מיין קינד, טרעף מיך - מיכאל שניצלער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: מיין קינד, טרעף מיך - מיכאל שניצלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

פשוט פאררוקטע ווערטער...ליפא דארף לכאורה נישט מיין הסכמה אבער אויב דארף ער קאמפלימענטן זאל ער קומען צו מיר, כוויל אים געבן אסאך....
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22688
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

וכבר קדמכם עס עפעס
קוקט אבער אויס ווי שמערי בערי האט געארבעט פארן דיעפ סטעיט און די עולם האט עס געקויפט...
עס עפעס האט געשריבן:געהערט האב איך אז עס איז שוין געווען געשריבן דא נאר מען האט עס אראפגענומען וויבאלד עס איז נישט געווען הונדערט פראצענט באשטעטיגט, אבער רעדנדיג צו עטליכע וועלכע זענען שטארק באקאנט אין די דעטאלן פונעם נייעם טעיפ פון מיכאל שניצלער, האבן זיי מיר באשטעטיגט אז יא! מיכאל וועט האבן א ניגון אויפן טעיפ פונעם נייעם שטערן "דוד קויפמאן"!!!

דער ניגון איז הערליכער לעבעדיגער "ראק" סטייל ניגון. עס איז מיר אויך אויסגעקומען צו רעדן צו דוד קויפמאן, און ער האט מיר געזינגען עטליכע שטיקלעך דערפון.

ליפא שמעלצער האט געמאכט דערויף אידישע גראמען.

לויט ווי כהאב געהערט פון מענטשן וועלכע האבן גערעדט צו מיכאל, איז אט דער ניגון פון די סאמע פאוערפולע ניגונים אויפן טעיפ.

דוד! כה לחי! די וועלט אפרישיעט דיין טאלאנט און מיר דארפן נאך!


viewtopic.php?p=257917#p257917
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

Re: מיין קינד, טרעף מיך - מיכאל שניצלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

ווי קען איך טרעפן א PDF מיט די ווערטער פאר די ניגונים אויף די סידי?
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7700
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: מיין קינד, טרעף מיך - מיכאל שניצלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

מר קאפלאווסקי האט געשריבן:ווי קען איך טרעפן ערגעץ די ווערטער פאר די ניגונים אויף די סידי?

נישט סתם א PDF נאר געטייפט, אדער קענען קאפיען פון דארט צום קאמפיוטער


Track 3


‘עצת ה
,לעולם תעמוד
מחשבות לבו
(לדור ודור

רבות מחשבות
,בלב, בלב איש
‘ועצת ה
היא, היא תקום

CHORUS:
א מענטש טראכט, און ג-ט לאכט
,א מענטש טראכט, און ג-ט לאכט
ווייל נאר ער, ער איז דער
,וואס ווייסט וואס וועט זיין
און ער מאכט, וואס ער טראכט
,און ער מאכט, וואס ער טראכט
און נאר ער, מאכט אפ ווער
קען אויספירן דעם פלאן

מען נעמט א סכום דעם גרעסטן
,מ’הייבט עס אן אינוועסטן
מען פראבירט דאס בעסטן
,מ’ווערט א מיליאנער
דערנאך וואס קען מען מאכן
,אוי עס טוט אפשוואכן
די גאנצע סטאקס גייט קראכן
אוי ס’איז ביטער שווער

CHORUS:
א מענטש טראכט, און ג-ט לאכט
,א מענטש טראכט, און ג-ט לאכט
ווייל נאר ער, ער איז דער
,וואס ווייסט וואס וועט זיין
און ער מאכט, וואס ער טראכט
,און ער מאכט, וואס ער טראכט
און נאר ער, מאכט אפ ווער
קען אויספירן דעם פלאן

דער באס פארט איהם אנטקעגן
,פארשפעטיגט יעצט די וועגן
פלוצלונג קומט א רעגן
,סי’געווען אן עקסידענט
עס געט איהם טיף א קיצל
,ער איז געווארן ניצל
מיט זיין ווייב און פיצל
צום הימל הייבט די הענט

