נישט קאפיען סידיס, - װײל ״כ׳האב א אידישע געפיל!!!"

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

נישט קאפיען סידיס, - װײל ״כ׳האב א אידישע געפיל!!!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

נאכן דא לײנען דא און אפשרײבן די שורות, האב איך באשלאסן עס אפצוטײלן אין א באזונדערע אשכול:

ס׳אזא װײטאג אז אזױפיל ערליכע אידן װאס זענען מדקדק בקלה כבחמורה װען ס׳קומט צו יעדע נושא טױשן דא פלוצים זײטן װען ס׳קומט צו די (אױסגעדראשענע אבער נאכאלץ קריטישע) נושא פון קאפיען אלבױם׳ס, אלס װײל ס׳פשוט אזױ גרינג צו קאפיען און די נסיון איז זײער גרױס (איך פארשטײ עס, איך ליג שטארק אין נגינה) ממילא זוכט מען כל מיני תירוצים זיך צו בארואיגן דאס געװיסן װאס אײדעלערהײט בעט זי זיך ״אפשר זאל מען ארױסנעמען די פאר דאללער און הנאה האבן פון שײנע אידישע מוזיק אױף אן עכטן לכתחילה שבלכתחילה׳דיגן אופן?.......,

איך װיל מקײם זײן ואהבת לרעך כמוך ממילא בין איך נישט דן אלע װאס קאפיען - באקומען - שיקן מוזיק און אלבױם׳ס,

אבער לאמיר א מינוט ארײנטראכטן: א הײמישער איד איז געזיצן אין א בעיסמענט הנקרא ״סטודיא״ פארשפארט צענדליגער - אדער הונדערטער שעות, און זיך געמוטשעט און געפלאגט און איבערגעזינגען - איבערגעמיקסט וכו׳ וכו׳ און אינװעסטירט צענדליגע טױזנטער דאללער און כוחות הנפש, ארױסצוקומען מיט א שײנע פראדוקט װאס זאל זײן רײך און געשמאק, דער צוהערער זאל קענען זיצן באקװעם אין די קאר אדער אנדערשװאו, און פשוט הנאה האבן א שעה צײט ממעשי ידיו װאס ער האט זיך אפגעפלאגט,
װאו האט אײן זינגער זיך אױסגעדריקט אױף קול מבשר? ״כ׳װאלט געקענט זיצן און פאברענגען מיט מײן משפחה בײ סאפער, אנשטאט זיץ איך אין סטודיא כדי דו זאלסט הנאה האבן״,

און לאמיר זאגן אז דאס אלעס איז הױלע מארקעטינג, (״יעדער װײסט אז מ׳װעט סײװי קאפיען״, ״זײ מײנען נאר ביזנעס״, ״מ׳זעהט אז ס׳ערשײנען סידיס יעדן שני וחמישי על אף מ׳פארלירט געלט״ וכו׳) כ׳געדענק נישט אויפן מינוט אלע סברות פארװאס מ׳זאל דאס יא מעגן טוהן,

לאמיר פאר א מינוט אװעקלײגן די ״הלכה׳דיגע״ חלק שבו, און לאמיר דאס באטראכטן פון אן אנדערן קוקװינקל,

״װאו איז די אידישע געפיל פארשװאונדן?"

די געפיל נישט װיי צו טוהן א צװײטן װאס האלט אונז אפ פון טוהן אסאך אסאך מער זאכן, - און פאר אסאך אסאך מער װי די 16 - 17 דאללער װאס אן אלבױם קאסט - (און אױב איז עס א דאונלאוד איז עס נאך ביליגער,) יענער האט זיך אפגעפלאגט אױף א זאך (אפגעזעהן די כװנה) ער האט אװעקגעגעבן טײערע צײט - געלט - און כוחות , און אונז הײמישע חסיד׳ישע אידן הערן דאס גלאט אזױ און האבן פײן הנאה דערפון, ״אומזיסט״, בלױז דערפאר װאס עס איז ״מעגליך צו קאפיען און ארומשיקן? (אקעי כ׳הער, מײן שכן - חבר - קרוב האט עס פשט אראפ געדראפט בײ מיר, אבער דאך......)

נאכאמאל, ״װאו איז די אידישע געפיל פארשװאונדן?"

