"שבת'דיגע אוצרות" (ספירה אלבוים..)

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

"שבת'דיגע אוצרות" (ספירה אלבוים..)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

וואס האט עטץ געמיינט?... ווי נאר איך האב געדריקט 'שיק עס' אויף די אנדערע נייע ספירה טעיפ, קלינגט אריין צו מיר אין אפיס דער... נו.. לאמעך זעהן צו איינער ווייסט?.... ווער?.. ניין!... נו, איינער ווייסט?.. נו... יאפ... זייער גוט... דער לאנגזאם... פון 'לחיים דיסטריביוטערס'... און זאגט...

וויכי, איך האב פלעין פארגעסן דיך צו קאלן, לחיים קומט ארויס מיט א נייע ספירה טעיפ, זייער גוט, זאג איך עם, איין מינוט, איך מיש אויף א נייע בלעטל אין מיין נאטיץ ביכל, און איך וויל הערן אביסל דערוועגן.... נאו פראבלעם, זאגטער....

וויכי: אקעי, וויזוי גייט הייסן די טעיפ?...

יי"ל: ס'גייט הייסן "שבת'דיגע אויצרות"..

וויכי: סייסט? ס'איז שבת'דיגע ניגונים?..

יי"ל: יא.. לאמ..

וויכי: איין מינוט.. וועכע ניגונים גייטעס האבן?...

יי"ל: איך האב נאכנישט געהערט די טעיפ, סאו איך ווייס נישט.. לאמיך דיר גראד זאגן.. דארפסט נישט פרעגן...

וויכי: אקעי...

יי"ל: די טעיפ איז א ספירה טעיפ, ד.מ. אן קיין מוזיק, ס'גייט זינגען שבת'דיגע ניגונים, און ס'האט נאך איין זאך וואס קיין איין אנדערע נייע טעיפ האט נישט...

וויכי: וואס?..

יי"ל: ס'גייט האבן די זיס קעלעכל פון הילד הפלא 'אהרן הלוי'...

וויכי: ער זינגט נאך?.. איך האב געהערט אז ער האט שוין בר מצוה געהאט?...

יי"ל: בר מצוה געהאט?... שוין א שיינע פאר יאר צוריק, נאר אונז, לחיים האט אפגעכאפט מיט אהרן הלוי, שוין א שיינע פאר יאר צוריק, ווען ער איז נאך געווען א יונגל, א געוואלד מיט ניגונים, און יעדע שטיק צייט, לייגען מיר אריין אין א טעיפ, נאך א שטיקל און נאך א ניגון...

וויכי: יא ער האט א זיסע קול, מיט מורא'דיגע קרעכצן.. א רגש...

יי"ל: יא יא... דאס האב איך דיר געזאגט, דאס האט קיינער נישט...

וויכי: סאו ווען גייטעס זיין אין די סטאר'ס?...

יי"ל: לכוראה תיקף נאך יו"ט.. ס'קען געלונגען אז ס'וועט זיין פאר יו"ט, אבער איך וויל נישט זאגן...

וויכי: נאך א זאך, וואס טוצעך מיט א פריוויא, דו ווייסטעך ווי די ק.נ.א. ליינער לעכצן נאך א פריוויא...

יי"ל: הער מיך אויס, דו ווייסט אז איך מאך נישט די זאכן, אבער כ'וועל זיי בעטן, אזוי ווי ס'וועט זיין, שיקעך דיר עס גראד...

וויכי: אקעי טענקס... זיי געזונט...

יי"ל: הצלחה...

צייטליך, עניטינג טו עדד?... וואטש וויזוי דו בעקסט אריין, ס'איז דא פיל מיט גארבידזש...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

יישר כח וויכי.
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

וויכי איך ווארט אויף צוויי זאכן אויף די פריוויא און אויף די ליסטע פון די ניגונים.

