אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קיסריה
שר האלף
תגובות: 1653
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

ואוהלין איז דער מלך פון ימים נוראים.

יאך האב שוין געהערט אלע, גענאשט פון אלע. גארנישט קומט נישט צו לקרסוליהם.

ברסלב האט נישט קיין ספעציעלן נוסח.
די בעלי תפלות וועלכע דאווענען אין ברסלב, דאווענען וואהלינער נוסח.
כל מקדש
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 12:40 am

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כל מקדש »

א גוטן האט געשריבן:דער ברך משה ז״ל מוז איך זאגן אז ער געווען גאר א גוטער בעל תפילה, געדאווענט זייער ווארעם און געהאט א שטארקע נעימות אזויווי די אמאליגע בעלי תפילה. די מלכיות, זכרונות און שופרות איז געווען א תענוג רוחני מיטצוהאלטן. דאס איז עפעס וואס מען קען נישט נאכמאכן.

געדאווענט זייער ווארעם און געהאט א שטארקע נעימות .דאס
יא אבער גאר א גוטע בעל תפילה דאס נישט זיין פעטער זצ"ל
איז געווען גאר א גוטע בעל תפילה
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

אוראייניקל האט געשריבן:אין בעלזא גייען די בעלי תפילה מיט א שטריימל אונטערן טלית. ימי"נ ווען דער רב גייט מיט דעם, נוצט דער רב דעם רב ז"ל'ס שטריימל. כ'ווייס נישט צו ס'איז דער שטריימל, אדער סתם א שטריימל מיועד לבעל תפילה.

דער געלע סידור איז לכאורה דער כלבו מחזור פונעם רב ז"ל וואס איז אפן פאר'ן רב ווען ער גייט צו ימי"נ. זעה אז אונטער דעם איז דא אן אנדערע סידור.

פארוואס ליגט עס דעמאלטס אויפן עמוד, דארף דאס דאך זיין אויפן קאפ, פלעין כ'האב ליב מנהגים שונים צו וויסן.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

סארקאזי האט געשריבן:סאטמאר איז נישט דער שוואכסטער נוסח ווי להגדיל זאגט.
נאר סאיז בכלל נישט קיין נוסח.
דאס וואס אסדר זאגט אז ס'ענדעלט צו די וועלטס נוסח. איז ווייל אז סהאבען געדאווענט בעלי תפילות וואס האבען געוואלט אריינלייגען אביסל טעם האבען זיי אריינגעמישט אביסל וועלטס נוסח..
שטייסעך ווען דער רבי האט געדאווענט האט זיין שטימע אליינס געהאט כל מיני טעמים שבעולם. אבער נאכצוזאגען...
אחוץ ונתנה תוקף וואס קומט פון ראפשיץ. און נאך אפאר שטיקלעך וואס קומען פון ר''ר הערש איז נישטא וואס נאכצוזאגען..
וויזניץ איז א הערליכע התלהבות'דיגע נוסח. ברסלב בפרט. און וואהלין בכלל. איז א'מוראדיגע מתיקות'דיגע נוסח.
נדבורנא. האט זייערע שיינע דביקות'דיגע קוועטשעס..די איבריגע ווייסעך נישט.

זייער גוט ארויסגעברענגט מיין פוינט.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

קרייסלער האט געשריבן:
קוליעקב האט געשריבן:רוב אדמורים זענען בעלי תפלות אין די הייליגע טעג ס'דא צווישען זיי וואס דאווענען שיין אבער רבי'ש נישט אזוי ווייט נוסח התפלה נאר רבישע קרעכצען מיט א חן אפילע הרה"ק הדברי יואל מסאטמאר זצ"ל איז געווען א שיינע בעל תפלה אבער מער א רבי'שע מין דאווענען מיט גרויסע בכיות און קולות, אבער נישט א בעל תפלה'שין נוסח,
מרן האדמור מבעלזא שליט"א איז א הערליכע בעל תפלה קען זיך ערלויבען צו זאגען נישט דייקא בעלזא נוסח, נאר איבער זאגען א וועלטס שטיקעל...
למשל הגה"ק בעל מגדלות מרקחים מ'צעהלים זצ"ל, איז געווען ממש א חזן זייענדיג א הערליכע בעל תפלה,
ווייטער דער אמרי חיים זי"ע איז געווען זייער מוזקאליש אבער נוסח האט ער געזאגט סטריקלי וויזניץ, יא אמאל עפעס פון דזיקוב אבער בעיקר וויזניץ, אוי ווען ער קען ווען זאגען א רופשיצע נתנה תוקף ווי שיין וואלט דאס געווען...
ווער עס קען ברענגען זאכען פון חצירות וואס איז שיין געזאגט ווי למשל אין מונקאטש האט שיינע תנועה וואס בעלי תפלות קענען איבערזאגען אדרבה זייט מהנה די ציבור מען זאל צוזאמשטעלן ניסחרות וואס רביים האבען געזאגט און יסודתם מהררי קודש און סאיז אויכעט גיט פאר בעלי תפלה