מיר אלע װײסן זײער גוט אז אײנע פון די עיקר סיבות פארװאס מ׳קאפיט בכלל איז פשוט װײל ״מ׳קען״, און א סענדװיטש - אדער סושי - קען מען נישט, ממילא דארט װעט מען שײנערהײט באצאלן תבין ותקילין פאר די אײנמאליגע הנאה אן א פיפס , און בײ אלבױם׳ס װעט מען הנאה האבן צענדליגע מאל פשוט װײל............. (יעדער קען ארײנפילן זײן אײגענע סיבות)
דאס אלײנס אז מ׳זעהט אז מ׳דארף דרײען אהער און אהין אױפצוקומען מיט גאנצעטע סברות און סיבות להיתר, איז שױן די בעסטע סיבה אװעקצושטײן פון די גאנצע דעבאטע, און װען א אלבױם ערשײנט צו ארױסנעמען די פאר דאלער װאס אונזער ברודער בעט בסך הכל פאר זײן הארעװאניע (אפי׳ ער האט נישט געמײנט לשם שמים נאר זײן אײגענע ברענד), מיט א גרינג הארץ װאוסנדיג אז בסך הכל װעל איך אלײן דאך אױך הנאה האבן דערפון, סײ פאר די סידי אלײנס, און סײ אז ס׳װעט זיך שענער אױסצאלן װעט דאס זיכער געבן מער אפעטיט פאר מער זינגערס ארױסצוגעבן זײער טאלאנט אפטער און מיט מער קװאליטעט (עכ״פ זיכער מער װי װען מ׳קאפיט ״נישט"....)

דא קומט צו נאך א פראבלעם, מיר אלע װײסן גוט אז די ״עכטע״ הײמישע מוזיק איז היבש אײנגעשלאפן די לעצטע 10 - 15 יאר, (נישט די ״הײמישע״ װאס מ׳דארף ארײנפיטערן פאר׳ן עולם אין מױל און בדוחק זאגן אז ס׳איז "הײמיש", מ׳רעדט פון די װאס זענען לגמרי נישט קײן דעבאטע....), סײ ס׳קומען ארױס װײניג דערפון (װײל מ׳דארף דאך מאכן א ״ביזנעס דעסיזשן״ אױב ס׳לױנט) און װען שױן יא איז די קװאליטעט דערפון היבש שװאכער װי אמאל װען אלבױם׳ס זענען ערשינען מיט הערליכע פולע ארקעסטראס מוזיק, הײנט כדי צו שפארן געלט רוקט מען ארײן װאו מ׳קען נאר ניגונים אראנדשירט מיט טעקנא - למרות װאס מיט עכטע רײכע מוזיק װאלט עס געװען אסאך שענער -פשוט װײל סא׳יז אסאך ביליגער (תרתי משמע) װאס דאס איז בלי ספק אױך א תוצאה פון קאפיס, װאס האט איבערגעדרײט די אידישע מוזיק אינדוסטריע פון צושטעלן "שײנע הײמישע מוזיק" - צו צושטעלן פאר די "קאסטומערס", און מיט דעם מיטגעשלעפט די נשמה׳דיגע חלק שבו און פארװאנדלט אלס א ביזנעס, הכל מודים אױב װאלט מען נישט געקאפיט װאלטן די װאס צילן נאך יא אױף אמת׳ע ערליכע זאכן מער ארױסגעגעבן, און דער ציבור װאלט נאר פארדינט דערפון פון די העכערע קװאנטיטעט און קװאליטעט,

אין די אשכול האט זיך ארױסגעװיזן אז ס׳נאך דא א שטארקער ביקוש בײם הײמישן עולם פאר אמת׳ע הײמישע זאכן, איך האב זיך באטײליגט בײ אײנע פון די שירים ושיעורים אװענטן און כ׳האב געקװעלט װי ״הונדערטער״ בחורים און אינגעלײט זענען געזיצן עטליכע שעה און געזונגען נאר ״אמת׳ע ערליכע ניגונים"
מ׳רעדט נישט אז ס׳זאל ערשײנען סידיס מיט ניגונים פון הונדערט יאר צוריק (אפשר דאס אױך) נאר אפי׳ נאר צוריקברענגען די קװאליטעט פון הײמישע ניגונים פון ביז די מאדערנע זענען געװארן די נארמע װאס יעדער הערט אױס,

והראיה דערצו איז די קינדער אלבױם׳ס - פראזשעקטס און אא״װ, װאס ס׳שטײגט נאר סײ װיפיל ס׳קומט ארױס ,- אין אלע ענינים, מדות טובות, חינוך, מוסר, חסידות, אידישקײט, קורות הדוורות, סיפורי צדיקים, וכ׳ וכו׳,- און סײ די קװאליטעט דערפון, און כ׳גלײב אז אײנער פון די סיבות איז פשוט װײל דארט קומט עס מיט א ביכל וכדו׳, אדער מער זאכן, דערפאר קאפיט מען װײניגער, און די רעזולטאטן?, דער עולם געװינט!!!,
דערװײל איז עס שטעקן געבליבן בײ די קינדער, און אונז ערװאקסענע דארפן זיך באגענוגן מיט אלטע זאכן (װאס זענען זײער שײן!,) אבער ס׳װאט געקענט ערשײנען אזױפיל מער!!!, אידישע אלבױם׳ס, חיזוק, אמונה ובטחון, און שײנע ערליכע מוזיק אױף א געהעריגע פראפעסינעלע אופן, װאס דערװײל זענען מיר געבליבן בײם האפן......
(יוסף משה כהנא האט געזאגט אז ער אז שיעור נישט געגאנגען באנקראט,פון די קאפיס, האט ער זיך ארײנגעלײגט אין קינדער אײטעם׳ס, און די זעלבע מיט יונתן שװארץ, )

און (אפשר נאר אײנע פון) די ענטפער אױף דעם: קאפי׳ס!!!

