רבותי עס טוט מיר וויי, וויינט צוזאמען מיט מיר!!

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26759
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג יולי 14, 2015 3:35 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
טייבעלע האט געשריבן:
א תמים האט געשריבן:כהאב געזען ערגעץ אראפגעברענגט אפאר אינטערסאנטע שטיקלעך פון א קונטרס ”כי דבר ה' בזה” בעניני נגינה,
איינער ווייסט אפשר עפעס איבער דעם קונטרס? ווער איז דער בעל מחבר? אדער ווי מען קען עס באקומען וכו'? ?

הועד לנגינה יהודית בני ברק.

אפרים לופט
רחוב הרב טולידנו 6, בני ברק
טלפון: 054-8460068, 03-6191973

דא איז א PDF דערפון:
http://www.shtaygen.net/sprim/dbr-ashem-bza.pdf
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

תגובהדורך לעניית דעתי » דאנארשטאג יולי 16, 2015 1:17 pm


אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

הרב ואזנער זצ"ל אויף מוזיק ביי חתונות

תגובהדורך לעניית דעתי » דאנארשטאג יולי 16, 2015 1:21 pm


אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

תגובהדורך לעניית דעתי » דאנארשטאג יולי 16, 2015 1:26 pm

אלה אלהיך ישראל
https://copy.com/uJkhSYnbv7uERrqG

דור שבן דוד בא
https://copy.com/FVl1YkFzNpgKVOCp

THE PIED PIPERS OF BROOKLYN
https://copy.com/uYkmuvhNRrDAFY1D

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1513
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » דאנארשטאג יולי 16, 2015 1:36 pm

איך ציפ מיר.. יא סאיז עכט.. לעניית ביזט דא צוריק מיט אונז ?

אוועטאר
טישטוך
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

אויפוואכונג איבער היינטיגער א.ג. נגינה

תגובהדורך טישטוך » זונטאג יולי 30, 2017 12:06 pm

בס"ד

שטייענדיג ממש פאר ט"ו באב ווען כלל ישראל גייט באשאנקען ווערן מיט נאך צענדליגע מוזיק סידיס פון די און פון יענעם זינגער איז זייער וויכטיג זיך אביסל מתבונן צו זיין איבערוואס מוזיק איז און איבער וואס עס ברענגט צו די יוגנט, פארוואס מען זאל זיך מונע זיין צו הערן ניגונים וואס הענט פון שוואכע עלעמענטן ליגן אין די אראנזשירונגען ארום און ארום ביז עס איז אנגעקומען צו אונזערע הענט...
א חשובער יוד האט מיר אמאל אויפגעקלערט ווען איך האב אים ארויסגעברענגט נאאיווערהייט מיין גרויס התפעלות איבער א געוויסן זינגער וואס האט זיך ארויפגעדראפעט אויפן לייטער אין נגינה און ער איז זייער גרויס און באקאנט געווארן, זיין אויסצייכענונג איז אין רעפ וואס איז בעצם אראפגעקומען צוזאמען מיט די אלע שווארצע היפסטערס מיט די טויזענטע קליינע צעפעלעך אויפן קאפ וואס דרייוון אונזערע טעקסיס אינדערפרי מיט א גרוך פון שווייס נאכן שלאפן אין די קאר... פון זיי קומט די מוזיק מעיקרא און היינט שעמט מען זיך נישט צו זאגן אז די כח הנגינה ליגט ביי זיי... הכלל, דער זינגער איז זייער גרויס אין רעפ און ער זינגט נאר איבער זיין התקרבות און השתוקקות צום באשעפער וואס האט אים נאנט געברענגט צום יודישן פאלק, ער זינגט שוין היינט אפילו איבער דעם רבינס ראש השנה אין אומאן וכולהו וכולהו, חלילה נישט פוגע צו זיין בכבודו פון א גר צדק וואס האט (כמעט) אלעס אוועקגעגעבן פארן באשעפער אלס צו קענען זיין א יוד, אבער דאס זינגען אזוינע צעלאזענע מוזיק גייט אריין אין כלל פון קשים גרים לישראל כספחת...
דער חשובער יוד האט מיר דערציילט אז ער איז אמאל געווען אין שוויץ און דארט אויף דער וואנט אין ביה"כ איז געשטאנען גאר א טיפן ווארט "מיר שווימען נישט אין דיין ביה"כ, ביטע [....[ נישט אין אונזער סווימינג פול" וואס דאס איז באמת וואס מיר דארפן ענטפערן ווען אינער פרעגט וואס איז דער פראבלעם מיט די אלע "היימישע רעפ" און צעלאזענע מוזיק וואס הארגעט די יוגנט און מען טענהט אז זיי זענען בעלי תשובה וכולהו...דער תירוץ איז אז מיר זענען נישט געשווימען אין דיין גויישער וועלט, דו ביטע קטן נישט אין אונזער יודישער וועלט דאס מיינט ברענג נישט אן די קרענק פון דיין עבר אויף אונזער היימישען און יודישן לעבנס שטייגער.