כ'דערמאן מיך יעצט ווען איך בין אריין אפאר יאר צוריק צו לי עווע פאטא, (יא וויכי האסט מיך געפאקט...)האב איך עם אנגעפרעגט אויף א גוטע ספירה טעיפ האט ער מיר אנגעוויזן אויף די חסידישע אוצרות כ'מיין נומער 1, הוי איז דאס א גוטס. ער זינגט דארט אלקא די ליה פון פיטסבורג, מיט אב הרחמים פון בעלז, פארפאלן זייער קונצליכע כאר קען דערווייל קיינער נישט נאכמאכן, לאמיר זען די נייע ספירה טעיפ פון שירה צו זיי האבן זיך שוין דערלערנט.

ביי די וועי וויכי היינט דארף איך שוין נישט אריינסטאפן צו לי עווע פאטא, און גראדע אין דעם ביזטו שולדיג!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

טררררררר.... טרררררר....

(וואס?.. צוויי אזייגער ביינאכט קלינגט די טעלעפאון ביי מיר אין אפיס?...)

טררררר.... טררררר....

(איי געס ס'מוז זיין זייער וויכטיג..)

וויכי: העלאו..

יי"ל: וויכי, וואס זאגסטע? יוסף יצחק רעדט דא...

וויכי: יוסף יצחק, דאס ביסטו, אזוי שפעיט?..

יי"ל: יא וויכי, וואס גייט פאר מיט דיר, פארוואס ביסטו אין אפיס אזוי שפעיט?, ק.נ.א. איז נאך אפען?...

וויכי: קודם זאלסטע וויסן, ק.נ.א. האט קאווערידזש 24/6 די אפיס איז גראדע נישט אפען אזוי שפעיט, אבער איך בין אריינגעקומען פסח'דיג מאכן די אפיס, אבער פון וואנעט ווייסטע אז כ'בין דא?...

יי"ל: איך בין פשוט דורכגעפארן, כאגעזעהן דיין אפיס לייט איז נאך אנגעצינדן, האבעכמעך דערמאנט, אז איך דארף דיך קאלן...

וויכי: מיך קאלן? וואס גייט שוין פאר? א פרישע טעיפ?..

יי"ל: נישט א פרישע, אבער א טעיפ וואס איך האב דיר שוין געמאלדן, די נייעס ספירה טעיפ "שבת'דיגע אוצרות..

וויכי: יא יא, ס'איז שוין דא?..

יי"ל: אקעי, מארגן איזעס אין די סטאר'ס... איך שיק דיר א אימעיל פון די נייע פאוסטער...

וויכי: אההה, זייער גוט, זייער גוט אז דו האסט געקאלט... איך גיי שוין מעלדן..

יי"ל: שכח..

וויכי: אקעי, איך האב נאך דא אסאך ארבעט, ה.... איין מינוט!.. וואס טוצעך מיט א פריוויא?..

יי"ל: סארי, אבער איך האב נאכנישט...

וויכי: אקעי, אבער ווען דו האסט, פליז שיק מיר עס... עניוועי, זיי געזונט.. מעמער רעדן..

יי"ל: א גוטע נאכט...

.
אטעטשמענטס
a amasa oitzer.jpg
a amasa oitzer.jpg (12.57 KiB) געזען 4697 מאל
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

וויכי, דיין רעפארטינג איז געוואלדיג. דו געסט אריין א חיות אינעם גאנצן פארום. האלט אן!
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

ער האט נאכנישט קיין פריוויו?? אקעי, דאס איז גאר גוטע נייעס.

דאס מיינט אז ווער ער גייט האבן דעם פריוויוא וועט קומען נאך א גאנצער טעלעפאון שמועס צווישן רב לאנגזאם און וויכי. נו, ווער האט דען הנאה דערפון אויב נישט איך.

רב לאנגזאם, גיט אום א ריף צוריק, עס מעג זיין א ראנג נאמבער..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

וואסי שייך צו זאגן?.. איך האב געהערט אהרן הלוי, יויש זינגטער גוט, איך האב נאכנישט דורכגעהערט דעם גאנצן טעיפ, אבער דאס ביסל וואס איך האב יא געהערט, אפילו ס'איז נישט קייו נייע ניגונים, אבער... די קלינגעדיגע קול, קלינגטמער אין אויער... אוי ווי שיין...

