ליל ששי אשכול

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
כבר היה
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2022 12:21 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבר היה »

מומחה יוחס האט געשריבן:
כבר היה האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:דער עולם האט איבער געלאזט דער שמוץ.... שרעקליך
נישט מענשטליכקייט......

איך ארבעט שווער צו רייניגן דער מקום...

אה דו ביסט עס... אקעי, דארט איז דא א האט קאפ אנגעפולט מיט פאום שטיקלעך צוגעדעקט מיט א געבלאזענע טישו, פיק עס אויף...

וואס איך בין דיין קנעכט?

נישט נאר מיינס...
אבער דו קלינסט דאך אויף דא
עני וועי איך קען נישט זיצן דא, זיי מוחל...
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24631
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

וועסט מיר באצאלן וועל איך קלינען....
נישט אומזיסט
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!

וואס הייסט האסט געגנבט די וואלן האט מען דיר פארקויפט פאר א קנעכט..
און יעצט דארפסטו שוין אויפהייבן אלע שטיקלעך פאום פון די פלאר ווייל ר' דן האט געבלאזן דא און אלעס איז געפלויגען
און וועגן באצאלן דארף מען קודם זעהן אויב די הויזן צורייסט זיך טאקע
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24631
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ביי ביי זיך דיר א צווייטע........

ביי דעי וועי איך האב שוין גערייניגט דער עיקר

נאר דיינע שמוץ האב איך איבער געלאזט פאר דיר.....

הצלחה רבה
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
a yiddish hartz
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 02, 2021 6:22 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך a yiddish hartz »

מאנסי געבוירענער האט געשריבן:
שטייפע טרויבן האט געשריבן:
משמש בקודש האט געשריבן:
מאנסי געבוירענער האט געשריבן:איינער איז דא?

לאנגסאם און פעלדמאן זענען דא געוועהן א מינוט צוריק

יוש.. פארפאסט, אלעמאל געשעט דעי זאכן צו מיך...

אלעמאל געשעט דעי זאכן צו דיר......

וואס אלעמאל עס איז די ערשטע מאל איך??
יא דו קענסט אלעס באווייזן קרעדיט מיכאל
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

גייט עס ליל שישי פרשת קרח!

הייב מיר אן כדרכנו מיט א לעקיך און בראנפן.. שטייט דאך די וואך.. ונחשב לכם תרומתכם.. אז מ'וויל זיך דערהייבן.. כדגן מן הגורן.. נעמט מען א לעקיך.. וכמלאה מן היקב.. מיט א גלעזעלע משקה.. און בפרט ליל שישי.. דג"ן מ"ן הגור"ן ומלא"ה מ"ן היק"ב.. איז גימטריא ליל"י שיש"י..

*

און בפרט אז מ'זעה מיר דער חורבן פון אויפבלייבן א גאנצע נאכט פארברענגן אינאיינעם מיט ליצנות.. ווי חז"ל דערציילן וואס קרח האט געטוהן א גאנצע נאכט.. אנזייען מחלוקת און פילוג.. איז דאך מדה טובה מרובה אז מ'רעדט פון גוטע זאכן האט עס אודאי א גרויסע השפעה.. קען דאס זיין פשט.. פרשה זו יפה נדרשת.. מ'ען זיך ארויס לערנען אויף די גוטע זייט אויך..

*

קען זיין נאך א מהלך.. האט דערציילט הרה"ק ר' שלמה באבוב'ער זי"ע.. דער אייניקל פונעם בייטאג'דיגע בעל הילולא מהר"ש הראשון זי"ע.. אלץ קינד איז ער געווען מיטן פאטער אין מארינבאד.. דארט איז ער דערביי געווען ווען דער פריערדיגער בעלזער רב זי"ע איז געגאנגען באזוכן א איד א זקן.. און דער בעלזער רב האט איהם אויסגעפרעגט אויב ער האט נאך א תאוה צו אכילה.. אדער צו אנדערע זאכן.. אויף אלעס האט דער איד געענטפערט אז ער האט שוין נישט די תאוות.. אבער אויף תאות הממון.. דארט איז ער אונטער געשפרינגען.. יא.. כ'וואלט נאך געוואלט זיין א גביר..

