אזוי ווי יעצט איז חודש אלול וועל איך ארויפלייגן די טעקסט פון ר' יו"ט עהרליך'ס טעיפ:
תשובה
צוויי פון די ניגונים 'לאמיר זיך אומקערן אידאלאך' און 'דער גענעראל' זענען שוין ארויפגעלייגט געווארן אין אן אנדער אשכול דורך אונזער חשוב'ן חבר מו"ה טהור-עינים ני"ו, א דאנק טאקע פאר די העתקה, איך האב נאר אויסגעבעסערט עטליכע קלייניגקייטן איבערהערנדיג דעם טעיפ,
די איבריגע ניגונים האב איך מעתיק געווען פון צעטלעך וואס זענען מיטגעקומען ביים קויפן די סעט טעיפס פאר יארן צוריק, איך ווייס נישט ווער עס האט געמאכט יענע העתקות ר' יו"ט אליין צו אן אנדערער, דארט איז אויך דא צומאל געשריבן פארן ניגון פון וואו די מעשה קומט, איך האב דאס אויך ארויפגעלייגט,
איך בין דערנאך איבערגעגאנגען די העתקות צוזאמען מיטן טעיפ און פארראכטן עטליכע זאכן וואס זענען דא אויף יענע צעטלעך, רוב דערפון זענען געווען ממש קלייניגקייטן א ווארט ארויף אדער אראפ, חוץ צוויי זאכן, איינס ביי די ניגון פון כל נדרי (ניגון 5) איז אויפן צעטל דא א פאל וואס איז נישטא אויפן טעיפ, האב איך עס אריינגערינגלט און געשריבן אז עס איז נישט אויפן טעיפ, און ביי אן אנדערע ניגון פעלט פונעם צעטל א פאל וואס איז יא אויפן טעיפ, ממילא בין איך אלעס איבערגעגאנגען מיט די העתקה אויסהערנדיג דערביי דעם טעיפ,
איך יעצט אי"ה אין די קומענדיגע צען פופצן מינוט ארויפלייגן אלע 7 ניגונים, יעדע ניגון אין א באזונדערע תגובה, וויל איך בעטן דעם עולם נישט אריינצוהאקן אינמיטן ביז איך ענדדיג ארויפלייגן אלע ניגונים, דערנאך וועט יעדער קענען צושרייבן וואס מען וויל, ייש"כ.
איך בין געוועזן אין שטאט דא א רב און דערפאר האט געקומט מיר א ביטערער סוף האט דער באשעפער געהאלפן מיין זוהן איז געווארן א פירער א גרויסער אין לאנד און האט מיך באהאלטן ביי איהם דא אין וואוינונג פארשטעלט פאר א וואנט
ווען מיין שנור האט געבוירן א זוהן האב איך געזאגט איך וויל נישט וויסן דערפון איך וויל עס נישט האלטן נישט גלעטן נישט דרוקן אפילו נישט אנקוקן ביז מען וועט מיר ברענגן אן ערליכן מוהל און מאכן א ברית
ווען איר קומט אליין וואלט מען חושד געווען מען האט געמוזט מאכן מען זאל אייך ניט זעהן נאט אייך די שאכטל נעמט אייך די כלים זאל זיין אין א מזל'דיגע שעה איך וועל זיין סנדק, טאטע מאמע די קוואטער, דאס קינד ברענגט ברוך הבא!
דער מוהל דאס קינד האט גע'מל'עט מיט גליק דער זיידע האט ליב עס צום הארצן געדרוקט און שרייט אויס רבונו של עולם די מצוה פון פדיון שבויים איז גרויס ס'א תינוק שנשבה מיר קאָנען נישט אויסלייזן דו לייז איהם אויס
א געפאנצערטע קאר פליהט אין גאסן צוריק ר' בצלאל ער זיצט דארט פאר'שיכור'ט פון גליק ארום איהם עס ליגן פיהל פעקלעך מתנות אהיים דער משפחה געפירט די קאר האט געטריבן א מענטש מיט א גוטע מאסקירטן געזיכט
און ער האט איהם אריינגעפירט שטיל אין זיין הויף געהאלפן די פעקלאך צו טראגן ארויף און דאנקט איהם און בעט זיך מיר האבן אייך וויי געטוהן האט קיין פאראיבל ניט אז דער זיידע איז א איד און דער טאטע א איד מוז דער אייניקל זיין א איד
איך האב מיין לעבן געשטעלט אין געפאר און איך האב געטוהן עס מער ניט דערפאר ווייל איך האב ביינאכט היינט געזעהן אז ס'איז דא א באשעפער וואס פירט אן און היט אז דער זיידע איז א איד און דער טאטע א איד מוז דער אייניקל זיין א איד
און וואויל איז צו זיי, די סאלדאטן פון אייבערשטענס ארמיי און גוט איז דעם, ירא השם
------
ניגון 4
שיר המעלות
שיר המעלות אשרי כל ירא השם ווער האט אלע מעלות און וואויל און גוט צו איהם דער איד וואס גלויבט אין בורא, און האט פאר איהם מורא און ער לערנט תורה, און די מצוות היט שבת כהלכה, און טהרת המשפחה און ער עסט פון השגחה, און צדקה פיל ער גיט
ווי געשמאק דער לעבן פון איד וואס גלייבט אין דעם אז די גאנצע וועלט איז צוליב איהם ער זאל לערנען תורה, און די מצוות טאהן און אויבן גרייט מען פאר איהם אלעס אן
עס קומט דער שבת קודש הייליג ווערט די וועלט און פסח ווי ביים קעניג אין געצעלט שבועות מתן תורה מ'פליהט אין הימל גלייך ראש השנה ציטערט פיש אין טייך
יום כיפור די עבודה, עס פאַסט די גאנצע עדה אין סוכה'לע די הארץ אזוי עס ציהט די האלידייס סכנות, קאסט טויזנטער קרבנות און פון א יום טוב האט נאך קיינמאל נישט געשאדט א איד
שיר המעלות אשרי כל ירא השם ווער האט אלע מעלות און וואויל און גוט צו איהם דער איד וואס גלויבט אין בורא, און האט פאר איהם מורא און ער היט די תורה, און קינדער גוט ערציהט שבת כהלכה, און טהרת המשפחה און ער האט הצלחה, און דער באשעפער היט
נאך דער מלחמה האבן דיפּלאָמאַטן איהם פארבעטן קיין רוסלאנד צוריק טשופטשיק האט זיי געוויזן זיין גרויסן טלית קטן און געזאגט זיי איך בין מוחל אייער גליק
טשופטשיק וואוינט היינט אין ירושלים און מען רופט איהם אברהם דער פארטיזאן ער וואקסט אין תורה און יראת שמים און א משפחה איז אויך ביי איהם פארהאן
אין ארץ ישראל פרעמדע ווינטן בלאזן סאלדאטן טאנקען וואו מען שטייט אין גייט נישט א איד טאר זיך אויף דעם פארלאזן מען פרייט זיך נעבעך מיט דעם פאלשן פרייד.
טשופטשיק זאגט, ער וויל פון דעם נישט קאנען נישט צוליב דעם בין איך געקומען דא אהער נישט כדאי געווען די זעקס מיליאנען, פאר א היטל פון אן אפיצער
איך בין געווען אן אפיצער א גוטע איך האב געקעמפט אויף די לופט און אויף די ערד פאר די עראפלאנען גיב איך נישט קיין פרוטה און די טאנקען זיינען גארנישט ווערד
מיט געדולד ווארט איך אויף דער ישועה די גאולה איז פארזייט שוין אויף דער וועלט נאר איידער עס וואקסט ארויס די גוטע תבואה ווילדע גראזן וואקסן אויפן פעלד
שטעכעדיגע דערנער וואקסן דארט כסדר און פון גארטן מאכן זיי א תל דער בעל הבית קומט מאכן באלד א סדר און די תבואה וועט וואקסן פיין און שנעל
ציון ציון דו וועסט זיין צופרידן מען וועט פון דיר באלד אראפנעמען די שאנד און אלע וועלן זען ווי שיין עס זיינען אידן און צו וועמען עס באלאנגט די שיינע לאנד
און אלע וועלן זען ווי שיין עס זיינען אידן און צו וועמען עס באלאנגט די שיינע לאנד
אין א טאג א הייסן, אויף א מארק א גרויסן ערגעץ אין א ווינקל פון יריד וועט א טומל ווערן, קולות וועט מען הערן און פון וואנען וויסן וועט מען ניט
און ארום די הייזער, אן אייזעלע א ווייסער וועט זיך נעמען שפּאַנען שפּאַן נאך שפּאַן און אויף וועט רייטן, א אורח גאר פון ווייטן געקליידעט פשוט ווי אן ארימאן
און אין זיינע הענט וועט ער האלטן א גרויסן שופר גאר אן אלטן נאך פון בראשית אן באהאלטן, אויף דער גוטע צייט האלבע נאכט וועט נעמען טאגן און דער שופר ט'נעמען זאגן און זיין שטימע וועט זיך טראגן, אויף די ימ'ען ווייט
מענטשן וועלן זיך אויפכאפן און די זייגערס נעמען טאפן אפשר טוען זיי נישט קלאפן, אדער שטייען קרום מען וועט רופן אינפארמעישאן די פאליס און ראדיא סטעישאן די פייער לעשער עמיגרעישאן, ס'ביזי אומעטום
און דער ראדיא וועט ערקלערן אז דער קול וואס מען טוט הערן עס דערנענטערט זיך א שטערן, ס'קומט אן א פלאנעט און די רוסן וועלן בּלאָפן אז דער קול וואס לאזט נישט שלאפן ווייל עס איז אדורכגעלאפן, א רוסישער ראקעט
אך ווי שיין, וועט דעמאלס זיין, עס וועט אוועק די מורא הזורעים בדמעה ברנה יקצורו
און דער קול וועט ריידן, צו יעדערן פארשיידן לשון קודש אלע וועלן פארשטיין יעדער איד וועט הערן, מיט אויגן פוהל מיט טרערן און וועט תשובה טאהן מיט גרויס געוויין
אליהו הנביא וועט אנזאגן, מיט זיך גארנישט טראגן יעדער איד זאל גיין צו זיך אין שוהל אידן וועלן טאנצן, אפלאזן אין גאנצן און די שוהלן וועלן ווערן פוהל
און די שולן נישט צום גלויבן וועלן פלוצלינג זיך אויפהויבן נעמען פליען ווי די טויבן, אויפן הויכן בריק קליינע קינדערלאך פון אויבן וועלן ווייזן דורך די שויבן זעהט נאר זעהט, דער וואלקנקראצער קלענער ווי א פליג
און דער אלטער שמש סענדער וועט א קלאפ טאהן אין דעם סטענדער עס נעמט טאגן אלע דארפן דאווענען גרויס און קליין אלע וועלן שטיין אין תפילה קינדער ברעקעלאך אפילו און די שטערן וועלן הערן און ענטפערן אמן
אך ווי שיין, וועט דעמאלס זיין, עס וועט אוועק די מורא הזורעים בדמעה ברנה יקצורו
און די אינזשינערן, וועלן שטיין און קלערן הייזער פליען אן ענערגיע קראפט עס איז דארט מסתמא, באהאלטן א דינאמא א נייער אויפטו פון דער וויסנשאפט
און אונזערע שכנים, וועלן שטיין אינאיינעם קוקן אויפן הימל פוהל מיט שרעק די פנימ'ער פארשעמטע, די הערצעלעך פארקלעמטע וואס דער איד עס פליהט פון זיי אוועק
בן הרחמן אזא גיטע ארבעט צו מאכן, הלוואי וואלט איך געהאט אזויפיל געטריישאפט ווי דיר (צייט אויך), גראדע מיין איך אז עס איז שוין דא געדריקט די אלע תוכדיגע ניגונים פון ר' יו"ט ערליך ז"ל, איך מיין אז מען קען עס באקומען אין די געשעפטן, אבער איך שיהי' א גרויסן יישר כח פאר דיין געוואלדיגע ארבעט
חיים האט געשריבן:בן הרחמן אזא גיטע ארבעט צו מאכן, הלוואי וואלט איך געהאט אזויפיל געטריישאפט ווי דיר (צייט אויך), גראדע מיין איך אז עס איז שוין דא געדריקט די אלע תוכדיגע ניגונים פון ר' יו"ט ערליך ז"ל, איך מיין אז מען קען עס באקומען אין די געשעפטן, אבער איך שיהי' א גרויסן יישר כח פאר דיין געוואלדיגע ארבעט
חיים קוק אויפ'ן בילד פון 'בן הרחמן' נגינה איז זיין פאך!
א הערצליכן דאנק בן הרחמן, עס האט מיר גענומען א וויילע, אבער איך האב מיר אונטערגעברימט די אלע ניגונים אויפן טאקט מיט דיינע העתקות (דער טעיפ פלעגט שפילן ביי מיר אסאך אין שנה ראשונה, אויף בארג פון די שוויגער-עלטערן, קען איך די ווערטער און תנועות גאנץ פיין).
גראדע די יעצטיגע טעיפ איז מיר געווען אסאך גרינגער ווי דאס לעצטע מאל פאר פורים ווען איך מעתיק געווען דעם שושנת יעקב טעיפ, און די סיבה איז ווי שוין אויבן געשריבן אז צוויי ניגונים זענען שוין געווען אפגעטייפט דא ביי אונז אויפן פארום דורך טהור עינים, און די איבריגע האב איך געהאט א העתקה פון אלטע צעטלעך, ממילא האט נאר גענומען דאס צייט פונעם טייפן און אביסל איבערהערן צו אלעס שטימט און פאררעכטן די גרייזן, משא"כ די שושנת יעקב טעיפ האב איך נישט קיין אלטע צעטלעך, ממילא האב איך געדארפט אלעס מאכן פון סקרעטש, וועגן דעם האט טאקע גענומען אזוי לאנג ביז איך האב נאכאמאהל גענומען צו א פרישע טעיפ, צו מזל האב איך פון די דאזיגע טעיפ יא געהאט צעטלעך ממילא איז עס געגאנגען געשמירט, און כמעט אין 24 שעה (איך נישט געארבעט דערויף די גאנצע 24 שעה )פון נאך וואס עס איז מיר איינגעפאלן ארויפצולייגן תשובה טעיפ האב איך שוין געהאט די גאנצע אויפן פייל,
דאס וואס מען האט געשריבן אז עס איז שוין דא צובאקומען די העתקות, האמיר שוין ארומגעשמועסט דערפון אינעם אנדערן אשכול פון די ר' יו"ט עהרליך ניגונים אז דאס איז זייער טייער און עס האט ניטאמאל אלע טעיפס ממילא האלט איך עס נאכנישט ביים קויפן, אבער די טעיפס האב איך און איך האב געוואלט מיינע קינדער זאלן עס הערן, ממילא האט דאס מיך געשטופט צו אפטייפן און ארויספרינטן פאר מיינע קינדער, און פארשטייט זיך ארויפלייגן פאר אונזערע מיטגלידער, און ווער עס האט אויך די טעיפס און וויל זיינע קינדער זאלן עס הערן קען עס ארויספרינטן פאר זיי.
אגב, ווער עס האט א פארשלאג וואס עס זיין די קומענדיגע טעיפ קען מיר זאגן, איך האב געטראכט אפשר חבלי משיח אדער אמונה.
איך לייג דא אויך א לינק צו מיינע העתקות פונעם שושנת יעקב טעיפ.
farshlufen האט געשריבן:הרב בן הרחמן, די קאסעט אמונה קאן איך ישר והפוך, מיינע קליינע זענען שוין געוואוינט צו הערן ווי איך זינג גאנצעטע שטיקער דערפון אויסענווייניג.
וואס מיינסטו דערמיט, אז איך זאל דאס נישט יעצט מאכן ווייל דאס קענסטו שוין אויסנווייניג, אדער ווייל דו קענסט עס ווילסטו עס יא האבן אפגעקלאפט?