אויף א לענגערע ריפארט, האפעך צו הערן פון מאשקע, צייטליך, אלטער.. (ווי איזער?...)
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

מען מעג זאגן דא קריטיק אויך? איך בין עכט דיסעפוינטעד פון דעם טעיפ! (און איך האב געצאלט 15 דאלער).

פארוואס?

איך ווארט אויף רשות הדיבור.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

העי גרויזי, וואס האט פאסירט?..

איך גיב דיר רשות הדיבור, און טאמער מיינסטו אז דא שרייבט איינער פון לחיים, ווילעך דיר זאגן, אז טו די בעסט אוו מיי נאלעדזש, שרייבט נישט קיינער פון זיי דא, אבער ליינען, ליינען זיי...

סאו אדרבה, זאג וואס ס'איז נישט גוט, און זיי וועלן פראבירן צו פארבעסרן, אויב זיי וועלן האלטן אז דו ביסט גערעכט.. (ס'קען זיין, אז דו האסטעס נישט ליב, אבער אנדערע גלייכן דאס יא..)
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

מיין גאר שטארקע טענה איז, אז איך הייב אן צו הערן דעם סידי, און איך טשעק איבער מיין איי-טאונס צען מאל, עפעס שטימט מיר נישט, איך הער א נייע טעיפ צו אן אלטע טעיפ? איך טשעק, יא, דער נייער אלבום שבתדיגע אוצרות שפילט יעצט, עפעס איז ראנג מיט מיר?

איך בין נישט יעצט ביים קאמפיוטער, און אפילו בשעת איך בין געווען ביים קאמפיוטער האב איך זיך נישט גענומען די מיה אפירצוזוכן וועלכע פון די פאריעריגע אלבום'ס זיי זינגען נאך ניגון ביי ניגון.

יעדע ניגון וואס מען זינגט אויף א ספירה טעיפ דארף זיין א חידוש! אפילו ביי א מוזיק טעיפ דארף מען צולייגן פיל מיט חידושים אין די מוזיק אויב זינגט מען איבער א ניגון וואס איז שוין איינמאל געווען אויף א טעיפ, כל שכן א ספירה טעיפ וואס אן קיין מוזיק קען מען צופיל חידושים נישט צולייגן.

יעדע ניגון וואס איז שוין געווען אויף א ספירה טעיפ איז א מוראדיגע עוולה -קעגן די קאסטומערס - דאס נאכצוזינגען נאכאמאל. און כל שכן ווען מען רעדט פון נישט נאר 1 ניגון, נאר א שיינע פאר!

ועל זה דוה לבי, פלוצים הערשט א מאנגל אין ניגונים? א ספירה טעיפ קען נאר באשטיין פון די זעלבע פאר ניגונים יאר נאך יאר?

איך געדענק נישט וועלכע פון די פאריעריגע טעיפס זיי זינגען נאך די ניגונים, ווייל איך סארטיר נישט די אלבום'ס אין קאמפיוטער מיט א געהעריגע סדר.

מיסטער לחיים טייל איין מיינע 15 דאלער אין די סכום ניגונים פון דיין טעיפ, און געב מיר צוריק פראצענטועל אויף יעדע אלטע ניגון.

מיט אנטשולדיגונג אויב איך קוק אויס אביסל ווילד.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אוי יוי יוי, ליב האבן א יוד אין יעדן מצב, (טראמבאון-טראמפעט.. פאם פאם פאם..) דער ראש הקהל מוהל צו דער קצב... (טראמבאון-טראמפעט.. פאם פאם פאם..) גרויזי, איך גלייך דיין סיגניטשער, אפילו ס'איז נישט קיין נייע ניגון...

ג'ערטער געוועזענע ראש הקהל, איך גלייך זייער די פאקט, אז די האסט געלאזט הערן דיין מיינונג.....

