ליל ששי אשכול

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

קו הישר האט געשריבן:נעוואדע!!!
(הערן?! המממ... ליינען.)

@קו לאמיר דערווייל זינגען א ניגון

עפעס פארגיטיגן...
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

געגאנגען!
טובים מאורות שברא אלוקינו... יצרם...
זייער שיין.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

לאמיר נאך עפעס זאגן אין צו ענדיגן.

אויף די דערמאנטע מדרש מה ראה קרח לחלוק על משה פר' פרה אדומה ראה..

קען אפשר זיין א פשוט'ע פשט, קרח האט געשריגן כל העדה כולם קדושים ובתוכם ד' ומדוע תתנשאו וכו'.. קרח האט געטענה'ט אז גאנץ כלל ישראל זענען די זעלבער הייליג, יעדער האט געהערט אנוכי ד' אלוקיך.. ממילא וואס האלסטו העכער פון יעדעם...

ביי פר' פרה אדומה שטייט אזוי ווי מיר האבן פריער געברענגט די מדרש, אז נאר פאר משה איז די אייבישטער מגלה די טעם פון פרה אדומה אבער פאר יעדעם איז דאס א חוקה.. קען זיין אז דאס איז איינער פון די זאכן וואס האט ארויפגעברענגט פאר קרח טענות אויף משה..

אמת אז רש''י ברענגט אנהייב פר' ווי ס'איז ידוע, אז ס'איז א חוקה ואין לך רשות להרהר אחרי', אבער למעשה איז יא פארהאנען נאך א פשט אין רש"י, וואס דאס איז א כפרה פאר די חטא העגל, איז אויב איז דער טעם אלס כפרה פארן חטא העגל, דעמאלס איז לכאורה נישט שייך צו זאגן כל העדה כולם קדושים וכו' ווי מען פארשטייט אליינס, אבער טאמער עס איז א חוקה איז פאר יעדעם איינעם גלייך דאס ענין.. איז אויב אזוי פארוואס לך אני מגלה וכו'.. דאס האט קרח נישט אויסגעהאלטן..

איז ווי רש''י ברענגט אז יעדער האט געהערט אנכי ד' אלוקיך וכו' אויב אזוי פאלט אוועק די לימוד זכות וואס משה רבינו האט געזאגט בשעת די מעשה פין די עגל, אז לי ציות ולא להם, פארוואס האט קרח אזוי געטוהן, אז ס'זאל צוריק נתעורר ווערן דער מעשה העגל אויף גאנץ כלל ישראל, וואס אויב אזוי דארף מען דאך אוודאי צוקומען צו די כפרה פון די פרה אדומה, אויף די עגל.. ממילא איז שוין נישט קיין חוקה, אין פון דעסוועגן זעהן מיר אז ס'הייסט חוקה.. אין נאר משה מעג וויסן די טעם דאס האט שטארק געשטערט פאר קרח'ן

אין דאס איז דער ביאור מה ראה קרח לחלוק על משה – פר' פרה אדומה ראה.. וואס נאר פאר משה ווערט נתגלה דער טעם אין נישט פאר יעדעם – האט אויף דעם קרח געהאט טענות בפרט אז כל העדה כולם קדושים וכו'..

[align=center]********************[/align]

עפעס א שטיקלע מילתא דבדיחותא פון די פרשה וויל איך נאך זאגן

מען דערציילט אז א משכיל א אפיקורס האט אנגעטראפן איינער פין די פוילישע רבי'ס (כ'געדענק נישט יעצט אויף די פלאץ ווער) זאגט איהם די משכיל, ביי ענק זאגט מען דאך אז ליכא מידי דלא רמיזא באורייתא, אלס ווערט מרומז איז דער תורה, איז אויב אזוי זאג מיר נאר ווי איז מרומז אין די תורה אז מען דארף גיין מיט א קאפל אויף די קאפ..

האט יענער רבי אדער גדול גלייך גענפערט זעהר פשוט, ס'שטייט וכל כלי פתוח – יעדער אויפגעדעקטע קאפ, אשר אין צמיד פתיל עליו – וואס טראגט נישט קיין צודעק, קיין קאפל.. טמא הוא – אזא איינער איז א טמא'נע מענטש..

האטס אסאך הצלחה אין אלעס גוט
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

זייער שיין. וואס אביסל נייגער קען טון צו א מענטש!
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

יישר כח פאר די ערשטע און צווייטע! שיינע ענינים!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

קו הישר האט געשריבן:זייער שיין. וואס אביסל נייגער קען טון צו א מענטש!

נאר אזוינע נייגערס....
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

קו הישר האט געשריבן:געגאנגען!
טובים מאורות שברא אלוקינו... יצרם...
זייער שיין.

וועלכע ניגון?
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

זאג דו
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:
קו הישר האט געשריבן:זייער שיין. וואס אביסל נייגער קען טון צו א מענטש!

נאר אזוינע נייגערס....

איך באציע מיר צו מומחה'ס ווארט אז קורח איז געשטארבן פאר נייגעריקייט במלוא מובן המלה.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

קו הישר האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:
קו הישר האט געשריבן:זייער שיין. וואס אביסל נייגער קען טון צו א מענטש!

נאר אזוינע נייגערס....

איך באציע מיר צו מומחה'ס ווארט אז קורח איז געשטארבן פאר נייגעריקייט במלוא מובן המלה.

אה כ'האב געמיינט אז דו רעדסט פון דיין אויסווארטן צו הערן מומחה'ס פערל ווערטער

קרח איז נישט געווען אזוי ווייט נייגעריג, ווי אז יענער ווייסט יא און איך נישט (כ'רעד פון קרח אין אונזער קאפקעיק, וויפיל מיר פארשטייען...)
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

אורי, מומחה, הערליך ווי שטענדיג!
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

@שר התורה, זייער שיין.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

יישר כוחות אלע ברענגערס!!!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

א גוטן חברים היינט נאכט קומט נאך א ליל ששי

אולי וועט מען קענען עפעס אויסשמועסן לקראת די גרויסע אסיפת הניקים וכדו'...
אולי וועלן מיר זוכה זיין צו א פאר אורחי הכבוד, פין די אלטע לייבן.... וואס זענען נעכטן אויפגעשטאנען

הלוואי ......
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

א גוטן ליל שישי!!

גיימיר לערנען דעם עולם בלק..

אנהייבן דארף מען פארשטייט זיך מיט'ן הסבר פון הרה"ק ר' מאיר'ל פרימישלאנער זי"ע.. פארוואס די פרשה הייבט זיך אן מיט א גוי.. און ס'ווערט אנגערופן על שמו פון דעם בלק.. ווען מ'האט אמאל אויסגערופן צו עולה זיין כהן, א רב, וואס איז געווען זייער אן ערליכער, אבער קיין סאך לערנען האט ער נישט געקענט.... האט איהם ר' מאיר'ל געפרעגט די קשיא.. און ווער דער רב האט נישט געהאט קיין תשובה..

האט איהם ר' מאיר'ל דערציילט.. אמאל ווען ער איז געווען מיט א חבר אויפ'ן וועג צו זיין רבי'ן הרה"ק ר' מרדכי קרעמניצער זי"ע.. האט זיך אראפגעלאזט א שלאקס רעגן.. און זיי האבן אנגעקלאפט אויפן ערשטן הויז.. ווען זיי האבן געזעהן אז ס'איז א גוייש הויז, האבן זיי גלייך צוריק געטרויטן.. אבער דער גוי האט זיי ארייינגערופן און געגעבן דארט צו נעכטיגן..

צומארגנס אויפ'ן וועג ווייטער.. רופט זיך דער חבר אהן.. דאס איז אן ערליכער גוי.. אבער צו זיין וואונדער טענה'ט ר' מאיר'ל.. ניין.. דאס איז אן אומ-ערליכער גוי.. איז געבליבן אז מ'וועט פרעגן דעם רבי'ן דערויף.. ווען דער רבי האט געפרעגט ר'מאיר'ל פארוואס האלט ער אז דער גוי איז נישט קיין ערליכער.. האט ר' מאיר'ל געענטפערט.. ס'איז דאך הלכה בידוע עשיו שונא ליעקב.. אז דער גוי איז נישט מקיים די הלכה.. איז ער נישט קיין ערליכער.. און דער רבי האט איהם געגעבן גערעכט..