רביה"ק מסאטמער זי"ע איז געווען א הערליכע בעל תפילה, יעדעס ווארט אפגעטייטש מיט א תנועה מיט מתיקות
איינער וואס פארשטייט נאר אביסעלע צו נוסח וועט אגריען, סאיז א שווערע קונץ צו דאווענען ווארעם, קרעכציג און פארט זיך האלטן אויף די רעלסן. נישט פארוואסערט אדער אראפגעשלינגן קיין איינציג ווארט, אזש מהאט געקענט פארשטיין די פירוש מילות בלויז פון הערן די נוסח

ער האט געהאט א שטארקע שטומע מיט געוויסע שיינע תניעות אבער נישט געקאנט האלטן דעם tune. חוץ מזה וואס זיין חיתוך בדיבור איז נישט געווען קלאר.

איך מיין אז די אשכול פארפארט. אודאי יעדע חסיד ווערט נתעורר פון זיין רבי'ס דאווענען און וועט זאגן אז די נוסח איז זייער ווארעם. מ'דארף אבער אוועקלייגן די נגיעות און טראכטן באמת צו מ'האט דאס ליב ווייל צו דעם איז מען געוואינט אדער ווייל ס'איז באמת שיין חזנ'יש אדער מוזיקאליש.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

בורשטין רבי הייסט א שיינע בעל תפילה
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
א צווייטער
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטער »

כל מקדש האט געשריבן:
א גוטן האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פונעם ברך משה ז״ל מוז איך זאגן אז ער געווען גאר א גוטער בעל תפילה, געדאווענט זייער ווארעם און געהאט א שטארקע נעימות אזויווי די אמאליגע בעלי תפילה. די מלכיות, זכרונות און שופרות איז געווען א תענוג רוחני מיטצוהאלטן. דאס איז עפעס וואס מען קען נישט נאכמאכן.

געדאווענט זייער ווארעם און געהאט א שטארקע נעימות .דאס
יא אבער גאר א גוטע בעל תפילה דאס נישט זיין פעטער זצ"ל
איז געווען גאר א גוטע בעל תפילה

נעימות + ווארעם + בא'טעמ'ט צו הערן = א גוטע בעל תפלה.

קוליעקב האט געשריבן: די מעלה פונעם ברך משה האט געזאגט די נוסח מיט זיינע כוחות נישט מיט די פעטערס איז עס געווען ווארעם און כמעשה שייו, זיינע קינדער מאכען נאך די פעטער און עס איז ליידער נישט שיין...

ווי אזוי קענען זיי נאכמאכן דעם פעטער, דאכצעך זיי זענעו כמעט נישט געווען ביינעם די הייליגע טעג זיי זענען בעיקר געווען אין סיגוט ביים טאטן, איך גלייב נישט אז זיי הערן אויס א טעיפ און מאכן עס נאך... אויב עפעס מאכן זיי נאך דעם טאטן.
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
אוועטאר
א צווייטער
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטער »

נא_שכל האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:איך מיין אין וומסב"ג איז יששכר גוטמאן דער שענסטער בעל תפלה

ר' אייזיק האניג דאווענט נישט ווארימער?

אוודאי קען מען אויסרעכענען א גאנצע ליסטע פון גוטע בעלי תפלה יכלו הזמן והם לא יכלו, דער אשכול איז אבער "אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה", מיינע צוויי צענט.
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

קיסריה האט געשריבן:ואוהלין איז דער מלך פון ימים נוראים.

יאך האב שוין געהערט אלע, גענאשט פון אלע. גארנישט קומט נישט צו לקרסוליהם.

ברסלב האט נישט קיין ספעציעלן נוסח.
די בעלי תפלות וועלכע דאווענען אין ברסלב, דאווענען וואהלינער נוסח.

זיי האבן דיקא יא, ר' לוי יצחק ז"ל און ר' משה בורשטיין ז"ל האבן געלערנט דעם מקוריות'דיגע וואהלינע נוסח אויפן ברסלב'ער שטייגער ווי מ'האט עס געזאגט נאך בימי מוהרנ"ת
ר' משה בורשטיינס איז אביסל בשינוי ווי די ברסלבע חסידים האבן עס געזאגט אין פולין, אביסל אריינגעמישט ארטיגע קנייטשן
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
הרב שעפטיל שליט''א
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 11:57 pm
לאקאציע: קרית טעגלאש

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב שעפטיל שליט''א »

כ"ק מרן אדמו"ר מגאלאנטא שליט"א פון וומ"ס איז אויך באוויסט אלס זעלטן שיינע בעל תפילה, מיט א זעלטענע חן, אידן קומען אים הערן מארבע כנפות העיר
(איך מיין אז אויך זיין ברודער האדמו"ר מבורשטין שליט"א פון ב"פ)
דער אייבערשטער האט טאקע ליב דעם אינגערמאנטשיק מיט די קורצע ערמל און דשינס הויזן אנעם בערדל...

אבער ער האט אויך נישט פיינט דעם תלמוד חכם מיט די לאנגע בארד און ברייטע ביבער הוט..

(הצדיק ר' חיים בער זצ"ל)
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

כ'האב הנאה פון דעם אשכול
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אידיאט
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיאט »

הרב שעפטיל שליט''א האט געשריבן:כ"ק מרן אדמו"ר מגאלאנטא שליט"א פון וומ"ס איז אויך באוויסט אלס זעלטן שיינע בעל תפילה, מיט א זעלטענע חן, אידן קומען אים הערן מארבע כנפות העיר
(איך מיין אז אויך זיין ברודער האדמו"ר מבורשטין שליט"א פון ב"פ)

איך דאווען אגאנץ יאר און בורשטין (גילוי אלערט(… די רבי דאווענט קבלת שבת און מנחה שבת יעדע וואך פארן עמוד. און אוודאי ימים נוראים. הערליך, ווארים, פיל מיט רגש.

אידיאט האט געשריבן:

מוז נישט זיין גילוי

ס'קען זיין ס'איז דא דארט מער ווי איין אידיאט :grin:

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:

תיתי לי… מדארף נישט זיין קיין חכם צו ליב האבן א שיינע דאווענען……
אידיאט
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיאט »

ר ישראל דוד שלעזינגער שליטא איך געדענק ווען ער פלעגט דאווענען אין לוצערן פארן עמוד. ער האט ש טארקע שטומע. דאווענט גוט נאך די ווועלטס נוסח. ער קען וויינען און דאווענען צוזאמען ער פלעגט נישט שטיקען. ער דאווענט אין זיין בית מדרש אין מאנסי, אסאך אידן גייען אים הערן
מנחם אבראמאוויטש
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 02, 2017 5:48 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם אבראמאוויטש »

דער בורשטינער רבי איז א זעלטן שיינער בעל תפילה.
איך בין אמאל געווען א מתפלל דארט און איך האב אימפארטירט זיין נוסח צו די ביהמ"ד ווי איך דאווען ימים נוראים פאר'ן עמוד.
אוועטאר
הרב שעפטיל שליט''א
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 11:57 pm
לאקאציע: קרית טעגלאש

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב שעפטיל שליט''א »

הרב שעפטיל שליט''א האט געשריבן:כ"ק מרן אדמו"ר מגאלאנטא שליט"א פון וומ"ס איז אויך באוויסט אלס זעלטן שיינע בעל תפילה, מיט א זעלטענע חן, אידן קומען אים הערן מארבע כנפות העיר
(איך מיין אז אויך זיין ברודער האדמו"ר מבורשטין שליט"א פון ב"פ)

גאלאנטא רבי שליט"א דאווענט מער ווייניגער אויף די סאטמארע נוסח, אבער מיט אפאר שינויים, דהיינו, ונתנה תוקף, אויף זידיטשוב נוסח, כל נדרי, איז א טראפ אנדערשט ווי סאטמאר, איך ווייס נישט פון ווי ער נעמט עס, כתר זאגט ער אויף א אייגענע אייגנארטיגע הערליכע התעוררות'דיגע נוסח, אויף די גאנצע דאווענען האט הערליכע תנועות, וואס מען הערט נישט ערגעץ אנדערש, אסאך אידן וואס הערן אים איינמאל, קענען שוין ממש נישט הערן קיין צווייטן.
דער אייבערשטער האט טאקע ליב דעם אינגערמאנטשיק מיט די קורצע ערמל און דשינס הויזן אנעם בערדל...

אבער ער האט אויך נישט פיינט דעם תלמוד חכם מיט די לאנגע בארד און ברייטע ביבער הוט..

(הצדיק ר' חיים בער זצ"ל)
שוויצער
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2010 3:16 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוויצער »

הרה"צ ר' חיים מאיר טווערסקי שליט"א - יונגסטע זוהן פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא איז א וואונדערבארער בעל תפילה
נעה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 2:23 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעה »

אדמו"ר מטאהש שליט"א איז א הערליכע בעל תפילה זייער ווארעם מיטן טאהשע נוסח
נעה, די מיינסט טאקע אז איך האלט אזוי?!?!
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7437
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

lebediger berel האט געשריבן:
אוראייניקל האט געשריבן:אין בעלזא גייען די בעלי תפילה מיט א שטריימל אונטערן טלית. ימי"נ ווען דער רב גייט מיט דעם, נוצט דער רב דעם רב ז"ל'ס שטריימל. כ'ווייס נישט צו ס'איז דער שטריימל, אדער סתם א שטריימל מיועד לבעל תפילה.

דער געלע סידור איז לכאורה דער כלבו מחזור פונעם רב ז"ל וואס איז אפן פאר'ן רב ווען ער גייט צו ימי"נ. זעה אז אונטער דעם איז דא אן אנדערע סידור.

פארוואס ליגט עס דעמאלטס אויפן עמוד, דארף דאס דאך זיין אויפן קאפ, פלעין כ'האב ליב מנהגים שונים צו וויסן.

ס'מאכט זיך אז די רב טוט עס אויס.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7437
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:די פראבלעים איז די נוסח. די סאטמארע נוסח איז מסתמה די שוואכסטע נוסח.

נישט ריכטיג. אלס נוסח אויס איז עס גאר א שיינע נוסח און מער דומה צו די וועלט'ס נוסח. איך האב שוין געהערט אסאך נוסחאות, סאטמאר איז פון די בעסערע קעגן רוב חצרות הקודש, ווי סקווירא, בעלזא, מונקאנטש, גור וכדו'.

וויזניץ איז גאר גאר א ווארימע נוסח, איך וואלט עס אפי' ענדערש געקליבן ווי די וועלט'ס נוסח אדער סאטמאר, עס איז אבער נישט אזוי לייכט פאר א פרעמדן צו הערן. איינער וואס איז נישט געוואוינט דערצו וועט נעמען צייט צו כאפן די שיינקייט.

כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א אומר שזקינו האמרי חיים זצ"ל אמר לו שנוסח ויז'ניץ הוא הנוסח הכי יפה בעולם.
ופעם אמר שלא אמר לזקינו אך מעניין הדבר, למה קבע האמרי חיים כך, וכי שמע את כל הנוסחאות בעולם?
ואילו הרה"צ ר' ישראל הגר בן כ"ק האדמו"ר מויזנ'יץ שליט"א מבארא פארק אומר שהוא יכול לומר בפה מלא שנוסח ויז'ניץ הוא הנוסח הכי מיוחד והכי יפה ומשובב לב מכל הנסוחאות שבעולם, כי הוא כבר סבב אצל כולם ולא מצא כדוגמת נוסח ויז'ניץ...
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

די וויזניצע נוסח איז מער ווייניגער די וועלט'ס נוסח נאר זייער פאר'וויזניצ'ט אזש אויף נישט צום דערקענען, זיי האבן גענומען די שיינקייט פון די וועלטס נוסח און עס אויפגעטוישט אויף ווארעמקייט. הייב אן די וועלט'ס נוסח "ובכן יתקדש שמך ה' אלוקינו על ישראל עמך ועל ירושלים עירך...", ס'איז א שיינע שטיקל חזנות, אין וויזניץ נאכ'ן צולייגן די וויזניצע פלעיווער איז עס פארוואנדלט געווארן אין א ווארימע ניגון.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:כ'האב הנאה פון דעם אשכול

אודאי אזוי, שמו מוכיח עליו...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

א צווייטער האט געשריבן:
כל מקדש האט געשריבן:
א גוטן האט געשריבן:
ווי אזוי קענען זיי נאכמאכן דעם פעטער, דאכצעך זיי זענעו כמעט נישט געווען ביינעם די הייליגע טעג זיי זענען בעיקר געווען אין סיגוט ביים טאטן, איך גלייב נישט אז זיי הערן אויס א טעיפ און מאכן עס נאך... אויב עפעס מאכן זיי נאך דעם טאטן.

ווען הברך משה האט געוואינט אין וומסב"ג פלעגט ער שיקן די עלטערע קינדער דאווענען צום רבי׳ן איין טאג (מינומום)
ווען מהר"א האט געוואינט אין וומסב"ג נאך די חתונה פלעגט ער גיין ר"ה דעם צווייטן טאג צום רבי׳ן, אויך יעדע שיינע שבת, איך געדענק עס, (באקאנט די מעשה שבת שקלים ווען ער האט עולה געווען ששי ואכמ"ל)
די יונגערע קינדער וואס זענן ערצויגן אין ב"פ האבן טאקע לכאורה קיינמאל געהערט דעם רבי׳ן דאווענען
חיים של עושר
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 31, 2019 9:30 am

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים של עושר »

איך בין אמאל געווען יום הקדוש ביי ניקלשבורג רבי אין מאנסי, כידוע איז ער א הערליכע בעל תפלה

אוי איז דאס געווען א דאווענען. א כל נדרי, א מוסף, א נעילה

די נעילה ליגט מיר נאך אין די ביינער, איך קען עס נישט פארגעסן
איזה עשיר השמח בחלקו
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”