אבער פאר איך גיי דיר ענטפערן, וויל איך דא קלאר מאכן איין זאך, איך האב נישט קיין שייכות מיט לחיים, אי מאך נישט קיין געלט פון זיי.. איך קען פלעין הרב לאנגזאם, און זייט איך האב עם געוויזן וואס איך שרייב דא, האטער מיך אנגעהויבן צו מעלדן טעיפ נייעס, ווען ס'קומט ארויס א נייע טעיפ, און וואס דאס איז, און ווען ס'גייט זיין אין די סטאר'ס, א.א.וו... אבער איך האב נישט קיין שום אינטערעסע, צו זאגן אז א טעיפ איז שיין, אדער נישט שיין.. איך באקום נישט באצאלט פון קיינעם... (און די וואס קענען מיך, קענען זיין מיין עדות..)

און יעצט צום עצם טעיפ, די טעיפ איז גארנישט אנדערש ווי יעדע אנדערע ספירה טעיפ, איך ווייס נישט פון קיין ספירה טעיפ, וואס האט מער ווי איין נייע ניגון? נאר, די טעיפ, האט ניגונים וואס דו האסט געהערט זייער אסאך מאל.. ווייל די לחיים טיש, האסטו געהערט אסאך מאל, און ער זינגט איבער אסאך ניגונים פון דארט, משא"כ, אנדערע ספירה טעיפ'ס, זינגען נישט אזאלעכע פאפולערע ניגונים, נאר זיי זינגען מער עלטערע ניגינום..

אבער נישט אלע זענען אזוי, למשל אויף די שבת טיש פון יונתן שווארץ, זינגטער איבער די צמאה לך נפשי פון לחיים, איך געדענק נישט אויף די מינוט די אנדערע, אבער ס'דא נאך אפאר, וואס האבן אפאר ניגונים, וואס איז פאפולער, ווייל זיי ווילן אז דו זאלסט קויפן די טעיפ... און טאקע דאס גלייכט דער עולם.. ס'קען טאקע זיין אז דו גלייכסטעס נישט, אבער זעהט אויס אז לחיים'ס סטאטיסטיק צייגט אנדערש..

אין פאקט, די נייע טעיפ "משיח קומט שוין", האט אויך אלטע ניגונים.. זיי זינגען די באקאנטע ותערב, און נאך אנדערע..

עניוועי, וואס זאגסטו צום עצם טעיפ, דו ווערסט נישט משיגע פון אהרן הלוי'ס קול, און פון זיינע קרעכצן?...

וואס רעד איך נאך דא?.. וואס זאגט דער עולם דערצו?...

(גרויזי, אונז בלייבמער פרענד'ס.)
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

נאכן דריקען 'שיק עס', האב איך מיך פארבינדן מיט הרב לאנגזאם פון לחיים, און עם געזאגט די פוינט וואס גרויזאמער ברענגט ארויס..

זאגטער אזוי: אלטע ניגונים, דארף דער עולם מער, והא ראי', "לחיים טיש" זינגט נאר אלטע ניגונים, אין ס'איז איינע פון די 'בעסט סעלער'ס' אין די לעצטע דריי יאר.. און ס'פארקויפצעך נאך היינט אסאך... (איך בין לעצטענס געזיצן ביי איינעם אין קאר, ווי לחיים טיש 1 האט געארבעט..)

ער זאגט אויך, אז מענטשען האבן געבעטן ר' יוסף משה כהנא, אז ער זאל מאכן דעם גאנצן טעיפ, 'לחיים טיש' כמו שהיא, אן די מוזיק, אז מ'זאלעס קענען הערן ספירה, זיי זאגן אז זיי הערן דאס א גאנץ יאר איבער און איבער, און ספירה ווילן זיי דאס אויך הערן..
(אויסער דעם, האטער צוגעלייגט אסאאאך קווייער, מיט בעגראונד...)

