רבותי עס טוט מיר וויי, וויינט צוזאמען מיט מיר!!

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

איך ווייס נישט וואס ביי דיר הייסט שיין.....
זילטש נארמאל דארט
נאכאמאל אלע צוזאמען נעעבעעעעעך
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

[/center]
ניס קראכער האט געשריבן:זילטש נארמאל דארט
נאכאמאל אלע צוזאמען נעעבעעעעעך

גא''מ בצעקת פוי
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

די היינטיגע חסידישע מוזיק און קומזיצן, איז עס א פראבלעם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

מיר האלטן היינט אין תשע"ט, עס איז זייער א פארגעשריטענע וועלט און זאכן רוקן זיך מיט א מורא'דיגן אימפעט אויף פאראויס און לאזן אונז איבער ממש אלס פארצייטישע אומוואוסנדע.

פונקט ווי אין די אלגעמיינע וועלט ווערן מיר אידן אויך פארגעשריטן, אלעס איז היינט אנדערש ווי פאר צען יאר צוריק אנגעהויבן פון מקוה קארטלעך ביז טשערידי קאמפעינס אנליין, אלעס איז דיזשיטעל און ווערט געפירט דורכן קאמפיוטער, דאס איז די גוטע חלק דערפון... נגינה וועלכע האט אייביג ביי חסידים פארנומען אן אויבנאן איז אויך א זאך וואס איז געווארן פארגעשריטן און אפ טו דעיט, סיי די מוזיק, סיי די קווייער'ס און סיי די חתונות און אפילו די טעכנישע חלקים ווי די מיקסינג איז אויך שוין העכסט פראפעסיאנעל, מען קען שוין ממש נישט הערן קיין יו"ט עהרליך קאסעטעס ווייל עס איז אומקלאר... מיר זענען שוין אזוי געוואונט און געצערטלט פון די היינטיגע טעכנאלאגיע אז עס האט אונז געמאכט פארגעסן די פריערדיגע צייטן.

יעצט לאמיר צוגיין צום פוינט. (אנטשולדיגט אויב איך ברענג זיך נישט גענוג קלאר ארויס, איך בין געהרג'עט מיד...)

מוזיק אבער אנדערש ווי אלע זאכן וועלכע זענען פארבעסערט געווארן משך די יארן איז זייער א סענסיטיווע און האקעלע נושא, די וועג וויאזוי מען זינגט און די וועג וויאוי מען אראנזשירט מוזיק היינט, אפילו די גאר היימישע, האט געליטן א שווערע נידערלאגע אין די לעצטע פאר יאר.

לאמיר צונעמען די זאך און ארויסברענגען איינמאל פאר אלעמאל קלאר די פראבלעמען פון אלע, לאמיר קודם אנכאפן די רוחניות'דיגע זייט און דאן אריבערגיין צום טעכנישן דעפארטמענט און פארשטיין ביידע זייטן.

ביטע נישט מעסטן דעם אינדעווידואל, דער ארטיקל איז געשריבן געווארן בכלליות אן האבן קיין שום מענטש אין מח בעת מעשה, ביטע נישט פארקריכן אין לשון הרע והוצאת שם רע.

סעלעברעטי'ס:
אמאל האט מען ביי אונז געוואוסט אז א זינגער איז נאך א סארט פרנסה, איינער איז א בעקער, איינער איז א שניידער, און איינער איז א זינגער, עס איז געווען (עכ"פ אין מיינע צייטן - נישט לאנג צוריק) יונתן שווארץ, מיכאל שניצלער, ירמי' דמן, און פאר די מער מאדערנע איז געווען אברהם פריד און מרדכי בן דוד, ליפא איז דעמאלטס אריינגעקומען אין די מארקעט, זיי אלע האבן זייער שיין געזינגען און מהנה געווען דעם עולם, היינט אבער איז א וועלט ווי די זינגערס און שפילערס זענען געווארן ממש אפגעטער פארן יוגנט, א שטייגער ווי די גוי'ישע סעלעברעטיס, יעדן טאג קומען ארויס פרישע סינגלס און אלבומ'ס פון די אלע זינגערס און דער עולם לויפט און קויפט (?) בקיצור, עס טוט זיך א וועלט פון זינגעריי, די סעלעברעטי חלק איז אבער אמאל נישט געווען, בעיני ראיתי האב איך געזען ווי א נארמאלער בחור'ל וויינט ביי א שמחה ווייל דער זינגער איז אוועקגעגאנגען לאזנדיג אים אן א סעלפי... עס האט מיר דערמאנט פון ---
היינט זענען שוין זינגערס גאנצע בעלי משפיע, מחנכים, און זיי האבן אן ערנסטן ווארט אויף דעם דור, אבער דער פראבלעם איז, ווער זענען זיי? ס'רוב זענען סמארטפאניסטן און אנגעהערט מיט כל מיני שטותים און זיי זענען נישט ווערד צו האבן א ווארט אויף אונז.
עס אינטערסירט היינט באמת די צוהערער אויף קול מבשר וואס א זינגער האט צו זאגן אויף טראמפ...

לידער:
די ניגונים אמאל זענען געווען פיל מיט תוכן, יעדער איינער געדענקט אוודאי די היימישע און ערליכע ניגונים פון אמאל, לחיים א.ד.ג. היינט הערט מען שוין תנועות דא און דארט וועלכע שטאמען אויסדרקליך נישט פון קיין ריינע מקורות, טיילמאל זינגט מען נאך גאנצעע לידער פון די סטרא אחרא וכמבואר בספה"ק איז די נגינה פיל א טיפערע טומאה ווי סתם ניאוף רח"ל, עס קומט אוודאי ביים המון מחמת חוסר ידיעה אבער אין סטודיא ווייסן זיי גאר גוט וואס עס קומט פאר ודי.