די לײזונג? (כ׳זעה נישט עפעס אנדערש נאר) אױפהערן קאפי׳ען!!!

יעצט, כ׳װײס ס׳װעלן זײן װאס װעלן זוכן פארשידענע תירוצים און סיבות אױף די מאנגל אין ערליכע הײמישע נגינה, אבער די מציאות װײזט זײער קלאר: װילאנג מ׳האט נישט געקאפיט זענען ערשינען אסאך מער הײמישע זאכן, און אײנמאל די מכה איז פארשפרײט געװארן, צוביסלעך צוביסלעך איז הײמישע נשמה׳דיגע נגינה, - צוזאמען מיט די קװאליטעט דערפון - אײנגעשרומפן געװארן, אײנמאל די נאדל פון קאפיס האט דערין ארײנגעשטאכן, און איר ארט האט איבערגענומען א נײ געשאפענע פענאמען (עכ״פ אין די חסיד׳שע װעלט) א ״מוזיק ביזנעס״ , װאס די ניגונים װאס די זינגער קלײבן זענען מער װײניגער באזירט אױף װיאזױ זײערע ״קאסטומערס״ װעלן זײן צופרידן, און מיר אלע לײדן די קאנסעקװענצן,

סאו, װאס? - מ׳קען גארנישט טוהן, איז די ניגון װאס יעדער זינגט, און ס׳איז אמת, מיר קענען נישט פארעכטן די װעלט, אבער, דאס האט יא יעדער אײנער װאס לײנט די שורות: א ״כח היחיד״, מ׳דארף נישט מתקן זײ די װעלט, מ׳דארף ״זיך״ מתקן זײן,

און לאמיר מסײם זײן מעין הפתיחה:

הזמן גרמא טאקע יעצט אין די ימי הספירה װאס איז געשטעלט אױף מתקן זײן ענינים פון בין אדם לחבירו, לאמיר אלע ארבעטן מקײם צו זײן ״ואהבת לרעך כמוך״, ״מה דעלך סני לחבריך לא תעביד׳׳, לאמיר נישט װערן סטאק און אנהײבן דן זײן דער איז שולדיג, דאס איז שולדיג, לאמיר טוהן צו די זאך און ארױסנעמען די 16 -17 (אדער װײניגער) פאר דאלער, און מיט אונזער הײמישע ערליכע אידישע געפיל באצאלן פאר אונזער חבר פאר זײן ארבעט, לאמיר עס טוהן מיט א גרינג הארץ, און מיט דעם מקרב זײן ביאת המשיח בב״א!!!!!!

(דיסקלעימער: איך בין נישט אין די מוזיק אינדוסטרי, קײנער האט מיר נישט געבעטן דאס צו שרײבן, איך ״קױף״ א סידי װען איך װיל דאס הערן מיט די זעלבע געפיל װי איך קױף א פעקל ברױט אדער א אױסגאבע, כאטש די בעקערס און שרײבער מײנען אױך נישט לשם מצװה,)

אױב װעט נאר ״אײנער״ באשליסן מער נישט צו קאפיען - אדער באצאלן פאר א פריערדיגע סידי - דאונלאוד, האט זיך שױן געלױנט מײן גאנצע טירחא,
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: נישט קאפיען סידיס, - װײל ״כ׳האב א אידישע געפיל!!!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

;l;p-
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
געלט גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 06, 2021 4:23 pm

Re: נישט קאפיען סידיס, - װײל ״כ׳האב א אידישע געפיל!!!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלט גייער »

כינור האט געשריבן:;l;p-
געלט גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 06, 2021 4:23 pm

Re: נישט קאפיען סידיס, - װײל ״כ׳האב א אידישע געפיל!!!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלט גייער »

געלט גייער האט געשריבן:
כינור האט געשריבן:; ;l;p-
געלט גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 06, 2021 4:23 pm

Re: נישט קאפיען סידיס, - װײל ״כ׳האב א אידישע געפיל!!!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלט גייער »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: נישט קאפיען סידיס, - װײל ״כ׳האב א אידישע געפיל!!!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

ווי האט יענער געזאגט איך פארשטיי אז די דארפסט צאלן שכר לימוד וכו. אבער איך דארף עס נישט באצלען.

יעצט און מיינער אויגן איז דער פרייזן פאר נייע סידיס ( בכלל פאר סאפטווער און דיגיטאל פיילס נישט נאר אידישע) זייער הויך וואס בעצם קאסט עס נישט אזוי סאך.