ער זאגט אויך אז ער באקומט קריטיק, און קאמפלימענט'ס אויף יעדע טעיפ, ער זעהט נישט אז דערווייל זאל בכלל זיין אויף דעם טעיפ מער קריטיק, וועגן דעם סיבה, ווי אויף א אנדערע טעיפ..

נאכאמאל, גרויזי, יעדער האט א אנדערע מיינונג...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

וויכטיג, דארפסט נישט אזוי ציטערן, האבן אן אנדערע מיינונג פון א צווייטן איז פון די סאמע באשטאנדטיילן פון הצלחה אין לעבן. אין פאקט בין איך פון לחיים'ס שבת-טישן קאסטומערס פון די ערשטע מינוט אן, און אלטע ניגונים בין איך פון די ערשטע קונים, פשוט ווייל עס איז שיין.

אין די טעיפס קאמפאניס זעלבסט בין איך אן אינדעפענדענט, מיר גייט אן ווי די פאריעריגע שניי ווער עס שטייט אונטער א טעיפ, איך פריי זיך אז עס איז דא אסאך זינגערס און אסאך קאמפאניס, ווייל איך דער ענד יוזער גיי ארויס א געווינער.

כ'מיין צו זאגן אז איך גיי נישט פאר לחיים ווייל זיי זענען לחיים. אין פאקט בין איך פון די תמימי לב וועלכע צאלן פאר טעיפס. און איך פארלאנג קאסטומער סערוויס. איך פארלאנג א שיינע טעיפ, א שיינע דעקל, איך פארלאנג דער פראדוצירער זאל ארבעטן וואכן און חדשים מיך צופרידנצושטעלן, און דער פרייז זאל זיין לויט די סערוויס.

זיי האבן רעכט מיך אפצוזאגן און נישט אריינלייגן אזויפיל יגיעה אין א טעיפ, אבער דאן פארלאנג איך 1) זיי זאלן מיך דאס לאזן וויסן, 2) אדער עטליסט בעטן ביליגער 3) אדער, (א באמבע חידוש...) אויב קען מען נישט גיין אונטער 15 דאלער, זאלן זיי ארויפגיין צו 20 דאלער פאר די געלונגענע טעיפס, און בלייבן מיט 15 די אומגעלונגענע טעיפס. (איך האב געצאלט 25 דאלער פאר שוועקיס ווידיאו, און איי גאט וואט איי פעיד פאר).

ואם שלש אלה לא יעשה, און זיי האבן ארויסגעגעבן א טעיפ אן די זעלבע יגיעה ווי זייערע "געלונגענע" טעיפס, נישט אריינגעלייגט יגיעה אויפצוקומען מיט קנאקעדיגע ניגונים נאר איבערגעזונגען זאכן וואס זיי האבן שוין געזונגען די לעצטע פאר יאר. בין איך פון די וואס הייבן אן אונטערן באוואוסטזיין צו קלערן אז אפשר ליגט טאקע עפעס לאגיע אין די שיטה פון נישט קויפן טעיפס... איך ווער דאך דא אויסגענערט. איך בין אבער א איד. דאן זיי אויך א איד און זאג פונקטליך וואס דו האסט נישט צוגעשטעלט און וואס יא.

ווען איבערזינגען די אלטע ניגונים וואס זיי האבן שוין זאל ווען זיין אזא מעלה, אז דאס זאל גאר ברענגען קאסטומערס, וואלט איך זיי פארגעשלאגן צו אדווערטייזן. קעפל: "נאכמאל און נאכאמאל און נאכאמאל" "הערט ניגונים וואס איר האט שוין געהערט אויף די לחיים ספירה טעיפס און איר ווילט עס נאכאמאל הערן"... אבסורד, אמת?

אלטע ניגונים? יא!, איבערזינגען נאכאמאל א ניגון וואס איך האב שוין געהערט פאראיאר? ניין!

