עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

מצלמה האט געשריבן:ער מיינט די ספרדישע אראבישע סלסולים (דרייעכצן), וואס מיינט מקאם צבא, מקאם ביאת?

פון יענע לינק, איינער זינגט אראפ אלע מאקאמס. הערליך!!!

https://www.dropbox.com/s/40ce50bi847qylm/pp.mp4?dl=0
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

נא_שכל האט געשריבן:

זעה דעם פי די עף, מער ווייניגער דעקן זיי עס גוט. (קומט פון http://old.piyut.org.il/articles/59.html)
מבוא לתרבות המקאם - הזמנה לפיוט-compressed.pdf
(131.22 KiB) געווארן דאונלאודעד 114 מאל
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

חמרא האט געשריבן:איז דא א וועג צו דאונלאודען אלע ניגונים אויף איינמאל צו גוגל דרייוו?

להוי ידוע אז ווען מ'מאכט די גאנצע דאונולאוד קומען נישט מיט אלע פיילס. סך הכל איז דא 49 פיילס (ניגונים).
די דאונלואוד גיט נאר 47.
2 קומען נישט מיט. מ'דארף עס דאונלאודן באזונדער.

01 01-01_בר_יוחאי_בנוסח_חסידי_קרלין_ בירושלים
02 01-02_בר_יוחאי_בנוסח_ספרדי_מקורי
03 01-03_בר_יוחאי_ממרן_האמרי_חיים_זיע
04 01-04_בר_יוחאי_מודז'יץ עתיקים
05 02-01_בר_יוחאי_קרלין_מהתקליט ניגוני קרלין
06 03-01_בר_יוחאי_-_אדמו''ר_מסטוטשין זצ"ל
07 03-02_בר_יוחאי_-_אדמו''ר_מסטוטשין
08 03-03_בר_יוחאי_-_אלבום_ניגוני_בית דזיקיוב
09 03-04_מה_ידידות_-_ר'_יחזקאל_וואגשאל
10 04-01_ניגון_בר_יוחאי_לרבי_מרדכי_מנדבורנה
11 04-02_ניגון_בר_יוחאי_נדבורנא_בחופה
12 04-03_ניגון_שזימר_ר'_משה_מידנער-
13 04-04_ניגון_הר''מ_מנדבורנא_מושר_ בחצר סלונים
14 05-01_בר_יוחאי_-_מושר_ע''י_יאסעלע_מאנדלבום
15 05-02_בר_יוחאי_לקדושת_ציון,_מושר_על_משה חיים מאנדלבוים
16 05-03_מושר_עי_ר'_שאול_הוטערער_בר_יוחאי
17 06-01_ניגון_בר_יוחאי_לרבי_בעריש_ווישאווער_וויזנניץ
18 07-01__ניגון_התעוררות_לרבי_שמואל_קאמאדער
19 07-02_מושר_על_ידי_ר'_מנחם_מענדל_וויינשטיין
20 07-03_ניגון_לרבי_שמואל_קאמאדער_על ק-ה זכות אבות
21 07-04_ניגון_התעוררות_לרבי_שמואל_קאמאדער דושינסקיא
22 07-05__ניגון_רבי_שמואל_קאמאדער_מושר ע"י ר' ישראל שטיינווארצל
23 08-01_רבש''ע_ספירה_ר'_יושע_קורנבליט
24 08-03_וספרתם_-_משה_וואהלבערג,_לחן ירוחם הקטן
25 08-04_הנני_מוכן_-_ראוונער,_מקהלת_ שירה
26 08-05_רבוש''ע_-_זיידל_ראוונער
27 08-06__רבש''ע_ספירה_לחן_טוביאנסקי מושר ע"י איטשע שטרום
28 08-07_רבוש''ע_-_טאביאנסקי,_ר'_אלימלך צוויבל
29 09-01_סגולתי_של_ר'_מענדל_קורץ ראפשיץ צאנז
30 09-02_ההקדמה_של_ר'_מענדל_קורץ
31 09-03_קל_מסתתר_האדמור_מסטוטשין
32 09-04_מה_ידידות_-_הרה''ח_ר'_ירמי'' דאמן
33 09-05_סגולתי_מעליץ
34 09-06_אותו_ניגון_מר'_וואלף גליק_ על ממקומך
35 09-07_סגולתי _באבוב
36 09-08_-סגולתי_משה_גולדמן אלבום שומרים
37 10-01_על_הראשונים_-_יום_א'_דפסח
38 10-02_על_הראשונים_-_מיום_ב'_דפסח_
39 11-01_ר'_העניך_בלאזיב'ער-כל_חמירא
40 11-02_הודו_אפטא_ר'_אברהם_יעקב_טייטלבוים
41 11-03_הודו_אפטא_-_ר'_זושא_העשיל_זל
42 11-04_אל_גינת_אגוז_-_ר'_שמעון_לאנדא בחיידר
43 11-05_די_מאמע_האט_געהייסן_בשם_המנחת אלעזר
44 11-06_אז_ביום_השביעי_-_ר'_שמואל_הורוויץ מעליץ
45 11-07_אחד_מי_יודע_-_ר'_יחזקאל_וואגשאל
46 11-08_חסל_סידור_פסח_-_אדמו''ר_מסקולען זצ"ל
47 11-09_חסל_סידור_פסח_-_סאדיגורא
48 11-10_ברח_דודי_-_הרב_מפאטיק_ז''ל
49 11-11_פתחו_לי_-_ר'_בערל_גאלדמאן
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

