בלאט 2 פון 3

געשריבן: דאנערשטאג יולי 16, 2009 1:01 pm
דורך צייטליך
קרעמער האט געשריבן:ס'דא רעד בול מיט א הכשר?

אז נישט וועלן מיר מוזן ליינען זיינע תגובות, און נישט טרינקן מיט דורשט.


אויב ווילסטו ערנסט וויסן איז דער תירוץ - יא.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 10, 2009 8:24 am
דורך bailout
אקעי יעצט וועל מיר באגריסן.... נו ווער איז נעקסט?....

אה.. רבותי אונז האמער דא אריינגעכאפט נאך א העכטל אין היכל הנגינה, אונז האמער דעם כבוד צו באגריסן הרב על מאנסי, וואס וועט מיט זיינע ידיעות און זיין שריפט אסאך צוגעבן צו אונזער פורום, ער איז נישט קיין נייער אין די וועלט פון נגינה, אצינד ווען ער האט געמאכט די באדייטענדפולע שריט זיך צו באזעצן דא, איז עס אונז א גרויסע כבוד , און עס איז ווערד צו באגריסן, און עס איז צום האפן איז איר וועט הנאה האבן און גלייכצייטיג איז גענצליך איבריג צו זאגן אז אונז וועל מיר אודאי הנאה האבן פון אייך.

יהא בואכם לברכה ולהרמת קרן הקרעטשמע!!

דיס איז בעלי פילינג אין פאר וויכי עס די נגינה דעסק פינטעלע קרעטשמע

בעק טו מאשקעע ען צייטליך

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 10, 2009 9:27 am
דורך elmonsey
oh wow שכויעך פאר די ברוכים הבאים!

איך האב מיך דא גדרייט אסאך אבער זיך נישט איינגעשריבן אבער אזויווי די פורום אין היידפארק האט זיך געלייגט שלאפן האב איך מיר אויפגעסיינט אין גבעטן רשות צי שרייבן אין באמת איך מיז זאגן אז די פלאץ דא איז ממש די בעסט!

איך זאג פאראויס אז איך בין נישט די בעסטע שרייבער אבער איך וועל טרייען מיין בעסט אין איך האף אז די עולם וועט הנאה האבן פין מיר.

אביסעל וועגן מיר...
איך האב זייער ליב מיוזיק אין איך בין אביסל פיקי מיט אסאך ניגונים למשל איך האב נאר ליב א געוויסע scale אויב מ'זינגט די ניגון אויף א הויעכע scale וכו'

איך קויף(נישט קאפי)כמעט יעדע סידי וואס קימט ארויס אין איך מיין אז עס איז שוין געוועהן אפאר מאל וואס איך בין געווארן אנטוישט ווי למשל חיים דוד האט ארויסגעגעבן א דיסק לעצטע וואך אין ממש איך האלט אז ס'איז א שאד געוועהן די געלט.

איך האב זייער ליב קינדער סאולו אין קינדער choirs.

איך גיי בדרך כלל צי אסאך concerts אין ווען איך גיי שרייב איך געווענליך אראפ די סדר פין ניגונים וכו' אין איך פלאן פין היינט אין ווייטער צי שרייבן דא מיין עקספיריענס מיט בילדער אין אויב איך האב קליפס וועל איך לייגן קליפס אויך.

איך האב זיך לעצטענס אנגעפאנגען לערנען מיוזיק ווייל עס פלעגט מיך באדערן אז איך גיי צי א חתונה אין וויל זאגן פאר א שפילער אז איך האב ליב/נישט ליב געהאט א chord אין איך קען נישט מסביר זיין וועלעכע וכו'

אקעי געניג געוועהן מיט מיין דרשה איך האב באמת הנאה דא איך וויל געבן א ייש"כ פאר די חשובה מנהלים אין שרייבער דא אין היכל הנגינה איך האף איר וועט הנאה האבן פין מיר אויך.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 10, 2009 10:40 am
דורך מאשקע
ברוכים הבאים א-ל מאנסי. א קאזין מיט אל על? נעה, קענישאזאן...

עניוועי, מאך דיך היימיש דא, און אדרבה, אונז ווארטן מיר אויף דיינע ריפארטס. ס'קוקט אויס ווי ס'גייט גיין א רויך פון דיר!

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 10, 2009 11:17 am
דורך elmonsey
שכויעך...

