עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
קוואל וואסער דברים כדרבונות
אשאד עס איז נישט דא קיין נגידים וואס האבן א ווארימקייט פאר אלטע אויטענטישע נגינה אדער אפשר איז יא דא מען דארף זיי נאר אנווארימען דערפאר
דאס איז זיכער אז מען טאר נישט לאזן עתיקין פאלן
אשאד עס איז נישט דא קיין נגידים וואס האבן א ווארימקייט פאר אלטע אויטענטישע נגינה אדער אפשר איז יא דא מען דארף זיי נאר אנווארימען דערפאר
דאס איז זיכער אז מען טאר נישט לאזן עתיקין פאלן
-
- שר האלף
- תגובות: 1162
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm
Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
סינישט אז זיי האבן נישט א ווארימקייט, סאיז אז זיי כאפן נישט די עמקות פון די תועלת דערפון, און זיי צאלן נעבעך הונדערטער מאל אזויפיל געלט פאר טעראפי און אנדערע לאחר-המעשה הילף, ווען זיי וואלטן פאר אפאר דאלאר געקענט אריינשיינען אזא אור אין צענדליגער טויזנטער אידישע שטובער לכתחילה.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
איך טראכט אז מיט די ריכטיגע מארקעטינג קען מען מאכן ממש א מהפכה.
עס זענען דא בתוכנו בעל בתיש'ע אידן און גבירים וואס לאזן זיך קאסטן ממון ודמים אויף צו קויפן א בגד, ספר אדער אנדערע חפצי קודש פון צדיקים הקודמים. אידן טוהן עס פאר די זכות שבו, פאר די כבוד שבו, אויף צו שפירן עפעס א קשר מיט די הייליגע צדיקים.
פארוואס זאל נישט זיין אז מ'זאל פארקויפן פאר איינעם די "הייליגע ניגון" פון קאנזיצער מגיד, אדער די התעררות רחמים רבים פון רבי מיכל זלאטשובער?
עס דארף ווען א מצב אז דער נגיד צו די חתונה פון זיינס א קינד זאל ער צוגרייטן די בענד מיט די זינגערס שיין אראפזינגן זיין ניגון וואס ער האט געקויפט. עס זאל געזינגן ווערן ביי די חופה און ביי די סעודה און נאך אמאל פאר די מצוה טאנץ וכו'.
אזוי צוביסלעך וועט מען קענען אריינברענגן די אלע הייליגע ניגונים מיט זייער השפעות אריין אין אונזערע דור יתום.

ווייל מיט א בגד אדער ספר קען ער זיך באווייזן און באקומען קלאפעס אין רוקן און אטענטשן משא״כ מיט א פארקוועטשע ניגון׳דל
דביה תחדי נפשא
Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
פונקט ווי מ'האט געמאכט מיט די חפצים און ספרים קען מען אויך מאכן אז ער זאל קליגן קלאפעס און אטענטשן פאר'ן אויפפרישן א הייליגע ניגון ביים חופה.
פאר'ן ברענגן זינגער פלוני, בדחן אלמוני און שפילער זלוני באקמוט ער דאך זיין אטענטשן, אויב אזוי דארף גאנץ גרינג זיין אז ער זאל באקומען די זעלבע פאר'ן "מחדש זיין א הייליגע ניגון".
פאר'ן ברענגן זינגער פלוני, בדחן אלמוני און שפילער זלוני באקמוט ער דאך זיין אטענטשן, אויב אזוי דארף גאנץ גרינג זיין אז ער זאל באקומען די זעלבע פאר'ן "מחדש זיין א הייליגע ניגון".
Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
derech eretz האט געשריבן:ווען עס וואלט געווען מער פארשפרייט, אפשר אויך אויף אידיש, מיט א גרינגע וועג צו הערן/טרעפן די ניגונים (אפשר א וועבזייטל אדער א האטליין?), וואלט מען מסתם גרינג געקענט טרעפן עדווערטייזערס צו קאווערן די הוצאות, כהיום ווייסן גאר ווייניג דערפון.
