חודש אלול איז טאקע אריבער מיט חרדה מען האט תשובה געטוהן, דעמאלס ראש השנה איז שוין די שופר בלאזן אויף אן אנדערע אופן.. ממליך זיין די ממ''ה הקב"ה, אבער ביז ראש השנה דארפן מיר זיך מעורר זיין, אמאל איז מיט א שופר אויך נישט גוט, דעמאלס געט די זיסע באשעפער גוטע קלעפ, אבער אלעס כדאי אונז זאלן מיר זיך אויפוועקן.

מורי ורבותי, איך בין נישט אין הימל, איך בין א פשוטע בשר ודם אזוי ווי ענק אלע, אבער מיר זענען אידישע קינדער בני מלכים, קינדער פין די הייליגע באשעפער, איך קען גארנישט זאגן, נאר איך קען מיר מעורר זיין, אין אפשר וועלן אנדערע אויך נתעורר ווערן..

דער הייליגע אור החיים הק' פר' ואתחנן זאגט אויף די פסוק ובקשתם משם את אלוקיך ומצאת כי תדרשנו בכל לבבך ובכל נפשיך, בצר לך ומצאוך כל הדברים האלה באחרית הימים וגו'... זאגט די הייליגע אור החיים הק' (איך שרייב נאר די תוכן דברים, מען קען אליינס אריין קוקן) אז עס איז דא 2 מיני תשובה, דא א תשובה וואס יודן טוהן פין זיך אליינס מען אונז זיך אליינס מעורר, ווייל זיי ווייסן אין קענען איין אין זייערע יצר הרע, שפעטער איז פארהאן א תשובה דורך יסורים רח"ל וואס דורך דעם ווערט א מענטש נתעורר..

זאגט ער אז ובקשתם משם את ד' אלוקיך וגו' דאס איז וואס א מענטש ווערט נתעורר פין זיך אליינס, ווייל ער האט ליב דער באשעפער, אזא תשובה איז בכל לבבך ובכל נפשך מיט דער גרעסטע שלימות.

משא"כ בצר לך ומצאוך וגו' תשובה וואס קומט דורך יסורים, שטייט שוין נישט בכל לבבך וגו' ווייל דאס איז טאקע נישט קיין תשובה בשלימות, ווייל ער איז נתעורר געווארן דורך יסורים וכדו', וכו'.

שטייט דאכט זיך מיר פין די הייליגע אוהב ישראל אין פר' בא, וגם אני שמעתי את נאקת בני ישראל אשר מצרים מעבידים אותו, דער וויי געשריי פין די אידישע קינדער איז געוועהן אז זיי זענען נתעורר געווארן צו תשובה דורך די מצריים וואס האבן זיי געפייניגט, אין זיי זענען נישט נתעורר געווארן דורך זיך אליינס...

כ'בין נישט קיין מוסר זאגער, איך רעד צו מיר אליינס, נאר עס קומט ארויס פין די הארץ, אפשר וועלן אנדערע אויך נתעורר ווערן, וועט דאס שוין זיין א זכות.. פארוואס דארפן מיר ווארטן ביז דער רבש''ע שיקט אזעלכע אפענע מעסעדשעס... לאמיר דאס נעמען אין האנט אריין, מען איז טאקע נתעורר מען איז זיך מתבונן אבער אז עס קומט חודש אלול זאל די תשובה שוין זיין מתוך רצון אן קיין שום יסורים, די תשובה פין חודש אלול זאל זיין בכל לבבך ובכל נפשך...

די דורשי רשומות זאגן טאקע א רמז אין די פסוק פרשה נצבים ומל ד' אלוקיך את לבבך ואת לבב זרעך לאהבה את ד' אלוקיך בכל לבבך ובכל נפשך למען חייך... זאגן די דורשי רשומות אז דער ר''ת פון א'ת ל'בבך ו'את ל'בב איז ר''ת אלול... קען אפשר זיין ממש לפי דברינו הנ''ל אז חודש אלול דארף די תשובה זיין אזוי ווי ס'שטייט ווייטער בכל לבבך ובכל נפשך... אויף א אופן וואס ס'זאל זיין בשלימות.. אין נישט דורך התעוררות פין יסורים אין אנדערע גורמים..

אז מיר רעדן שוין פין די קומענדיגע חודש אלול הבעל''ט וועל איך דא צוענדיגן מיט א ווארט אויף די פרשה, וואס שטייט אין די ספה"ק עטרת ישועה:

שטייט אין פסוק והי' עקב תשמעון את המשפטים האלה וגו' שטייט אין רש"י הק' עקב אם המצות הקלות שאדם דש בעקביו תשמעון..

זאגט ער אז אונז ליינען מיר די פרשיות פאר די חודש אלול, ממילא קען מען אפשר מקשר זיין צו די חודש די צירוף פין חודש אלול גייט ארויס פין די פסוק וצדקה תהי' לנו כי וגו'. צדקה איז טאקע שטארק מסוגל אין די טעג פין חודש אלול, אבער א איד דארף צו וויסן אז מען דער אויך תשובה טוהן, מרבה זיין בתפילה, אין מוסיף זיין בלימוד התורה.

צדקה, מיינט מען די תומכי התורה, וואס ווערן אנגערופן אין די ספרים רגלים, ווייל זיי האלטן אונטער, רגלים ווערן אויך אנגערופן דער ארימע לייט וואס גייען פין שטאט צו שטאט נע ונד.. ממילא איז דא מרומז אין די פסוק צדקה, אזוי ווי רש''י ברענגט שאדם דש בעקביו, וואס דאס מיינט צדקה, וואס סיי ס'מרומז אויף די תומכי התורה, אין סיי אויף די ארימע מענטשן וואס גייען מיט זייערע פיס פין איין פלאץ צו אנדערן פלאץ.

זאגט די תוה"ק והי' עקב – וואס דאס מיט די כולל, איז בגימ' צדקה, טאקע סוף יא חודש אלול איז גוט צדקה, אבער די תורה זאגט אז דאס אליינס איז נישט גענוג, נאר ושמרתם.. ווי חז''ל דרשענען אז דאס מיינט משנה, וואס דאס איז תורה, אין שפעטער שטייט לא יהי' עקר ועקרה.. זאגן די חז''ל שלא תהא תפלתך עקורה, דאס איז תפילה אז חודש אלול דארף זיין סיי געבן צדקה, אין סיי מרבה זיין בתפילה אין סיי מוסיף זיין בלימוד התורה...