CHORUS:
א מענטש טראכט, און ג-ט לאכט
,א מענטש טראכט, און ג-ט לאכט
ווייל נאר ער, ער איז דער
,וואס ווייסט וואס וועט זיין
און ער מאכט, וואס ער טראכט
,און ער מאכט, וואס ער טראכט
און נאר ער, מאכט אפ ווער
קען אויספירן דעם פלאן
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7700
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: מיין קינד, טרעף מיך - מיכאל שניצלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

מר קאפלאווסקי האט געשריבן:ווי קען איך טרעפן ערגעץ די ווערטער פאר די ניגונים אויף די סידי?

נישט סתם א PDF נאר געטייפט, אדער קענען קאפיען פון דארט צום קאמפיוטער


Track 5

איך קוק אויף מיין שכן, ער איז גארנישט ערליך
ער דאווענט און ער כיפּערט
מיט יענעמ’ס עוונות ביזי יערליך
ס’וועט נישט העלפן אפילו יום כּיפּור
מיר בין איך מוחל מיינע עבירות
כ’טרעף אויף דעם אלעם התירות
איך בין פארנומען מיט יענעמ’ס הפקירות
נאר איך מעג זיך פירן בחירות

פארדארבן “אוי וויי” ווי זיי זענען
און פארדעם זיי וועלן ברענען
קוק די עוונות דערקענט מען
מיין חבר’ס קינד, עס כאפּט אַן עקל
דרייט זיך אָן אַ הוט און רעקל
מ’האלט מיט אים נאכאלס ביים דעקל

עס קומט אויף דעם אַ גאַנצער בוך
מאָדערנע, פענסי, שיינע שיך
קאַפּל, הויזן, פּיאות, ער פּוצט זיך
צום דאַווענען ער קומט אָן שפּעט
מיט קורצע אַרבעל אים מ’זעט
די ברילן שיינע, העי וואס טוט זיך

ווילאַנג ס’גייט דיר גוט
פאַרגיס נישט יענעמ’ס בלוט
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מ’קוקט
און דיין קומענדיגע דור קען נאך זיין אפּגערוקט
וויפיל קען מען צאפּן
ס’איז צייט זיך אויפצוכאַפּן
יענעם מער נישט קלאַפּן
נאָר זיך אליין אויסטאַפּן

און אויב צו דעם אלעם ער האט א טאלאנט
ברענט קנאה אין זיין גאנצן שכינות
הע” מאכט אים “נעבעך” אזוי צו שאנד”
(פארשטייט זיך נאר הייליג איך מיין עס (יא יא
ווער רעדט נאך פון ישיבות, ס’איז גארנישט קיין נייעס
זיי זוכן נאר דעם רבי עקיבא
די אנדערע קינדער אויף וועמענס אחריות
זענען שוין נישט אין ישיבה

ארויס געווארפן פון ישיבה
ס’העלפט נישט אויף דעם קיין תשובה
אוי די רשעות נעמט נישט קיין עק
ביי אונז איז דא נאר מצויינים
לאמיר בויען נאך בנינים
דורות פאלן נעבעך אוועק

אין הימל וויינט מען אויף דעם חורבּן
נאך א קינד, נאך א קרבּן
אלעס אין דעם נאמען פון תּורה
נאך א חתימה, נאך אַן אסר
מיט דעם געט מען זיך א כּשׁר
געוואלד! ווי האט איר נישט מורא

[:פזמון]
ווילאנג ס’גייט דיר גוט
פארגיס נישט יענעמ’ס בלוט
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מ’קוקט
און דיין קומענדיגע דור קען נאך זיין אפּגערוקט
וויפיל קען מען צאפּן
ס’איז צייט זיך אויפצוכאפּן
יענעם מער נישט קלאפּן
נאר זיך אליין אויסטאפּן