אדרבה, אויב זענט איר נישט צופרידן ביטע קאמענטירט...
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

ביזן סוף
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 09, 2017 10:54 am

תגובהדורך ביזן סוף » זונטאג יולי 30, 2017 1:40 pm

טישטוך
זייער ריכטיגע און אמתע ווערטער
שפתיים ישק

אוועטאר
מער ווייניגער
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 08, 2017 10:26 am

תגובהדורך מער ווייניגער » זונטאג יולי 30, 2017 2:44 pm

אגרי הונדערט פראצענט! אבער ביטע נעם נישט אוועק דעם פאקט אז זיי מיינען נאר גוטס
אדער מער אדער ווייניגער נישטא אינדערמיט!

אוועטאר
מקווה איד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3334
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

תגובהדורך מקווה איד » זונטאג יולי 30, 2017 2:46 pm

מער ווייניגער האט געשריבן:אגרי הונדערט פראצענט! אבער ביטע נעם נישט אוועק דעם פאקט אז זיי מיינען נאר גוטס

זאלן זיי עס גיין מיינען ערענסט ביי אן אנדערע קאמיונעטי זאלן זיי נישט מאכן אונזער עולם הניגינה אזוי ביליג ר''ל

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6848
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » זונטאג יולי 30, 2017 2:47 pm

מער ווייניגער האט געשריבן:אגרי הונדערט פראצענט! אבער ביטע נעם נישט אוועק דעם פאקט אז זיי מיינען נאר גוטס

עס איז בכלל נישט אינטערסאנט וואס זיי מיינען, נאר וואס זיי טון.

אוועטאר
מער ווייניגער
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 08, 2017 10:26 am

תגובהדורך מער ווייניגער » זונטאג יולי 30, 2017 3:00 pm

אבער ווער ווייסט וויפיל בחורים און יונגעלייט האלטן זיך איין פון הערן עפעס ערגערס נאר ווייל עס איז דא אן אויסוועג וואס רופט זיך ניסים בלעק אדער מיילך קאהן וכולהו? מען קען נישט אראפרייסן די גאנצע זאך, קענסט זאגן אז איינער וואס איז אלס געווען אפגעהיטן און האט נישט קיין נסיונות פאר עפעס אנדערש זאל וויסן דאס און דאס אבער סתם אראפרייסן די מענטשן, זיי מיינען נאר גוטס
אדער מער אדער ווייניגער נישטא אינדערמיט!

לייבל שטילער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:15 pm

תגובהדורך לייבל שטילער » זונטאג יולי 30, 2017 3:02 pm

איז דא עפעס א איסור אדער הלכה'דיגן פראבלעם צו הערן אזאנע מוזיק, צו איז אלס בלויזע געפיהלן?
סייג לחכמה שתיקה....

אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1161
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » זונטאג יולי 30, 2017 3:05 pm

אחר מאי, זמר יוני לא פסק מפומי'

אוועטאר
מקווה איד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3334
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

תגובהדורך מקווה איד » זונטאג יולי 30, 2017 3:14 pm

קיינער קייינער האלט זיך נישט איין פון הערן ערגערע מוזיק וועגן קאהן און זיינס גלייכן, ווילסט מיר זאגן אז קאהן איז דא האבן זיך אלע נסיוניות גענדיגט?