זאל די רבש"ע טאקע אונז אלע העלפן אז מיר זאלן שוין טאקע זוכה זיין צו הראינו ד' חסדיך בגלוי ממש, אין מיר אלע זאלן קענען תשובה טוהן בשלימות, בכל לבבך ובכל נפשיך, מיר זאלן זיך קענען צו גרייטן צו די הייליגע טעג, מיט ריינע הערצער ריינע מחשבות, אין מיר אלע זאלן זוכה זיין צו למען חייך.. צו זכרינו לחיים מלך חפץ בחיים, אין צו גאולה שלימה ממש בקרוב בב''א

[align=center]*****************************[/align]

יעצט וועלן מיר צו גיין צו די פרשה.. אפאר געדאנקען...

שטייט אין פסוק ברוך תהי' מכל העמים לא יהי' בך עקר ועקרה, נאכדעם די המשך שטייט נאך א פסוק והסיר ד' ממך כל חלי וכל מדוי מצרים הרעים אשר ידעת לא ישימם בך ונתנם בכל שנאיך..

האב איך געזעהן א הערליכע טייטש אין קשר הפסוקים פין די הייליגע חתם סופר זי"ע.

שטייט אין די חז"ל אז די סיבה פארוואס רבקה איז געוועהן א עקרה, איז געוועהן ווייל לבן הרשע האט געבענטש אחותנו את היי לאלפי רבבה וגו', אין כדאי מענטשן זאלן נישט זאגן אז פין די ברכות פין לבן איז רבקה געבענטש געווארן דערפאר איז זי געוועהן א עקרה.

זאגט די חתם סופר אז טאמער וואלט לבן געוועהן א לא יוצלח, א שלי מזל, וואלט קיינער זיכער נישט איינגעפאלן אז פון לבן ברכות איז רבקה געבענטש געווארן, עה.. א שלימזל.. אבער ווי באלד לבן אין בתואל זענען געוועהן מוצלחדיגע מענטשן רייכע מענטשן, ממילא וואלט מען יא געקענט האבן א טעות, אז דער ברכות פין לבן העלפט עפעס דערפאר האט זי געמוזט זיין א עקרה.

זאגט די חתם סופר אז די קשר הפסוקים איז געוואלדיג.. אז אפי' "ברוך תהי' מכל העמים" די פעלקער וועלן דיר בענטשן, דארפסטו נישט חושש זיין, אז דאס וועט גורם זיין אז מען זאל זיין ח''ו עקרות.. ווייל די ברכות פין די גוים זאלן נישט חל זיין, אין מען זאל נישט זאגן אז זייערע ברכות העלפט.

פארוואס טאקע דארף מען נישט מורא האבן דערפין זאגט די תוה''ק ווייטער והסיר ד' ממך כל חלי וכל מדוי וגו' ונתנם בכל שנאיך, זיי וועלן כאפן מכות ביטערע קלעפ זיי וועלן גאר זיין שלימזלים נישט מוצלח'דיגע מענטשן.. ממילא אויב אזוי וועט קיינער אוודאי נישט מאכן קיין טעות, אז פין זייערע ברכות זענען מיר געהאלפן געווארן...

כפתור ופרח.

[align=center]**********[/align]
היות היינט נאכט איז די יא''צ פין די הייליגע בעלזער רב רבי אהרן זי"ע וועל איך נאכזאגן א ווארט אויף די פרשה.

שטייט ארץ חטה שעורה וכו' ורמון ארץ זית שמן ודבש.

האט ער געזאגט א הייליגע רמז די המשך אין שייכות פין רמון מיט זית שמן..

אין די גמרא שטייט אפי' פושעי ישראל מלאים מצוות כרימון.. פארוואס, ווייל דורך די תוה"ק וואס אידישע קינדער לערנען דערין, ברענגט אין איז מעורר צו תשובה, אזוי ווי די חז''ל זאגן אונז דאך המאור שבה מחזירן למוטב..

מיר ווייסן אז שמן זית איז מרמז אויף די תוה"ק, ווי די חז"ל זאגן אז הרגיל בשמן זית משיב את תלמודו.. ממילא איז פארשענדליך די קשר, רמון אפי' מען איז א רשע א פושע ישראל, וואס איז מלאים מצוות כרמון, קען נאך האבן תיקון תשובה דורך די תורה הק' וואס דאס איז מרמז ארץ שמן זית.. וואס דאס מיינט די תוה"ק וואס המאור שבה מחזירן למוטב.

[align=center]************[/align]

היינט נאכט איז אויך די יא''צ פין הגאון הגדול רבי חיים בריסקער זצוק"ל.

וועל איך נאר זאגן א שיינע ווערטעל.

כידוע זענען דא תלמידי חכמים, מורה הוראות, וואס זוכן צו מאכן צו פארגלייכן, מדמה זיין מילתא למילתא, אין אסאך מאל אפי' נאר בערך... אבער אין בריסק האט מען געהאלטן אז אפי' צו מדמה מילתא למילתא מיז זיין אויסגעהאלטן בשלימות, האט הגאון רבי חיים בריסקער זצוק''ל געזאגט אמאל א ווערטל, אויף דער וואס פארגלייכן זיך נאר בערך אז עס איז דא א הלכה אז אפר הנשרפין איז שוין מותר בהנאה זאגט די רשב"א א טעם פארוואס ווייל פנים חדשות באו לכאן, עס איז שוין אן אנדערע מציאות, האט ער געזאגט אז די מענטשן וואס זענען מדמה מילתא למילתא נאר בערך, וועלן אמאל קענען ברענגן צו א סעודת שבע ברכות אפשר הנשרפין, אלס פנים חדשות.....


א גוט שבת זכותם יגן עלינו ועל כל ישראל אין מיר זאלן שוין נאר הערן גוטע בשורות..
לעצט פארראכטן דורך מומחה יוחס אום פרייטאג יולי 30, 2021 1:24 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
שר התורה
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר התורה »

מומחה, יישר כח! באמת הנאה געהאט!
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

א גוטן ליל שישי!!

