אייוועלט פרעזענטירט: "לעכטיג" - מניגוני הרב פנחס מרדכי וועבער

אידישע וועלט אויסגאבעס און מאגאזינען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

אייוועלט פרעזענטירט: "לעכטיג" - מניגוני הרב פנחס מרדכי וועבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

בסייעתא דשמיא

יעעעעעמוד... הרה"ח ר' פנחס מרדכי וועבער איז מכובד מיט שישי...


מ'שטיימיר שוין ביים זעקסן אייוועלט-סידי, כי גדול מרדכ"י היהודי. 'ה'שישי, די אויסגעבעטענע אויסגעווארטענע סידי, וואס אומצאליגע אידן ווארטן שוין דערויף בכליון עיניים. די געשרייען פון ווי וואנט פינקי (שמעקט עפעס פון פרעה'ס 'ווי וואוינט משה?') האבן שוין דורכגלעכערט (יאפ! ס'איז געלעכערט) די ווענט פון די קארידארן פון אייוועלט, אזש מ'קען שוין בויען בנינים אין די לעכער...

און דא שטיימער, ביום ההוא לאמור, עס שאקלען זיך וועלטן און ביימער, עס ווערט 'לעכטיג' די אידישע היימער, ווען פרעזענטירן גיימיר, דעם הערליכן סידי כמין חמר:

כשמו כן הוא:
"לעכטיג"

15 הערליכע געקליבענע ניגונים קאמפאוזט דורך דעם וועלט בארומטן מלך הבדחנים, דער קאומפאוזער מלחין און פארפאסער, בדחן גראמער און פייטן, זינגער משורר און בעל מנגן, בעל תפילה חזן און הארציגער בעל רגש ועוד קולו נטויה:

הרה"ח ר' פנחס מרדכי וועבער שליט"א

און לכאו' דארף מען צולייגן 'הרב הגאון', דא רעדט מען פון א איד א ת"ח און יודע ספר, א איד בבחינת זקן זה שקנה חכמה, בעל מחבר ספר "מליבא לפימא", וואס כשמו כן הוא. א איד וואס ברענגט ארויס ברילאנטן מליבא לפימא, איניש לבסומי, מיט זיין הערליכן שטימע, און זיין מויל איזא שטיק הארץ... און שטייצעך אז דברים היוצאים מן הלב נכנסין לליבן של ישראל.

ר' פנחס מרדכי, המכונה בל' חיבה פינקי, האט שוין אונטער זיך א היסטאריע פון ניגונים וואס האבן באלאכטן כלל ישראל, ניגונים וואס האבן שוין צולאזט הערצער פון אידישע קינדער, משמח געווען און דערמינטערט אידישע נפשות, און אריינגעברענגט א ליכטיגקייט און שמחה בערי יהודה ובבתי ישראל.

רפ"מ, איז ברייט באקאנט אלץ דער מלך הבדחנים, וואס האט געטוישט די עולם הבדחנות צום גוטן, און ארויפגעברענגט די לעוול פון גראמען אויף גאר א הויעכן פארנעם. און די גאנצע היינטיגע גראמען עפאכע איז איהם צו באדאנקען.

רפ"מ, איז א איד מלא רגש, א שטיק הארץ וואס איז באשאנקען געווארן מיט א בריליאנט-טאלאנט ארויסצוברענגען זיין הארץ מן הכוח אל הפועל, זיין הארץ שפראצט ארויס דורך זיינע ניגונים און געזינגעכטס.

אויף רפ"מ קען מען זאגן, אז ער נעמט די טאלאנט וואס ער האט באקומען פון אויבן, און ער קנעט עס און באקט עס צאם ס'מערסטע וואס איז מעגליך, ער ארבעט עס ארויף פון טאג צו טאג, זאל נישט זיין קיין בחינה פון אל תמנע טוב מבעליו, נאר שענקען פאר כלל ישראל אלעס וואס ער האט באקומען, זאל נישט בלייבן קיין פינטל שטעקן ביי איהם...