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 10, 2009 11:18 am
דורך מאשקע
און פארגעס נישט צו טשעקן דיין פאסט קעסטל (תיבה פרטית בלע"ז).

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 10, 2009 12:24 pm
דורך וויכטיג מאכער
ווער איז דא געזיצן אויף מיין פלאץ?!!.. אהה, בעילאוט.. סטע'געטוהן דא?.. אהה, דו האסט געבאריכאבעט?.. וועמען?.. עלמאנסי?..

אהה, שאמאלייכעם.. קום אריין, מאך דיך היימיש.. קוק דיין אישית פון מאשקע.. און לאז הערן וואס דו פארמאגסט..

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 10, 2009 12:46 pm
דורך צייטליך
שלום עליכם על מאנסי, (מיר האבן שוין אמאל גערעדט, איך ווייס נישט אויב די געדענקסט, עס איז געווען מיין אנדערע ניק אויף הייד פארק...)

עס קוקט אויס אז מיר וועלן הנאה האבן פון דיר, לאמיר טאקע אזוי האפן.

אגב, אויב דענק איך גוט ביסטו דאך א גרויסער פען פון ראש לימבאו.. אלזא האב איך דיר נאר געוואלט זאגן אז ביים נייעס אפטיילונג זאלסטו אויך אריינגיין מיר קענען דארט אויך ניצן דיינע תגיבות און מיינונגען.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 10, 2009 12:58 pm
דורך elmonsey
איך האב געקיקט אין איך האב שוין געענטפערט...

צייטליך דערמאן מיר ביטע דיין אלטע ניק דיין בילד איז מיר באקאנט אבער איך געדענק נישט פין וועלעכע ניק...

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 10, 2009 4:01 pm
דורך קרעמער
אויסשניט פון מקראות גדולות עם פירוש באבע טייטש:
וידבר קרעמער = און קרעמער האט גערעדט
אל מאנסי = צו מאנסי
ויאמר אליו = און ער האט געזאגט צו אים
ברוך הבא = מאך דיך באקוועם...

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 10, 2009 9:33 pm
דורך jewish_audio
קרעמער געמער די נומבער פון דיין כתה בית רבי איך ברויך וויכטיג רעדן צו אים.... חחחח

אין עלמאנסי איך פריי מיר זייער אז אונז האמיר דיך דא... היינט אליין בינעך שוין געווארן קלוגער פון דיינע מעלדונגע... סא זאל דער אייבישטער העלפן כאשר זכינו... כן נזכה.... קיפ עם קאמינג

געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2009 7:59 pm
דורך jewish_audio
פאר טעג צוריק האט זיך אריינגעריקט א נייער ניק דא 'עס עפעס'!
וואס נאך פאר ער איז אריינגעקומען איז אריין שוין מכבד דעם עולם צו עסן עפעס... האו נייס...

סאו וועלקאם הרב עס עפעס.. ווי איך זעה האסטו א אויסגעצייכענטע חוש הפענע סאו לאז די טינט לויפן.....

געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2009 9:05 pm
דורך וויכטיג מאכער
יאפ, איך האלט פונקט ווי דיר, און אייגענטליך האב איך אנגעפאנגען צו שרייבן מיין תגובה נאך פריער, נאר אינצווישן האב איך מיך באקענט מיט דעם "עס עפעס", סאו כאב געמוזט טוישן.

עניוועי, שלום עליכם "עס עפעס".. שרייב עפעס.. קענסט נישט זאגן אז דו קענסט נישט, אונז האמער שוין אלע געזעהן אז יא.

וועלקאם טו די קלאב, מאך דיך היימיש, און מאך אונז פיהלן היימיש.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 17, 2009 10:34 am
דורך געדענק
קען זיין ס'קומט נישט דא אריין אבער איך ווייס נישט ווי עס אנצופרעגן,

פאריאר האט צעהלימע קעמפ ארויסגעגעבן א הערליכע אלבוים "הנה מה טוב", גייען זיי היי ייאר אויך ארויסגעבן?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 17, 2009 10:40 am
דורך וויכטיג מאכער
נישט וואס איך ווייס.

ווי ס'באלאנגט? איך מיין אז ס'איז דא א אשכול אויף זייער פאראיאריגע סידי, אפשר אין יענעם אשכול באלאנגטעס.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 17, 2009 10:43 am
דורך געדענק
ווי לאנג דארף איך עס זוכען?
כ'האב עס געזוכט פאר 15 מינוט און נישט געפונען.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 17, 2009 10:48 am
דורך וויכטיג מאכער
כ'מיין אז די אשכול הייסט "מחנה צעהלים פרעזענטירט".. איך האב געעפענט דעם אשכול..