והיינו טעמא פון גאנווענן סאפטווער אויך. אויב וואלט עס געווען ביליגער וואלט מער מענטשן געצאלט און געקויפט, אבער פאר דער פרייז וואס סאיז יעצט וועל איך עס נישט קויפן בכלל.
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: נישט קאפיען סידיס, - װײל ״כ׳האב א אידישע געפיל!!!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

לעצטענס איז געווען דא פאר א פאר מינוט א אשכול ווי איינער בעט ווי מ׳קען באקומען נייע מיוזיק אלבום׳ס אויף אימעיל. איך האב מיך געוואלט אויף אים אויפרייסען - ווי מ׳רופט עס - אבער קודם האב איך געדארפט מאכן זיכער אז ער מיינט צו פרעגן ווי מ׳קען באקומען ״אומזינסט״. האב איך געפרעגט וואס ער מיינט. און ווארטענדיג אויף זיין תשובה האב איך מיר קודם אפגעשריבן א לאנגע ענטפער אויף די נושא. אבער ווען כ׳בין צוריק געקומען זעהן צו ער׳ט עפעס געענפערט. איז דער אשכול שוין געווען צוריבן אינטערן מעקער פון די מנהל. בין איך נעבעך געבליבן מיט מיין תגובה אויף די לופט.

אבער יעצט אז @טאערעטישע פאקטן האט געעפענט א ברענד ניו אשכול אויף דעם נושא וועל איך דא אריינפעסטן מיין ארגינעלע תגובה וואס כ׳האב יענעם געוואלט ענטפערן, אויב וואלט ער העטיך פעטיך געזאגט אז ער זיכט אומזיסטע מיוזיק. עס איז מער ווייניגער די זעלבע נקודות וואס אונזער @טעטרעטישע פאקטן שרייבט, אבער דאך האב איך זיך נישט געקענט איינהאלטן.

איר האט טאקע אזוי נישט ליב קיין נייע מיוזיק?

איר וואונדערט זיך אויף מיין פראגע?

וויאזוי אין די וועלט ווילט איר אז עס זאל נאך ארויסקומען נייע סידיס, אויב דו ביסט נישט גרייט צו באצאלן אפאר נארישע דאללאר דערפאר?
איר האט הנאה פון יענעמס שווערע ארבייט, יענער לייגט געווענדליך אריין דערין אסאך געלט און שווערע כוחות כדי עס זאל ארויסקומען א שיינע נייע סידי, גייט מען און מען שאפט עס אומזינסט!
איך ווייס אז עס וועלן קומען אזעלעכע און זיך נעמען זינגען דא דעם אלטן ניגון, אז דער אדער יענע מורה הוראה האט געזאגט, אז עס הייסט נישט קיין גניבה.
אבער קלערט נאר אריין פאר איין רגע, וויאזוי איר וואלט זיך געפילט, ווען דער היתר ווארט געניצט אויף עפעס וואס איר האט זיך געפלאגט ארויסצוגעבן, כדי צו קענען לייזן אפאר רייניש.
לאמיר נעמען פאר א משל איינער לייגט אריין א יאר כוחות אויפצושטעלן הערליכע ארט ווערק בילדער מיט גאר אינטערעסאנטע מיניטשורס און חול המועד בעט ער א קליינע אפצאל פאר ווער עס וויל עס קומען זעהן און הנאה האבן. פארשטייט זיך אז ער נעמט זיך אויס אז מען זאל נישט צושפרייטן קיין בילדער און אודאי נישט ווידיאו דערפון ווייל אז יא וועט דאך שוין קיינער נישט באצאלן דערפאר און זיין גאנצע האריוואניע וועט גיין לטמיון,
קומט איינער א חכם א ״חוטא ולא לו״ און פארשפרייט גאר פראפעשענעל ווידיא פון די גאנצע זאך. איז מענטשן וועלן טאקע באוואונדערן זיין ארבייט און ער וועט באקומען אסאך קאמפלימענטס, אבער ער וועט למעשה אוועקגיין מיט גאר א גרויס שאדן און הארץ וויי. אבער יענער וועט שרייען איך האב א היתר פון א דיין וכו׳

איך האב אמאל געהערט פון ר׳ שמעלקא לייפער אין א דרשה אז ״להלכה מעג מען שטיין אויפן קארנער אן א קאפל מיט א נאקעטע בויך און קורצע הויזן אין עסן א גרויסן פיצא.״

נישט אלעס ענדיגט זיך להלכה. מה דעלך סני לחברך לא תעביד! פארוואס דארף דאס שטיין? זאל שטיין אז מען זאל זיך פירן ווי די תורה הייסט? נאר עס איז פשוט אז א קרוק וועט אייביג טרעפן א היתר וויאזוי צו הנאה האבן פון יענעם׳ס ארבייט אומזיסט, אדער אפטון יענעם, און אלעס מיט א בלעכענעם פנים אז ער איז נאך א צדיק ווייל ער טוט גאר ווי די הלכה הייסט!
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3051
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: נישט קאפיען סידיס, - װײל ״כ׳האב א אידישע געפיל!!!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

shimon7323 האט געשריבן:ווי האט יענער געזאגט איך פארשטיי אז די דארפסט צאלן שכר לימוד וכו. אבער איך דארף עס נישט באצלען.