ס'איז דא א האטליין
לעצם הענין, א פשוט'ע אנליין קאמפיין קען מען דאך זיכער מאכן, אזויפיל אידן דא זענען גרייט צו טון דערפאר, איך זע נישט פארוואס מ'זאל נישט קענען שאפן אפאר טאלער אויף דעם וועג, יעדן טאג שאפן רעכל און מעכל אלפים דורך אפאר לינקס.
Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
מצב כללי האט געשריבן:קוואל וואסער דברים כדרבונות
אשאד עס איז נישט דא קיין נגידים וואס האבן א ווארימקייט פאר אלטע אויטענטישע נגינה אדער אפשר איז יא דא מען דארף זיי נאר אנווארימען דערפאר
דאס איז זיכער אז מען טאר נישט לאזן עתיקין פאלן
בעבר איז געווען א איד ואס האט געספאנסערט די חבריא חבורה פון אחים ניילנדר
Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
loyodea האט געשריבן:
לעצם הענין, א פשוט'ע אנליין קאמפיין קען מען דאך זיכער מאכן, אזויפיל אידן דא זענען גרייט צו טון דערפאר, איך זע נישט פארוואס מ'זאל נישט קענען שאפן אפאר טאלער אויף דעם וועג, יעדן טאג שאפן רעכל און מעכל אלפים דורך אפאר לינקס.
נו, קריינא דאיגרתא.
סתם א שרייבער
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
אמאל האב איך געהערט אז ר' אברהם שמואל גראס פון טראנטא לאזט זיך קאסטן פאר אזלעכע פראעיקטן.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
קוואל וואסער האט געשריבן:דער חפץ חיים זצ"ל האט א לאנגע שמועס וועגן געלט וואס עשירים געבן אויס וכו' וכו'
דא קען מען זאגן, אז ווען עשירים זענען זוכה צו אויפטאן מיט זייער געלט פאר'ן דור, וואלטן זיי געגאסן רבבות אויף אזעלכע פראיעקטן, וואס מיט אביסל ארבייט דורך יחידים קען מען אויפטאן אן א שיעור אריין צו ברענגען א ווארימקייט און אמאליגקייט אין די יונגערע דורות, בשעת זיי ווערן געפיטערט אך ורק תש21 מאכערייקעס מיט אלע גלאנציגע גליטער און נאכדעם דארף מען שפענדן מיליאנען אויף מיליאנען צו פרובירן אוועקנעמען די שאדנס ר"ל.
וויאזוי קענען קלוגע עשירים לאזן עתיקין באנקראטירן? פארוואס דארף הרב רוס שליט"א קראצן א גרייצער אויף א גרייצער ארויסצוגעבן ניגונים פון הייליגן בארדיטשובער??!?!?!
וויפיל בערג און בערג תש21 "נעגינע" דארף זיך א בחור אנהערן ביז ער קען הערן א פינטעלע תנועה פון הייליגן קדושת לוי!!!
דאס האט דער חפץ חיים געזאגט, משפענדט נעבעך אוצרות אויף אוצרות פאר שטותים און גשם, ווען מ'קען מיט קליין געלט ראטעווען וועלטן.
איך האב גארנישט מיט דעם און יענעם, אבער די שמועס מיט הרב דוד מאיר רוס שליט"א האט מיך מממש צושאקלט און צוטרייסלט. פאר די ניגונים פון דעם קודש הקדשים סניגורן של ישראל דארף ער זיך מוטשען אפילו איין טאג? פארוואס באגיסט מען אים נישט מיט געלט??????????????????? פארוואס האט איר דאס געלט, פאר קומזיצן ביים סווימינג פול? פאר טעראפי שפעטער? געוואלד און געשריגן!
אידן, רחמנים בני רחמנים, איר האט געלט, איר האט א שפע, פארוואס נישט ראטעווען וויפיל עס לאזט זיך דורך די הייליגע נגינה פון ליזענסק, זלאטשוב, בארדיטשוב, וכהנה וכהנה, פאר ווייניגער געלט ווי די לוקסוס מוזיק ביי איין מעכטיגע חתונה קען די ניגונים פון הייליגן קדושת לוי זי"ע אייננעמען די גאנצע אידישע וועלט!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
ווער ווייסט וויפיל מיליאנען אין טעראפי איר קענט איינשפארן!!!
ווער קען אפשאצן אייער שכר בזה ובבא!!!!!!!!!
ווער קען אפשאצן וויפיל ערליכע אידישע דורות איר ראטעוועט אפ ביז ביאת המשיח!!!!!!!
איך האב א שטארקן געפיל צו אמאליגע אויטענטישע נגינה, אבער דער מציאות איז אויב מ'האט נישט קיין געפיל דערצו זעה איך נישט פארוואס עמצער זאל אויסגעבן דערויף געלט. לדעתו איז עס נישט וויכטיג, נישט אינטרעסאנט און ס'רעדט נישט צו אים. מ'דארף פארשטיין דעם נגיד אז אים אינטרעסירט נישט קיין עתיקין און נישט די ניגונים. פארקערט, ס'קריכט אים אין די אויערן און ער קען עס בכלל נישט הערן.
ברענג אים אריין א טעם דערפון (אויב ס'איז פאראן אזא זאך), וועט ער געבן אוצרות געלט.
Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
אוואו איז די אמריקאנע נומער פון עתיקין??
די עיקר איז מחשבה דיבור ומעשה בלתי לה' לבדו (ר' אהרן מטשערנאבל)
Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
איך בין געוואור געוואקען פין דעם אשכול א פאר טעג צורוק - ווייסט איינער אפשר וואו איך קען באקומען אלע ניגונים אין גליונות וואס עתיקין האט שוין ארויסגעגבן - איך האב געשוקט א אימעיל אין קיינער ענטפערט נישט
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19773
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
אור לשמים האט געשריבן:איך בין געוואור געוואקען פין דעם אשכול א פאר טעג צורוק - ווייסט איינער אפשר וואו איך קען באקומען אלע ניגונים אין גליונות וואס עתיקין האט שוין ארויסגעגבן - איך האב געשוקט א אימעיל אין קיינער ענטפערט נישט
דא אין דעם אשכול איז דא לינקס צי אלע גליונות
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
איך זעה נישט דער לינק
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19773
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
אור לשמים האט געשריבן:איך זעה נישט דער לינק
https://drive.google.com/file/d/1VKtRpN ... p=drivesdk
https://drive.google.com/file/d/1NEMoFa ... p=drivesdk
https://drive.google.com/file/d/1kKEsvY ... p=drivesdk
https://drive.google.com/file/d/1tnPG4V ... p=drivesdk
https://drive.google.com/file/d/1X0l9eY ... p=drivesdk
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
לינקס צו דער נגינה ???
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19773
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
אור לשמים האט געשריבן:לינקס צו דער נגינה ???
אינעם גליון זענען דא לינקס צו די ניגונים
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
אפשר קען מען טוישן די אויסשטעל פון די גליון אז עס זאל האבן נאר פיר בלעטער און ארויסקומען וועכענטליך, אזוי קען מאכן א איינמאליגע בעקגראונד אויסשטעל און ס׳וועט נישט דארפען קאסטען יעדען מאל עקסטער ריזיגע סכומים דער דיזיין (פארשטייט זיך אז עס וועט נאך אלטס קאסטן דאס אפדריקען און אויף דעם וועט מען נעמען ספאנסערס).
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
אויב זיי ווילן דוקא מאכן א דבר השלם, און בעארבעטן 30/40 ניגונים, קענסטו זיי זאגן מאך נאר 10 ניגונים?
דער פובלישער שפירט אז אויב נישט פערפעקט איז עס גארנישט ווערד.
דער פובלישער שפירט אז אויב נישט פערפעקט איז עס גארנישט ווערד.