יעדער איד איז גוט ווייל
א חלק אלוקי ממעל
פּונקט ווי אייך, א קינד פון איין טאטע’ן
קוק נישט אויף זיין הוט און שיך
ווער ער איז, איז ער פאר זיך
וקבּץ נדחנו פון אלע זייטן

לא ידח ממנו נדח
שעצן יעדן איד מ’מוז דאך
יונגע קינדער פאלן ווי פליגן
מיר האבן שוין גענוג פארטריבן
ראטעוועט וואס איז געבליבן
אפשר אזוי איבערצוקליגן

הער אויף טראגן יענעמס פּעקל
קוק אריין אין אייגן זעקל
און אזוי אפּמעקן דעם נעכטן
מיט ליבשאפט יענעם צו דערקוויקן
יעדן נאר ארויפצוקוקן
לאמיר זיך נעמען פאררעכטן

[:פזמון]
ווילאנג ס’גייט דיר גוט
פארגיס נישט יענעמס בלוט
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מ’קוקט
און דיין קומענדיגע דור קען נאך זיין אפּגערוקט
וויפיל קען מען צאפּן
ס’איז צייט זיך אויפצוכאפּן
יענעם מער נישט קלאפּן
נאר זיך אליין אויסטאפּן
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7700
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: מיין קינד, טרעף מיך - מיכאל שניצלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

מר קאפלאווסקי האט געשריבן:ווי קען איך טרעפן ערגעץ די ווערטער פאר די ניגונים אויף די סידי?

נישט סתם א PDF נאר געטייפט, אדער קענען קאפיען פון דארט צום קאמפיוטער

Track 8


מענדעל דער שיסטער
אסאך פון אונז געניסט ער
פון איינעם א גראשן א רענדל, א פיאסטער
פון דערפעלעך און שטעט
פון די בעסטע קוואליטעיט
.און שיך פאר גרויסע און קליינע ווייזט ער

א קינד צוויי יאר אלט
קוים ער גייט און פאלט
העלפן גיין אוודאי דיר וועל איך
צום חדר אלע טעג
געטראגן דעם לאנג וועג
.מיט די צוויי קליינע שיכעלעך

א בחור צו די ישיבה
מיט א גמרא און די האנט
אויף די שמאלע געסעלעך געגאנגען נאכאנאנד
די טאטע צום מארק
אויף מיר זיך געהאלטן שטארק
.אויפן גארטן און פעלד און אויף יעדען שטערן בארג

געוואנדערט צום רבי׳ן
דעם וועג דעם לאנגען
מיט אונז געטאנצן, מיט געזאנגען
די אפגעריבענע זוילן
געגאנגען צום רבי׳ן פועל׳ן
.פון אלעם גוטן, פון אלעם וואוילען

CHORUS:
מיר זענען שיך מיר זענען לעצטע עדות
מיר זענען שיך פון אייניקלעך און זיידעס
פון פראג פאריז פון אמסטערדאם
און ווייל מיר זענען בלויז פון שטאך פון לעדער
און נישט פון בליט און פלייש דערפאר האט יעדער
.געמיטן דעם גיהנום פלאם

יעדען שווערן ווינקעל
די וועגן אזוי טינקעל
האבן מיר געוואנדערט צונעזאם
מיט שיך מיט שטיוועלע
פארבליבן פון ישיבה׳לע
.עס איז אונז פארבליבן דעם ביטערען טעם

געגאנגען לאנגע שטרעקעס
אהן א סוף די שרעק איז
און געטא האט מען אונז אריין געזעצט
און באראקן גענעכטיגט
אלע זענען פארדעכטיגט
.ווער ווייסט אויב מיר האבן זיך שוין דא געזעהן צום לעצט

און דעם ראיה
גאנצעטע מחנות
געוויזן מיט זיין שטעקן די ביטערע זאכענעס
נאך א וועג א קליינעם
וועלן מיר גיין אינאיינעם
.ווילאנג נאך איז נישט באוואוסט פאר קיינעם

זייער זייער שווער
איז געווען די מינוט
ווען מען האט מיר אראפגעריסן פון דיינע טריט
און מוזיאם מיר פארשיקט
אויף מיר יעדער שטייט און קוקט
.טויזענטער שיך און א בערגל צוזאמען געדריקט

CHORUS:
מיר זענען שיך מיר זענען לעצטע עדות
מיר זענען שיך פון אייניקלעך און זיידעס
פון פראג פאריז פון אמסטערדאם
און ווייל מיר זענען בלויז פון שטאך פון לעדער
און נישט פון בליט און פלייש דערפאר האט יעדער
.געמיטן דעם גיהנום פלאם
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7700
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: מיין קינד, טרעף מיך - מיכאל שניצלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

מר קאפלאווסקי האט געשריבן:ווי קען איך טרעפן ערגעץ די ווערטער פאר די ניגונים אויף די סידי?

נישט סתם א PDF נאר געטייפט, אדער קענען קאפיען פון דארט צום קאמפיוטער


Track 10


עס שיינט ארויס א רייכער הויז
א פּאלאץ דער שענסטער
מעכטיגקייט דער עושר שטייט
און קוקט זיך ארויס פון זיין פענסטער
די מענטשן שטייען, זיי קומען זיי גייען
קיינער קוקט נישט אויף מיר
איך מוז עפּעס טון אז דארטן אהין
זאל מען וויסן אז איך עקזיסטיר

ּּּּער נעמט אפּאר דאלאר און ווארפט עס אראפּ
וועט מען קוקן פון וואו עס פאלט
איינער גייט דורך און שטעלט זיך אפּ
הייבט אויף און גייט ווייטער באלד
אפשר זאל איך ווארפן א גרעסערן סכום
ס’וועט מאכן א רעש פארשטייט זיך
איינער גייט דורך און קוקט זיך נישט אום
הייבט אויף און ווייטער ער גייט זיך

ער ווארפט און ווארפט נאך מער
מען קוקט אבער נישט ווער דאס ווארפט ווער
ער טראכט מיט געוויין, ווער עס וועט דורכגיין
וועט ער יעצט ווארפן א שטיין
א רעש א טומל ווערט באלד
אוי געוואלד שטיינער עס פאלט
מער פון דעם האט ער נישט געדארפט
אזוי האט מען געקוקט ווער ס’ווארפט

כשם שמברך על הטוב
כך מברך על הרע
דיינע מחשבות נעם נאר צונויף
און זע איך בין אלעמאל דא
דער זעלבער וואס האט דיך געגעבן ביז דאן
אלע טעג און נעכט
די געלט איז אויכעט געוועזן מיין
נישט נאר די שטיינער די שלעכטס

אראפּ געשטעלט א שיינע וועלט
טראכט דער בורא דער גביר
זיי טוען געניסן, איך וויל זאלן וויסן
און נישט פארגעסן פון מיר

ער נעמט פיל השפּעות און ווארפט עס אראפּ
ער איז אונז אזוי מהנה
די מענטשעלע נעמט עס און שטעלט זיך נישט אפּ
טראכטן אין די חסד זיינע
א געוואלדיגע רחבות ווערט דא דערקענט
די וועג טוט פאר אונז לייכטן
אונז שטייען און כאפּן מיט ביידע הענט
פארנומען נישטא צייט צו טראכטן

פּלוצלינג א שרעקליך געוויין
פון אויבן עס פאלט א שטיין
די עקאנאמי קראכט, נישט מער געדאכט
אוי האט מען זיך אויפגעכאפּט
די מצב פּרנסה עס שטערט
א רעש און א טומל עס ווערט
שטיינער עס פאלט, עס ווערט א געוואלד
צום בורא לויפט מען באלד

כשם שמברך על הטוב
כך מברך על הרע
דיינע מחשבות נעם נאר צונויף
און זע איך בין אלעמאל דא
דער זעלבער וואס האט דיך געגעבן ביז דאן
אלע טעג און נעכט
די געלט איז אויכעט געוועזן מיין
נישט נאר די שטיינער די שלעכטס