אויב מ'מעג זיך דערווייגן, וואלט מען איהם געקענט אויך באטיטלען - אין א געוויסע זין - דער 'מלך המלחינים'. וואס האט שוין באוויזן א וועלט פון הערליכע הארציגע ניגונים וואס אין דעם איז ער א קעניג, הארציג און געשמאק, גוט געבויעט, מיוזיקאליש אבער חסידיש, וואס האבן פארפלייצט די חסידישע נגינה די לעצטע צענדליגע יארן. א סידי אן א פינקי ניגון פעלט פון די שלימות. יעדער זינגער וואס וויל אהערשטעלן א מושלמ'דיגע סידי ווייסט אז ער מוז קויפן צוויי דריי פינקי ניגונים.

רפ"מ איז א קוואל וואס פליהסט שוין יארן, א מעיין נובע, וואס ווערט נישט פארטריקנט, נאר אדרבה, א בחינה פון זקני תלמידי חכמים כל זמן שמזקינים דעתם מתיישבת עליהם. און ער האט אויך דעם בחינה פון 'וירד משה מן ההר אל העם' - ער קען זיך צושטעלן און צופאסטן צום היינטיגן דור און צושטעלן פאר יעדן זינגער לויט זיין פארלאנג (עכ"כ אז פינקי אליין זאגט אז ס'דא פון זיינע אייגענע ניגונים וואס ער גלייכט נישט...) מיט א תפילה שלא יבוש המעיין, די קוואל זאל פליהסן נאך לאנגע געזונטע יארן.

ווען עס קומט צו א חסידישע לעבעדיגע ניגון, ווייסט מען אז פינקי איז דער אדרעס. ער האט שוין באוויזן צו זיין 'דער' וואס פארפאסט א 'גוטן' לעבעדיגן ניגון. ציווישן זיי 'למעלה' פון שלמה כהן, 'טאטע נאר צו דינען דיר מיט אמת' פון ליפא, 'בורא עול'ם פון שרולי ווערדיגער, 'אני מאמין' פון שלום לעמער, 'שמח תשמח' פון פריעד וכו'.

רפ"מ שטעלט אויך צו צענדליגע 'הארא' ניגונים, צוגעשטעלט און צוגעפאסט פארן היינטיגן דור, א שטייגער ווי הזן את עולמו, פרוק, רבי שמעון, כבודו, לכבוד שבת, ושמרו, און נאך צענדליגע.

רפ"מ האט שוין פארפאסט הערליכע יצירות, ווי 'תניא אמר רבי יוסי' פון שלום לעמער, 'תנא דבי אליהו' פון מענדי ווערדיגער, 'בשעה' פון שוואקי. ועוד.

אזוי אויך האט ער שוין פארפאסט צענדליגע פלעין געשמאקע ניגונים, א שטייגער ווי דודי פון אייזיק האניג, אם אשכחך פון שלוימי גערטנער, אשרינו מה טוב חלקנו פון שרולי ווערדיגער, אמר רבי אלעזר פון יואלי גרינפעלד וכו' וכו'.

און פון מאל צי מאל באווייזט ער צו מחדש זיין א נייע גאנג, ווי 'אבל מלך עליון' פון אהרה'לע וכדו'.

אבער ס'זיכער אז די גולת הכותרת און די שפיץ פון פינקי איז זיינע הארץ רייסנדע ניגונים וואס נעמען איין דאס אידישע וועלט, זיינע ניגוני רגש וואס קענען צולזאן אפי' א שטיין. כמעט יעדע איינע פון די צענדליגע הארציגע ניגונים זענען געבליבן א נחלת הכלל אויף לאנגע יארן, ציווישן זיי עד אנה, מלאכי רחמים, קול ברמה, אימתי קאתי מר, כה אמר, אנא בכוח, מממעקים, הקשיבה וכו' וכו' וכו' (זייט מוחל מיין זיכרון איז שוואך...).

און אונז האמיר נאכנישט געשמועסט פון די גראמען ניגונים, די 'מיכאל' ניגונים, לעכטעלע מיט פעקעלע וואס ווערן געזינגען שוין לאנגע יארן אין אלע אידישע שטובער און חצירות. און נאך די גאנצע היסטאריע פון די פינקי-מיכאל-גראמען ניגונים.

