עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר האלף
- תגובות: 1268
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
- לאקאציע: אין קאנפערענס רום
Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
זייער א שטארקע ארבעט.
בעיקר די מקורות פון די ניגונים, למשל אזי בשלישי פון ווי סקימט, די נוסחאות ארום אהבה רבה סאטמאר, איז שטארק. שכח פאר אלע וואס לייגן אריין כוחות דערין.
איך האף זיך נאך צי דערלערנען אפאר ניגונין אויף דעם יום טוב.

.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
איז דא א לינק אראפ צו לאדירן אלע ניגונים פון עתיקין #5?
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19773
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
בן בוזי האט געשריבן:איז דא א לינק אראפ צו לאדירן אלע ניגונים פון עתיקין #5?
https://www.jumbomail.me/l/he/gallery/4 ... 3838673D3D
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
דאנק גדול ונורא
Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
די לאנגע ניגון פון אמרי שאול איז דאך מורא'דיג! איבערגעהערט צענדליגע מאל, נישט געקענט סטאפן.
אקדמות פון גור און זענען גאר רייכע סחורה, אפאר פון זיי קען איך, גראדע האבן די חברה אויסגעפיקט פון די בעסטע יארן, טען פוינטס! דער אמשינוב'ער אקדמות וואס שטאמט נאך פון ווארקא איז עפעס אן עקסטערע תענוג.
קרוץ מחומר פון פיניע חזן איז דאך אזא מין שיינע יצירה, א שאד ס'איז נאך קיינמאל נישט געווארן אראפגעזינגן די גאנצע, אפשר בזכות עתיקין וועט מען נאך אמאל זוכה זיין דערצו. אויך האב איך אויסגעהערט די 3 נייע ניגונים וואס מ'האט געטראפן פון די נאטן פון די קשאנוב'ער חזן באקאן, ס'איז דאך אזוי מוזיקאליש און הארציג, ס'באנעמט פשוט אלע סטרונעס פון הארץ, הלוואי זאלן די חברה ארויסגעבן אלע נאטן וואס איז דא פון אים.

ס'איז אומבאשרייבלעך דו געוואלדיגע קונצליכער ארבייט וואס ליגט דא אין דעם גליון עתיקין
לעצט פארראכטן דורך זסבה אום דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:08 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- להודות ולהלל
- שר האלף
- תגובות: 1911
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am
Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
שיר עתיק יומין שהייתה מושרת בפי רבבות חסידי גור בפולין, בעת נסעם לראות את פני הקודש בחצר גור שבפולין.
יאדום חסידים
יאדום חסידים
- אטעטשמענטס
-
- יאדום חסידים.jpg (664.03 KiB) געזען 2196 מאל
Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
אינעם גליון 4 האב איך זייער הנאה געהאט צו הערן דעם רבונו של עולם אויף ספירה פון זיידל ראוונער
איך האב געקענט דעם הנני מוכן פון זיידל׳ן, נישט געוויסט ער האט אויך א רבונו של עולם
איז דא נאך א רעקארדונג פונעם ניגון? עס איז אביסל שווער זיך אויסצולערנען פון די רעקארדונג פונעם גליון ווייל די הארמאני איז צומאל העכער די מעלאדיע
יישר כח
איך האב געקענט דעם הנני מוכן פון זיידל׳ן, נישט געוויסט ער האט אויך א רבונו של עולם
איז דא נאך א רעקארדונג פונעם ניגון? עס איז אביסל שווער זיך אויסצולערנען פון די רעקארדונג פונעם גליון ווייל די הארמאני איז צומאל העכער די מעלאדיע
יישר כח
Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
נאך א מזל איך בין אויפגעסיינט ביי אימעיל צו באקומען דעם גליון, פון וואנעט דען וואלט איך געהאט א מושג אז איך קען האבן א חלק אין די געוואלדיגע פראיעקט, דורך שטיצן מיט אפאר דאלער. ס'איז מיר א שטארקע זכי'. [פארוואס לייגט מען נישט דא א לינק, אפשר האט מען יא?]
און א פערזענליכע בקשה פאר ר' מיילעך צוויבל, [איינס פון אסאך גילויים פון עתיקין] דער אייבערשטער האט אייך געגעבן אן אומגעהויערע מתנה מיט אייער שטימע און געפיל, ביטע זייט מהנה כלל ישראל דערמיט נאך און נאך, אידן טוען תשובה מיט אייער נגינה.

- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35245
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
איך הער און הער, די גרעסערע העלפט זענען מיר חידושים, כאטש וואס מיר האב מיר שוין פון לאנג א שבועות קאלעקציע פון אלע מינים.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8100
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
נישט נארמאל וואס דא גייט פאר. wow!
ס׳שווער צי זיך מצמצם זיין און רעאגירן. ווען מען קען עס ווען ארויספרינטן אינאיינעם מיט די ריקארדינגס...
ממש אן עונג, פול מיט חידושים. א ריזיגן דאנק.

צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
מצב כללי האט געשריבן:אינעם גליון 4 האב איך זייער הנאה געהאט צו הערן דעם רבונו של עולם אויף ספירה פון זיידל ראוונער
איך האב געקענט דעם הנני מוכן פון זיידל׳ן, נישט געוויסט ער האט אויך א רבונו של עולם
איז דא נאך א רעקארדונג פונעם ניגון? עס איז אביסל שווער זיך אויסצולערנען פון די רעקארדונג פונעם גליון ווייל די הארמאני איז צומאל העכער די מעלאדיע
יישר כח
רבוש"ע ספירה - זיידל ראוונער
- הרבטייטעלבוים
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6377
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
- לאקאציע: שתולים בבית ד'
Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
איך האף מגיב צו זיין נאך יו"ט.
אבער בלא כלום אי אפשר שוין לאנג נישט געהאט אזא תוכנ'דיגע זאך, נישט נאר מלא תוכן נאר אוכעט ברענגט עס א מדריגה העכער און אידישקייט און עבודת ה' תחזקנה ידיכם.
אבער בלא כלום אי אפשר שוין לאנג נישט געהאט אזא תוכנ'דיגע זאך, נישט נאר מלא תוכן נאר אוכעט ברענגט עס א מדריגה העכער און אידישקייט און עבודת ה' תחזקנה ידיכם.
Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
בית המשתה האט געשריבן:מצב כללי האט געשריבן:אינעם גליון 4 האב איך זייער הנאה געהאט צו הערן דעם רבונו של עולם אויף ספירה פון זיידל ראוונער
איך האב געקענט דעם הנני מוכן פון זיידל׳ן, נישט געוויסט ער האט אויך א רבונו של עולם
איז דא נאך א רעקארדונג פונעם ניגון? עס איז אביסל שווער זיך אויסצולערנען פון די רעקארדונג פונעם גליון ווייל די הארמאני איז צומאל העכער די מעלאדיע
יישר כח
רבוש"ע ספירה - זיידל ראוונער
WOW, אבנארמאל שיין, יישר כח
Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
האב איך געמיינט איך בין א שטיקל ידען אין נגינה, אמער, איך קען דאך אזי בשלישי, אבער דער גליון האט מיר צואווארפן מיינע דמיונות, חידושים וואס לא ידעתי מעולם, די ויהי בנסוע פון זיידל ראוונער, בריך שמיה פון חזן טוביאנסקי און נאך הערליכע שטיקלעך, וועל איך מיר מוזן נעמען צו די עבודה, אבער נאר עטליכע הערות (לפי די נומערן פון די ניגונים):
1) לדעתי - אנדערש פונעם כותב - איז די ריכטיגע גירסא פונעם ניגון ווי געזונגען דורך חסידישע אוצרות (1:1), (עכ"פ לויטן סאטמארן נוסח, לגבי דעם גאליציאנעם נוסח קום איך נישט מכריע זיין) ווי געשמועסט דא, כאטש וואס שוין לאנגע יארן וואס מ'זינגט אין סאטמאר אויף אראפ ביי אלע פיר מאל וואס מ'זינגט די פאל, איז דאס נישט מער ווי א פשוטער טעות לדעתי
אויף רעקארדינג (1:4) חוץ די פאלשע תנועה ביים איבער'חזר'ן די הויכע פאל, איז דא נאך א פאלשע תנועה ביים גיין פון די נידעריגע פאל צום הויכן פאל, די זעלבע פאלשע תנועות קען מען הערן דאאויפן דריטן טרעק
2) די הויכע פאל זינגט ר' יחזקאל ז"ל אביסל אנדערש ווי אנעים זמירות, בעיקר אינמיטן דעם פאל ווי עס גייט אראפ זינגט ער עס נידעריגער ווי אנעים זמירות, איך ווייס נישט אויב בדווקא
3) וואספארא תל וויזניץ האט געמאכט מיט דעם אזי בשלישי איז אנבעליוועבעל, אויכעט חזן האס צופאטשקעט שטארק דעם ניגון
לא תחמוד זענען פארשטייט זיך דא אסאך, ווי למשל יאסעלע ראזנבלאטס שטיקל, און אויך דעם הערליכן ניגון פון ר' משה גאלדמאן ז"ל, איך פארשטיי אז די מערכת האט בעיקר אויסגעוועלט די ווייניגער באקאנטע (הגם ביי קה קלי האבן זיי יא אריינגעריקט ר' משה'ס ניגון)
המשך יבוא בל"נ אויב עס וועט זיין וואס

