שמילי אונגאר- מדרגות

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1342
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: שמילי אונגאר- מדרגות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

מיין ריוויו
דא גייט נישט שטיין קיין שום שלעכט ווארט אויפן אלבוים, ווייל נישט נאר וואס שמילי איז מיין פעיוואריט זינגער, איך האלט אז עניוואן אונטער 30 וואס שמילי איז נישט זיין פעיוואריט האט א פראבלעם אין די געדערים.
נאך עפעס, כפארשטיי נישט צו קיין מוזיק ערעינדזשמענטס. דער עולם האט דא קאממענטס אויף די מוזיק, אבער איך בין העפי עז לאנג עז סאיז אמתע אינסטרומענטס און נישט קיין וואן מען בענד (אזויפיהל כאפט נאך מיינע אוירן אויף) נאכמער, איך ווייס נישט פארוואס יעדע אלבום לייגט אריין קרעדיטס פאר די מיוזיקאנטן (מקען דאך לייגן אויף דעם פלאץ בילדער פון נשים?...) איז דאס אזא חכמה צו ליינען די נאטן און אראפשפילן די גענויע מוזיק ארויס פןנעם צעטל? ווי אנגעהויבן, כפארשטיי קנאפ דערצו...
נאך איין נקודה איבער די גור'ע קווייער. די מגיבים דא האבן קאמפלעינט אבער איך מיין אז איך בין יורד לסוף דעתו. די קווייערס היינט (מענער און קינדער צוגלייך) זענען במחילת כבודם געפערליכע ביקשאטס געווארן און סהערט זיך אויף זייער זינגען א עקלדיגע גאווה, וואס מהערט נישט ביי א רעלעטיוו אפגעריסנע כאר, און כמיין אז שמילי גלייכט נישט ווען איינער איז זיך מכבד במעשי ידיו. (כווייס האסט נישט פארשטאנען קיין איין ווארט אבער דעס איז מיין הרגשה)
(פרינטער נאטיץ- מיין ביכל איז געקומען עפעס שלעכט געפרינט ווי אויבנדערמאנט, עליונים למטה ותחתונים למטה)

קל אדון-אין קדוש

פיינע געדאנק די קורצע הקדמות פאר יעדע מדרגה. איבערהויפט אז סמאכט שפירן גוט אז מבאקומט 14 טרעקס פאר די פרייז פון 9...
ער זאגט אז די ניגון האט ער געהערט אין ישיבה, די פארוואלקנקייט וואס ער הייבט אן דערמאנט טאקע וויזוי א אויער פון א בחור שפירט שבת אינדערפריה ווען אלעס וואס קען זיין פארקלעבט קלעבט טאקע. שווערע טריט מיט א קאווע און א גליון ליינט מען זיך אן אויף די לוח מודעות ווען פון ביהמ"ד הילכט ארויס א ק----ל א------------דו----ן.... מבלייבט אבער מיט די צונג אינדערויסן פרובירן צו כאפן וויאזוי די "דעת ותבונה סובבים הודו " גייט.
אין קדוש קען איך זעהן איבערנעמען די אויסגענוצטע שלא עשנו גוי ביי די חתונות.
אייזן אריינצולייגן די בארדיטשעווערס ווערטער "ניין זאג איך דיר וכו'" (כטראכט שוין לאנג צועפענען א אשכול איבער "אויפגעמאכטע ווערטער פאר ניגונים וואס מהאט שוין געמאכט פרישע ניגונים דערויף" האדרת והמונה צו וועמען און צו וועמען, נאר אמונה אין בורא כל העולמים, כד יתבין ישראל, דאס קען מען דארט צולייגן)

כולם

וואס שמעקט דא פוו ירושלימע קוגל? פיינע פרייליך לידל פאר שבת צופריה נאך די אויבנדערמאנטע שחרית, (די צווייטע און דריטע ניגונים זענען די צווייטע און דריטע סעודות שבת, כוואלט געלייגט א פרייטיג צונאכטס ניגון אלץ ערשטע למען השלימות...) די ערשטע מאל כהאב געהערט די ניגון איז געווען ביי די ערשטע חתונה בבית בעלזא פאר פינף יאר צוריק און סמיר געבליבן א שלעכטע טעם דערויף (סאיז געזינגען געווארן בשעת הרב עובדיה איז אריינגעקומען און די טויזנטע האבן אנגעהויב קלאטשן לעבעדיג אבער די קאפעלע האט ווייטער געוואלסט מיט די מייק, שפעטער איז נתברר געווררן אז סהאט געשפילט אויף א טעיפ וואס ווילאנג סאיז נישט געווארן פארלאשן האבן זיי זיך געמוזט ווייטער מאכן ווי זיי זינגען..) שמילי האט עס אויפגעלעבט!