פירט ר' מאיר'ל אויס צו דעם רב.. בלק האט מקיים געווען דעם הלכה בהידור רב.. נו.. מיט א ערליכער.. אפילו א גוי מעג מען אנהייבן די סדרה.. נו קענסט עולה זיין..


קען זיין א רמז דערצו.. חז"ל זאגן דאך אז בלק איז צור פון די מלכי האמורי.. כזבי'ס פאטער.. די מימרא פון הלכה בידוע זאגט דאך רשב"י פון די פינטעלעך אויף וישקהו.. בל"ק צו"ר איז טאקע גימטריא וישקה"ו מיט'ן כולל.. ואולי איז דער כולל גאר א רמז אויף די פינטלעך..

*


אז מ'וויל הערן.. דארף מען אבער וויסן פון וועם.. אין שטאט קארלין האט געוואוינט הג"ר שמואל אביגדור תוספאה זצ"ל, בעמח"ס תנא תוספאה אויפ'ן תןספתא.. אמאהל האט ער געזעהן א חסיד לויפן צו הערן תורה פון הרה"ק ר' אהרן קארלינער זצ"ל.. דער רב האט געקענט דעם יונגערמאן אלץ ת"ח.. גיבט ער איהם א פרעג.. וואס לויפסטו צום רבי'ן.. וואס וועסטו שוין הערן דארט.. א רמז אויף א ו' ארויף א ו' אראפ.. קום אריין צו מיר.. און אין די צייט וועסטו הערן א טיפע פלפול..

זאגט איהם דער חסיד... לכאורה איז א פלא אין רש"י.. אין פרשת ויצא זאגט יעקב אבינו 'הבה את אשתי כי מלאו ימי ואבואה אליה'.. פרעגט רש"י.. 'והלא קל שבקלים אינו אומר כן'.. אבער רש"י איז מלמד זכות 'אלא להוליד תולדות אמר כן'..

קומט אבער צו אונזער פרשה.. בלעם רעדט ווערטער.. 'אם יתן לי בלק מלא ביתו כסף וזהב לא אוכל לעבר את פי ה' אלקי לעשות קטנה או גדולה'.. געוואלדיג.. פאר קיין געלט אין די וועלט וועל איך נישט טוהן קעגן די רצון ה'.. ממש א דערהויבענער מדרגה.. זאגט אבער רש"י דערויף.. 'למדנו שנפשו רחבה ומחמד ממון אחרים'.. וואס איז די דיסקרימינאציע.. יעקב אבינו רעדט נידריגער ווי א קל שבקלים.. און מ'לייגט אריין דארט מדרגות.. און בלעם רעדט ווי א צדיק.. לערנט מען איהם אריין געלט גייציגקייט..

נאר די חילוק איז - פירט דער חסיד אויס - דער עיקר איז נישט וואס מען זאגט.. נאר ווער עס זאגט..

*


מ'קען אפשר צולייגן דערויף.. שפעטער טרעף מיר 'וירא ישראל שוכן לשבטיו' ווי רש"י איז מסביר 'שאין פתחיהן מכוונות'.. זיי זוכן נישט צו גלוסטן וואס יענער האט.. נישט ווי בלעם האט מרמז געוווען אין זיינע ווערטער.. האט בלעם מודה געווען.. איך מיט מיינע הייליגע דיבורים.. איז נאכאלץ בעסער יעקב אבינו'ס דיבורים איבער זיין חתונה האבן.. מה טובו אהליך יעקב..
*


און קען טאקע זיין בלק האט געזאגט 'אולי אוכל נכה בו'.. און זיינע כוונות זענען זיכער נישט געווען קיין גוטע.. און בלעם האט געזאגט 'לא אוכל'.. אז מ'שרייבט 'אולי' חסר.. איז בל"ק מיט זיין 'אלי אוכל' די זעלבע גימטריא ווי 'בלעם' מיט זיין 'לא אוכל'.. איי וועט עטץ פרעגן אז ס'שטייט נישט חסר.. עט מען מוזן זאגן הגם בלעם מיט לא אוכל איז זעקס ווייניגער.. אבער מ'טרעפט שוין ביי עפרון אז זיין נאמען שטייט חסר ו' ווייל ער איז געווען א רע עין.. אונזער בלעם איז דאך אויך געווען אזאנס.. ממילא איז ער טאקע מיט זעקס ווייניגער..

