פייערליכע הספד אויפן רב ז''ל

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע: קעגן איבער

פייערליכע הספד אויפן רב ז''ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

אונז זענען זיך דא צוזאמגעקומען דעם היינטיגן נאכט צו קלאגן אויף אבידת רבו, אויף די פריצייטיגע טראגישע פטירה פונעם רב לעבן.

מען בעט די עולם זאל זיך האלטן שטיל און נישט לאכן ווען מען הערט עפעס וואס איז נישט אמת. כבוד המת עדיף.

איז אלע האבן אוודאי מיטגעהאלטן דאס מיסטעריעזע פארשוואונדונג פון אונזער רב ז''ל, די הייליגע סיזמע רב לאויש''ט.

ווען מען דערמאנט נאר דעם נאמען פונעם רב ז''ל כאפט א ציטער און עס ווערט ביטער סוויט, אזא רב וואס אונז האבן פארמאגט איז נישט געווען אין קיין שום אנדערע קהילה איבער די גאנץ אינטערנעט ימ''ש, אונז האבן פארמאגט מסלתה ושמנה לשבוע מטובה וואס מען קען נאר באקומען אויפן שווארצן מארקעט.

די רב זז''ג זצוק''ל האט אונז געפירט על מי גיחון מיט אזא געניטקייט און שעפערקייט, קיינמאל קיינעם נישט געטשעפעט אדער וויי געטון בטעות, אלץ נאר געווען בדוקא.
אונז אלע געדענקן אז ער האט קיינמאל נישט געבלאזן די נאז ברבים, אלץ קודם יעדעם ארויסגעשיקט פון ס'מעדריש זאגנדיג אז עס קומען יעצט צו אים נשמות און גלגולים, און נאכדעם געבלאזן מיט גאנצן אייפער אזש מען האט עס געהערט ביז אינדרויסן.

ווער רעדט שוין ווען עס איז געקומען א מוצאי תשעה באב ווען די רב האט כנהוג אין סיזמע אויסגעפאסט אויף א ריזן טאץ טשיס דעלקעלעך און געפרעגעלטע דאנאטס, דאס מעמד וועט קיינמאל פארגעסן ווערן ביי די אנוועזנדע, בפרט וויאזוי די רב האציך ארויפגעווארפן דערויף ווילדערהייט ווי נישט ביי זיך און עס אראפגעשלינגען אין געציילטע סעקונדעס, וואס לויט מאנכע איז די מאכל געווארן אריינגעשליידערט אין די געדערים אויף א געשאצטע שנעלקייט פון מאה ועשרים פער שעה, א זאך וואס וואלט פארשעמט אפילו א רעיסינג קאר, אבער וואס טוט מען נישט אלץ מנהג אבותינו בבטננו.

און די טרערן שטיקן ווען מען הייבט אן צו ארויפברענגען אויף די טריקענע לעפצן ווי ווען די רב ז''ל האט יעדע ל''א כסליו געפראוועט די יארצייט סעודה פון האדמו''ר הזקן המופלג מסיזמע זי''ע. די רב ז''ל האציך צו וויינט יעדעס יאר פון דאסניי דערציילנדיג די סיפורים נפלאים פונעם זיידן ז''ל וואס ער האט נאך אליין בייגעוואוינט ווי די מגידים דערציילן עס.

בפרט די סיפור נורא וואס ער פלעגט יאר יערליך דערציילן מיט גרויס התגשמות און איבערגעגעבנקייט, וויאזוי די זיידע האט אמאל געוואלט מאכן קידוש לבנה אבער די הימל איז געווען שטארק פארוואלקענט, האט די רב ז''ל ארויסגענומען די פאטשיילע און עס איינגעטינקען אין א טאפ ארענזש זשוס, דאן האט ער עס גענומען און געמאכט דערמיט אהין און אהער.
אבער ווען גארנישט האט זיך נישט גערירט האט די רב זיך אנגערופן הויעך און קלאר אז דער וואלקן זאל קענען הערן "דער וואלקן וואס האציך נישט געריקט פון ארט פאר מיר, זאל ווערן פארשאלטן אויף שטענדיג און קיינמאל מער נישט שיינען". די חסידים וואס געדענקן עס נאך ווייסן צו דערציילן אז נאך דריי טעג איז שויניש געווען קיין זכר פון דער וואלקן און מער האט מען נישט געהערט פון אים.

אגב איז כדאי צו צייכענען אז די רב הי''ו איז נישט ממש א אייניקל פונעם אלטן סיזמע'ן, אבער די זקני החסידים געדענקן אז מכון יוחסין האט עפעס געטון דערוועגן, און זיי ווייסן צו דערציילן אז מען האט אסאך געדארפט שמירן דערפאר, אבער די רב האט אסאך געלט אוועקגעגעבן פון זיך אלעס אויף צו האבן א שייכות און נאנטשאפט צו די פריעדיגע צדיקים. פון געוויסע הערט מען אז די רב איז זיי נאך שולדיג געבליבן אלפים ורבבות דאללארן דערפון, אבער ביים רב האט דאך כידוע געלט קיינמאל נישט אויסגעמאכט דעריבער האט ער נישט געזען פאר וויכטיג צו עס צוריקצאלן.
מאנכע צייכענען עס גאר אן אלץ מופת פונעם רב ז''ל אז ער איז געווארן א סיזמע אייניקל טראץ וואס גענעטיש איז ער בכלל נישט געווען. דאס איז א זאך וואס מען הערט נישט אפילו אויף די פריעדיגע.

אז מען רעדט פון מופתים איז דאך מופתים געווען א טאג טעגליכע ערשיינונג. ווייניג האבן עס מיטגעהאלטן בשעת מעשה, אבער די רב אליין האט כדרכו אסאך גערעדט דערפון און עס אליין דערציילט בענוות קדשו ביי יעדע געלעגענהייט, ער האט דאן נישט געשפארט קיין ווערטער צו ארויסברענגען זיין גדלות און העכערע כוחות וואס ער פארמאגט.

די רב ז''ל איז אויך געווען א געוואלדיגע חידוש אין הצנע לכת עם בהמתך, מען האט אים קיינמאל נישט געזען עפענען א ספר און לערנען אבער טראצדעם האט ער אלץ געקענט נאכזאגן פסוקים פון פסוקי דזמרה, ווי אויך די ערשטע פסוק פון ויקרא האט ער געקענט בעל פה ישר אבער נישט הפוך.
אזוי אויך האט מען אים קיינמאל נישט געזען לערנען די קליינע אותיות, אבער טראצדעם ווען ער האט נאר געשריבן עפעס איז עס געווען מיט גאר קליינע מיקראסקאפישע אותיות.

ווער רעדט שוין פון א שבת ביים רב ז''ל! אה! די בלוט קומט ארויף נאר ביים זיך דערמאנענדיג דערפון!

אנגעהויבן ביי די פיש ווען די רב מיט די קאטשעניו האבן געמאכט א יד אחת און געווארן איינס פאר מערערע מינוטן.

און די מראה נורא ווען מען האט אריינגעברענגט די ציפידיגע זשעלעפינא, און די רב האט דאן גענומען א חתיכה חלה און עס איינגעטינקען טיף טיך אינעם גרינעם געמוזשעכץ, און דאן טיף אריינגעאטעמט און תיכף דערנאך אין א אויגנבליק עס אריינגעריקט אין מויל, ווען קורצליך דערנאך האבן זיך אנגעהויבן צו הערן שווערע אטעמערייען און הויכע היסערייען, די רב האט דאן געשריגן מיט אלע כוחות 'לכבוד שבת קודש' און ער האט אריינגעלייגט טיפע עבודות און ציפעדיגע יגיעות אין דער אכילה, דערנאך האט ער אויסגעטרינקען עטליכע פלעשער גרעיפ זשוס און וואסער צו פארשטילן די קליפות.
די יודעי שקר החן האבן געזאגט דערויף אז די רב קומט אפ מיט דעם אלע יסורים פון אלע זיינע חסידים פאר די גאנצע וואך. אנדערע האבן געדענקט אז שוין פון אלץ קליין קינד פלעגט די רב עסן אסאך האט פרייס און האט פעפער און זיך אנברענגט בידים אייגענע יסורים פאר כפרת עוונות.

און אז מען דערמאנציך נאר די יום כיפור ביי כורעים ווען מען האט געדארפט צענדליגע גיבורי חיל צו אויפהייבן די רב, און פורים נאכמיטאג ווען מען האט געדארפט פארשפארן די רב'ס מויל מיט א קעמל מויל שלאס, און שבועות ביינאכט ווען ער איז געשלאפן הויעך אויפן קול זאגנדיג א אנדערע נוסח פון תיקון ליל שבועות וואס נאר די יודעי שינה קענען. און עשרה בטבת ווען ער האט זיך שטענדיג נישט גוט געפילט און אויסגעפאסט בצנעא.

שוין, עס ווערט שוין שפעט, מען קען רעדן און רעדן און קיינמאל נישט פטור ווערן, דעריבער עמיר זיך דא מוזן אפשטעלן, און מען קען נאר זאגן אז עס איז א אמת'ע פארלוסט פאר אלע אידן וואס האבן אים נישט געקענט, און מען קען נאר וויינען און וויינען און ווארטן אויף די גאולה שלימה.

עיני עיני יורדה מים אחרונים!
חחח...
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5382
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: פייערליכע הספד אויפן רב ז''ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

געברענגט צו אייך ערשט האנטיג דורך די קנעכל שאוי.........
כליפ כליפ כליפ....

דרך אגב, פון דא גייט מען נישט......פון דא פליעט מען.......
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: פייערליכע הספד אויפן רב ז''ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
שמואל ק.
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 14, 2021 12:23 am

Re: פייערליכע הספד אויפן רב ז''ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל ק. »

וכל בית ישמעאל יבכו את הפרה....
הטוב כי לא כלו רחמיך
והמרחם כי לא תמו חסדיך
כי מעולם קיוינו לך!
אכט
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 12:56 pm

Re: פייערליכע הספד אויפן רב ז''ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אכט »

כליפ קליפ..


מיט אזאנע מספידים ווער וויל דען נישט ניפטער ווערן..

פיין געזאגט מעכל, אפשר וויל מאניש זאגן אַפּאָר ווערטער?
מאניש בנבנשתי האט געשריבן:;
צוריק אין די ישיבה וואו ער האָט פארבּראַכט, און לערנט בּייטאָג און בּיינאַכט


יָשַׁנְתִּי אָ״ז יָנוּחַ לִ״י
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: פייערליכע הספד אויפן רב ז''ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

:-( :lol: :-( :lol: :-( :lol: :-( :lol:
אוי ואבוי וואס האבן מיר געטוהן
ווי האבן מיר דעי געלטער צו איבערנעמען דאס פלאץ אוווווווייייי
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: פייערליכע הספד אויפן רב ז''ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

כליפ כליפ כליפ... אוי איך קען זיך נישט איינהאלטן :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: ...
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5382
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: פייערליכע הספד אויפן רב ז''ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

אכט האט געשריבן:כליפ קליפ..


מיט אזאנע מספידים ווער וויל דען נישט ניפטער ווערן..

פיין געזאגט מעכל, אפשר וויל מאניש זאגן אַפּאָר ווערטער?
מאניש בנבנשתי האט געשריבן:;


נאך אזוינע טייערע דיבורים.......מי יבוא אחר ה'תרח.......
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: פייערליכע הספד אויפן רב ז''ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

:lol: :lol: :lol: :lol:
איך בין נייגעריג וואס די אנדערע מענטשן אין אפיס האבן געטראכט אויף מיר יעצט בשעת’ן ליינען דער פייערדיגע העספעט...
האסטו - מיר - געמאכט - לאכן... ספיציעל מיטן אראפלייגן ווי אזוי די דערהויבענע שבתים פלעגן צוגיין!..
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: פייערליכע הספד אויפן רב ז''ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

:lol: :lol: :lol: :lol:

קמעכי!!!!!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פייערליכע הספד אויפן רב ז''ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

;l;p- :lol:
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6207
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: פייערליכע הספד אויפן רב ז''ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

קנעכי דו ביסט קוקו...

