עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:דער שרייבער זאגט אז ער האט אזוי פארשטאנען פון די נענועים ריקארדינג ביים רבין, ווי אויך האט ער אנגעפרעגט ביי עלטערע אידן היודעים נגן און זיי האבן געזאגט אז אזוי פלעגט מען עס אייביג זינגען.

אגב טאקע ביים גאליציאנעם נוסח איז מער בולט אז די פאל ענדיגט זיך נאך 2 מאל און די דריטע און פערטע איז ס"ה איבערגעזינגען די פאל נאכאמאל

אז מ'לייגט גוט צו אן אויער צו די רעקארדירונג פון די נענועים קען מען הערן אז א חלק ציבור גייט נישט אראפ ביים צווייטן מאל איבערזינגען די צווייטע פאל, די רבי אליין הערט זיך יא אז ער גייט אראפ, אבער כמדומה אז די רבי איז נישט געווען קיין דייקן אויף אזעלכע פרטים, והא ראי' אז דארט זינגט ער איבער די הויכע פאל דריי מאל
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

אפשר זאל מען מסדר זיין צי האבן די עתיקין בצירוף צו אפיציעלע צייטונג אדער מאגאזין למשל ווי נפשי ביי מאמענט יעדע חודש בערך, א שאד אז די גאנצע המון עם זאל עס נישט האבן נאר די וואס ציען דערצו דוקא, ס'איז צו גוט צו בלייבן אין ווינקל, ווער ווייס וויפיל היינטיגע נשמות וועלן אויפשיינען דערצו און דערמיט
אין עוד מלבדו
יומא טבא
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 03, 2019 2:35 pm

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יומא טבא »

פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:אפשר זאל מען מסדר זיין צי האבן די עתיקין בצירוף צו אפיציעלע צייטונג אדער מאגאזין למשל ווי נפשי ביי מאמענט יעדע חודש בערך, א שאד אז די גאנצע המון עם זאל עס נישט האבן נאר די וואס ציען דערצו דוקא, ס'איז צו גוט צו בלייבן אין ווינקל, ווער ווייס וויפיל היינטיגע נשמות וועלן אויפשיינען דערצו און דערמיט

װאס עפעס בצירוף? זאלן זײ אלײנס ארױסקומען מיט א אױסגאבע אין צולײגן א סידי מיט די ניגונים אז אלע די מענטשן װאס האבן נישט אימעיל זאלן אױך קענען הנאה האבן
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

צו גליון 4 [אגב אויף די טעלעפאן ארבעט נישט די קנעפל]
בר יוחאי נאדווארנע דארף מען צולייגן, אז מען זינגעט עס אין תולדות אהרן אויף רחם בחסדך בגעגועים, [הייבט אן די צווייטע פאל] קען טאקע זיין דער תו"א רבי ז"ל האט עס גענומען פון סלאנים.
וועגן ר' שמואל קאמאדערס ניגון, וואס איז אנגעקומען אזוי ווייט נאך בחייו לכאורה, וואס איז א פלא, בפרט אז אנדערע זענען עס מיחס צו אנדערע, קען מען צולייגן א פרט וואס קען עס אפשר פארשטיין געבן, בימים ההם איז מען טאקע נישט אזוי געפארן, אבער ער איז דאך כידוע געווען יארן לאנג א אתרוג סוחר וואס פלעגט פארן איבער ווייטע מדינות יאר יערליך.

א קליינע הערה צו גליון 5 ס'איז נישט אויסגעהאלטן צו ארויסשרייבן די שמות הקדושים מיט א קו אינמיטן וואס איז לעצטנס נתחדש געווארן בעוה"ר, איינמאל שטייט יא קה קלי
לעצט פארראכטן דורך loyodea אום דאנערשטאג מאי 13, 2021 2:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

loyodea האט געשריבן:צו גליון 4 [אגב אויף די טעלעפאן ארבעט נישט די קנעפל]
בר יוחאי נאדווארנע דארף מען צולייגן, אז מען זינגעט עס אין תולדות אהרן אויף רחם בחסדך בגעגועים, [הייבט אן די צווייטע פאל] קען טאקע זיין דער תו"א רבי ז"ל האט עס גענומען פון סלאנים.

ווי אינטערעסאנט, איך האב עס קיינמאל צוזאמענגעשטעלט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

farshlufen האט געשריבן:

ס'האט שוין זייערע קוועטשן..
אוועטאר
פיניע חזן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:55 am

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיניע חזן »

אה.... פיינעלי בין איך אויך אריין אין דעם גליון
אוועטאר
פיניע חזן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:55 am

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיניע חזן »

אבער יעצט ערנסט גערעדט. דאס איז איינס אין דער וועלט. איך דערקוויק זיך מיט יעדן גליון
הערות פארשטייט זיך זענען דא, אבער דאס איז עמעיזינג
דער אויבערשטער זאל זיי גיבן די כוחות צו אנגיין לאורך ימים. אמן
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

דער ויאתיו מיטן ראזוואדאווער ניגון, האט דער שומרי אמונים געזאגט איז מסוגל צו שמחה.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

פיניע חזן האט געשריבן:אבער יעצט ערנסט גערעדט. דאס איז איינס אין דער וועלט. איך דערקוויק זיך מיט יעדן גליון
הערות פארשטייט זיך זענען דא, אבער דאס איז עמעיזינג
דער אויבערשטער זאל זיי גיבן די כוחות צו אנגיין לאורך ימים. אמן

אה ר' פיניע אליינס! ברוך מחי' מתים...
אהער מיט די הערות, זיי זענען נאך וויכטיגער פון אלעס.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
חיים בער וויינשטאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 10:48 am

תגובה דורך חיים בער וויינשטאק »

loyodea האט געשריבן:דער ויאתיו מיטן ראזוואדאווער ניגון, האט דער שומרי אמונים געזאגט איז מסוגל צו שמחה.

בשם וועם זאגט איר עס נאך?
פשוט אינטערעסאנט צו וויסן.

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:

אהער מיט ס'גאנצע קאמפאזיציע!
נישט בלויז' קרוץ מחומר'
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

חיים בער וויינשטאק האט געשריבן:
loyodea האט געשריבן:דער ויאתיו מיטן ראזוואדאווער ניגון, האט דער שומרי אמונים געזאגט איז מסוגל צו שמחה.

בשם וועם זאגט איר עס נאך?
פשוט אינטערעסאנט צו וויסן.

איך האב עס געהערט אין תולדות אהרן פון א אלטע תו"א איד פאר 25 יאר צוריק בערך, איך גלייב נישט ס'איז אינטערעסאנט דער נאמען, יענער האט סתם געזאגט מסיח לפי תומו, ער איז נישט עפעס עקסטער אין נגינה, אבער איך זע אז איר ברענגט זאכן פון רב בלום, זיי דארפן זיכער וויסן דערפון דארט, זייט מוחל גיבט אים א פרעג.
אוועטאר
חיים בער וויינשטאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 10:48 am

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים בער וויינשטאק »

loyodea האט געשריבן:

מען דארף נישט זיין עקסטער אין נגינה איבער זאגן אזא מימרא.
מיר גראדע יא אינטערעסאנט ווער דער איד איז.
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

דער ניגון הארוך פון אמרי שאול, ווייסעך בכלל נישט ווי ס'קומט אריין צו שבועות, זאל זיין.

דער מקור פונעם ניגון איז אין תווי ווילנא פון רב"צ, קאסעטע 3.
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

די טאה'שער אהבה רבה ניגון פאר ווער ס'דארף.

ניגון אהבה רבה טאהש
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

ווערעצקי האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
סופר סתם האט געשריבן:
ווערעצקי האט געשריבן:איז די טאהש'ער אהבה רבה נישט ארויף?

איך האב זיך אויך געוואונדערט דערויף.

דאס איז דאך שבת'דיגע סחורה, גארנישט שפעציעל מיט שבועות.

ס'איז שבת'דיג אין טאהש, אז מ'זינגט עס דארט יעדן שבת, אבער כ'מיין נאך אלס אז עס וואלט געמעגט אריינגיין.
די עיקר וואס איך וויל, לפי השמועה פעלט כמעט די גאנצע ערשטע פאל פון די ניגון, זיי דיך מתבונן וועסטו זעהן אז ווי נאר מ'הייבט אן די ערשטע פאל, ביי די צווייטע תנועה, פארט מען גלייך אריין אינעם צווייטן פאל, ושמעתי אז ס'איז דא דארטן א שטיקל ארגינעל, נאר ס'איז פארלוירן געווארן במשך השנים, (ווייס נישט צו אין טאהש, אדער ערגעץ אנדערש), איך האב געהאפט אז ס'וועט אריינגיין אינעם גליון, וואלט מען זיכער זיך מטפל געווען מיט די נקודה.