*


און קען זיין דערפאר רופט דער הייליגער אוה"ח - וואס היינט נאכט איז זיין יארצייט - דעם בלעם 'פי חזיר'.. דער דבר אחר איז דאך באקאנט מיט'ן ארויסווייזן זיין חזיר פיסל.. ווען פון דערונטער איז ער א שמוציגער חזיר.. אזוי הא בלעם זיך אויך געוויזן ווי א צדיק.. לא אוכל לעבור את פי ה'..

*


און אין אמת'ן אריין טרעף מיר דריי שיינע טיטלען אין אוהחה"ק אויף דעם בלעם אונזערער.. 'כי לעולם ברכת בלעם כברכת חמור'.. 'ולא ידעו ששלשלת הכלב ביד בעליו ואינו יכול עשות ככל אשר יחפוץ..'פי חזיר'..

אפשר איז עס טאקע מרמז אויף בלעם'ס הנהגה.. אויף נבל הכרמלי וואס איז געווען א רע עין, שרייבט דער פסוק 'והוא כלבי'.. ברענגט דער רד"ק אז ס'איז מלשון 'כלב'.. דער חמור איז דער סמל התאוה.. ווי מיר געפונען אויף די מצריים בשר חמורים בשרם.. און דער חזיר פרובירט זיך גרויס צו האלטן מיט וואס ער האט נישט..

*


און אז מ'רעדט פון נישט זיין קיין צר עין.. דער הייליגער צאנזער רב זי"ע האט אמאל געפאדערט פון א גביר א סכום הגון פאר צדקה.. און דער גביר האט געוואלט וויסן צו זיין חבר האט אויך געגעבן אזוי פיל.. האט איהם דער צאנזער רב געזאגט.. ראה שאין פתחיהן מכוונין.. פתח תפתח מיינט דאך צדקה.. בלעם איז נתפעל געווארן אז די אידן שטעלן נישט צו זייערע נתינות צו וויפיל יענער האט געגעבן..

*


און אז מ'רעדט פון בלעמ'ס געלט.. זאגט דער 'גן יוסף'.. בלעם האט זיך שוין אנגעבארגט אויפ'ן חשבון פון די 'מלא ביתו כסף וזהב'.. און האט שוין געמאכט דערויף א חיים טובים.. ואחרי ככלות הכל.. בלק האלט נישט ביים באצאלן.. והנה מנעך ה' מכבוד.. האט זיך בלעם געטראפן אין א פראבלעם.. זאגט איהם בלק.. דו האסט איין עצה.. קום ברח לך..מאך פליטה..

מיט דעם קען מען מסביר'ן וואס דער אתון האט געזאגט בלעמ'ען.. זה שלש רגלים.. אתה הולך לעקור אומה החוגגת שלש רגלים.. ס'דאך ידוע די מעשה מיטן ארענדער (נדנ) וואס האט נישט געהאט צו באצאלן.. און ער האט געוואלט אויסנוצן די געלעגנהייט ווען דער פריץ איז געפארן אויף יאגד זיך ארויסצושלייכן פונעם דערפל מיט זיין גאנצע האב און גוטס.. צו זיין שלעכט מזל אויפן וועג ארויס פן דארף.. פארט איהם אקעגן נישט קיין צווייטער ווי דער פריץ עריץ אויף זיין פערד..

העי מאשקע.. ווי פארסטו.. דער איד'ל פארלירט זיך נישט.. וואס הייסט כ'פאר צום רבי'ן אויף יום טוב.. אויף יום טוב?! וואונדערט זיך דער פריץ.. וועלכע יום טוב איז יעצט.. וואס הייסט 'זמן פליטתנו'.. ווען איז דער יו"ט וויל דער פריץ וויסן.. אהה ענטפערט דער אידל.. ביי יעדעם אנדערש..