יעצט און מיינער אויגן איז דער פרייזן פאר נייע סידיס ( בכלל פאר סאפטווער און דיגיטאל פיילס נישט נאר אידישע) זייער הויך וואס בעצם קאסט עס נישט אזוי סאך.

והיינו טעמא פון גאנווענן סאפטווער אויך. אויב וואלט עס געווען ביליגער וואלט מער מענטשן געצאלט און געקויפט, אבער פאר דער פרייז וואס סאיז יעצט וועל איך עס נישט קויפן בכלל.

וויפיל קאסט א סענדוויטש?
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: נישט קאפיען סידיס, - װײל ״כ׳האב א אידישע געפיל!!!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

צעת
די זאגסט גוט
אבער פאר איינער וואס האט שוין אסאך גע'גנב'טע סידי'ס איז זייער שווער עס צו גיין און אויסמעקן

ווען סאיז ווען שייך צו מאכן א דיעל (נישט פארן עס שוין האבן בגניבה נאר פאר קויפן אין באלק) לדוגמא אלע ד''ח ווייס טעיפס פאר 100-150 דאלער, אדער אלע ר יו''ח גר''וו פאר די זעלבע פרייז וכדו' וואלט עס געווען גרינגער צו צאלן 500 דאלער - אדער אפי' מער - איינמאל פאר אלעמאל און זיין מסודר
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5068
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: נישט קאפיען סידיס, - װײל ״כ׳האב א אידישע געפיל!!!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

shimon7323 האט געשריבן:ווי האט יענער געזאגט איך פארשטיי אז די דארפסט צאלן שכר לימוד וכו. אבער איך דארף עס נישט באצלען.

יעצט און מיינער אויגן איז דער פרייזן פאר נייע סידיס ( בכלל פאר סאפטווער און דיגיטאל פיילס נישט נאר אידישע) זייער הויך וואס בעצם קאסט עס נישט אזוי סאך.

והיינו טעמא פון גאנווענן סאפטווער אויך. אויב וואלט עס געווען ביליגער וואלט מער מענטשן געצאלט און געקויפט, אבער פאר דער פרייז וואס סאיז יעצט וועל איך עס נישט קויפן בכלל.

אויב דו פארשטייסט אז ס'איז אן עוולה צו קאפיען סי-דיס, האסטו גארנישט געזאגט.

לעצם הענין, איך בין נישט אינעם סי-די ליין, אבער איך שטעל מיך פאר אז די פסיכאלאגיע פון פרייע מארקעט היפט נישט איבער דעם ליין. אויב וואלט מען געקענט ווערן רייך פון די יעצטיגע פרייזן, וואלטן מסתמא געוויסע געבעטן ביליגער כדי ס'זאל גיין מער סחורה.

מ'קען אוודאי נישט ברענגען קיין ראיה פונעם אלגעמיינעם מוזיק מארקעט, פאר דער זעלבער סיבה פארוואס ציצית קאסטן מער ווי טי-שוירטס: ווייל ס'זענען דא ווייניגער אידן ווי גוים. דו שרייבסט נישט צי דו קאפיעסט בגניבה, אבער אויב יא, ביסטו ווארשיינליך א פאקטאר פארוואס מענטשן צאלן איבער פאר סי-דיס.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: נישט קאפיען סידיס, - װײל ״כ׳האב א אידישע געפיל!!!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:

;l;p-
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: נישט קאפיען סידיס, - װײל ״כ׳האב א אידישע געפיל!!!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

מים חיים האט געשריבן:צעת
די זאגסט גוט
אבער פאר איינער וואס האט שוין אסאך גע'גנב'טע סידי'ס איז זייער שווער עס צו גיין און אויסמעקן

ווען סאיז ווען שייך צו מאכן א דיעל (נישט פארן עס שוין האבן בגניבה נאר פאר קויפן אין באלק) לדוגמא אלע ד''ח ווייס טעיפס פאר 100-150 דאלער, אדער אלע ר יו''ח גר''וו פאר די זעלבע פרייז וכדו' וואלט עס געווען גרינגער צו צאלן 500 דאלער - אדער אפי' מער - איינמאל פאר אלעמאל און זיין מסודר

דאס איז אן ערנסטער פראבלעם און שטער פאר די װאס טרײען זיך אפצוהאלטן פון קאפיען,
איך האב שױן געזוכט אױב מ׳קען באקומען סינגל ניגונים פון אלבױם׳ס אנשטאט קױפן די גאנצע, אבער כ׳האב דערװײל נישט געטראפן אזא זאך, (גראדע מיט די הײנטיגע אלבױם׳ס איז אזױ, איך קױף די גאנצע אלבױם, און הנאה האב איך געװענליך נאר פון אפאר ניגונים....., שױן, אזױ גײט עס, דערװײל.....)
א געדאנק איז, אז די אפיציעלע מוזיק װעבסײטס זאלן אװעקשטעלן אזא כמו באנדל פאנד װאו מענטשן זאלן קענען באצאלן א אײנמאליגע סכום אױף װאס מ׳האט שױן, און מהיום והלאה באצאלן פאר די הנאה װאס מ׳האט פאר אסאך שעות,
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

תגובה דורך מתמודד »

מען קען. מען דארף נאר רעדן מיט די דיסטריביוטערס ווי מאסטלי מיוזיק און ניגון מיוזיק, זיי גיבן זייער גוטע דיעלס.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.

מתמודד האט געשריבן:

שכ׳ך פארן לאזן װיסן פאר די ברײטע ״אידישע װעלט״....
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: נישט קאפיען סידיס, - װײל ״כ׳האב א אידישע געפיל!!!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

זייער א שיינע און איבערצייגנדע ארטיקל, סאיז וויכטיג אנצומערקן אז די וואס קאפיען סידיס זענען על פי רוב אינטערנעט באנוצער און ווען זיי באנוצן זיך מיט סטרימינג סייטס אפילו די בחנמדיגע מאכן די זינגערס געלט אויף יעדע מאל וואס מהערט דארט מוזיק, אויב מהאלט נישט ביים צאלן זאל מען כאטש הערן אויף פלעצער ווי די זינגער באקומען כאטש עפעס א טובת הנאה.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אהבת ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 3:25 pm

Re: נישט קאפיען סידיס, - װײל ״כ׳האב א אידישע געפיל!!!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת ישראל »

וואס איז די איזריעילי מאויסטלי מיוזיק?
כמיין דארטן איז ביליגער די אלבומים
אוועטאר
נישט קיין רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 9:25 pm
לאקאציע: ביים שטענדער

Re: נישט קאפיען סידיס, - װײל ״כ׳האב א אידישע געפיל!!!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט קיין רעדנער »

טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:
מים חיים האט געשריבן:צעת
די זאגסט גוט
אבער פאר איינער וואס האט שוין אסאך גע'גנב'טע סידי'ס איז זייער שווער עס צו גיין און אויסמעקן

ווען סאיז ווען שייך צו מאכן א דיעל (נישט פארן עס שוין האבן בגניבה נאר פאר קויפן אין באלק) לדוגמא אלע ד''ח ווייס טעיפס פאר 100-150 דאלער, אדער אלע ר יו''ח גר''וו פאר די זעלבע פרייז וכדו' וואלט עס געווען גרינגער צו צאלן 500 דאלער - אדער אפי' מער - איינמאל פאר אלעמאל און זיין מסודר

דאס איז אן ערנסטער פראבלעם און שטער פאר די װאס טרײען זיך אפצוהאלטן פון קאפיען,
איך האב שױן געזוכט אױב מ׳קען באקומען סינגל ניגונים פון אלבױם׳ס אנשטאט קױפן די גאנצע, אבער כ׳האב דערװײל נישט געטראפן אזא זאך, (גראדע מיט די הײנטיגע אלבױם׳ס איז אזױ, איך קױף די גאנצע אלבױם, און הנאה האב איך געװענליך נאר פון אפאר ניגונים....., שױן, אזױ גײט עס, דערװײל.....)
א געדאנק איז, אז די אפיציעלע מוזיק װעבסײטס זאלן אװעקשטעלן אזא כמו באנדל פאנד װאו מענטשן זאלן קענען באצאלן א אײנמאליגע סכום אױף װאס מ׳האט שױן, און מהיום והלאה באצאלן פאר די הנאה װאס מ׳האט פאר אסאך שעות,

דאכט זיך מיר אז אויף עמעזאן קען מען יא קויפן איין ניגון אויף אמאל געב א קוק אזוי ווי דא איך ווייס נישט אויב אלע אבער עס איז דא געוויסע אלבוים'ס
https://www.amazon.com/dp/B08VWX5SVZ/re ... B08VWX5SVZ
לא איש דברים אנכי, ווער בין איך צו רעדן? אבער אפילו ווען איך האב געזאגט פארן מחותן אז איך גיי רעדן, האט ער אויך געפרעגט ווער ביסטו צו רעדן?! (מדברי הרב לאנגסאם אין תפיסה)
אוועטאר
פרישע קישקע
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 27, 2020 9:22 pm
לאקאציע: ביים רבינ'ס טיש
פארבינד זיך:

Re: נישט קאפיען סידיס, - װײל ״כ׳האב א אידישע געפיל!!!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קישקע »

shimon7323 האט געשריבן:ווי האט יענער געזאגט איך פארשטיי אז די דארפסט צאלן שכר לימוד וכו. אבער איך דארף עס נישט באצלען.