חתונות:
א חתונה היינט איז אדער א קאנצערט אדער א שענק הויז, אדער שטייען מינימום א מנין אויפן פלאטפארמע און ווילדעווען אריין מיט אומגעהויערע כוחות און דער ציבור קוקט צו, אדער שטייט א וואן מען בענד מיט א זינגער און האקט אריין די דזשעי ווי עס ברויך (נישט) צו זיין און די בחורים טאנצן מיט די הענט אין די הייעך ווי ווילדע ציגן.
וואו נעמט מען דעם אמאליגן טעם פון א חתונה? אפגערעדט פון די הויעכע פרייזן וואס נאר די מוזיק וואנט אליין קאסט אפ, פאר דעם האבן מיר ר' יואלי ראטה... אבער רבונו דעלמא כולא, אזוי זעט אויס ווען מען בויעט א בית נאמן בישראל?

קומזיצן:
א נייע משוגעת, מען נעמט צוויי דריי ווערטער פון ליקוטי מוהר"ן (די אויפגעקלערטע נעמען פון תניא), טיילמאל אפילו דאס אויך נישט... מען לייגט צו עטליכע ווערטער פון טאטע שמאטע שרייען קייען, און די בחורים שרייען און גארגלען זיך אויס.
די פאני פארט איז אז עס איז נישט קיין סוד אז די אלע ניגונים גייען אראפ פון טיש און האלטן זיך דארט פיל לענגער ווי ווען מען האט זיי געזינגען... אבער דאך שרייט מען און מען זינגט די ניגונים כאילו עס וואלט ווען געווען הארציג אדער לפחות עטוואס מוזיקאליש...
שלמה קארליבאך האט נישט דאס געמיינט מיטן רופן זיינע פארברענגען קומזיצן...

די געמויזעכץ פון ספירוטואליטי, ארט, און נשמה און געפיל:
טייל מענטשן מאכן א טשאלנט פון סיי וועלכע זאך עס קומט זיי נאנט צום הארץ, זיי מישן אויס געפיל מיט ספירוטואליטי, און מיינען אז ארט איז אזא סארט זאך מיט וואס מען מעג זיך ארומשפילן, איך וויל נישט מאריך זיין אבער קיין שום זאך ווערט נישט ערלויבט מיטן אויסרייד אז עס איז ארטיסטיש ודי, נישט עפענען קיין מחיצות און אפילו לצורך פרנסה טאר א זינגער נישט פאוסטירן קליפ'ס פון פרויען טאנצן און פון באבע'ס קלאטשן ביי פארטיס פון מלחמה איבערלעבער.

יעצט מיט אט די פאר שורה'לעך האב איך קוים בארירט דעם שפיץ פונעם שפיץ גאפל, די נושא האט פיל פליגלען און עס קען ווערן ברייט אויסגעשמועסט, אבער לכל הפחות זאלט איר פארשטיין פארוואס איך בין אומסימפאטיש צו סיי וועלכע נייע 'פינגער אפדרוקן' אין אונזער היימישער עולם הנגינה.

לסיכום האב איך געהערט פון א גרויסער מחנך אז טאמער וואלט מען געדארפט מאכן א כינוס כלל ישראל, וואלט עס געדארפט זיין אויף מוזיק ענדערש ווי אויפן אינטערנעט ודו"ק.

האפנטליך וועט מען ממשיך זיין...
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

טישטוך האט געשריבן: אבער לכל הפחות זאלט איר פארשטיין פארוואס איך בין אומסימפאטיש צו סיי וועלכע נייע 'פינגער אפדרוקן' אין אונזער היימישער עולם הנגינה.

נעקסט טיים זאג גלייך וואס באדערט דיך (בד״וו איך האלט פונקט ווי דיר)

סבאדערט דיך אזוי שטארק אז די קענסט נישט איינשלאפן? אדער דיין בעבי האט זיך פינקט אויף געוועקט?
ידעתי
שר חמש מאות
תגובות: 989
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידעתי »

לא זכיתי להבין.

איז אמאל נישט געווען א מנין אויפן סטעידזש ביי חתונות?
די גאנצע One man band איז א חידוש פון ארום 25 יאר צוריק.

און לגבי מקורות פון ניגונים, עיין ערך הרב יו"ט ערליך ותמצא נחת.

מיר זעט אויס ווי דו האסט א געוויסע פערזענליכע סטייל מוזיק ליב, און קענסט פשוט נישט סובל זיין קיין אנדערע סטיילס, זילטש מיט אידישקייט צוטון.

אווי יענער וואס איז אויפגעוואקסן אן dill און שרייט אז די וועלט ווערט אפגעפארן ווייל איז יעדע צווייטע זופ היינט ליגט די ספייס.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יעדער איז מכובד אנצוהויבן לייענען דעם שנירל פון אנהויב

אין איינוועגס וועט איר זיך אביסל לערנען ווי אזוי מ'האט אמאל געשמועסט דאהי.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

א שיינעם טישטוך אויסגעשפרייט
טישטוך אזוי ווי אייביג גרינטליך און קלאר.
האבעך אין באזוץ א גאנצען ארטיקל פון א מוזיק פראפעסיאנאל און א מחנך. ווי ער ווייטאגט אויך דיין ווייטאג וועל איך האבען צייט. וועל איך אי''ה ארויף לייגען א קיצור פונים ארטיקל
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
ברעטל
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:48 pm
לאקאציע: ביים ברעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעטל »

farshlufen האט געשריבן:יעדער איז מכובד אנצוהויבן לייענען דעם שנירל פון אנהויב

אין איינוועגס וועט איר זיך אביסל לערנען ווי אזוי מ'האט אמאל געשמועסט דאהי.