איז דאך באקאנט יפ"ה איז גימטריא 95.. פרשה זו.. ווען מען רעדט פון קרח'ס רייכטום.. דאן איז עס יפה נדרשת.. אפילו א פינעף און ניינציג יעריגער איד וויל עס נאך האבן..

*

האט דער בית ישראל געזאגט.. דער וועלט זאגט רייך ווי קרח.. צומאהל גבירים נאך זייער טויט.. טרעפט מען אז זיי האבן טאקע געהאט מיליאנען.. אין חובות.. אבער קרח איז דאך געגאנגען מיט זיין גאנצע האב און גוטס.. האט קיינער נישט געקענט אפפרעגן זיין עשירות..

*

האט דער אמרי אמת געזאגט.. רש"י פרעגט וקרח שפיקח היה מה ראה לשטות זה.. פון וואנעט נעמט רש"י אז ער איז געווען א פיקח.. נאר אז מ'האט געלט.. דאן ווערט מען אוטאמאטיש א וועלטס חכם..

*

ווי דער ילקוט הגרשוני ברענגט א טייטש.. אויף די משנה די וואכעדיגע פרק.. די משנה פרעגט איזהו עשיר.. וואס איז די שאלה.. אן עושר איז איינער ואס האט אפאר מעלאונעס.. נאר די שאלה איז.. ווער איז נאר אן עושר.. און נישט אויך א חכם.. א שיינער איד וכו' וכו'.. אלע מעלות וואס קומען מיט מיטן געלט.. דאס איז א שמח בחלקו..

*

שטימט מיט דעם.. היינטיגע צייטן איז שוין אויך אינקלודעט אין די עשירות כח הנגינה.. אין שיח הפרשה ברענגט ער פון זיין מלמד.. וכל ישראל אשר סביבתיהם נסו לקולם.. וואלט געדארפט שטיין מקולם.. נאר מען האט געשריגן אז קרח זינקט.. און די אידן האבן געמיינט אז קרח זינגט.. זענען אלע געקומען צו לויפן לקולם..

*

אבער משה רבינו איז נישט נתפעל געווארן פון די אלע זאכן.. ווי ס'האט געזאגט דער קראקאווער רב הג"ר שמעון סופר זצ"ל.. אז א רב ווערט רב.. וויל ער געפעלן דעם עולם.. און ער זיכט מכבד צו זיין די עשירים.. און צומאהל האנדלט זיך עס פון חמורים.. וואס ווען נישט זייער געלט וואלט קיינער נישט געקוקט אויף זייער זייט.. און דאס איז גורם אז די ריכטיגע חשובע מענטשן האבן א שווער הארץ אויף איהם.. אבער נישט ביי משה רבינו.. לא חמור אחד מהם נשאתי.. כ'האב נישט דערהויבן קיין איין טיפש.. ולא הרעותי את אחד מהם.. כ'האב נישט שלעכטס געטוהן פאר די חשובע מענטשן.. מלשון אחד העם..

*

און חוץ פון די געלט.. האט מען דא געהאנדלט פון פרומע חברה אויך.. ווי די ספרים ברענגען א ראיה.. און בן פלת'נס רעבעצין האט געוואוסט.. אז זי וועט פורע זיין שערה.. וועט זיך קיינער נישט דערוואגן זיך צו דערנענטערן..

קען אבער זיין.. דאס איז טאקע דער חורבן.. ווען זיי ווייסן כאטש אז זיי זענען בעלי מחלוקת.. איז נאך דא האפענונג זיי מעורר צו זיין.. אבער ווען ס'ווערט א פרומקייט.. דאן איז שוין צרות.. דערפאר ווען משה רבינו האט געהערט.. כי כל העדה כולם קדושים.. זיי טענה'ן גאר אז ס'איז לשם שמים.. דאן ויפול על פניו.. ס'איז נישטא וואס צו טוהן..

*

זאגט דער שם משמואל בשם זיין זיידן דער קאצקער זי"ע.. ובקשתם.. עטץ זענטס טאקע מבקשים.. אבער גם כהונה.. דא ליגט אויך באגראבן א תאוות השררה..

*

און אזוי ווערט געברענגט.. זיי האבן גע'טענה'ט אז משה רבינו איז נישט באגלייבט.. נאר זיי נעמען זיך אן פארן אמת.. אויב אזוי.. אמת מארץ תצמח.. זייטס מוחל אריין אין דר'ערד..

*

אדער ווי הרה"ק ר' וואלף מסטריקוב זי"ע האט געזאגט.. משה רבינו איז געווען דער עניו מאוד.. ער האט זיך געהאלטן כעפר.. אז זיי שרייען אז דאס היייסט שוין התנשאות.. דאן ברויכן זיי צו גיין נידריגער ווי דער ערד..

*

און דער כתב סופר זאגט.. זיי האבן גע'טענה'ט.. רב לכם.. דאס וואס עטס זענטס נאך רבנים דאהי.. איז ווייל כל העדה כולם קדושים.. זיי האבן נישט דאס הארץ אייך צו טשעפענען.. אין א צווייטע פלאץ וואלט מען שוין ענק פונלאנג מעביר געווען..

*

און אז מ'קען נישט אטאקירן די רבנים אליין.. דאן נוצט מען דעם לחש.. די גבאים.. די עסקנים האבן פארדרייט א קאפ.. זיי לאזן נישט אריין די ריכטיגע אינפארמאציע.. זאגט רבי מאיר שפירא.. אפילו ווען עדת קרח איז שוין מודה.. משה אמת ותורתו אמת.. לייגן זיי אבער צו.. והם בדאים.. די גבאים קען מען נישט גלייבן..

האטס מיר אלע א גוט חודש און א גוט שבת!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24631
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

א גוטן תמיד א פרישע ליל שישי היינט.

אה פר' זו יפה נדרשת.... אין ווען איז יפה נדרשת אויב נישט ביי א ליל שישי צוזאם קום...

אויף די רש"י האב איך געזעהן פין הרה"ק רבי איתמר מקונסקוולי זי"ע בספרו הק' משמרת איתמר א נפלא'דיגע רמז.

רש''י זאגט אונז אז קרח קען זיך נאך טרייסטן... מיט דעם אז ער וועט נאך אמאל נתקן ווערן אין ארויס קומען פין די שאול.

זאגט ער אזוי פר' זו יפה נדרשת – ווערט גע'דרש'נט לטובה צום גוט'נס לטובת כח במדרש רבי תנחומא אז קרח קען זיך נאך טרייסטן... אין זיך מחזק זיין אז לעתיד לבוא וועט ער האט זיין תיקון השלם אין ארויס גיין פין די גיהנים....

[align=center]*******************[/align]

שטייט אין פסוק ותפתח הארץ את פיה ותבלע אתם ואת בתיהם ואת כל האדם אשר לקרח ואת כל הרכוש

ווי קומט אריין אין די מדבר ואת בתיהם מיר ווייסן אז ס'איז נאר געוועהן געצעלטן, אין ביזט איז א גאנצע צייט געוועהן דערמאנט אהליהם וכו'..

האב איך געזעהן אין די ספר אמרי שפר פין הגה"ק רבי שלמה קלוגער זי"ע (נעכטן געוועהן די יא''צ) א שיינע ווארט:

פארוואס טאקע אין די מדבר איז געוועהן געצעלטן ווייל ווען מען וואנדערט ווען מען איז נישט אין א מקום קבוע הייסט דאס א א געצעלט משא''כ א הויז איז אויף א מקום קבוע...

דא זענען קרח וכל עדתו איינגעלינגען געווארן אין די ערד אויף א לאנגע צייט אויב אזוי קען מען שוין זאגן ואת בתיהם ווייל ס'איז שוין א מקום קבוע אויף איין פלאץ...

[align=center]************************[/align]

שטייט ויחר למשה מאוד ויאמר אל ד' אל תפן אל מנוחתם לא חמור אחד מהם נשאתי ולא הרעותי את אחד מהם..

האב איך געזעהן א הערליכע ווארט פין די הייליגע חתם סופר .

משה רבינו זאגט אל תפן אל מנוחתם פארוואס? ווייל ס'ווערט געפסקנ'ט אז א קרבן פין א מומר איז פסול.. איז אזוי אויך איינער וואס איז א מסור... זענען זיינע קרבנות פסול...

נו דתן ואבירם זענען דאך געוועהן די ריכטיגע מוסרים.. זיי האבן געמסר'ט משה רבינו אליינס אז ער האט געמוזט אנטלויפן קיין מדין.. ממילא האט משה רבינו געקענט בעטן אל תפן אל מנוחתם... זיי זאלן נישט האבן א חלק אין די קרבנות..

טאמער וועסטו וועלן זאגן אז דתן ואבירם האבן תשובה געטוהן... נו זאלן זיי חאטשיג באצאלן פאר משה די שאדענ'ס וואס ער האט געהאט – ער האט געמוזט קויפן א אייזל צו קענען אנטלויפן קיין מדין.. זאלן זיי חאטשיג צאלן אויף זאגט משה ניין ולא חמור אחד מהם נשאתי.. זיי האבן אפי' נישט באצאלט דאס...

איי וועסטו וועלן זאגן אז ס'איז געקומען שטראף ח''ו פאר משה ווייל משה רבינו האט אנגערופן א איד מיטן נאמען רשע למה תכה רעיך אין א אידישע קינד טאג נישט זאגן דער ווארט רשע אויף דעם איז נישט אמת נישט משה האט אנגערופן רשע, משה האט נאר געזאגט למה תכה רעך אין די תורה הק' איז דער וואס זאגט אז א מענטש וואס הייבט אויף די האהט אויף א צווייטע ווערט ער אנגערופן רשע... דאס זאגט משה ולא הרעותי אחד מהם איך האב נישט גערופן רשע נאר די תורה רופט אויס אזוי...

[align=center]___________________________________[/align]

[align=center]מיוחד לתושבי ארץ ישראל – פר' חוקת[/align]

שטייט פון די הייליגע אמרי חיים פון וויזשניץ זצוק"ל א שטארקע ווארט

אויפן פסוק זאת חוקת התורה הייבט רש"י הק' אן "גזירה היא מלפני".

האט די וויזניצער רבי זצוק''ל געזאגט גזירה איז א לשון פין א שטיקל אויסגעשניטען, איז דער טייטש אזוי.

"ס''איז א שטיק פון מיר"... כביכול.. אזוי ווי די גמרא זאגט אין מסכת שבת אנכי איז ר"ת אנא נפשי כתבית יהבית... אנא נפשי א שטיק פין די רבש"ע.. .. א שטיק פון מיר..

א גוט שבת
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24631
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אי''ה ביינאכט ביי די ליל ששי פארברענגט וועט מען נאך רעדן איבער דער ברענדיגע נושא העומדים על הפרק..
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7437
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

א גוטן אוונט פאר אייך בני חוץ לארץ.
אזויי ווי ביי ענק גייט דעי וואך פרשת קורח, וועל איך אבשרייבן צוויי קארצע ווערטער אויפן פרשה.

שטייט אז משה רבינו זאגט: לֹא חֲמוֹר אֶחָד מֵהֶם נָשָׂאתִי, קען מען מסביר זיין לפי וואס רש"י איז מסביר אנהייב פרשה, פארוואס קורח האט זיך געקריגט מיט משרע"ה ומה ראה קרח לחלוק עם משה נתקנא על נשיאותו של אליצפן בן עוזיאל.
און דאס קומט משה רבינו זאגן, איך האב נישט באקרוינט געווען קיין חמור אלס נשיא...

*-*-*-*-*-*

איך האב געהערט בשם הג"ר שאול אלתר שליט"א [איך וויס נישט אויב ס'איז אייגנ'ס אדער פון פריערדיגע].

אז נאך די גאנצע מעשה פון קורח, וואס האט זיך געקרוגט אויף די כהונה פון אהרן הכהן, און ער איז אריין אין די ערד, און ער האט שוין מודה געווען.
איז געווען א פרישע פרשה און משרע"ה נעמט צאם פון אלע שבטים שטעקענס, און ער וויל אויפווייזן אהרן'ס כהונה גדולה. לכאו' איז שווער, וואס דארף מען נאך אויפווייזן נאכן באפעסטיגן אזוי שטארק?

אלא מאי, זאגט ער א שטארקע פוינט, ווען מ'וויל באפעסטיגן א שררה אדער א תפקיד פון א מנהיג, איז נישט גענוג צו זיך באווייזן מיט'ן באגראבן יענעם טיף אין דער ערד....
נאר, לאמיר דיר זעהן נעמען א טריקענע שטיק האלץ, מאך איהם בליען, ארויסגעבן שיינע פירות, ס'זאל באקומען א פרישקייט, א גלאנצדיגע פנים... דעמאלס איז ערשט ראוי לכהונת עולם.