בני היכלא

ער טענהט אז ער איז געווען אין מקוה פארן רעקארדירן דעם ניגון , סהערט זיך מער ווי ער האט געגעסן א טעלער טשולנט, געדרימלט א דרייפערטל שעה , און געגעסן א בילקע מיט טונא פארן רעקארדירן. ממש ווי ביי א טונקעלע של"ש, הייבט אן מיט א פחדיגע טאן און באקומט קוראזדש צו טוישן צו א בעטנדיגע קריבי לי, חזו חילי... "

כי לו נאה

כקען קוים ווארטן צוצוזעהן די נעקסטע חתונה! דעס גייט אנהייבן הארא פאר חדשים לאנג טאקע מיט די רימניווע הקדמה. זאלן זאלן צולייגן זוילן ווייל דא גייט די ערד זיך שאקלען. טעילאר מעיד פאר שמילי צו קענען אריינלייגן ווערטער "משה במלוכה, חתן כהלכה, אברומי במלוכה," וכו


בנים

הערליך און הארציג, א חידוש פון א טעמפאו ביי אזא סענסיטיווע ניגון. די ווערטער פון ותאמר אל יעקב מאכן אביסל אז סזאל נישט זיין ווי צו עס זינגען אבער די חופה זינגערס וועלן שוין צופוצן עס זאל אריינקומען ביי חתונהס (רבונו של עולם , הבה לי בנים וכו' , אדער ביי א ציון הייליגע רבי, הבה לי בנים, ) איך קען נישט שמילי'ס מעשה אבער די ניגון איז מאסיוו אפילו אן א פערזענליכע דורכגאנג..

יוסף מוקיר שבת

משוגה צו ווערן, די גראמען, חיתוך הדיבור, די קולות רקע, אויפגעלעבט א מעשה פון 2 שורות צו די לענגסטע גראמען ניגון אין די היסטאריע פון ניגונים אויף יוסף מוקיר שבת. כקען קוים ווארטן פאר א מוזיק ווידיאו אויף דעם ניגון צווישן אלע כאראקטערן האלט איך אז שמילי זאל שפילן אלע פארטס פונעם פריץ, פיש כאפער און סוחר ביז יוסף און אפילו די גרויסע פיש! כהאב אבער נישט געטראפן אינעם ניגון ביים אויסהערן אויסעווייניג די חלק פונעם טרעפן די דיאמאנט.

ואני תפילתי

פינקי ווי אין די גוטע יארן, א חידוש אז סאיז נאכנישט געווען א ליד אויף די ווערטער.

שאו שערים

שיין. איך קען דאס אבער נישט מיטזינגען אדער איבערזינגען צוליב די פארצוויגטע אנהייב. א פיינע יצירה פאר ווען מנעמט אוועק די טישן נאכן סעודה ביים חתונה ווען יעדער כאפט שטארק אן זיין בענקל.

ממדרגה למדרגה

מיר נישט געכאפט. די אנהויב איז א שיינע תפילה אבער די צווייטע פאל איז א שטיקל חסידיש ספר וואס קומט נישט צוזאמען לדעתי , סאונד אביסל ווי סאי געווען די איידיע פון מאכן מדרגות און מהאט געזוכט מיט לעכט א ניגון וואס זאל הייסן מדרגות

אמן

כל הכבוד פאר לייגן א ניגון אויף אזא אומפאפולערע אבער וויכטיגע נושא. (אומפאפולער רעד איך ביי די מוזיק וועלט) זייער געשמאק איבער די פאזעטיווע השפעות פון אמן (און נישט וויפיל מחלות און צרות סברענגט ווען מזאגט נישט)

לעולם יהא אדם

אביסל מאדנע אנצוהייבן א תפילה אויף יר"ש מיט לעולם יהא אדם יר"ש אבער סאיז הערליך און ווארעם. קומט אריין שטארק מיט די אייגענע יודישע ווערטער ליפא סטייל. כמעט נישט דא קיין הפסק צווישן אמן מיט לעולם, איז עס בכוונה?