10 יאר פארביי פון ווען מ'האט געעפנט דעם שנירל. קוק ווי אזוי די שפראך האט אויסגעזען 10 יאר צוריק, און ווי אזוי היינט.
"יישר כח בעל תפלה, ס'וואלט געקענט נעמען אסאך לענגער"!
כהאב נישט קיין ניק
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כהאב נישט קיין ניק »

@טישטוך:
יפה דיברת...

דע אלע וואס כאפען זיך ארויף אויף געציילטע ווערטער זאלען ארויס נעמען די עיקר אין נישט מדייק זיין יעדע ווארט אזוי ווי CNN
Sorry for my misspellings
מי יעלה
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 17, 2019 11:26 am

להתוודע ולהגלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יעלה »

טישטוך האט געשריבן:מיר האלטן היינט אין תשע"ט, עס איז זייער א פארגעשריטענע וועלט און זאכן רוקן זיך מיט א מורא'דיגן אימפעט אויף פאראויס און לאזן אונז איבער ממש אלס פארצייטישע אומוואוסנדע.

פונקט ווי אין די אלגעמיינע וועלט ווערן מיר אידן אויך פארגעשריטן, אלעס איז היינט אנדערש ווי פאר צען יאר צוריק אנגעהויבן פון מקוה קארטלעך ביז טשערידי קאמפעינס אנליין, אלעס איז דיזשיטעל און ווערט געפירט דורכן קאמפיוטער, דאס איז די גוטע חלק דערפון... נגינה וועלכע האט אייביג ביי חסידים פארנומען אן אויבנאן איז אויך א זאך וואס איז געווארן פארגעשריטן און אפ טו דעיט, סיי די מוזיק, סיי די קווייער'ס און סיי די חתונות און אפילו די טעכנישע חלקים ווי די מיקסינג איז אויך שוין העכסט פראפעסיאנעל, מען קען שוין ממש נישט הערן קיין יו"ט עהרליך קאסעטעס ווייל עס איז אומקלאר... מיר זענען שוין אזוי געוואונט און געצערטלט פון די היינטיגע טעכנאלאגיע אז עס האט אונז געמאכט פארגעסן די פריערדיגע צייטן.

יעצט לאמיר צוגיין צום פוינט. (אנטשולדיגט אויב איך ברענג זיך נישט גענוג קלאר ארויס, איך בין געהרג'עט מיד...)

מוזיק אבער אנדערש ווי אלע זאכן וועלכע זענען פארבעסערט געווארן משך די יארן איז זייער א סענסיטיווע און האקעלע נושא, די וועג וויאזוי מען זינגט און די וועג וויאוי מען אראנזשירט מוזיק היינט, אפילו די גאר היימישע, האט געליטן א שווערע נידערלאגע אין די לעצטע פאר יאר.

לאמיר צונעמען די זאך און ארויסברענגען איינמאל פאר אלעמאל קלאר די פראבלעמען פון אלע, לאמיר קודם אנכאפן די רוחניות'דיגע זייט און דאן אריבערגיין צום טעכנישן דעפארטמענט און פארשטיין ביידע זייטן.

ביטע נישט מעסטן דעם אינדעווידואל, דער ארטיקל איז געשריבן געווארן בכלליות אן האבן קיין שום מענטש אין מח בעת מעשה, ביטע נישט פארקריכן אין לשון הרע והוצאת שם רע.

סעלעברעטי'ס:
אמאל האט מען ביי אונז געוואוסט אז א זינגער איז נאך א סארט פרנסה, איינער איז א בעקער, איינער איז א שניידער, און איינער איז א זינגער, עס איז געווען (עכ"פ אין מיינע צייטן - נישט לאנג צוריק) יונתן שווארץ, מיכאל שניצלער, ירמי' דמן, און פאר די מער מאדערנע איז געווען אברהם פריד און מרדכי בן דוד, ליפא איז דעמאלטס אריינגעקומען אין די מארקעט, זיי אלע האבן זייער שיין געזינגען און מהנה געווען דעם עולם, היינט אבער איז א וועלט ווי די זינגערס און שפילערס זענען געווארן ממש אפגעטער פארן יוגנט, א שטייגער ווי די גוי'ישע סעלעברעטיס, יעדן טאג קומען ארויס פרישע סינגלס און אלבומ'ס פון די אלע זינגערס און דער עולם לויפט און קויפט (?) בקיצור, עס טוט זיך א וועלט פון זינגעריי, די סעלעברעטי חלק איז אבער אמאל נישט געווען, בעיני ראיתי האב איך געזען ווי א נארמאלער בחור'ל וויינט ביי א שמחה ווייל דער זינגער איז אוועקגעגאנגען לאזנדיג אים אן א סעלפי... עס האט מיר דערמאנט פון ---
היינט זענען שוין זינגערס גאנצע בעלי משפיע, מחנכים, און זיי האבן אן ערנסטן ווארט אויף דעם דור, אבער דער פראבלעם איז, ווער זענען זיי? ס'רוב זענען סמארטפאניסטן און אנגעהערט מיט כל מיני שטותים און זיי זענען נישט ווערד צו האבן א ווארט אויף אונז.
עס אינטערסירט היינט באמת די צוהערער אויף קול מבשר וואס א זינגער האט צו זאגן אויף טראמפ...