דער דינוב'ער ניגון הידוע אלץ 'דער טאהשער אהבה רבה' וועט מען בס"ד דעקן אין א אנדערע געלעגנהייט. דער ניגון גייט נאך צוריק צים בני יששכר זי"ע און צווישן אלע הויפן ווי מ'האט געזינגען דעם ניגון איז עס נאר אין טאהש באקאנט אויף אהבה רבה. און הגם אז ס'איז אזוי מפורסם ביים ציבור איז עס פארט אין אלגעמיין נישט קיין אהבה רבה ניגון.

אין קאסאן זינגט מען דעם ניגון אויף יעלה (און ס'איז י"א, און מער מסתבר אז טאהש האט גענימען דעם ניגון פון קאסאן און נישט דורך דינוב. הגם וואס דער טאהשע רבי זי"ע פארציילט אז דאס האט ר' אלימלך מטאהש זי"ע געהערט ביים שם שלמה ממונקאטש זי"ע, איז אבער דא שטארקע סמכות אז דער ניגון האט שוין דער בני שלשים מקאסאן זי"ע געברענגט פון ר' דוד'ל דינובער זי"ע, און דער בני שלשים האט דאך מגדל געווען ר' אלימלך זייענדיג א קליין יתום, און ער איז געווען דער גרויסער שוואגער)

בנוגע די הערה אז אין טאהש האקט מען אפ דעם ערשטן פאל זענט איר כשר גערעכט. דא האט איר א ריקארדינג פון הרה"ח ר' ישראל פייערשטיין ע"ה, יליד קאסאן ווי ער זינגט דעם ניגון מדויק דער ערשטע פאל. (הערט אנהייב ווי ער פארציילט אז דער קאסאנער רב זי"ע - דער אור מלא - לעגט עס זינגען אויף יעלה)
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

ביי די גאליציאנע ווערסיע פון אהבה רבה, האלט זיך די לעצטע פאל אויך צו די פרעיגיש סקעיל, אזוי ווי די ערשטע צוויי פעלער. אנדערש ווי אין סאטמאר וואו ס'פאלט אראפ צו א פשוט'ע מיינאר. ס'זעט מיר אויס אסאך שענער אזוי.
אוועטאר
חיים בער וויינשטאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 10:48 am

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים בער וויינשטאק »

מצלמה האט געשריבן:דער ניגון הארוך פון אמרי שאול, ווייסעך בכלל נישט ווי ס'קומט אריין צו שבועות, זאל זיין.

דער מקור פונעם ניגון איז אין תווי ווילנא פון רב"צ, קאסעטע 3.

וואס מיינט דער מקור איז פון תווי ווילנא?
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

חיים בער וויינשטאק האט געשריבן:
מצלמה האט געשריבן:דער ניגון הארוך פון אמרי שאול, ווייסעך בכלל נישט ווי ס'קומט אריין צו שבועות, זאל זיין.

דער מקור פונעם ניגון איז אין תווי ווילנא פון רב"צ, קאסעטע 3.

וואס מיינט דער מקור איז פון תווי ווילנא?

די תווי ווילנא האט רב"צ נאכגעזונגען פון די נאטן, ממילא איז די רעקארדירונג מסתם די מערסטע מדויק.
אוועטאר
פיניע חזן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:55 am

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיניע חזן »

חיים בער וויינשטאק האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
פיניע חזן האט געשריבן:אבער יעצט ערנסט גערעדט. דאס איז איינס אין דער וועלט. איך דערקוויק זיך מיט יעדן גליון
הערות פארשטייט זיך זענען דא, אבער דאס איז עמעיזינג
דער אויבערשטער זאל זיי גיבן די כוחות צו אנגיין לאורך ימים. אמן

אה ר' פיניע אליינס! ברוך מחי' מתים...
אהער מיט די הערות, זיי זענען נאך וויכטיגער פון אלעס.