ריכטיג. 2 לינקס זענען בטעות נשמט געווארן און מ'האט עס נישט געקענט צולייגן צים פאלדער
אויף די דראפבאקס פייל פאריגע בלאט איז יא דא אלע.

די 2 וואס פעלן זענען סגולתי באבוב (09-07) און רבוש"ע ר' איטשע שטרום (08-06)

איין ניגון גראדע, ביים ניגון פון ר' שמואל קאמאדער זי"ע, ווי ס'זינגט עס ר' ישראל שטיינווארצל שליט"א (07-05) איז די לינק אויך נישט אריין אין גליון
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

איינס האט געשריבן:וואס ער שרייבט טון. ואצל הספרדים יש היכולת והמסורת לשיר גם בהפרש קטן מזה, של רבע טון, מה שאין פה האשכנזי יכול לזמר, ואין אוזנו יכולה לשמוע.

איז עס טאקע אזוי?

זוך דערוועגן אין די סקעילס אשכול.
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:ריכטיג. 2 לינקס זענען בטעות נשמט געווארן און מ'האט עס נישט געקענט צולייגן צים פאלדער
אויף די דראפבאקס פייל פאריגע בלאט איז יא דא אלע.

די 2 וואס פעלן זענען סגולתי באבוב (09-07) און רבוש"ע ר' איטשע שטרום (08-06)

איין ניגון גראדע, ביים ניגון פון ר' שמואל קאמאדער זי"ע, ווי ס'זינגט עס ר' ישראל שטיינווארצל שליט"א (07-05) איז די לינק אויך נישט אריין אין גליון

ריכטיג. אז מ'ליינט דורך דעם גליון, קען מען עס דירעקט דאונלאודן.
סך הכל דארף זיין 49 פיילס לכאו'
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

רבותי, כנראה זענען דא אסאך ליינער וואס האבן הנאה געהאט פון די לעצטע 2 גליונות אבער האבן נאך נישט איבערגעלאזט קיין פיעדבעק, בעיקר הגהות, הארות און פארשטייט זיך קריטיק...

די קומענדיגע גליון לכבוד שבועות גרייט זיך בע"ה ארויסציקומען קומענדיגע וואך (דינסטאג-מיטוואך), ביטע לאזט איבער אייערע קאמענטארן. מיר ווארטן צי הערן פון אייך. יישר כח.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

וואס האסטו געוואלט?

א ווי אלע אידישע קינדער האב מיר געהאט קיין קאפ אויפן פלאץ אום ל"ג בעומר, העמיר דארפן צוריק קומען פאר שבועות צו קאמענטירן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

גערעכט.

נישט קיין תירוץ פאר די פסח גליון..
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:54 am

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בחורהזעצער »

איך האבן זייער הנאה געהאט פון די פארגאנגענע גליונות, איך האב איבערגעהערט אלע ניגונים עטליכע מאל, אבער אין די וואכן טעג האב איך נישט צופיל צייט צו ליינען, עס וואלט געווען א גוטע איידיע צו קאליר פרינטן די גליון און פארקויפן אין די געשעפטן.
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

איצל פיצל האט געשריבן:
איצל פיצל האט געשריבן:קודם א הערצליכן יישר כח פאר די אויסערגעווענליכע הערליכע און שווערע ארבייט וואס איר לייגט אריין.