יעצט און מיינער אויגן איז דער פרייזן פאר נייע סידיס ( בכלל פאר סאפטווער און דיגיטאל פיילס נישט נאר אידישע) זייער הויך וואס בעצם קאסט עס נישט אזוי סאך.

והיינו טעמא פון גאנווענן סאפטווער אויך. אויב וואלט עס געווען ביליגער וואלט מער מענטשן געצאלט און געקויפט, אבער פאר דער פרייז וואס סאיז יעצט וועל איך עס נישט קויפן בכלל.

פארדעם גייסטי גנב'נען???
איך פארלאז אייוועלט
Potatoes
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 16, 2021 11:01 am

Re: נישט קאפיען סידיס, - װײל ״כ׳האב א אידישע געפיל!!!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potatoes »

פרישע קישקע האט געשריבן:

I don't know if it's גנבה
But it's really not nice to copy it
If you make any product you wanna make money on it is the solution to stop making CDs maybe
Potatoes are used in every kitchen and no one is allergic to it
Potatoes
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 16, 2021 11:01 am

Re: נישט קאפיען סידיס, - װײל ״כ׳האב א אידישע געפיל!!!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potatoes »

shimon7323 האט געשריבן:ווי האט יענער געזאגט איך פארשטיי אז די דארפסט צאלן שכר לימוד וכו. אבער איך דארף עס נישט באצלען.

יעצט און מיינער אויגן איז דער פרייזן פאר נייע סידיס ( בכלל פאר סאפטווער און דיגיטאל פיילס נישט נאר אידישע) זייער הויך וואס בעצם קאסט עס נישט אזוי סאך.

והיינו טעמא פון גאנווענן סאפטווער אויך. אויב וואלט עס געווען ביליגער וואלט מער מענטשן געצאלט און געקויפט, אבער פאר דער פרייז וואס סאיז יעצט וועל איך עס נישט קויפן בכלל.

Open a go found me for $16
Don't copy it
ספר If you need a
Will you also copy it? If yes disregard my message
Potatoes are used in every kitchen and no one is allergic to it
אוועטאר
קאַטשעלאַב
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 7:31 am

Re: נישט קאפיען סידיס, - װײל ״כ׳האב א אידישע געפיל!!!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאַטשעלאַב »

גרשון האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:ווי האט יענער געזאגט איך פארשטיי אז די דארפסט צאלן שכר לימוד וכו. אבער איך דארף עס נישט באצלען.

יעצט און מיינער אויגן איז דער פרייזן פאר נייע סידיס ( בכלל פאר סאפטווער און דיגיטאל פיילס נישט נאר אידישע) זייער הויך וואס בעצם קאסט עס נישט אזוי סאך.

והיינו טעמא פון גאנווענן סאפטווער אויך. אויב וואלט עס געווען ביליגער וואלט מער מענטשן געצאלט און געקויפט, אבער פאר דער פרייז וואס סאיז יעצט וועל איך עס נישט קויפן בכלל.

אויב דו פארשטייסט אז ס'איז אן עוולה צו קאפיען סי-דיס, האסטו גארנישט געזאגט.

לעצם הענין, איך בין נישט אינעם סי-די ליין, אבער איך שטעל מיך פאר אז די פסיכאלאגיע פון פרייע מארקעט היפט נישט איבער דעם ליין. אויב וואלט מען געקענט ווערן רייך פון די יעצטיגע פרייזן, וואלטן מסתמא געוויסע געבעטן ביליגער כדי ס'זאל גיין מער סחורה.

מ'קען אוודאי נישט ברענגען קיין ראיה פונעם אלגעמיינעם מוזיק מארקעט, פאר דער זעלבער סיבה פארוואס ציצית קאסטן מער ווי טי-שוירטס: ווייל ס'זענען דא ווייניגער אידן ווי גוים. דו שרייבסט נישט צי דו קאפיעסט בגניבה, אבער אויב יא, ביסטו ווארשיינליך א פאקטאר פארוואס מענטשן צאלן איבער פאר סי-דיס.

אין הכי נמי, ווען קיינער וואט נישט געקאפיעט וואלטן סי-די'ס געקענט זיין ביליגער. אבער דאס וואס דו זאגסט לגבי די פרייע מארקעט איז נישט קיין הכרח, ווייל אז אידיש נחת גייט בעטן 12$ וועט עס נישט צוריקהאלטן קיין קונים פון קויפן יונגערליך, וכן להיפך.