בס"ה ווערט יעדע פעני!
לעצט פארראכטן דורך געמבלער אום זונטאג דעצעמבער 13, 2020 4:18 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: שמילי אונגאר- מדרגות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

געמבלער האט געשריבן:איך האלט אז עניוואן אונטער 30 וואס שמילי איז נישט זיין פעיוואריט האט א פראבלעם אין די געדערים

אוודאי אזוי! עניוואן וואס איז אונטער 30 ליידט אויף די געדערים - אדער איז זיין סקעיל צובראכן..
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7700
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: שמילי אונגאר- מדרגות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

נפשי חמדה האט געשריבן:
מקווה איד האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
בלא בלא בלא האט געשריבן:
purim now האט געשריבן:יוסף מוקר שבת איז אזוי ווי משה רבינו פון יאסי גרין

א גלגול צו וואס?

בפשטות האט ער געוואלט האבן עפעס אזא סארט ענין.

משה רבינו איז נישט פון יוסי

שמעלצער?

שמעלצער אויף מונה 4, מונה די ניגון ליפא די ווערטער.
#איך-פארק-מענטשליך
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: שמילי אונגאר- מדרגות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

געמבלער האט געשריבן:מיין ריוויו

דיין תגובה איז אלעס חוץ א ריוויו..
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7666
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: שמילי אונגאר- מדרגות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

ס׳איז אינטערסאנט אז מײנע קלײנע קינדער האבן יעצט אין די חונכה טעג אױפגעכאפט די װערטער אנשטאטס זינגען ממדריגה למדריגה מײנען זײ אז שמילי זינגט װי מײן דרײדל צי מײן דרײדל
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
שלג כצמר
שר האלף
תגובות: 1466
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 2:43 pm

Re: שמילי אונגאר- מדרגות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלג כצמר »

abeg האט געשריבן:ס׳איז אינטערסאנט אז מײנע קלײנע קינדער האבן יעצט אין די חונכה טעג אױפגעכאפט די װערטער אנשטאטס זינגען ממדריגה למדריגה מײנען זײ אז שמילי זינגט װי מײן דרײדל צי מײן דרײדל

:lol: :lol: :lol:
זייער זיס...
פארשטייסט נישט די שניי-מאפעס? דא איז א מאפע אנגעצייכנט וואו די היימישע געגנטער קומען אויס
פארשטייסט נישט קיין ווארט אינעם וועטער אשכול? דא האסטו די בעיסיקס פון די וועטער באגריפן
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: שמילי אונגאר- מדרגות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

פעיק ניוז האט געשריבן:
געמבלער האט געשריבן:א הערליכע אלבום מלא טעם!

איין הערה, סמיר געווען אומבאקוועם ביי בנים "איך בעט דיר ערליכע קינדערליך,........וואוילע קינדערליך , 'איך זאל קענען שטאלצירן' "
דאס איז א סיבה פאר א בקשה אויף ערליכע קינדער ? צו קענען שטאלצירן? לכאורה האב איך עהם נישט גוט פארשטאנען

שטאלצירן מיינט ער פאר'ן אויבערשטן בפשטות.

ער האט געדארפט האבן א גיטע גראם אויף אינטערפירן וואס פארשטייסטו נישט...
שמחה פריילעך
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 05, 2020 11:29 pm

Re: שמילי אונגאר- מדרגות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה פריילעך »

געמבלער האט געשריבן:
כולם

וואס שמעקט דא פוו ירושלימע קוגל? פיינע פרייליך לידל פאר שבת צופריה נאך די אויבנדערמאנטע שחרית, (די צווייטע און דריטע ניגונים זענען די צווייטע און דריטע סעודות שבת, כוואלט געלייגט א פרייטיג צונאכטס ניגון אלץ ערשטע למען השלימות...) די ערשטע מאל כהאב געהערט די ניגון איז געווען ביי די ערשטע חתונה בבית בעלזא פאר פינף יאר צוריק און סמיר געבליבן א שלעכטע טעם דערויף (סאיז געזינגען געווארן בשעת הרב עובדיה איז אריינגעקומען און די טויזנטע האבן אנגעהויב קלאטשן לעבעדיג אבער די קאפעלע האט ווייטער געוואלסט מיט די מייק, שפעטער איז נתברר געווררן אז סהאט געשפילט אויף א טעיפ וואס ווילאנג סאיז נישט געווארן פארלאשן האבן זיי זיך געמוזט ווייטער מאכן ווי זיי זינגען..) שמילי האט עס אויפגעלעבט!