היינט נאכט איז די הילולא קדישא פונעם מלאך ה"צ אהרן קדוש ה' דער הייליגער בעלזער רב זי"ע.. בשעת'ן שידוך שליסן בזוו"ש מיט'ן טאכטער פונעם מאקאווער רבי ר' יחיאל חיים לאבין זצ"ל.. ווען דער מחותן האט אויסגערעכנט אז ער איז אן אייניקל פון הרה"ק ר' הערשעלע זידיטשויבער זי"ע.. האט דער רב ז"ל זיך אנגערופן.. אז דער מיטעלער רב זי"ע האט נאכגעזאגט פון זיין טאן דער ערשטער בעלזער רב זי"ע.. אז אריבערגייענדיג ליל שישי די אכסניא פונעם עטרת צבי אין לובלין.. האט מען שוין ארויסגעשפירט פון דארטן קדושת שבת..

*

דארף מען טאקע אנהייבן מיט א לחיים לכבוד'ן הילולא.. ובפרט ווי דער קאזשניצער מגיד האט אמאל געהייסן נאר א של"ס תורה.. אז מ'זאל אריינברענגען תיקון.. זאגנדיג אז מ'האט יעצט מקיים געווען דעם 'ומלתם את ערלת לבבכם'.. און נאך א ברית פראוועט מען א לאו"ב.. קען טאקע זיין א הילולא פון א צדיק וואס האט גע'מל'עט אסאך אידישע הערצער.. איז דאס טאקע דע טעם פון טרינקען לחיים..

*

די וואך לערן מיר די פרשה פון והיה אם שמוע.. טרעף מיר א שטיקל שינוי צווישן דא מיט פרשת שמע.. אז ביי והיה אם שמוע ווערט נישט דערמאנט 'ובכל מאודך'.. זאגט דער אוה"ח הק'.. די גמרא איז מסביר 'אם נאמר בכל נפשך למה נאמר בכל מאדך.. ואם יש לך אדם שממונו חביב עליו מגופו לכך נאמר בכל מאדך'.. נו אזא סארט געשטעל.. מאכט זיך אמאהל א יחיד.. אבער א רבים.. דאס נישט..
רש"י זאגט דאך.. "הלא כבר הזהיר בכל לבבך ובכל נפשך, אלא אזהרה ליחיד אזהרה לציבור". ממילא אז מ'רעדט פון א ציבור קומט נישט אריין דעם בכל מאודך..

*

און אז מ'רעדט שוין פון דעם חביב עליו ממונו יותר מגופו.. האט אמאהל זיך א איד אפגערעדט צום בעל ההילולא דער רב ז"ל אז זין ברודער דער גביר וויל איהם נישט העלפן.. ובתוך הדברים האט ער אזוי געזאגט.. ער איז א דבר אחר.. רופט זיך דער רב ז"ל אן.. דבר אחר.. צדיקים ממונם חביב עליהם..(כ'האב א לאנגע צייט געזוכט ווי ס'איז דא אזא ד"א, און געטראפן לעצטנס אין פסיקתא זוטרתא אויף רות)..

*

און אז מ'דערמאנט שוין דעם ענין.. איז ידוע וואס דער רב ז"ל פלעגט צו זאגן.. אז דער זיידע דער מיטעלע בעלזער רב זי"ע האט ליב געהאט דעם דרך הפלפול.. און ער האט געזאגט אז דער טעם איז ווייל צומאהל דארף מען פארענטפערן א הארבן איד.. פונקט ווי מ'פארענטפערט א הארבן רמב"ם..

אבער נישט נאר דעם דרך הפלפול האט דער רב ז"ל גענוצט דערפאר.. נאר דעם דרך הרמז אויך.. ווען ס'איז געווען די שווערע צייטן אין א"י בתחילת המדינה.. איז געווען די געזעץ אז א קאר מעג נאר פארן 5 טעג א וואך.. כדי צו שפארן ברענשטאף.. און יעדער וועהיקל האט געמוזט ארויפלייגן א סטיקער וועלכע טעג ער פארט נישט..

איז אמאהל א איד אריין מיט א קוויטל.. האט דער גבאי געגעבן א זאג לשבחו.. אז אויף דעם איד'ס קאר שטייט ו' ז'.. לאמור.. אז ער האט אויסגעוועלט פרייטאג אלס דעם צווייטן טאג נישט צו פארן.. און אזוי בדרך אגב צוגעליייגט אז ס'זענען דא קארס וואס שטייט אויף זיי ג' ד'..


גיבט זיך דער רב ז"ל א רוף אן.. דו פארשטייסט נישט.. ג' מיט ד' איז דאך ז'..

*

און צוריק צום ממונו חביב עליו יותר מגופו.. האט אמאהל א איד געמאכט אן עליה קיין א"י.. מיטנעמענדיג א שיינער סכום זיך צו קענען מפרנס זיין דארט.. און זיך אויסלעבן זיינע יארן אינעם הייליגן לאנד.. למעשה האט ער אנגעוואוירן דאס גאנצע געלט.. און צוריקגעקומען קיין חו"ל..

האט איהם ר' אייזל חריף געזאגט.. דו ביסט א ריכטיגע ממונו חביב עליו יותר מגופו.. געפארן ביסטע געפארן צו מקבר זיין דיין גוף אין א"י.. למעשה האסטו דארט באגראבן דאס געלט.. און צוריקגעשלעפט דאס גוף..

*

און פון רבי'ן ר' בונם שטייט.. ציבור געלט האט א דין פון דיני נפשות.. ממילא אז מ'רעדט אזהרה לציבור.. דאן איז בכל מאודכם נכלל אין בכל נפשכם..

*

און נאך איז א חידוש ביי פרשת והיה אם שמוע.. אז אנדערש ווי די אנדערע פרשיות אין די תפילין איז דאס א סתומה און נישט קיין פתיחה.. און אזוי אויך אין די תפילין לכמה דעות איז דאס מעכב אז ס'זאל זיין א סתומה..

אין בעלזא האבן די יושבים מקפיד געווען נישט צו עסן פאר'ן לייגן רבינו תם'ס תפילין.. ווי איך האב געהערט פון מיין זיידן ז"ל.. אז מורו ורבו הרה"ק בעל ויגד יעקב מפאפא זי"ע פלעגט זיך מקיל זיין צו טרינקען א קאווע פאר די ר"ת תפילין.. היות אין בעלזא האט מען מקיל געווען בענין עסן פארן דאווענען.

