ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך צדק תרדוף » מאנטאג יוני 21, 2021 10:04 am
הערנדיג דעים נייעם ניגון אשא עיני פון אונזער שטערנדל דא אויפ׳ן וועלטל, וואלט איך געוואלט מיטטיילן מיט׳ן עולם מיינע 2 סענס וואס הגם איך בין נישט קיין קליינע פען פון זיין זינגען און אלעס ארום, אבער סאום האוו האט מיך דעי ניגון נישט ספעציעל געכאפט. כ׳וויל קלארמאכן, אז זינגען זינגט ער עס זייער גוט, אבער די קאמפאזישאן כשלעצמו איז נישט עפעס ווער ווייסט וואס, סך הכל צוויי קורצע פעלער, א נידריגע און א הויעכע, און נישט ספעציעלע מחודש׳דיגע תניעות, בנוסף לזה פאר זיין רענדזש וואלט ער געדארפט נעמען לכאורה 2 סקעילס העכער.. איך זאג עס נאר פאר נעקסט טיים...