די קעפל איז א טעות. ברויך שטיין ״פרייליכע הספד״. מנהלים, ביטע טוישן.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4179
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: פייערליכע הספד אויפן רב ז''ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

:-e;/ :-e;/ :-e;/

:lol: :lol: :lol:

;l;p- ;l;p- ;l;p-
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: פייערליכע הספד אויפן רב ז''ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

מעכל, א ריעל גוד ארטיקל!

אבער ס'נישט שיין פון דיר! דו קענסט נישט מיט אזא ארטיקעלע געבן א פארוויש די טענות פון די אלע וואס בענקען זיך נאך די אלטע גוטע אייוועלט שרייבער...
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: פייערליכע הספד אויפן רב ז''ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

נישט אנגעקומען צו ליינען די גאנצע, אבער לויט די ערשטע האלב ווערן מיר געוואויר צדקת הצדיק אשר עשה.
רבותי, מ'רעדט פון די סאמע גרעסטע גדולים פון אונזער דור.
מיינע בוימער ומיינע ווייבער, נלפשה דרכינו ונח נח מח.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

Re: פייערליכע הספד אויפן רב ז''ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

יעדע שורה איז עקסטער זאפטיג... די שפראך, אויסדרוקן... מ'קען צוטירן יעדע שורה עקסטער און שמייכל באזונדער...
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: פייערליכע הספד אויפן רב ז''ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

זייער א שיינע הספד מיט בלא בלא בלא

אבער דער עולם מעג וויסן אז עס איז דא א אנדערע זייט צו די מטבע אויך

איך וויל נישט אריינגיין דערין, אבער מען דארף נישט ווערן אזוי פארגלייזט ווען עפעס א נארישע יפא גלייבער און חריין עסער לייגט אראפ א מצב ווי כאילו ווער ווייסט וואס
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
שבח ארואל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 26, 2021 12:06 pm

Re: פייערליכע הספד אויפן רב ז''ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבח ארואל »

:lol:
קען זיין עס קומט א פיינע אדר אוועטאר, סטעי טונד...
שמואל ק.
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 14, 2021 12:23 am

Re: פייערליכע הספד אויפן רב ז''ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל ק. »

די טרערן פארשוועמן שוין די גאנצע טייך....
הטוב כי לא כלו רחמיך
והמרחם כי לא תמו חסדיך
כי מעולם קיוינו לך!
ציקוועטשטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2010 2:29 pm
לאקאציע: אין קוועטש פלאץ

Re: פייערליכע הספד אויפן רב ז''ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציקוועטשטער »

צעפראסקעט & צעטראסקעט זיפלט זיך ארויס פון מיין פיסק א הילכיגע אויסשוס פון טייכן ימים פון שמייכלענען.. מען קען קייכן א גאנצע טאג אין אהאלבע נאכט ביז דעם עלות הצאת.
אז מען קוועטשט ווערט מען א ציקוועטשטער
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: פייערליכע הספד אויפן רב ז''ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

כ'וויין... פון געלעכטער...

סאכדעס האט געשריבן:מיינע בוימער ומיינע ווייבער.

כפל הלשון...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
טריבונאל
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 24, 2021 3:15 pm

Re: פייערליכע הספד אויפן רב ז''ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריבונאל »

:lol: :lol: :lol:
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: פייערליכע הספד אויפן רב ז''ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

אוראייניקל האט געשריבן:כ'וויין... פון געלעכטער...

סאכדעס האט געשריבן:מיינע בוימער ומיינע ווייבער.

כפל הלשון...

:lol: :lol:
אוועטאר
ארבעטסגעבער
שר האלפיים
תגובות: 2365
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 9:59 am

Re: פייערליכע הספד אויפן רב ז''ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארבעטסגעבער »

עס איז ענדערש צו שווייגן און אויסזעהן ווי א טיפוש,
ווי צו עפענען דאס מויל און איבערצייגן אז ס׳איז ריכטיג.
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6300
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: פייערליכע הספד אויפן רב ז''ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

ארבעטסגעבער האט געשריבן:https://drive.google.com/file/d/1grLeCzkbrYHKA3UYQQYW7PQb7cWb2oNk/view

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

וועלעכע פאלק איז דאס?
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”