קינדער, עס איז נישט גרינג
פון הימל איז נאר א ווינק
דער פּאטש און גלעט, הונגער און זעט
ער איז דער וואס גיט
פארגעס נישט נאר אייביג געדענק
ער איז דער איינער וואס שענקט
אט קומט דער זמן, ליכטיג וועט זיין
צוריק זען דעם מארגן שיין

כשם שמברך על הטוב
כך מברך על הרע
דיינע מחשבות נעם נאר צונויף
און זע איך בין אלעמאל דא
דער זעלבער וואס האט דיך געגעבן ביז דאן
אלע טעג און נעכט
די געלט איז אויכעט געוועזן מיין
נישט נאר די שטיינער די שלעכטס
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7700
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: מיין קינד, טרעף מיך - מיכאל שניצלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

מר קאפלאווסקי האט געשריבן:ווי קען איך טרעפן ערגעץ די ווערטער פאר די ניגונים אויף די סידי?

נישט סתם א PDF נאר געטייפט, אדער קענען קאפיען פון דארט צום קאמפיוטער

Track 11

גוט מארגן שעפעלע מיינע
צו דעם ערשטן טאג אין דיין לעבן
דיין נשמה א ציכטיגע א ריינע
דער באשעפער האט דיר היינט געגעבן
פון פענסטער קוק ארויס
דאס איז וואס מען רופט וועלט
כ’ווייס ס’זעט נישט גוט אויס
ס’שטייט, ס’דרייט זיך אויף געלט

קוק נאר דעם גארטן ווי ס’לעבט אויף
די ביימעלעך ווערן נאר גרעסער
אינדרויסן ס’דא נאך זאכן אויך
ווען דו קוקסט נאר אביסעלע בעסער
ס’איז דא א צווייטע חלק שפיטאל
דאס לעבן ווי א וואגשאל דארט הענגט
מחלות און פיין אן א צאל
וואס זיי האבן אליין זיך געברענגט

אבער מיין קינד
גיי נישט אוועק, צייטן עס קומט
ס’וועט זיך נאך טוישן, יא ס’וועט זיין גוט
נחת געזונט, הער צו מיין קינד
יא ס’איז דא ארבעט, אסאך ביסט גערעכט
טוישן די וועלט, צו גוטן פון שלעכט
אבער זאג מיר, ווער וועט עס טון
אויב נישט דו

ס’עט נאך קומען טעג גאר שיינע
ווען דער וועלט וועט זיך בעסער פירן
מיר וועלן אלע זיצן אינאיינעם
אויף די קלארע לופט זיך שפילן
דו זעסט ס’איז דא דער פלאן
ס’זאל קומען די צייטן פון שלום
און אויב דו וועסט דא נישט זיין
ווער וועט אויספירן דעם חלום

איך בעט דיך מיין קינד
גיי נישט אוועק, צייטן עס קומט
עס וועט זיך נאך טוישן, יא ס’וועט זיין גוט
נחת געזונט, הער צו מיין קינד
יא ס’איז דא ארבעט, אסאך ביסט גערעכט
טוישן די וועלט, צו גוטן פון שלעכט
אבער זאג מיר, ווער וועט עס טון
אויב נישט דו

נישטא קיין בעסערע צייט ס’איז קלאר
כ’ווייס וואס איך זאג
אנצופאנגען דו האסט הונדערט צוואנציג יאר
שוין ווייניגער איין טאג
ווייניגער מיט איין טאג
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7700
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: מיין קינד, טרעף מיך - מיכאל שניצלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

נישט אלע געטראפען
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
משה חי
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 22, 2015 3:45 pm

Re: מיין קינד, טרעף מיך - מיכאל שניצלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה חי »

אבל יחיד עשי לך. מיר געדענקן די אינסייד אינפאו וואס די "אידישע וועלט" האט באקומען פון רבי מיכאל ז"ל ווען ער האט זיך געגרייט ארויסצוגעבן זיין סידי "מיין קינד, טרעף מיך".
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”