רבותי עס טוט מיר וויי, וויינט צוזאמען מיט מיר!!

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:
ידעתי האט געשריבן:אזוי?
ממש פון די נידריגסטע וואס זענען נאר פארהאן? מיין רבי פלעגט אייביג שרייען העסט אויפוואקסן א טראק דרייווער, זעט אויס אז ער האט נישט געוואוסט אז זינגערס זענען ערגער

אאפס, פארגעסן אז נאר היינטיגע זינגערס, די אמאליגע ווי קווארטין, וכדו'און די גויאישע בענדס זענען געווען געוואלדיגע יראי השם.[/quote
ערליכע אידען האבען נישט געהערט קווארטין


אהן מאכן א שערורי' דא

איז קלאר אז די גאנצע קווארטין/שייגעץ איז מער א מיטאס (MYTH) אווי אמת ווי מ'קען ליינען זיין בוך , ער איז בכלל ניש געווען א מחלל שבת, דאס איז א לעגענדע וואס איז געבוירן געווארן א 10- 20 יאר נאכן קריג און כאב געקענט אסאך ערליכע אידן וואס האבן פיין אויסגעהערט די רעקארדס פון קווארטין ער איז איין שטיק רגש און הארץ


הקיצור כ'ביניש קיין חזנים היסטאריקער , אבער גייטס פרעגטס ענק נאך אביסל ביי די וואס האבן אדורכגעטוהן גרינטליך די נושא העלן כולם פה אחד זאגן אז סיז ווייט פון אמת אז ער איז טאקע געווען אזא שייגעץ ( ער איניש געווען דער פרומסטער איד און אודאי ניש ווי יוסעלע אבער א מחלל שבת אדער שייגעץ אווי מ'לייגט אים אראפ איז היפש ווייט פון דער אמת)

בד"וו די באקאנטע מעשה וואס מ'פארקויפט פון קווארטין מיט די מנח"א איז א אויסגעזויגענע פון פינקי פינגער.....
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

סארקאזי האט געשריבן:א שיינעם טישטוך אויסגעשפרייט
טישטוך אזוי ווי אייביג גרינטליך און קלאר.
האבעך אין באזוץ א גאנצען ארטיקל פון א מוזיק פראפעסיאנאל און א מחנך. ווי ער ווייטאגט אויך דיין ווייטאג וועל איך האבען צייט. וועל איך אי''ה ארויף לייגען א קיצור פונים ארטיקל


אז ס'האט זיך נישט געמאכט קיין צייט, אפשר לייגסטו ארויף ס'גאנצע ארטיקל?
א פערטער
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 10, 2021 10:13 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פערטער »

Yoely האט געשריבן:לאמיר מער צילייגען די שאלה.

בערל טויבער האט אמאל געזאגט בערך אזוי.

אז ס׳איד דא 3 קאטאגאריעס.
1) הייליגע נגינום וואס קען דערהייבן א מענטש.
2) סתם אבי א ניגון. ס׳שאדט נישט, דערהייבט נישט, ווי א קענדי.
3) פראסטע / שלעכטע ניגונים.

די שאלה וויאזוי צי וויסן צי ס׳איז קאטאגאריע 2 אדער קאטאגאריע 3.

עס געהערט אמאל פון ר' דוד הערצאג, און ער האט געגעבן א משל אויף די דריי קאטעגאריעס,
1) בך ד' חסיתי פון חב"ד.
2)משנכנס אדר, און א יוד צו זיין איז טייער.
3)מה טובו (געווען דעמאלטס אין סטייל...).
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