פינקי האט אפי' ערפינדן א שפראך! ווען ער קיבארד'צעך פיאנא'ט ער ארויס זאפטיגע ניגונים'לעך וואס צולאזענען די אידישע הערצן... ער נעמט זיך פינקענען און וועבערן פרישע אויפן-פלאץ-פאבריצירטע ווערטער'ס, און ס'משדכ'ט'צעך גראמ'לעכ'ס און ווערטער'ין געקניפט'עלע און געפלאכטן כפתור ופרח'ל... וואס דאס מאכט די'ע ניגונים זייער אינטרעסאנט און חידוש'דיג...

ווי האט נאך מאטי אילאוויטש געזאגט? פינקי וועבער וועט ווערן איינגעקריצט מיט גאלדענע אותיות אין די אידישע היסטאריע ביכער.

- - -

נאך דעם קורצן הקדמה קעמען שוין פארשטיין די שמחה אויף די אידישע וועלט וואס ווערט אט אט באשנקען מיטן נייעם 'לעכטיגן' סידי.

איז פנח"ס בדין הוא שיטול שכרו, ווען ער איז א בחינה פון 'מחיה מתים' -מיט זיינע ניגונים - במאמר"ו, שהקו"ל נהיה בדברו... והאיש מרדכי גדול ורצוי, קומען מיר שוין דא צו..

און אז מ'רעדט פונעם מלך הבדחנים מעג מען צולייגן א האר-פון-קאפ-אויפשטעלנדע גימאטריע, הערט און שטוינט.. 'לעכטיג' (142) באטרעפט פונקט'לעך אויפן האר (פון דעם אויבנדערמאנטע קאפ) אן קיין שום כוללים למיניהם 'אייוועלט'!!!
מ'דארף גארנישט צולייגן!

פינקי איז א בחינה פון א 'נר' (גי' פינקי) וואס מאכן 'לעכטיג' אידישע שטובער. זיין נאמען שמ'ט אויפן וועלט 'כי גדול מרדכי בבית המלך' (גי' פנחס מרדכי וועבער), ער שלאפט נישט איין 'הנה לא ינום ולא יישן' (גי' פינקי וועבער) נאר ברענגט נאך און נאך פרישע סחורה. שטייצעך אז אצינד פרייען זיך די גאנצע וועלט 'שבת אחים גם יחד' (גי' פנחס מרדכי וועבער), און 'נהרות ימחאו כף' (גי' פנחס מרדכי וועבער), אז מ'שטיימיר דא 'הללוהו הללוהו בצלצלי שמע' (גי' פנחס מרדכי וועבער), און מ'זעהט שוין דעם סידי מיט די אויגן און מ'זאגט 'ברוך הבא בשם ה' (גי' פינקי וועבער), און מ'וואונטשט פינקי'ן 'אשריך וטוב לך' (גי' פינקי וועבער). און דער בורא זאל איהם באצאלן 'והשיב לאדם כפעלו' (גי' פינקי וועבער) מיט אלעם גוטן. אמן. און שוין.

- - -

אצינד שטעלן מיר אייך פאר דעם הערליכן סידי "לעכטיג" וואס ערהאלט אין זיך 15 הערליכע ניגונים, א קליינע טעימה פונעם רייכן אוצר פון רפ"מ.

ס'געווען א שווערן מלאכה צו פארשאפן די סינגל'ס, ס'ערשטע מאל וואס מ'האט געמוזט אריינלייגן עטליכע סינגל'ס וואס זענען אויך געווען אויף סידי'ס, און מיט גרויס סייעתא דשמיא האמיר באקומען א שיינע רייכע קאלעקשן, אלטע און פרישע ניגונים, פון אלע סארטן, אויף גאר א הערליכן פארנעם.

און שטייצעך אז אויך דאס מאל האבן מיר נישט מוותר געווען אויף די רייכע ארבעט פון ידידינו הרב @איינס, וואס האט ווידעראמאל אהערגעשטעלט א אויסנאם-הערליכע ארבעט, בבחינת נעקסט לעוול, א רייכע שיינע ביכל כאשר תחזינה עיניכם מישרים. און דאס איז חוץ פון זיין ארבעט דורכאויס דעם גאנצן סידי בעושה ובמעשה, בעצה ותושיה, זאל ארויסקומען א שלימות.

מ'דארף אויך ישר-כוח'ענען ידידינו הרב @מקוה איד וואס האט געהאלפן און צוגלייגט זיין האנט און זיין גלייכער און טיפער פארשטאנד, ס'זאל ארויסקומען א דבר השלם, און צוגעשטעלט הילף אין אלע הינזיכטן אונז זאלן מיר הנאה האבן.