דריי הערות צו פארבעסערן און גרינגער מאכן פארן המון עם צו טאקע קענען גרינג און באקוועם אוועקלייגן - און שפעטער קענען גרינג אויפזיכן - און אויסהערן די ניגונים.
1) עס זאל אויך זיין א פאלדער ווי די ניגונים נעמען זענען געשריבן אויף ענגליש, ווייל אסאך דיטשעטעל פלעיערס פארשטייען נישט קיין אל״ף בי״ת (מיינס אויך נישט)
2) ווען מען שרייבט די נומבערס ביי די ניגונים זאל מען שרייבן 01 02 א.א.וו. ווייל אזוי ווי יעצט אז מען שרייבט נאר 1, וועלן פארשידענע פלעיערס שטעלן 10 און 11 וכו׳ פאר די נומבער 2. ווייל עס הייבט זיך דאך אן מיט אן 1.
3) לייגט ארויף אויף אלע ניגונים איין אלבום נאמען אדער איין ארטיסט נאמען כדי מען זאל זיי אלע טרעפן אויף איין פלאץ ווען מען לייגט זיי ארויף אויף א פלעיר.

יישר כח נאכאמאל.

קודם נאכאמאל יישר כח.
אבער נאכן עס שוין ארויפלאדענען אויף מיין
Digital MP3 player
בין איך געוואר געווארן אז מיין פראבלעם איז גרעסער ווי איך האב לכתחילה געמיינט, דהיינו, אז די אלע נומבערס זענען אויפן title פון די ניגון, אבער מיין Player ווי אויך אנדערע וואס איך ווייס, סארטירן די ניגונים ביי די ארגינעלע נאמען פון די ניגון, וואס דאס איז עפעס אנדערש ווי די title פון די ניגון. די ארגינעלע נאמען דארף מען טוישן ווען מען מאכט א ‏
Right click אויף די ניגון און מען קליקט rename,
דא ווערן אבער די ניגונים געברענגט פון זייער מקור אזוי ווי עס איז, און מען האט נאר צוגעלייגט דו נומערן ביי די title

איז אויב איך וואלט געמעגט בעטן, און איך גלייב אז עס איז בשם אסאך אנדערע. אז ווען מען לייגט צו די נומערן צו די ניגונים זאל מען עס צו לייגן ביי rename און מען זאל עס לייגן ביים אנהייב פונעם נאמען אזוי אז עס זאל ווערן ריכטיג סארטירט.

דאס איז פארשטייט זיך א חוץ די אויבענדערמאנטע בקשות.
אזוי דארף מען נישט זיין אלץ קאנעקטעד צום אינטערנעט ווען מען וויל אנקומען צו א ניגון וואס מען וויל הערן. ווי אויך קענען עס די קינדער הערן.
איך האב ארויסגעפרינט דעם גליון ביי print out אין וויליאמסבורג פאר 16 דאללאר אויף שיינע גלאנציגע פאפיר ווי א געהעריגע פראפעשענעל מאגאזין.

יישר כחכם נאכאמאל כ׳בין זיך מחיה.

זיי נישט ברוגז אז איך בין למעשה נישט אנגעקומען צו די לג בעומר אויסגאבע. אבער אויב איך מעג פרעגן צו
1) מ׳האט טאקע מסדר געווען די נגונים מיט זייער נומבער אויף אנפאנג פון די ארגינעלע נאמען פון די ניגון?
2) צו מ׳האט זיי אריינגעלייגט אויף איין אלבום נאמען אדער איין ארטיסט?

ישר כח למפרע. און נאכאמאל דאס וועט בפשטות גאר שטארק פארמערן די צוהערער ווייל מענטשן זיכן נישט סתם אנצוווארפן זייער מיוזיק פלעיר מיט ניגונים צופלויגן אלל אווער.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:גערעכט.

נישט קיין תירוץ פאר די פסח גליון..

מ'קען דאך נישט הערן קיין מוזיק. האב איך עס אוועקגעלייגט פאר ווען מ'קען יא. פון ל"ג בעומר וואס ס'איז געווארן דארף מען דאך נישט זאגן.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:רבותי, כנראה זענען דא אסאך ליינער וואס האבן הנאה געהאט פון די לעצטע 2 גליונות אבער האבן נאך נישט איבערגעלאזט קיין פיעדבעק, בעיקר הגהות, הארות און פארשטייט זיך קריטיק...

די קומענדיגע גליון לכבוד שבועות גרייט זיך בע"ה ארויסציקומען קומענדיגע וואך (דינסטאג-מיטוואך), ביטע לאזט איבער אייערע קאמענטארן. מיר ווארטן צי הערן פון אייך. יישר כח.

ווי כ'האב דיר שוין געזאגט פערזענליך, פאר פסח איז ממש נישט געווען קיין צייט, און נאכדעם קען מען שוין נישט הערן קיין מוזיק.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

איך האב גאר שטארק הנאה געהאט פונעם גליון אויף ל"ג בעומר, מ'האלט עס נאך אינמיטען אויסהערן, און חזר'ן.