להודות ולהלל האט געשריבן:שיר עתיק יומין שהייתה מושרת בפי רבבות חסידי גור בפולין, בעת נסעם לראות את פני הקודש בחצר גור שבפולין.
יאדום חסידים
שכוח פאר דעם ניגון פון אלטן היים אין פולין,
אלס אפשטאמיגער פון גורער חסידים
כ'זוך עס שוין יארן...
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
בית המשתה האט געשריבן:מצב כללי האט געשריבן:אינעם גליון 4 האב איך זייער הנאה געהאט צו הערן דעם רבונו של עולם אויף ספירה פון זיידל ראוונער
איך האב געקענט דעם הנני מוכן פון זיידל׳ן, נישט געוויסט ער האט אויך א רבונו של עולם
איז דא נאך א רעקארדונג פונעם ניגון? עס איז אביסל שווער זיך אויסצולערנען פון די רעקארדונג פונעם גליון ווייל די הארמאני איז צומאל העכער די מעלאדיע
יישר כח
רבוש"ע ספירה - זיידל ראוונער
א הארציגן יישר כח
האסט מיך מהנה געווען
Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
להודות ולהלל האט געשריבן:שיר עתיק יומין שהייתה מושרת בפי רבבות חסידי גור בפולין, בעת נסעם לראות את פני הקודש בחצר גור שבפולין.
יאדום חסידים
איך האב מיך געוואונדערט וועלכע ניגון גיי איך הער אויף פויליש.. אבער וואט עי סורפרייז, דער ניגון איז עפעס מורא'דיג דערהויבן, ס'הייבט, ס'איז מלא ווארעמקייט און געגועים מיט א לעבעדיגקייט, באמת א שכוח
Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
להודות ולהלל האט געשריבן:שיר עתיק יומין שהייתה מושרת בפי רבבות חסידי גור בפולין, בעת נסעם לראות את פני הקודש בחצר גור שבפולין.
יאדום חסידים
זיס!

זעירא האט געשריבן:להודות ולהלל האט געשריבן:שיר עתיק יומין שהייתה מושרת בפי רבבות חסידי גור בפולין, בעת נסעם לראות את פני הקודש בחצר גור שבפולין.
יאדום חסידים
זיס!
גא"מ פיינעם אפליפטעד זמר
- אליקים געציל
- שר חמש מאות
- תגובות: 798
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 11:42 am
- לאקאציע: אין i-בערשטענס וועלטל
Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
Who knows האט געשריבן:בין איך דער איינציגער וואס האט עס נישט באקומען אויף אימעיל?
גא"מ
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35245
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
להודות ולהלל האט געשריבן:שיר עתיק יומין שהייתה מושרת בפי רבבות חסידי גור בפולין, בעת נסעם לראות את פני הקודש בחצר גור שבפולין.
יאדום חסידים
צוקער זיס.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- אברהם אלבוים
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 423
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 10:45 am
Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
farshlufen האט געשריבן:צוקער זיס.
קאצקע צוקער
Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
איך פארשטיי נישט. וואלט איך דא אהער געברעגנט א גראם אויף ענגליש וואס חסידים האבן געזינגן אויף'ן וועג קיין קרית יואל וואלט מען אויך געזאגט "צוקער זיס"??
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19773
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה
וואנעט איז דער אשכול פארפארן? ביטע זיך האלטן ארום דעם גליון עתיקין און אירע ארטיקלען. ייש"כ