קאן זיין דאס האט איהם דער אייזל געוואלט מרמז זיין מיט'ן צודריקן די פוס צום וואנט.. אז בלעם זאל נאר בלייבן מיט איין רגל.. צו זאגן.. דו וועסט בליייבן מיט דעם איין יום טוב.. זמן פליטתנו.. און די אידן וועלן זוכה זיין צו דיינע ברכות.. און 'כל מה שישראל אוכלים בעולם הזה, מכח הברכות שברכם בלעם הרשע' (דברים רבה ג, ד).. און זיי וועלן טאקע האבן פרנסה בריוח.. און בלייבן מיט די דריי רגלים.. און דעם זמן פליטתנו וועלן מיר לאזן פאר בלעמ'ען!!

*


אבער ווי קלוג דער אייזל איז געווען.. זאגן די מגידים.. האט ער גוט ארויסגעברענגט פארוואס אן אייזל קען נישט רעדן.. מ'האט איהם שוין יא געגעבן דעם כח צו רעדן.. פארוואס שטעלט ער זיך נאר אויף 'למה הכיתנו'.. הייב זיך אן צו טענה'ן.. מהיכי תיתי.. פארוואס רייטסטו אויף מיר און נישט איך אויף דיר.. אבער דער אייזל האט עס אליינס מיישב געווען.. אנכי אתונך.. כ'בין אן אייזל.. מיט שכל ווי אן אייזל..




זכות האוהחה"ק יגן עלינו ועל כל ישראל,
און האטס מיר אלע א ליכטיגע שבת!!

און האפנטליך העמיר דעם מוצ"ש זאגן ותודיענו!!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
שר התורה
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר התורה »

ייש'כ הרב אוראיינקל,
זיס ווי האניג! שענע פשטים,
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

א גוטן טייערע חברים גוט הארציגע ברידער'ס.

מיר שטייען יעצט אין א פאסיגע זמן, דער הילולא קדישא פון די הייליגע אור החיים הק' זי"ע ועכי"א, וואס ביי אונז חסידים טראגט דאס א ספעציעלע משמעות, וואס ווי כידוע אז די הייליגע חיד"א שרייבט אז דער הייליגע בעש"ט הק' זי"ע האט פארשפרייט דער גדלות פין די הייליגע אוה"ח אין די גאנצע געגענד...

וועלן מיר אנהייבן מיט א ווארט פין די הייליגע אוה"ח הק' זי"ע אין די פרשה.

קודם ווייסט דאך יעדער, ווי די הייליגע אוה"ח הק' צולאזט זיך שטארק אין די וואכטיגע סדרה אויף די לענג אין די ברייט, ווי ער האקט אויף בלעם הרשע, ווי אזוי ער ריפט איהם אן מיט כל מיני לשונות של גנאי, פי חזיר, משוקץ ומתועב, וכדו' וכדו'..

וועל איך דא ברענגן א שיין שטיקל, ווי ער מאכט פיין חוזק פין בלעם..
בלק זאגט איהם "כי ידעתי את אשר תברך מברך ואשר תאור יואר".. די פשט איז ווי די מדרש ברענגט אז בלעם האט געבענטש בלק אז ער וועט זיין א מלך.. ממילא פארשטייט מען וואס בלק זאגט כי ידעתי את אשר תברך מבורך, ווייל מיר זעהן דאך אז די ברכה איז מקויים געווארן.. אין דאס האט נאר בלק געוויסט.. אין ווייטער ואשר תאור יואר.. ווייסן מיר אויכעט ווייל מען האט געזעהן קלאר אז ער האט געשאלטן מואב אין סיחון... אין עס איז מקיום געווערן..

שטעלט די הייליגע אוה"ח הק' אז בשלמא אז בלעם האט מצליח געוועהן מיט די קללות קען מען נאך פארשטיין, הן ווייל ער איז געוועהן א רעה עין, אין א שלעכט אויג קען שאטן.. אין הן ווייל ער איז געוויסט פונקטליך ווען כביכול די השי''ת רעגט זי... קען מען דעמאלס כאפן די מינוט אין שעלטן רח"ל... אבער ווי אזוי קען זיין במציאות אז די ברכות זאל מקיום ווערן פין די מויל פון בלעם הרשע..

זאגט די הייליגע אוה"ח הק' א געוואלדיגע כאפ, אין א שטיק ליצנות אויף בלעם.. ער זאגט אויס די גאנצע סוד די גאנצע כח פין בלעם.. ווי אזוי ער האט געבענטש...

