עס זענען פארהאן צוויי סארטן טיפע געפילן ווען עס קומט צו נגינה, איינס איז אזא סארט טיפע גדלות'דיגע תשוקה, די צווייטע איז א טיפע שפלות'דיגע תשוקה.
א ביישפיל פון דעם קען מען למשל זעהן ווען עס קומט צו אינסטרעמענטן. עס איז פארהאן א פידעלע אדער קלארינעט - וואס די געפיל וועלעכע זיי גיבן צו שפירן פארן צוהערער איז אזא סארט גאר טיפע און גדלות'דיגע סארט הרגש. ווידעראום איז פארהאן דער גיטאר צו די אנדערע אינסטרעמענטן אין דעם גאטונג - וואס די געפיל וועלעכע זיי גיבן צו שפירן איז אזא סארט גאר טיפע שפלות'דיגע הרגש.
און די זעלביגע זאך איז ווען עס קומט צו ניגונים. עס זענען פארהאן ניגונים וועלעכע פארמאגן אין זיך א מורא'דיגע טיפע גדלות'דיגע הרגש, ווי ניגונים פון צדיקים א שטייגער ווי ניגוני חב"ד אדער דאס רוב פון ניגוני סקולען, וויבאלד די צדיקים האבן געלעבט מיט זייערע שטארקע תשוקות צו גדלות ממילא זענען זייערע ניגונים אזוינע תשוקה'דיגע ניגונים פון גדלות. ווידעראום זענען פארהאן ניגונים וועלעכע זענען אויך זייער טיף און הרגש'דיג - אבער די געפיל וואס זיי גיבן איז מער שפלות'דיגע, א שטייגער ווי די ניגונים פון שלמה קארליבאך און דאס גלייכן, וויבאלד זיי האבן געלעבט מיט זייערע תשוקות וועלעכע זענען געקומען פון א געפיל פון שפלות און צובראכענקייט - אזא שפלות'דיגע סארט תשוקה.
למעשה איז אבער פארהאן א דריטע דרגה אויך - וואס דאס איז די אלגעמיינע שכיחא'דיגע הרגשים וואס געפינט זיך ביים המון עם - ביי רוב מענטשן. וואס רוב פון די מוזיק צו וואס אונז זענען צוגעוואוינט זענען פון דעם סארט, אפילו די הארציגע פון צווישן זיי זענען אויך אבער פון די סארט הרגשים. משא"כ - ניגונים פון דעם סוג וואס מיר האבן פריער ארויסגעברענגט זענען פון גאר אן אנדער סארט, דאס זענען ניגונים וועלעכע זענען יורד ונוקב לעמקי הנפש פון א מענטש, זאל עס זיין מעורר צו זיין א העכערע סארט תשוקה'דיגע געפיל, אדער א נידריגערע סארט תשוקה'דיגע געפיל, איז אבער הצד השוה שבהן אז די ניגונים זענען פון עפעס אן אנדערע וועלט.
יעצט, די צווייטע דרגא וואס מיר האבן דא ארויסגעברענגט דארף מען בעצם צוטיילן אין דריי חלקים [מן החמור אל הקל].
עס זענען פארהאן שפלות'דיגע ניגונים וועלעכע זענען פיהל מיט יאוש האפענונגס'לאזעקייט, דאס איז עס און שוין - א שטייגער ווי אסאך פון שלמה קארליבאך אדער יהודה גרין'ס ניגונים, לדוגמה דער ניגון 'ראה נא בעניינו' פון 'שלמה קארליבאך' - וכדומה.
א שטיקל סעמפל [אבער נאר ממש א שטיקל] פון א לעצטיגע ניגון וועלעכע געהער לעניות דעתי אין דעם גאטונג איז דער ניגון 'כי לא תעזוב' וועלעכע איז לעצטנ'ס נתחבר געווארן דורך 'אברהם מרדכי שווארץ', וואס דער ניגון לעניות דעתי איז ביישפיל פון א דעפרעסטע ניגון וועלעכע גיט נישט קיין שום האפענונג - אפילו אין די ווערטער זאגט 'דוד המלך' דאס פארקערטע, מיט דעם אלעם - דער ניגון זעלבסט זאגט אנדערש, אזוי ווי איך האב קאמענטירט דערויף
דא.
דערנאך איז פארהאן א צווייטע סוג בתוך סוג השני - וואס דאס איז ניגונים פון שפלות און עצבות און פארלוירנקייט, וואס אין די פארלוירנקייט וואס מען שפירט אינעם ניגון שפירט זיך אויך א געוויסע הרגשה אז אין די פארלוירנקייט קוק איך ארויס און איך האף א ישועה, דהיינו - הגם איך בין גוט גוט פארלוירן און צובראכן, דאך אולי יש תקוה, און אין מיין צובראכענקייט גארג איך און איך לעכצע און גיי אויס פאר עפעס וואס זאל מיך אנפילן און זעטיגן, א שטייגער ווי געוויסע שלמה קארליבאך און יהודה גרין ניגונים - לדוגמה דער ניגון 'ושם נשיר' פון 'שלמה קאליבאך' אדער 'אם אתה מאמין' פון 'יהודה גרין' [די צווייטע פאל בעיקר].
א שטיקל לעצטיגע סעמפל פון אזא סארט ניגון איז דער ניגון 'תעיתי' פון 'בערי וועבער' - וואס ידידינו ר' @moishy56 האט
דא געפאוסט לעצטנ'ס. דאס אלעס איז ניגונים פון צובראכענקייט און פארלוירנקייט - אין וועלעכע מען קוקט ארויס אויף בעסערע צייטן.
די דריטע סוג בתוך סוג - איז אזאנע שפלות'דיגע ניגונים וועלעכע דערקלערן אז זיי האבן געטראפן אזא סארט גאולה אינעם גלות.. ד"ה: אז אין זיי זענען טאקע גוט צובראכן און גוט בשפלות, אבער מיט דעם אלעם האבן זיי נאך די געפיל אז זיי פארמאגן נאך עפעס מיט וואס זיי פילן זיך אן אין זייער שפלות. ד"ה: נישט אז זיי זענען מיאוש און נישט אז זיי זענען פארלוירן און קוקן ארויס אויף א מילוי און א טרייסט, נאר אז זיי האבן א הרגשה אז זיי פארמאגן נאך עפעס אין זייער שפלות - א שפלות'דיגע ענין וועלעכע פילט זיי אן. א שטייגער ווי גאר אסאך ניגונים וועלעכע קומען ארויס וועלעכע זענען נישט מלאך און נישט גלח.. עס איז נישט צובראכן אינגאנצן אבער אויך איז עס אנגעפילט מיט כלערליי שפלות'דיגע געפילן וועלעכע קענען אנפילן דעם נפש [עכ"פ כפי הדמיון]. דאס זענען ניגונים וועלעכע קענען זיין אנגעפילן מיט תאווה געפילן וכדומה, אדער צולאזטע סארט געפילן - היפי סטייל וכדומה.
א שטיקל סעמפל פון אזא ניגון איז [שרייט נישט אויף מיר.. הכל לעניות דעתי] דער אלעמען באקאנטער 'הלב שלי' - וואס לעניות דעתי געהערט דאס אין דעם סוג. און אזוי אויך זייער אסאך פון די ניגונים וועלעכע קומען ארויס פון די אזויגערופענע 'אלטערנאטיווע' חדר - זענען לעניות דעתי פון דעם סארט, טאקע נישט אלע - אבער אסאך.
סוי נאכאמאל, ווען מען רעדט דא פון ניגונים פון תשוקה, דארף מען וויסן וואספארא תשוקה מען רעדט. מען רעדט פון תשוקות וועלעכע קומט פונעם 'נפש הבהמי' וועלעכע שפירט פארלוירן - און גלוסט זיך אנצופילן מיט עפעס, און די שאלה איז נאר פונקטליך אין וועלעכע ריכטונג די תשוקות טראגן אים:
יאוש אדער
אבדון-העדר אדער
תאווה [תאווה אינעם איצטיגן זין פון ווארט מיין איך צו זאגן - א מילוי וואס א מענטש נעמט פאר זיין נפש בלייבענדיג זיצן אין זיין צובראכענקייט].
און אוודאי דארף מען וויסן אז מען קען פון די שפלות'דיגע תשוקה'דיגע סארט געפילן פונעם נפש הבהמי זיך מקרב זיין צו השי"ת - מיט תשוקה צו השם יתברך, אזוי ווי מיר האבן שוין אמאל מאריך געווען
דא, מען דארף נאר וויסן ווי אזוי און וואס.
איך אז איינער פארשטייט וואס איך רעד דא צאם...