בראנפן גלעזל האט געשריבן:איך האלט אז איך מעג אריינרעדן אין דעם ווייל איך בין געווען דארט [וואו פילע פון אונז זענען נאכאלץ] און איך בין געקומען צום שכל און געהויבן פוס און אפגעפיצט פון דארט.
איך פלעג הערן אלעס! איך האב ליב מוזיק און וואס ס'געווען פריש האב איך געקויפט [?] און אויסגעהערט עטליכע מאל ביזן קענען יעדע קוועטש... א זינגער איז געווען פרעה אליינ'ס! אן אפגאט!!!
ביז איין שיינעם טאג האב איך מיר פשוט געכאפט וואס דא גייט פאר מיט מיר... איך בין משוגע לאותו דבר!!! עס קומט צו א פוינט ווען איך ווער פשוט פארבלענדעט פון וואס איך הער... און ווי גרויליג ס'זאל נאר זיין שלינג איך עס מיט אפעטיט!
[שוין אפגערעדט פון דעם אז טמא'נע נגינה קילט אפ ברוחניות - בדוק ומנוסה. און אויב האלט איר נישט אזוי איז א סימן אז איר זענט שוין אפגעקילט....]
קיצור, איך האב מיר פעסט פארגענומען זיך אפצושאקלען פון די פאר'סרוח'עטע נגינה וואס שטינקען א מייל ווייט פון פראסטקייט וכו' [יא, איך בין פרוסטירירט]. אומר ועושה, איך האב פארמעקט רובא דרובא פון מיין עם פי טרי...[א גבורה פון א ישיבה גדולה בחור!] און זיך אריינגעטון אין... מודזיצע נגינה! אין אנהויב האב איך עס אזוי פיינט געהאט... איך האב עס נישט פארנומען. נו.. ס'האט נישט די זעץ פון א ניגון וואס ראקט!!! אבער איך האב מיר נישט געלאזט און זיך ממש געצווינגען צו אויסהערן נאך און נאך פון די סחורה, איך האב אפירגעזוכט מודזיצע ניגונים שיין אראפגעזונגען אויף פראפעשענעל סידיס און פון קומזיצן. און צעביסלעך צעביסלעך בין איך געקומען צום טעם!!! "דאס" הייסט א ניגון!
נאך מיין חתונה זענען מיינע ידיעות אביסל בארייכערט געווארן און איך האב אנגעהויבן אביסל זיך צו לערנען די טיפקייט פון א ניגון, איך האב מיר אויסגעלערנט די פארשידענע סקעילס און חכמות פון מוזיק... און דאן האב איך מיר איבערצייגט אז "טעכניש" זענען די אלטע היימישע ניגונים פיל מער אויסגעהאלטן ווי די היינטיגע אפגעפליקטע גארגעלערייען!!!
נאכן גיין אזוי קיצוניות'דיג האב איך געקענט צוריקקומען צום מיטל וועג, און אנהויבן פארנאנדערשיידן אין די היינטיגע פרישע סחורה, וועלכע עס האט נאך א אידישע טעם און וועלכע נישט.
היינט באלעק איך מיך מיט די כסדר'דיגע נייע מודזיצע סידיס און קאלעקשנס. און ספעציעל די וועלכע ווערן אראפגעזונגען פראפעשענעל [אסאך דורך מלכות און זאנוויל] און אזוי אויך מיט די אנדערע חסידישע דיסק'ס.
און איך "עקל מיך" פון די היינטיגע זינגערס [דאונט געט מי ראונג, עס זענען נאך דא א היבשע ביסל חסידישע זינגערס היינט - אבער איך רעד פון די וואס זענען נישט, און נישט יעדער מיט א סאמעטענע הוט און לאנגע רעקל הייסט חסידיש...]
איך קען ניטאמאל אנקוקן קיין בילדער פון זיי, ליידיגע כלים אן קיין ברעקל תוכן...
און געס וואט... איך בין מיך מחי' מיט מוזיק היינט פיל מער ווי אמאל! איך קען הערן א טיפקייט און די שיינקייט פון א ניגון! און נישט זיין ביזי מיט די זעץ און ריטם פון די ניגון. [שוין אפגערעדט וואס די זשעי... איז לא יזכר ולא יפקד...]
סך הכל: איך פארשטיי היינט פיל מער צו נגינה ווי ווען איך האב געלעקט די גלאנציגע עקלהאפטיגע ניגונים, סיי טעכניש און סיי גייסטיש. און איך האב פשוט רחמנות אויף די וועלכע לויפן נאכאלץ נאך די ליידיגע פוסטע סחורה.
און צום שלוס: די וויכטיגסטע, קיינער מוז נישט האלטן ווי מיר!!!!

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: רבותי עס טוט מיר וויי, וויינט צוזאמען מיט מיר!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

פון דא:
נשמת השכל האט געשריבן:
פאר די וועלעכע ווילן א מקור אז א ניגון פון א נידעריגער מענטש איז מטמא - נישט א מקור פון געפיל נאר א עכטע מקור:

נישט פון געפיהל?

