עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ביידעלע
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2018 11:38 am

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביידעלע »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:זעט אויס א שיינע ארבעט!

בנוגע די סאטמארע אהבה רבה, פון וואו נעמט ער אז דאס נישט אראפגיין ביי די צווייטע מאל די ערשטע פאל איז א טעות? אויב זינגט מען די ערשטע דריי מאל די זעלבע איז עס דאך נישט שתים שהן ארבע, נאר גלאטע פיר. ס'האט נישט קיין פשט איבערצוזינגען א פאל פיר מאל.

מען זינגט די ערשטע פאל קודם נאר צוויי מאל, און ביי די ענדע פון די צווייטע מאל גייט מען נישט אראפ אינגאנצען, מען הייבט נאכאמאל אן און מען זינגט נאכאמאל צוויי מאל, מען שטעלט זיך אפ און דאן הייבט מען אן די צווייטע פאל.
עס טיט מיר שוין לאנג באנג וויאזוי מען זינגט דעם ניגון שבועות אין ביהמ"ד. מען זינגט איבער דעם ערשטען פאל 6 אדער 7 מאל נאכאמאל און נאכאמאל אן קיין שום פלאן, און פלוצלינג פאלט מען אריין אין דעם צווייטען פאל.
איך רעדט שוין נישט פון דעם פראבלעם אז מען האט עס אנגעהויבן צו זינגען "שנעל" ווי עס פארלירט דעם גאצע נשמה פון דעם ניגון.
איך רעד מיך נישט איין אז עס גייט זיך עפעס טוישן, אבער ווער עס הערט ווי אזוי עס ווערט אפגשפילט אין דעם אנעים זמירות טעיפ וועט פאר שטיין וואס פאר א שאד עס איז אז מען זינגט נישט דעם ניגון ריכטיג.
און אוודאי איז כדאי צו הערן ווי אזוי דער רבי זי"ע פירט דעם ניגון בי דיי נענועים סיי דעם סדר ביים אנהייב פונעם ניגון און סיי דעם ריטעם (שטאטקייט) פון דעם ניגון און ווי אזוי דער עולם באגלייט אים מיט א געוואלדיגע התעוררות.
אולי וועט אפשר יא פון דעם גליון אן אויפוואכונג אז מען וועט אנהייבן צו זינגען דעם געוואלדיגען און הייליגען ניגון אויפן ריכטיגען וועג און מען וועט מרגיש זיין א סאך גרעסערע התעורות.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

ביידעלע האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:זעט אויס א שיינע ארבעט!

בנוגע די סאטמארע אהבה רבה, פון וואו נעמט ער אז דאס נישט אראפגיין ביי די צווייטע מאל די ערשטע פאל איז א טעות? אויב זינגט מען די ערשטע דריי מאל די זעלבע איז עס דאך נישט שתים שהן ארבע, נאר גלאטע פיר. ס'האט נישט קיין פשט איבערצוזינגען א פאל פיר מאל.

מען זינגט די ערשטע פאל קודם נאר צוויי מאל, און ביי די ענדע פון די צווייטע מאל גייט מען נישט אראפ אינגאנצען, מען הייבט נאכאמאל אן און מען זינגט נאכאמאל צוויי מאל, מען שטעלט זיך אפ און דאן הייבט מען אן די צווייטע פאל.

איך האלט אויך ווי דו, אבער דער שרייבער אינעם גליון טענה'ט אז ביים צווייטן מאל גייט מען אויך אראפ אזוי ווי ביים ערשטן אין דריטן.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

סיי אויף די ריקארדינג פון די נענועים ביים רבי'ן און סיי אויף די פון אנעים זמירות גייט מען 3 מאל אראפ און נאר די פערטע מאל נישט. קען זיין אז זיי זענען זיך שוין טועה? נישט מסתבר

----
יעצט הער איך אז אנעים זמירות זינגט עס נאר 3 מאל!
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

כ'בין שוין לאנג חושד אז די נאטן פון אנעים זמירות (סאנדל) זענען בכלל נישט מדוייק, כ'בין נייגעריג צו איך בין גערעכט.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הערליך, ארויסגעפרינט, הערן וועל מיר אי"ה פרייטאג.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:כ'בין שוין לאנג חושד אז די נאטן פון אנעים זמירות (סאנדל) זענען בכלל נישט מדוייק, כ'בין נייגעריג צו איך בין גערעכט.

אגב, ניגון 2 אינעם גליון (ראזוואדאוו/פלאנטש) שפילט ער זייער מדויק.

אבער דאס נאר זאגן 3 מאל דעם ערשטן שטיקל איז לכאורה א פארדריסלעכע טעות. בכל אופן וויל איך פארשטיין צי לויט ענק כייט שוין דער טעות אינעם צווייטן מאל אראפגיין צוריק צי די צייטן פון רביה"ק מסאטמאר?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

farshlufen האט געשריבן:הערליך, ארויסגעפרינט, הערן וועל מיר אי"ה פרייטאג.

דא א שיינע פאר טרעקס אן מוזיק ווי למשל נענועים ביים רבי'ן וכו'
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:כ'בין שוין לאנג חושד אז די נאטן פון אנעים זמירות (סאנדל) זענען בכלל נישט מדוייק, כ'בין נייגעריג צו איך בין גערעכט.

אגב, ניגון 2 אינעם גליון (ראזוואדאוו/פלאנטש) שפילט ער זייער מדויק.

כ'האב עס נישט יעצט אויסגעהערט (צוליב ספירה) אבער ס'ליגט מיר אין קאפ אז יענע ניגון (אדער אפשר אין די גאנצע חלק) איז נישט פון סאנדל, נאר ס'איז שפעטער צוגעלייגט, אפגעשפילט דורך א וואן מען בענד.
אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:54 am

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בחורהזעצער »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
ביידעלע האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:זעט אויס א שיינע ארבעט!

בנוגע די סאטמארע אהבה רבה, פון וואו נעמט ער אז דאס נישט אראפגיין ביי די צווייטע מאל די ערשטע פאל איז א טעות? אויב זינגט מען די ערשטע דריי מאל די זעלבע איז עס דאך נישט שתים שהן ארבע, נאר גלאטע פיר. ס'האט נישט קיין פשט איבערצוזינגען א פאל פיר מאל.

מען זינגט די ערשטע פאל קודם נאר צוויי מאל, און ביי די ענדע פון די צווייטע מאל גייט מען נישט אראפ אינגאנצען, מען הייבט נאכאמאל אן און מען זינגט נאכאמאל צוויי מאל, מען שטעלט זיך אפ און דאן הייבט מען אן די צווייטע פאל.

איך האלט אויך ווי דו, אבער דער שרייבער אינעם גליון טענה'ט אז ביים צווייטן מאל גייט מען אויך אראפ אזוי ווי ביים ערשטן אין דריטן.

איך האב געוואוסט אזוי ווי ענק, איך ווייס נישט וואס די שרייבער׳ס מקור איז.
אויב גייט מען אלעמאל אראפ חוץ די לעצטע, וואס איז פשט פון זינגען 4 מאל? געווענליך זינגט מען די ערשטע פאל פון א ניגון צוויי מאל.
און פון דעם איז מן הסתם געקומען די טעות צו זינגען דריי מאל, וועגן עס מאכט נישט קיין סענס צו זינגן איין פאל אפאר מאל אין א ציה.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

דער שרייבער זאגט אז ער האט אזוי פארשטאנען פון די נענועים ריקארדינג ביים רבין, ווי אויך האט ער אנגעפרעגט ביי עלטערע אידן היודעים נגן און זיי האבן געזאגט אז אזוי פלעגט מען עס אייביג זינגען.

אגב טאקע ביים גאליציאנעם נוסח איז מער בולט אז די פאל ענדיגט זיך נאך 2 מאל און די דריטע און פערטע איז ס"ה איבערגעזינגען די פאל נאכאמאל
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

נישטא קיין ווערטער צו באדאנקן פאר די אוצרות מלאים כל טוב וואס קומט אזוי רעגלסמעסיג ארויס. יעדעס בלעטל מיט די זיסע לינקס איז א מעין עולם הבא כפשוטו ממש.
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

בין איך דער איינציגער וואס האט עס נישט באקומען אויף אימעיל?
אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:54 am

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בחורהזעצער »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:דער שרייבער זאגט אז ער האט אזוי פארשטאנען פון די נענועים ריקארדינג ביים רבין, ווי אויך האט ער אנגעפרעגט ביי עלטערע אידן היודעים נגן און זיי האבן געזאגט אז אזוי פלעגט מען עס אייביג זינגען.

אגב טאקע ביים גאליציאנעם נוסח איז מער בולט אז די פאל ענדיגט זיך נאך 2 מאל און די דריטע און פערטע איז ס"ה איבערגעזינגען די פאל נאכאמאל

איך הער, איך האב געמיינט אז ער האט א שטערקערע מקור, עס איז אמת אז מען האט אזוי געזינגען אלע יארן אין סאטמאר, איך האף אז דער שרייבער האלט נישט אז די חבד׳סקע ממקומך ניגון וואס מען זינגט אין סאטמאר, קומט ארגינעל אזוי ווי מען זינגט עס אין סאטמאר.
גראדע דער הרב ווייסמאן זינגט אויך ווי טעות 1, ביים צווייטן פאל קומט ער נישט אראפ.

אגב, איך טוה מיך באדאנקן מעומק הלב פאר די אלע וואס האבן א חלק אין דעם גליון, עס דערקענט זיך די שווערע ארבעט וואס מען האט אריינגעלייגט
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מ'רעדט פון אהבה רבה ניגון אדער פון ממקומך?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

מ'רעדט פון אהבה רבה, ער ברענגט נאר ממקומך אלס א משל אז מ'קען נישט ברענגען קיין ראי' פון וויאזוי מ'האט געזינגען ביים רבי'ן אין ביהמ"ד.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ס'איז אינו דומה א ניגון וואס האט פארבלאנדזשעט פון איינמאל הערן פון א חב"ד חסיד צו א ניגון געבראכט דורכן ייט"ל פון רימאנאוו אדער פון רבי'ן פון פלאנטש וכדו', כרחוק מזרח ממערב.

חוץ וואס חב"ד אליין פארדרייט פיל ערגער די פרעמדע ניגונים וואס האבן ביי זיי געלאנדעט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

גענוי דאס געוואלט שרייבן. ס'איז באמת נישט שייך קיין שטערקערע מקור אויף א ניגון וואס איז אריבער בנחלה נאך פונעם ייטב לב און איז תמיד געזינגען געווארן אויף דעם אופן. אין אזא פאל קען מען משער זיין אז מ'האט אלץ געזינגען אויף דעם וועג, בפרט ווען ס'איז דא א ריקארדינג נאך פון תשט"ו.

נאר וויאזוי דער רבי ר' הערש האט עס געזינגען, קען מען יא קלערן אז מער באופן ווי ס'איז געווען מקובל אין גאליציע אזוי ווי די 2 ריקארדינגס וואס מ'ברענגט דארט. סיי צוליב די עצם חוקי הנגינה און סיי ווייל מ'האט עס אזוי געזינגען אין דזשיקוב, ווי דייקנות אויף נגינה איז געווען גאר שטארק לעומת אונגארן.

בכלל נישט קיין צישטעל צים ראסטאווער ניגון וואס די רבי האט געהערט צים ערשט אין קלויזנבורג און פון דעמאלטס ביז דער עולם האט זיך עס דערלערנט האט דער ניגון ציבאקומען היימישע אונגערישע קנייטשן.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

א מאסיווער ארבעט

יישר כח אלע חברי מערכת
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

עפעס טויג נישט מיט בערך 9 ניגונים, וועלכע ארבעטן נישט.
האט נאך איינער דעם פראבלעם

111 ניגונים, נאר 102 שפילן. די אנדערע ארבעט נישט.
32, 37, 79, 81, 82, 88, 89, 90, 93
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

איז די טאהש'ער אהבה רבה נישט ארויף?
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
אוועטאר
סופר סתם
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 11:28 am

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופר סתם »

ווערעצקי האט געשריבן:איז די טאהש'ער אהבה רבה נישט ארויף?

איך האב זיך אויך געוואונדערט דערויף.

---

איך קען מיר נישט גענוג אפוואונדערן פון די רעקארדירונגען פון ר' אלימלך צוויבל, עפעס א מין נעימות און דייקנות וואס כ'האב אין מיין לעבן נישט געהערט. יעדע רעקארדירונג, איינס ביי איינס.
סתם א שרייבער
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

סופר סתם האט געשריבן:
ווערעצקי האט געשריבן:איז די טאהש'ער אהבה רבה נישט ארויף?

איך האב זיך אויך געוואונדערט דערויף.

דאס איז דאך שבת'דיגע סחורה, גארנישט שפעציעל מיט שבועות.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
חיים בער וויינשטאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 10:48 am

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים בער וויינשטאק »

ווערעצקי האט געשריבן:איז די טאהש'ער אהבה רבה נישט ארויף?

דער ניגון פארלאנגט אן עקסטער באהאנדלונג.
אי"ה אין פלאן אנקומען דערצו.

(פון געהיימע קוועלער)
לעצט פארראכטן דורך חיים בער וויינשטאק אום דאנערשטאג מאי 13, 2021 11:11 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

farshlufen האט געשריבן:
סופר סתם האט געשריבן:
ווערעצקי האט געשריבן:איז די טאהש'ער אהבה רבה נישט ארויף?

איך האב זיך אויך געוואונדערט דערויף.

דאס איז דאך שבת'דיגע סחורה, גארנישט שפעציעל מיט שבועות.

ס'איז שבת'דיג אין טאהש, אז מ'זינגט עס דארט יעדן שבת, אבער כ'מיין נאך אלס אז עס וואלט געמעגט אריינגיין.
די עיקר וואס איך וויל, לפי השמועה פעלט כמעט די גאנצע ערשטע פאל פון די ניגון, זיי דיך מתבונן וועסטו זעהן אז ווי נאר מ'הייבט אן די ערשטע פאל, ביי די צווייטע תנועה, פארט מען גלייך אריין אינעם צווייטן פאל, ושמעתי אז ס'איז דא דארטן א שטיקל ארגינעל, נאר ס'איז פארלוירן געווארן במשך השנים, (ווייס נישט צו אין טאהש, אדער ערגעץ אנדערש), איך האב געהאפט אז ס'וועט אריינגיין אינעם גליון, וואלט מען זיכער זיך מטפל געווען מיט די נקודה.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
אוועטאר
חיים בער וויינשטאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 10:48 am

Re: עתיקין - גליון איבער פארצייטישע נגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים בער וויינשטאק »

ווערעצקי האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
סופר סתם האט געשריבן:
ווערעצקי האט געשריבן:איז די טאהש'ער אהבה רבה נישט ארויף?

איך האב זיך אויך געוואונדערט דערויף.

דאס איז דאך שבת'דיגע סחורה, גארנישט שפעציעל מיט שבועות.

ס'איז שבת'דיג אין טאהש, אז מ'זינגט עס דארט יעדן שבת, אבער כ'מיין נאך אלס אז עס וואלט געמעגט אריינגיין.
די עיקר וואס איך וויל, לפי השמועה פעלט כמעט די גאנצע ערשטע פאל פון די ניגון, זיי דיך מתבונן וועסטו זעהן אז ווי נאר מ'הייבט אן די ערשטע פאל, ביי די צווייטע תנועה, פארט מען גלייך אריין אינעם צווייטן פאל, ושמעתי אז ס'איז דא דארטן א שטיקל ארגינעל, נאר ס'איז פארלוירן געווארן במשך השנים, (ווייס נישט צו אין טאהש, אדער ערגעץ אנדערש), איך האב געהאפט אז ס'וועט אריינגיין אינעם גליון, וואלט מען זיכער זיך מטפל געווען מיט די נקודה.

עי' לעיל בסמוך.

ולענין טאהש, ארגינעל, וכו'.
אין טאהש זענען פיל ניגונים וואס ווערן נישט געזונען ארגינעל.
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”