איז געווען א סופר בימי מרן מהר"ש זי"ע.. געהייסן האט ער ר' נתנאל סופר.. און ער האט געהאט א פארשפארטן קעסטל אין ביהמ"ד ווי ער האט געהאלטן מיני מאכל.. און היות ער פלעגט זיצן לאנג מיט די תפילין פלעגט ער טועם זיין פאר די ר"ת'ס..

די יושבים איז עס נישט געפאלן.. וביום מן הימים האט מען אויפגעבראכן זיין קעסטל און מעלים געווען דעם תוכן.. די חסידים האבן געוואוסט אז ר' נתנאל וועט זיך אפרעדן ביים ערשטן רב.. האבן זיי מקדים געווען רפואה למכה.. און אריינגעגאנגען אל הקודש פנימה זאגנדיג.. מ'האט ר' נתנאל ביי א גרייז.. דארט ווי ס'האט געדארפט זיין א "סתומה" איז געווען א פתוחה"..

דער רב האט זיך דערשראקן.. אבער די חסידים האבן מסביר געווען דעם רמז שבדבר..אזוי אז ווען ר' נתנאל איז זיך געקומען אפרעדן.. איז שוין געווען בדיחא דעתיה..

*

מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע האט געזאגט א טעם.. פארוואס די נשים שטופן זיך צוצוקוקן וואו ס'איז דא מיוזיק..(בימיו איז עס נאך געווען א וויבערישע זאך.. היינט איז בבחינת אוי לו למי שבניו נקבות..).. די גמרא זאגט אין קידושין.. נשים זענען מחויב במזוזה.. ווייל ס'שטייט גלייך דערנאך למען ירבו ימיכם.. וכי גברי בעי חיי, נשי לא בעי חיי..

אז מ'לערנט דעם גמרא אן דעם ניגון. שטייט דא קליפ און קלאר מענער ברויכן לעבן.. און פרויען.. קומט דאך אויס א די חיות פון די ווייבער איז אנגעהאנגען אינעם ניגון..

*

די וואך זאגט מען אין די הפטורה איזה ספר כריתות אמכם.. זאגט דער חידושי הרי"ם.. וואס הייסט.. ס'שטייט דאך אין ירמיה (ג, ח) 'שלחתיה ואתן את ספר כריתתיה אליה'.. נאר די תירוץ איז.. כלל ישראל מיטן באשעפער איז א משלחה וחוזרת.. ממילא איז דער גט נישט קיין גט..

*

ולסיום א סיפור.. דער דובנער מגיד איז אמאל אנגעקומען אין אן אכסניא.. און מ'האט איהם דארט געגעבן קוים עפעס צו עסן.. און דער בעל אכסניא האט זיך אפגערעדט אז ער האט נישט מער.. נאך וואס דער מגיד האט זיך געלייגט איבערן אויוון.. און דער עולם האט געמיינט אז ער שלאפט שוין.. האט מען ארויסגענומען די ריכטיגע סחורה.. און זיך גענומען רוקן אויף אלע באקן..

צומארגנס האט דער מגיד געזאגט פארן בעלעבאס.. אז ער האט איהם פארענטפערט א שווערע קשיא.. משה רבינו זאגט ער איז געווען אין הימל.. לחם לא אכלתי ומים לא שתיתי.. פארוואס זאגט ער אויך נישט אז ער איז נישט געשלאפן?

נאר די גאנצע טעם איז דאך.. אלץ אל ישנה אדם ממנהג המקום.. נו פונוואנעט האט משרע"ה געוואוסט אז די מלאכים עסן נישט ווען ער שלאפט.. איז דאך ממילא מוכח אז ער איז נישט געשלאפן אויך נישט..

נו אפשר פון דא נעמט זיך דער מנהג אז אויפבלייבן ליל שישי.. און טועם זיין חמין פון שבת.. האט עפעס א שייכות..


האטס מיר א פרייליכע שבת!!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

הערליך הערליך! דערפרישענד ביז גאר,יישר כח מורי ורבי נכדי היקר!

זכות בעל ההילולא הקדוש יגן עלנו!
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

איי רבי מומחה! הערליך שיין, מחי' נפשות!
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
בשעה שיש
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה שיש »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:איי רבי מומחה! הערליך שיין, מחי' נפשות!

גא''מ לדברי סטאוו!
אזאנע ווארעמע דיבורים!
פשיהא!! דיינע ווערטער זענען זיך מתקבל על הלב!
יא אוראייניקל דיר וועלעך אויך נישט שילדיג בלייבן, ווייסטעך דער רעבע האט געזאגט ווער ס'העט געבן מיינע...... א יישר כח מתוק מדבש!
האסטע א ניר!
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ש'כח מומחה! הערליך שבהערליך!

--

ש'כח רבי אור אייניקל! ממש מחי' נפשות! גייט אן!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

פיינע סחורה ווי אייביג!

האב איך א פלאן צו אנהייבן מאכן א פידיעף יעדן וואך פון די ליל שישיס
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24620
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

יישר כח הגאון רבי אורי - בפרט מיטן שיינע ענינים פין די בעל הילולא
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע: אויף די וועגן און שטעגן

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

מומחה יוחס האט געשריבן:


אוראייינקל האט געשריבן:


הערליכע ארבעט. שכח
א פרישע טעם און שבת
פאר א געשמאקע וואקאציע אין אריזאנע
רופט שוין ● 520-251-4459 ●
ספעציעלע וויקענד פרייז פאר אייוועלט באנוצער, פאר בלויז $1000
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7405
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

ווערט בעסער און בעסער
שכח פאר די רעדנערס
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