איך גיי פראבירן עס אויפצוזוכן.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 17, 2009 11:01 am
דורך איך_הער
וויכי, פון דעם רעדסטו, יא?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 17, 2009 11:04 am
דורך וויכטיג מאכער
איכער, יא! טענקס!

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 17, 2009 11:12 am
דורך עס עפעס
שקויעך חברה פאר די ווארימע ברוך הבא.

כהאף כוועל צוגעבן און מהנה זיין כל החוסים בהיכל הנגינה

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 13, 2009 12:40 pm
דורך וויכטיג מאכער
יעצט איז געקומען די רייע אויף א פרישן גאסט, דאס מאל אונטער די ניק "קעש פאר קלאנקערס"..

איך האב מיך געטראפן מיט עם דעם חוה"מ, איך האב געזעהן א יונגערמאן וואס פארשטייט גוט צו נגינה, איך האב עם אינטרעדוס'ד פאר מאשקע, אבער זעהט אויס אז ער איז ביזי, סאו באגריסטער עם נישט..

קעש, שאמאלייכעם, קום אריין, (ווער דארף דען נישט קיין קעש?..) מאך דיך היימיש, און צייג פארן עולם דיינע קענטעניסן..

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 13, 2009 1:16 pm
דורך קרעמער
שלום עליכם קלאנקערס פאר קעש (אדער פארקערט, אבי ס'האט מיט קעש אן אפיר).

איך האב אייך אויך געזען חוה"מ (וואו נאר?), אבער פון אייער שריפט שטעלט זיך ארויס אז איר זענט א גוטער שריפטשטעלער, אלזא, ברוך בואך לשלם.

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 13, 2009 2:24 pm
דורך מאשקע
וויכטיג מאכער האט געשריבן:יעצט איז געקומען די רייע אויף א פרישן גאסט, דאס מאל אונטער די ניק "קעש פאר קלאנקערס"..

איך האב מיך געטראפן מיט עם דעם חוה"מ, איך האב געזעהן א יונגערמאן וואס פארשטייט גוט צו נגינה, איך האב עם אינטרעדוס'ד פאר מאשקע, אבער זעהט אויס אז ער איז ביזי, סאו באגריסטער עם נישט..

קעש, שאמאלייכעם, קום אריין, (ווער דארף דען נישט קיין קעש?..) מאך דיך היימיש, און צייג פארן עולם דיינע קענטעניסן..



אה, כ'האב געמיינט אז יענץ איז יאנאש... עניוועי, כ'האב מיך זייער שיין באגריסט מיט אים...

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 13, 2009 4:39 pm
דורך קעש פאר קלאנקערס
עליכם שלום אלע חשובע אויפנעמערס! וויכי ס'איז א פלעשער זיך צו באקענען מיט אזא פערזענליכקייט ווי ו וי ויכ ויכי.

שכח ר' קרעמער פאר די ווארימע ווערטער. אייער פידלע איז מתוק מדבש (אין די האלטער... דזשאסט קידינג).

מאשקע, כ'זיך דיין באגריסונג.

בד"וו איך קום טאקע מיט קעש אבער אויך מיט קלאנקערס סא יא בעטער וואטש אייט.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 22, 2011 1:26 pm
דורך 1x1
וויכטיג מאכער האט געשריבן:אזוי ווי די היכל הנגינה האט זיך לעצטענס זייער שטארק פארשפרייט, און ס'קומען כסדר צו פרישע חברה, סיי וואס טוהען אין די ליין, סיי וואס האבן נאר א האבי צו נגינה, און זיי הערן אז דא איז דא אפהאנדלונגען אויף יעדן טעיפ, קומען זיי אהער, און שטייצעך, אז געווענדליך בלייבן זיי דא, זיי באזעצן זיך, און שרייבן הערות, מעלדן נייע טעיפ'ס וכד'..

דעריבער האב איך געקלערט, אז ס'איז פאסיג צו עפענען א באזונדערע "ברוך הבא" אשכול, דא אין היכל הנגינה, פאר אונזערע חשובע געסט.. אז מ'זאל זיי קענען באגריסן, און איך האף, אז די מנהלים וועלן זיין דערפון צופרידן..


שלום עליכם הרב הוצאת שירי חזנים.