לידער:
די ניגונים אמאל זענען געווען פיל מיט תוכן, יעדער איינער געדענקט אוודאי די היימישע און ערליכע ניגונים פון אמאל, לחיים א.ד.ג. היינט הערט מען שוין תנועות דא און דארט וועלכע שטאמען אויסדרקליך נישט פון קיין ריינע מקורות, טיילמאל זינגט מען נאך גאנצעע לידער פון די סטרא אחרא וכמבואר בספה"ק איז די נגינה פיל א טיפערע טומאה ווי סתם ניאוף רח"ל, עס קומט אוודאי ביים המון מחמת חוסר ידיעה אבער אין סטודיא ווייסן זיי גאר גוט וואס עס קומט פאר ודי.

חתונות:
א חתונה היינט איז אדער א קאנצערט אדער א שענק הויז, אדער שטייען מינימום א מנין אויפן פלאטפארמע און ווילדעווען אריין מיט אומגעהויערע כוחות און דער ציבור קוקט צו, אדער שטייט א וואן מען בענד מיט א זינגער און האקט אריין די דזשעי ווי עס ברויך (נישט) צו זיין און די בחורים טאנצן מיט די הענט אין די הייעך ווי ווילדע ציגן.
וואו נעמט מען דעם אמאליגן טעם פון א חתונה? אפגערעדט פון די הויעכע פרייזן וואס נאר די מוזיק וואנט אליין קאסט אפ, פאר דעם האבן מיר ר' יואלי ראטה... אבער רבונו דעלמא כולא, אזוי זעט אויס ווען מען בויעט א בית נאמן בישראל?

קומזיצן:
א נייע משוגעת, מען נעמט צוויי דריי ווערטער פון ליקוטי מוהר"ן (די אויפגעקלערטע נעמען פון תניא), טיילמאל אפילו דאס אויך נישט... מען לייגט צו עטליכע ווערטער פון טאטע שמאטע שרייען קייען, און די בחורים שרייען און גארגלען זיך אויס.
די פאני פארט איז אז עס איז נישט קיין סוד אז די אלע ניגונים גייען אראפ פון טיש און האלטן זיך דארט פיל לענגער ווי ווען מען האט זיי געזינגען... אבער דאך שרייט מען און מען זינגט די ניגונים כאילו עס וואלט ווען געווען הארציג אדער לפחות עטוואס מוזיקאליש...
שלמה קארליבאך האט נישט דאס געמיינט מיטן רופן זיינע פארברענגען קומזיצן...

די געמויזעכץ פון ספירוטואליטי, ארט, און נשמה און געפיל:
טייל מענטשן מאכן א טשאלנט פון סיי וועלכע זאך עס קומט זיי נאנט צום הארץ, זיי מישן אויס געפיל מיט ספירוטואליטי, און מיינען אז ארט איז אזא סארט זאך מיט וואס מען מעג זיך ארומשפילן, איך וויל נישט מאריך זיין אבער קיין שום זאך ווערט נישט ערלויבט מיטן אויסרייד אז עס איז ארטיסטיש ודי, נישט עפענען קיין מחיצות און אפילו לצורך פרנסה טאר א זינגער נישט פאוסטירן קליפ'ס פון פרויען טאנצן און פון באבע'ס קלאטשן ביי פארטיס פון מלחמה איבערלעבער.

יעצט מיט אט די פאר שורה'לעך האב איך קוים בארירט דעם שפיץ פונעם שפיץ גאפל, די נושא האט פיל פליגלען און עס קען ווערן ברייט אויסגעשמועסט, אבער לכל הפחות זאלט איר פארשטיין פארוואס איך בין אומסימפאטיש צו סיי וועלכע נייע 'פינגער אפדרוקן' אין אונזער היימישער עולם הנגינה.

לסיכום האב איך געהערט פון א גרויסער מחנך אז טאמער וואלט מען געדארפט מאכן א כינוס כלל ישראל, וואלט עס געדארפט זיין אויף מוזיק ענדערש ווי אויפן אינטערנעט ודו"ק.

האפנטליך וועט מען ממשיך זיין...

איך מיין אז ווער עס וויל באמת וויסן זייער א קלארע און ריינע אינפראמציע איבער די גאנצע נושא פון נגינה והמסתעף וענפיו ושרשיו - "ברוחניות" ובגשמיות" והחלק ההסטאריע" שבו. ועוד ועוד ..... זאל וויסן אז עס איז דא 7 הערליכע שיינע שמועסן אויף נומבער - 718-362-8800 דערנאך קרוקט 3 פון די מעין מעניא . דערנאך 2 . שמעו ותחי נפשכם - אני הקטן קען פערזענליך די ערפארענער יונגערמאן וואס גובט דארטן די אלע שמועסן - א יונגערמאן וואס און מיוזיק ושורשו קען ער ישר והפוך נאך אסאך בעסער ווי אסאך אסאך גרויסע שטערנס וכו' וכו' ... און ווייט ווייט פון א פארמאכטע מענטש ודי.
ווער עס הערט אויס די אלע שמועסן רואיג און מיט א אמת אהן נגיעות לכאן או לכאן וועט עט ווערן זייער קלאר און אוסגעקאכט און די גאנצע נושא און וויסן ווי אזוי מען באהאנדלט היכל הנגינה בשנת תשע"ט !
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

וואס מיינט קרוקט?
אוועטאר
בראנפן גלעזל
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 19, 2019 1:13 pm
לאקאציע: אין שענק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראנפן גלעזל »