זאגט ער אזוי: אז אין אמת'ן אריין זענען די ברכות פין בלעם נישט מער ווי א ברכה פין א חמור – אייזל... (ז"ל "לעולם ברכת בלעם כברכת חמור") נאר די בלעם הרשע איז געוועהן א ריזיגע פאפער (מען קען אפשר צוגלייכן צו דעם, וואס עס איז דא וואס ברענגן אז בלעם איז געוועהן נישט מער אין נישט ווייניגער דער זיידע לבן... אליינס.. איז ער דאך געוועהן די באוויסטע פאפער..) אין ער איז געוועהן א גוטע שטערן זעהער.. אין ער האט געקענט זעהן אויף מענטשן דורך די שטערן'ס די מצבים וואס זיי וועלן אדורך גיין.. ממילא האט ער געזעהן דורך די שטערן'ס אז בלק גייט נתעלה ווערן צו ווערן א קעניג, ער האט געזעהן אז זיין מזל האט געשיינט, אבער ער האט דאס נישט געזאגט, נאר האט זיך געמאכט ווי ער בענטש איהם, ער ווינטש איהם אן אז ער זאל עולה לגדולה זיין.. אין דאס האט געמאכט בלק א איינדרוק אין טראכטן אהה זיינע ברכות ווערן מקיום.. אבער אינאמת'ן אריין... קען ער טאקע נישט בענטשן ....

[align=center]*************************[/align]

יעצט וועלן מיר ברענגן א דבר נפלא וואס כ'האב געזעהן אין די ספה"ק דברי יואל, פין די סאטמערע רבי'ן זצוק"ל, (פר' במדבר) וואס ער ברענגט א דבר נפלא מדו"ז הרה"ק רבי משה'לע מראזדוודוב זצוק"ל

אויף די פסוק מה אקוב לא קבה א-ל זאגט ער אזוי:
מיר ווייסן דאך מפי ספרים וסופרים אז די אלע פרשות התוכחה ווי פר' בחוקותי אין כי תבוא.. וואס קיקן אויס ווי קללות זענען בעצם ברכות.. אין ס'ליגט באהאלטן פיל מיט ברכות, דארף מען דאך טאקע פארשטיין, אויב האט די השי''ת געוואלט בענטשן מיט ברכות, אויב אזוי פארוואס דארף מען עס באהאלטן...

זאגט די הייליגע ראזדוודובער זצוק"ל אז דאס איז א גאר גרויסע טובה פאר די אידישע קינדער אין די באשעפער האט דאס געמאכט בכוונה, ווייל ווען די שונאי ישראל די אוה''ע ווילן ח"ו שעדיגן די אידישע קינדער טוהן זיי שעלטן די אידישע קינדער, אבער די השי"ת האט מקדים רפואה למכה אין מיט יעדער קללה וואס זיי שעלטן זאגט מען זיי אז די תורה האט שוין מקדים געוועהן מיט די קללה, אין אויף די קללה האט די רבש"ע שוין באהאלטן בלויז ברכות, קומט אויס אז זיי קענען שעלטן וויפיל זיי ווילן אין עס העלפט א מכה.., ווייל די באשעפער האט שוין מקדים געוועהן, אין עס שטייט שוין אין די תורה די קללות, וואס עס ליגט שוין גאר באהאלטן נאר ברכות.. ממילא קאנען זיי שוין נישט מזיק זיין קיין שום יוד נישט...

דאס זאגט אונז דער תוה"ק, בלעם האט געזאגט, מה אקוב – וואספארא קללה קען איך זיי שוין שעלטן, נאר אזא מין קללה וואס 'לא קבה קל' אזאך וואס די אייבישטער האט נישט געשאלטן אין עס שטייט נישט אין די תורה, אבער אין אמת'ן שטייטדאך שוין אלע קללות אין די תורה, ממילא וועט קיין שום קללה וואס זיי ווילן אונז שעלטן שוין גאר נישט העלפן, ווייל אלעס איז שוין מרומז אין ברכות, ממילא קען זייערע קללות שוין גארנישט מזיק זיין פאר די אידישע קינדער...

[align=center]*****************************[/align]

היינט נאכט איז אויך די הילולא קדישא פין הרה"ק רבי אלעזר מריישא זצוק"ל וועלן מיר דא ברענגן א ווארט וואס שטייט אין די ספר משנה למלך פין הרה"ק רבי אלעזר מריישא זי"ע.