אוועטאר
טישטוך
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

תגובהדורך טישטוך » זונטאג יולי 30, 2017 3:24 pm

נאכמער, איינער וואס הערט אויס די אלע חברה זעטיגט זיך נישט מיט זיי ווייל ער וויל דאך גיין נאך דעם וועם זיי מאכן נאך, ד.מ. למשל ווען איינער זינגט נאך א גויישער ניגון נאר מיט יודישע ווערטער גייט דער בחור ווילן הערן דעם אריגינעלן ניגון, נאך א זאך, מוזיק איז א שפראך פון געפיל, ווען איך הער א דרשה פון איינעם הער איך נאר זיינע ווערטער אריינקומען אין מיר אבער ווען איינער זינגט אריין אין מיין אויער גייט זיין געפיל אריין אין מיר, דער בעשה"ק האט געזאגט אז נגינה איז דער קולמוס הלב, עס איז דער שפראך פון הארץ
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

אוועטאר
שליסלעך האלטער
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 7:35 am

תגובהדורך שליסלעך האלטער » זונטאג יולי 30, 2017 3:50 pm

א גרויסע ש'כח טישטוך, פארן ארויפברענגן די נושא, עס איז א גרויסע ווייטאג ליידער איז דא אסאך גרעסערע פראבלעמען ביי כלל ישראל... אז קיינער רעדט נישט דערפון בעיקר ביי בחורים איז עס זייער שטארק איך ווייס גראדע פון א געוויסע חסיד'שע מקום ווי דער רבי זייערע האט לעצטענס זייער אסאך געטוהן דערוועגן...

אוועטאר
מקווה איד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3334
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

תגובהדורך מקווה איד » זונטאג יולי 30, 2017 3:53 pm

כבוד טישטוך שכרך הרבה מאוד

אוועטאר
שליסלעך האלטער
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 7:35 am

תגובהדורך שליסלעך האלטער » זונטאג יולי 30, 2017 4:08 pm

שלום עליכם לייבל שטילער! קודם מזל טוב פארן ווערן א שר מאה, קוק נאך וועסטו זעהן אז מען האט שוין אראפגעברענט עטליכע מקורות לגבי די ענין, און אויך איז דא א קונטרס ארויסגעגעבן דורך הרב יחזקאל ווייס שליט"א, ווי ער איז שיין מבאר די גאנצע ענין פון די היינטיגע מוזיק, און ער ברענג דארט אראפ אפאר תשובות פון פריעדיגע, וואס עס קומט אויס איז אז עס איז אסור משום כמה איסורים, ואכמ"ל.
קען איינער אפשר ארויפברענגען ווי איז דא צובאקומען די קונטרס?

אוועטאר
שמואל בארג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3860
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » זונטאג יולי 30, 2017 4:45 pm

דער קונטרס פון רבי יחזקאל ווייס שליט"א איז מורא'דיג קלאר צוטיילט בהדרגה יעדער סארט ניגון אין וואספארא איסור/חומרא דאס גייט אריין, אויב פעלט זיך אויס געבט ער אפילו אן געוויסע ניגונים פאר א משל.

איך האב געטוישט מיין מהלך המחשבה איבער נגינה נאכן אדורך לעזן דעם קונטרס'ל, אפשר קען דאס איינער ארויפשטעלן לזיכוי הרבים?

אוועטאר
תן חיוך
שר חמש מאות
תגובות: 790
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am
לאקאציע: צפת

תגובהדורך תן חיוך » זונטאג יולי 30, 2017 6:55 pm

farshlufen האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
טייבעלע האט געשריבן:
א תמים האט געשריבן:כהאב געזען ערגעץ אראפגעברענגט אפאר אינטערסאנטע שטיקלעך פון א קונטרס ”כי דבר ה' בזה” בעניני נגינה,
איינער ווייסט אפשר עפעס איבער דעם קונטרס? ווער איז דער בעל מחבר? אדער ווי מען קען עס באקומען וכו'? ?

הועד לנגינה יהודית בני ברק.

אפרים לופט
רחוב הרב טולידנו 6, בני ברק
טלפון: 054-8460068, 03-6191973

דא איז א PDF דערפון:
http://www.shtaygen.net/sprim/dbr-ashem-bza.pdf


דאס האט שייכות מיט הרב אמנון יצחק?
אין די לעצטרע יארן פירט א מלחמת חרמה קעגן די היינטיגע מוזיק... אבער אויף נוסח תימן... ער האט שוין א גאנצע ליסטע פון זמרים פסולים...
הכל לטובה!

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1381
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » זונטאג יולי 30, 2017 11:53 pm

WOW א ריזיגן יישר כח פאר הרב טישטוך פארן ארויף ברענגען דעם אשכול, א שטיקל אינזל אינמיטן ברויזענדן ים,
דאס ביסל גוטס וואס זיי מיינען איז נאך דער גרעסטער חורבן, דאס גיט דאס הכשר, גיב א קוק ער רעדט פונעם אייבערשטען מיט אזא תשוקה..... און מיט די געפילן פירט ער דיך זייער ווייט.
אפילו ער מיינט טאקע גוטס, קוק דיך אן ווי ווייט די ביסט פון עם, פארוואס דארפסטו ציקומען צי זיינע 'גוטע' געפילן?
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

אוועטאר
טישטוך
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

תגובהדורך טישטוך » מאנטאג יולי 31, 2017 4:28 am

נאכאיינמאל צו קלאר מאכן אז איך נעם נישט אוועק דעם פאקט פון איינעם וואס איז א בעל תשובה אז ער האט געמאכט א מוראדיגן בראוון שריט אין אזא היינטיגע וועלט וואו אלעס איז אנגעטשעפעט מיט פרייהייט און פריקת עול (נישט כפירה...) צען פוינטס! אבער זייט ווען זענען די בעלי תשובה און גרים געווארן מיינונגס געבער און משפיעים אין כלל ישראל? יא, מען האט שוין געהערט אזוינס אז א בעל תשובה אין אור שמח האט איבערגעגעבן זיין לעבנס היסטאריע, אבער דאס אז מען נעמט יעדן בעל תשובה און גר און אלע צייטונגען און נייעס קוועלער אינטערוויוען זיי מאכט נאר אז אונזער היימישער עולם זאל עס אנקוקן מיט אזא בליק ווי דער פארן תשובה טון איז געווען אויפן העכסטן מדריגה נאר זיי האבן געשניטן פון זיך און מסכים געווען צו אריינקומען בתוכינו, ניין, דאס איז נישט ריכטיג און מען פארזעט אייביג ארויסצוברענגען אז אלס גוי איז נישט גוט געווען, מען שרייבט אייביג כאילו ער איז געווען א געלונגענע און פאפולערע ביזנעסמאן\זינגער, דאס איז אן עקסטערע שמועס פאר זיך אבער לעניננו דארף מען וויסן צו אויסהערן קודם די אלע וואס זענען זייער גאנץ לעבן געווען יראים ושלמים און דערנאך קען מען זיי אמאל אויסהערן ווי זיי רעדן אבער הכל מודים אז זיי זאלן נישט זינגען אין קאפ אריין מיט זייער "הארציגע" נגינה... אונזערע זינגערס זענען גראדע נישט נאנט געווארן מיט זיי ווייל זיי האבן תשובה געטון וד"ל...
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

אוועטאר
מער ווייניגער
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 08, 2017 10:26 am

תגובהדורך מער ווייניגער » מאנטאג יולי 31, 2017 5:40 am

כבוד רבינו טישטוך!
איך פארשטיי בעיסיקלי וואס דו מיינסט ארויסצוברענגען אבער זאלסט מיר מוחל זיין פארן זאגן אז דוביסט שטארק נעגעטיוו במחילת כבודך, זיי זענען נישט אזוי געפערליך.
אדער מער אדער ווייניגער נישטא אינדערמיט!

אוועטאר
sheer vocal talent
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 07, 2017 4:24 pm

תגובהדורך sheer vocal talent » מאנטאג יולי 31, 2017 6:30 am

א גרויסן יישר כח טישטוך פארן גוט ארויסברענגען ווייטאג וואס ליגט מיך אויפן הארץ אפאר יאר. יעצט איז די ווייטאג געגאנגען א טריט ווייטער... עד כדי כך אז ראפי די קינג געבט ארויס א סינגל
פריילעך שירה, די חבורה

אוועטאר
שליסלעך האלטער
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 7:35 am

תגובהדורך שליסלעך האלטער » מאנטאג יולי 31, 2017 8:56 am

מער ווייניגער האט געשריבן:כבוד רבינו טישטוך!
איך פארשטיי בעיסיקלי וואס דו מיינסט ארויסצוברענגען אבער זאלסט מיר מוחל זיין פארן זאגן אז דוביסט שטארק נעגעטיוו במחילת כבודך, זיי זענען נישט אזוי געפערליך.

קוקט אויס, אז דו ביסט שוין ליידער פארכאפט אין דעם... ממילא זעהסט נישט דעם גרויסן חורבן דערפון.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: לאמיר פארשטיין, שפיצער און 12 געסט