ספעציעל הנאה געהאט פון די דיזקובע בר יוחאי/מה ידידות באשרייבונג, און די "האך האך האך" דאס איז שוין די טשערי און די טאפ...

סגולתי, סיי די רקארדירונגען און די באשרייבונג איז הערליך, ס'גייט איבער און איבער.

יישר כח!

****
נאך א גרויסע זאך וואס קומט ארויס פון די גליונות, אז מ'קען שמועסן מיט די קינדער איבער די אלטע חסידישע ניגונים, מ'האט וואס צו רעדן פון חסידישע ניגונים, ווער ס'האט עס געמאכט, און ווער ס'האט עס געברענגט פאר דעם און יענע רבי, אלע וועריעאציס פונעם ניגון, אא"וו. דערנאך זינגט מען עס איבער אין שטוב, צו ווען מ'גייט אהיים פון שול וכדומה, מ'זינגט נאך רעב חאצקל'ס וועריאציע פונעם דזיקובע מה ידידות מיטן האך האך...

ממילא באקומט די קינד פון זיך אליינס די געפיל און חינוך וואספארא נגינה דער טאטע האט ליב, און וואס איז ריכטיג, און צוביסלך ווערט ער אויך אריינגעשלעפט אין דעם, און מעט אור דוחה הרבה מן החושך, פון די אלע היינטיגע צודרייטע נגינה.

והיה זה שכרכם!
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
בית המשתה
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 4:39 pm

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית המשתה »

שוין כמעט עספיעט צוצוהערן און דורכגיין רוב פון די סחורה, ס'איז עפעס איינס אין די וועלט, די וועלט'ס בר יוחאי, די באבוב'ע אין די וויזניצ'ע באשריבן אזוי רייך און געשמאק מיט אזא זאפט ווי ס'פאסט פאר א עתיקין גליון, אז ווען מ'הערט נאכדעם די ניגון הערט זיך עס גאר אנדערש.

גאר אינטערסאנט איז געווען די באשרייבונג פון די דזיקוב'ער בר יוחאי, מיט די מעשה פון אפטא רב, געקענט אלעמאל דעם ניגון פון דזיקוב'ער טעיפ, קיינמאל נישט אויפגעפאסט וואס ליגט אלץ אינטער דעם ניגון.

די ניגונים אויף ספירת העומר שטיקלעך איז מלא חידושים, שיינע יצירות פון די פארצייטישע וועלט בארימטע חסידיש'ע חזנים, דאס אז די ירושלימ'ע 'רבונו של עולם' ניגון פון ספירה וואס מ'זינגט אין ראחמיסטריווקא איז פון ר' בצלאל אודעסער - די מחבר פון 'אזי בשלישי' איז מיר געווען א שאק באמבע. 'וספרתם לכם' פון ירוחם הקטן גאנץ א גוט שטיקל אויפן חזניש'ן שטייגער, באקאנטע הננו פון זיידעלע ראוונער, ווי אויך די וויזניצע רבוש"ע הער איך יעצט צום ערשטן מאל, נישט געוויסט אז ס'דא אזאנס פון זיידל.

דא אבער אין די לעצטע 2 שורות ליגט אריינגעשטעקט אן אוצר יקר, א הערליכע יצירה רבוש"ע פון חזן טאביאנסקי וואס רעדט ווערטער!... מ'טרעפט כמעט נישט אין די וועלט - אפילו אין חזניש'ן אזעלכע סחורה, קודם האב איך עס געהערט פון חזן שטרום, מלא טעם מיט'ן אלטן חן, נאכדעם פון אונזער באקאנטן מתיקות'דיגן שטימע פון רב צוויבל. אוי דרינגד דאס דורך אין אלע ביינער... "אוי לספור - און די עולם ענטפערט אויפאמאל - לספור, לספור ספירת העומר". ווערד אלע געלטער.

סגולתי ניגונים אלע גאר שיין און ווארעם - דער מעליצער חסיד דארט וואס לייגט אראפ ווי אזוי מ'האט עס געזינגען אינדערהיים מיט בכיות, קען מאכן א שטיין צוגיין. ועוד יש להאריך הרבה. תבורכו מן השמים בכל הברכות האמורות בתורה, און מ'האפט צו זעהן ענקער ווערק זאל ווייטער ארויסקומען מיט אזא שיינקייט אזוי ווי ס'פאסט פאר די הייליגע ניגונים.
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

מיין פידבעק אויפן פסח גליון: די מערסטע האב איך הנאה געהאט פונעם בצאת ישראל ליקוט, זיך אויסגעלערנט אפאר שיינע שטיקלעך, און אויך לו חכתה האב איך נישט געקענט פארדעם א ניגון וואס צונעמט אלע ביינער
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

ניגון התעוררות מהרה"ק ר' שמואל קאמאדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

האך איך נישט געוויסט אז די באקאנטע ניגון התעוררות, איז במקורו פון ר' שמואל קאמאדער זי"ע.