- נאר מיט שמחה
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8010
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am
Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
יאפין האט געשריבן:אפשר קען מען טוישן די אויסשטעל פון די גליון אז עס זאל האבן נאר פיר בלעטער און ארויסקומען וועכענטליך, אזוי קען מאכן א איינמאליגע בעקגראונד אויסשטעל און ס׳וועט נישט דארפען קאסטען יעדען מאל עקסטער ריזיגע סכומים דער דיזיין (פארשטייט זיך אז עס וועט נאך אלטס קאסטן דאס אפדריקען און אויף דעם וועט מען נעמען ספאנסערס).
אויבן אויף זעהט עס אויס א גוטע געדאנק, אבער כ'טראכט אז נישט נאר איינער ארבעט דערויף, נאר א גאנצע גרופ פון שרייבערס. און מ'האט צייט אגאנצן חודש צו ארבעטן דערויף. לפי"ז אפשר קעמען מאכן יעדע וואך א צווייטער שרייבער... שוין, עלעך ווארטן אויף די מבינים...
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
- סבלנות
- שר חמש מאות
- תגובות: 815
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 11, 2018 8:26 am
- לאקאציע: עולם העשייה
Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
אמר רבי עקיבא: כל ששמועו מרובה ושמועו מועט, תפשתה המרובה - לא תפשתה, תפשתה המועט - תפשתה" (ספרא, מצורע).
איך בין מציע אז מ'זאל ארויס נעמען דעם אריטקל נאר דריי מאל א יאר, יעדער פיר חודשים.
איך בין מציע אז מ'זאל ארויס נעמען דעם אריטקל נאר דריי מאל א יאר, יעדער פיר חודשים.
עס האלט שוין ביי 459 גוטע שיינע הערליכע גערער ניגונים (אהן מוזיק / מיט מוזיק / נאר מוזיק).
אנקעטע: 'ניגוני ר' יעקב תלמוד ז"ל ותלמידיו - מי ומי ההולכים?'
אשכול: 'די קלאסישע מוזיק ווינקל'
[email protected]
אנקעטע: 'ניגוני ר' יעקב תלמוד ז"ל ותלמידיו - מי ומי ההולכים?'
אשכול: 'די קלאסישע מוזיק ווינקל'
[email protected]
Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
סבלנות האט געשריבן:אמר רבי עקיבא: כל ששמועו מרובה ושמועו מועט, תפשתה המרובה - לא תפשתה, תפשתה המועט - תפשתה" (ספרא, מצורע).
איך בין מציע אז מ'זאל ארויס נעמען דעם אריטקל נאר דריי מאל א יאר, יעדער פיר חודשים.
און וויאזוי לעזט דו דער פראבלעם פון געלט (פאר דעזיין)?
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
From: ATIKIN NEGINA ***********@gmail.com
Sent: Sunday, August 15, 2021 10:57 AM
*****************To
Subject: Re: וואס גייט פאר?
מיר שטעלן עס אויס אנדערש, עס זאל זיין גרינגער, שנעלער און ביליגער די ארבייט. ווייל ערנסטע געלט פון דעם דערווייל זעהט מען נישט.
מיר האפן נעקסטע וואך אנצופאנגען מיט א לייכטערע וועכענטליך אויסגאבע.
בכבוד רב,

לעצט פארראכטן דורך Zeltzer אום דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 5:27 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
- נאר מיט שמחה
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8010
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am
Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
מיר קוקן זייער ארויף אויף א ימים נוראים עתיקין, ווי קעמען אזאנס אויסלאזן? וה' הטוב ירחם.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
ס'גייט אי"ה ארויסקומען אין די טעג א "סליחות גליון".
א וואך דערנאך א "ר"ה" גליון"
און דערנאך א "יו"כ גליון"
און דערנאך - אויב כ'האב גוט פארשטאנען פונעם מו"ל - אויך א "סוכות גליון"
ונזכה ונחי'ה ונראה, ונשמע טובה וברכה...
א וואך דערנאך א "ר"ה" גליון"
און דערנאך א "יו"כ גליון"
און דערנאך - אויב כ'האב גוט פארשטאנען פונעם מו"ל - אויך א "סוכות גליון"
ונזכה ונחי'ה ונראה, ונשמע טובה וברכה...
הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַס פון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור