פידל שפילן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: פידל שפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ניין, מ'מאכט דאס מיט די פינגער
חכם באמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2020 11:19 pm

Re: פידל שפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם באמת »

לכאורה האט געשריבן:ניין, מ'מאכט דאס מיט די פינגער

און וואס מיינט ער מיט די אריינקוועטשען ?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: פידל שפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

קום אריבער.. ביסט דאך אין מאנסי

כ'קען דיר צוהעלפן אביסל מיט נאטן, אבער איך האלט מיך נישט פאר קיין מומחה
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2931
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: פידל שפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

חכם באמת האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:ניין, מ'מאכט דאס מיט די פינגער

און וואס מיינט ער מיט די אריינקוועטשען ?

דער פעג לויפט דאך שמאלער ביים שפיץ, נמצא אז ווי מער ס'איז אריינגעשטופט אינעם לאך אלס שטייפער איז ער, און אלס ווייניגער פראבלעמען ווערן געשאפן.
קלאר?

---
שיק מיר אריין די לאוקעישן פליז...
חכם באמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2020 11:19 pm

Re: פידל שפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם באמת »

לכאורה האט געשריבן:קום אריבער.. ביסט דאך אין מאנסי

כ'קען דיר צוהעלפן אביסל מיט נאטן, אבער איך האלט מיך נישט פאר קיין מומחה

ווי זאל איך ארובערקומען ?
חכם באמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2020 11:19 pm

Re: פידל שפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם באמת »

ברוך השם די עצות האבן אביסעל געהאלפן איין פראבלעם וואס לכאורה איז עכט די עצה צו קויפן א טייערערע פידל אז איך שטעל עס אן אויפן גוטען טאן און געוואלדיג סאיז פינקליך און ביז אפאר מינוט איך טשעק עס איבער און סאיז פארריקט אויף צירוקציוועגס דאס הייסט אויב סדארף זיין אויף G וועל איך עס טרעפן אויף F SHARP

נאך א שאלה בנוגע אז סאיז מיט געקומען מיטן פעקעזטש אזא געלע שטיקען וואס איך פארשטיי איז עס געמאכט פארן בוי איז וויל איך פארשטיין צו וואס העלפט ער פארוואס פעלט ער אויס ?
און צוגלייך וויפל זאל איך רייבן די בוי אויף דעם אויב איך וועל פארשטיין אין די צורך צו עס רייבן בכלל ?
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: פידל שפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אן רייבן געבט ער נישט קיין קול (עפעס יא ווי כאילו ער קרעכצעט...)
דארפסט רייבן ביז סכאפט אז די הערסט א גוטן פידל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: פידל שפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

לכאורה האט געשריבן:קום אריבער.. ביסט דאך אין מאנסי

כ'קען דיר צוהעלפן אביסל מיט נאטן, אבער איך האלט מיך נישט פאר קיין מומחה

איך קען אויך קומען?
ווען איז די קלאסן?...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
חכם באמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2020 11:19 pm

Re: פידל שפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם באמת »

איינס האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:קום אריבער.. ביסט דאך אין מאנסי

כ'קען דיר צוהעלפן אביסל מיט נאטן, אבער איך האלט מיך נישט פאר קיין מומחה

איך קען אויך קומען?
ווען איז די קלאסן?...

סאיז קלאסן ?
איך וויל אויך קומען
וואס זענעו די פרייזן ?
חכם באמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2020 11:19 pm

Re: פידל שפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם באמת »

איינס האט געשריבן:אן רייבן געבט ער נישט קיין קול (עפעס יא ווי כאילו ער קרעכצעט...)
דארפסט רייבן ביז סכאפט אז די הערסט א גוטן פידל.

ווי אפט דארף איך עס טוהן ?
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: פידל שפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

איך בין נישט קיין מומחה אין קיין פידל אבער כל זמן די קול איז גוט איז דאך גוט, אז מזעהט אז ער קראצט דארף מען נאכאמאל רייבן
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
חכם באמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2020 11:19 pm

Re: פידל שפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם באמת »

ישר כח
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: פידל שפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

די הארטע שטיקל הייסט רעיסין, דאס איז די זאך וואס מאכט אז די פערדן-שוואף פון די בויגן זאל ארויסגעבן א קול

--
איך געב נישט קיין לעקציעס, און נעם נישט קיין געלט. בסך הכל האב איך באצאלט אפאר אלפים פאר לעקציעס, אבער קוים וואס איך האב דאס באקומען אין די הענט בבחינת 'טופח', זיכער נישט 'על מנת להטפיח'.
ליידיג
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 16, 2020 5:20 pm

Re: פידל שפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליידיג »

חכם באמת האט געשריבן:1-- האסט עפעס א מהלך אז די שטריק זאלן נישט צירוקטאנצען ווען איך וויל עס טאנען ?

1, ווען מען וויל דרייען די פעגס צו טאנען די פידל, און מען וויל דרייען די פעגס טייטער, דארף מען צוריק דרייען די פעג לויזער, און נאכדעם בשעת מען מאכט עס טייטער דריקט מען עס אריין, אזוי האלט זיך עס, און אויך איז דא ציקויפן ''פעג דראפס'' וואס מען טראפט ארויף אויף די פעגס, און עס מאכט אז די פעגס זאלן ווערן מער קלעבעדיג און עס האלט זיך זייער גוט,

חכם באמת האט געשריבן:2-- וואס איז פשט אז בשעתן טאנען קען עס טאנצען פון איין טאן צום אנדערען נישט אויפן סיידער דאס הייסט אז מיין טאן איז יעצט לאמיר זאגן ביי G און איך מאך עם טייטער וועלענדיג אנקומען צו A אבער מיין טאנער וויזט מיר אז מיט מיין מאכן טייטער בין איך אנגעקומען גאר צו א נידרעגע טאן און סמאכט נישט קיין סענס אז איך זאל שוין האלטען אזוי ווייט אין די נעקסטע סקעל

2, דאס געשעהט ווייל בשעת די דרייסט עס צו מאכן טייטער ווערט עס גאר לויזער, קוק גיט אויף די פעגס וועסטו זעהן אז בשעת די פליקסט די בענדל נאכן טייטען צו זעהן אויב עס איז שוין גוט, דרייעט זיך עס שטייטעליך אויף, אין די עצה איז די זאלסט טוען אזוי ווי געשריבן און נומבער איינס,

חכם באמת האט געשריבן:3-- עפעס א עצה אז ווען מען דריקט איין שטריק זאל זיך נישט מיט דריקען די אנדערע

3, דאס לערענט מען זיך אויס מיט די צייט, און אויך דארפסטו זיכער מאכן אז די פידל איז גיט געמאכט, און די בריטש איז גוט,

חכם באמת האט געשריבן:4-- עפעס א וועב סייט זיך צו לערנען נאטען

5-- עפעס א וועב סייט זיך צו לערנען פידל

מיט די ריכטיגע בוכער, און אויב מען קען מיט א טיטשער, קען מען זיך זייער גוט אויסלערנען מען ברויך נאר האבן געדילד
ליידיג
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 16, 2020 5:20 pm

Re: פידל שפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליידיג »

חכם באמת האט געשריבן:ברוך השם די עצות האבן אביסעל געהאלפן איין פראבלעם וואס לכאורה איז עכט די עצה צו קויפן א טייערערע פידל אז איך שטעל עס אן אויפן גוטען טאן און געוואלדיג סאיז פינקליך און ביז אפאר מינוט איך טשעק עס איבער און סאיז פארריקט אויף צירוקציוועגס דאס הייסט אויב סדארף זיין אויף G וועל איך עס טרעפן אויף F SHARP

איך האב שוין פריען געשריבן די ריכטעגע וועג אז עס זאל נישט לויז ווערן, נאר איך וויל נאך צו לייגן אז ביי א נייע פידל איז נארמאל אז עס זאל געשעהן ווייל די בענדליך סטרעטשן זיך נאך, און עס נעמט צייט ביז עס האלט זיך און טאן , אויך איז וויכטיג צו מאכן זיכער אז די בריטש איז גראד, אז נישט ריקט זיך עס, און עס ווערט מער און מער שיף, ווען די טייטס עס, און אויך איז וויכטיג אז ווען די הייבסט אן צו טייטען פון G און די גייסט ביז די E בענדל צו נאך אמאל איבער גיין פון G ביז E ווייל בשעת מען טייט איין בענדל לאזט די אנדערע בענדל נאך,
חכם באמת האט געשריבן:נאך א שאלה בנוגע אז סאיז מיט געקומען מיטן פעקעזטש אזא געלע שטיקען וואס איך פארשטיי איז עס געמאכט פארן בוי איז וויל איך פארשטיין צו וואס העלפט ער פארוואס פעלט ער אויס ?
און צוגלייך וויפל זאל איך רייבן די בוי אויף דעם אויב איך וועל פארשטיין אין די צורך צו עס רייבן בכלל ?

די קול פון די פידל ווערט, דורך דעם וואס די בוי מאכט אז די סטרינגס זאלן ווייבערעטן און ציטערן, און וועגן דעם דארפסטו רייבן די ראזין אויף די בוי, וואס דאס מאכט אז די בוי זאל ווערן מער קלעבעדיג, אזוי אז ווען די רייבסט די בוי אויף די בענדליך זאל עס נישט גליטשן נאר עס זאל מאכן ווייבערעטן די בענדליך,

און ביי א נייע בוי ברויך מען קודם קראצען מיט א אייזן אזוי א שליסל וכדומה אויף די ראזין אז עס זאל ווערן א ביסל פוידער, און אריין שמירען די בוי און עס, כדי עס זאל ווערן אביסל קלעבעדיג און עס זאל כאפן די ראזין ווען מען רייבט עס אויף די ראזין שטיין, און נאך דעם קען מען אנהייבן צו רייבן די בוי געהעריג אויף די ראזין,
לעצט פארראכטן דורך ליידיג אום מיטוואך אוגוסט 26, 2020 12:06 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חכם באמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2020 11:19 pm

Re: פידל שפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם באמת »

א ריזיגע ישר כח זייער קלאר !!!!
אי"ה וועט מען קומען מיט נאך שאלות
ליידיג
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 16, 2020 5:20 pm

Re: פידל שפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליידיג »

חכם באמת האט געשריבן:א ריזיגע ישר כח זייער קלאר !!!!
אי"ה וועט מען קומען מיט נאך שאלות

זייער גערן איך וועל פראבירן צו ענטפערן, ווען איך האב נישט קיין צייט קען אמאל נעמען אביסל צייט ביז איך ענטפער
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2931
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: פידל שפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

גראדע האלט איך אז ס'באמת נישט דא וואס צו לערנען פון א טיטשער, ניינציג פראצענט כאפט מען נאר אויב מ'האט א געפיל דערצו וואס דעמאלס דארף מען נישט קיין טיטשער, און די איבעריגע צען פראצענט דערשנאפט מען שוין דא דארט...

(כ'רעד נישט אז מ'וויל גיין גרויס)

מעגליך כ'בין ראנג.
ליידיג
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 16, 2020 5:20 pm

Re: פידל שפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליידיג »

ציגאנער האט געשריבן:גראדע האלט איך אז ס'באמת נישט דא וואס צו לערנען פון א טיטשער, ניינציג פראצענט כאפט מען נאר אויב מ'האט א געפיל דערצו וואס דעמאלס דארף מען נישט קיין טיטשער, און די איבעריגע צען פראצענט דערשנאפט מען שוין דא דארט...

(כ'רעד נישט אז מ'וויל גיין גרויס)

מעגליך כ'בין ראנג.

קען זיין אז די ביסט גערעכט, ווען איינער וויל פשוט קענען שפילן אפאר האלבע אדער גאנצע ניגונים, און ער נעמט די פידל אין ער פראבירט ביז ער באווייזט צו שפילן ככככי ללללאאא שששם הההממממלללווווכככההה און נאך אפאר ניגונים, און זיין הענט טוט אים וויי, און עס קראצט, און ער מאכט אפ אז עס איז וועגן ער האט נישט קיין טייערע פידל, און צום סוף הענגט מען עס אויף אין די סוכה און שוין ..(בערך אזוי ווי עס קוקט אויס ווען א מענטש קויפט א טרעדמיל און צום סויף הענגט מען וועש אויף דעם) און פון צייט צו צייט ווייזט מען פאר איינעם אז מען קען שפילן אאאאאאאא נננננניגגגגגגגגגגוווןןןןןן צוויי און שוין,

אבער די אמת איז אז אויף די ריכטיגע וועג דארף מען נישט האבן קיין געפיל, און א יעדער קען זיך עס אויס לערנען, און מיט א טיטשער איז אסאך בעסער, און עס נעמט א צענטל פון די צייט, און מען לערענט זיך עס אויס אויף די ריכטיגע וועג, מען דארף נאר האבן געדילד און פארשטיין אז עס נעמט צייט און מען דארף גיין סטעפ ביי סטעפ, און דאן קומט מען אן צו די עכטע זיסקייט פון די פידל און עס ווערט ווי חלק פונעם מענטשנס חושים,
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2931
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: פידל שפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

ליידיג האט געשריבן:
ציגאנער האט געשריבן:גראדע האלט איך אז ס'באמת נישט דא וואס צו לערנען פון א טיטשער, ניינציג פראצענט כאפט מען נאר אויב מ'האט א געפיל דערצו וואס דעמאלס דארף מען נישט קיין טיטשער, און די איבעריגע צען פראצענט דערשנאפט מען שוין דא דארט...

(כ'רעד נישט אז מ'וויל גיין גרויס)

מעגליך כ'בין ראנג.

קען זיין אז די ביסט גערעכט, ווען איינער וויל פשוט קענען שפילן אפאר האלבע אדער גאנצע ניגונים, און ער נעמט די פידל אין ער פראבירט ביז ער באווייזט צו שפילן ככככי ללללאאא שששם הההממממלללווווכככההה און נאך אפאר ניגונים, און זיין הענט טוט אים וויי, און עס קראצט, און ער מאכט אפ אז עס איז וועגן ער האט נישט קיין טייערע פידל, און צום סוף הענגט מען עס אויף אין די סוכה און שוין ..(בערך אזוי ווי עס קוקט אויס ווען א מענטש קויפט א טרעדמיל און צום סויף הענגט מען וועש אויף דעם) און פון צייט צו צייט ווייזט מען פאר איינעם אז מען קען שפילן אאאאאאאא נננננניגגגגגגגגגגן צוויי און שוין,

אבער די אמת איז אז אויף די ריכטיגע וועג דארף מען נישט האבן קיין געפיל, און א יעדער קען זיך עס אויס לערנען, און מיט א טיטשער איז אסאך בעסער, און עס נעמט א צענטל פון די צייט, און אויף די ריכטיגע וועג, מען דארף נאר האבן געדילד און פאר שטיין אז עס נעמט צייט און מען דארף גיין סטעפ ביי סטעפ, און דאן קומט מען אן צו די עכטע זיסקייט פון די פידל און עס ווערט ווי חלק פונעם מענטשנס חושים,

#דיין מיינונג....
:wink:
ליידיג
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 16, 2020 5:20 pm

Re: פידל שפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליידיג »

ציגאנער האט געשריבן:

אמת
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: פידל שפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

געהערט פון א פראפעסיאנאלע שפילער א פראקטישע עצה צו האלטן די שטעגלעך אין פלאץ.

מאכט לויז די שטעגל און לייגט ארויף אביסל קרייד שטויב (chalk) דערויף און פארמאכט דאס צוריק פעסט. די קרייד שטויב וועט העלפן אז די שטעגל זאל בלייבן אין פלאץ. איר מוזט דאס אבער פעסט אריינדרייען, אז נישט וועט די שטויב נישט צופיל אויפטון.

בעיקר מאכט זיך דאס ביי ביליגע פידלעך, וואו די שטעגלעך פארמאגן נישט קיין קריצן. א גוטע פידל וואס ליגט אויף איין פלאץ אן דראסטישע טוישונגען אין טעמפראטור, וועט זיך האלטן צום טאן פאר זייער א לאנגע צייט.

לגבי די ראזין. אויב איז עס הארט ווי א שטיין (אלט און אויסגעטרוקנט, אדער א כינעזע מעשה), דאן לייגט עס אין א ווארעמע ארט פאר א וויילע, וועט עס האפענטליך ווייכער ווערן און זיך לאזן קראצן.

פאר א נייע בויגן זאל מען נישט מורא האבן צו קראצן די ראזין ביז עס ווערט דערין א שטיקל גריבל דארט וואו מען פירט אריבער די בויגן. עס איז אויך כדאי עטוואס לויז מאכן דעם בויגן, אז מער ראזין זאל זיך אנקלעבן. אויב האט מען צופיל ראזין שטויב (ביים שפילן פאלט אראפ א שניי...), קען מען אייביג א פליק געבן די האר איידערן שפילן אז עס זאל זיך אפשאקלען די איבעריגע שטויב.
א נעכטיגן טאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:55 pm

Re: פידל שפילן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נעכטיגן טאג »

איך וויל מיך אויסלערנען אביסל שפילן מיט א פידעל, קען איינער אנצייגן א גוטע פידעל פאר א בעגינער, און וואסערע עקסעסעריס מען דארף.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

ציגאנער האט געשריבן:גראדע האלט איך אז ס'באמת נישט דא וואס צו לערנען פון א טיטשער, ניינציג פראצענט כאפט מען נאר אויב מ'האט א געפיל דערצו וואס דעמאלס דארף מען נישט קיין טיטשער, און די איבעריגע צען פראצענט דערשנאפט מען שוין דא דארט...

(כ'רעד נישט אז מ'וויל גיין גרויס)

מעגליך כ'בין ראנג.

טאוטעלי ווראנג
#מיין אפיניען.

איך קען פראפעסינאלע שפילערס וואס שפילן שוין יארן ביי חתונות וואס גיין נאך צו טיטשערס וועכענטליך.
איך האב חרטה אויף די טאג וואס איך האב אויפגעהערט מיינע לעסאנס. ווען איך וואלט ווען געפאלגט מיין מאמע...
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2931
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

סטיטשינער האט געשריבן:
ציגאנער האט געשריבן:גראדע האלט איך אז ס'באמת נישט דא וואס צו לערנען פון א טיטשער, ניינציג פראצענט כאפט מען נאר אויב מ'האט א געפיל דערצו וואס דעמאלס דארף מען נישט קיין טיטשער, און די איבעריגע צען פראצענט דערשנאפט מען שוין דא דארט...

(כ'רעד נישט אז מ'וויל גיין גרויס)

מעגליך כ'בין ראנג.

טאוטעלי ווראנג
#מיין אפיניען.

איך קען פראפעסינאלע שפילערס וואס שפילן שוין יארן ביי חתונות וואס גיין נאך צו טיטשערס וועכענטליך.
איך האב חרטה אויף די טאג וואס איך האב אויפגעהערט מיינע לעסאנס. ווען איך וואלט ווען געפאלגט מיין מאמע...

נו, כ'רעד נישט אז מ'וויל גיין גרויס. אז מ'וויל סתם קענען לשם ענדזשוימענט איז נישט דא צופיל צו לערנען. (כ'בין קיינמאל נישט געגאנגען צום טיטשער און מער ווי איין אינסטרומענט איז מיר א פארגעניגן...)
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנגינה און כלי שיר”