געטראפן אין די אנדערע אשקול
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22687
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

בין איך א גרויבן עמארץ אז די איך זעה נישט קיין חילוק צווישן די מוזיק אויף מדריגות און די מוזיק אויף מימיני מיכאל?? ממש א שאד.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

סטיטשינער האט געשריבן:בין איך א גרויבן עמארץ אז די איך זעה נישט קיין חילוק צווישן די מוזיק אויף מדריגות און די מוזיק אויף מימיני מיכאל?? ממש א שאד.

וואס מיינסטו צו זאגן?
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22687
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

נפשי חמדה האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:בין איך א גרויבן עמארץ אז די איך זעה נישט קיין חילוק צווישן די מוזיק אויף מדריגות און די מוזיק אויף מימיני מיכאל?? ממש א שאד.

וואס מיינסטו צו זאגן?

אז עס האט נישט קיין שום טעם.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7700
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

סטיטשינער האט געשריבן:
נפשי חמדה האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:בין איך א גרויבן עמארץ אז די איך זעה נישט קיין חילוק צווישן די מוזיק אויף מדריגות און די מוזיק אויף מימיני מיכאל?? ממש א שאד.

וואס מיינסטו צו זאגן?

אז עס האט נישט קיין שום טעם.

גארנישט קיין עם הארץ, ביידע זענען גאר טשיפ.
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
באטעמטקייטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטעמטקייטן »

סטיטשינער האט געשריבן:
נפשי חמדה האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:בין איך א גרויבן עמארץ אז די איך זעה נישט קיין חילוק צווישן די מוזיק אויף מדריגות און די מוזיק אויף מימיני מיכאל?? ממש א שאד.

וואס מיינסטו צו זאגן?

אז עס האט נישט קיין שום טעם.

גא''מ. ליידיג און ביליג. קיין שום חידושים.
אוראייניקל האט געשריבן:
יותר ממה שטעמטי רוצה לכתוב.. אורי רוצה למחוק...
טעמו וראו כי...
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: שמילי אונגאר- מדרגות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

ממש א שאד. די ערשטע ניגון מיט א גוטע מיזוק וואלט געווען אויפציעסן, די לעקטעריק אינטרא מיט די גאנצע האקעס און זעצעס מאכן עס אזוי ווילד...
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22687
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

עקזעקטלי. לך הערט זיך פונקט ווי באכע דשאכע.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
הייליג
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: שמילי אונגאר- מדרגות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליג »

זכאי האט געשריבן:א הערליכע היימישע חסידיש אלבוים מיט שיינע ניגונים גוט אראפגעזונגען. שמואלי איז געפארן אויף א נייע ריכטונג פון ברענעגען א עכטע חסידישע אלבוים מיט היימישע ניגונים געזינגן מיט די היימישע הבערה.

מקווה איד האט געשריבן:די ניגון בנים צורייסט מיר ממש..... אזוי שיין!!!

גא"מ
געקויפט דעם סידי, שוין איבערגעהערט עטליכע מאל, הערליך חסידיש געשמאק
;l;p- ;l;p-

איך בין א חלק אלוק' - איך בין הייליג!
די עבודה איז: גלייבן דערין סיי וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרובירן צו ווערן בעסער
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1342
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: שמילי אונגאר- מדרגות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

נפשי חמדה האט געשריבן:
געמבלער האט געשריבן:מיין ריוויו

דיין תגובה איז אלעס חוץ א ריוויו..

הוש"ע נ"א להבי"ן שמועו"ת
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1761
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

באטעמטקייטן האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:
נפשי חמדה האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:בין איך א גרויבן עמארץ אז די איך זעה נישט קיין חילוק צווישן די מוזיק אויף מדריגות און די מוזיק אויף מימיני מיכאל?? ממש א שאד.

וואס מיינסטו צו זאגן?

אז עס האט נישט קיין שום טעם.

גא''מ. ליידיג און ביליג. קיין שום חידושים.

ס'קענזיין אז ס'איז א שאד אז ער גייט נישט אין גאנג מיט זיין ערשטן גאר רייכן אלבום, מוזיק, ניגונים, אויסוואל וכדומה

אבער זעט אויס אז ער האט געמאכט א קאלקולאציע אז ס'לוינט אים נישט דעי הונדערט טויזנט פלאס פאר אן אלבום, ווען ער קען צאלן פערציג מיינוס און בלייבן פאפולער ביי די יוגנט וואס קוואליטי איז נישט די ערשטע פריאריטעט.

אולי מען וואלט נישט געקאפיעט אזוי סאך וואלט דער מצב אנדערש געווען.
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1761
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: שמילי אונגאר- מדרגות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

געמבלער האט געשריבן:מיין ריוויו
דא גייט נישט שטיין קיין שום שלעכט ווארט אויפן אלבוים, ווייל נישט נאר וואס שמילי איז מיין פעיוואריט זינגער, איך האלט אז עניוואן אונטער 30 וואס שמילי איז נישט זיין פעיוואריט האט א פראבלעם אין די געדערים.
נאך עפעס, כפארשטיי נישט צו קיין מוזיק ערעינדזשמענטס. דער עולם האט דא קאממענטס אויף די מוזיק, אבער איך בין העפי עז לאנג עז סאיז אמתע אינסטרומענטס און נישט קיין וואן מען בענד (אזויפיהל כאפט נאך מיינע אוירן אויף) נאכמער, איך ווייס נישט פארוואס יעדע אלבום לייגט אריין קרעדיטס פאר די מיוזיקאנטן (מקען דאך לייגן אויף דעם פלאץ בילדער פון נשים?...) איז דאס אזא חכמה צו ליינען די נאטן און אראפשפילן די גענויע מוזיק ארויס פןנעם צעטל? ווי אנגעהויבן, כפארשטיי קנאפ דערצו...
נאך איין נקודה איבער די גור'ע קווייער. די מגיבים דא האבן קאמפלעינט אבער איך מיין אז איך בין יורד לסוף דעתו. די קווייערס היינט (מענער און קינדער צוגלייך) זענען במחילת כבודם געפערליכע ביקשאטס געווארן און סהערט זיך אויף זייער זינגען א עקלדיגע גאווה, וואס מהערט נישט ביי א רעלעטיוו אפגעריסנע כאר, און כמיין אז שמילי גלייכט נישט ווען איינער איז זיך מכבד במעשי ידיו. (כווייס האסט נישט פארשטאנען קיין איין ווארט אבער דעס איז מיין הרגשה)
(פרינטער נאטיץ- מיין ביכל איז געקומען עפעס שלעכט געפרינט ווי אויבנדערמאנט, עליונים למטה ותחתונים למטה)

קל אדון-אין קדוש

פיינע געדאנק די קורצע הקדמות פאר יעדע מדרגה. איבערהויפט אז סמאכט שפירן גוט אז מבאקומט 14 טרעקס פאר די פרייז פון 9...
ער זאגט אז די ניגון האט ער געהערט אין ישיבה, די פארוואלקנקייט וואס ער הייבט אן דערמאנט טאקע וויזוי א אויער פון א בחור שפירט שבת אינדערפריה ווען אלעס וואס קען זיין פארקלעבט קלעבט טאקע. שווערע טריט מיט א קאווע און א גליון ליינט מען זיך אן אויף די לוח מודעות ווען פון ביהמ"ד הילכט ארויס א ק----ל א------------דו----ן.... מבלייבט אבער מיט די צונג אינדערויסן פרובירן צו כאפן וויאזוי די "דעת ותבונה סובבים הודו " גייט.
אין קדוש קען איך זעהן איבערנעמען די אויסגענוצטע שלא עשנו גוי ביי די חתונות.
אייזן אריינצולייגן די בארדיטשעווערס ווערטער "ניין זאג איך דיר וכו'" (כטראכט שוין לאנג צועפענען א אשכול איבער "אויפגעמאכטע ווערטער פאר ניגונים וואס מהאט שוין געמאכט פרישע ניגונים דערויף" האדרת והמונה צו וועמען און צו וועמען, נאר אמונה אין בורא כל העולמים, כד יתבין ישראל, דאס קען מען דארט צולייגן)

כולם

וואס שמעקט דא פוו ירושלימע קוגל? פיינע פרייליך לידל פאר שבת צופריה נאך די אויבנדערמאנטע שחרית, (די צווייטע און דריטע ניגונים זענען די צווייטע און דריטע סעודות שבת, כוואלט געלייגט א פרייטיג צונאכטס ניגון אלץ ערשטע למען השלימות...) די ערשטע מאל כהאב געהערט די ניגון איז געווען ביי די ערשטע חתונה בבית בעלזא פאר פינף יאר צוריק און סמיר געבליבן א שלעכטע טעם דערויף (סאיז געזינגען געווארן בשעת הרב עובדיה איז אריינגעקומען און די טויזנטע האבן אנגעהויב קלאטשן לעבעדיג אבער די קאפעלע האט ווייטער געוואלסט מיט די מייק, שפעטער איז נתברר געווררן אז סהאט געשפילט אויף א טעיפ וואס ווילאנג סאיז נישט געווארן פארלאשן האבן זיי זיך געמוזט ווייטער מאכן ווי זיי זינגען..) שמילי האט עס אויפגעלעבט!

בני היכלא

ער טענהט אז ער איז געווען אין מקוה פארן רעקארדירן דעם ניגון , סהערט זיך מער ווי ער האט געגעסן א טעלער טשולנט, געדרימלט א דרייפערטל שעה , און געגעסן א בילקע מיט טונא פארן רעקארדירן. ממש ווי ביי א טונקעלע של"ש, הייבט אן מיט א פחדיגע טאן און באקומט קוראזדש צו טוישן צו א בעטנדיגע קריבי לי, חזו חילי... "

כי לו נאה

כקען קוים ווארטן צוצוזעהן די נעקסטע חתונה! דעס גייט אנהייבן הארא פאר חדשים לאנג טאקע מיט די רימניווע הקדמה. זאלן זאלן צולייגן זוילן ווייל דא גייט די ערד זיך שאקלען. טעילאר מעיד פאר שמילי צו קענען אריינלייגן ווערטער "משה במלוכה, חתן כהלכה, אברומי במלוכה," וכו

המשך יבוא כשיתרצו הצדדים

ביטע קום צוריק נאך דיין דרימל

וק"ל
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22687
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

איך זעה נישט דעם ענין פון באוואשען א ניק וואס האט אוועק געגעבען אסאך צייט אפצושרייבן זיינע מחשבות אויפן CD, אפילו עס איז נישט פונקט די ריוויו וואס דו זוכסט.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1761
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

סטיטשינער האט געשריבן:איך זעה נישט דעם ענין פון באוואשען א ניק וואס האט אוועק געגעבען אסאך צייט אפצושרייבן זיינע מחשבות אויפן CD, אפילו עס איז נישט פונקט די ריוויו וואס דו זוכסט.

איך מיין צו ציטירן זיינע ערשטע פאר שורות
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1761
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

סטיטשינער האט געשריבן:
נפשי חמדה האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:בין איך א גרויבן עמארץ אז די איך זעה נישט קיין חילוק צווישן די מוזיק אויף מדריגות און די מוזיק אויף מימיני מיכאל?? ממש א שאד.

וואס מיינסטו צו זאגן?

אז עס האט נישט קיין שום טעם.

איך זעה נישט דעם ענין פון באוואשען א אלבום וואס פראדוצירער האבן אוועק געגעבען אסאך צייט אפצושרייבן מוזיק אויפן CD, אפילו עס איז נישט פונקט די טעם וואס דו זוכסט.


א גוטן מועד!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22687
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

בלא בלא בלא האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:
נפשי חמדה האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:בין איך א גרויבן עמארץ אז די איך זעה נישט קיין חילוק צווישן די מוזיק אויף מדריגות און די מוזיק אויף מימיני מיכאל?? ממש א שאד.

וואס מיינסטו צו זאגן?

אז עס האט נישט קיין שום טעם.

איך זעה נישט דעם ענין פון באוואשען א אלבום וואס פראדוצירער האבן אוועק געגעבען אסאך צייט אפצושרייבן מוזיק אויפן CD, אפילו עס איז נישט פונקט די טעם וואס דו זוכסט.


א גוטן מועד!

נאופס. Totally off.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1342
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: שמילי אונגאר- מדרגות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

המשך פון מיין ריוויו

בנים

הערליך און הארציג, א חידוש פון א טעמפאו ביי אזא סענסיטיווע ניגון. די ווערטער פון ותאמר אל יעקב מאכן אביסל אז סזאל נישט זיין ווי צו עס זינגען אבער די חופה זינגערס וועלן שוין צופוצן עס זאל אריינקומען ביי חתונהס (רבונו של עולם , הבה לי בנים וכו' , אדער ביי א ציון הייליגע רבי, הבה לי בנים, ) איך קען נישט שמילי'ס מעשה אבער די ניגון איז מאסיוו אפילו אן א פערזענליכע דורכגאנג..

יוסף מוקיר שבת

משוגה צו ווערן, די גראמען, חיתוך הדיבור, די קולות רקע, אויפגעלעבט א מעשה פון 2 שורות צו די לענגסטע גראמען ניגון אין די היסטאריע פון ניגונים אויף יוסף מוקיר שבת. כקען קוים ווארטן פאר א מוזיק ווידיאו אויף דעם ניגון צווישן אלע כאראקטערן האלט איך אז שמילי זאל שפילן אלע פארטס פונעם פריץ, פיש כאפער און סוחר ביז יוסף און אפילו די גרויסע פיש! כהאב אבער נישט געטראפן אינעם ניגון ביים אויסהערן אויסעווייניג די חלק פונעם טרעפן די דיאמאנט.

ואני תפילתי

פינקי ווי אין די גוטע יארן, א חידוש אז סאיז נאכנישט געוועם א ליד אויף די ווערטער.

שאו שערים

שיין. איך קען דאס אבער נישט מיטזינגען אדער איבערזינגען צוליב די פארצוויגטע אנהייב. א פיינע יצירה פאר ווען מנעמט אוועק די טישן נאכן סעודה ביים חתונה ווען יעדער כאפט שטארק אן זיין בענקל.

ממדרגה למדרגה

מיר נישט געכאפט. די אנהויב איז א שיינע תפילה אבער די צווייטע פאל איז א שטיקל חסידיש ספר וואס קומט נישט צוזאמען לדעתי , סאונד אביסל ווי סיגעווען די איידיעס פון מאכן מדרגות און מהאט געזוכט מיט לעכט א ניגון וואס זאל הייסן מדרגות

אמן

כל הכבוד פאר לייגן א ניגון אויף אזא אומפאפולערע אבער וויכטיגע נושא. (אומפאפולער רעד איך ביי די מוזיק וועלט) זייער געשמאק ריבער די פאזעטיווע השפעות פון אמן (און ננישט וויפיל מחלות און צרות סברענגט ווען מזאגט נישט)

לעולם יהא אדם

אביסל מאדנע אנצוהייבן א תפילה אויף יר"ש מיט לעולם יהא אדם יר"ש אבער סאיז הערליך און ווארעם. קומט אריין שטארק מיט די אייגענע יודישע ווערטער ליפא סטייל. כמעט נישט דא קיין הפסק צווישן אמן מיט לעולם, איז עס בכוונה?

בס"ה ווערט יעדע פעני!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22687
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

געמבלער האט געשריבן:
הערליך און הארציג, א חידוש פון א טעמפאו ביי אזא סענסיטיווע ניגון. די ווערטער פון ותאמר אל יעקב מאכן אביסל אז סזאל נישט זיין ווי צו עס זינגען אבער די חופה זינגערס וועלן שוין צופוצן עס זאל אריינקומען ביי חתונהס (רבונו של עולם , הבה לי בנים וכו' , אדער ביי א ציון הייליגע רבי, הבה לי בנים, )

;l;p- ;l;p- :lol:
שטארקע געדאנקען!
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”