בלק זאגט פאר בלעם ועתה ברח לך אל מקומך אמרתי כבד אכבדך והנה מנעך ד' מכבוד.

ער שטעלט זיך אפאר דיוקים, אין איך וועל נישט מאריך זיין מיט די דיוקים נאר צוקומען צום ווארט זאגט ער אזוי.

בלק האט דא געהאט נאר איין מטרה, צו מבזה זיין אין פארשעמען בלעם וואס מער ער קען, פאר די אויגן פין די אלע מיט באטייליגע.. כדי משפיל צו זיין בלעם... וואס כידוע ווייסט מען אז בלעם איז געוועהן א בעל גאווה.. אויף די העכסטע גראד... האט בלק - נאך וואס ער נישט מצליח געוועהן מיט בלעם מיט וואס ער האט געוואלט - באשלאסן אראפ צו קלאפן די כבוד די גאווה פין בלעם.. אין מיט דעם וואס ער האט איהם געזאגט דאס האט ער איהם פיין אראפ געקלאפט..

אין ער האט איהם אזוי געזאגט, מיט א לשון בתמיה כאילו ער רעדט צו זיך אליינס, ווי ער ווינדערט זיך אויף זיך אליינס אז די גאנצע צייט האט ער געלעבט פשוט אין א טעות, אין ער רעדט זיך אפ אז יעצט ווייסט ער שוין אז ער האט געטוהן א גרויסע טעות..

דאס זאגט איהם בלק אמרתי כבד אכבדך – א געדאפעלטע לשון, - איך האב א גאנצע געטראכט דיר מכבד זיין, מער וויפיל עס פאדערט, אין לויט ווי די ווילסט, לויט זיין ווארטן אויף כבוד... אין יעצט זעה איך, אין איך ווער גאר געוואר אז ביזט קיינמאל נישט ווערט געוועהן אויף דעם, זעהסט דאך והנה... עס איז געווארן מבורר אז "מנעך ד' מכבוד"'.. די אייבישטער האלט דאס צוריק פין דיר אין איך האב געלעבט פשוט אין א טעות... ביז יעצט.

דאס האט בלק געזאגט אינגאנצן בל' תמיה ווי ער ווינדערט זיך דערויף ווי ער ווערט געוואר א נייע חידוש א נייע זאך...

[align=center]*******************************[/align]

אז מיר דערמאנען שוין די הייליגע צדיק רבי אלעזר מריישא זצוק"ל. וועל איך צו ענדיגן מיט א אינטערסאנטע זאך וואס ווערט געברענגט ביי די תולדות אויף די צדיק בסוף הספר הנ''ל, וואס האט א שייכות צו די הייליגע אוה''ח הק' זי"ע.

ביים רבי אלעזר ריישא האט זיך געדרייט א חסיד נאמן וואס האט געהייסן ר' יחיאל פון שטאט הולושיץ, אין נאכן פטירה פין די צדיק האט ער זיך ארום געפארעט מיט די מטה פין די גרויסע נפטר, אלעס ביזן קבורה, מיט א מורא'דיגע איבער געגעבנהייט.. פין ריישא ביזן באגראבן אין די שטאט סאקאלוב...

נאך אפאר טעג קומט ער אריין אין בית המדרש אין פארציילט פאר די עולם אז דער רבי, דער רבי אלעזר מריישא איז איהם געקומען אין די חלום אין האט איהם געזאגט בזה"ל "דו מיינסט אז דו האטס מיר געפירט ביז סאקאלוב, דער אור החיים הק' האט מיר געפירט..."

