אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
חמרא טבא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9934
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך חמרא טבא » זונטאג סעפטעמבער 27, 2020 12:07 am

שאשא האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:געהערט א מוסף ראש השנה פון אדמו"ר מסטיטשין שליט"א, נישטא זיינס גלייכן, דאס קען מען נישט נאכמאכן. די בכיות מיטן נוסח ציזאם איז עפעס מעין עולם הבא

די אייניקעל פונעם אלטן ?

ניין א אור נעפיו
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
משה צימערינג
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך משה צימערינג » זונטאג סעפטעמבער 27, 2020 12:08 am

שאשא האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:געהערט א מוסף ראש השנה פון אדמו"ר מסטיטשין שליט"א, נישטא זיינס גלייכן, דאס קען מען נישט נאכמאכן. די בכיות מיטן נוסח ציזאם איז עפעס מעין עולם הבא

די אייניקעל פונעם אלטן ?

יא
אדמו״ר מ׳סטיטשין איז נאר דא איינס.
זינט גילוי האט זיך גע'גילוי'ט האט זיך נאכנישט אפגעטון אזא ג'גילוי'עכץ... (קרעדיט לכו... וגו')

אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך להגדיל שמו » זונטאג סעפטעמבער 27, 2020 12:16 am

sky האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:
צבישלום האט געשריבן:
צבישלום האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:דו רעדטסט נאר פון גרויסע רביס?
די שינאווע רבי פון מאנסי דאווענט זייער שיין, רוב דאווענען איז די ראפשיצע דאווענען.

Anywhere you can listen to him? Any recordings?

???
My friend told me he davend there yom tov says it’s out of the world the nissach and especially the delivery

דארפסט זיך נאכפרעגן ביי זיינע אייניקלעך אויב זיי האבען א טעיפ.
בדרך אגב, זיין ברידער ר' חאצקעל האט געדאווענט נאך שענער ווי אים, דארט איז זיכער דא א טעיפ.

why are you sure they have a tape?

ווייל איך האב עס אמאל געהאט, און עס באקימען פון זיי.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אלטער בריליאנט
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2019 3:54 am

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך אלטער בריליאנט » זונטאג סעפטעמבער 27, 2020 12:32 am

חלב ישראל האט געשריבן:די וויזניצע נוסח איז מער ווייניגער די וועלט'ס נוסח נאר זייער פאר'וויזניצ'ט אזש אויף נישט צום דערקענען, זיי האבן גענומען די שיינקייט פון די וועלטס נוסח און עס אויפגעטוישט אויף ווארעמקייט. הייב אן די וועלט'ס נוסח "ובכן יתקדש שמך ה' אלוקינו על ישראל עמך ועל ירושלים עירך...", ס'איז א שיינע שטיקל חזנות, אין וויזניץ נאכ'ן צולייגן די וויזניצע פלעיווער איז עס פארוואנדלט געווארן אין א ווארימע ניגון.

בכלל נישט! אבי גערעדט! די וויזשניצער נוסח ספעציעל פון ימים נוראים איז זייער זייער ווייט פון די וועלטס נוסח!
אפשר גאר געציילטע שטיקלעך האבן שטריכן פון די וועלטס נוסח נישט די אלע שטיקלעך פון ר׳ ניסן יוסט וכו׳ וכו׳...

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך חלב ישראל » זונטאג סעפטעמבער 27, 2020 11:19 am

רבי ניסן יוסט האט געמאכט ניגונים, נישט נוסחאות.

אוועטאר
רעים
שר האלף
תגובות: 1549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: By the corner

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך רעים » זונטאג סעפטעמבער 27, 2020 2:39 pm

חלב ישראל האט געשריבן:רבי ניסן יוסט האט געמאכט ניגונים, נישט נוסחאות.