מיר האפן איר וועט הנאה האבן, קאפי'ען און פארשפרייטן ווי עס לאט'צעך, וענתה השירה הזאת לעד, מיט שמחה און פרייד, ער גייט ער גייט, גוט שבת:

"לעכטיג" - מניגוני הרב פנחס מרדכי וועבער

Pinky Weber - Lechtig.jpg
Pinky Weber - Lechtig.jpg (328.92 KiB) געזען 4369 מאל
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "לעכטיג" - מניגוני הרב פנחס מרדכי וועבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

לעצט פארראכטן דורך איינס אום מאנטאג יוני 14, 2021 3:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "לעכטיג" - מניגוני הרב פנחס מרדכי וועבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

Pinky Weber - Lechtig2.jpg
Pinky Weber - Lechtig2.jpg (262.33 KiB) געזען 4363 מאל


Pinky Weber - Lechtig.jpg
Pinky Weber - Lechtig.jpg (328.92 KiB) געזען 4363 מאל


Pinky Weber - Lechtig3.jpg
Pinky Weber - Lechtig3.jpg (439.79 KiB) געזען 4363 מאל
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מאנטאג יוני 14, 2021 3:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "לעכטיג" - מניגוני הרב פנחס מרדכי וועבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

Pinky Weber - Lechtig4.jpg
Pinky Weber - Lechtig4.jpg (455.91 KiB) געזען 4359 מאל


Pinky Weber - Lechtig6.jpg
Pinky Weber - Lechtig6.jpg (453.93 KiB) געזען 4359 מאל


Pinky Weber - Lechtig5.jpg
Pinky Weber - Lechtig5.jpg (438.35 KiB) געזען 4359 מאל
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מאנטאג יוני 14, 2021 3:20 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "לעכטיג" - מניגוני הרב פנחס מרדכי וועבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

Pinky Weber - Lechtig8.jpg
Pinky Weber - Lechtig8.jpg (423.03 KiB) געזען 4355 מאל


Pinky Weber - Lechtig7.jpg
Pinky Weber - Lechtig7.jpg (437.45 KiB) געזען 4355 מאל


Pinky Weber - Lechtig9.jpg
Pinky Weber - Lechtig9.jpg (457.85 KiB) געזען 4355 מאל
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מאנטאג יוני 14, 2021 3:20 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "לעכטיג" - מניגוני הרב פנחס מרדכי וועבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

Pinky Weber - Lechtig10.jpg
Pinky Weber - Lechtig10.jpg (533.93 KiB) געזען 4354 מאל


Pinky Weber - Lechtig12.jpg
Pinky Weber - Lechtig12.jpg (417.83 KiB) געזען 4354 מאל


Pinky Weber - Lechtig11.jpg
Pinky Weber - Lechtig11.jpg (473.41 KiB) געזען 4354 מאל
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מאנטאג יוני 14, 2021 3:20 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "לעכטיג" - מניגוני הרב פנחס מרדכי וועבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

Pinky Weber - Lechtig13.jpg
Pinky Weber - Lechtig13.jpg (444.73 KiB) געזען 4352 מאל


Pinky Weber - Lechtig14.jpg
Pinky Weber - Lechtig14.jpg (501.34 KiB) געזען 4352 מאל


Pinky Weber - Lechtig15.jpg
Pinky Weber - Lechtig15.jpg (424.63 KiB) געזען 4352 מאל
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מאנטאג יוני 14, 2021 3:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "לעכטיג" - מניגוני הרב פנחס מרדכי וועבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

Pinky Weber - Lechtig16.jpg
Pinky Weber - Lechtig16.jpg (420.81 KiB) געזען 4349 מאל


Pinky Weber - Lechtig18.jpg
Pinky Weber - Lechtig18.jpg (130.89 KiB) געזען 4349 מאל


Pinky Weber - Lechtig17.jpg
Pinky Weber - Lechtig17.jpg (447.54 KiB) געזען 4349 מאל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "לעכטיג" - מניגוני הרב פנחס מרדכי וועבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

wow wow wow
עטס זענטס ריייייייייייייייייייייייזיג
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "לעכטיג" - מניגוני הרב פנחס מרדכי וועבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

הערליכע ארבעט!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "לעכטיג" - מניגוני הרב פנחס מרדכי וועבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

חידה: ווער טרעפט פינקי אינעם בוקלעט?

רמז: ס'דארף זיין אביסל מער 'לעכטיג'...
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
פארצייטיש
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "לעכטיג" - מניגוני הרב פנחס מרדכי וועבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטיש »

שפילט שוין ביי מיר אין אפיס!
הערליך שיין.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "לעכטיג" - מניגוני הרב פנחס מרדכי וועבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:חידה: ווער טרעפט פינקי אינעם בוקלעט?

רמז: ס'דארף זיין אביסל מער 'לעכטיג'...

אויפ'ן קאווער.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "לעכטיג" - מניגוני הרב פנחס מרדכי וועבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:חידה: ווער טרעפט פינקי אינעם בוקלעט?

רמז: ס'דארף זיין אביסל מער 'לעכטיג'...

:lol: ;l;p-

מיינסט אויפן קאווער, אינעם בוקלעט איז ער ביי ניגון 6.

איינער האקט...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "לעכטיג" - מניגוני הרב פנחס מרדכי וועבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

איינס האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:חידה: ווער טרעפט פינקי אינעם בוקלעט?

רמז: ס'דארף זיין אביסל מער 'לעכטיג'...


מיינסט אויפן קאווער.

:lol: ;l;p-

שטייצעך, וואס האסטו געוואלט כ'זאל פארציילן גראב און אפן?...
לעצט פארראכטן דורך נאר מיט שמחה אום מאנטאג יוני 14, 2021 3:33 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
פראהביטש
שר האלף
תגובות: 1893
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "לעכטיג" - מניגוני הרב פנחס מרדכי וועבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראהביטש »

Wow!
נייס זשאב!
יישר כח
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4854
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "לעכטיג" - מניגוני הרב פנחס מרדכי וועבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

האט זיך געלוינט צו ווארטן!
הערליכע ארבעט!
@נאר מיט שמחה דיין באשרייבונג אויפן אלבום איז עפעס אויסערגעווענליך!
ביסט באמת א כרכה דכולה ביה.. און שכוח פאר דיר און פאר אלע אנדערע וואס האבן אריינגעלייגט כוחות אין דעם
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "לעכטיג" - מניגוני הרב פנחס מרדכי וועבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

א גרויסן שכח פאר די הערליכע אלבום!!!
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:51 am

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "לעכטיג" - מניגוני הרב פנחס מרדכי וועבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעחדך קאפ »

לעצט פארראכטן דורך ברעחדך קאפ אום מאנטאג יוני 14, 2021 5:00 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אני ישנה ולבי ער
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "לעכטיג" - מניגוני הרב פנחס מרדכי וועבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

נאכנישט אויסגעהערט, אבער דיין באשרייבונג אויף פינקי מיט די גימיטראות איז עפעס סאמטינג ספעשל! ריעל טאלאנט!
אוועטאר
אינגערמאנטשיקל
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 2:17 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "לעכטיג" - מניגוני הרב פנחס מרדכי וועבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגערמאנטשיקל »

הערליך!!

ס'אינטערסאנט אבער עפעס א ליטוויש יידל האט ארויסגעגעבן א ניגון אויף ברכת כהנים קאמפאזירט ביי פינקענען.... נתנאל כהן הייסט ער... די סינגל איז נישט געווארן אויפגעכאפט....
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "לעכטיג" - מניגוני הרב פנחס מרדכי וועבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

ברעחדך קאפ האט געשריבן:Dropbox

ס׳ארבעט נישט
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "לעכטיג" - מניגוני הרב פנחס מרדכי וועבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

יישר כח!
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "לעכטיג" - מניגוני הרב פנחס מרדכי וועבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

זייער שיין געוואלדיגע ארבעט
#איך-פארק-מענטשליך
יאנקל
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

Re: אייוועלט פרעזענטירט: "לעכטיג" - מניגוני הרב פנחס מרדכי וועבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקל »

הערליך, שיין און פראפאשענל.
האב מיר שוין נאך א אלבוים וואס מען קען שוין אנצינדען!
שיין חסידיש
שרייב תגובה

צוריק צו “אייוועלט פרעזענטירט”