איך האלט זייער פון אהרן הלוי, פאראיאר בין איך משוגע געווארן פאר אים. אבער אויב איז אהרן הלוי א תירוץ פ"וו נישט אויפצוקומען מיט נייע ניגונים, ווייל מען האט אים שוין נישט, זאלן זיי נוצן אנדערע קינדער לויים.

היות איך שפיר זיך א בעעולהטע קאסטומער, מיט מחשבות זרות אויף מיין גאנצע מהלך פון לויפן און קויפן טעיפס (פ"וו טאר מען נישט קאפיען, עס אויסהערן, זעהן צו ס'איז אינטערסאנט, און דאן קויפן?) האב איך נישט געקענט אויסהערן מיט א רואיגע געוויסן די שיינע חלקים פון דעם טעיפ, מעגליך ס'איז דא.

אגב, ווען עס קומט צו די זאכן דארפן די קאמפאניס פארשטיין אז כאטש 15 דאלער קען טאקע זיין נישטיג ביי א מענטש, און פאר צדקה געט ער צומאל מער ווי דעם, ווערט אבער א מענטש שטארק בעוולהט ווען ער ווערט געוואויר אז זיין ביזנעס האט ער געטון בתורת נדבה, צו מחזק זיין די טעיפ קאמפאני, און עס איז נישט צוגעגאנגען ווי א רעגולער ביזנעס דיל. מעגליך אז ווען זיי בעטן א נדבה וואלט ער געגעבן מער ווי דעם.

הארכתי במקום שאמרו להאריך יותר. און איך מיין בלויז לטובתי אז די נעקסטע טעיפ פון לחיים זאל זיין קנאקעדיג.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1485
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעניית דעתי »

אטעטשמענטס
Sh cover 200k.jpg
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

גרויזאמער האט געשריבן: אין פאקט בין איך פון לחיים'ס שבת-טישן קאסטומערס פון די ערשטע מינוט אן, און אלטע ניגונים בין איך פון די ערשטע קונים, פשוט ווייל עס איז שיין.


הוא הנותנת כ'האב עס גראד באמערקט ווען כ'האב געהערט די פריוויא אויף קול מבשר, די מעשה איז אז ער נוצט איבער די זעלבע זאכן, די כאר, אהרן הלוי, די אינטראס, וואס ער האט גענוצט אין די שבת טעיפ'ס נאר אן מוזיק, אזויווי א טעיפ מאכט מען פון אסאך חלקים, קען ער נוצן געוויסע חלקים און צולייגן אביסל אין שוין, ממילא פאר דיר וואס די האסט די טעיפ'ס מיט מוזיק איז דיר עס נישט אינטערעסאנט, ווייל ער נוצט איבער די זעלבע איידיע און פאר די זעלביגע סיבה האבעך נישט געקויפט, ווייל אן קיין חידושים איז עס נישט אינטערעסאנט, אבער פאר איינעם וואס האט נאכנישט געהערט די ערשטע טעיפ'ס קען עס זיין פונקט אזוי אינטערעסאנט ווי ס'איז געווען פאר דיר די ערשטע שבת טיש טעיפ'ס.

סי מיר נאר געפאלן ווי ער זאגט פאר וויכי אז ער האט שוין אפגעכאפט אהרן הלוי ווען ער איז געווען א יונגל אין ער געט עס יעצט ארויס, צו דארף דאס צו מיינען אז ווען ער גייט זיך אדווערטייזן מיט אהרן הלוי איז עס אלטע סחורה...(הגם סיז יא דא עפעס ניי)

באמת איז עס נישט די ערשטע מאל וואס ער טוט עס, למשל אויף חזנות טיש זינגט ירמי' דמן יוסעלע'ס המבדיל, אויף די האר מיט אלע צוגעשפילעכץ וואו ס'איז געווען אויף לחיים ברידער, איינער וואס האט געהערט אסאך לחיים ברידער וועט נישט זיין אינטערעסירט עס איבער צוהערן דא נאכאמאל.

למעשה ביי יוסעלע'ס אידישע לידער האט מיר עס יא געקאסט די טאש און דעמאלט האב איך געפילט דיין פעין.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך קען נישט מער ווי זאגן, גרויזי, איי פעל יור פעין, איך קען דיר נישט העלפן דערויף, איך פארשטיי, אז דו ביסט א אנגעווייטאגטע קאסטומער, (איך קען טרייען צו פוילען ביי לחיים, אז זיי זאלן דיר געבן די נעקסטע טעיפ פאר פרי, אלץ א פארגיטיגונג..) אבער ווי שוין געזאגט, לחיים האט אנדערע סטאטיסטיק'ס, און זייער סטאטיסטיק, ווייזט אנדערש, און דו פארשטייסט אויך, אז זיי דארפן ענדערש נאכגיין זייער סטאטיסטיק, ווי דיין מיינונג..

(און נאך איין מאל, איך בין נישט קיין קרוב פאר לחיים, און נישט קיין שעיר-האלדער, און איך מאך נישט קיין געלט ווען דו קויפסט יא אדער נישט א טעיפ.. בעילאוט, זיי מיין עדות?..)

ביידעוועי, גרויזי, איך האב געשמייכלט ביים אויסדריק 'זאלן זיי גיין נעמען אנדערע קינדער "לויים"', זייט אהרן הלוי איז ארויף אויף די מאפע, איז דא א איבערפלוס פון ילד הפלא'ס, וואס זענען 'לויים'...

בעילאוט, בנוגע אהרן הלוי... זיי האבן פון עם אפגעזינגען נאך א שיינע פאר ניגונים, וואס דו האסט נאכנישט געהערט, (אפשר די ניגונים יא, אבער נישט ווי ער זינגטעס..) זיי פלאנען דאס אריינצומישן, אין יעדע טעיפ אביסל...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

איך בין דא מיט גרויזאמער גאר שטארק אויף איין ליניע. (וויכי.. הער אויף! ביז פעטש! לאמיך אפ!..)

איך האב עס שוין געשריבן עטליכע מאל אבער דא איז עס שוין אריבער אויף א פרישע שטאפל.

פירמע'ס האבן טענות פארוואס מענטשן מאכן קאפי'ס פון טעיפ'ס, אמער, זיי לייגן אריין אזויפיל ארבייט און געלט, דמים תרתי משמע, אונעם אלבום, קומט זיי אזויפיל אז דער מענטש זאל ארויסנעמען די $16 פון טאש און באצאלן פאר די ארבייט.

אויב איז עס טאקע אזוי דאן זענען זיי גערעכט, אבער ס'איז באקאנט אז כלל ישראל איז געבליבן מיט זייער נאז און א גוטן שמעק האבן זיי, אלזא אידן ווייסן וואס צו צאלן און ווי צו קאפירן. ווי עס ליגן נייע חידושים, שיינע מוזיק, נייע ניגונים, און א רייכע קווייער. און ווי עס איז פשוט ארויסגעקומען א טעיפ צוליב איבערפלוס אין צייט אד"ג.

אויב קומט איינער ארויס מיט א טעיפ ווי ער זינגט פשוט איבער א ניגון וואס איז א יאר צוריק געזינגען געווארן אויף א צוויטער טעיפ נאר יעצט זינגט ער דאס מיט א נייער קוועטש האט ער שוין געטוען א פאברעכן מיטן בעטן דערפאר די רעגולער פרייז ווי א טעיפ ווי עס ווערט געזינגען דאס ערשטע מאל.

דא איז אבער די רעדע פון א ספירה טעיפ - וואס ווי גרויזאמער האט שוין דערמאנט פארלאנגט אסאך מער ארבייט און חידושים אז עס זאל זיין אינטערסאנט פאר א מענטש צו הערן אנא מוזיק -. יעצט אויב לייגט מען ארויף א ניגון וואס דער זעלבער לחיים קאר האט געזינגען אינטער די זעלבער ארויסגעבער אין די זעלבע סטודיאו מיט די זעלבע קנייטשן נאר מעגליך צוגעלייגט מער 'בעקראונד וואקעלס' און מ'לייגט נאך עטליכע ניגונים אויף איין טעיפ דערפון איז עס זיכער א פאברעכן.

גרויזאמער, אויב קריגסטו פאר אומזינסט די נעקסטע טעיפ ברויך איך א קאפי...
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

צייטליך, ביז פעטש?.. ועד בכלל...

איך וויל נישט אריינגיין אין די סאבדזשעקט נאך איינמאל, איך וועל דיר נאר נאך איינמאל איבערזאגן וואס ר' יי"ל האט מיר געזאגט.. 'זיי האבן געהאט א גרויסן דימענד אויף דעם טעיפ'... און איך מיין אז די עגרי'סט אויך, אז זיי דארפן ענדערש נאכגיין 'זייער סטאטיסטיק', אויף וואס ס'איז דא א דימענד, ווי 'דיין סטאטיסטיק'... וואס ס'איז דיין דימענד...

(אגב, איך כאפ מיך יעצט, אז די פארגאנגענעם ווינטער, האבן אלע דיסטריביוטער'ס, ארויסגעגעבן א טעיפ, פון א קאלעקשאן... ליפא, פראדזשעקט עקס, עמי/שלמי כהן, און רובין... איי געס, אז די דיסטריביוטער'ס האבן א בעסערע עקספיריענס מיט אזאלעכע טעיפ'ס...)

בנוגע וויפיל ארבעט ס'ליגט אין די טעיפ, קען איך דיר נישט ענטפערן, ווייל היות איך ווייס נישט, גלייך איך נישט צו רעדן.. אבער ס'איז זיכער נישט פלעין אזוי ווי די לחיים טיש.. ס'איז צוגעלייגט ארבעט.. וויפיל?. איך ווייס נישט..

דאס איז אלעס, אויף יענע אלטע ניגונים.. אבער די אנדערע ניגונים, איז זיכער דא אסאך ארבעט...

און יעצט צייטליך, אז דו ביסט שוין יא דא, וואס זאגסטו צום עצם טעיפ?... דער עולם ווארט אויף דיינע קאמענט'ס..
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

איך בין דא מחולק מיט אייך ר' וויכטיג מאכער, אוודאי זייער סטאטיסטיק ווייזט אז עס איז דא א גרויסע דימענד אויף דעם, די שאלה איז נאר, קומענדיגע יאר ספירה ווען זיי גייען ארויס געבן נאכאמאל אזא טעיפ אויב דאן גייט נאך זיין אזא גרויסע דימענד, די שאלה איז צו די דימענד איז אויף א פרישע טעיפ פון לחיים, צו די דימענד איז אויך אויף אן אלטע טעיפ איבערגעפרישט. אויב איז עס אלס די ערשטע סיבה גייען זיי דאס פילען ביי די קומענדיגע ספירה טעיפ (אויב זיי פלאנען ארויס צו געבן נאכאמאל) ווען מענטשן האבן זיך שוין אפגעבריט דאס יאר.
און אויף די טעיפ בעצם, וואס שייך צו זאגן, דאס איז דאך אויסטערליש שיין (מיט מיוזיק אין די בעקראוינד....).
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אפילו ס'רוב האלטן דא אנדערש פון מיר, וועל איך נאך אלץ מיך נישט טוישן פאזיציע..

העכער, איך וויל דיר זאגן, לויט ווי ר' יי"ל האט מיר געזאגט, ווייזן זיינע שטודיעס, אז דער עולם וואלט יא געקויפט אזא טעיפ... טאמער ער וועט זעהן אז ער איז געווען ראנג.. וועט ער אי"ה ארבעטן שווער, אז די נעקסטע טעיפ, זאל זיין צו די צופרידענהייט פונעם ציבור וואס האלט פארקערט... (און עז פאר עס איי נאו הים.. קען ער, אז ער וויל...)
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
וויסט_פון_צייט
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 6:10 pm

Great alBUM

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויסט_פון_צייט »

:grin:
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”