דברים נפלאים

זי"ע ועכי"א

זונטאג קומט שבעה עשר בתמוז.. יה"ר אז מיר זאלן שוין זוכה צו זיין צו די גאולה שלימה איז עס זאל אין די טעג נהפך ווערן מיגון לשמחה מאבל ליו''ט
א גוט שבת
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
שר התורה
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר התורה »

ייש''כ הרב מומחה יוחס, הערליכע ווערטער זיך צו דערקוויקן,
איך וויל נאר צולייגן,על הילולא של האוהח''ק אז מזאגט נאך פונעם רויזשנער, אז דער אור החיים איז אזוי מטהר ווי דעם זוה''ק, אין דער סלונים רבי האט מסביר געווען אז היינטיגע צייטן איז די זוה''ק איז זייער שווער צו פארשטיין, אבער דער אור החיים איז זיך מער מתקבל על הלב (מקען עס מער פארשטיין),
פון דער טורנא רב ר' מאיר עריק זצ''ל זאגט מען נאך אז ער האט געזאגט אז נאכדעם וואס ער האט די ערשטע מאל גענדיגט אוהח''ק ביז לעיני כל ישראל, האט ער זיך געשפירט ווי א בריה חדשה,
*
מפארציילט אז ווען דער חזון איש איז ארויף געקומען אויף ארץ ישראל, איז געווען א טאג פאר שבעה עשר בתמוז, האט איינער פון די אנוועזענדע געזאגט, אז מדארף זיך גיין אביסל אויסרוען ווייל מארגן איז א פאסט טאג, האט אים דער חזון איש גענטפערט, ''אז מארגן איז שבעה עשר ווייס איך אבער צו עס איז א פאסט טאג דאס ווייס איך נאך ניט''
זאל טאקע הקב''ה העלפן מיר זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן פון די ביטערע גלות במהרה,
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

הרב אורי ייש"כ דברים השמחים את הלב
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

הרב שר התורה זייער שיין ייש"כ
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

ר' אורי כ'גיי ארויס פון די כלים פון דיינע בליצן יעדע וואך עקסטער!!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

און א יישר כח מומחה און שר התורה, ס'ווארט פון חזון איש געפעלט מיר
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

חברים וידידים!!

כ'ווייס כ'ווייס.. ס'נישט ליל שישי היינט..

אבער וואס זאל איך טוהן.. לי"ל שיש"י (עם האותיות והכולל) איז גימטריא "מקו"ה טהר"ה מח"ר אנ"י ב"א" (עם האותיות)..

ווי יעדער האלט מיט, גייט אן די קאמפיין אויפצושטעלן א מקוה טהרה, להרבות טהרה בישראל - מדת היסוד, וואס איז די מדה פון ליל שישי..

לכן נפשי בשאלתי, פון די אלע וואס האבן הנאה פון מיינע דיבורים יעדע ליל שישי, מיר ארויס צו העלפן אנקומען צו מיין גאול, ויהיה לזכות ידידנו, ולכם ולכל באי אייוועלט.

https://www.charidy.com/cmp/ivelt/AA
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

טייערע אידן

(מיטן רשות פין ידידינו הרב אור אייניקל - וואס חס ושלו' כ'מיין נישט צו מאכן א קאמפיטיטשן מיט איהם, נאר אדרבה איך האף אי''ה צו געבן פאר איהם אויך בעז"ה..)

וועל איך מיר אויך דערוואגן צו לייגן דא א טישל, לכבוד מיין פעידזש וואס כ'האב אינטער גענומען לכבוד די מעכטיגע קאמפיין וואס די אייוועלט אידן האבן אינטערגענומען.

אזוי ווי איך מיה מיר יעדער וואך צו מהנה זיין די חברים המקשיבים, מיט דברי תורה על הפרשה, טוה איך בעטן דאס מאל א חסד של אמת אז מען זאל אריין ווארפן לכבוד די מצוה הגדולה, וואס איז אינטערגעקומען אין מיין האנט, צו מחזק זיין א איד, אין בויען א מקוה טהרה, וואס דאס איז א דבר גדול פאר זיך

אין אי''ה וועל איך ווינטשן פאר יעדער נדיב אין תורם מיט א פאסיגע ברכה
קוק אין דער אשכול http://www.ivelt.com/forum/posting.php? ... 16&t=48349

אין די פעידזש ווי מען קען גבן איז דא https://charidy.com/ivelt/MY

יישר כח פון פאראויס
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
שר התורה
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר התורה »

איך זע אז די וואך האט סיי אורי, און סיי מומחה, געמאכט א ליל שישי מוקדם,
העל איך אויך טון דאס זעלביגע, (גארנישט וועגן די קאמפיין איך דארף ערגעץ פארן היינט,)
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”