א גוטן שבת אייך.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24631
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:א גוטן אוונט פאר אייך בני חוץ לארץ.

א גוטן שבת אייך.

ר' יוסל פרידמאן הערליך שיין ייש"כ

איך זעה ביזט מיר מכיר טובה - אויף וואס איך ברענג יעדער וואך א ווארט פאר די בני ארץ ישראל...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
פערלשטיין
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 26, 2022 10:14 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערלשטיין »

איז דא טשולענט היינט אין וואדבירן?
איך האב נישט געהאט קיין געדולד צו הערן די געקעקצטע אינטערוויא.
זוי מיין איך...
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24631
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

רבותי קומסט אריין פיינע ווארעמע טשולענט..
קוגל אלע מיני

קאלטע משקאות ביר קאוקא קאלא סעלצער באר מים, מים חיים, וכו' וכו'
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

אה די כשר'ע קאולע, א מחי', איך דארף נישט קיין סעלצער, א שאד אויף די געלט.

שיינע ווערטער האב איך דא צאמגעהערט...
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24631
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

נו לאמיר אלא צוזאמען טרינקען לחיים
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

פערלשטיין האט געשריבן:איז דא טשולענט היינט אין וואדבירן?
איך האב נישט געהאט קיין געדולד צו הערן די געקעקצטע אינטערוויא.

ס’דא אסאך קרעקדפאטס.
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

פון ווי קומט די קישקע?
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24631
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ר' דן האט געשריבן:פון ווי קומט די קישקע?

דאכט זיך מיר פון גרינפעלד
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24631
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

מומחה יוחס האט געשריבן:נו לאמיר אלא צוזאמען טרינקען לחיים

לחיים אידן
לחיים טובים ולשלו'..
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

לחיים לחיים פאר יעדעם איינעם
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24631
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

דער עולם זאל אנווינטשן אז מיר זאלן מצליח זיין מיטן וואטן פאר אונזערע קאנדינאט
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

די עולם איז נישט געהעריג דא דערווייל, אבער איך ווינטש יעדע הצלחה, עס זאל זיין די ריזאלטס וואס איז די בעסטע פאר יעדעם.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24631
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

פיין לאמיר עפעס זינגען
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:א גוטן אוונט פאר אייך בני חוץ לארץ.

אלא מאי, זאגט ער א שטארקע פוינט, ווען מ'וויל באפעסטיגן א שררה אדער א תפקיד פון א מנהיג, איז נישט גענוג צו זיך באווייזן מיט'ן באגראבן יענעם טיף אין דער ערד....
נאר, לאמיר דיר זעהן נעמען א טריקענע שטיק האלץ, מאך איהם בליען, ארויסגעבן שיינע פירות, ס'זאל באקומען א פרישקייט, א גלאנצדיגע פנים... דעמאלס איז ערשט ראוי לכהונת עולם.

א גוטן שבת אייך.

ר׳ שאול זאגט פיין. שכח פארן נעמען די מיה צו פארשרייבן.

ש׳כח מומחה טייערער פארן חת״ס און פארן אנפירן מיטן ליל שישי פראגראם
מומחה יוחס האט געשריבן:פיין לאמיר עפעס זינגען

אוראייניקל האט געשריבן: און חוץ פון די געלט.. האט מען דא געהאנדלט פון פרומע חברה אויך.. ווי די ספרים ברענגען א ראיה.. און בן פלת'נס רעבעצין האט געוואוסט.. אז זי וועט פורע זיין שערה.. וועט זיך קיינער נישט דערוואגן זיך צו דערנענטערן..

קען אבער זיין.. דאס איז טאקע דער חורבן.. ווען זיי ווייסן כאטש אז זיי זענען בעלי מחלוקת.. איז נאך דא האפענונג זיי מעורר צו זיין.. אבער ווען ס'ווערט א פרומקייט.. דאן איז שוין צרות.. דערפאר ווען משה רבינו האט געהערט.. כי כל העדה כולם קדושים.. זיי טענה'ן גאר אז ס'איז לשם שמים.. דאן ויפול על פניו.. ס'איז נישטא וואס צו טוהן..

גאר א שטארק ווארט.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24631
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

לאמיר זינגען אשר בחר בנו
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24631
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

איי אשר בחר בחר בחר בנו .... איי אשר בחר בחר בנו וכו' וכו'
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”