איך האב עס געהערט אפאר מאל, אויף פתחו לי - אנא ה' הושיעה נא, אוי האט עס געבאכעט.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
פארצייטיש
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: ניגון התעוררות מהרה"ק ר' שמואל קאמאדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטיש »

נא_שכל האט געשריבן:האך איך נישט געוויסט אז די באקאנטע ניגון התעוררות, איז במקורו פון ר' שמואל קאמאדער זי"ע.

איך האב עס געהערט אפאר מאל, אויף פתחו לי - אנא ה' הושיעה נא, אוי האט עס געבאכעט.

די לעצטע פאר יאר זינגט מען אסאך די ניגון אין סקווירא, און ס'הייסט טאקע 'ניגון קאמאדע'.
אוועטאר
עתיקין
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2021 10:55 am

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עתיקין »

בע"ה

גליון 5

Coming soon
פאר קאמענטארן און באמערקונגען קריטיק און קאמפלעמענטן - ביטע שרייבט צום אימעיל אדרעססע: [email protected]

צו נעמען אנטייל און ביישטייערן די הוצאות - ביטע קליקט: אהער אויף דעם לינק
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

עתיקין האט געשריבן:בע"ה

גליון 5

Coming soon

מיר ווארטן מיט שפאנונג
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: עתיקין - גליון מספר 5 - שבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

בעזהשי"ת,

מיט פרייד לייגן מיר ארויס דעם 5'טן גליון וואס איז ארויסגעקומען מיט שווערע פלאג און הארעוואניע פון די חברים וואס ארבעטן שלא על מנת לקבל פרס, צי אנהאלטן און מחזק זיין די פארצייטישע נגינה שבקדושה.

דער גליון באשטייט פון מאמרים, ניגונים, מקורות, און ארטיקלען איבער זמירות און ניגונים פונעם יו"ט שבועות הבעלל"ט. צווישן זיי ציילן זיך עטליכע חידושים גדולים ונפלאים און ערשטמאליגע רעקרדינגס און אויפדעקונגען וואס זענען נאך קיינמאל נישט געווען באקאנט.

אין דעם גליון האבן מיר מוסיף געווען א מפתח ענינים צי פארגרינגערן פאר די חשוב'ע ליינער.

בברכת חג שמח!

עתיקין גליון מספר 5

PHOTO-2021-05-12-15-54-06.jpg
PHOTO-2021-05-12-15-54-06.jpg (111.27 KiB) געזען 2136 מאל

דער מפתח:
צים באמערקן אז מאמר 4 (אקדמות שירין) נעמט אריין 8 ריקארדינגס פון עטליכע הערליכע לאנגע קאמפליצירטע אקדמות'ן פון צווישן די פוילישע הויפן
אין מאמר 5 איז דא א ערשטמאליגע רעקארדינג פונעם לאנגן ויהי בנסוע קאמפיזיציע פון זיידל ראוונער, געזינגען דורך ר' אלימלך צוויבעל הי"ו מיט אלע הארמאניס אזוי ווי אריגינעל אויף די נאטען.

PHOTO-2021-05-12-16-04-30.jpg
PHOTO-2021-05-12-16-04-30.jpg (106.26 KiB) געזען 2136 מאל
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
סופר סתם
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 11:28 am

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופר סתם »

הו הא! יישר כח!
סתם א שרייבער
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

זעט אויס א שיינע ארבעט!

בנוגע די סאטמארע אהבה רבה, פון וואו נעמט ער אז דאס נישט אראפגיין ביי די צווייטע מאל די ערשטע פאל איז א טעות? אויב זינגט מען די ערשטע דריי מאל די זעלבע איז עס דאך נישט שתים שהן ארבע, נאר גלאטע פיר. ס'האט נישט קיין פשט איבערצוזינגען א פאל פיר מאל.
בית המשתה
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 4:39 pm

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית המשתה »

Wow! א ריזיגן יישר כח!

ווערטער זענען צו ארים ארויסצוברענגן וויפיל דער גליון ענטהאלט אין זיך.

אשריכם מערכת עתיקין פאר'ן צוריקברענגן און מפרסם זיין די אמאליגע גלאנץ פון אונזערע פארצייטישע חסידישע ניגונים!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

א מאסיווע ארבעט!! ווערט נאר רייכער מיט יעדן גליון!
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”