איך האלט אז איך מעג אריינרעדן אין דעם ווייל איך בין געווען דארט [וואו פילע פון אונז זענען נאכאלץ] און איך בין געקומען צום שכל און געהויבן פוס און אפגעפיצט פון דארט.
איך פלעג הערן אלעס! איך האב ליב מוזיק און וואס ס'געווען פריש האב איך געקויפט [?] און אויסגעהערט עטליכע מאל ביזן קענען יעדע קוועטש... א זינגער איז געווען פרעה אליינ'ס! אן אפגאט!!!
ביז איין שיינעם טאג האב איך מיר פשוט געכאפט וואס דא גייט פאר מיט מיר... איך בין משוגע לאותו דבר!!! עס קומט צו א פוינט ווען איך ווער פשוט פארבלענדעט פון וואס איך הער... און ווי גרויליג ס'זאל נאר זיין שלינג איך עס מיט אפעטיט!
[שוין אפגערעדט פון דעם אז טמא'נע נגינה קילט אפ ברוחניות - בדוק ומנוסה. און אויב האלט איר נישט אזוי איז א סימן אז איר זענט שוין אפגעקילט....]
קיצור, איך האב מיר פעסט פארגענומען זיך אפצושאקלען פון די פאר'סרוח'עטע נגינה וואס שטינקען א מייל ווייט פון פראסטקייט וכו' [יא, איך בין פרוסטירירט]. אומר ועושה, איך האב פארמעקט רובא דרובא פון מיין עם פי טרי...[א גבורה פון א ישיבה גדולה בחור!] און זיך אריינגעטון אין... מודזיצע נגינה! אין אנהויב האב איך עס אזוי פיינט געהאט... איך האב עס נישט פארנומען. נו.. ס'האט נישט די זעץ פון א ניגון וואס ראקט!!! אבער איך האב מיר נישט געלאזט און זיך ממש געצווינגען צו אויסהערן נאך און נאך פון די סחורה, איך האב אפירגעזוכט מודזיצע ניגונים שיין אראפגעזונגען אויף פראפעשענעל סידיס און פון קומזיצן. און צעביסלעך צעביסלעך בין איך געקומען צום טעם!!! "דאס" הייסט א ניגון!
נאך מיין חתונה זענען מיינע ידיעות אביסל בארייכערט געווארן און איך האב אנגעהויבן אביסל זיך צו לערנען די טיפקייט פון א ניגון, איך האב מיר אויסגעלערנט די פארשידענע סקעילס און חכמות פון מוזיק... און דאן האב איך מיר איבערצייגט אז "טעכניש" זענען די אלטע היימישע ניגונים פיל מער אויסגעהאלטן ווי די היינטיגע אפגעפליקטע גארגעלערייען!!!
נאכן גיין אזוי קיצוניות'דיג האב איך געקענט צוריקקומען צום מיטל וועג, און אנהויבן פארנאנדערשיידן אין די היינטיגע פרישע סחורה, וועלכע עס האט נאך א אידישע טעם און וועלכע נישט.
היינט באלעק איך מיך מיט די כסדר'דיגע נייע מודזיצע סידיס און קאלעקשנס. און ספעציעל די וועלכע ווערן אראפגעזונגען פראפעשענעל [אסאך דורך מלכות און זאנוויל] און אזוי אויך מיט די אנדערע חסידישע דיסק'ס.
און איך "עקל מיך" פון די היינטיגע זינגערס [דאונט געט מי ראונג, עס זענען נאך דא א היבשע ביסל חסידישע זינגערס היינט - אבער איך רעד פון די וואס זענען נישט, און נישט יעדער מיט א סאמעטענע הוט און לאנגע רעקל הייסט חסידיש...]
איך קען ניטאמאל אנקוקן קיין בילדער פון זיי, ליידיגע כלים אן קיין ברעקל תוכן...
און געס וואט... איך בין מיך מחי' מיט מוזיק היינט פיל מער ווי אמאל! איך קען הערן א טיפקייט און די שיינקייט פון א ניגון! און נישט זיין ביזי מיט די זעץ און ריטם פון די ניגון. [שוין אפגערעדט וואס די זשעי... איז לא יזכר ולא יפקד...]
סך הכל: איך פארשטיי היינט פיל מער צו נגינה ווי ווען איך האב געלעקט די גלאנציגע עקלהאפטיגע ניגונים, סיי טעכניש און סיי גייסטיש. און איך האב פשוט רחמנות אויף די וועלכע לויפן נאכאלץ נאך די ליידיגע פוסטע סחורה.
און צום שלוס: די וויכטיגסטע, קיינער מוז נישט האלטן ווי מיר!!!!
ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרונק
מי יעלה
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 17, 2019 11:26 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יעלה »

;l;p- ;l;p-
בראנפן גלעזל האט געשריבן:איך האלט אז איך מעג אריינרעדן אין דעם ווייל איך בין געווען דארט [וואו פילע פון אונז זענען נאכאלץ] און איך בין געקומען צום שכל און געהויבן פוס און אפגעפיצט פון דארט.

אדער יא האט געשריבן:וואס מיינט קרוקט?

דרוקט - קוועטש בלע"ז
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

יישר כח, נישט געוואוסט.
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

''ברוינפען גלעזעל'' האט זיך אויסגעגאסען אויפן ''טישטוך'' וואס טוט מען דא.
זייער שיין ארויסגעברענגט
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

בראנפן גלעזל האט געשריבן:איך האלט אז איך מעג אריינרעדן אין דעם ווייל איך בין געווען דארט [וואו פילע פון אונז זענען נאכאלץ] און איך בין געקומען צום שכל און געהויבן פוס און אפגעפיצט פון דארט.
איך פלעג הערן אלעס! איך האב ליב מוזיק און וואס ס'געווען פריש האב איך געקויפט [?] און אויסגעהערט עטליכע מאל ביזן קענען יעדע קוועטש... א זינגער איז געווען פרעה אליינ'ס! אן אפגאט!!!
ביז איין שיינעם טאג האב איך מיר פשוט געכאפט וואס דא גייט פאר מיט מיר... איך בין משוגע לאותו דבר!!! עס קומט צו א פוינט ווען איך ווער פשוט פארבלענדעט פון וואס איך הער... און ווי גרויליג ס'זאל נאר זיין שלינג איך עס מיט אפעטיט!
[שוין אפגערעדט פון דעם אז טמא'נע נגינה קילט אפ ברוחניות - בדוק ומנוסה. און אויב האלט איר נישט אזוי איז א סימן אז איר זענט שוין אפגעקילט....]
קיצור, איך האב מיר פעסט פארגענומען זיך אפצושאקלען פון די פאר'סרוח'עטע נגינה וואס שטינקען א מייל ווייט פון פראסטקייט וכו' [יא, איך בין פרוסטירירט]. אומר ועושה, איך האב פארמעקט רובא דרובא פון מיין עם פי טרי...[א גבורה פון א ישיבה גדולה בחור!] און זיך אריינגעטון אין... מודזיצע נגינה! אין אנהויב האב איך עס אזוי פיינט געהאט... איך האב עס נישט פארנומען. נו.. ס'האט נישט די זעץ פון א ניגון וואס ראקט!!! אבער איך האב מיר נישט געלאזט און זיך ממש געצווינגען צו אויסהערן נאך און נאך פון די סחורה, איך האב אפירגעזוכט מודזיצע ניגונים שיין אראפגעזונגען אויף פראפעשענעל סידיס און פון קומזיצן. און צעביסלעך צעביסלעך בין איך געקומען צום טעם!!! "דאס" הייסט א ניגון!
נאך מיין חתונה זענען מיינע ידיעות אביסל בארייכערט געווארן און איך האב אנגעהויבן אביסל זיך צו לערנען די טיפקייט פון א ניגון, איך האב מיר אויסגעלערנט די פארשידענע סקעילס און חכמות פון מוזיק... און דאן האב איך מיר איבערצייגט אז "טעכניש" זענען די אלטע היימישע ניגונים פיל מער אויסגעהאלטן ווי די היינטיגע אפגעפליקטע גארגעלערייען!!!
נאכן גיין אזוי קיצוניות'דיג האב איך געקענט צוריקקומען צום מיטל וועג, און אנהויבן פארנאנדערשיידן אין די היינטיגע פרישע סחורה, וועלכע עס האט נאך א אידישע טעם און וועלכע נישט.
היינט באלעק איך מיך מיט די כסדר'דיגע נייע מודזיצע סידיס און קאלעקשנס. און ספעציעל די וועלכע ווערן אראפגעזונגען פראפעשענעל [אסאך דורך מלכות און זאנוויל] און אזוי אויך מיט די אנדערע חסידישע דיסק'ס.
און איך "עקל מיך" פון די היינטיגע זינגערס [דאונט געט מי ראונג, עס זענען נאך דא א היבשע ביסל חסידישע זינגערס היינט - אבער איך רעד פון די וואס זענען נישט, און נישט יעדער מיט א סאמעטענע הוט און לאנגע רעקל הייסט חסידיש...]
איך קען ניטאמאל אנקוקן קיין בילדער פון זיי, ליידיגע כלים אן קיין ברעקל תוכן...
און געס וואט... איך בין מיך מחי' מיט מוזיק היינט פיל מער ווי אמאל! איך קען הערן א טיפקייט און די שיינקייט פון א ניגון! און נישט זיין ביזי מיט די זעץ און ריטם פון די ניגון. [שוין אפגערעדט וואס די זשעי... איז לא יזכר ולא יפקד...]
סך הכל: איך פארשטיי היינט פיל מער צו נגינה ווי ווען איך האב געלעקט די גלאנציגע עקלהאפטיגע ניגונים, סיי טעכניש און סיי גייסטיש. און איך האב פשוט רחמנות אויף די וועלכע לויפן נאכאלץ נאך די ליידיגע פוסטע סחורה.
און צום שלוס: די וויכטיגסטע, קיינער מוז נישט האלטן ווי מיר!!!!

צום אלעם ערשט א גראטולאציע און אנערקענונג פאר דיינע בראווע טריט.

איך קום נישט פון ווי דו קומסט. כ'האב אלס געהאט א אפשיי צו היינטיגע ניגונים, אמאל מער עקסטרעם און אמאל ווייניגער, איך האב אין מיין באזיץ טויזענטער ניגונים און כמעט קיין איינס נישט קיין היינטיגע (מיינעך די לעצטע צוואנציג דרייסיג יאר, נישט אריינגערעכט די בטעם של פעם), און אפילו נישט ווייל כ'האב דוקא א פראבלעם דערמיט, נאר ווייל עס האט נישט דער טיפער באדייט און ריינקייט ווי דער אמאליגער.

היינט אבער, ווען כ'האב זיך ווי דיר אויך זיך צוגעלערנט אביסל מוזיק טעאריע, איז א אמאליגער ניגון אויב איז ער נישט הונדערט פראצענט מיט די ריכטיגע ציוויליזירטע מוזיק שווערליך צו אויסהערן. זינט כ'פארשטיי און שפיר קלארער די הרגשה וואס דער ריטם האט אויף מיין גייסט, כ'ווייס דער שורש דערפון, און כ'קען דאס אינדענטיפיצירן, לאזט דאס מיר נישט אויסהערן די געמיינע מוזיק כאטש די ניגון איז דוקא גוט און הייליג.

הלוואי ווען דער עולם מיט איידעלע געפילן וואלט כאטש פארשטאנען אביסל צו מוזיק, וואלטן אסאך 'היימישע' אלבום'ן געהאט ווייניגער סעילס.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

מחשב האט געשריבן:
איך האב אין מיין באזיץ טויזענטער ניגונים און כמעט קיין איינס נישט קיין היינטיגע (מיינעך די לעצטע צוואנציג דרייסיג יאר, נישט אריינגערעכט די בטעם של פעם), און אפילו נישט ווייל כ'האב דוקא א פראבלעם דערמיט, נאר ווייל עס האט נישט דער טיפער באדייט און ריינקייט ווי דער אמאליגער.

נו, אפשר פאנגסטו אן ארויפצולייגן דיינע אלטע ניגונים פארן עולם? כ'בין זיכער מוועט זיך מחי' זיין.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
סאטמארע ווארטזאגער
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2015 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאטמארע ווארטזאגער »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:
איך האב אין מיין באזיץ טויזענטער ניגונים און כמעט קיין איינס נישט קיין היינטיגע (מיינעך די לעצטע צוואנציג דרייסיג יאר, נישט אריינגערעכט די בטעם של פעם), און אפילו נישט ווייל כ'האב דוקא א פראבלעם דערמיט, נאר ווייל עס האט נישט דער טיפער באדייט און ריינקייט ווי דער אמאליגער.

נו, אפשר פאנגסטו אן ארויפצולייגן דיינע אלטע ניגונים פארן עולם? כ'בין זיכער מוועט זיך מחי' זיין.

ג׳׳א מצטרף
זאג נאר, ווער האטעך געשטעלט פאר ווארטזאגער???
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

ידעתי האט געשריבן:לא זכיתי להבין.

איז אמאל נישט געווען א מנין אויפן סטעידזש ביי חתונות?
די גאנצע One man band איז א חידוש פון ארום 25 יאר צוריק.

און לגבי מקורות פון ניגונים, עיין ערך הרב יו"ט ערליך ותמצא נחת.

מיר זעט אויס ווי דו האסט א געוויסע פערזענליכע סטייל מוזיק ליב, און קענסט פשוט נישט סובל זיין קיין אנדערע סטיילס, זילטש מיט אידישקייט צוטון.

אווי יענער וואס איז אויפגעוואקסן אן dill און שרייט אז די וועלט ווערט אפגעפארן ווייל איז יעדע צווייטע זופ היינט ליגט די ספייס.

יא, עס איז יא געווען א מנין אמאל ביים חתונה, נישט אויפן סטעיזש נאר אויף עטליכע בענקלעך זענען געזיצן גוים מיט נאטן און נאכגעשפילט ווי ראבאטן וואס מען האט זיי פארגעשריבן, די פרייז פון זיי אלע איז געווען ביליגער ווי מען צאלט היינט פאר יעדן עקסטער...

ר' יו"ט עהרליך האט גענומען פאלקס לידער פון זיין היימשטאט, דאס זענען נישט געווען קיין פארגלייך צו די היינטיגע מוזיק וואס האט געכאפט א שפאציר פון חכמה צו געפיל, אן אמאליגער ניגון אפילו פון א גוי איז נישט געווען אזוי טמא ווי די היינטיגע 'אידישע' מוזיק, אז דו וועסט זיך אריינטון אין די היסטאריע פון טראנס ראק און טעקנא וואס ווערן היינט גענוצט ביי שמחות וועסטו פארשטיין וואס איך מיין.

און טאקע, כ'האב נישט ליב די סטייל מוזיק אבער דוקא מחמת די ליידיגקייט מיט וואס עס פילט מיר אן...

איך פארמאג אין מיין ארסענאל א ליסטע פון אידישע ניגונים אינאיינעם מיט דירעקטע לינק'ס צו זייערע ארגינאלן, ס'א חורבן.
Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yoely »

אסאך מאל קען מען טאקע וויסן אז די ניגן טויג נישט. אבער נישט אלץ.

די שאלה איז, וויאזוי ווייס איך ווען א ניגן איז נישט גוט?
חסידישער מבין
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 26, 2019 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער מבין »

Yoely האט געשריבן:אסאך מאל קען מען טאקע וויסן אז די ניגן טויג נישט. אבער נישט אלץ.

די שאלה איז, וויאזוי ווייס איך ווען א ניגן איז נישט גוט?

ס'איז א גוטע קשיא.

אין מיינע אינגערע יארן האט מיין מגיד שיעור, אמאל אין א שמועס וועגן נגינה, געגעבן די פאלגנדע עצה וואס פאר מיר האט עס ביז היינט גאר פיין געארבעט. איך ווייס אבער נישט צו ס'וועט ארבעטן פאר דיר אדער פאר איינעם וואס איז שוין טוף אריינגעטוהן אין אלע סארט מוזיק...

ער האט געגעבן די עצה צו נעמען אין אכט וואס דיין ערשטע רעאקציע איז ביים הערן די ניגון די ערשטע מאל. אז די פילסט אז די קאנעקטס דערמיט - איז פיין אבער אז די ערשטע רעאקציע איז אז ניין אדער א געפיל פון "דאס איז נישט פאר מיר". איז עס טאקע נישט פאר דיר...
די קונץ איז אבער צו בלייבן ביי די ערשטע רעאקציע און נישט ווערן אריינגעשלעפט דורך די מיינונגען פון ארומיגע וכו'

בכלל, איך מיין אז מענטשן פארשטייען נישט אז טאקע ווייל מוזיק איז א העכערע זאך, וועט נישט יעדער רעאגירן די זעלבע וועג צו א ניגון.
צו ניצן א פשוט'ע דוגמא: ביי איינעם וועט א חבד'סקע ניגון אים דערהייבן, ביי א צווייטן איז עס א סאטמארע אהבה רבה, ביי א דריטן איז עס מאדזשיץ, ביי א פערטן איז עס א ווארעמע וויזניצע כה אכסוף און בייא פיפטן א סקולענע קרעכץ...

נישט יעדע זינגער/ניגון איז געמאכט פאר דיר. און וואס איז יא פאר דיר מוז נישט זיין אז עס וועט רעדן צו דיין חבר. (איך רעד אודאי נישט פון ניגונים וואס קומען פון נישט גוטע פלעצער)

פאר מיר פערזענליך איז דא פון די היינטיגע ניגונים אדער זינגערס וואס כאטש איך קען אפרישיעטן זייער טאלאנט, איז דא וואס איך קען פשוט נישט אויסהערן און ס'דא וואס רעדן יא צו מיר - אפגערעדט פון וואס די גאס האלט יא אדער נישט, צו זיי גייען יא מיט א לאנגע רעקל צו נישט.

#מיינעצווייסענט
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד
Yoely האט געשריבן:אסאך מאל קען מען טאקע וויסן אז די ניגן טויג נישט. אבער נישט אלץ.

די שאלה איז, וויאזוי ווייס איך ווען א ניגן איז נישט גוט?

פשוט און גראד, וואו טראגט דער ניגון די מוח און געפילן?
ווען ר' יו"ט ערליך זינגט שבת, הלל, חבלי משיח, לוקסוס, וואס אימער, וואו גייען די געדאנקען?
ווען ר' יוסעלע ראזנבלאט זינגט "וכך הי' אומר" אדער "הנני העני ממעש" וואו גייען די געדאנקען?
ווען מ'זינגט נארמאל חב"ד'סקער ניגונים, פארוואס טאנצט זיך אזוי הארציג, עס שפרינגט זיך צו העכערס?
וואס פילסטו ווען מ'זינגט אזוי נ א ר מ א ל און ערליך "ועל ידי זה, יושפע שפע רב," אדער "כי הרבית טובות אלי"?
ווען די בחורים טאנצן ----- פארוואס ווילט זיך עפעס אזוי שנעל א טראסק טאן דער שטריימל אויף ס'פאדלאגע - מיט א סאמערסאולט גאר למהדרין?
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yoely »

למשל די נייע CD פינגערפרינס.

נאכן הערן 1 מאל. קוקט מיר עס נישט אויס שלעכט. (חוץ ליפא)
ס׳איז טאקע ווייט פון סקולענע ניגונים. אבער סתם צי הערן אביסל מיזוק איז עס מיין איך OK.

אדרבא זאל מיר איינער זאגן איך בין נישט גערעכט.
לעצט פארראכטן דורך Yoely אום מיטוואך יולי 17, 2019 3:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

Yoely האט געשריבן:אסאך מאל קען מען טאקע וויסן אז די ניגן טויג נישט. אבער נישט אלץ.

די שאלה איז, וויאזוי ווייס איך ווען א ניגן איז נישט גוט?

ס'איז דא פארשידענע קאטאגאריעס אין נישט גוטע מוזיק, אויף א טעקניקל וועג איז א שטארקע סימן עפעס וואס הייסט Syncopation

אויף א געפילישע וועג, איז שווער מסביר צו זיין, ווייל עס ווענדט זיך יעדע מענטש לויט זיין ריינע הרגשה וואס ער האט, כ'ווייס נישט צו דאס אז א מענטש זאל גיין נאך זיין מושכל ראשון איז א גוטע עצה, ווייל עס זענען דא אסאך מענטשן וואס זייער מושכל ראשון איז נישט אזוי גוט.

כ'מיין אז א ווילדע ניגון קען מען זייער גוט דערקענען, ס'האט ווילדע תנועות.

נאכהער זענען פארהאן די היינטיגע מרה שחורה, מעידזשער סקעיל, שטייטע אדער אומפא וכדו' ניגונים, וואס זענען פשוט א גרויל... כ'קען דאס נישט בעסער מסביר זיין, סאו אויב דו שפירסט גרויל... שטיי ווייט... (מסתמא רוב ענגליש ווערטער'דיגע-אידישע ניגונים זענען אויף א מעידזשער סקעיל און פאר א סיבה, נישט ווייל מעידזער איז שלעכט פונקט פארקערט נאר ווענדט זיך ווי און וויאזוי מ'נוצט עס).

נאכדעם זענען דא אלגעמיינע היינטיגע ליידיגע ניגונים. מיינעך אז די ריכטיגע סימן אויף דעם איז אויב מ'שפירט סיי וועלכע 'ריינקייט' אין דער ניגון, אויב נישט איז עס פראסט, נעם אלץ א דוגמא גאנץ היינטיגע ניגונים וואס האבן א געוויסע ריינקייט אין זיך, למשל די באקאנטע שנעלע מודה אני פון בעלזא וכדומה לזה, כ'וועל נישט זאגן אז דער מחבר האט די זעלבע השגות אין ריינקייט ווי דאס וואס דער סקולענער 'אודה ה' בכל לבבי' דריקט אויס, אבער לפי ערך המחבר איז דאס ריין לויט זיין נשמה.

ביז אהער איז בערך אפאר שטריכן וואס כ'טראכט יעצט פאר ניגונים. פאר מוזיק איז א גאנץ אנדערע פעלד, דארף מען שוין אביסל פארשטיין. פארשטייט זיך אז אויב מ'פילט פראסטקייט ווייסטו דאך וואס דאס איז, אבער אפילו אויב נישט מוז נאכנישט זיין אז עס איז גוט. אפשר אין א אנדערע געלעגנהייט.
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”