אהער מיט ס'גאנצע קאמפאזיציע!
נישט בלויז' קרוץ מחומר'

די גאנצע קאמפאזיציע איז געבליבן אין נאטן, ווען מ'האט מחדש געווען דעם ניגון פון די נאטן, האט מען דאס נישט געוואלט מיט-לייגען, ווארום דאס איז מער א חזנות שטיקל ווי א ניגון. על אף, איך פערזענליך האלט אז אויב מ'האט געקענט ארויף לייגן אויף די ימים נוראים אלבום דעם ניגון ומפני חטאינו, קען מען דאס אויך. אבער זאל זיין אזוי, שבועות איז מען מיעד, קען מען עניווייס נישט זינגען אזא לאנגע שטיקל
אוועטאר
חיים בער וויינשטאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 10:48 am

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים בער וויינשטאק »

מצלמה האט געשריבן:
חיים בער וויינשטאק האט געשריבן:
מצלמה האט געשריבן:דער ניגון הארוך פון אמרי שאול, ווייסעך בכלל נישט ווי ס'קומט אריין צו שבועות, זאל זיין.

דער מקור פונעם ניגון איז אין תווי ווילנא פון רב"צ, קאסעטע 3.

וואס מיינט דער מקור איז פון תווי ווילנא?

די תווי ווילנא האט רב"צ נאכגעזונגען פון די נאטן, ממילא איז די רעקארדירונג מסתם די מערסטע מדויק.

היצט איז שוין נישט דער מקור נאר 'מסתם'.

אידן בעלי מנגן וואס האבן דאס געהערט פון אמרי שאול אליין זינגען דארפן א מקור תווי ווילנא?
אוועטאר
חיים בער וויינשטאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 10:48 am

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים בער וויינשטאק »

פיניע חזן האט געשריבן:
חיים בער וויינשטאק האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
פיניע חזן האט געשריבן:אבער יעצט ערנסט גערעדט. דאס איז איינס אין דער וועלט. איך דערקוויק זיך מיט יעדן גליון
הערות פארשטייט זיך זענען דא, אבער דאס איז עמעיזינג
דער אויבערשטער זאל זיי גיבן די כוחות צו אנגיין לאורך ימים. אמן

אה ר' פיניע אליינס! ברוך מחי' מתים...
אהער מיט די הערות, זיי זענען נאך וויכטיגער פון אלעס.

אהער מיט ס'גאנצע קאמפאזיציע!
נישט בלויז' קרוץ מחומר'

די גאנצע קאמפאזיציע איז געבליבן אין נאטן, ווען מ'האט מחדש געווען דעם ניגון פון די נאטן, האט מען דאס נישט געוואלט מיט-לייגען, ווארום דאס איז מער א חזנות שטיקל ווי א ניגון. על אף, איך פערזענליך האלט אז אויב מ'האט געקענט ארויף לייגן אויף די ימים נוראים אלבום דעם ניגון ומפני חטאינו, קען מען דאס אויך. אבער זאל זיין אזוי, שבועות איז מען מיעד, קען מען עניווייס נישט זינגען אזא לאנגע שטיקל

ווייסמער דערפון.
אבער פארוואס באמת נישט אראפזינגען דאס גאנצע?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אויסגעהערט שנעל, כ'האב אזויפיל צו זאגן, כ'ווייס נישט וואו אנצוהויבן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

אויסגעגעהערט ממש אויבערפלעכליך, דאס איז דאך אבנארמאל רייך, ממש א שאד אז איך האב ניטאמאל צייט זיך אויסצולערנען אפילו איין לאנגע ניגון אויף היי יאר, איך האף אז אויף קומענדיגע יאר וועל איך זיך שוין האבן דערלערנט כאטש אזא ויהי בנסוע...

מען קען אזויפיל מעיר זיין, ועוד חזון, איך וועל נאר זאגן אזויפיל:
סופר סתם האט געשריבן:איך קען מיר נישט גענוג אפוואונדערן פון די רעקארדירונגען פון ר' אלימלך צוויבל, עפעס א מין נעימות און דייקנות וואס כ'האב אין מיין לעבן נישט געהערט. יעדע רעקארדירונג, איינס ביי איינס.

יאפ! דער ויהי בנסוע וואס ער לייגט אראפ איז עפעס שלא מעלמא הדין, סיי די מעלאדיע, און סיי די הארמאניע'ס. די חברה טויגן!
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”