און אפי' פאר אידיש נחת אליין לוינט עס נישט, ווייל ביי דער וואס קאפיעט איז שייך דעם נעשה כהיתר, און דער וואס קויפט קויפט ממילא. אזוי אז אין די סי-די פעלד איז עס נישט פונקט ריכטיג. כנלענ"ד
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5068
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: נישט קאפיען סידיס, - װײל ״כ׳האב א אידישע געפיל!!!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

קאַטשעלאַב האט געשריבן:דאס וואס דו זאגסט לגבי די פרייע מארקעט איז נישט קיין הכרח, ווייל אז אידיש נחת גייט בעטן 12$ וועט עס נישט צוריקהאלטן קיין קונים פון קויפן יונגערליך, וכן להיפך.

הייסט עס דו ווילסט קויפן א סי-די פון יונגערליך, ווייל דו גלייכסט דעם קינדער כאר אין וואס די ארויסגעבער האבן אינוועסטירט שווערע ארבעט פון לאנגע חדשים, און דו שטעלסט זיי א פרייז פאר וועלכן זיי מוזן דיר עס געבן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
קאַטשעלאַב
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 7:31 am

Re: נישט קאפיען סידיס, - װײל ״כ׳האב א אידישע געפיל!!!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאַטשעלאַב »

גרשון האט געשריבן:
קאַטשעלאַב האט געשריבן:דאס וואס דו זאגסט לגבי די פרייע מארקעט איז נישט קיין הכרח, ווייל אז אידיש נחת גייט בעטן 12$ וועט עס נישט צוריקהאלטן קיין קונים פון קויפן יונגערליך, וכן להיפך.

הייסט עס דו ווילסט קויפן א סי-די פון יונגערליך, ווייל דו גלייכסט דעם קינדער כאר אין וואס די ארויסגעבער האבן אינוועסטירט שווערע ארבעט פון לאנגע חדשים, און דו שטעלסט זיי א פרייז פאר וועלכן זיי מוזן דיר עס געבן. אויב קאסט עס מער, גנב'עסטו עס.

שיין זעען מיר אויס.

חס ושלום, איך קויף סי-די'ס בכסף מלא.

איך האב בלויז געשריבן לגופו של ענין.
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: נישט קאפיען סידיס, - װײל ״כ׳האב א אידישע געפיל!!!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

גרשון האט געשריבן:
קאַטשעלאַב האט געשריבן:דאס וואס דו זאגסט לגבי די פרייע מארקעט איז נישט קיין הכרח, ווייל אז אידיש נחת גייט בעטן 12$ וועט עס נישט צוריקהאלטן קיין קונים פון קויפן יונגערליך, וכן להיפך.

הייסט עס דו ווילסט קויפן א סי-די פון יונגערליך, ווייל דו גלייכסט דעם קינדער כאר אין וואס די ארויסגעבער האבן אינוועסטירט שווערע ארבעט פון לאנגע חדשים, און דו שטעלסט זיי א פרייז פאר וועלכן זיי מוזן דיר עס געבן.

יא, געטראכט בערך די זעלבע, מענטשן טוען דורך פונקטליך װיפיל ס׳קאסט סידיס און פונקטליך װיפיל מ׳מעג יא אדער נישט בעטן, מ׳רעדט נישט אױב אײנער בעט א הונדערטער פאר א סידי, מ׳רעדט אראפ ארױף אפאר דאללער, יעדער מעג באשליסן װיפיל ער װיל בעטן פאר א זאך, װער ס׳װיל זאל קױפן, און װער נישט, נישט, די פרײז בארעכטיגט נישט דאס גײן און קאפיען אױף קײן שום פאל,
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
קאַטשעלאַב
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 7:31 am

Re: נישט קאפיען סידיס, - װײל ״כ׳האב א אידישע געפיל!!!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאַטשעלאַב »

טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
קאַטשעלאַב האט געשריבן:דאס וואס דו זאגסט לגבי די פרייע מארקעט איז נישט קיין הכרח, ווייל אז אידיש נחת גייט בעטן 12$ וועט עס נישט צוריקהאלטן קיין קונים פון קויפן יונגערליך, וכן להיפך.

הייסט עס דו ווילסט קויפן א סי-די פון יונגערליך, ווייל דו גלייכסט דעם קינדער כאר אין וואס די ארויסגעבער האבן אינוועסטירט שווערע ארבעט פון לאנגע חדשים, און דו שטעלסט זיי א פרייז פאר וועלכן זיי מוזן דיר עס געבן.

מ׳רעדט אראפ ארױף אפאר דאללער, יעדער מעג באשליסן װיפיל ער װיל בעטן פאר א זאך, װער ס׳װיל זאל קױפן, און װער נישט, נישט, די פרײז בארעכטיגט נישט דאס גײן און קאפיען אױף קײן שום פאל,

ריכטיג ביז גאר.

מיין תגובה איז געווען בנוגע די אופן וויאזוי מארקעטס ארבעטן.
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”