געפיהל איז דאך דער וועלעכע שפירט די שפירונג פונעם ניגון. זי איז די שטערקסטע מקור.

רוף עס טומאה, רוף עס הרגשים שפלים, נישט קיין נפק"מ.

די ווערטער 'עס איז מטמא דעם מענטש' באדייט נישט עפעס אז מען ווערט באקליידעט מיט עפעס א מיסטעריעזע גייסט פון חיצונים מיט לאנגע פאוני'ס - אדער פון טמא'נע חזרים פונעם פריץ כישוף מאכער פון די וואך נאכט.. עס מיינט אז עס גיט צו שפירן אינעם מענטש הרגשים וועלעכע זענען פון די אומ-גוטע חלקים אינעם מענטשן'ס נפש, וואס די הרגשים זענען בשורש פון די נישט גוטע זייט, און דאס איז וואס מען מיינט אז עס איז מטמא דעם נפש פונעם מענטש.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: רבותי עס טוט מיר וויי, וויינט צוזאמען מיט מיר!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

פון דא:
נשמת השכל האט געשריבן:
די וועלעכע ווילן טענה'ן אז אין ספר 'ליקוטי מוהר"ן' רעדט ער פון הערן א רשע זינגען (לכאורה קיין נפק"מ וואספארא ניגון):

עס א בחינה פון דיבר הכתוב בהווה, א ניגון וואס א מענטש מאכט - מאכט ער לויט די הרגשים וואס ער פארמאגט ביי זיך אין הארצן, און ביי א אומ-ערליכער מאן איז עס ע"פ רוב אומ-ערליכע הרגשים.

ואה"נ, אז אויב א אומ-ערליכער מאן פארמאגט אמאהל א גוטע הרגש פון חרטה און שברון לב און תשוקה צו א בעסערע רוחניות, און ער מאכט א ניגון ע"פ דיזע הרגש - איז עס ווארשיינליך פיין צו זינגען\הערן. און מען קען דאס הערן\שפירן אינעם ניגון.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: רבותי עס טוט מיר וויי, וויינט צוזאמען מיט מיר!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

פון דא:
אנעים זמירות האט געשריבן:
לגבי דיינע מקורות, דער זוהר איז טאקע א שטארקע זאך אז א געוויסע היכל קען מען נאר אנקומען אהין מיט נגינה. מיט דעם פארשטייט מען די עבודה פון דוד המלך ע"ה
נישט נאר דוד המלך ע"ה, נאר פילע צדיקים וקדושי השם וועלעכע האבן געהאט א עבודה מיט נגינה, אריינגערעכנט די לויים בבית מקדשינו.

די זאכן ווערן מבואר אין אסאך ספרי קודש - אריינגערעכנט ספרי חב"ד אין וועלעכע עס ווערט אסאך אסאך גערעדט איבער דעם, אז ניגון איז די גרעסטע מושג פון 'עונג' אויפן וועלט - אשר בחינת העונג איז די גרעסטע בחינה בפנימיית שורש השרשים.

אנעים זמירות האט געשריבן:
גראדע האבעך באמערקט עס שטייט ווייטער אויך אז ס'פארהאנען א היכל וואס נאר א חכם גבור עשיר קען אהינקומען. נו, ווייזט אויס חכמה גבורה און עשירות איז אויך אזוי הייליג ווי נגינה.
ריכטיג.

דער הייליגער ריזינער צדיק ז"ל האט טאקע געהאט א גרויסע עבודה מיט די בחינה פון עשירות.

אבער - אלע אנדערע כוחות פון די וועלט דארף דער מענטש קודם נתעלה ווערן און דערנאך קאן ער אראפנידערן צו די כוח און איר פארהייליגן. עס ארבייט ממעלה למטה.

אנדערש איז אבער די כוח פון נגינה וועלעכע איז בכוח צו גיין ממטה למעלה, דהיינו זי איז בכוח ארויף צו ברענגען א מענטש פון אונטן צו אויבן - א זאך וואס קיין איין אנדערע כוח אין די וועלט קאן נישט באווייזן.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”