כהאב געדארפט מאכן א דרשה פאר מיין ווייב איבער תפילה האב איך עס געוואלט מאכן מער דיפרענט און רעדן איבער די חלק פון לויבן נישט די חלק פון בעטן
בעסיקלי אז לויבן העלפט שנעלער
כבין דורכגעגאנגן די גאנצע חומש צו אויפווייזן דעי יסוד איינע פון די פלעצער איז ביי משה רבינו פאריגע וואך ווי סשטייט אז ער האט געבעטן אריינצוגיין אין ארץ ישראל סשטייט דארט אז ער האט געבעטן כמנין ואתחנן
איז די שאלה וואס איז געשעהן ביים לעצטען תפילה אז די באשעפער האט עם גענטפערט שטייט שוין אין די ספרים אז יעדע תפילה האט א סכום וויפיל מדארף בעטן
איך בין געגאנגן און געטראפן אז די לעצטע תפילה איז געווען א תפילת תודה ואתחנן שטייט נאר ווען מלויבט נישט ווען מבעט
בקיצור סאיז געווען אינטערעסאנט די גאנצע דרשה מיט סוקסעס
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14572
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

נארמאליזעם האט געשריבן:כהאב געדארפט מאכן א דרשה פאר מיין ווייב איבער תפילה האב איך עס געוואלט מאכן מער דיפרענט און רעדן איבער די חלק פון לויבן נישט די חלק פון בעטן
בעסיקלי אז לויבן העלפט שנעלער
כבין דורכגעגאנגן די גאנצע חומש צו אויפווייזן דעי יסוד איינע פון די פלעצער איז ביי משה רבינו פאריגע וואך ווי סשטייט אז ער האט געבעטן אריינצוגיין אין ארץ ישראל סשטייט דארט אז ער האט געבעטן כמנין ואתחנן
איז די שאלה וואס איז געשעהן ביים לעצטען תפילה אז די באשעפער האט עם גענטפערט שטייט שוין אין די ספרים אז יעדע תפילה האט א סכום וויפיל מדארף בעטן
איך בין געגאנגן און געטראפן אז די לעצטע תפילה איז געווען א תפילת תודה ואתחנן שטייט נאר ווען מלויבט נישט ווען מבעט
בקיצור סאיז געווען אינטערעסאנט די גאנצע דרשה מיט סוקסעס

ב"ה אז ס'געווען מיט סוקסעסס.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

איינס האט געשריבן:פיינע סחורה ווי אייביג!

האב איך א פלאן צו אנהייבן מאכן א פידיעף יעדן וואך פון די ליל שישיס

וכן הוה


אייוועלט רוקט זיך פאראויס - שרייבער אויסגאבע!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

יישר כח הרב קליין און הרב פעפער
אייער אוידיענץ האט זיך פילפאכיג פארמערט מיט די נייע אויסגאבע

אויך א יישר כוח בשם מיין אינגל, ער האט זייער הנאה געהאט עס צו לייענען
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

מומחה יוחס האט געשריבן:...

ס'ערשטע מאל געליינט (קרעדיט: 'שרייבער' אויסגאבע!!)

זייער הנאה געהאט, דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב! געוואלדיגע דבקות רודש.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

אוראייניקל האט געשריבן:

ס'ערשטע מאל (אדער צווייטע) געליינט (קרעדיט: 'שרייבער' אויסגאבע!!)

זייער הנאה געהאט, א פה מפיק מרגליות, דערמאנט מיר אפאר גוטע אידן בעלי מספרים. בפרט הנאה געהאט פון די פאר שיינע מעשה'לעך פונעם בעלזא רב זיע"א.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4201
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

מומחה יוחס האט געשריבן:.

אוראייינקל האט געשריבן:.

ווייט פון די ערשטע מאל געליינט און אויך ווייט פון די ערשטע מאל ארויסגעפרינט.
אבער דיזע וואך האט עס געהאט אן אנדערע טעם זייענדיג אין א פיל שענערע פארמאט.

יישר כחם פאר'ן שטענדיג מהנה זיין.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:...

ס'ערשטע מאל געליינט (קרעדיט: 'שרייבער' אויסגאבע!!)

זייער הנאה געהאט, דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב! געוואלדיגע דבקות רודש.

גא"מ
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5405
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

ערשטע מאל אריין אין דעם אשכול לייענען א דאנק די אויסגאבע פון איינס,

ניט געוואוסט אז מיר האבן דא צו געפונען אזענע קעילים, דוס אידאך מאמוש מקארוב די געאולאה!
נאט אייך גרינע מענטשעלעך איעדע פון אייך, מומחה מיט אורי.

וועלמיר פרובירן מיטהאלטן די שיעורים דא די דאזיגע נאכט.
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

לכבוד ערב ראש חודש-יו"כ קטן מוקדם.. העמיר אביסל מקדים זיין די ליל שישי דרשה..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

א גוטן ליל שישי!!


שטיי מיר נאך אין די דריי טעג פונעם יארצייט פונעם סאטמארער רב זצ"ל.. דערציילט מען אז אמאהל האט א רב איינגעדרימלט ביים רבי'נס טיש.. דערנאך האט ער זיך פארענטפערט.. נעכטן איז דאך געווען ליל שישי.. גיבט זיך דער רבי א רוף אן.. יא יא.. איין שלאף ברענגט דעם צווייטן..

איז דאך אודאי מדה טובה מרובה.. אז מ'זיצט ליל שישי בחבורת מרעים.. און מ'פארברענגט געשמאק.. איז דאך אודאי אז מצוה גוררת מצוה.. און דער שבת האט אן אנדער פנים..

*

בנוסח אחר.. אדער גאר איז ביידע געווען.. האט דער סאטמארער רב אויסגעפירט.. נעכטן איז געווען ליל שישי.. און אעפ"כ בין איך געשלאפן.. איז פרייטאג צונאכטס עאכו"כ..

כעין זה זאגט מען נאך פון איינע פון די צדיקים.. ווען ער האט אפירגעהאלטן א גביר וואס האט נישט געוואלט געבן קיין צדקה.. און דער האט זיך פארענטפערט.. ער הייבט אן אזוי צו קעקעצן.. דער רבי ווייסט כ'האב אן ארימע ברודער.. מיט א קינדער געבענטשטע משפחה.. פירט דער רבי אויס.. און איהם גיב איך נישט.. ווילסטו איך זאל געבן פאר אנדערע?!

האב איך געזעהן מסביר זיין.. 'ורעה עינך'.. דו וועסט נישט וועלן געבן קיין צדקה.. און די תירוץ וועט זיין 'באחיך האביון'.. כ'האב אן ארימע ברודער.. זאגט די תורה.. מאך נישט משוגע.. 'ולא תתן לו' איהם געבסטו אויך נישט..

*

קען זיין דער געדאנק גייט אויך אריין אינעם פסוק.. 'די מחסורו אשר יחסר לו'.. פארשטייט זיך אז ס'איז די מחסורו.. אודאי איז עס יחסר לו..

נאר די ארימעלייט וואס האבן רייכע קרובים.. בלייבן אויסגעשפילט פון ביידע זייטן.. ווייל דער עולם טענה'ט אז זיינע קרובים זאלן איהם געבן.. קומט אויס אז חוץ פון דעם וואס מ'גיבט איהם נישט קיין געלט.. אענה'ט מען נאך אז ער הייסט גאר נישט קיין ארימאן.. ווי צדיקים האבן געטייטשט 'אל תגזול דל כי דל הוא'.. בא'גנב'ע נישט דעם ארימאן דעם טיטל אז ער איז אן ארימאן.. דאס זאגט אויך דער פסוק.. גיב איהם אויך דאס אז 'אשר יחסר לו'.. אז ס'פעלט איהם..

*

ווי ס'האט אמאהל גע'טענה'ט ר' אייזל חריף.. ווען מ'האט אויסגעטראפן אויף א געלט גייער.. אז ער דארף נישט ממש צוקומען צו שולחן אחרים.. און די עשירים האבן פארפירט אז מ'קען שוין נישט וויסן וועם צו געבן.. האט ר' אייזל גע'טענה'ט.. ס'זענען דא צענדליגע עניים וואס שפילן עושר.. און קיינער האט נישט קיין טענות.. קומט איין גביר שפילן ארימאן.. און יעדער פארפירט..

*

אדער קען מען פארענטפערן דעם כפל הלשון.. די גמרא אין כתובות (סז:) דרש'נט.. די מחסורו אשר יחסר לו, זו אשה'.. קומט אויס אז מ'דארף איהם דאס אויך צושטעלן.. הגם דארך דעם וואס ער וועט חתונה האבן.. וועט עס גורם זיין ס'זאל איהם פעלן נאך מער געלט.. כמבואר בביאוה"ל תקכ"ט.. אף על פי כן שטעל איהם עס צו..

*

ווי די גמרא ברענגט שוין ארויס.. אז נאכן חתונה קומט מיט א רחיים על צוארו.. האט אמאהל דער סאטמארער רב מעורר געווען אין א פלאץ ווי בחורים האבן זיך נישט געיאגט חתונה צו האבן.. אז אין די גמרא איז א מחלוקת צו ילמוד תורה ואח"כ ישא אשה.. אדער ישא אשה ואח"כ ילמוד תורה.. קוקט אויס אז עטס האטס מורא זיך אריינצומישן אין מחלוקת.. זענט איר מחמיר און טוט ביידע נישט..

*

נאך ווערט געברענגט א פשט.. די מחסורו אשר יחסר לו.. ווי קען מען דאס אויספירן.. חז"ל זאגן דאך.. יש לו מנה רוצה מאתים.. קומט אויס אז וויפיהל מ'וועט איהם געבן פעלט איהם מער.. ווי קען מען עס משלים זיין ס'זאל זיין די מחסורו.. דערפאר זאגט די גמרא 'זו אשה'.. און פון דעם איז איינס די והותר..

*

די גמרא דרש'נט אויך די מחסורו איז כולל.. סוס לרכוב עליו ועבד לרוץ לפניו.. אמאהל ביים קאצקער איז געקומען א איד אויף שבת.. אנגעטוען מיט די בגדי רעביסטעווע.. און דער עולם וואס האט איהם געקענט אלץ קליינע מר בר רב אשי העבן זיך זייער געוואונדערט, אז דער רבי האט איהם אפגעגעבן כבוד מלכים..

האט דער קאצקער זיי געזאגט.. מילא סוס לרכוב עליו.. נו.. ער איז א שוואכע מענטש ער ברויך א פערד.. אבער עבד לרוץ לפניו?.. נאר פון דא זעהט מען.. א נאר נאכגעבן זיין שטות איז אויך צדקה..

*

און צומאהל איז עס סתם אן עצה טובה.. נאכצוגעבן יענעם זיין שטות.. ווי ס'האט געטייטשט ר' דוד'ל לעלובער זי"ע.. השמר לך.. היט דיר ווען דו רעדסט צו יענעם מיט א 'דו' און נישט מיט א לשון רבים.. פן תעזוב את הלוי.. דו וועסט פארלירן דיינע בני לויה.. זיי וועלן מער נישט וועלן קענען..

*

און אז מ'רעדט שוין פון די פרשה פון צדקה.. האט אמאהל דער קעלעמר מגיד געזאגט צו א קבוצה גבירים.. די פסוק זאגט 'כי לא יחדל אביון בקרב הארץ'.. נו.. וועט עטס דאך טענה'ן אז ס'וועלו ממילא בלייבן עניים.. וואס דארף מען בכלל אנהייבן צו געבן?.. נאר דער פסוק זאגט.. אז די ארימעלייט וועלן ח"ו אויסשטארבן פאר הונגער.. וועט איינער פון ענק מוזן ממלא מקום זיין.. ממילא גיבטס באצייטנס..

*

און דער עיקר איז אז מ'האט געלט.. צו בלייבן א בעה"ב אויף די געלט.. נישט די געלט זאל געוועלטיגן אויפן מענטש.. ווי ס'טייטשט ר' דוד'ל דינובער זי"ע.. וצרת הכסף בידך.. אז דו האסט די געלט געבינדן אין דיין האנט.. און נישט פארקערט.. דאן איז עס 'כסף שיש לו צורה' ווי חז"ל דרש'נען.. דעמאלטס האט די געלט א פנים..


נו.. מ'האלט שוין נאך יום כיפור קטן.. און דעיר גרויסער יום כיפור רוקט זיך שוין אויך אהן.. זאלטס עטס מיר אלע האבן א לעכטיגע שבת.. און א כתיבה וחתימה טובה.. און ביז צום קרעטשמע אויך אלע ברכות.. אפס כי לא יהיה בך אביון!


גוט שבת!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5405
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

זייער שיין הרב אורי, ישר כח.
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24620
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

א גוטן חשובע חברים צום פרישן ליל שישי.

מיר שטייען שוין שבת מברכין אלול- עס איז דאך ידוע וואס מען זאגט נאך פון צדיקים אז חודש אלול אפי' די פיש אין די וואסערן ציטערן..

אין דער אלטע היים - ווען מען איז אנגעקומען צום בענטשן די חודש שבת מברכין חודש אלול אין מען האט געזאגט ראש חודש א-ל-ו-ל, איז שוין געגאנגען בכיות אין די ווייבער שוהל, אין עס האט זיך אנגעהאנגן א ערנסטקייט צווישן די מענטשן... עפעס מיזן מיר אנקלעבן פין די אמאליגע אידן..

לאמיר קודם ברענגן א הייליגע ווארט פין די פריעדיגע בעלזער רב רבי ישכר דוב זי"ע וואס דער אלטער סערט וויזניץ רבי בעל מקור ברוך זצ"ל האט דאס נאכגעזאגט בשמו:

ס'שטייט אין פסוק לבן ארמי האט געזאגט פאר יעקב אבינו "יש לקל ידי לעשות עמכם רע ואולקי אביכם אמש אמר אלי לאמר השמר לך מדבר עם יעקב מטוב ועד רע".. האט ער געזאגט אז אמ"ש איז ר"ת שבת מברכים אלול, אז בזכות אידן וואס ווערן נתעורר שבת מברכין אלול, קען קיינער שוין נישט אונז שלעכט טוהן..

מען קען אסאך מעורר זיין אבער דער עיקר איז מען זאל לערנען די מוסר ספרים די חסידישע ספרים, וואס דורך דעם קען יעדער נתעורר ווערן.

וועל איך היינט נאר ארויס נעמען א נקודה פין די ספה"ק אויף איין זאך וואס אפשר קען מען אביסל מיט נעמען, פארשטייט זיך אז איך נאר רעד צו מיר, אין אויב וועט איינער נתעורר ווערן דערפין איז אוודאי גוט.

שטייט אין די ספה"ק מגן אברהם פין די הייליגע טריסקער מגיד זי"ע.

אויף דער פסוק ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה וקללה את הברכה אשר תשמעו אל מצות וגו' ואת הקללה אם לא תשמעו. וגו'.

גייט די טריסקער מגיד אריין אין א הייליגע שמיעס אויף וואס יעדער איד דארף שטארק מתבונן זיין, אין זעהן אז די ברכות הנהנין וואס מיר מאכן יעדער טאג, זאל זיין כראוי וכהלכתו, מיט כוונה, וואס דאס איז א עבודה וואס ליגט אויף יעדער איד, אלעמאל..

אין אז א איד איז נזהר אין דעם, איז ער זוכה אז מען איז משפיע ברכות פין אויבן אויף אלע עולמות, אין עס ווערט נשפע פאר אידישע קינדער אלע השפעות טובות.

ער טייטש איין אפאר מאמרי חז"ל הנהנה מעוה"ז בלא ברכה מעל, אין נאך עטליכע מאמרי חז"ל, ער איז מאריך דער כוונות פין די ברכה וואס מען דארף אינזין האבן, אבער דער עיקר ברענגט ער ארויס אז וויבאלד אין די מאכלים ליגן באהאלטן ניצוצות הק'.. וואס מיר דארפן מעלה זיין לשורשן, וועגן דעם דארף מען מאכן ערליך א ברכה, וואס דאס איז מעלה די אלע זאכן, ער איז דארט מאריך אין דעם, (אז מען וויל קען מען אליינס אריין קוקן..).

ער טייטש אויך זייער שיין דער מאמר חז''ל אז א עם הארץ איז אסור צו עסן פלייש, פארוואס? ווייל ער ווייסט נישט ווי אזוי מען מאכט א ברכה דערפאר טאר ער נישט עסן, ווייל מען דארף קענען מעלה זיין די ניצוצות וואס ליגן באהאלטן דערין.

זאגט דער טריסקער מגיד א אינטערסאנטע זאך אז ספעציעל חודש אלול, איז א זמן אויף דעם וואס מען דארף ארבעטן דערויף, אויף די ברכת הנהנין אז עס זאל זיין ווי עס דארף צו זיין..

אין דאס רמז ליגט אין די פסוקים ראה אנכי נותן לפניכם היום זאגט ער אז רא"ה איז ר"ת ר'אה ה'חודש א'לול.. נותן לפניכם היום, היום מיינט מען דאך ראש השנה, אז מען האט געגעבן חודש אלול פאר ראש השנה.. וואס מען האט געגעבן צו קענען תשובה טוהן אין מקבל זיין אויף זיך צו מאכן די ברכות מיט כוונה, וואס דורך דעם ברכה וקללה, מען קען זוכה זיין ממשיך זיין ברכות אין אלע עולמות אין אויף די אידישע קינדער אין טאמער ח''ו מען האט נישט אינזינען איז מען גורם ח''ו א גרויסע קללה..

זאגט די תורה ווייטער את הברכה אשר תשמעו אל מצות ד'.. עטס זאלסט צולייגן ענקערע אויער צו הערט גוט יעדער ברכה וואס מען מאכט מיט די ריכטיגע כוונה.. והקללה אם לא תשמעו – טאמער מען וועט נישט צולייגן דער אויער צו הערן דאס, איז מען גורם וסרתם מן הדרך...
(דער מגן אברהם איז נאך מאריך איבער דעם אין מיר וועלן נישט מאריך זיין נאך..)

[align=center]***[/align]

אינטערסאנט איז צוברענגן אויך פין די וואכטיגע סדרה, א ענדליכע ענין אין רמז בקשר פין קדושת המאכלים צו חודש אלול.

שטייט פין די מיטעלע בעלזער רב זי"ע אויפן פסוק, כי ירחיב יהוה אלהיך את גבולך כאשר דבר לך ואמרת אכלה בשר כי תאוה נפשך לאכל בשר בכל אות נפשך תאכל בשר.

האט די מיטעלע בעלזער רב רבי יהושע'לע זי"ע געזאגט, אז עס איז דא כמה אופנים בכוונת אכילה, אבער דער עיקר איז אויב דער מענטש איז זוכה צו מעלה זיין דער ניצוצות הק' וואס איז דא אין די מאכל, קומט דעמאלס אויס אז נישט נאר די גוף האט הנאה פין די מאכל נאר אויך די חלק הנפש האבן הנאה פין דעם אין גליסטן צו עסן..

דאס זאגט אונז דער תוה''ק ואמרת אכלה בשר.. ווען קען מען עסן פין די פלייש דאס קען נאר זיין ווען "כי תאוה נפשך לאכול בשר" אז נישט נאר די חלק הגוף זאל הנאה נאר אויך די חלק הנפש.. זאל אויך וועלן עסן, אין די סיבה דערפין איז ווייל דעמאלס איז ער טאקע מעלה די ניצוצות הק', איז דאס אויך א הנאה פאר די נפש אין נישט נאר פאר די גוף..

ענדיגט צו די מיטעלע בעלזער רב אזוי: אז די טאטע ז''ל דאס דער ערשטע בעלזער רב דער שר שלום פין בעלזא, האט געזאגט אז אלול איז א ל' פין מעלליא, ווייל די תרגום אויף מרגלים איז מעלליא, אין די ביאור הדבר איז אז א מענשט דארף חודש אלול זיך אויסשפיאנירן אין מעיין זיין זיך אליינס אויף זיינע מעשים וואס ער האט געטוהן א גאנצע יאר, אין באמת תשובה טוהן, לייגט צו די מיטעלע בעלזער רב אז אלו"ל איז בגימ' אכיל"ה מיט די כולל, (אלו"ל = 67 – אכילה = 66 מיט די כולל, איז 67) אויך אלו"ל מיט די כולל איז בגימ' חיי"ם, האט ער געזאגט אז ווער ס'איז זוכה אין ער עסט מיט די ריכטיגע כוונת, איז ער אוודאי מתקן אלע זיינע מעשים, אין איז זוכה צו חיים טובים וארוכים.. אמן.

[align=center]***********************[/align]

שטייט א שיין ווארט אין ספה"ק אך פרי תבואה אויפן פסוק למען תלמד ליראה את ד' אלוקיך כל הימים..

זאגט ער א שיין פשט.

מיר ווייסן דאך אז שכר מצוה בהאי עלמא ליכא, אויב אזוי ווי קענען מיר וויסן ווי צו מקיים די מצוות ווען מיר זעהן נישט די שכר דערפין, וואס זאל קענען געבן א שטיקעלע שטיפ צו מקיים זיין די מצוות.

נאר מיר זעהן אז ביי מצות מעשר זאגט די חז''ל 'עשר בשביל שתתעשר', זעהט אז ביי מעשר איז יא דא שכר אויף די וועלט, טאקע דערפאר אז מען זאל זעהן אז מען באקומט שכר אויף טוהן א זאך וואס איז היפך ווי די טבע, אין פין דעם לערנען מיר ארויס אויף אלע מצווות פין די תורה אז ס'איז דא שכר אויף דעם אויף יענע וועלט.

דאס זאגט אונז דער תוה"ק אז די זאלסט געבן מעשר.. ווייל "למען תלמד ליראה את ד' אלוקיך כל הימים – אז פין דעם זאל מען זיך ארויס לערנען אז אלע מצות באקומט מען שכר אזוי ווי ביי מעשר...

[align=center]***********************[/align]

אין ספר הק' תורי זהב פון הרה"ק רבי בנימין מזאליזיץ זי"ע שטייט א הייליגע ווארט:

אין די פסוק שטייט כי בגלל זה יברכך ד' וגו'.

זאגט ער נאך פין די הייליגע בעש"ט הק' זי"ע ועכי"א אז א איד טוט א מצוה מוז עס זיין אן קיין שום פניות, אין טאמער מען טוט עס מיט פניות איז בעסער אז ער זאל נישט טוהן די מצוה, אבער זאגט די הייליגע בעש"ט הק' זי''ע ביי מצוה פון צדקה – אפי' מען טוט עס מיט פניות, האט ער מקיים געוועהן די מצוה ווייל עכ"פ ער האט מחי' געוועהן א אידישע קינדער א ארימע מענטש.

טייטש די תורי זהב איין די פסוק אזוי: כי בגלל זה – בגלל איז פסולת פין עסן א לשון פין גללים, אז אפי' די מצוה צדקה איז מיט פסולת מיט פניות אפ''ה יברכך ד', וועט ער געבענטש ווערן, ווייל ער האט מחי' געוועהן די עניים.

[align=center]*********************[/align]

אין די ספה"ק שפת אמת פין הרה"ק מברעזאן זי"ע איז דא אינטערסאנטע רעיון.

שטייט אין פסוק נתן תתן לו ואל ירע בלבבך. וואס איז דער געדאפעלטע לשון נתן תתן..

זאגט ער געוואלדיגע רמז.

א מענטש וואס וויל געבן צדקה פאר א עני, איז זייער שווער, עס איז געלט, דער יצה''ר מאכט איהם שווער.. אין טאמער ער געט יא איז דאס מיט א שווער הארץ.

געט די תוה"ק א עצה טובה, אז די זאלסט נישט געבן מיט א שווער הארץ, דורך דעם וואס זאלסט קודם אינדערהיים אפשיידן צדקה, אין לייגן אין א פושקע, וואס דעמאלס איז דאס נישט אזוי שווער, ווייל עס בלייבט נאך אין זיין רשות, ער האט נאר סך הכל אריין געלייגט אין א פושקע, ממילא שפעטער ווען א עני קלאפט אריין ביי איהם אין שטוב, דארף ער שוין נישט ארויס נעמען פין זיין טאש, נאר ער גייט צו די פושקע, וואס יעצט איז דער געלט דאך שוין נישט זיין, ווייל מען האט שוין פורש געוועהן פאר צדקה, ממילא געט ער שוין מיט א גרינג הארץ מיט גוט הארץ פאר די עני.

ממילא פארשטייט מען שוין זייער גוט די פסוק נתן – קודם זאלסטו געבן איינמאל אין א פושקע ביי איהם אינדערהיים, אין נאכדעם וועט שוין לייכטער אין תתן – וועסטו געבן פאר די עני פין די פושקע וועט שוין זיין ממילא ולא ירע בלבבך.. מיט א גוט הארץ..

א פרייליכע שבת א לעכטיגע שבת, א כתיבה וחתימה טובה אכי"ר
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”