און וויזניץ ביי מוסף זינגט מען אפאר מאל נגינים פון ר' ניסן ווי למשל אויף ויאתיו-היה עם פיפיות זינגט מען די מנוחה ושומחה פון ר' ניסן יוסט
~ואהבת לרעך כמוך... כמוך??? כמוך כמוך!!!~

ביטע נישט לאכן פון די געספעלעכצער, ס'איז נישט שיין איינעם אויסצולאכן credit: sheetrock

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך חלב ישראל » מאנטאג סעפטעמבער 28, 2020 11:59 pm

יא יא, יעדע פלאץ האט זיך זיינע ניגונים וואס מ'זינגט אויף געוויסע פיוטים, די נוסח פון די איבעריגע תפילות איז אבער מער ווייניגער די זעלבע.
לעצט פאראכטן דורך חלב ישראל אום דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 12:28 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אסדר לסעודתא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9731
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 12:24 am

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:געהערט א מוסף ראש השנה פון אדמו"ר מסטיטשין שליט"א, נישטא זיינס גלייכן, דאס קען מען נישט נאכמאכן. די בכיות מיטן נוסח ציזאם איז עפעס מעין עולם הבא

יארן צוריק האב איך אים געהערט, ס'ליגט מיר נאך אין די ביינער. א הערליכע בעל תפילה און די נוסח איז שלא מעלמא הדין, א שאד ער וויינט אזוי סאך, ער דאווענט גענוג ווארים אן זיין וויינען אויך.

yid
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:37 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך yid » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 1:20 am

here you can buy from very nice ball tefilas

https://www.koltorahonline.com/tfillah- ... ?limit=all

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3861
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 10:48 am

שאראש-פאטאק האט געשריבן:
קוליעקב האט געשריבן:בנוגע ספינקא איז אזוי, ראפשיץ איז הערליך ווי רבי הרעשלע איז א בן אחר בן און ספינקא איז זידשטויב וואס איז אויכעט א הערליך נוסח והא ראיה רבי יעקלע ספינקא ובניו זענען הערליכע בעלי תפילה אבער רבי הערשלע איז נישט געווען קיין בעל תפלה, ער איז געווען הייליג און גרויס אבער א שוואכע בעל תפלה א מעורר איז ער יא גאר שטארק געווען ביי די דרשות ווי אויכעט האט ער געדאווענט שנעל די ספינקא חסידים האבען זיך געשעמט א היים צוקימען אזוי פרי פאר 3 ראש השנה,
סגעווען א לייטישע קאפעליע אבער שוואך און בעלי תפלה

ב׳ לגבי די זמן טרעף מיך איין בית המדרש וואס האט אין די כ׳ געענדיגט נאך 3

ר' הערשעלע איז נסתלק געווארן אין די כ'ס?
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

שאראש-פאטאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך שאראש-פאטאק » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 7:17 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:

ער האט זיך נישט געטוישט זייט די מלחמה מיט גארנישט מה שאין כן די נייע רבי׳ס האבען געטרייט נאכצומאכען די רבי זיע וואס האט געדאווענט שפעט שחרית סא האט ער געדאווענט שפעט מוסף
שארמאשע רב איז געווען בעל תוקע אדער בעל מקריא פלעגט שוין האלטען נאך מוסף

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3861
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 10:28 am

דו מיינסט סאמבעטהעלי רב ז"ל, ער פלעגט קומען נאכן ענדיגן מוסף אין זיין ביהמ"ד און זיין בעל תוקע ביי מוסף.

שפעטער האט דער שארמאשער רב ז"ל איבערגענומען, ווייס איך נישט צו ער האט דארט געדאווענט אדער נישט.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

שאראש-פאטאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך שאראש-פאטאק » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 9:18 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
שאראש-פאטאק האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
שאראש-פאטאק האט געשריבן:
קוליעקב האט געשריבן:בנוגע ספינקא איז אזוי, ראפשיץ איז הערליך ווי רבי הרעשלע איז א בן אחר בן און ספינקא איז זידשטויב וואס איז אויכעט א הערליך נוסח והא ראיה רבי יעקלע ספינקא ובניו זענען הערליכע בעלי תפילה אבער רבי הערשלע איז נישט געווען קיין בעל תפלה, ער איז געווען הייליג און גרויס אבער א שוואכע בעל תפלה א מעורר איז ער יא גאר שטארק געווען ביי די דרשות ווי אויכעט האט ער געדאווענט שנעל די ספינקא חסידים האבען זיך געשעמט א היים צוקימען אזוי פרי פאר 3 ראש השנה,
סגעווען א לייטישע קאפעליע אבער שוואך און בעלי תפלה

ב׳ לגבי די זמן טרעף מיך איין בית המדרש וואס האט אין די כ׳ געענדיגט נאך 3

ר' הערשעלע איז נסתלק געווארן אין די כ'ס?

ער האט זיך נישט געטוישט זייט די מלחמה מיט גארנישט מה שאין כן די נייע רבי׳ס האבען געטרייט נאכצומאכען די רבי זיע וואס האט געדאווענט שפעט שחרית סא האט ער געדאווענט שפעט מוסף
שארמאשע רב איז געווען בעל תוקע אדער בעל מקריא פלעגט שוין האלטען נאך מוסף

דו מיינסט סאמבעטהעלי רב ז"ל, ער פלעגט קומען נאכן ענדיגן מוסף אין זיין ביהמ"ד און זיין בעל תוקע ביי מוסף.

שפעטער האט דער שארמאשער רב ז"ל איבערגענומען, ווייס איך נישט צו ער האט דארט געדאווענט אדער נישט.

געהערט פון מיין טאטע אז ער פלעגט קימען נאכן דאווענין

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 3:09 am

רעים האט געשריבן:
חלב ישראל האט געשריבן:רבי ניסן יוסט האט געמאכט ניגונים, נישט נוסחאות.

און וויזניץ ביי מוסף זינגט מען אפאר מאל נגינים פון ר' ניסן ווי למשל אויף ויאתיו-היה עם פיפיות זינגט מען די מנוחה ושומחה פון ר' ניסן יוסט

אגב. מזינגט נישט אויף היה עם פיפיות ניגונים פון מנוחה ושמחה, נאר פארקערט.
די ניגונים זענען געמאכט געווארן אויף היה עם פיפיות, און דערנאך האט מען עס צוגעפאסט אויף מנוחה ושמחה.
דאס איז אויך מסביר פארוואס איז דא שטיקלעך אין מנוחה ושמחה וואס מצופייערט זיך אן קיין פשט, למשל ווען מ'זינגט מיט גרויס התלהבות תנין ואדם וחית ראמים, און די סיבה איז אז די ניגון איז במקור אויף היה עם פיפיות, און ז'איס טאקע נישט געפאסט אויפן ווערטער פון די שבת'דיגע מנוחה ושמחה.

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך טראק דרייווער » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 3:46 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:געהערט א מוסף ראש השנה פון אדמו"ר מסטיטשין שליט"א, נישטא זיינס גלייכן, דאס קען מען נישט נאכמאכן. די בכיות מיטן נוסח ציזאם איז עפעס מעין עולם הבא

יארן צוריק האב איך אים געהערט, ס'ליגט מיר נאך אין די ביינער. א הערליכע בעל תפילה און די נוסח איז שלא מעלמא הדין, א שאד ער וויינט אזוי סאך, ער דאווענט גענוג ווארים אן זיין וויינען אויך.

די וויינען איז א חלק פון די עבודה אין סטיטשין. איך האב אים נאכנישט געהערט קיין כגונא פון אים, אבער שוין געהערט זינגען ביי די טישן. ווער עס האט שכל פאלט אמאל אריין צו א טיש, די בכיות נוראות בשעת'ן זינגען מיט געגועין און השתפכות הנפש בנוסף צו די פארצייטישקייט איז נישטא נאך צו טרעפן היינט לענ"ד.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
רעים
שר האלף
תגובות: 1549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: By the corner

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך רעים » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 4:00 am

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
רעים האט געשריבן:
חלב ישראל האט געשריבן:רבי ניסן יוסט האט געמאכט ניגונים, נישט נוסחאות.

און וויזניץ ביי מוסף זינגט מען אפאר מאל נגינים פון ר' ניסן ווי למשל אויף ויאתיו-היה עם פיפיות זינגט מען די מנוחה ושומחה פון ר' ניסן יוסט

אגב. מזינגט נישט אויף היה עם פיפיות ניגונים פון מנוחה ושמחה, נאר פארקערט.
די ניגונים זענען געמאכט געווארן אויף היה עם פיפיות, און דערנאך האט מען עס צוגעפאסט אויף מנוחה ושמחה.
דאס איז אויך מסביר פארוואס איז דא שטיקלעך אין מנוחה ושמחה וואס מצופייערט זיך אן קיין פשט, למשל ווען מ'זינגט מיט גרויס התלהבות תנין ואדם וחית ראמים, און די סיבה איז אז די ניגון איז במקור אויף היה עם פיפיות, און ז'איס טאקע נישט געפאסט אויפן ווערטער פון די שבת'דיגע מנוחה ושמחה.

ניין ס'איז געמאכט געווארען אויף מונחה ושמחה... מען האט עס שפעטער ארוף געלייגט אויף היה עם פיפיות... ביי היה עם פיפיות זינגט מען נישט אלע פעלער... און אזוי אויך ביי היה עם פיפיות זינגען מען איבעראל אביסל אנדעש... און בדרך אגב ביי אפאר אנדערע וויזניץ'ע מנוחה ושמחה'ס גייט ביי תנין ואדם אדם א הויכע פאל
~ואהבת לרעך כמוך... כמוך??? כמוך כמוך!!!~

ביטע נישט לאכן פון די געספעלעכצער, ס'איז נישט שיין איינעם אויסצולאכן credit: sheetrock

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3861
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 10:42 am

שאראש-פאטאק האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
שאראש-פאטאק האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
שאראש-פאטאק האט געשריבן:
ב׳ לגבי די זמן טרעף מיך איין בית המדרש וואס האט אין די כ׳ געענדיגט נאך 3

ר' הערשעלע איז נסתלק געווארן אין די כ'ס?

ער האט זיך נישט געטוישט זייט די מלחמה מיט גארנישט מה שאין כן די נייע רבי׳ס האבען געטרייט נאכצומאכען די רבי זיע וואס האט געדאווענט שפעט שחרית סא האט ער געדאווענט שפעט מוסף
שארמאשע רב איז געווען בעל תוקע אדער בעל מקריא פלעגט שוין האלטען נאך מוסף

דו מיינסט סאמבעטהעלי רב ז"ל, ער פלעגט קומען נאכן ענדיגן מוסף אין זיין ביהמ"ד און זיין בעל תוקע ביי מוסף.

שפעטער האט דער שארמאשער רב ז"ל איבערגענומען, ווייס איך נישט צו ער האט דארט געדאווענט אדער נישט.

געהערט פון מיין טאטע אז ער פלעגט קימען נאכן דאווענין

אקעי

שאראש פאטאק און שארמאש זענען קרובים...?
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 11:31 am

רעים האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
רעים האט געשריבן:
חלב ישראל האט געשריבן:רבי ניסן יוסט האט געמאכט ניגונים, נישט נוסחאות.

און וויזניץ ביי מוסף זינגט מען אפאר מאל נגינים פון ר' ניסן ווי למשל אויף ויאתיו-היה עם פיפיות זינגט מען די מנוחה ושומחה פון ר' ניסן יוסט

אגב. מזינגט נישט אויף היה עם פיפיות ניגונים פון מנוחה ושמחה, נאר פארקערט.
די ניגונים זענען געמאכט געווארן אויף היה עם פיפיות, און דערנאך האט מען עס צוגעפאסט אויף מנוחה ושמחה.
דאס איז אויך מסביר פארוואס איז דא שטיקלעך אין מנוחה ושמחה וואס מצופייערט זיך אן קיין פשט, למשל ווען מ'זינגט מיט גרויס התלהבות תנין ואדם וחית ראמים, און די סיבה איז אז די ניגון איז במקור אויף היה עם פיפיות, און ז'איס טאקע נישט געפאסט אויפן ווערטער פון די שבת'דיגע מנוחה ושמחה.

ניין ס'איז געמאכט געווארען אויף מונחה ושמחה... מען האט עס שפעטער ארוף געלייגט אויף היה עם פיפיות... ביי היה עם פיפיות זינגט מען נישט אלע פעלער... און אזוי אויך ביי היה עם פיפיות זינגען מען איבעראל אביסל אנדעש... און בדרך אגב ביי אפאר אנדערע וויזניץ'ע מנוחה ושמחה'ס גייט ביי תנין ואדם אדם א הויכע פאל

איך ווייס בידיעה אז די ניגונים זענען געמאכט געווארן אויף היה עם פיפיות און נישט אויף מנוחה ושמחה.
דאס איז טאקע די הסבר פארוואס ביי עטליכע ניגונים איז די שטארקע חלק ביי תנין ואדם וכו', ווייל ביי היה עם פיפיות שטימט עס מיטן פירוש המילות.

וואס הערט זיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 03, 2016 6:36 pm
לאקאציע: ממש אביסל אהינציר

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך וואס הערט זיך » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 11:39 am

שאראש-פאטאק האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
שאראש-פאטאק האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
שאראש-פאטאק האט געשריבן:
ב׳ לגבי די זמן טרעף מיך איין בית המדרש וואס האט אין די כ׳ געענדיגט נאך 3

ר' הערשעלע איז נסתלק געווארן אין די כ'ס?

ער האט זיך נישט געטוישט זייט די מלחמה מיט גארנישט מה שאין כן די נייע רבי׳ס האבען געטרייט נאכצומאכען די רבי זיע וואס האט געדאווענט שפעט שחרית סא האט ער געדאווענט שפעט מוסף
שארמאשע רב איז געווען בעל תוקע אדער בעל מקריא פלעגט שוין האלטען נאך מוסף

דו מיינסט סאמבעטהעלי רב ז"ל, ער פלעגט קומען נאכן ענדיגן מוסף אין זיין ביהמ"ד און זיין בעל תוקע ביי מוסף.

שפעטער האט דער שארמאשער רב ז"ל איבערגענומען, ווייס איך נישט צו ער האט דארט געדאווענט אדער נישט.

געהערט פון מיין טאטע אז ער פלעגט קימען נאכן דאווענין

ניין ער פלעגט דאווענען שחרית ביי זוך אין ביהמ"ד און אריבער קומען נאכדעם געווען בעל מקריא און די לעצטע יאר אויך בעל תוקע, און געבליבן דאווענען מוסף ביים רבי'ן

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך חלב ישראל » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 1:28 pm

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:איך ווייס בידיעה אז די ניגונים זענען געמאכט געווארן אויף היה עם פיפיות און נישט אויף מנוחה ושמחה.
דאס איז טאקע די הסבר פארוואס ביי עטליכע ניגונים איז די שטארקע חלק ביי תנין ואדם וכו', ווייל ביי היה עם פיפיות שטימט עס מיטן פירוש המילות.

ס'איז אינטערעסאנט וואס דו זאגסט ווייל די ביידע ניגונים (ויאתיו און היה עם פיפיות) גייען אויף אקוראט דעם זעלבן גאנג ווי אנדערע פון זיינע מנוחה ושמחה, זיי הייבן זיך אלע אן מיט א קליינע אריינפיר, נאכדעם קומען דריי פעלער, נאכדעם טוישט מען גיערס און מ'פאנגט אן פון פריש א נייע שטייטע אריינפיר צום נעקסטן חלק, נאכדעם קומט א גרינגערע פאל אן ווערטער, אביסל א העכערע פאל אויף קום קרא אליו, מ'גייט צוריק צום פריערדיגן פאל, נאך א העכערע פאל אויף נשמת כל חי, און ס'ענדיגט זיך מיט'ן דריטן פאל פונעם ערשטן חלק ניגון. איך ווייס נישט דיינע מקורות, אבער פון די געבוי פון די ניגונים זעהט אויס ווי ס'קומט אויף מנוחה ושמחה.

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 3:59 pm

חלב ישראל האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:איך ווייס בידיעה אז די ניגונים זענען געמאכט געווארן אויף היה עם פיפיות און נישט אויף מנוחה ושמחה.
דאס איז טאקע די הסבר פארוואס ביי עטליכע ניגונים איז די שטארקע חלק ביי תנין ואדם וכו', ווייל ביי היה עם פיפיות שטימט עס מיטן פירוש המילות.

ס'איז אינטערעסאנט וואס דו זאגסט ווייל די ביידע ניגונים (ויאתיו און היה עם פיפיות) גייען אויף אקוראט דעם זעלבן גאנג ווי אנדערע פון זיינע מנוחה ושמחה, זיי הייבן זיך אלע אן מיט א קליינע אריינפיר, נאכדעם קומען דריי פעלער, נאכדעם טוישט מען גיערס און מ'פאנגט אן פון פריש א נייע שטייטע אריינפיר צום נעקסטן חלק, נאכדעם קומט א גרינגערע פאל אן ווערטער, אביסל א העכערע פאל אויף קום קרא אליו, מ'גייט צוריק צום פריערדיגן פאל, נאך א העכערע פאל אויף נשמת כל חי, און ס'ענדיגט זיך מיט'ן דריטן פאל פונעם ערשטן חלק ניגון. איך ווייס נישט דיינע מקורות, אבער פון די געבוי פון די ניגונים זעהט אויס ווי ס'קומט אויף מנוחה ושמחה.

מיין מקור איז איינע פון די חשובע חוקרי הנגינה בחצר הקודש ויז'ניץ.

אוועטאר
וואנאוויטשער
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2016 4:10 am

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך וואנאוויטשער » זונטאג נובעמבער 08, 2020 7:54 am

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
חלב ישראל האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:איך ווייס בידיעה אז די ניגונים זענען געמאכט געווארן אויף היה עם פיפיות און נישט אויף מנוחה ושמחה.
דאס איז טאקע די הסבר פארוואס ביי עטליכע ניגונים איז די שטארקע חלק ביי תנין ואדם וכו', ווייל ביי היה עם פיפיות שטימט עס מיטן פירוש המילות.

ס'איז אינטערעסאנט וואס דו זאגסט ווייל די ביידע ניגונים (ויאתיו און היה עם פיפיות) גייען אויף אקוראט דעם זעלבן גאנג ווי אנדערע פון זיינע מנוחה ושמחה, זיי הייבן זיך אלע אן מיט א קליינע אריינפיר, נאכדעם קומען דריי פעלער, נאכדעם טוישט מען גיערס און מ'פאנגט אן פון פריש א נייע שטייטע אריינפיר צום נעקסטן חלק, נאכדעם קומט א גרינגערע פאל אן ווערטער, אביסל א העכערע פאל אויף קום קרא אליו, מ'גייט צוריק צום פריערדיגן פאל, נאך א העכערע פאל אויף נשמת כל חי, און ס'ענדיגט זיך מיט'ן דריטן פאל פונעם ערשטן חלק ניגון. איך ווייס נישט דיינע מקורות, אבער פון די געבוי פון די ניגונים זעהט אויס ווי ס'קומט אויף מנוחה ושמחה.

מיין מקור איז איינע פון די חשובע חוקרי הנגינה בחצר הקודש ויז'ניץ.

אויף קול בחצרות האט מען אראפגעברענגט א ערליכע שמועס פון די ויז'ניצע קאפעלע וואס זאגען טאקע אזויווי הרב יוסף פריעדמאן
המצפה לישועה
נו"נ לזקני הק' מוואניאוויטש זיע"א

איטשע
שר האלפיים
תגובות: 2534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך איטשע » זונטאג נובעמבער 08, 2020 10:13 am

איך האב מיך נישט צופיל געדרייט אין פרעמדע פעלדער.
בעיקר קען איך ר׳ שאול הוטטערער׳ס און די באבוב נוסחאות.

אין יאר בין איך אריינגעפאלן ביים וויזניצער רבי׳ן אויף די ערשטע נאכט ראש השנה, נעמענדיג אין באטראכט וואס כ׳האב אזוי פיל געהערט וועגן די וויזניצער נוסח.
כ׳האב אזוי חרטה געהאט, נישט קיין נוסח, נישט קיין ווארעמקייט, קיין הענט און קיין פיס. ס ׳פעלט מיר אין תפלת מעריב ימים נוראים אין מיין לעבן.
אפשר בייטאג איז אנדערש, לויט מיין עסקספיריענס מיט׳ן מעריב, וועל איך נישט אזוי שנעל מקריב זיין א שחרית און א מוסף, זיך איבערצוצייגן.
לע״ע זאל מיר קיינער נישט פארקויפן קיין וויזניצער נוסח.

הנעל״ד כתבתי.

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9679
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אדמורים ורבנים וראשי ישיבה ואנשים מפורסמים וואס זענען גוטע בעלי תפלה

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » זונטאג נובעמבער 08, 2020 10:14 am

המקום ימלא חסרונך.

צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט